בלאט 1 פון 1

הא הא הא ההההה ההה הה ה המלך!

געשריבן: דינסטאג יולי 21, 2015 5:18 pm
דורך יידישע קהילות
טייערע חשוב'ע פריינט,
א"ב איז ראשי תיבות א'לול ב'א. נאך א ביסל איז ראש חודש אלול, מיר וועלן בלאזן שופר און אנהייבן מרבה זיין בתפלה ובתחנונים, לערנען מוסר ודברי התעוררות. נאך אביסל שטייען מיר אויף צו סליחות, מיר גייען פאסטן ערב ר"ה, און דער יום הדין הגדול והנורא פון ראש השנה זעלבסט, תקיעת שופר, חלה אין האניג, עשרת ימי תשובה און דער העכסטער טאג אין יאר יום הכיפורים לכפר על כל עוונותינו.
מיר האבן א געלגנהייט און א זכיה צו קענען מעתיק זיין און מפרסם זיין את דברי תורתו פון הג"ר שלמה אב"ד צילץ אויף די אויבדערמאנטע זמנים, מציל זיין די כתבי יד פון א פארטונקלטן קעלער אין די בלוט-געווייקטע ערד פון דייטשלאנד, שפתותיו דובבות פון א צדיק וואס לעבט שוין נישט באלד צוויי הונדערט יאר, און פשוט מזכה זיין אסאך יידן צו לערנען און נתעורר ווערן דורך די דברי תורה ואגדה המלאים זיו ומפיקים נוגה.
רבותי עס איז דא אסאך צו טוהן, מיר ווילן זיין גרייט מיט דעם ערשטן גליון לכבוד ראש חודש אלול. מיר דארפן נאך מתנדבים אויף בערך 28 עמודים.
איך בעט יעדן פריוואט, טוה א קלייניגקייט אפילו, נעם אן עמוד צוויי, זיי מעתיק און שיק צוריק. עס איז יעצט וואקאציע סעזאן, נוץ אויס די פרייע צייט מיט א געשמאקע תורה'דיגע פארוויילונגס ארבעט.
ברוך ה' איר חברי אייוועלט והגלילות האבן אונז נישט דיסאפוינטעד אין דעם פארגאנגענהייט, מיר זענען אנגעקומען פסח און שבועות מיט אונזערע גרויסע פראיעקטן. אויך איצט ביי אונזער בית המקדש פראיעקט אויף בין המצרים און נחמו זענען מיר ארויס געווינערס. די יעצטיגע פראיעקט איז א גרעסערע, אבער אויך א וויכטיגערע, עס איז כמעט רוב פון דעם בתי נפש על מועדים, און נעמט ארום הערליכע ענינים פון די הייליגע טעג בדברי התעוררות דרוש ואגדה. על בעט איך דער עולם זאל זיך משתתף זיין מיט אפענע הערצער כדי מיר זאלן קענען ממשיך זיין אונזער עבודת הקודש.
נאך אביסל און מוועט שרייבן כתיבה וחתימה טובה. איך בעט שוין פאר אייער כתיבה והעתקה טובה.
א דאנק

געשריבן: דינסטאג יולי 21, 2015 5:20 pm
דורך יידישע קהילות
נאך א פרט. היות איך קען נישט אלעמאל האבן קיין קאמפיוטער מיט געהעריגע אינטערנעט, וועל איך נישט קענען אלעמאל שיקן די בלעטער פאר די מתנדבים. דערפאר לייג איך דא ארויף א לינק צו דעם PDF פון חודש אלול, און מיר וועלן ארבעט לויט די מספר העמודים פון דעם PDF
דא איז דער לינק

געשריבן: דינסטאג יולי 21, 2015 6:34 pm
דורך יידישע קהילות
מ.ק. 1-7


אני הקטן 14-15
תמימות - 16- 18

געשריבן: דינסטאג יולי 21, 2015 7:03 pm
דורך יידישע קהילות
עס באלאנגט נישט אין דעם אשכול. אבער איך האב יעצט מעתיק געווען ע' 14, געבט א קוק דא ממש הערליכע רייד, געשריבן אויף גראם, מעורר לתשובה, און ידיעות חשובות מדברי הזוהר...
טעמו וראו כי טוב...

געשריבן: דינסטאג יולי 21, 2015 7:17 pm
דורך נא_שכל
ס'הייליגע ווערטער, דער זהר איז זייער פאסענד יעצט אין די ימי בין המצרים, סשטייט אז דער מלאך מישט אויס די טרערן פון א איד ביים דאווענען מיט די טרערן וואס ווערן פארגאסן אויפן חורבן בית המקדש
וכדאי' בזוהר פ' פקודי {...} וז"ל לעילא מכל פתחין אית פתחא חדא דקב"ה חתיר לה ותפתח תלת זימנא ביומא, ולא אנעיל, וקיימא לאינון מאריהון דתיובתא די אושדן דמעין בצלותא קמי מאריהון, וכד האי צלותא בהנהו דמעין סלקו לעילא אזדמן האי אופן דשמי רחמיאל דאתמלי רחמין על האי בר נש עד דלא יכול להתאפק ומרבה עוד דמעין סגיאין על הני דמעין ואתקשרן לעילא, וערבא להך באינון דמעין דאתושדו על חריבי דבי מקדשי ובאינון דמעין דאושדין על צדיקייא וזכאון דאסתלקא מן עלמא, כולהו נטיל להון ועריבו להון ובהך מחין חובין דישראל, ומאן דצלי ובכי עד דלא יכול למרחש בשפתייתי' האי צלותא

געשריבן: מיטוואך יולי 22, 2015 7:24 pm
דורך יידישע קהילות
יישר כח פאר ידידנו "תמימות" פארן אריינשיקן זיין עמוד און נעמען נאך.
ממנו ילמדו וכן יעשו. וזכות התורה יגן עליו.

געשריבן: מיטוואך יולי 22, 2015 11:43 pm
דורך רמונים
נא_שכל האט געשריבן:ס'הייליגע ווערטער, דער זהר איז זייער פאסענד יעצט אין די ימי בין המצרים, סשטייט אז דער מלאך מישט אויס די טרערן פון א איד ביים דאווענען מיט די טרערן וואס ווערן פארגאסן אויפן חורבן בית המקדש
וכדאי' בזוהר פ' פקודי {...} וז"ל לעילא מכל פתחין אית פתחא חדא דקב"ה חתיר לה ותפתח תלת זימנא ביומא, ולא אנעיל, וקיימא לאינון מאריהון דתיובתא די אושדן דמעין בצלותא קמי מאריהון, וכד האי צלותא בהנהו דמעין סלקו לעילא אזדמן האי אופן דשמי רחמיאל דאתמלי רחמין על האי בר נש עד דלא יכול להתאפק ומרבה עוד דמעין סגיאין על הני דמעין ואתקשרן לעילא, וערבא להך באינון דמעין דאתושדו על חריבי דבי מקדשי ובאינון דמעין דאושדין על צדיקייא וזכאון דאסתלקא מן עלמא, כולהו נטיל להון ועריבו להון ובהך מחין חובין דישראל, ומאן דצלי ובכי עד דלא יכול למרחש בשפתייתי' האי צלותא

הייליג
לאמיר איבערטייטשן בשלימות.
העכער פון אלע פתחים איז פארהאן איין פתח, וואס הקב"ה איז עס חותר און עפנט עס דריי מאל א טאג און שליסט עס נישט, דאס שטייט פאר די בעלי תשובה וואס גיסן טרערן ביים דאוונען צום אייבערשטן, און ווען די תפלה צוזאמען מיט די טרערן גייען ארויף אויבן, ווערט דער אופן וואס הייסט ר'ח'מ'י'א'-ל' נזדמן, און ווערט אנגעפולט מיט רחמנות אויף דעם מענטש ביז ער קען זיך מער נישט איינהאלטן און לייגט צו נאך אסאך טרערן אויף די טרערן און זיי ווערן אנגעקניפט אויבן, און ער מישט דאס אויס מיט די דמעות וואס ווערן פארגאסן אויפן חורבן בית המקדש און מיט די דמעות וואס ווערן פארגאסן אויף צדיקים און חסידים וואס זענען נסתלק געווארן פון די וועלט, אלץ נעמט ער צוזאם און מישט דאס אויס און מיט דעם מעקט אויס די עבירות פון די אידן, און ווער עס בעט און וויינט ביז ער קען שוין מער נישט רעדן מיט די ליפן [פון גרויס בכיה] די תפלה

געשריבן: מאנטאג יולי 27, 2015 9:00 pm
דורך יידישע קהילות
בשורה טובה.
ברוך ה' מיר האבן שוין מתנדבים פאר אביסל מער פון 50% פון דעם חלק אויף אלול.
איך בעט זייער די חשוב'ע מתנדבים, חדשים גם ישנים, זאלן זיך אנרופן און ביישטייערן צו אונזער געוואלדיגע הייליגע עבודה.
אויך ווער עס קען זיך אונטערנעמען אביסל מגיה צו זיין זאל זיך אויך מעלדן צו מיר. דער געווענטליכער מגיה ראשי איז אויף זיין העכסט פארדינטע דאטשע...
תזכו למצוות!

נ.ב. אלס א באנוס, וועל איך בל"נ מעטשן יעדע עמוד וואס דער עולם נעמט זיך אונטער אין די נעקסטע 24 שעה.
איר טייפט איין עמוד, און זענט גורם און האט א חלק און א זכות אין צוויי!
גלויבט מיר איך האב אויך וואס צו טוהן מיט מיין צייט. איך ארבעט און האב אויך שיעורי תורה וואס איך דארף מיטהאלטן, אבער דאך משום כבודו של המחבר זצ"ל, און כדי צו געבן אן אינצאטיוו פארן עולם נעם איך זיך דאס אונטער בל"נ.
דער אפפער ענדיגט זיך מארגן דינסטיג ואתחנן אום 9:00 אווענט.

ברוך שהחיינו והגיענו לזמן הזה

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 20, 2015 11:50 am
דורך יידישע קהילות
בחסדי ה' איז פארענדיגקט ג'ווארן דעם ערשטן חלק פון (חדר א') בית המלך אויף חודש אלול.
איר קענט עס דאונלאודן דא.
ביטע לערנט און פארשפרייט עס, שיקט צו אייערע ידידים און פריינט.
אי"ה בקרוב האפן מיר ארויסצוגעבן די אנדערע 4 חלקים פון בית המלך אויף ימי הסליחות, אויף ראש השנה, אויף עשרת ימי תשובה און יום כיפור.
איך אפעליר נאכאמאל צו די טייערע חברים - העלפט אונז מיט אונזער עבודת הקודש, און די זכות פון די תורה פון קדמונים וועט אייך ביישטיין צו א כתיבה וחתימה טובה!!

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 21, 2015 10:02 am
דורך נא_שכל
יידישע קהילות האט געשריבן:בחסדי ה' איז פארענדיגקט ג'ווארן דעם ערשטן חלק פון (חדר א') בית המלך אויף חודש אלול.
איר קענט עס דאונלאודן דא.
ביטע לערנט און פארשפרייט עס, שיקט צו אייערע ידידים און פריינט.
אי"ה בקרוב האפן מיר ארויסצוגעבן די אנדערע 4 חלקים פון בית המלך אויף ימי הסליחות, אויף ראש השנה, אויף עשרת ימי תשובה און יום כיפור.
איך אפעליר נאכאמאל צו די טייערע חברים - העלפט אונז מיט אונזער עבודת הקודש, און די זכות פון די תורה פון קדמונים וועט אייך ביישטיין צו א כתיבה וחתימה טובה!!


שיינע טייערע און ווארימע ווערטער, ס'קוקט אויס שטערקער ווי עטליכע פריערדיגע גליונות.
די הייליגע ווערטער פונעם מחבר ר' שלמה כהן ז"ל זענען געשריבן מיט א געוואלדיגע התעוררות אזש סהאט זיך ביי מיר אנגצינדן א שטיקל פארכט פאר די הייליגע טעג.

ווי אויך פון די דברי מוסר אויף די פירצות הדור וואס ער איז מעורר קען מען אביסל ארויסהאבן די שפלות הדור אין די דייטשע געגענטער וואס די השכלה האט זיך אנגעהויבן.

עקסטער ברויך נאכמאל ארויסברענגן און זיך באדאנקן פאר'ן ראש המפעל "יידישע קהילות" וואס ארבייט טאג און נאכט פאר די כת"י פון די פריערדיגע גאונים וצדיקים על אף די ברען פון די חסידות כבתחלתה האט זיך שוין אפגעקילט ביי א חלק עולם. מיר זענען זיכער אז די זכות פון די הייליגע אידן און מחברים וועט ביישטיין פאר אים און פאר אלע מיטהעלפער להתברך בכל מילי דמיטיב ולכתיבה וחתימה טובה.

געשריבן: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 6:41 pm
דורך יאפין
שכל דו ביסט גערעכט, כ'האב עס אויך באמערקט אויף יוה"כ וואס כ'האלט יעצט אינמיטען, ס'איז מלא התעוררת והשתפכות הנפש, הערליכע ענינים אויף תשובה.

וכאן המקום להודות אל מעלות כבוד אידישע קהלות, וואס טוט פעולות נשגבות, צו דרוקען ספרים עתיקות.

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 6:34 pm
דורך יידישע קהילות
בחסדי ה' איז אויך פארענדיגקט ג'ווארן דעם צווייטן חלק (חדר ב') פון בית המלך אויף ימי הסליחות.
איר קענט עס דאונלאודן דא.
ביטע לערנט און פארשפרייט עס, שיקט צו אייערע ידידים און פריינט.
אי"ה בקרוב האפן מיר ארויסצוגעבן די אנדערע 3 חלקים פון בית המלך אויף ראש השנה, אויף עשרת ימי תשובה און יום כיפור. ווי אויך א לאנגע הערליכע דרשה אויף ימים נוראים פון זיין ספר "פני שלמה - פנים לאגדה". און אויך אי"ה אויף סוכות דער 'חדר' פון ספר בתי מועד אויף יו"ט סוכות.
ויהי נועם ה' אלקינו עלינו ומעשי ידינו כוונה עלינו!
איך אפעליר נאכאמאל צו די טייערע חברים - העלפט אונז מיט אונזער עבודת הקודש, און די זכות פון די תורה פון קדמונים וועט אייך ביישטיין צו א כתיבה וחתימה טובה און א שנה טובה ומתוקה!!

ארויפג'ברענגט לכבוד א' סליחות

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 8:45 pm
דורך יידישע קהילות
יידישע קהילות האט געשריבן:בחסדי ה' איז אויך פארענדיגקט ג'ווארן דעם צווייטן חלק (חדר ב') פון בית המלך אויף ימי הסליחות.
איר קענט עס דאונלאודן דא.
ביטע לערנט און פארשפרייט עס, שיקט צו אייערע ידידים און פריינט.
אי"ה בקרוב האפן מיר ארויסצוגעבן די אנדערע 3 חלקים פון בית המלך אויף ראש השנה, אויף עשרת ימי תשובה און יום כיפור. ווי אויך א לאנגע הערליכע דרשה אויף ימים נוראים פון זיין ספר "פני שלמה - פנים לאגדה". און אויך אי"ה אויף סוכות דער 'חדר' פון ספר בתי מועד אויף יו"ט סוכות.
ויהי נועם ה' אלקינו עלינו ומעשי ידינו כוונה עלינו!
איך אפעליר נאכאמאל צו די טייערע חברים - העלפט אונז מיט אונזער עבודת הקודש, און די זכות פון די תורה פון קדמונים וועט אייך ביישטיין צו א כתיבה וחתימה טובה און א שנה טובה ומתוקה!!


ביטע דאונלאוד עס, און שיקט ארום צו אלע אייערע קאנטעקטס מיט א ווינטש פון א גוט געבענטש יאר.
איך וויל עס באקומען אין מיין פריוואטע אימעיל אקאונט, פון איינע פון מיינע חבירים, דעמאלטס וועל איך וויסן אז עס איז גענוג צושפרייט...

ברוך שהחיינו וקימנו לזמן הזה!!!

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2015 11:01 pm
דורך יידישע קהילות
הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו
ברוב חסדיו זכינו אז ב"ה דער גאנצער ספר "בית המלך" איז פארענדיגקט געווארן די אלע פינעף חדרים זענען ב"ה ארויסגעקומען ברוב פאר והדר.
איר קענט עס דאונלאודן דא.
ביטע לערנט און פארשפרייט עס, שיקט צו אייערע ידידים און פריינט.

אצינד רישט מען זיך אי"ה אויך אויף סוכות ארויסצוגעבן דער 'חדר' פון ספר בתי מועד אויף יו"ט סוכות.
ויהי נועם ה' אלקינו עלינו ומעשי ידינו כוונה עלינו!
איך אפעליר נאכאמאל צו די טייערע חברים - העלפט אונז מיט אונזער עבודת הקודש, און די זכות פון די תורה פון קדמונים וועט אייך ביישטיין צו א גמר חתימה טובה און א שנה טובה ומתוקה!!



געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2015 11:13 pm
דורך נא_שכל
וואס קען מען העלפען?

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2015 11:18 pm
דורך יידישע קהילות
יעצט דארף מען נאך פארענדיגן מראי-מקומות

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2015 11:31 pm
דורך נא_שכל
נו נו.
אויף שמיני עצרת האט מען שוין מעתיק געווען?

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2015 11:42 pm
דורך יידישע קהילות
נא_שכל האט געשריבן:נו נו.
אויף שמיני עצרת האט מען שוין מעתיק געווען?

אין דעם פייל פון סוכות איז דא:
3 דרשות אויף סוכות
דרוש לשבת חול המועד סוכות
דרוש לשמיני עצרת
דרוש לשמחת תורה
סך הכל איבער 40 עמודים מלאים וגדושים בדברי תורה מאת רבינו המחבר זי"ע