קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מאנטאג פאברואר 24, 2014 1:51 pm

יישר כח פלאטשיגער.

די וואלן קומט אויס א טאג נאך שושן פורים.

---
אינטערסאנט אז דארט הייבט מען אן צו שטימען אום 12 מיטאג און נישט 6:00 פארטאגס.

#דארפיש...
לעצט פאראכטן דורך מאנ-יימער אום מאנטאג פאברואר 24, 2014 1:54 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מאנטאג פאברואר 24, 2014 1:52 pm

איינער קען פארדרייען די לוח פון די פרייע אידן דארט? א צוויי טאג איז גענוג
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » מאנטאג פאברואר 24, 2014 2:21 pm

שנאפס האט געשריבן:ווען איז די "דער איד" אויסגאבע ארויסגעקומען און ווען האבן די שכנים זיך גענומען העצן?


דער איד אויסגאבע איז ארויסגעקומען דאכצעך אויף סוכות, און די גוים דארט פאפירן שוין פון פריער, דו האסט נאר נישט געוואוסט ווייל מר. לאםם האט געטרייט עס צו האלטן וואס שטילער און די פאר דארפס פויערן וואס פארפירן האבן נישט געוואוסט זייער וויאזוי צו מאכן הויכע נויז. אבער פארפירן האבן זיי אנגעהויבן בערך צוויי יאר צוריק ווען עס האט אנגעהויבן ארויסליקן אז מען רעדט פון חסידים.

ווידער די פלענער דערפאר גייען שוין צוריק אסאאאאאך מער ווי צוויי יאר. דו לייענסט דאך די באריכטן דא, ווען איז געווען די אנעקסעישאן, און די אנעקסעישאן איז נישט געווען די ערשטע טריט.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מאנטאג פאברואר 24, 2014 2:29 pm

די אנעקסעישן איז געווען מיטן פלאן צו מאכן דירות פאר רייכע גוים מיט פארוויילונגען
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
פלאטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 548
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 09, 2011 1:20 am

תגובהדורך פלאטשיגער » מאנטאג פאברואר 24, 2014 3:11 pm

.
צוגעלייגטע
0217141058.jpg
לעצט פאראכטן דורך פלאטשיגער אום מאנטאג פאברואר 24, 2014 4:25 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
פלאטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 548
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 09, 2011 1:20 am

תגובהדורך פלאטשיגער » מאנטאג פאברואר 24, 2014 3:12 pm

אינעם פארקינג לאט...
צוגעלייגטע
0224141439.jpg
0224141438.jpg

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מאנטאג פאברואר 24, 2014 3:35 pm

WOW

יישר כח פאר די בילדער

איז דאס אינעם בנין נעבן די פייער דעפארטמענט?
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
פלאטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 548
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 09, 2011 1:20 am

תגובהדורך פלאטשיגער » מאנטאג פאברואר 24, 2014 3:46 pm

יא! מ'רופט דאס די סקול בילדונג...

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » מאנטאג פאברואר 24, 2014 3:49 pm

שנאפס האט געשריבן:די אנעקסעישן איז געווען מיטן פלאן צו מאכן דירות פאר רייכע גוים מיט פארוויילונגען


אזוי האט מען זיי דעמאלס געזאגט, ווייל מען האט געוויסט אז אזוי גייען זיי מסכים זיין. אפילו ווען די פלאן איז שוין אפיציעל געווען טאון האוזעס זענען זיי געווען זייער רואיג ביז זיי האבן געהערט די ווארט חסידים. און נאכאמאל, נישט יעדער איינער איז אזוי. עס זענען דא אזעלכע וואס זענען זייער העפי אז חסידים קומען. ער באקומט אסאך חיזוק פון געוויסע גוים דארט.

איינער האט אים אפילו פארציילט אז ער ווייסט אז חסידים זענען די בעסטע מענטשן אויף די וועלט. אבער פאר די וועלכע האבן פיינט אידן איז דער פראבלעם געווארן ווען זיי זענען געוואר געווארן אז די רעדע איז אידן. נישט די טאון הייזער איז געווען די פראבלעם.
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » מאנטאג פאברואר 24, 2014 3:50 pm

פלאטשיגער איך קען דיר נישט גענוג באדאנקען, ביסט מיך מחי' מיט די בילדער. ברענג נאך, וואס מער אלס בעסער.

איך האף בקרוב צו מאכן א באזוך דארט אין שטעטל.
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מאנטאג פאברואר 24, 2014 3:56 pm

טהור-עיניים האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:די אנעקסעישן איז געווען מיטן פלאן צו מאכן דירות פאר רייכע גוים מיט פארוויילונגען


אזוי האט מען זיי דעמאלס געזאגט, ווייל מען האט געוויסט אז אזוי גייען זיי מסכים זיין. אפילו ווען די פלאן איז שוין אפיציעל געווען טאון האוזעס זענען זיי געווען זייער רואיג ביז זיי האבן געהערט די ווארט חסידים. און נאכאמאל, נישט יעדער איינער איז אזוי. עס זענען דא אזעלכע וואס זענען זייער העפי אז חסידים קומען. ער באקומט אסאך חיזוק פון געוויסע גוים דארט.

איינער האט אים אפילו פארציילט אז ער ווייסט אז חסידים זענען די בעסטע מענטשן אויף די וועלט. אבער פאר די וועלכע האבן פיינט אידן איז דער פראבלעם געווארן ווען זיי זענען געוואר געווארן אז די רעדע איז אידן. נישט די טאון הייזער איז געווען די פראבלעם.


סך הכל האלטן מיר די זעלבע, אז זיי ווילן נישט קיין אידן

די שאלה איז נאר אויב זיי האבן אנגעפאנגען מיט די העצערייען ווען מען האט דאס אנאנסירט אין די אידישע גאס, אויף דעם איז ענטפער ניין, זיי האבן שוין אנגעפאנגען א יאר פריער, ממילא האט שוין נישט אזוי שטארק אויסגעמאכט דאס פארשפרייטן
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
פלאטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 548
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 09, 2011 1:20 am

תגובהדורך פלאטשיגער » מאנטאג פאברואר 24, 2014 4:06 pm

אגב, פון היינט און ווייטער וועט אי"ה זיין א מנין שחרית מנחה מעריב דארטן א יעדן טאג...
שחרית - 8:30
מנחה - 2:00
מעריב - 9:45

די זמנים זענען זייער פונקטליך!
אויב זענט איר אויפן וועג קענט איר איבערלאזן א תפילה דארטן...
Address: 132 Main St. Bloomingburg NY 12721
לעצט פאראכטן דורך פלאטשיגער אום מאנטאג פאברואר 24, 2014 4:11 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

היטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 10, 2013 10:52 am

תגובהדורך היטל » מאנטאג פאברואר 24, 2014 4:08 pm

פאר די אלע וואס האבן אנגעפרעגט וואסערע דעטאלן איך האב געהערט: עס פארט יעצט ארום א לאנגע קאפי פעיסט מעסעדזש וואו איינער ברענגט זייער גוט ארויס די מעשה וואס איך האב געהערט, אבער היות דארט איז דא אפאר סטעיטמענטס אנטקעגן אן עסקן, און איך ווייס דאך נישט וועלכע צד ס'איז אמת וויל איך עס נישט ארויפלייגן אהער.
איך גלייב אבער עס וועט אנקומען זאל מען נאר וויסן אז פון דעם האב איך גערעדט.


ישר כח טהור און פלאטשיגער פאר די באריכטן/בילדער.

אוועטאר
פלאטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 548
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 09, 2011 1:20 am

תגובהדורך פלאטשיגער » מאנטאג פאברואר 24, 2014 4:24 pm

היטל האט געשריבן:...
עס פארט יעצט ארום א לאנגע קאפי פעיסט מעסעדזש וואו איינער ברענגט זייער גוט ארויס די מעשה וואס איך האב געהערט,

נו? ווער האט עס? ברענגטס עס אהער ביטע!

אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2917
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2011 11:30 am

תגובהדורך private » מאנטאג פאברואר 24, 2014 4:26 pm

פלאטשיגער האט געשריבן:
היטל האט געשריבן:...
עס פארט יעצט ארום א לאנגע קאפי פעיסט מעסעדזש וואו איינער ברענגט זייער גוט ארויס די מעשה וואס איך האב געהערט,

נו? ווער האט עס? ברענגטס עס אהער ביטע!

דיר געשיקט אין אישי. טו דערמיט וויאזוי דו פארשטייסט

אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2009 12:06 pm

תגובהדורך משה קארנפעלד » מאנטאג פאברואר 24, 2014 4:28 pm

פלאטשיגער, געוואלדיגן דאנק פאר די בילדער.

טהור, קען איך זאגן אז איך האב אויך מער ווייניגער געהערט אזויווי דיר, פארשטייט זיך פון די זעלבע איין זייט.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט

אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2009 12:06 pm

תגובהדורך משה קארנפעלד » מאנטאג פאברואר 24, 2014 4:44 pm

באלד דארף צו זיין נייעס.

Steve Israel ‏@SteveIsrael845 36s
#Bloomingburg NY candidates petition challenge in court Tuesday. We're there.
http://recordonline.com
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט

אוועטאר
טאגליכט
טראוועל אגענט
תגובות: 295
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 5:27 pm
לאקאציע: אויפן פליגער

תגובהדורך טאגליכט » מאנטאג פאברואר 24, 2014 4:54 pm

פלאטשיגער האט געשריבן:אגב, פון היינט און ווייטער וועט אי"ה זיין א מנין שחרית מנחה מעריב דארטן א יעדן טאג...
שחרית - 8:30
מנחה - 2:00
מעריב - 9:45

די זמנים זענען זייער פונקטליך!
אויב זענט איר אויפן וועג קענט איר איבערלאזן א תפילה דארטן...
Address: 132 Main St. Bloomingburg NY 12721



אזוי פינקטליך ווי אין ביהמ"ד תפלה למשה, לאק שעלדריק ז"ל?

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מאנטאג פאברואר 24, 2014 4:55 pm

ק/פ: (ארויסגענומען געוויסע פאראגראפן פונעם מעסעדזש וואס באלאנגען נישט אהער)

די לעצטע פאר טעג גייען מעסעדזשעס אהין און צוריק וועגן פרשת בלומינבורג, איך האב באשלאסן מיך אליינס אריינצולייגן בתוך הענינים און איך האב ערהאלטן א שטיקל בילד ווי ס'האלט יעצט.

די היסטאריע פונעם פראיעקט איז שוין באקאנט פאר יעדן, איך וועל מיך נאר באציען צו די לעצטע אנטוויקלונגן.

כ"א כסלו העעל"ט האט רבינו שליט"א פראקלאמירט איבער דעם אויפבוי פון קרית יטב לב בלומינבורג, און ספעציעל איבערן כולל פראגראם פאר פופציג בני תורה. דער רבי האט דערביי אויך דערקלערט אז ס'דא א וועד וואס געבן זיך אפ מיט די זאכן און זיי ארבעטן שווער להצלחת הענין. דער ציבור האט אויפגענומען די נייעס זייער גינסטיג.

נאך די דרשה איז ווי פארשטענדליך געשאפן געווארן א שטורעם עס איז געווארן דער הויפט נייעס פון טאג, ביום מן הימים האבן די חברי הוועד אנגעהויבן באקומען מעסעדזשעס און שליחות פון א געוויסע "וועד איחוד הקהלות" נעמליך אז די איחוד הקהלות זענען אין קאנטראקט מיט שלום לעם אויף דעם זעלבן פראפערטי און זיי ליגן שוין מיט אסאך געלט און זיי ווילן זיך אראפזעצן מיטן סאטמאר'ן וועד זען וואס מ'קען אויסארבעטן. דער סאטמארער וועד האט זיך אראפגעזעצט מיט איחוד הקהלות און זענען שאקירט געווארן צו הערן אז דער שלום לאם האט שוין פאקטיש געסיינט מיט זיי א קאנטראקט און זיי ליגן שוין מיט געלט אין עסקראו. אויף די אנפראגע פון סאטמאר היתכן מ'האט נישט געהערט פון זיי ביז היינט, האט איחוד הקהלות געזאגט אז זיי האבן שוין זומער געהערט אז עס קאכט זיך עפעס, און זיי האבן זיך טאקע געטראפן מיט דעם וואס האט זיך אנגעגעבן אז ער פארטרעט סאטמאר (איך שרייב נישט קיין נאמען, ווער ס'ווייסט ווייסט סייווי וועם מ'מיינט), און יענער האט זיי געאפערט אפאר הונדערט טויזענט דאללער אז זיי זאלן זיך אפשאקלן פונעם דיעל, זיי האבן נישט מסכים געווען. אבער נאך די דרשה פון רבי'ן האבן זיי שוין געזען אז עס ווערט ערענסט, האבן זיי פארלאנגט זיך אראפצוזעצן מיט סאטמאר.

דורכאויס די פארהאנדלונגן פון סאטמאר מיט איחוד הקהלות האט א"ה געאפערט אז סאטמאר זאל זיך מיט זיי צוזאמשטעלן און גיין אונטער זייער קאנטראקט מיט לעם (היות סאטמאר האט נאכנישט געהאט קיין פיקס פארטיגע אונטערגעשריבענע קאנטראקט מיט לאם און א"ה יא), אבער סאטמאר האט זיך אנטזאגט דאס צו טון. למעשה האט סאטמאר געלאזט וויסן פאר איחוד הקהלות אז זיי רוקן זיך פאראויס אונטערצושרייבן א קאנטראקט מיט לעם. אויף דערויף האט איחוד הקהלות געלייגט א עיקול אויף שלום לאם און דאס געשיקט פאר סאטמאר.

ווי נאר דער עיקול איז אריינגעקומען אין בילד האט סאטמאר געלאזט וויסן פאר לאם אז זיי שטעלן אפ דעם קאנטראקט ביז ער גלייכט זיך נישט אויס מיט איחוד הקהלות, און בכלל היות עס שטעלט זיך ארויס אז עס קען זיך מאכן אזעלכע פראבלעמען ווילן זיי מער פארזיכערונגס אויף פארשידענע תנאים וואס מ'האט זיך ביז יעצט פארלאזט אויף טראסט און אויף מיוטשעל אגרימענטס, לדוגמא: סאטמאר איז קיינמאל נישט געווען אזוי צופרידן מיט די פרייז און די סייז פון הייזער, נאר לאם ושות' האבן געטענה'ט אז זיי ליגן שוין מיט אזויפיל געלט ווילן זיי יעצט גארנישט טוישן, אבער ביי די קומענדיגע פאזע גייען זיי בויען שענערע און קלענערע דירות וואס וועט זיין מער עפארדעבעל פאר אנ"ש. איז ווילאנג ס'געווען א טראסט האט מען זיך פארלאזט אויף זייער ווארט, אבער יעצט פארלאנגט סאטמאר אז דאס זאל שטיין קלאר ארויסגעשריבן אינעם קאנטראקט.

עס דארף אויך ארויסגעברענגט ווערן אז לאם ושות' האבן לכתחילה געוואלט בעטן גרויסע דעפאזיטס פון די קונים, אבער די וועד וואס דער רבי האט ממנה געווען איז געשטאנען על המשמר אז זיי טארן נישט נעמען קיין דעפאזיטס ביז ווילאנג אלעס איז אויסגעארבעט לעגאל מיט א קאנטראקט אויף הונדערט פראצענט, און אדאנק דעם וועט אידיש געלט נישט גיין לטמיון.

לעת עתה האט שלום לאם ושותפיו באשלאסן אז מ'שאקעלט זיך אפ פון סאטמאר און ווילן זיך נישט צובינדן צו די תנאים וואס סאטמאר פארלאנגט. סאטמאר האט זיי געלאזט וויסן אז ווען זיי באשליסן זיך צו ברעכן זאלן זיי צוריקקומען צום האנדלס טיש.

דא אקוראט האלט עס יעצט.
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג פאברואר 24, 2014 5:34 pm

איך ווייס נישט ווער דער שרייבער פונעם ארטיקל איז, און איך ווייס נישט וואס איז זיין אגענדע.
אט איז מיין חוו"ד נאכן ליינען דאס אויבנדערמאנטעץ
א. אויב איז עס אמת דאן איז די גאנצע פראיעקט דערנאך.
ב. אויב איז עס נישט אמת נאר צד סאטמאר וויל אז לאם זאל זיך ברעכן דעריבער לאזן זיי ארויס אזעלכע שמועות אויף לאם, דאן ווען לאם וועט זיך ברעכן, וועט דער פראיעקט שוין זיין געבראכן.
ג. כ'האף און כ'גלייב אז קיין איינס פון די סעיפים זענען נישט אמת, אלזא ווער ס'קען זיך אויס זאל ביטע ענטפערן
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4440
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מאנטאג פאברואר 24, 2014 5:47 pm

איז נישט די נאמען קרית יטב לב געבוירן געווארן ביי די סוכות אויסגאבע פון דער איד?
איחוד הקהילות האט דאס נישט געוואוסט דאן?
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25688
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג פאברואר 24, 2014 5:48 pm

זייער דעפרעסינג די מעסעזש.

איך האב באמת נישט געקלערט אז סאטמאר זאל אנקומען צו אזא דיוטא, דאס איז ווי מ'זאגט "ביאנד עוורי אנדערסטענדינג", וויאזוי איז אזא מאכטפולע פירמע אריינגעפאלן אין א פאסטקע, די פאלגענדע האב איך געשריבן באלד נאך די סאטמארע פראקלאמאציע:
מיללער האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:איצטערט באקומען א אימעיל, מיט א לינק צו דאונלאודן די ביילאגע פון דער איד פון ערב סוכות

http://satmarnews.wordpress.com/2013/10 ... ngburg-ny/


א הארציגען יישר-כח הרב שנאפס, עס איז א הערליכער ביילאגע.

-

היינט איז ווידעראמאל געווען דער שטעטל און די בית רחל בנין אין די נייעס, אבער דער אמת איז אז בעזהשי"ת איז בדרך הטבע דער חלק פון די שכנים א פארזיכערטער עסק, דער שווערער חלק איז ארויסברענגען די תושבים.

דער שלום לאמם (בנו של נחום [נארמאן] לאמם מYU) איז א געריבענער בחור, ער איז נישט היינט געבארען און ער ווייסט גענוי וואס ער טוט, די שכינים זענען אנגעקומען צום גרייטן, און יעצט קענען זיי בלויז מיטהאלטן פון די זייט ווי עס בויעט זיך לעיניהם א עיר הצדק וקריה נאמנה פאר ערליכע חסידישע פרומע אידן, צו עס שמעקט זיי צו נישט איז דאס א פאקט.

מר. לאמם פלאנירט דאס שוין באלד צעהן יאר, עס האט אים נאר געפעלט א קהלה אדער באוועגונג וואס זאל ארויפשפרינגען אויף זיין וואגן, און דאס האט ער יעצט דעליווערט, און אויף גאר א שטארקען אופן, דאס אז סאטמאר (ליין: כ"ק אדמו"ר שליט"א) זאל דאס נעמען אויף זייער נאמען איז גאר א שטארקער געווינס, אזא אימפעריע ווי סאטמאר קען נישט עפארדן קיין דורכפאל, און זיי וועלן טאן כל מה שביכולתם אז דאס זאל זיין א סוקסעס.
ביז היינט האבן אלע שטעטליך (קאנארסי, בעיסוואטער, אפסטעיט ועוד) געטראגן די נעמען פון יחידים עסקנים, און קיינמאל איז נישט געלונגען אז אזא עסטאבלישמענט זאל דאס נעמען אונטער זייערע פליגלען, עס וועט נישט נעמען לאנג ביז עס וועלן פארקומען ערנסטע פראפאגאנדע צו ברענגען מענטשן זיך צו ציען קיין יטב לב, צו מיט סימפאזיומס און דרשות, צו דורך כרוזים וקול קורא'ס, עדיטאריעלס און מאגאזינען, ביז דירעקט מארקעטינג און טארגעטעד סעילס, עס איז א פראגע פון צייט.


פון דארט ביז אז לאמם זאל טרעפן א 'צווייטער' ארויפצוקומען אויפון באן איז שוין א קאצן-שפרונג, קרית אגודת ישראל, קרית שפע חיים, קרית מחזיקי הדת, קרית בני ציון, און אפשר אפי' קרית ברך משה, אין בלומינגבורג ניו יארק, וועט נישט שפעטיגען צו קומען.


איי האב איך געגרייזט, עס טוט וויי דאס הארץ, אנא נוליך חרפתינו

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25688
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג פאברואר 24, 2014 5:51 pm

פליגל האט געשריבן:איז נישט די נאמען קרית יטב לב געבוירן געווארן ביי די סוכות אויסגאבע פון דער איד?
איחוד הקהילות האט דאס נישט געוואוסט דאן?

יא

בילד

שנאפס האט געשריבן:דעקל פון "דער איד" ערב סוכות אויסגאבע

photo.JPG

אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 13, 2009 12:30 pm

תגובהדורך היימישער איד » מאנטאג פאברואר 24, 2014 6:02 pm

כבוד הרב מיללער, כ'מיין ס'נאך אביסל פרי פאר אפיציעלע הספדים... זאכן קענען זיך נאך אויסדרייען צום גוטן, אפיציעל האט זיך דערווייל גארנישט געטוישט.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25688
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג פאברואר 24, 2014 6:04 pm

היימישער איד האט געשריבן:כבוד הרב מיללער, כ'מיין ס'נאך אביסל פרי פאר אפיציעלע הספדים... זאכן קענען זיך נאך אויסדרייען צום גוטן, אפיציעל האט זיך דערווייל גארנישט געטוישט.

הלוואי זענט איר גערעכט, פון ידידי הדגול הרב שנאפס האט דער מעסעזש אויסגעקוקט שטארק זויער


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אביונה און 6 געסט