קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25689
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך מארטש 26, 2014 6:16 pm

צייטליך האט געשריבן:ריכטיג.

סאליווען קאונטי באורד אוו עלעקשאן'ס האט ארויסגעגעבן זייער רעפארט אז זיי בלייבן טאקע ביי די מיינונג און די געטשלענדזשטע שטימע'ס בלייבן געטשעלענטשט. און דער נייער מעיאר האט שוין ארויסגעגעבן א סטעיטמענט אז ער האפט אין די קומענדיגע טעג איבערצונעמען דעם אפיס.

זייער נישט קיין גוטע נייעס, א שאד א שאד

אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 13, 2009 12:30 pm

תגובהדורך היימישער איד » מיטוואך מארטש 26, 2014 6:33 pm

די באריכטן דא איז נישט אונגאנצן ריכטיג... די בעלאטס זענען נאך פארזיגלט נאר די געריכטן וועלן מחליט זיין איבער דעם. נעכטן איז ארויסגעקומען א פסק פונעם בארד-אוו-עלעקשענס אז ר' חיים ר. האט נישט געהאט די רעכט צו טשעלענדשען די שטומע'ס פונעם צד שכנגד, ע"כ ווערן אלע טענות פון אים ארויסגעווארפן.

די וואס האבן די פן ירבה שרעק טאנצן פאר שמחה אז ענדליך האבן זיי שוין עפעס א 'געווינס'... ס'איז אבער ווייט נישט אנגעהויבן אפי' די פארהאנדלונגן. וואס וועט לויט אלע שפעקעלאציע'ס סיי ווי אנקומען צום אפעלעט געריכט.

אוועטאר
בנחיים_שמואלסאן
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 2:34 pm

תגובהדורך בנחיים_שמואלסאן » מיטוואך מארטש 26, 2014 7:32 pm

שכוח היימישער יוד פארן קלעריפייען

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2686
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » מיטוואך מארטש 26, 2014 8:46 pm

בנחיים_שמואלסאן האט געשריבן:שכוח היימישער יוד פארן קלעריפייען

לאמיר האפן אז דו ביזט גערעכט.

אגב האט מיר איינער וואס האט געשטימט דארטן אין די וואלן (א איינוואוינער), אז די לויערס זענען שוין מיט יעדן איבערגעגאנגן, און מסדר געווען שריפטליכע ערקלערונגן אויף יעדן בפרטיות פארוואס ער איז יא שטימבארעכטיגט.

און אגב ערווארטן זיי אז דער יעצטיגער שופט וועט לכאורה פסל'ן די יודישע שטימען, (זיין יאכנע איז פון די טומלערס דארטן), און דער זעלבער שופט האט טאקע ביי די קאנטרי'ס אויך גע'פסל'ט די זומער איינואוינער'ס שטימען, אבער די לויערס ערווארטן אז ביים אפיעל וועט ווארשיינלעך ווערן אנגענומען "אלע" שטימען.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

תגובהדורך AHA » מיטוואך מארטש 26, 2014 8:56 pm

סיז זייער א שווערע עסק, אבער לאמיר האפען פארען בעסטען.

אויב די קאורט פסקעט לטובת די קעגנער דארף מען קודם ווערן אנגענימען אין די אפיעלס אין מען דארף נאך נאכדעם געווינען אויכעט.

בקיצור, מען דארף א סך מתפלל זיין.
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2686
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » מיטוואך מארטש 26, 2014 9:02 pm

א TRO וועט ער לכאורה זייער גרינג קענען באקומען, אז די קעיס וועט זיין אז מ'האט געפסל'ט רוב שטימען פון א וואל-פארמעסט.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מיטוואך מארטש 26, 2014 11:50 pm

עס גייט זיין די דריטע פלאטץ אין האדסען וואלי ווי מיר האבן אזא ענליכע סכסוך מיט די שכנים, 1) ראמפא סקול דיסטריקט, 2) טאון אף מאנרא עלעקשענס, 3) און די יעצטיגע בלומינגובערג וואלען. לענ״ד איז דא א גבול וופיל מען קען ציען די ראבער בענד ביז עס רייסט זיך נישט איבער און מען כאפט א ציפ אין פנים. מען איז אין גלות און זאל השי״ת העלפן אז די טעגליכע העצע אין די געגענט זאל נישט איין טאג אויפרייסען.

וואלט לאם געווען ספציעיל ביליג מיט זיינע דירות דאן וואלט שייך געווען צו האבן מיטלייד מיט אים, למעשה אבער בעט ער ער די מאקסימום וופיל ער קען בעטען פינקט ווי די קר״י און וומסב״ג דעוועלעפערס בעטען די מאקסימום וופיל זיי קענענן בעטען, דערפאר איז נישט ווערט זיך איינצירייסען אז ער זאל געווינען כדי ער זאל קענענן אנגיין, איך זע אז טראץ וואס ער בויעט שוין אזוי לאנג האט נאך קיין איין קהלה נישט אינטער זיך, זעט אויס אז ער איז נישט די מציאה אויף וואס מען ווארט, אפילו ווען ער וועט שוין געווינען וואס וועט מען פארדינען? אז א יחיד האט טויזענטער עקעירס אינטער זיך און קען מאנאפעלירען מיט די פרייזן..?! עס איז נישט קיין גרויסע מציאה צו באוויינען אויב מען פארלירט עס.

Elmo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 19, 2014 3:02 pm

תגובהדורך Elmo » דאנארשטאג מארטש 27, 2014 12:47 am

I agree

תלמוד
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 15, 2011 11:09 pm

תגובהדורך תלמוד » דאנארשטאג מארטש 27, 2014 2:12 pm

מחותן האט געשריבן:עס גייט זיין די דריטע פלאטץ אין האדסען וואלי ווי מיר האבן אזא ענליכע סכסוך מיט די שכנים, 1) ראמפא סקול דיסטריקט, 2) טאון אף מאנרא עלעקשענס, 3) און די יעצטיגע בלומינגובערג וואלען. לענ״ד איז דא א גבול וופיל מען קען ציען די ראבער בענד ביז עס רייסט זיך נישט איבער און מען כאפט א ציפ אין פנים. מען איז אין גלות און זאל השי״ת העלפן אז די טעגליכע העצע אין די געגענט זאל נישט איין טאג אויפרייסען.

זייער אויפריכטיג

אוועטאר
בנחיים_שמואלסאן
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 2:34 pm

תגובהדורך בנחיים_שמואלסאן » דאנארשטאג מארטש 27, 2014 2:18 pm

#זייער_איבערגעטריבן

אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

תגובהדורך AHA » מוצ"ש מארטש 29, 2014 11:55 pm

בנחיים_שמואלסאן האט געשריבן:#זייער_איבערגעטריבן

זיי מסביר פליז
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.

אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 13, 2009 12:30 pm

תגובהדורך היימישער איד » זונטאג מארטש 30, 2014 12:34 am

מחותן א דיסעגרי. כ'בין נישט אין הימל צו וויסן פארוואס די זאכן פאסירן - מעגליך עס איז צוליב גזירות הגלות, אבער פון דא אונטן קוקט עס אויס ווי פשוט אנטיסעמיטיזם. די גוים גלייכן זייער נישט די אידן. עס איז גארנישט ראנג אז די אידן נעמן זיך אן פאר זייערע רעכטן - כל זמן ס'איז ע"פ דרך התורה.

דאס אז מען טשעפט די אידן פון בלומינבערג [אריינגערעכנט ר' שלום לאמם] דארף אונטערסירן אלע אידן אין אמעריקע. זיי מיינן נישט אים פרעזענדליך נאר זיין פאלק. עס מאכט נישט אויס וויפיל ער פארדינט אויף דעם, און אז ער וויל עס פארקויפן נאר פאר טייער, דאס מאכט נאכנישט זיין בלוט הפקר, ער פארלעצט נישט גארנישט דערמיט, ער האט די רעכט צו בעטן וויפיל ער וויל, און ווער עס וויל נישט גיין אהין האט אויך אלע רעכטן דערצו.

דא איז טאקע די פלאץ אויסצודריקן אנטריסינג אנטקעגן טייל וואס העצן אקעגן ר' שלום און שרייבן [אויף גוי'ש] אויך שטעך רייד, מיינענ'דיג אז וויבאלד זיי האבן נישט קיין אונטערעסע אין דעם פרוייקט קען מען רייטן דערויף. די אמת איז אבער - ווי געזאגט - מען מיינט נישט אים און מען מיינט נישט בלומענבערג, עס קען זייער גרינג צוריקפייערן אויף דעם לייכטזינגע שרייבער זעלבסט ח"ו.

ווי מ'זעהט גייט דאס טאקע ווייראל... די העצע איז בכלל נישט קאנצעטרירט אין בלומבענבערג, אין מאנרא גייט אן א שטארקע העצע קעגן די אנעקסעשאן, אין ראקלאנט קאנטי ווייסט מען דאך וואס טוט זיך, אין טשעסטער מאכט מען טראבל פאר א ישיבה.. נועם אלימלך.. ועוד ועוד.

כללי של דבר: אידן טארן נישט זיין גלייכגילטיג ווען מ'טשעפט אנדערע אידן, קיין חילוק ווער\וועם\ווי. עס דארף וויי טאן און מען דארף טון אלעס וואס מען קען און איז אויסגעהאלטן (ע"פ תורה ולהבדיל ע"פ חוקי המדינה) ארויסצוהעלפן די אידן. אוודאי דארף עס געטון ווערן בהשכל ובדעת נישט מער צו אויפפלאקערן די שנאה ח"ו. אבער זאגן אז ס'אונטערסירט נישט ווייל ס'שטערט מיך נישט איז נישט אידיש'לעך איניש פראקטיש.

שתוקא בתרין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 361
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 16, 2013 11:01 pm

תגובהדורך שתוקא בתרין » זונטאג מארטש 30, 2014 12:37 am

זייער ריכטיגע ווערטער, איר רעדט ווי א "היימישער איד" דארף רעדן און טראכטן.

אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

תגובהדורך green » זונטאג מארטש 30, 2014 12:45 am

שכח היימישער פארן ארויסברענגן מייגע געפילן אויך

די אמת'ע חורבן פון די גלות 2014 איז אז מ'לויפט ארום פארציילן פאר די גוים וואס עס טוט זיך ביי אונז און די קישקעס

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » זונטאג מארטש 30, 2014 12:57 am

היימישער איד (ניק). מיסודו ביסטו 100% גערעכט אז לעגאל טאר מען נישט טרעטען אויף דעם איד׳ס רעכטען און דאס וואס זיי פראפירען צו טיען איז לעגאל נישט אויסגעהאלטען.

אבער לאמיר אייך פרעגען א פראגע: זענענן מיר דען נישט געשטאנען אינאיינעם אויפן גאס ביי די פראטעסט וואס הרב החסיד מ״ד נידערמאן הי״ו האט פאריפען קעגען די גרעניטש בילדניג אינוועסטירער? האבן מיר נישט פארפירט אין וומסב״ג פארוואס מען געבט דירות פאר ספאנישע און שווארצע? האבן מיר נישט געפענט א פאנדרעזיניג אפאראט אפצוראטווען וומסב״ג און נישט אריינלאזען די מאווי אינדוסטערי אין די נעווי יארד?

הצד השווה שבהן: אויב די בלומינגבורג זענענן אנטעסמיטען פאר נישט וועלן אז זייער שטעטעל זאל ווערן די צווייטע קר״י דאן זענענן מיר ראסיסטען פאר פארפירען קעגן די ספאנישע אין וומסב״ג.

דער אמת איז די גוים אין בלומינגבורג האבן א פראבלעם ווייל כך דרכו של עולם אין גאנץ אמעריקע אז געגענטער און שטעט טוישען זיך, עס קימט א נייער עלעמענט וואס פארטרייבט דעם אלטען און אזוי דרייט זיך כסדר א ראד, סאו לעגאל קענענן די בלומינגבורג גארנישט טיען אחוץ שרייען אדער פארקויפן זייערע דירות פאר גוט געלט.. אבער מען קען פארשטייען זייערע געפילען פארוואס זיי ווילען נישט זיך נישט פלוצליניג זעען וואוינען אין קרית ייטב לב.

און אפילו זיי אינגאנצן נישט גערעכט.. פארט איז נישט געשמאק צו האבן אזויפיל העצע קעגן זיך איינמאל און נאכאמאל און נאכאמאל.

אוועטאר
בנחיים_שמואלסאן
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 2:34 pm

תגובהדורך בנחיים_שמואלסאן » זונטאג מארטש 30, 2014 1:04 am

העצע קעגן אידן וועט אייביג זיין, קיין חילוק ווי מען גייט, עס איז א זאך וואס מען מוז דורך שוויצן

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג מארטש 30, 2014 1:06 am

מחותן וועלכע פראטעסט רעדסטו?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » זונטאג מארטש 30, 2014 1:07 am

בנחיים_שמואלסאן האט געשריבן:העצע קעגן אידן וועט אייביג זיין, קיין חילוק ווי מען גייט, עס איז א זאך וואס מען מוז דורך שוויצן

גערעכט. אזוי אויך קען מען קויפן באטליך ספרינג וואסער און כמעט יעדע געז סאטנציע.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג מארטש 30, 2014 1:08 am

מחותן האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:מחותן וועלכע פראטעסט רעדסטו?

גערעכט. אזוי אויך קען מען קויפן באטליך ספרינג וואסער און כמעט יעדע געז סאטנציע.

???
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 13, 2009 12:30 pm

תגובהדורך היימישער איד » זונטאג מארטש 30, 2014 1:20 am

ס'נישט זיכער אז די גוים דארט האבן א פראבלעם מיט די נייע תושבים, דער מעיאר למשל איז שטארק צופרידן דערפון... און אזוי אויך זענען היפש אפאר אנדערע תושבים. די שטעטל איז געווען פוחת והולך סיי מיט תושבים און נאך מער פינאנציעל.

די אידישע תושבים דארט באריכטן אז אסאך שכנים זענען ספעציל העפליך, איינער פארציילט אז א [גוי'שע] שכן האט געברענגט בלומען ערב שבת פאר אים און שיין מקרב געווען.

עס איז דא אפאר היצ-קעפ (ליידער זענן עטליכע מזרע ישראל) און זיי דרייען אן א מצב כאילו די גאנצע שטעטל איז דערגעגן. ווי אויך באריכט מען אז רוב העצע קומען פון מענטשן וואס וואוינען ניטאמאל אינעם שטעטל.

דאס אלעס איז צו שטעלן די רעקארד קלאר, עס מאכט אבער נישט אויס פאר אונז כי הוא זה נישט, מען באקירעוועט דארט אונזערע ברודער, ווייל זענען אידן און נישט פאר קיין שום אנדערע סיבה. [אסאך פון די העצער'ס שעמען זיך נישט עס ארויסצוזאגן אפען און גראב!] און דאסי נישט גוט. מיר האפן און בעטן אז די זאך זאל זיך שליכטן שנעל און גיך אן קיין שאדן פאר קיין שום איד, אמן.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7621
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » זונטאג מארטש 30, 2014 1:27 am

ס'מעג אויך ארויסגעברענקט ווערן אז גיין מיט דריידליך ווען מען ווייסט אז ס'דא וואס קוקן מיט בייז בליט, איז זייער נישט געוואונטשען.

א וודאי מעג מען זיך אננעמען פאר די אייגענע רעכטען, אבער דאס דארף גיין בדרך הישר.

איך ווייס נישט פינקטליך וואס דארט איז געווען אבער אז די FBI איז געקומען, קוקט עס נישט אויס צו גוט. משא"כ לדוגמא אין מאנראו ביים אנעקסעישון כפי שמיעתי גייט אלעס די גראדסטע וואס מעגליך.

וואס פעלט אויס אריינצולייגן אינעם גוי'ס מויל אז אידעלעך קענען זיך אויס מיט דריידליך?
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » זונטאג מארטש 30, 2014 1:29 am

היימשיער איד (ניק). מסכים צו דאס וואס די זאגסט און יעדער האט זיך זיינע סיבות, און מאנרא וויל אויך דער טאון סופערווייזער אז די אנעקסעישן לאז אדורוך גיין, אבער איך זאג אז מען קען פארשטיין א גוי וואס איז דערקעגן.

אגב. מיין תגובה איבער וואס די האסט זיך באצויגען האב איך גערעדט פון די איין פרט אז דאס גייט זיין נאך א פלאטץ דא אין אפסטעיט ווי מיר אידן האבן לאקאל איבערגדרייט די עלעקשענס נוסח ראמפא סקול דיסטריקט - וואס איז טאקע לעגאל אבער למעשה די וואס האבן געווינען און רעגירען פארטרעטען נישט די וואס ניצען די סערוויסעס, און דאס ברענגט ארויס בייז בלוט ביי געוויסע כאטש אז לעגאל זענענן זיי נישט גערעכט, ווי למשל דא אין קרית ייטב לב.. א גוי וואס וואוינט שוין דארט צען יאר און ער האט געוואוט פאר צד שכנגד קען ווערן גערעגט אז עפעס א ישיבה האט זיך דא באזעצט פינקט א חודש בעפאר די וואלען און אים צוגענימען די וואלען.
לעצט פאראכטן דורך מחותן אום זונטאג מארטש 30, 2014 1:40 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 13, 2009 12:30 pm

תגובהדורך היימישער איד » זונטאג מארטש 30, 2014 1:39 am

זאכליך: כ'ביניש איבערצייגט אז לאמם האט געטון דריידלעך. לויט ווי כ'הער איז אלעס 100% לעגאל און גראד. די העצער'ס האבן שרעקליך פארפירט און גערידערט אין די הויכע פענסטער פארוואס מען אינוועסטיגעט נישט די שרעקליכע אומרעכט [אין זייערע אויגן] לכאורה צוליב דעם זענען זיי אראפגעקומען צוליב צוטאן די חברה שרייער'ס.

נ.ב. כ'האב נישט קיין שום אינסייד אינפא איבער דעם פרוייקט (כ'בין קיינמאל נישט דארט געווען) כ'שרייב נאר את הנראה לענ"ד.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7621
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » זונטאג מארטש 30, 2014 1:48 am

כ'ווייס נישט וואס ס'באמת פארגעקומען דארט ס'קען טאקע זיין אז אלעס איז גראד. און כ'האף אזוי.

בדרך אגב 100% לעגאל מיינט נישט גראד, מ'קען זיין לעגאל מיט דריידליך.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » זונטאג מארטש 30, 2014 1:56 am

מחותםן זיסער; עס זעט אויס ווי איר ליינט גויאישע צייטונגען, איר מעגט אבער פארשטיין אז פונקט ווי להבדיל אא"ה די אידישע צייטונגן וועלן שרייבן יעדע נייעס נאר ווי עס שטימט מיט די פארטיי... שרייבן זיי אקוראט לויט עס געפעלט זיי....

די היימישע אידן אין ראמאפאו זענען אקוראט די זעלבע מחותנים אין די סקול דיסטריקט ווי להבדיל אא"ה די גויאישע! יעדע וואס וואוינט דארט צאלט די זעלבע טעקס!
שיקן אין פאבליק סקול?! דו ווייסט ווער עס שיקט אין פאבליק סקול דארט?! נאר די נידריגע ביליגע אפגעשליסענע גויאישע שלעפערס!!! די סקולס דארט זענען רוב רובם העיטינס, און די פריעזידענס קאזינס...

און דאס האט קיין שייכות מיט די אידישע פארשטייער וועלכע העלפן ארויס אחינו בני ישראל וואס ווערן באדינט דורך די דיסטריקט און פאר די אויסטערלישע געלט שווענדערייען אויסגעריסן פון אידן!

לענינינו... די פארפירערס זענען איבראל וואס דו האסט אויסגערעכנט יחידים וואס האבן איינגענע אינטערעסן!!! (טעשק איט אוט!). און זיי רייטן אויף די שנאת ישראל וואס איז דא זינט די מעמד הר סיני, ביז זיי וועלן בקרוב ממש אויסגעריסן ווערן בביאת גואל צדק אמן!

א גוטע וואך.

היות כ'טייפ אויף די אייוועלט עפפ, האביך נישט קיין געדולט איבערצוקוקן וואס כ'האב געשריבן, אויב געפעלט אייך עפעס נישט, בעטס א מנהל זאל עס פארעכטן, א גוטע וואך.


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט