אסותא האט געשריבן:אוי, ווי נעמט מען אן אמת'ער טייטש פאר 'אביסל'?
געטון קלערען
מיט אייך שעירען
עבודה א שווערען
ווארטען פאמערען .
מיר באגערען
ריזאלטס הערען
שווייס טרערען
געווינער ווערען.
אויך בגלות
מצב שמאל איז
סוכת דוד הנופלת
זעהן נאכאמאל עס.
א וועלט פון קללות
מ'ברויך הצלות
אין מח בהלות
שטיינער צומאל עס.
זעלבע זאכען
נערווען קראכען
וואוטס שוין מאכען
שטארק צו שוואכען.
מיר טוהען גלייכען
עתיד א רייכען
פון שלאף אויפוואכען
נאר שמחה'דיגע טייכען.
אפשר טאקע
אנשטאטס אטאקע
א תפילה מזכה
אויפען גלות מכה.
אויך מחכה
ווי רחל מבכה
כנפי נשרים'ס פיאקער
זמנים געשמאקע.
האב אינזינען
מצוות פארדינען
אזוי געווינען
א ניי בעגינען.
א שעוות חינון
פארטרייבט צינון
א שיעור געפינען
פון די וועלט אנטרינען.
פארמעסטען אזוינע
זענען בונה
גאלדענע קרוינער
ביים שליט עליונה.
שהשמחה במעונו
זיין קונה
ווערען איינוואוינער
ירושלים כבראשונה.
(געטראפען אין דרעפט קעסטעל.... )