בלאט 1 פון 25

מפעל "הוצאת ספרים שעל ידי אייוועלט"

געשריבן: דינסטאג ינואר 06, 2015 6:45 pm
דורך יידישע קהילות
דא האט הרב מיללער גלייגט א לינק צו דער פראנקפורטער ביבליאטעק. פול מיט כתבי יד פון הגאון ר' נתן מאז און ר' אהרן פולדה און נאך.
מי יתן ווען איינער קען מעתיק זיין די כתבים און ארויסגעבן לתועלת הרבים. דעס ביסל וואס איך האב דורכגעלייענט איז גאר גאר חשוב!

אפשר קענען מיר דא צוזאמען נעמען איין ספר, (למשל: ר' נתן מאז'ס ספר על התורה) און יעדער זאל מעתיק זיין און אפטייפן איין בלאט, און אין א קורצע צייט וועט דער ספר זיין אין PDF - כל המברר מקחו של צדיק וכו'.
מי לעבודה אלי!!!

געשריבן: דינסטאג ינואר 06, 2015 6:55 pm
דורך שמו
יידישע קהילות האט געשריבן:מי לעבודה אלי!!!


בעז"ה מוכן לתת כמה עמודים

געשריבן: דינסטאג ינואר 06, 2015 7:01 pm
דורך יידישע קהילות
או קעי, אז גענוג מענטשן וועלן זיך מעלדן וועט מען מחליט זיין אויף א ספר. און מ'וועט זיך נעמען צו די מלאכה.
איך געב דין קדימה פאר א ספר על התורה/דרוש ואגדה, פאר א ספר אויף הלכה/שו"ע. בין איך גערעכט?

געשריבן: דינסטאג ינואר 06, 2015 7:06 pm
דורך שמו
צדקת, עה"ת אדער אגדה גייט בעסער

נעם א ספר וואס האט ווייניגער פעידזשעס, ווייל אז מ'וועט זעהן אז מ'קומט אן, וועט דאס געבן חשק אנצוגיין ווייטער.

געשריבן: דינסטאג ינואר 06, 2015 7:08 pm
דורך טייבעלע
די ספרי הכלים {כלי חמדה, כלי יקר, כלי פז} מרבנו שמואל לאניאדו.

געשריבן: דינסטאג ינואר 06, 2015 7:13 pm
דורך מיללער
שמו האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:מי לעבודה אלי!!!


בעז"ה מוכן לתת כמה עמודים

גם אני אקח איזה עמודים בל"נ

געשריבן: דינסטאג ינואר 06, 2015 7:42 pm
דורך מיסטעריעז
הנני מוכן ומזומן!

קיינמאל געוויסט אז ר נתן (רבו של החת"ס) האט געמאכט א ספר על התורה.

הערות און מראי מקומות זענען אויך וועלקאם פארשטיי איך, ריכטיג?

געשריבן: דינסטאג ינואר 06, 2015 7:46 pm
דורך שמו
מיסטעריעז האט געשריבן:הערות און מראי מקומות זענען אויך וועלקאם פארשטיי איך, ריכטיג?


הרב מיסטעריעיז, לדעתי מיין איך דו כאפסט לאקשן פאר די זופ
דער סדר העולם איז
טייפן, הגה"ה צו ס'איז ריכטיג געטייפט, הערשט דערנאך הוספת מראי מקומות און הערות, אז נישט ארבעט מען פיר מאל מער כך נראה לענ"ד
(איך בעט שוין איבער יודישע קהילות, פארן זיך אריין מישן און זאגן דיעות אין זיין פראיעקט).

געשריבן: דינסטאג ינואר 06, 2015 7:47 pm
דורך למעלה משבעים
זאל איינער שטעלן א לינק צו א ספר מיט וואס מען זאל אנהייבן, און עמער אי"ה אויך צושטייער געבן.

געשריבן: דינסטאג ינואר 06, 2015 7:53 pm
דורך מיסטעריעז
איך האב גראדע גערעדט פון הערות און מ"מ וואס קומען ארויף פון זיך אליינס בשעת'ן איבערזעצן.

ווער עס האט געדולד צו מעתיק זיין איז אודאי ענדערש קודם דאס צו טון ווי איידער הערות ומ"מ, אבער אולי זאל אידישע קהילות זיך טאקע משתף זיין מיט א צווייטע ניק וואס זאל זיך אפגעבן מיט די וואס האבן נישט קיין געדולד מעתיק צו זיין נאר ענדערש געמאכט הערות ומ"מ.

געשריבן: דינסטאג ינואר 06, 2015 7:54 pm
דורך שמו
דאס איז שוין א פלאן
אבער לדעתי דארף מען קודם טייפן די גאנצע
און דערנאך זיך צו נעמען צו די מראי מקומות וכדו'

געשריבן: דינסטאג ינואר 06, 2015 7:55 pm
דורך מיסטעריעז
למעלה משבעים האט געשריבן:זאל איינער שטעלן א לינק צו א ספר מיט וואס מען זאל אנהייבן, און עמער אי"ה אויך צושטייער געבן.

בעסער אז אידישע זאל צוטיילן די דפים, ניין? אז נישט וועט ווערן א צומישעניש וכו'

געשריבן: דינסטאג ינואר 06, 2015 7:59 pm
דורך מיסטעריעז
שמו האט געשריבן:דאס איז שוין א פלאן
אבער לדעתי דארף מען קודם טייפן די גאנצע
און דערנאך זיך צו נעמען צו די מראי מקומות וכדו'

ליין איבער...
איך האב גערעדט פון די וואס האבן נישט קיין געדולד צו מעתיק זיין, פארוואס זאלן זיי נישט עוסק זיין אין הגה, מ"מ און הערות די פריעסטע מעגליך?

עכ"פ די לעצטע ווארט ליגט ביי אידישע....

געשריבן: דינסטאג ינואר 06, 2015 8:10 pm
דורך יידישע קהילות
רבותי ארדענונג!!!
דער סדר גייט זיין אזוי:
1 - אלע מתנדבים זאלן זיך מעלדן דא אדער אין אישי. (פארשטייט זיך אז איך וועל אויך אי"ה בל"נ ביישטייערן מיטן העתקה און טייפן)
2 - אלע מתנדבים וועלן באקומען א שטים-רעכט וועלכע ספר אויסצווועלן.
3 - יעדער מתנדב וועט באקומען זיין חלק.
4 - די געטייפטע וועט ווערן געשיקט צו מתנדבים וועלכע זענען גרייט מגיה צו זיין.
5 - דערנאך צו מתנדבים אויף צו לייגן מ"מ וכדומה.
6 - עס וועט ארומגעשיקט ווערן דער פייל צו אלע מתנדבים פאר זייערע הגהות.
7 - צו א מתנדב פאר עימוד אויף א פי. די. עף.
8 - שיקן צו אוצר החכמה, היברו-בוקס און בר אילן.

דערווייל האלט מען אין מיטן #1

געשריבן: דינסטאג ינואר 06, 2015 8:16 pm
דורך יידישע קהילות
שאלה צום עולם:
זאל מען אנהייבן מיט א כתב יד אדער א אלט ספר (דוגמת וואס טייבעלע האט געשריבן)?

געשריבן: דינסטאג ינואר 06, 2015 8:18 pm
דורך לכתחילה אריבער
עקסטערע אשכול אלערט.

געשריבן: דינסטאג ינואר 06, 2015 8:21 pm
דורך ענדע צדיק!
פון וויפל עמודים רעדט מען דא? (איך וויל נישט ארבעטן אומזיסט...)

טייפן גלייב איך נישט. אבער אין אנדערע זאכן קענען מיר זיין אפשר בייהילפיג

געשריבן: דינסטאג ינואר 06, 2015 8:25 pm
דורך לכאורה
i can type iy"h

געשריבן: דינסטאג ינואר 06, 2015 8:26 pm
דורך תג נוצער
יידישע קהילות האט געשריבן:שאלה צום עולם:
זאל מען אנהייבן מיט א כתב יד אדער א אלט ספר (דוגמת וואס טייבעלע האט געשריבן)?

כתב יד
קען פרובירן צו זיין בייהילפיג מיט מ"מ

געשריבן: דינסטאג ינואר 06, 2015 8:30 pm
דורך ענדע צדיק!
איך וואלט ענדערשט געוואוט פאר כתב יד (שווערער).

ענדע צדיק! האט געשריבן:פון וויפל עמודים רעדט מען דא? (איך וויל נישט ארבעטן אומזיסט...)

יעצט זעה איך אז מען האט נאכנישט אויסגעוועהלט קיין ספר, אנטשולדיגט

געשריבן: דינסטאג ינואר 06, 2015 8:30 pm
דורך מיסטעריעז
א כתב יד האט מער תועלת, אבער קען צומאל זיין פיל א שווערער ארבעט.

געשריבן: דינסטאג ינואר 06, 2015 8:43 pm
דורך יידישע קהילות
מיסטעריעז האט געשריבן:איך האב גראדע גערעדט פון הערות און מ"מ וואס קומען ארויף פון זיך אליינס בשעת'ן איבערזעצן.

ווער עס האט געדולד צו מעתיק זיין איז אודאי ענדערש קודם דאס צו טון ווי איידער הערות ומ"מ, אבער אולי זאל אידישע קהילות זיך טאקע משתף זיין מיט א צווייטע ניק וואס זאל זיך אפגעבן מיט די וואס האבן נישט קיין געדולד מעתיק צו זיין נאר ענדערש געמאכט הערות ומ"מ.

איך האף אי"ה צו מענעדשזן די גאנצע זאך. קודם דארף איך נאך גענוג נדבנים.

אלו האנשים אשר נקבו בשמות - מתנדבים החשובים שיחיו

געשריבן: דינסטאג ינואר 06, 2015 8:45 pm
דורך יידישע קהילות

שמו
מיללער
מיסטעריעז
למעלה משבעים
לכאורה
יידישע קהילות
יאפין - אולי גם הגהה
שמחת עולם
בארען קלאפער
קנאפער ידען
עין טובה
מאגר
נישט
מומחה יוחס
צולייגער - אויך פאר פרינטן קאפי'ס פאר די מתנדבים וכדומה.
אנכי
דרךהמלך
ולא מיין

גערעכטער - הגהה ומ"מ
תג נוצער - מראה מקומות
ענדע צדיק! - אנדערע זאכן


געשריבן: דינסטאג ינואר 06, 2015 9:56 pm
דורך מיללער
מיסטעריעז האט געשריבן:הנני מוכן ומזומן!

קיינמאל געוויסט אז ר נתן (רבו של החת"ס) האט געמאכט א ספר על התורה.

הערות און מראי מקומות זענען אויך וועלקאם פארשטיי איך, ריכטיג?

רבי נתן מאז היה רבו של החת"ס? או שכבודו טועה ברבי נתן אדלער?

געשריבן: דינסטאג ינואר 06, 2015 10:01 pm
דורך מיסטעריעז
ביידע
עיין בהקדמה לדרשות חת"ס