קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

תגובהדורך אט אזוי » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 7:41 pm

מתון מתון האט געשריבן:איך האב נישט לאנג צוריק געוויילט א שבת אין בלומינגבורג.
אויב דער עולם איז אינטערעסירט קען איך שרייבן עטליכע נקודות. הגם כנראה איז נישטא וואס מחדש צו זיין.

אוודאי איז מעו אינטערסירט

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am

תגובהדורך משה יענקל » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 8:49 pm

אט אזוי האט געשריבן:
מתון מתון האט געשריבן:איך האב נישט לאנג צוריק געוויילט א שבת אין בלומינגבורג.
אויב דער עולם איז אינטערעסירט קען איך שרייבן עטליכע נקודות. הגם כנראה איז נישטא וואס מחדש צו זיין.

אוודאי איז מעו אינטערסירט

Sure

מצה בעקערי
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 4:10 pm

תגובהדורך מצה בעקערי » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 10:18 pm

מתון מתון האט געשריבן:איך האב נישט לאנג צוריק געוויילט א שבת אין בלומינגבורג.
אויב דער עולם איז אינטערעסירט קען איך שרייבן עטליכע נקודות. הגם כנראה איז נישטא וואס מחדש צו זיין.

הגם כנראה איז נישטא וואס מחדש צו זיין?????????????????? קום אריין קלאר

I don't know
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 28, 2018 8:10 pm

תגובהדורך I don't know » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 10:33 pm

מצה בעקערי האט געשריבן:
מתון מתון האט געשריבן:איך האב נישט לאנג צוריק געוויילט א שבת אין בלומינגבורג.
אויב דער עולם איז אינטערעסירט קען איך שרייבן עטליכע נקודות. הגם כנראה איז נישטא וואס מחדש צו זיין.

הגם כנראה איז נישטא וואס מחדש צו זיין?????????????????? קום אריין קלאר


איר דארפט פארשטיין, א איד וואס וואוינט נורמאל אין א שטאט ווערא נידט איבערגענומען ווען איינער מאכט א זכר אדער סקומט פאר א מעמבערשיפ דריוו (אסיפת היסוד שביסוד) אדער מלייגט אביסעל טיילס אין א מקוה ולכן זעהט אויס איז יענער נישט אזוי איבערגענומען פין "די שטאט"

מתון מתון
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 9:04 pm

תגובהדורך מתון מתון » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 1:35 am

די טרוקענע פאקטן זענען באקאנט. ממילא איז נישטא צופיל וואס מחדש צו זיין. בעסיקלי מיינע פאר נקודות וואס האבן מיר געכאפט וואס זאגן מער איבער מיר ווי איבער בלומינגבערג גופא.

דאס פלאץ מאכט א גוטן רושם: דהיינו נישט פארלאזט און נישט פארשלאפן, אלעס איז ניי און שיין און גוט קעיר גענומען, מער ווי געראכטן. די מענטשן זענען פרייליך, טעטיג און פריש. די מוד איז פאזיטיוו געשטימט סיי מיטן הוה און נאכמער מיטן עתיד. (פארשטייט זיך אלעס נאר וויפיל איך האב געקענט זען אויבנאויף במשך א וויקענד)

די מענטשן מאכן א גוטן רושם: עס איז דא א קאלירפולער ציבור, מער ווי געראכטן. עס באשטייט כמעט מכל המינים סאטמארע טיפן וואס מען טרעפט אין וויליאמסבורג-מאנרא. דער עולם איז זייער פריינטליך און נאנט. עפעס וואס מען זעט נאר אין קלענערע מקומות.

די הייזער און דעוועלאפמענט מבית ובחוץ זענען סאו סאו: איך וויל נישט איבערגיין אלע דיטעילס, עס איז זייער פיין פאר די פרייז, ביליג פער סקווער פוס, די קאך איז פיין. אבער מען קען ווען אסאך בעסער מאכן. נישט קיין בעיסמענט אדער בוידעם. מען קומט אריין גלייך אין הויז, נישט דא קיין פלעי רום אויפן ערשטן שטאק. די ספרים שטוב איז פיצל, נישט דא קיין ליווינג רום, נישט קיין פסח קאך, קליינע פארטש, נישטא קיין פראנט אדער בעק יארד. וכמדומה די פראפערטי איז נישט אייגענס. אינדערויסן פילט זיך פארקוועטשט. אויב איז מען נישט פון די געציילטע מיט א פענסטער צום ראוד זעט מען בלויז נאך בעיזשע ווענט פון אנדערע הייזער, נישט די סינערי וואס מען רישט זיך ווען מען קלערט פון די קעטסקילס. אבער ווי געזאגט, מען באקומט א שיינע נייע גרויסע הויז פאר זייער ביליג. און מען קען נוצן די גאראזש פאר א אפיס אדער פלעי רום. א פסח קאך קען מען מאכן א פארטש קען מען לכאורה ארויסבויען. עס איז דא א קראול ספעיס פון 4 פוס פאר סטארעזש. (אויב מען איז נישט חושש פאר פלאדס אדער מאלד)

אנדערע געברויכן: דער עולם געבט זיך א עצה: מען קויפט לאקאל וואס איז דא, אנדערע זאכן קויפט מען אין מאלל אדער ק"י. אויב האט מען א קאר איז עס גרינגער, אויב נישט איז עס שווערער אבער עס ארבעט.

מוסדות זענען גוט און ווערן בעסער אבער נישט דא קיין לימודי חול פאר אינגלעך, בחורים דארפן פארן: מענטשן רעדן זייער פאזיטיוו פון די מוסדת באופן כללי. אבער לימודי חול עקזיסטירט נישט, עס באדערט פאר מענטשן, חוץ מזה מיינט עס אז קינדער קומען שוין אהיים 4:15 וואס איז זייער פרי פאר די מאמעס. ישבה קטנה איז נישט אויפן פלאץ, אבער עס איז נישט געפערליך פאר בחורים צו פארן.

די גרעסטע פראבלעם: פרנסה פאר מענטשן וואס ארבעטן אין שטאט: איך האב געפרעגט עטליכע מענטשן, קיינער דארט ארבעט נישט אין שטאט, "עס איז נישט מעגליך" האבן זיי באטאנט. עס איז צו ווייט צו פארן טעגליך, מענטשן פון ק"י יא, אבער פון ב"ב קומט נישט אין באטראכט. נעכטיגן דורך די וואך אין שטאט איז נשט קיין לעבן. וואס יא? עס איז דא מענטשן וואס ארבעטן אנליין, אנדערע ארבעטן לאקאל. דאס מיינט אז א מענטש מיט א פרנסה אין ברוקלין וואס דאס מיינט רוב הציבור, קען כעת נישט מופען אן טוישן פרנסה. בעיני איז דאס די גרעסטע אבסטעקל פאר רוב מענטשן.

סוף דבר: עס האט מעלות און חסרונות, די עיקר מעלה איז אז עס איז זייער אפארדעבל און מען באקומט your moneys worth. די אטמאספערע איז געשמאק און מען קען זיך טרעפן דאס פלאץ אויב איז מען סאטמאר געשטימט. אויב איינער קען האבן פרנסה אן דארפן פארן אין שטאט, איז ב"ב א אפציע וואס איז ווערד צו באטראכטן.
איך שרייב כמעט נישט ווייל צופיל איז שוין פארמעקט געווארן. נירו לכם ניר ואל תזרעו אל קוצים.

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2441
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 1:58 am

שיינע אויפריכטיגע באריכט מתון
סוף מעשה במחשבה תחילה.

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am

תגובהדורך משה יענקל » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 8:19 am

I don't know האט געשריבן:
מצה בעקערי האט געשריבן:
מתון מתון האט געשריבן:איך האב נישט לאנג צוריק געוויילט א שבת אין בלומינגבורג.
אויב דער עולם איז אינטערעסירט קען איך שרייבן עטליכע נקודות. הגם כנראה איז נישטא וואס מחדש צו זיין.

הגם כנראה איז נישטא וואס מחדש צו זיין?????????????????? קום אריין קלאר


איר דארפט פארשטיין, א איד וואס וואוינט נורמאל אין א שטאט ווערא נידט איבערגענומען ווען איינער מאכט א זכר אדער סקומט פאר א מעמבערשיפ דריוו (אסיפת היסוד שביסוד) אדער מלייגט אביסעל טיילס אין א מקוה ולכן זעהט אויס איז יענער נישט אזוי איבערגענומען פין "די שטאט"

א יעדע שטאטישע איינוואוינער ווערט פריילעך ווען ער זעהט אז עס איז דא פראגרעס און די נייע געגענטער, זעכער זענען דא וואס ווערן איבער גענומען אויף די פארקערטע וועג דהיינו עס באדערט זיי, זיי רעדן זיך איין אז מען קען נאר זיין גליקליך און די לעכער און ברוקלין

יונה
שר האלף
תגובות: 1858
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 8:55 am

מתון מתון האט געשריבן:מוסדות זענען גוט און ווערן בעסער אבער נישט דא קיין לימודי חול פאר אינגלעך, בחורים דארפן פארן: מענטשן רעדן זייער פאזיטיוו פון די מוסדת באופן כללי. אבער לימודי חול עקזיסטירט נישט, עס באדערט פאר מענטשן, חוץ מזה מיינט עס אז קינדער קומען שוין אהיים 4:15 וואס איז זייער פרי פאר די מאמעס. ישבה קטנה איז נישט אויפן פלאץ, אבער עס איז נישט געפערליך פאר בחורים צו פארן.

יישר כח מתון פאר די שיינע באריכט, א שאד נאר אז ס'איז דא עטליכע פעקטשול גרייזן, און כ'רעדט נישט פון זאכן וואס מ'קען דערויף דן זיין למשל אויב די ספרים שטוב איז פיצל אדער א שיינע סייז [אפיציעל איז די סטאדי-רום אויבן, אונטען איז בלויז א לייברערי, עס האט א סיבה פארוואס מען האט עס געמאכט אזוי ווי ס'איז], אדער אויב א 15X10 פארטש איז קליין אדער גרויס, אגב צוויי איינוואוינער האבן שוין ארויסגעצויגן זייער פארטש מיט נאך עטליכע פיס וכדו'. די זאכן זענען דיין אפיניען, צו וואס איר זענט בארעכטיגט, און פארשטייט זיך מען קען מחולק זיין.

אבער עס איז דא פאקטן וואס זענן קלאר נישט ריכטיג, למשל:
יונגלך לערנן "יא" לימודי חול, מוסדות סאטמאר אין קרית יטב לב האט א געהעריגע טעגליכע סדר אויף ענגליש.

עס איז יא דא א געהעריגע סעמי-אויפגעפיקסטע בוידעם [צווייטע פאזע, ערשטע האט אויך א בוידעם מען דארף עס נאר אליינס אויפפיקסן].

די פראפערטי באלאנגט יא פאר די איינוואוינער ווי שוין אויסגעשמועסט מערערע מאל אויף אייוועלט.

יעדער האט יא א פראנט און בעק יארד, ארום צוואנציג פיס פון אונטער די הייזער געהערט פארן אייגנטומער, זעהט בייגעלייגט - די פערפל באקס איז די פראפערטי ליין.

די געציילטע מיט א פענסטער צום ראוד האבן "נישט" די שענסטע סינערי.. ס'דא א שיינע צאל הייזער מיט א אויסבליק צו ריזיגע שטחים וועט-לענד וואס גייט בדרך הטבע קיינמאל פארבויט ווערן.

ס'איז יא דא א ליווינג רום, עס איז אין די דיינוג-רום. אז מען וויל דייקא קען מען לייגן א וואנט, דאכט זיך אז דאס האט קיינער דא נישט געמאכט ווייל מענטשן גלייכן עס מער אפען.

עס איז דא א פלאץ צוגעגרייט פאר א פסח קאך (ווי ס'איז די סדר ביי אלע היימישע דיוועלפמענטס).

וועגן א פלעי-רום איז דאס געווען לכתחילה די פלאן צו מאכן אינעם גאראדש, א גרויסע חלק פון די תושבים האבן עס טאקע דארט. אנדערע האבן אין פלאן עס צו מאכן לכשירחיב [עס האט געוויסע גרויסע מעלות אז דאס קומט נישט אזוי לכתחילה ואכמ"ל].
צוגעלייגטע
living.JPG
living.JPG (30.71 KiB) געזעהן 1520 מאל
lot.JPG
lot.JPG (269.28 KiB) געזעהן 1520 מאל
לעצט פאראכטן דורך יונה אום דינסטאג דעצמבער 25, 2018 9:05 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am

תגובהדורך משה יענקל » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 9:02 am

מתון מתון האט געשריבן:די טרוקענע פאקטן זענען באקאנט. ממילא איז נישטא צופיל וואס מחדש צו זיין. בעסיקלי מיינע פאר נקודות וואס האבן מיר געכאפט וואס זאגן מער איבער מיר ווי איבער בלומינגבערג גופא.

דאס פלאץ מאכט א גוטן רושם: דהיינו נישט פארלאזט און נישט פארשלאפן, אלעס איז ניי און שיין און גוט קעיר גענומען, מער ווי געראכטן. די מענטשן זענען פרייליך, טעטיג און פריש. די מוד איז פאזיטיוו געשטימט סיי מיטן הוה און נאכמער מיטן עתיד. (פארשטייט זיך אלעס נאר וויפיל איך האב געקענט זען אויבנאויף במשך א וויקענד)

די מענטשן מאכן א גוטן רושם: עס איז דא א קאלירפולער ציבור, מער ווי געראכטן. עס באשטייט כמעט מכל המינים סאטמארע טיפן וואס מען טרעפט אין וויליאמסבורג-מאנרא. דער עולם איז זייער פריינטליך און נאנט. עפעס וואס מען זעט נאר אין קלענערע מקומות.

די הייזער און דעוועלאפמענט מבית ובחוץ זענען סאו סאו: איך וויל נישט איבערגיין אלע דיטעילס, עס איז זייער פיין פאר די פרייז, ביליג פער סקווער פוס, די קאך איז פיין. אבער מען קען ווען אסאך בעסער מאכן. נישט קיין בעיסמענט אדער בוידעם. מען קומט אריין גלייך אין הויז, נישט דא קיין פלעי רום אויפן ערשטן שטאק. די ספרים שטוב איז פיצל, נישט דא קיין ליווינג רום, נישט קיין פסח קאך, קליינע פארטש, נישטא קיין פראנט אדער בעק יארד. וכמדומה די פראפערטי איז נישט אייגענס. אינדערויסן פילט זיך פארקוועטשט. אויב איז מען נישט פון די געציילטע מיט א פענסטער צום ראוד זעט מען בלויז נאך בעיזשע ווענט פון אנדערע הייזער, נישט די סינערי וואס מען רישט זיך ווען מען קלערט פון די קעטסקילס. אבער ווי געזאגט, מען באקומט א שיינע נייע גרויסע הויז פאר זייער ביליג. און מען קען נוצן די גאראזש פאר א אפיס אדער פלעי רום. א פסח קאך קען מען מאכן א פארטש קען מען לכאורה ארויסבויען. עס איז דא א קראול ספעיס פון 4 פוס פאר סטארעזש. (אויב מען איז נישט חושש פאר פלאדס אדער מאלד)

אנדערע געברויכן: דער עולם געבט זיך א עצה: מען קויפט לאקאל וואס איז דא, אנדערע זאכן קויפט מען אין מאלל אדער ק"י. אויב האט מען א קאר איז עס גרינגער, אויב נישט איז עס שווערער אבער עס ארבעט.

מוסדות זענען גוט און ווערן בעסער אבער נישט דא קיין לימודי חול פאר אינגלעך, בחורים דארפן פארן: מענטשן רעדן זייער פאזיטיוו פון די מוסדת באופן כללי. אבער לימודי חול עקזיסטירט נישט, עס באדערט פאר מענטשן, חוץ מזה מיינט עס אז קינדער קומען שוין אהיים 4:15 וואס איז זייער פרי פאר די מאמעס. ישבה קטנה איז נישט אויפן פלאץ, אבער עס איז נישט געפערליך פאר בחורים צו פארן.

די גרעסטע פראבלעם: פרנסה פאר מענטשן וואס ארבעטן אין שטאט: איך האב געפרעגט עטליכע מענטשן, קיינער דארט ארבעט נישט אין שטאט, "עס איז נישט מעגליך" האבן זיי באטאנט. עס איז צו ווייט צו פארן טעגליך, מענטשן פון ק"י יא, אבער פון ב"ב קומט נישט אין באטראכט. נעכטיגן דורך די וואך אין שטאט איז נשט קיין לעבן. וואס יא? עס איז דא מענטשן וואס ארבעטן אנליין, אנדערע ארבעטן לאקאל. דאס מיינט אז א מענטש מיט א פרנסה אין ברוקלין וואס דאס מיינט רוב הציבור, קען כעת נישט מופען אן טוישן פרנסה. בעיני איז דאס די גרעסטע אבסטעקל פאר רוב מענטשן.

סוף דבר: עס האט מעלות און חסרונות, די עיקר מעלה איז אז עס איז זייער אפארדעבל און מען באקומט your moneys worth. די אטמאספערע איז געשמאק און מען קען זיך טרעפן דאס פלאץ אויב איז מען סאטמאר געשטימט. אויב איינער קען האבן פרנסה אן דארפן פארן אין שטאט, איז ב"ב א אפציע וואס איז ווערד צו באטראכטן.


איך האב זייער הנאה פון דיין אויפגריכטיגע ווערטער

צוויי זאכן וואס איך וואלט אויסגעשמוסט

לימודי חול איז שוין דא

זעה איך אז יונה איז שוין דא.... נא שיק שוין

אוועטאר
קאץ און מויז
שר האלף
תגובות: 1250
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

תגובהדורך קאץ און מויז » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 11:31 am

מעמד חנוכת הבית פון די עקסטענטשאן און ביהמ"ד בית יושע
צוגעלייגטע
IMG-20181224-WA0005.jpg
IMG-20181224-WA0005.jpg (125.3 KiB) געזעהן 1421 מאל

שבתי בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

תגובהדורך שבתי בוים » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 4:01 pm

פון וועלכע קלאס הויבט זיך אן ענגליש אין בלומינגבורג און פון וועלכע קלאס הויבט זיך אן ענגליש אין די שטאטישע תלמוד תורה'ס?

מתון מתון
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 9:04 pm

תגובהדורך מתון מתון » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 5:10 pm

ווען איך בין געווען דארט איז נאך נישט געווען קיין ענגליש. עס איז א פרייד און א גוטע סימן אויפן ישוב בכלליות אז זאכן ווערן אלץ בעסער און כהיום איז עס שוין דא.
איך האב נישט געוויסט פון די וועטלענדס. אינטערעסאנטע טידביט. בכל אופן מיינט עס (לכאורה) נאר מענטשן ביי די פראנזן פונעם ישוב, וואס דאס איז זעלבסט פארשטאנדיג אז מענטשן ביים עק זעען עפעס אנדערש. אבער די נקודה איז אז דער דעוועלאפמענט איז נישט אויסגעשטעלט ווי א טיפישע געסל אין אפסטעיט אדער אפילו אין סובורביע וואו מען קען זיצן ביים פענסטער אדער אויפן פארטש און הנאה האבן פון די וויו.
דאס איז אויך געווען ד נקודה איבער די פראנט יארדס. עס איז דא עפעס גראז, אבער נישט פון וואס א מענטש קלערט ווען מען רעדט פון א אייגן הייזל מיט א ווייט פיקעט פענס.
עס איז א פארגעניגן צו הערן אז די בעק יארדס געהערן פארן קונה, איך האב נישט באמערקט אז איינער זאל עס האבן אפגעצוימט און מאכן דערפון א פרטיותדיגע באנוץ, דערפאר האט זיך געשאפן דאס בליק אז עס איז נישט אייגענס.
ווי געזאגט האב איך פשוט אויסגעשמועסט מיינע איינדרוקן. א דאנק פארן אויסקלארן די פרטים וואס איך האב נישט געוויסט.
איך שרייב כמעט נישט ווייל צופיל איז שוין פארמעקט געווארן. נירו לכם ניר ואל תזרעו אל קוצים.

חרדישער אינגערמאן
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 1:21 pm

תגובהדורך חרדישער אינגערמאן » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 5:26 pm

יעצט געהערט פון א ברויקער פון exit אז זיי גרייטן זיך צו סיינען קאנטראקט מיט 9 פרישע משפחות כן ירבו

I don't know
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 28, 2018 8:10 pm

תגובהדורך I don't know » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 5:55 pm

חרדישער אינגערמאן האט געשריבן:יעצט געהערט פון א ברויקער פון exit אז זיי גרייטן זיך צו סיינען קאנטראקט מיט 9 פרישע משפחות כן ירבו

ב"ה ב"ה
איך ווייס נישט אויב די ווייסט אבער מען גרייט זיך שוין אזוי 18 חדשים
קיינער ווערט נישט נתפעל אויב מ'וועט שרייבן אז אט אט ממש בקרוב, ביז א וואך 2 קלויזוט 200 משפחות,
די דשויק האט שוין עקפייערט

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am

תגובהדורך משה יענקל » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 6:17 pm

חרדישער אינגערמאן האט געשריבן:יעצט געהערט פון א ברויקער פון exit אז זיי גרייטן זיך צו סיינען קאנטראקט מיט 9 פרישע משפחות כן ירבו

איך האף אז די האסט טאקע גערעדט און די ווייסט וואס די רעדסט
אויב אמת איז עס גיטע נייעס

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am

תגובהדורך משה יענקל » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 6:20 pm

I don't know האט געשריבן:
חרדישער אינגערמאן האט געשריבן:יעצט געהערט פון א ברויקער פון exit אז זיי גרייטן זיך צו סיינען קאנטראקט מיט 9 פרישע משפחות כן ירבו

ב"ה ב"ה
איך ווייס נישט אויב די ווייסט אבער מען גרייט זיך שוין אזוי 18 חדשים
קיינער ווערט נישט נתפעל אויב מ'וועט שרייבן אז אט אט ממש בקרוב, ביז א וואך 2 קלויזוט 200 משפחות,
די דשויק האט שוין עקפייערט

יעדער ווייסט און יעדער ווייסט אויך פארוואס
און מיר ווייסן אויך וואס דיין אגענדע איז

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1952
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 7:08 pm

I don't know האט געשריבן:
חרדשער אינגערמאן האט געשריבן:יעצט געהערט פון א ברויקער פון exit אז זיי גרייטן זיך צו סיינען קאנטראקט מיט 9 פרישע משפחות כן ירבו

ב"ה ב"ה
איך ווייס נישט אויב די ווייסט אבער מען גרייט זיך שוין אזוי 18 חדשים
קיינער ווערט נישט נתפעל אויב מ'וועט שרייבן אז אט אט ממש בקרוב, ביז א וואך 2 קלויזוט 200 משפחות,
די דשויק האט שוין עקפייערט

א שאד צו עפענען פרישע ניק יעדע שטיק צייט, מ'הערט דיר פונקט אזוי אויס מיט דיין אלטע ניק.
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.

בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 739
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

תגובהדורך בענאק » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 10:17 pm

טוט זיך דא אויף טישן און אויף בענק, מוז איך אויך אריינקומען און העלפן אויסקלארן די פאקטן
על ראשון ראשון

מתון מתון האט געשריבן:די טרוקענע פאקטן זענען באקאנט. ממילא איז נישטא צופיל וואס מחדש צו זיין. בעסיקלי מיינע פאר נקודות וואס האבן מיר געכאפט וואס זאגן מער איבער מיר ווי איבער בלומינגבערג גופא.

דאס פלאץ מאכט א גוטן רושם: דהיינו נישט פארלאזט און נישט פארשלאפן, אלעס איז ניי און שיין און גוט קעיר גענומען, מער ווי געראכטן. די מענטשן זענען פרייליך, טעטיג און פריש. די מוד איז פאזיטיוו געשטימט סיי מיטן הוה און נאכמער מיטן עתיד. (פארשטייט זיך אלעס נאר וויפיל איך האב געקענט זען אויבנאויף במשך א וויקענד)

די מענטשן מאכן א גוטן רושם: עס איז דא א קאלירפולער ציבור, מער ווי געראכטן. עס באשטייט כמעט מכל המינים סאטמארע טיפן וואס מען טרעפט אין וויליאמסבורג-מאנרא. דער עולם איז זייער פריינטליך און נאנט. עפעס וואס מען זעט נאר אין קלענערע מקומות.


אמת ויציב, דאס איז עפעס וואס יעדער באזוכער איז מעיד. ישר כח פאר דיין שיינע באריכט. דיינע ווערטער זענען בסך הכל נאך א באשטעטיגונג בנוסף צו די פילע וואס זענען אויף דעם עדות

מתון מתון האט געשריבן:אנדערע געברויכן: דער עולם געבט זיך א עצה: מען קויפט לאקאל וואס איז דא, אנדערע זאכן קויפט מען אין מאלל אדער ק"י. אויב האט מען א קאר איז עס גרינגער, אויב נישט איז עס שווערער אבער עס ארבעט.

מוסדות זענען גוט און ווערן בעסער אבער נישט דא קיין לימודי חול פאר אינגלעך, בחורים דארפן פארן: מענטשן רעדן זייער פאזיטיוו פון די מוסדת באופן כללי. אבער לימודי חול עקזיסטירט נישט, עס באדערט פאר מענטשן, חוץ מזה מיינט עס אז קינדער קומען שוין אהיים 4:15 וואס איז זייער פרי פאר די מאמעס. ישבה קטנה איז נישט אויפן פלאץ, אבער עס איז נישט געפערליך פאר בחורים צו פארן.

די גרעסטע פראבלעם: פרנסה פאר מענטשן וואס ארבעטן אין שטאט: איך האב געפרעגט עטליכע מענטשן, קיינער דארט ארבעט נישט אין שטאט, "עס איז נישט מעגליך" האבן זיי באטאנט. עס איז צו ווייט צו פארן טעגליך, מענטשן פון ק"י יא, אבער פון ב"ב קומט נישט אין באטראכט. נעכטיגן דורך די וואך אין שטאט איז נשט קיין לעבן. וואס יא? עס איז דא מענטשן וואס ארבעטן אנליין, אנדערע ארבעטן לאקאל. דאס מיינט אז א מענטש מיט א פרנסה אין ברוקלין וואס דאס מיינט רוב הציבור, קען כעת נישט מופען אן טוישן פרנסה. בעיני איז דאס די גרעסטע אבסטעקל פאר רוב מענטשן.

סוף דבר: עס האט מעלות און חסרונות, די עיקר מעלה איז אז עס איז זייער אפארדעבל און מען באקומט your moneys worth. די אטמאספערע איז געשמאק און מען קען זיך טרעפן דאס פלאץ אויב איז מען סאטמאר געשטימט. אויב איינער קען האבן פרנסה אן דארפן פארן אין שטאט, איז ב"ב א אפציע וואס איז ווערד צו באטראכטן.

פון דיזע שורות זעט מען קלאר אז אייער באזוך אין שטעטל איז געווען אזוי לאנג צוריק ווי לכל הפחות פאריאר זומער.
1. זינט בעפאר די הייליגע טעג תשע"ט האט די גראסערי אריינבאקומען כמעט אלעס וואס א אידישע שטוב דארף כסדר האבן (בעזעם, שאוול, שיילער, פאפירן, זאלץ פאר שניי, וכו' וכו') מער פון עני קליינע גראסערי.
2. די מוסדות לערנען יא לימודי חול, און די כיתות זענען דוקא שטארק מסודר געווארן זינט מען האט אויפגענומען די נייע הנהלה.
3. יעדער איינער, און יעדער מיינט יעדער, וואס זוכט (אמת'דיג) א דזשאב, טרעפט עס אין די ערשטע פאר חדשים פון זיך ציען. אין דעם איז נכלל אפילו די וואס ציען זיך פאר חלק שמונה. און די ווייטסטע דזשאב איז 1 שעה אוועק פון שטעטל - נישט ווייטער.

בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 739
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

תגובהדורך בענאק » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 10:49 pm

מתון מתון האט געשריבן:די הייזער און דעוועלאפמענט מבית ובחוץ זענען סאו סאו: איך וויל נישט איבערגיין אלע דיטעילס, עס איז זייער פיין פאר די פרייז, ביליג פער סקווער פוס, די קאך איז פיין. אבער מען קען ווען אסאך בעסער מאכן. נישט קיין בעיסמענט אדער בוידעם. מען קומט אריין גלייך אין הויז, נישט דא קיין פלעי רום אויפן ערשטן שטאק. די ספרים שטוב איז פיצל, נישט דא קיין ליווינג רום, נישט קיין פסח קאך, קליינע פארטש, נישטא קיין פראנט אדער בעק יארד. וכמדומה די פראפערטי איז נישט אייגענס. אינדערויסן פילט זיך פארקוועטשט. אויב איז מען נישט פון די געציילטע מיט א פענסטער צום ראוד זעט מען בלויז נאך בעיזשע ווענט פון אנדערע הייזער, נישט די סינערי וואס מען רישט זיך ווען מען קלערט פון די קעטסקילס. אבער ווי געזאגט, מען באקומט א שיינע נייע גרויסע הויז פאר זייער ביליג. און מען קען נוצן די גאראזש פאר א אפיס אדער פלעי רום. א פסח קאך קען מען מאכן א פארטש קען מען לכאורה ארויסבויען. עס איז דא א קראול ספעיס פון 4 פוס פאר סטארעזש. (אויב מען איז נישט חושש פאר פלאדס אדער מאלד)

כאטש יונה האט שוין אויף דעם געענטפערט, מוז איך אויך אריינקומען דערין. פשוט ווייל איך שפיר אז די ווערטער זענען א וויסטע באשילדיגונג אויפן חשבון פון די דעוועלאופער, אין די צייט וואס די פאקטן זענען פשוט און פראסט פארקערט. אדער נישט ריכטיג פארשטאנען.

1. עס איז זייער פיין פאר די פרייז, ביליג פער סקווער פוס,
אנטשולדיגט, אבער ביליג איז נישט עפעס א פלאס, נאר א נומער איינס ווען עס קומט צו אויסוועלן א דירה. ביליג אין פרייז, ביליג אין פרייז, און נאכאמאל ביליג אין פרייז.
און דאס האבן די דעוועלאופער פון בלומינגבורג באוויזן בעסער ווי סיי וועמען, נאר דאהי אין קרית יטב לב קענסטו טרעפן א דירה - ברענד ניו - פאר ביליג
אלע ביליגע דיטעלס וואס די טרעפסט אין דעם הויז, זענען לכתחילה אזוי געבויעט אז די הויז זאל זיין געשמאק און דאך "ביליג - אפארדעבל"

2. די קאך איז פיין. אבער מען קען ווען אסאך בעסער מאכן, נישט קיין בעיסמענט אדער בוידעם
בשום אין אופן, נאכאמזל ער האט דאס נישט געמאכט, ווען יא, וואלט דאס געמיינט נאך 40 טויזנט דאללער, און דאס הויז וואלט פארלוירן איר סטאטוס אלס "אפארדעבל"
(נעם נישט יעצט די קאלקיולעיטער און רעכן מיר איבער, ווייל פארשטיי דעם קאנצעפט, נישט קיין חילוק די נומבערס פונקטליך הצד השוה שבהן, יעדע הוספה, העכערט דעם פרייז)

3. מען קומט אריין גלייך אין הויז
נאר וואו ווילט איר מען זאל אריינקומען? אין די לאבי וואו מען ווארט פאר די עלעוועיטער???...

4. נישט דא קיין פלעי רום אויפן ערשטן שטאק. די ספרים שטוב איז פיצל
מה נפשך, אויב דו פארשטייסט אז די פלעי רום באלאנגט אונטן, און די ספרים שטוב גרויס. דאן קענסטו אויפטוישן די ספרים שטוב מיט די פלעי רום.
קאל מיך, איך וועל דיר העלפן אראפברענגן די טויס פון אויבן.

5. נישט דא קיין ליווינג רום
איר האט אן אנונג ווי גרויס די "דיינונג רום" איז? מען קען דאך פשוט פארלוירן ווערן דארט. קענסט אריינלייגן דריי ליווינג רומס דארטן

6. קליינע פארטש
??????????????????? 15X 10 פיס הייסט קליין.... סוי וואס מיינט גרויס?

7. נישטא קיין פראנט אדער בעק יארד. וכמדומה די פראפערטי איז נישט אייגענס.
גלאטע טעות (אדער ליגנט)

8. אויב איז מען נישט פון די געציילטע מיט א פענסטער צום ראוד זעט מען בלויז נאך בעיזשע ווענט פון אנדערע הייזער
גלאטע טעות, יעדעס איינציגסטע הויז האט אין די בעק א ריזיגע ריזיגע שטח פון הערליכע גראז. קוק אויף די מאפעס
די בעק קוקט ארויס פון די קאך, דיינונג רום, פארטש, און מעסטער בעדרום.
דאס הייסט אז יעדע הויז האט א הערליכע אויסקוק פון די מעין ליווינג ספעיס.

9. נישט די סינערי וואס מען רישט זיך ווען מען קלערט פון די קעטסקילס
דאס איז בכלל א טעות וואס מענטשן מיינען אז קרית יטב לב וואלט געדארפט זיין א רורעל קאמיוניטי. און לפי זה איז עס דאך ממש נישט נארמאל געבויעט
זייט וויסן אז איר האט איז פשוט'ער טעות. און ווער עס האט שוין געקויפט א הויז ווייסט דאס צו זאגן אז ער האט נישט געזוכט א רורעל קאמיוניטי, נאר ליבערשט געוואלט וואוינען צווישן אידן נאנט צו גוטע שכנים. די וואס האבן ליב צו וואוינען איינזאם, קויפן טאקע נישט אין די דעוועלאופמענט.

10. מען באקומט א שיינע נייע גרויסע הויז פאר זייער ביליג.
נאכאמאל, און דאס איז זייער זייער אמת.
איך דאנק השי"ת אז ער האט אריינגעלייגט אין די קעפ פון די דעוועלאופער אז אנשטאט אריינצולייגן פיטשיווקעס אין די דירות, וואס וואלט אפשר געקענט ציען מער פאזיטיווע בליקן אויף די דירות, האבן זיי ענדערש באשלאסן צו בויען ביליג. און האבן טאקע נישט אריינגעלייגט קיין שום לוקסוס אין די דירות.
אבער וואס יא, און איז וויכטיג צו ווערן ערווענט און באגריסט, אז די הייזער וואס מען רעדט, קומען גענצילך אויסשטאפירט "פון טאפ טו באדעם"
אלע קלאזעטס זענען אויסגעלייגט מיט שעלפס און הענגינגץ אלע לעקטער פיקסטשערס זענען אינסאלירט געהעריג (נישט פשוטע באלבס), ביידע וועניטיס האבן טייערע שפיגל - מעדיסין טשעסטס. אלע ביה"כ קומען מיט האלטערס פאר די אשר יצר פאפיר און האנטוכער. אזוי אז נאכן קלויזן קען מען באלד אריינמופן, מען ברויך נישט גיין אויסשטאפירן די דירה.


איך וועל אויספירן מעין התחלה, אז די הייזער זענען געבויעט מיט א אידישען טעם און חן, ברענד ניו, פאר א ביליגע אפרדעבל פרייז. א זאך וואס איז אין ערגעץ נישטא!
און די אלע וואס שרייען מען וואלט געדארפט אהער מען וואלט געדארפט אהין, קענען גיין בויען אן אנדערע פלאץ. אבער נישט דא, ווייל דא בויעט מען אפארדעבל

ציפקע
שר מאה
תגובות: 244
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 24, 2013 7:42 pm

תגובהדורך ציפקע » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 11:02 pm

מר אמר חדא ומר אמר חדא ולא פליגי.
3. דארפסט נישט מגזם זיין, א שטיקל פאר צימער ביים טיר איז נארמאל, מ'דארף נאכנישט דערוועגן רעדן פון אן עלאוועיטער.

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1952
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 11:06 pm

מז"ט בלומינגבורג אשכול צום 400'סטע בלאט
נאך 24 תגובות צו ווערן א לויפעדיגע אשכול...
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.

יונה
שר האלף
תגובות: 1858
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 11:10 pm

ציפקע האט געשריבן:מר אמר חדא ומר אמר חדא ולא פליגי.
3. דארפסט נישט מגזם זיין, א שטיקל פאר צימער ביים טיר איז נארמאל, מ'דארף נאכנישט דערוועגן רעדן פון אן עלאוועיטער.

די גוטע נייעס איז, אז ווער עס וויל עס שטארק האבן קען עס צולייגן. עטליכע האבן טאקע אזוי געטון הלכה למעשה...

בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 739
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

תגובהדורך בענאק » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 11:13 pm

איש האשכולות האט געשריבן:מז"ט בלומינגבורג אשכול צום 400'סטע בלאט
נאך 24 תגובות צו ווערן א לויפעדיגע אשכול...

הכי קרא שמו "איש האשכולות", ווייל ער האלט חשבון אויף די אשכולות וויפיל בלעטער ס'זענען דא... :lol:

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2052
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 1:42 am

כבוד הרב בענאק
מתון מתון האט געשריבן א נארמאלע תגובה מיט זיין דרויסענדיגע אויבן אויף בליק נישטא קיין שון נארמאלע סיבה צוריק צו ענפערן ווילד ווילסט מסביר זיין די זאכן וואס האט אים אויסגעקוקט אלטץ גאסט אנדערש זיי מסביר ווי צוויי גוטע אידן רעדן וואס איז דעי צירוק ענפערן ווילד יעדע נארמאלע שמועס קשיא איבער בלומינגבורג ווערט גענפערט ווי יענער וואס מען האט אים געפרעגט ווי ער באלאנג און ער האט גע'ענפערט און ..... האסט א פראבלעם
עס קוקט אויס ווי טייל האלטן אז די גאנצע וועלט ווי זיי אונטער ברענגען

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am

תגובהדורך משה יענקל » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 8:48 am

פרידן האט געשריבן:כבוד הרב בענאק
מתון מתון האט געשריבן א נארמאלע תגובה מיט זיין דרויסענדיגע אויבן אויף בליק נישטא קיין שון נארמאלע סיבה צוריק צו ענפערן ווילד ווילסט מסביר זיין די זאכן וואס האט אים אויסגעקוקט אלטץ גאסט אנדערש זיי מסביר ווי צוויי גוטע אידן רעדן וואס איז דעי צירוק ענפערן ווילד יעדע נארמאלע שמועס קשיא איבער בלומינגבורג ווערט גענפערט ווי יענער וואס מען האט אים געפרעגט ווי ער באלאנג און ער האט גע'ענפערט און ..... האסט א פראבלעם
עס קוקט אויס ווי טייל האלטן אז די גאנצע וועלט ווי זיי אונטער ברענגען

;l;p-


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט