מפעל "הוצאת ספרים שעל ידי אייוועלט"

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2395
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » מיטוואך ינואר 07, 2015 12:56 pm

שוין, עס איז שוין דא התנגדות אויכעט, איז טאקע א חשובער ענין

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3192
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מיטוואך ינואר 07, 2015 1:09 pm

שוועמל האט געשריבן:שמועסנדיג מיט איינעם זאגט ער ווי שיין און גוט דער פראיעקט קוקט אויס, ברויך מען אבער גוט מברר זיין איידער מען פארשפרייט ספרים וכתבי ידות צי עס איז נישט דא עפעס א קפידא אדער חרם דאס איבערצודרוקן. פאר עפעס א סיבה איז דאס געבליבן בכת"י נישט אזוי?
יענער פארציילט אז דער בראך ע"ה פון קאפי קארנער פלעגט פארשפרייטן אלטע ספרים ווען ער איז נישט געזונט געווארן האט ער זיך אויסגעדרוקט ער האט פארשפרייט זאכן וואס האט נישט אויסגעפעלט.

עכ"פ איך זע דרך המלך האט דערמאנט עפעס בנוגע רנ"מ זצ"ל. עס קען אויך זיין סיז שוין געקומען די צייט די ספרים זאלן יא נתגלה ווערן ווי יידישע קהילות זאגט, אזא זאך דארף א דעת תורה.
אולי וואלט דער מכון אנגעפרעגט א רב ובקי בענינים אלו בעפאר סיי וועלכע שריט.

עס איז דא ספרים וואס פעלט נישט אויס צו דריקן, ווצב"ש זאכן פון אלטע מחלוקת'ער, סעמי-השכלה זאכן, וכדומה. דא רעדט מען בסך הכל אז *אפשר* האט א גדול עפעס געזאגט אז ער איז געווען פארמישט אין א מחלוקה. פרעג איך אייך, דארף מען דעת תורה פאר מ'גייט דריקן א ספר פון דעם יעב"ץ? דארף איך פרעגן א רב צו מ'מעג דריקן דעם פרי חדש?
ס'איז דא א גבול אויף וואס איז א שאלה און וואס נישט. דאס איז מיין פערזענליכע מיינונג. אבער אויב דעת הקהל איז קעגן דעם - אקבל.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1145
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

תגובהדורך דרךהמלך » מיטוואך ינואר 07, 2015 1:10 pm

ס'איז נישט אפשר
ס'איז זיכער
די שאלה איז נאר וואס ער האט געזאגט
און די הוראה פון שבט הלוי פארן זוהן איז אויך זיכער, פון כלי ראשון

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3192
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מיטוואך ינואר 07, 2015 1:18 pm

ב"ה מיר האבן שוין 18 מתנדבים. איך בין גרייט אנצוהייבן.
די ערשטע זאך: לאמיר מחליט זיין כתב יד אדער אלטע ספר.
מתנדבים ביטע שטימט אדער דא אדער אין אישי.
מ'קען שוין אריינרעדן אויף די צווייטע שאלה, אויב כתב יד - זאל מען גיין צו כתב יד פון רנ"מ, אדער דער ליקוט פון די פראנקפורטער ישיבה (חסרון: אסאך בלעטער זענען שווער צום לייענען, איך מיין אז עס נישט דא בשלמות אויף אלע סדרות [צריך לבדוק עוה"פ, מיללער??] און מסתם זענען שוין אסאך זאכן געדרוקט על שמם פון די גדולים המחדשים. לעומת זה: עס איז מער קאלירפול, האט נישט דרךהמלך'ס קפידא'ס, און א משהו ווייניגער בכמות)

איך האב ג'מאכט א באזונדערע אימעיל פאר אלעס אין צוזאמנהאנג מיט מפעל הוצאת ספרים שע"י אייוועלט
SeforimVelt@gmail.com
(אן דעם בוכשטאב I, ווייל כש"אני" לעצמי מה אני...)

אי"ה מארגן וויל איך ארויסגעבן די רעזאלטס און די החלטה. דערפאר בעט איך די וועלכע האבן נאכנישט געוואוט זאלן דאס טוהן ווי אמשנעלסטן. אויך נישט מתנדבים ווערן געבעטן צו זאגן זייער מיינונג, ותשועה ברוב יועץ.
פרייטאג וועט שוין זיין ארויסגעגעבן די חלקים פאר יעדן איינעם, כדי די וועלכע רעכענען אויף "דעם וויקענד" זאלן קענען ארבעטן במשך ערב שבת, מוצ"ש, און זונטאג.


נ.ב. איך האב עקספיריענס אין מהדר זיין ספרים פון כתבי יד און אלטע ספרים, גלייב איך אז איך קען זיין בייהילפיג אין מיין פאזיציע.
לעצט פאראכטן דורך יידישע קהילות אום מיטוואך ינואר 07, 2015 1:39 pm, פאראכטן געווארן 4 מאל סך הכל.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25677
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך ינואר 07, 2015 1:20 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:ב"ה מיר האבן שוין 18 מתנדבים. איך בין גרייט אנצוהייבן.
די ערשטע זאך: לאמיר מחליט זיין כתב יד אדער אלטע ספר.
מתנדבים ביטע שטימט אדער דא אדער אין אישי.
מ'קען שוין אריינרעדן אויף די צווייטע שאלה, אויב כתב יד - זאל מען גיין צו כתב יד פון רנ"מ, אדער דער ליקוט פון די פראנקפורטער ישיבה (חסרון: אסאך בלעטער זענען שווער צום לייענען, איך מיין אז עס נישט דא בשלמות אויף אלע סדרות [צריך לבדוק עוה"פ, מיללער??] און מסתם זענען שוין אסאך זאכן געדרוקט על שמם פון די גדולים המחדשים. לעומת זה: עס איז מער קאלירפול, האט נישט דרךהמלך'ס קפידא'ס, און א משהו ווייניגער בכמות)
נ.ב. איך האב עקספיריענס אין מהדר זיין ספרים פון כתבי יד און אלטע ספרים, גלייב איך אז איך קען זיין בייהילפיג אין מיין פאזיציע.

וואו איז דער לינק צום ליקוט?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25677
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך ינואר 07, 2015 1:27 pm

שוין, הרב יציב פתגם האט שוין אנגעהויבן דעם ספר, מיטן אפשרייבן תולדותיו באריכות:
viewtopic.php?p=993267#p993267

זעהטוויאזוי עס איז אויסגעקריצט אויף די מצבה, בנוגע זיינע חידושים און דריקן זיינע כתבי יד:
וכבר הוציא לאור חבורו הנקרא ספר בנין שלמה
והניח אחריו ברכה חדושי׳ הרבה שחונן והמה בכתובים
וזכות יעמוד להוציא לאור תעלומ׳ אחת לאחת

אנכי
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 8:46 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכ"י יושבת

תגובהדורך אנכי » מיטוואך ינואר 07, 2015 1:48 pm

מיללער האט געשריבן:וואו איז דער לינק צום ליקוט?

http://sammlungen.ub.uni-frankfurt.de/m ... ew/1993228
אנא נפשי כתבית יהבית

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3192
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מיטוואך ינואר 07, 2015 1:51 pm

להשואלים:
דאס איז שוין אויסג'פסק'נט אז מיר זוכן עפעס על התורה/אגדה/דרוש. די שאלה איז נאר כת"י אדער פון אלטע דרוק. און ר' נתן מאז אדער עפעס אנדערש.
ביטע העלפן צו קומען צו אן החלטה וואס פריער.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אנכי
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 8:46 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכ"י יושבת

תגובהדורך אנכי » מיטוואך ינואר 07, 2015 1:52 pm

וזהו מהמלמד בן ר' ליפמאן

http://sammlungen.ub.uni-frankfurt.de/m ... ew/1862735
אנא נפשי כתבית יהבית

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך ינואר 07, 2015 1:53 pm

התנצלות
איך וואלט זיך זייער געוואלט משתתף זיין אין דעם נאבעלן פראיעקט, אבער היות דאס איז מיין פרנסה, איז מיר זייער שווער צו ארבעטן בהתנדבות, ואתכם הסליחה, ואתנו כולנו ההצלחה

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מיטוואך ינואר 07, 2015 3:02 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:די שאלה איז נאר כת"י אדער פון אלטע דרוק. און ר' נתן מאז אדער עפעס אנדערש.
ביטע העלפן צו קומען צו אן החלטה וואס פריער.

איך האב שוין געשריבן אז א ספר דארף זיין גרינגער, און ווי לכתחילה האט עס בעסער מסביר געווען און צוגעלייגט די סברא אז מ'קען גרינגער מיד ווערן ווען מ'הייבט אן מיט א כת"י וואס איז פיל שווערער.

ר' נתן מאז צו אנדערע? ווארטן מיר דרך זאל ברענגען זיינע ריזאלטס...

אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1145
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

תגובהדורך דרךהמלך » מיטוואך ינואר 07, 2015 3:19 pm

אין איינע פון די כתבי ידות זעה איך העתקות פון דרשות פון רבי ר' יונתן, דארף מען נאכקוקען צו דאס איז אומר הבא מן החדש, אדער זאכן וואס איז שוין געדריקט?

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9976
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך ינואר 07, 2015 3:43 pm

מיסטעריעז האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:די שאלה איז נאר כת"י אדער פון אלטע דרוק. און ר' נתן מאז אדער עפעס אנדערש.
ביטע העלפן צו קומען צו אן החלטה וואס פריער.

איך האב שוין געשריבן אז א ספר דארף זיין גרינגער, און ווי לכתחילה האט עס בעסער מסביר געווען און צוגעלייגט די סברא אז מ'קען גרינגער מיד ווערן ווען מ'הייבט אן מיט א כת"י וואס איז פיל שווערער

אבער פון דער אנדערע זייט פילט מען מער ווי מען טוט עפעס אויף, און עס שטופט שטארק.
עפטער אלל איז דאס אן עדווענטשער, און ביי אן עדווענטשערואיסטן איז ווי מען עדווענטשער אלץ שטערקער איז מען אין און פאר דער זאך.
-------
איבער דער שערוריה וועגן דער נוב"י וואס דרך האט דערמאנט, פארשטיי איך נישט ווייל פון יציב'ס אשכול זעט מען אז ר' נתן מיטן נוב"י זענען געווען בקשר אין גוטע טערמינען.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מיטוואך ינואר 07, 2015 3:45 pm

אודאי ריכטיג וואס איר זאגט, אבער ביים איבערדריקן א ספר וואס איז נישט בנמצא פילט מען אויך ווי מ'טוט עפעס אויף...

--
איך זעה נישט די סתירה

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3192
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מיטוואך ינואר 07, 2015 5:34 pm

לפום ריהטא זעהט אויס אז מיר וועלן אנהייבן מיט דעם כתב יד פון הג"ר נתן מאז זצ"ל ראב"ד ור"מ פפד"מ.
דאס זענען חידושים אויף תורה נ"ך און אגדות הש"ס. תורה גייט ביז ע' 123, אגדות הש"ס הייבט זיך אן ע' 245.
עס זענען דא היפש ליידיגע בלעטער, וואס דער מחבר האט אנגעגרייט אויף אריינשרייבן א חידוש, ווען עס וועט זיך מאכן...
דער שריפט איז נישט צו א שווערע. ב"ה.
דא קענט איר דאונלאודן דעם גאנצן ביכל אויף PDF
איך בין מציע אז מיר זאלן דערווייל אנהייבן מיט על התורה. און מיר וועלן מאכן פארשריט אי"ה וועלן מיר מסיים זיין דעם גאנצן ספר, אבער ערשט לאמיר ענדיגן דעם חלק פון על התורה.

די החלטה איז נאכנישט פיינעל, אבער אויב וועט נישט זיין קיין התנגדות דאן וועל איך אי"ה היינט ביינאכט איינטיילן די בלעטער פאר די חשובע מתנדבים שיחי'.

איך גיי אי"ה אויך ארויסשטעלן א צעטל מיט אנווייזונגען וויאזוי צו טוהן די מלאכת ההעתקה, כדי אז מיר אלע זאלן זיין אויף 'די סעים פעידזש'...
ווער עס האט עפעס א וויכטיגע נקודה, וואס ער האלט עס איז וויכטיג אז אלע מתנדבים זאלן וויסן בשעת זייער עבודת הקודש, ביטע שיק דאס מיר אין אישי אדער אין אימעיל.

ומכאן הקריאה יוצאת, דער וואס האט זיך נאכנישט אנגערופן זיך משתתף זיין, און האט די כלים און כוחות צוצוהעלפן, ביטע טוה אזוי ווי אמשנעלסטן. וזכות הרבים, וזכות רבינו המחבר ז"ל, יגן עליכם.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3192
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

הנה זה בא!

תגובהדורך יידישע קהילות » מיטוואך ינואר 07, 2015 7:26 pm

איך שרייב דא נאר באופן כללי, די סדר הדברים. איך וועל בל"נ עפענען נאך א אשכול לצורך הגהה און פאליסיס, דארט וועט רעדן פרטים פון פיענוח און הגהות וכדומה.
יעדע וואך-צוויי וואכן וועט מען מחדש זיין די ארבעט, ד.ה. משיקט אריין די פערטיגע ארבעט, און מ'באקומט די נייע.
די גטייפטע סחורה גייט צו די מגיהים, אאז"וו.
מיר וועלן אנהייבן אויפן סדר פון בראשית וכו'. אבער היות מיר ווילן אז עס זאל זיך מתקדם זיין כסדרו, וועט מען נישט געבן פאר יעדן מתנדב א פרשה וכדומה - דאס קען ברענגען אז עס זאל זיין קרעים קרעים; עס וועט געגעבן ווערן בלעטער פאר יעדן איינעם, אזוי וועט בלייבן א סדר.
איך הייב אן מיט אן איינצעלנעם בלאט (ע"פ רוב) פער מתנדב. לאמיר זען די רעיט און די ספיד און די קוואליטי פון די ארבעט, און אי"ה במשך די וואך וועלן מיר שוין קענען פילן וויאזוי ממשיך צו זיין.
איך האב מסדר געווען די חלקים פון עמודים לויט נומערן, ווי איר זען דא אונטן. און דערנעבן די ליסט פון די נדבנים. יעדער נדבן זאל טרעפן זיין נומער, און טייפן יענע עמוד/ים.
די עמודים זענען לויט דער PDF פייל.
איך בעט פון יעדן נדבן, מיר מודיע זיין (אין אישי אדער אימעיל) ווען ער זעט די הודעה און ער האט געטראפן זיין חלק.
הייבט אן דעם עמוד פון אנהייב, ביז צום סוף, אפילו עס איז אינמיטן א ענין. (בדרך כלל איז דאס נישט.)
שרייבט אויך דעם קעפל פון דעם שטיקל.
אויב איינער פילט אז דער בלאט איז צו שווער, אדער די וואך וויל ער גארנישט, אדער (ח"ו) ער וויל אינגאנצן ארויסגיין, בעט איך אים ער זאל מודיע זיין ווי אמשנעלסטן, כדי מיר זאלן קענען איהם ממלא מקום זיין. מ'קען מיר שיקן א אימעיל אויב איר זענט נישט באקוועם ברבים.
וזאת למודעי, מיר קענען נוצן נאך מתנדבים, עס איז נישט צו שפעט. מיט נאך בערך 5 מתנדבים וואלטן מיר שוין יעצט געקאווערט גאנץ ספר בראשית!!!

1. שמו
2. מיללער
3. מיסטעריעז
4. למעלה משבעים
5. לכאורה
6. יידישע קהילות
7. יאפין
8. שמחת עולם
9. בארען קלאפער
10. קנאפער ידען
11. עין טובה
12. מאגר
13. נישט
14. מומחה יוחס
15. צולייגער
16. אנכי
17. דרךהמלך
18. ולא מיין

1. 5,
2. 6,
3. 7,
4. 8,
5. 9,
6. 10,
7. 11,
8. 12,
9. 13-14,
10. 15,
11. 16,
12. 17,18,
13. 21,22,
14. 25,
15. 26,
16. 27,29,
17. 31,
18. 32,

[ווער עס וויל א קאפי פון זיין בלעטל, זאל ביטע מיך אימעילן, נישט אין אישי]

זאלן מיר אלע האבן סיעתא דשמיא און הצלחה! מיט דאנק פאראויס,
מפעל "הוצאת ספרים שע"י אייוועלט"


געגאנגען....
לעצט פאראכטן דורך יידישע קהילות אום מיטוואך ינואר 07, 2015 8:02 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11885
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך ינואר 07, 2015 7:26 pm

ליידער וועל איך נישט נעמען א טייל אינעם פראיעקט. אבער איך פאלג נאך דעם אשכול מיט א שטארקע אינטערעסע. נאך א הערליך ביימעלע וואקסט ארויס אינעם גארטן פון אייוועלט

חזקו ואמצו יעדער איינער

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלף
תגובות: 1660
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » מיטוואך ינואר 07, 2015 7:30 pm

געלעגער האט געשריבן:ליידער וועל איך נישט נעמען א טייל אינעם פראיעקט. אבער איך פאלג נאך דעם אשכול מיט א שטארקע אינטערעסע. נאך א הערליך ביימעלע וואקסט ארויס אינעם גארטן פון אייוועלט

חזקו ואמצו יעדער איינער

גם אני מצטרף.
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2395
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » מיטוואך ינואר 07, 2015 9:24 pm

הגם עס איז מיין פרנסה, וועל איך מנדב זיין העתקה פון 2 עמודים

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3192
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מיטוואך ינואר 07, 2015 10:07 pm

אוהב ספרים האט געשריבן:הגם עס איז מיין פרנסה, וועל איך מנדב זיין העתקה פון 2 עמודים

אוהב ספרים - ע' 33-34
תזכו למצוות - ותצליח בפרנסתך ברווח בשפע ובניקל!
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3192
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מיטוואך ינואר 07, 2015 10:22 pm

35-36 - נדבן בסתר.
תזכו למצוות!

נאך 3 עמודים און מיר האבן געענדיגט ספר בראשית!!!!


לעצט פאראכטן דורך יידישע קהילות אום מיטוואך ינואר 07, 2015 10:54 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
ניקעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:21 pm

תגובהדורך ניקעל » מיטוואך ינואר 07, 2015 10:51 pm

געלעגער האט געשריבן:ליידער וועל איך נישט נעמען א טייל אינעם פראיעקט. אבער איך פאלג נאך דעם אשכול מיט א שטארקע אינטערעסע. נאך א הערליך ביימעלע וואקסט ארויס אינעם גארטן פון אייוועלט

חזקו ואמצו יעדער איינער

ולא מיין
שר חמש מאות
תגובות: 840
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר

תגובהדורך ולא מיין » מיטוואך ינואר 07, 2015 11:37 pm

האמיר שוין אנגעהויבן צו טייפן, פ' ויצא מיט א שילוב צו 'השוכר את הפועלים', ס'איז א הערליכע קלארע שריפט, אבער זייער שווער צו טייפן אן צוויי סקרינס, אפשר וועט די נייע מכון 'יהדות התורה', מנדב זיין א סקרין פאר די מעתיקים.
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9976
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך ינואר 07, 2015 11:48 pm

האלב און האלב איז נישט גוט? אזוי טו איך.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

ולא מיין
שר חמש מאות
תגובות: 840
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר

תגובהדורך ולא מיין » דאנארשטאג ינואר 08, 2015 12:03 am

קנאפער ידען האט געשריבן:האלב און האלב איז נישט גוט? אזוי טו איך.

צו קליין, מאכט שווער דאס זעהן.
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').


צוריק צו “מפעל הוצאת ספרים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט