בלאט 11 פון 14

געשריבן: מאנטאג ינואר 19, 2015 2:52 pm
דורך א גראם מיט טעם
אסותא האט געשריבן:אוי, ווי נעמט מען אן אמת'ער טייטש פאר 'אביסל'?

געטון קלערען
מיט אייך שעירען
עבודה א שווערען
ווארטען פאמערען .

מיר באגערען
ריזאלטס הערען
שווייס טרערען
געווינער ווערען.

אויך בגלות
מצב שמאל איז
סוכת דוד הנופלת
זעהן נאכאמאל עס.

א וועלט פון קללות
מ'ברויך הצלות
אין מח בהלות
שטיינער צומאל עס.


זעלבע זאכען
נערווען קראכען
וואוטס שוין מאכען
שטארק צו שוואכען.

מיר טוהען גלייכען
עתיד א רייכען
פון שלאף אויפוואכען
נאר שמחה'דיגע טייכען.

אפשר טאקע
אנשטאטס אטאקע
א תפילה מזכה
אויפען גלות מכה.

אויך מחכה
ווי רחל מבכה
כנפי נשרים'ס פיאקער
זמנים געשמאקע.

האב אינזינען
מצוות פארדינען
אזוי געווינען
א ניי בעגינען.

א שעוות חינון
פארטרייבט צינון
א שיעור געפינען
פון די וועלט אנטרינען.

פארמעסטען אזוינע
זענען בונה
גאלדענע קרוינער
ביים שליט עליונה.

שהשמחה במעונו
זיין קונה
ווערען איינוואוינער
ירושלים כבראשונה.

(געטראפען אין דרעפט קעסטעל.... )

געשריבן: מאנטאג ינואר 19, 2015 4:31 pm
דורך אלץ ווייזער
שפייעכץ טוט מיר נאך רינען
פון די שיינע זאכן וואס האט געטון ערשינען
ממש ווי א וואסער ברינען
האט יעדער געמאכט אזוי שיין
עס איז צו ארים צו זאגן דערויף פיין
איך פיל מיר צו קליין
אין די זאכן צו רעדן אריין
אבער דאך קען איך נישט צוזיך קומען
פון אזאלעכע שיינע גראמען אונטער ברימען
און אלעס טוט אזוי שיין שטימען
לאמיר געבן אן ענדיג
און זיך עס איינ'חזר'ן אויף שטענדיג
און מיין שטימע טון אפגעבן
און אויספירן מיין שטרעבן
און א דאנק אלע, מאכט א לעבן

געשריבן: מאנטאג ינואר 19, 2015 4:43 pm
דורך farshlufen
כ'ליין
איין ביי איין
צו באלעקן

אריין
צווישן די ציין
נ'אלע עקן

הן
גרויס סיי קליין
געפילן ערוועקן

חן
פיינע וויין
פולע בעקן

מיין
דאנק, שיין
נעמט זעקן

געשריבן: מאנטאג ינואר 19, 2015 10:03 pm
דורך לכתחילה אריבער
אפשר נאר א איינרעדעניש, אבער ס'דאכט זיך מיר אז דער עולם ווערט מער קארג אויף די נומערן ווי נאך א שטיקל קומט אריין.

געשריבן: מאנטאג ינואר 19, 2015 10:08 pm
דורך נישט
לכתחילה אריבער האט געשריבן:אפשר נאר א איינרעדעניש, אבער ס'דאכט זיך מיר אז דער עולם ווערט מער קארג אויף די נומערן ווי נאך א שטיקל קומט אריין.


חילי איך מיין ס'איז פשוט ווייל ס'איז געווען לענגער אויפן וועלטל, אבער סוף כל סוף גייען אלע האבן די זעלבע.

#קלער

געשריבן: מאנטאג ינואר 19, 2015 10:17 pm
דורך שוועמל
איין ווארט נאר.
וואס איך האב ארויסגענומען פון די גאנצע פארמעסט זעהט מען דעם נשמה פון יעדן איד, ווי נאר עס עפענט זיך אויף נעמט עס גיסן עפעס א מין אהבה א סארט נאנטשאפט מיטן אייבערשטען. יעדער איינס ביי איינס כמעט, ברענגט ארויס זיינע געפיהלן זיין יוניקע אינערליכע השגה וויאזוי ער איז משיג דעם באשעפער, יעדער מיט זיין אייגענע טוויסט.

מי כעמך ישראל גוי אחד, יעדער טראכט פונעם אחד, בארץ אפילו מליגט אין ארציות.

ובתוך עם קדוש-שפתיים אנכי יושב.

צוריק צום טעמע

געשריבן: מאנטאג ינואר 19, 2015 10:36 pm
דורך אסותא
נישט האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:אפשר נאר א איינרעדעניש, אבער ס'דאכט זיך מיר אז דער עולם ווערט מער קארג אויף די נומערן ווי נאך א שטיקל קומט אריין.


חילי איך מיין ס'איז פשוט ווייל ס'איז געווען לענגער אויפן וועלטל, אבער סוף כל סוף גייען אלע האבן די זעלבע.

#קלער

איך מיין אז וואס מער עס קומט אריין זעט די עולם אז דא איז דא פילע סחורה און מע'ברויכט זיין ריאליסטיש.

ממילא דאכט זיך אז די ערשטע פאר וועלן דייקא יא האבן העכערע נומערן.

#קלער

געשריבן: מאנטאג ינואר 19, 2015 10:41 pm
דורך לכתחילה אריבער
נישט האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:אפשר נאר א איינרעדעניש, אבער ס'דאכט זיך מיר אז דער עולם ווערט מער קארג אויף די נומערן ווי נאך א שטיקל קומט אריין.


חילי איך מיין ס'איז פשוט ווייל ס'איז געווען לענגער אויפן וועלטל, אבער סוף כל סוף גייען אלע האבן די זעלבע.

#קלער

קען זיין. כ'מיין אז עד רעולם ווערט מען און מער איבערגענומען! און אנהייב איז מען אויף יעדע שטיקל געווען גאר עקסיידעט אויף יעדע אספעקט, און ווי מען שטיקלעך קומען אריין, זעהט מען מער און מער ווי יעדע איינע האט א צווייטע סארט חן, און דער עולם שטימט מער אויסגערעכענט.

קען זיין כ'האב א טעות.

געשריבן: דינסטאג ינואר 20, 2015 8:19 am
דורך צווייפעל
די פראבלעם איז די ערשטע פאועם רעלאטיוו.

ווייל היות סאיז דא געציילטע וואס זענען ממש "אויסנאם" און קיין העכערע צייכן פון 5 איז נישט דא, רעזעוויר איך מיין פינעווער פאר יענע.

אבער ווען איך גיב א פירער מיין איך עכט א פינעווער, נאר רעלאטיוו צו יענע איז עס א פירער.

געשריבן: דינסטאג ינואר 20, 2015 9:07 am
דורך א גראם מיט טעם
לדעתי איז די פאום-די איבערגעבליבען הייפעל -שטערקער ווי רעלאטיוו, אבער ימים ידברו

געשריבן: דינסטאג ינואר 20, 2015 9:14 am
דורך צווייפעל
א גראם מיט טעם האט געשריבן:לדעתי איז די פאום-די איבערגעבליבען הייפעל -שטערקער ווי רעלאטיוו, אבער ימים ידברו


אויב די באציעסט זיך צו מיינע ווערטער, איך האב נישט געמיינט צו זאגן אז רעלאטיוו איז די בעסט, (לענ"ד איז 'וואס גייט עס מיך אן' די בעסטע פאועם, איך רעזעוויר עס פאר עפעס א מעכטיגע שרייבער) איך האב בלויז געמיינט די געדאנק פון רעלאטיוו, אז למעשה איז דא א פארמעסט, און ווען אפאר זענען אויסטערליש, שטופט עס אראפ מיט געוואלד אפי' גוטע, (אינקלאדינג מיינע חרוסת...).

געשריבן: דינסטאג ינואר 20, 2015 9:18 am
דורך א גראם מיט טעם
אינטערסאנט איז, אז שוואכע האבען אויך באקומען פייוו סטאר רעיטינגס, אלא מאי, על טעם וריח...

געשריבן: דינסטאג ינואר 20, 2015 9:21 am
דורך צווייפעל
א גראם מיט טעם האט געשריבן:אינטערסאנט איז, אז שוואכע האבען אויך באקומען פייוו סטאר רעיטינגס, אלא מאי, על טעם וריח...


"שוואכע" רעלאטיוו צו דיר...

פארגעס נישט, די שרייבער פון די פאועם'ס האבן אויך שטים רעכטן... און צומאל זייער צווייטע ניק האט אויך א מיינונג....

געשריבן: דינסטאג ינואר 20, 2015 9:26 am
דורך מיסטעריעז
ס'איז א בחינה ווי א לייק אפציע, ס'קאסט דעך נישט קיין געלט און יענער פריידט זיך סוי פארוואס זאל איך עס נישט טון?
איי דו מאכסט חרוב די גאנצע פארמעסט? אבער מ'דארף זיך רעכענען מיט יענעם...

נישט יעדעם קען מען אלץ פארשטיין.

-
אה! צווייפל האקט מיט א שיין פשט

געשריבן: דינסטאג ינואר 20, 2015 9:35 am
דורך יאנקעלע קליגער
וואס דארף מען נעמען אין באטראכט ביי "קריעטיוו"?

געשריבן: דינסטאג ינואר 20, 2015 9:36 am
דורך א גראם מיט טעם
יאנקעלע קליגער האט געשריבן:וואס דארף מען נעמען אין באטראכט ביי "קריעטיוו"?

עפעס דיפרענט, צו אין די איידיע, דער וועג ווי ער לייגט עס אראפ וכו'

געשריבן: דינסטאג ינואר 20, 2015 9:40 am
דורך יאנקעלע קליגער
ייש"כ

געשריבן: דינסטאג ינואר 20, 2015 9:43 am
דורך א גראם מיט טעם
צווייפעל האט געשריבן:
א גראם מיט טעם האט געשריבן:אינטערסאנט איז, אז שוואכע האבען אויך באקומען פייוו סטאר רעיטינגס, אלא מאי, על טעם וריח...


"שוואכע" רעלאטיוו צו דיר....

לאו דוקא, מיינס איז שוין ארויף געלייגט און איך האב עס נישט געגעבען א פינעווער, ווייל איך האלט אז ס'גאנץ שוואך קאמפערד צו אנדערע, ערענסט גערעדט ,כ'בין אפשר א מבין אין גראמען, אבער לגבי פאוטערי, לערן איך מיך נאך....
דערפאר האב איך געשריבען על טעם וריח.

געשריבן: דינסטאג ינואר 20, 2015 9:47 am
דורך צווייפעל
מיינס גיב איך א 2'ער אין אלע הינזיכטן, חוץ ביי אווער אלל רעיטינג גיב איך א 5'נעווער, ווייל דארט נעמט מען אלעס אין באטראכט, דעם מחבר אויך...

געשריבן: דינסטאג ינואר 20, 2015 9:51 am
דורך יאנקעלע קליגער
צווייפעל האט געשריבן:מיינס גיב איך א 2'ער אין אלע הינזיכטן, חוץ ביי אווער אלל רעיטינג גיב איך א 5'נעווער, ווייל דארט נעמט מען אלעס אין באטראכט, דעם מחבר אויך...

רט פאר מיינס , איך האב ניטאמאל געטראכט אז ער וועט עס ארויפלייגן, אבער דער נישט איז דאך א צדיק פון א איד און ער וועט ח"ו קיינעם נישט וויי טון,

געשריבן: דינסטאג ינואר 20, 2015 9:54 am
דורך אלץ ווייזער
איך קלער עס וועט זיין גאר פאסיג וועט א טאג צוויי נאכן ארויסלייגן אלע קרוב צו פערציג שטיק זאל מען מאכן א שטימע וועלעכע האט איר די "בעסטע" הנאה געהאט ד.מ. וועלעכע האט אייך די מערסטע געגליסט איבערצוליינען וכדו'
אזוי וועט צום סוף זיין א געווינער צום פארמעסט אויך
וואס זאגט איר דערצו?

געשריבן: דינסטאג ינואר 20, 2015 9:57 am
דורך מיסטעריעז
א גראם מיט טעם האט געשריבן:
צווייפעל האט געשריבן:
א גראם מיט טעם האט געשריבן:אינטערסאנט איז, אז שוואכע האבען אויך באקומען פייוו סטאר רעיטינגס, אלא מאי, על טעם וריח...

"שוואכע" רעלאטיוו צו דיר....

לאו דוקא, מיינס איז שוין ארויף געלייגט און איך האב עס נישט געגעבען א פינעווער, ווייל איך האלט אז ס'גאנץ שוואך קאמפערד צו אנדערע, ערענסט גערעדט ,כ'בין אפשר א מבין אין גראמען, אבער לגבי פאוטערי, לערן איך מיך נאך....
דערפאר האב איך געשריבען על טעם וריח.

פארוואס רעיטסטו אין קאמפעיר צו אנדערע?

געשריבן: דינסטאג ינואר 20, 2015 9:58 am
דורך מיסטעריעז
אלץ ווייזער האט געשריבן:איך קלער עס וועט זיין גאר פאסיג וועט א טאג צוויי נאכן ארויסלייגן אלע קרוב צו פערציג שטיק זאל מען מאכן א שטימע וועלעכע האט איר די "בעסטע" הנאה געהאט ד.מ. וועלעכע האט אייך די מערסטע געגליסט איבערצוליינען וכדו'
אזוי וועט צום סוף זיין א געווינער צום פארמעסט אויך
וואס זאגט איר דערצו?

דאס איז דאך די פלאן, ניין?

געשריבן: דינסטאג ינואר 20, 2015 9:59 am
דורך אלץ ווייזער
מיסטעריעז האט געשריבן:
אלץ ווייזער האט געשריבן:איך קלער עס וועט זיין גאר פאסיג וועט א טאג צוויי נאכן ארויסלייגן אלע קרוב צו פערציג שטיק זאל מען מאכן א שטימע וועלעכע האט איר די "בעסטע" הנאה געהאט ד.מ. וועלעכע האט אייך די מערסטע געגליסט איבערצוליינען וכדו'
אזוי וועט צום סוף זיין א געווינער צום פארמעסט אויך
וואס זאגט איר דערצו?

דאס איז דאך די פלאן, ניין?

אה אנטשולדיגט נישט אויפגעמערקט
איז דאך דאס יא א פיינע פלאן!!...

געשריבן: דינסטאג ינואר 20, 2015 10:30 am
דורך עירמאנט'ער
מיסטעריעז האט געשריבן:
אלץ ווייזער האט געשריבן:איך קלער עס וועט זיין גאר פאסיג וועט א טאג צוויי נאכן ארויסלייגן אלע קרוב צו פערציג שטיק זאל מען מאכן א שטימע וועלעכע האט איר די "בעסטע" הנאה געהאט ד.מ. וועלעכע האט אייך די מערסטע געגליסט איבערצוליינען וכדו'
אזוי וועט צום סוף זיין א געווינער צום פארמעסט אויך
וואס זאגט איר דערצו?

דאס איז דאך די פלאן, ניין?

ווי שטייט אז דאס איז דער פלאן
?