קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פרישער
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 17, 2013 1:46 pm

תגובהדורך פרישער » זונטאג פאברואר 09, 2014 1:41 am

ברוך השם, דער מצב אין לאק שעלדריק איז טאקע געוועין איום ונורא, די שמילעוויץ פראיעקט טיט לינדערן די שווערע מצב דארט.
בשעת איר לעיבט ביטע נישט פארגעסן צי מאכן א לעיבן

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6320
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג פאברואר 09, 2014 8:55 am

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
טהור-עיניים האט געשריבן:.........
ר' פלאטשיגער, אין מיינע אויגן זענט איר א העלד, און אזוי אויך אייער חבר וואס ציהט זיך אריין אין דעם הויז.

אויב ס'איז נישט קיין סוד, בין איך נייגעריג ווער ס'איז דער נחשון
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3415
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » זונטאג פאברואר 09, 2014 9:41 am

אויב דער בלומבערג ישוב וועט זיך אויסארבייטן בעזר ה׳ וועט דער קרעדיט זיין א גרויס חלק די לאק שעלדריק פראיעקט.

אוועטאר
חסיד נלהב
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 23, 2013 1:41 pm

תגובהדורך חסיד נלהב » זונטאג פאברואר 09, 2014 10:01 am

טהור-עיניים האט געשריבן:מעג גיין? וואס הייסט מעג, עס איז דאך זכות הרבים תלוי בו, איך זעה נישט נאך אזא שליח מצוה ווי דער איד. טויזענטער היימישע אינגעלייט, יונגע קאפעלס און אפילו עלטערע פון די, משפחות ברוכות ילדים, די וואס וואוינען מיט אכט צען צוועלעף קינדער אין א גרויסע זעקס רום דירה, און מיינען נעבעך אז מען "קען" נישט גיין ערגעץ אנדערש, פאר אט די אלע משפחות איז דער איד א מציל ומושיע, לולא דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז ער וואלט געמעגט אהין מופן "אום שבת", אבער צו זיין דארט א שבת אן מנין, וואסא פראגע איז דאס.


גערעכט, ס'פיקוח נפש ממש ! ! !
ייש''כ הרב.. שליט''א מרביץ תורה רבות בשנים אזוי ווי די האסט זוכה געווען ביז היינט מזכה צו זיין אלופי אלפי ישראל ותשב''ר מיט דיינע ווערק ביסטו מזכה אצינד די אלע וואס גייען דורך מצבי פיקוח נפש בלי גוזמא מדי יום ביומו ווען זיי קענען נישט אויסהאלטען די מצב פון זייערע דירות,
און ווער ווייסט וויפיל משפחות זענען לעצטענס נעבעך צופאלען נאר צולי די אנגעצויגענקייט איבער די דירות קריזיס,

ס'איז זיכער אז פילע פארפלאגטע משפחות זעה'ן שוין אצינד מיט דיין מסי''נ א שטיקעל שטראל ביים ענד אוף די טונעל, בעז''ה


אשריך הרב רבי נחשון
זאגט איר האט עס געהערט פון א פייערדיגער חסיד

אוועטאר
האלץ האקער
שר האלף
תגובות: 1281
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 05, 2012 11:02 am
לאקאציע: דארט ווי דער באשעפער הייסט

תגובהדורך האלץ האקער » זונטאג פאברואר 09, 2014 10:22 am

AHA האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
טהור-עיניים האט געשריבן:.........
ר' פלאטשיגער, אין מיינע אויגן זענט איר א העלד, און אזוי אויך אייער חבר וואס ציהט זיך אריין אין דעם הויז.
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
download/file.php?id=50093&mode=view

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2383
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » זונטאג פאברואר 09, 2014 11:04 am

אויף טוויטער איז ארום געפארען נעכטען אז שבת איז שוין געווען א מנין דארט, איז דאס וואר?

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2383
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » זונטאג פאברואר 09, 2014 11:05 am

פרישער האט געשריבן:ברוך השם, דער מצב אין לאק שעלדריק איז טאקע געוועין איום ונורא, די שמילעוויץ פראיעקט טיט לינדערן די שווערע מצב דארט.


קען איינער אראפלייגען וואס איז געווען די פרשה ביי די לאק שעלדריק פראדזשעקט?

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » זונטאג פאברואר 09, 2014 11:21 am

האלץ האקער האט געשריבן:
AHA האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
טהור-עיניים האט געשריבן:.........
ר' פלאטשיגער, אין מיינע אויגן זענט איר א העלד, און אזוי אויך אייער חבר וואס ציהט זיך אריין אין דעם הויז.
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » זונטאג פאברואר 09, 2014 11:25 am

לדעתי מאכען זיי א שטארקע טעות מיט אהין ברענגען די משפחות וואס האבן געמופט קיין לאק שעלדריק צילוב סעקשן אכט, עס איז א חסרון סיי פאר די לאנג טורעם און סיי פאר די שארט טורעם.

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3415
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » זונטאג פאברואר 09, 2014 11:40 am

דאס איז א חק בלי טעם? אדער א דרוש? רמז? סוד?

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » זונטאג פאברואר 09, 2014 11:47 am

עס זענען דא וואס פארשטייען, נישט אלעס קען מען ארויס שרייבען אין א פובליק פארום.
און מען האט שוין די נושא עטליכע מאל דעבאטירט דא צום לעצט אינעם קר״י אשכול.

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3415
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » זונטאג פאברואר 09, 2014 11:50 am

אויב כלל ישראל איז געשלאפן אויף עפעס - האט עס נישט מיטן שטעטל צו טון, ער וויל נישט נעמען פון אנדערע פעלקער דערווייל, ממילא איז עס נישט קיין טעות

אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 13, 2009 12:30 pm

תגובהדורך היימישער איד » זונטאג פאברואר 09, 2014 11:51 am

מען ברענגט קיינעם נישט.. ווער עס וויל קען אהין מופן. זאת ועוד די לאק-שעלדריק אידן גייען נישט אינעם נייעם שטעטל (עכ"פ דערווייל) נאר אין די שכינות, ערגעץ לעבן די כולל דירות מסתם.

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4344
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » זונטאג פאברואר 09, 2014 12:09 pm

לויט די געטועכץ פארשטיי'ך אז מען האט אפגעקויפט א שיינע פאר הייזער פון גוים וואס האבן מער נישט קיין ציקונפט אין דעם שטעטל, ווי אויך רוב הייזער דארט זענען געווען אויסגעשטעלט צי גיין אויף פארקלאזוזשער מילא האבן זיך די איד ציגעכאפט דערצי. איז דאס אמת?

אויב אזוי קען מען אפשר ארויפלייג א סטאפ ארדער אויף נייע הייזער אבער אלטע קען מען גיין בארן קלאפן, אביסל רענאוועישאן איז איעדער בארעכטיגט צי מאכן אויף עקזיסטירנדע הייזער.

האב'ך רעכט אדער סתם דמיונות?
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » זונטאג פאברואר 09, 2014 12:26 pm

מידער האט געשריבן:דער אמת פארוואס קרית יואל איז אזוי ארים איז זייער פשוט: רובם ככלם וועלכע האבן ארויסגעמופט פון שטאט צום שטעטל זענען געווען שוואכע פארדינער וועלכע האבן געטראפן א דירה פאר ביליג. געציילטע רייכע האבן אויך זיך אהין געצויגן, אבער גאר ווייניג באלבאטישע.

יעדע שטאט מוז זיין באלאנסירט, און אויב מ'נעמט ארויס די נידריגע פארדינער שיכט פון צווישן א ריזן ציבור סאטמארע חסידים איז זייער פשוט אז דער רעזולטאט איז אז מ'טרעפט זיך מיט א מוסד וואס האט א ריזן פראצענט קינדער וואס צאלן נישט קיין שכר לימוד, און א שטאט וואס גאר א גרויסער פראצענט פלאגט זיך צו דעקן א בודזשעט.

דער סדר גייט ע"פ רוב אז ווען דער פאטער האט געלט האט דער קינד אויך, אבער קרית יואל שטעלט זיך צוביסלעך אויף די פיס וויבאלד ס'שטענדיג דא אויסנאמען ווען קינדער זענען מצליח אין אויפשטעלן אן אייגן פארמעגן, און אויך האט זיך שטארק פארשטאטערט די אויסוואנדעריי פונעם ארימען שיכט אין די לעצטע 15-20 יאר ווען די דירות פרייזן האבן אנגעפאנגען צו שטייגן.

און דאס דארף טאקע דא דערמאנט ווערן, אז ביים יעצטיגן שטעטל האט מען דירעקט נישט געזוכט אזעלכע וואס ווילן קויפן א דירה פאר "ביליג" און מיט דעם איבערמאכן דעם זעלבן טעות. דא האט מען טאקע נישט געמאכט טייער, אבער נישט אזוי ביליג אז יעדער נידריגער פארדינער פון וומסב"ג זאל זיך דא באזעצן אז מ'זאל זיך יארן דארפן פלאגן דאס דערנאך צו פאררעכטן.


און דא ברענגט מען משפחות וואס האבן טאקע לכתחלה געמופט קיין לאק שערדליק פאר די סיבה, און דערצו בשעת מען איז אינטער אויפזיכט אויף יעדע טריט און שריט.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג פאברואר 09, 2014 12:47 pm

אוהב ספרים האט געשריבן:אויף טוויטער איז ארום געפארען נעכטען אז שבת איז שוין געווען א מנין דארט, איז דאס וואר?

אויך אזוי געהערט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
האלץ האקער
שר האלף
תגובות: 1281
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 05, 2012 11:02 am
לאקאציע: דארט ווי דער באשעפער הייסט

תגובהדורך האלץ האקער » זונטאג פאברואר 09, 2014 12:48 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:אויף טוויטער איז ארום געפארען נעכטען אז שבת איז שוין געווען א מנין דארט, איז דאס וואר?

אויך אזוי געהערט.

ווי האט יענער געזאגט נו מיט מנין וועט מען זיך שוין עצה געבען אבער פון ווי נעמט מען מזומן.....
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
download/file.php?id=50093&mode=view

אוועטאר
פלאטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 548
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 09, 2011 1:20 am

תגובהדורך פלאטשיגער » זונטאג פאברואר 09, 2014 1:55 pm

פרישער האט געשריבן:ברוך השם, דער מצב אין לאק שעלדריק איז טאקע געוועין איום ונורא, די שמילעוויץ פראיעקט טיט לינדערן די שווערע מצב דארט.

נישט פארשטאנען... לא זכיתי להבין...


מי יודע האט געשריבן:אויב ס'איז נישט קיין סוד, בין איך נייגעריג ווער ס'איז דער נחשון

כ'ווייס נישט צו ס'איז א סוד, אבער כ'מיין ס'איז אים נישט ניחא יעצט די פובליסיטי...


הערליך האט געשריבן:אויב דער בלומבערג ישוב וועט זיך אויסארבייטן בעזר ה׳ וועט דער קרעדיט זיין א גרויס חלק די לאק שעלדריק פראיעקט.

אמת! ריכטיג! א הונדערט פראצענט! און א שכח אייך פארן דאס אנערקענען...


אוהב ספרים האט געשריבן:קען איינער אראפלייגען וואס איז געווען די פרשה ביי די לאק שעלדריק פראדזשעקט?

דא איז נישט דאס פלאץ פאר דעם... עס איז היפש ברייט פארצווייגט און פארקניפט... נישט נוגע עני וועי...


מחותן האט געשריבן:לדעתי מאכען זיי א שטארקע טעות מיט אהין ברענגען די משפחות וואס האבן געמופט קיין לאק שעלדריק צילוב סעקשן אכט, עס איז א חסרון סיי פאר די לאנג טורעם און סיי פאר די שארט טורעם.

לדעתי, זענען אלע סעקשאן אכטער'ס צוריק צו זייער היימלאנד... וומסב"ג/ב.פ./מאנסי/ק"י.... און דעי אלע וואס גייען יעצט אהין, זענען בלויז דעי וואס האבן ארויסגעמופט לשם שמים, פאר רואיגקייט אידישקייט און לופט....


היימישער איד האט געשריבן:מען ברענגט קיינעם נישט.. ווער עס וויל קען אהין מופן. זאת ועוד די לאק-שעלדריק אידן גייען נישט אינעם נייעם שטעטל (עכ"פ דערווייל) נאר אין די שכינות, ערגעץ לעבן די כולל דירות מסתם.

ריכטיג!


פליגל האט געשריבן:לויט די געטועכץ פארשטיי'ך אז מען האט אפגעקויפט א שיינע פאר הייזער פון גוים.

אויב אזוי קען מען אפשר ארויפלייג א סטאפ ארדער אויף נייע הייזער אבער אלטע קען מען גיין בארן קלאפן, אביסל רענאוועישאן איז איעדער בארעכטיגט צי מאכן אויף עקזיסטירנדע הייזער.

האב'ך רעכט אדער סתם דמיונות?

ריכטיג!


לכתחילה אריבער האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:אויף טוויטער איז ארום געפארען נעכטען אז שבת איז שוין געווען א מנין דארט, איז דאס וואר?

אויך אזוי געהערט.

אויך אזוי געהערט...


האלץ האקער האט געשריבן:ווי האט יענער געזאגט נו מיט מנין וועט מען זיך שוין עצה געבען אבער פון ווי נעמט מען מזומן.....

א טייער ווארט...!

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » זונטאג פאברואר 09, 2014 2:01 pm

אז דו ענפערסט שוין יא די בויך קוועטשענישן פון איעדעם, לאמיר שוין אויך פרעגן..
וואו האבן די משפחות זיך אריינגעמופט יעצט, די כולל דירות, אנדערע אייגענע געקויפטע דירות, אדער?

דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

תגובהדורך דעפרעסט » זונטאג פאברואר 09, 2014 2:04 pm

אפגעזען פון דער פריידיגער שטומינג דא אויף איי וועלט איז אבער לויט ווי די שמועות זאגן ברויך מען נאך אסאך רחמי שמים אז זאכן זאלן זיך שטעלן אין פלאץ און פארן אין די גוטע ריכטונג. איך ציטער פאר א דורכפאל, מיר וויליאמסבורגער איינוואוינער קענען זיך נישט ערלויבן אזאנס, ולה' הישועה.

אוועטאר
פלאטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 548
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 09, 2011 1:20 am

תגובהדורך פלאטשיגער » זונטאג פאברואר 09, 2014 2:07 pm

derech eretz האט געשריבן:אז דו ענפערסט שוין יא די בויך קוועטשענישן פון איעדעם, לאמיר שוין אויך פרעגן..
וואו האבן די משפחות זיך אריינגעמופט יעצט, די כולל דירות, אנדערע אייגענע געקויפטע דירות, אדער?

אוי וויי! דיין בויך קוועטשט דיר...? האסט געהאט א פיינע טשולנט? אדער 12 פרייע בייגעלס פאר מלוה מלכה? איך האב ביי מיר אלקא סעלטזער אז דו ברויכסט....
עני וועי, יא, ס'איז עפעס אזא בחינה ווי די כולל דירות, דאס זענען אלטע אפגעקויפטע הייזער פון גוים, אויף מעין סט. וכדומה,

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3553
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » זונטאג פאברואר 09, 2014 2:59 pm

נאכן הערן היינט אין בית המדרש אז ס'איז געווען מנין דעם שבת האב איך זיך צוריק געכאפט אריין צו קוקן דא אינעם אשכול.
אנטשולדיגט אז כ'האב נישט באזוכט דא פאר עטליכע וואכן (חדשים?) נאכן ליינען וואס גייט פאר, וויל איך נאר באמערקן ווי פאלגענד.
אלע שטערונגען פון שכנים זענען געווען ערווארטעט, און ס'איז נישט געווען צו טראכטן אז ס'וועט זיין אנדערש, מ'דארף מתפלל זיין און האפן אויפן בעסטן.
איך שרייב נאר מעורר צו זיין די בעלי בתים און זייערע נאנטע וואס קוקן דא דעם אשכול, יעצט אז ס'איז אזוי אז זיי האבן אריבער געברענגט משפחות, נישט קיין חילוק פון וואו און צוליב וואס פארא סיבה זיי זענען אהין געקומען, זאל מען היטן אויף זייער וואוילזיין אין אלע הינזיכטן בגשמיות וברוחניות ווי א אויג אין קאפ, דער עתיד פונעם שטעטל ווענדט זיך אין זיי מער ווי אין סיי וואס.
רוב לעגאלע און טעכנישע פראבלעמען קען מען מיט השתדלות בעזר ד' פאריכטן
אבער די "טעסט" וואס דער פובליק גיבט פאר די בעלי בתים עסקנים איז "קען מען זיי געטרויען?" זענען זיי ווארטס מענטשן? און אויך "איז דער עולם וואס וואוינט דארט צופרידן?" אלע תירוצים זענען נישט קיין נפקא מינה, מענטשן הערן פארטיגע באריכטן ס'איז נאר דא א יא אדער א ניין. און עס איז לעבנס וויכטיג אז דער מעסידזש זאל זיין פון יעצט ביז ווען ס'וואוינען דארט אפאר הונדערט משפחות, איין גרויסער קלארער "יא"
וד' יעזור.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
חסיד נלהב
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 23, 2013 1:41 pm

תגובהדורך חסיד נלהב » זונטאג פאברואר 09, 2014 3:34 pm

גם אני הק' מצטרף ל'לעבעדיגע בערל
זאגט איר האט עס געהערט פון א פייערדיגער חסיד

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3415
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » זונטאג פאברואר 09, 2014 3:35 pm

בערל, גוט געזאגט.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » זונטאג פאברואר 09, 2014 3:46 pm

האלץ האקער האט געשריבן:
AHA האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
טהור-עיניים האט געשריבן:.........
ר' פלאטשיגער, אין מיינע אויגן זענט איר א העלד, און אזוי אויך אייער חבר וואס ציהט זיך אריין אין דעם הויז.


חזק ואמץ
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט