קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » זונטאג מארטש 30, 2014 3:57 am

מחותן האט געשריבן:עס גייט זיין די דריטע פלאטץ אין האדסען וואלי ווי מיר האבן אזא ענליכע סכסוך מיט די שכנים, 1) ראמפא סקול דיסטריקט, 2) טאון אף מאנרא עלעקשענס, 3) און די יעצטיגע בלומינגובערג וואלען. לענ״ד איז דא א גבול וופיל מען קען ציען די ראבער בענד ביז עס רייסט זיך נישט איבער און מען כאפט א ציפ אין פנים. מען איז אין גלות און זאל השי״ת העלפן אז די טעגליכע העצע אין די געגענט זאל נישט איין טאג אויפרייסען.

וואלט לאם געווען ספציעיל ביליג מיט זיינע דירות דאן וואלט שייך געווען צו האבן מיטלייד מיט אים, למעשה אבער בעט ער ער די מאקסימום וופיל ער קען בעטען פינקט ווי די קר״י און וומסב״ג דעוועלעפערס בעטען די מאקסימום וופיל זיי קענענן בעטען, דערפאר איז נישט ווערט זיך איינצירייסען אז ער זאל געווינען כדי ער זאל קענענן אנגיין, איך זע אז טראץ וואס ער בויעט שוין אזוי לאנג האט נאך קיין איין קהלה נישט אינטער זיך, זעט אויס אז ער איז נישט די מציאה אויף וואס מען ווארט, אפילו ווען ער וועט שוין געווינען וואס וועט מען פארדינען? אז א יחיד האט טויזענטער עקעירס אינטער זיך און קען מאנאפעלירען מיט די פרייזן..?! עס איז נישט קיין גרויסע מציאה צו באוויינען אויב מען פארלירט עס.


איר זאלט מיר מוחל זיין אבער איר רעדט אין די וועלט אריין. אדרבה, זאג דו מיר וואס מען זאל טוהן. מיר האבן ב"ה קינדער און מיר דארפן האבן ווי צו וואוינען. אין די יעצטיגע עקזיסטירנדע ישובים איז דאך איבריג מסביר צו זיין ווי אומדערטרעגליך דער מצב איז, אויב אזוי וואס דעם זאל מען טוהן. מען איז אין גלות און מען דארט נישט טשעפען דעם גוי, אויב אזוי... נו, זיי ממשיך...

איך זעה דא דריי אפציעס, 1 - אויפהערן האבן קינדער, די וואס מען האט שוין זאלן מער נישט חתונה האבן, אזוי וועט מען נישט דארפן מער דירות. 2 - גיין וואוינען אויף די לבנה. 3 - טרעפן די אנדערע זייט סמבטיון און זיך באזעצן דארט...

חוץ פון דעם זעה איך נישט קיין אנדערע מעגליכקייט, וויל אין קיין שום אנדערע פלאץ אויף די וועלט וויל מען אונז נישט.

איך האב נייעס פאר דיר, התגרות באומות מיינט נישט אז דער גוי טאר נישט ווערן וויי געטאן דורך מיין עקזיסטענץ, עס מיינט אז איך טאר זיך נישט רייצן מיט די אומות העולם. ווען איך קום וואוינען אין א ניי ארט, ווי דאס געזעץ גיט מיר דאס פולע רעכט עס צו טאהן, איך דארף אפילו נישט בעטן קיין ספעציעלע ערלויבעניש, איז נישט דא קיין שום ענין איך זאל נישט גיין ווייל די גוים דארט ווערן ווייגעטאן. שלום לאם האט אלעס געטאן הונדערט פראצענט געזעצליך, יעדעס ווארט ווייטער איז איבריג.

לגבי טאון אוו ראמאפא און מאנראו ענעקסעישאן וועל איך דיר בעז"ה ענטפערן אין די אשכולות וועלכע באהאנדלען יענע עניינים, איך זאג דיר נאר אזויפיל, אז ביי די ביידע פעלער זענען די אידן הונדערט פראצענט גערעכט, געזעצליך און אויך מענטשליך און מאראליש.

לגבי דיין צווייטן פאראגראף האט דיר שוין היימישער איד גוט געענטפערט ומשם תקחהו.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » זונטאג מארטש 30, 2014 4:00 am

מחותן האט געשריבן:היימישער איד (ניק). מיסודו ביסטו 100% גערעכט אז לעגאל טאר מען נישט טרעטען אויף דעם איד׳ס רעכטען און דאס וואס זיי פראפירען צו טיען איז לעגאל נישט אויסגעהאלטען.

אבער לאמיר אייך פרעגען א פראגע: זענענן מיר דען נישט געשטאנען אינאיינעם אויפן גאס ביי די פראטעסט וואס הרב החסיד מ״ד נידערמאן הי״ו האט פאריפען קעגען די גרעניטש בילדניג אינוועסטירער? האבן מיר נישט פארפירט אין וומסב״ג פארוואס מען געבט דירות פאר ספאנישע און שווארצע? האבן מיר נישט געפענט א פאנדרעזיניג אפאראט אפצוראטווען וומסב״ג און נישט אריינלאזען די מאווי אינדוסטערי אין די נעווי יארד?

הצד השווה שבהן: אויב די בלומינגבורג זענענן אנטעסמיטען פאר נישט וועלן אז זייער שטעטעל זאל ווערן די צווייטע קר״י דאן זענענן מיר ראסיסטען פאר פארפירען קעגן די ספאנישע אין וומסב״ג.

דער אמת איז די גוים אין בלומינגבורג האבן א פראבלעם ווייל כך דרכו של עולם אין גאנץ אמעריקע אז געגענטער און שטעט טוישען זיך, עס קימט א נייער עלעמענט וואס פארטרייבט דעם אלטען און אזוי דרייט זיך כסדר א ראד, סאו לעגאל קענענן די בלומינגבורג גארנישט טיען אחוץ שרייען אדער פארקויפן זייערע דירות פאר גוט געלט.. אבער מען קען פארשטייען זייערע געפילען פארוואס זיי ווילען נישט זיך נישט פלוצליניג זעען וואוינען אין קרית ייטב לב.

און אפילו זיי אינגאנצן נישט גערעכט.. פארט איז נישט געשמאק צו האבן אזויפיל העצע קעגן זיך איינמאל און נאכאמאל און נאכאמאל.


נו מחותן, יעצט פיר אויס... ביי גרעטש בילדינג און ביי די מואווי סטודיא זענען מיר געבליבן ביים שרייען און די יעניגע האבן געטאן וואס זיי האבן געוואלט, אזוי פונקט האף איך וועט דא אויך זיין.

אבער ווייטער גערעדט, האט ראביי נידערמאן געשריגן אז מצד אידישקייט דארפן מיר דאס אפהאלטן, דאס גייט אריינברענגען גאר ביליגע עלעמענטן צו אונז אינדערהיים און דערפאר דארפן מיר דאס אפשטעלן, משא"כ דא.
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » זונטאג מארטש 30, 2014 4:08 am

זאכליך האט געשריבן:ס'מעג אויך ארויסגעברענקט ווערן אז גיין מיט דריידליך ווען מען ווייסט אז ס'דא וואס קוקן מיט בייז בליט, איז זייער נישט געוואונטשען.

א וודאי מעג מען זיך אננעמען פאר די אייגענע רעכטען, אבער דאס דארף גיין בדרך הישר.

איך ווייס נישט פינקטליך וואס דארט איז געווען אבער אז די FBI איז געקומען, קוקט עס נישט אויס צו גוט. משא"כ לדוגמא אין מאנראו ביים אנעקסעישון כפי שמיעתי גייט אלעס די גראדסטע וואס מעגליך.

וואס פעלט אויס אריינצולייגן אינעם גוי'ס מויל אז אידעלעך קענען זיך אויס מיט דריידליך?


אזוי גאר? אז די עף בי איי קומט איז שוין א סימן אז עפעס איז נישט גלייך דארט?

דו ביסט אדער זייער נאאיוו אדער זייער נאריש אדער זייער בייזוויליג. די עף בי איי איז געקומען פלעין ווייל די העצערס האבן זיי גערופן טאג טעגליך און געשריגן און געליארמעט אז היתכן מען טוט גארנישט ווען דא קומט פאר די פאברעכן פון דעם יארהונדערט, מען פעלשעוועט וואלן בריש גלי, און אט אט גייט מען אומווארפן די רעגירונג פון די יונייטעד סטעיטס. אדרבה קוק אין די גוי'אישע צייטונגען די פארדרוס פון די גוים פארוואס גארנישט ווערט נאך נישט געטוהן, זיי האבן טאקע נישט אויסגעהאלטן, היתכן זיי רופן די עף בי איי מיט יעדע אנדערע רעגירונגס אגענטור און קיינער מאכט זיך נישט וואוסנדיג.

אצינד וועל איך דיר פארציילן. די עף בי איי איז באפאלן זיבן לאקאציעס אין דעם נייעם ישוב. איינס למשל איז געווען די דארמיטארי פון די ישיבה. דארט האט מען זיי געזאגט זענען איינגעריבן פילע מענטשן אלס איינוואוינער דערווייל וואוינט קיינער נישט דארט. ווען זיי האבן זיך איינגעבראכן האבן זיי געטראפן אויפגעצויגענע בעטן, נעגל וואסער שיסלעך און טעפלעך, קלאזעטס אנגעפולט מיט וועש, לעדלעך מיט נאשעריי. אלעס וואס עס ברויך זיך צו געפונען אין א באוואוינטע דירה. די בחורים זענען נישט געווען דארט ווייל זיי זענען צוריק געפארן צו די גרעסערע אידישע ישובים לכבוד פורים.

דאס זעלבע שפיל האט זיך איבערגע'חזר'ט אין עטליכע אנדערע מקומות, אין טייל פון די האבן זיי גראדע יא געטראפן די איינוואוינער און אפילו ווי נישט האבן זיי אבער געזעהן אז די דירות זענען באוואוינט. ר' שלום לאםם זאגט אז ער איז אינגאנצן נישט באזארגט איבער די אבלאווע ווייל זיין אפיס איז מער אויסגעהלטן און גראדער פון דעם ווייסן הויז.

אלזא, דא קומט אין גאנצן נישט אריין קיין דריידליך, אלעס ווערט געמאכט בדרך הישר והרצוי לפניך, אויפן גלייכסטן גראדסטן וועג.
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » זונטאג מארטש 30, 2014 4:12 am

און לסיכום הענין (לע"ע) וויל איך אזוי פיל זאגן. מיר אלע האפן אז עס זאל זיך גוט אויסלאזן און מען זאל יא אננעמען די שטימען פון די אלע ערליכע אידן די לעגאלע איינוואוינער פון בלומינגבורג.

אבער אפילו אויב חלילה נישט, דארף מען געדענקען אפאר נקודות. צווישן די דירות וועלכע זענען שוין יעצט בבעלות יהודית און די דירות וועלכע ער בויעט שוין, האט ער מער פון גענוג איבערצואוועגן אלע אנדערע איינוואוינער. אין בלומינגבורג איז דער מעיאר אמט נאר אויף צוויי יאר. דאס מיינט אז אין ווייניגער פון צוויי יאר גייט נאכאמאל זיין וואלן, און דעמאלס וועט ער בעז"ה שוין האבן דארט מער פון גענוג אידישע איינוואוינער אויף גאנצע צוויי יאר און דעמאלס וועט ער עס אינגאנצן איבערנעמען. די צוויי יאר אינצווישן וועט מען אויך בעז"ה אדורכשוויצן.
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7621
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » זונטאג מארטש 30, 2014 8:54 am

שכוח טהור'ל פארן אויסקלארן. איך בין נישט ב"ה נישט נאריש און ח"ו נישט בייזוויליג, אפשר נאאיוו. ס'האט מיר נאר אזוי אויסגעזעהן פון די פאריגע פאר בלעטער, און איך פריי מיר צו הערן אז ס'נישט אזוי (די אויסדרוק מיטן ווייסן הויז געפעלט מיר!).

דאס ענין וואלט שוין געמעגט א תיקון אפילו ווען קיינער קוקט נישט נאך מיט א פארגרעסערונג גלאז כש"כ ווען יא.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » זונטאג מארטש 30, 2014 9:32 am

יא כשר נישט כשר מיין איך איז בכלל נישט דיפוינט, די גוי וואס וויל נישט די שטעטל מוז נישט זיין קיין אנטיסעמיט, די פאקט איז אז קרית יואל און מאנסי האט מען זיך באזעצט ווי נארמאלע ציווילע בירגער, געקויפט הייזער ווי יעדער איינער, סי געווארן ענג מהאט נישט קיין ברירה מוז מען מאכען וואס מען קען צו האבן דירות, דא הייבט מען אן לכתחילה פארצושטעלן פארן דעם את אשר יגורנו, יא טעקניקלי האט ער די מעיאר אין טאש, און טעקניקלי זענען די וואוטס מן הסתם כשר, אבער אז אונז זאל מיר דיפענדן זיינע עקשאנס, פארוואס עפעס?

בוי ווי א נארמאלע מענטש, רייס דיך נישט מיט קיין שכנים וואס די קענסט נאך אפילו נישט, אז מען קימט צי א מצב ווי מהאט נישט קיין בריריה איז עפעס אנדערש.
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

זיס ווי האניג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 16, 2013 8:28 am

תגובהדורך זיס ווי האניג » זונטאג מארטש 30, 2014 9:53 am

איז נאך סאטמאר אין די פלאן? אדער נאך אלץ אויף האלד.

אוועטאר
בנחיים_שמואלסאן
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 2:34 pm

תגובהדורך בנחיים_שמואלסאן » זונטאג מארטש 30, 2014 10:02 am

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:יא כשר נישט כשר מיין איך איז בכלל נישט דיפוינט, די גוי וואס וויל נישט די שטעטל מוז נישט זיין קיין אנטיסעמיט, די פאקט איז אז קרית יואל און מאנסי האט מען זיך באזעצט ווי נארמאלע ציווילע בירגער, געקויפט הייזער ווי יעדער איינער, סי געווארן ענג מהאט נישט קיין ברירה מוז מען מאכען וואס מען קען צו האבן דירות, דא הייבט מען אן לכתחילה פארצושטעלן פארן דעם את אשר יגורנו, יא טעקניקלי האט ער די מעיאר אין טאש, און טעקניקלי זענען די וואוטס מן הסתם כשר, אבער אז אונז זאל מיר דיפענדן זיינע עקשאנס, פארוואס עפעס?

בוי ווי א נארמאלע מענטש, רייס דיך נישט מיט קיין שכנים וואס די קענסט נאך אפילו נישט, אז מען קימט צי א מצב ווי מהאט נישט קיין בריריה איז עפעס אנדערש.

עס קוקט אויס ווי דו האסט נישט אפגעליינט די תגובות פארן קאמענטן דעם דאזיגן בת היענה קאמענט

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » זונטאג מארטש 30, 2014 10:04 am

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:יא כשר נישט כשר מיין איך איז בכלל נישט דיפוינט, די גוי וואס וויל נישט די שטעטל מוז נישט זיין קיין אנטיסעמיט, די פאקט איז אז קרית יואל און מאנסי האט מען זיך באזעצט ווי נארמאלע ציווילע בירגער, געקויפט הייזער ווי יעדער איינער, סי געווארן ענג מהאט נישט קיין ברירה מוז מען מאכען וואס מען קען צו האבן דירות, דא הייבט מען אן לכתחילה פארצושטעלן פארן דעם את אשר יגורנו, יא טעקניקלי האט ער די מעיאר אין טאש, און טעקניקלי זענען די וואוטס מן הסתם כשר, אבער אז אונז זאל מיר דיפענדן זיינע עקשאנס, פארוואס עפעס?

בוי ווי א נארמאלע מענטש, רייס דיך נישט מיט קיין שכנים וואס די קענסט נאך אפילו נישט, אז מען קימט צי א מצב ווי מהאט נישט קיין בריריה איז עפעס אנדערש.

עס פעלט אייך פשוט אביסל היסטארי. סיי אין מאנסי און אודאי אין מאנרא האבן די שכנים געטון 'כל מה שביכלם' אפצושטעלן היימישע אידן פון ווערן זייערע שכנים! שאל אביך וכו'

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » זונטאג מארטש 30, 2014 10:07 am

און מהאט געקויפט א הויז ווי א נארמאלער מענטש, און זיי האבן געקענט בילן, דא ביסטו נאך ניטאמאל אנגעקימען און די צופליקסט שוין די זאונינג געזעצן.
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

אוועטאר
בנחיים_שמואלסאן
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 2:34 pm

תגובהדורך בנחיים_שמואלסאן » זונטאג מארטש 30, 2014 10:09 am

צופליקסט זאוינינג געזעצן, #היימישע_אנטיסעמיטן
דער יודיש רעדענדער אנטיסעמיט איז נאך ערגער ווי דער גוי, ווייל דער שרעקעדיגער זאויניג טענה איז אפילו דעם רעקארד נישט איינגעפאלן
לעצט פאראכטן דורך בנחיים_שמואלסאן אום זונטאג מארטש 30, 2014 10:12 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » זונטאג מארטש 30, 2014 10:10 am

איזי וועי אוט העשטעג #היימישע_אנטיסעמיטן
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

אוועטאר
בנחיים_שמואלסאן
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 2:34 pm

תגובהדורך בנחיים_שמואלסאן » זונטאג מארטש 30, 2014 10:14 am

בערך אזוי איזי ווי דיין קאמענט אויף טהור עניים׳ס

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21966
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג מארטש 30, 2014 10:15 am

ס'איז טאקע זונטאג צופרי, אבער, ביטע.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » זונטאג מארטש 30, 2014 10:26 am

חיים'זאהן.

די לעבסט אין עולם החלומות? די ווייסט טאקע נישט אז די שכנים טשעלענדשען די גאנצע ריזאונינג? די ווייסט בכלל נישט פון קיין סטעי מיט קיין קארט?
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

אוועטאר
בנחיים_שמואלסאן
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 2:34 pm

תגובהדורך בנחיים_שמואלסאן » זונטאג מארטש 30, 2014 10:33 am

זיי טשעלענשען די אנעקסעישן, טשעק דיינע פאקטן פארן שיסן

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » זונטאג מארטש 30, 2014 10:39 am

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:און מהאט געקויפט א הויז ווי א נארמאלער מענטש, און זיי האבן געקענט בילן, דא ביסטו נאך ניטאמאל אנגעקימען און די צופליקסט שוין די זאונינג געזעצן.

סיי אין מאנראו און סיי אין מאנסי האט מען געבויעט אנדערש ווי די עקזיסטירענדע זאונינג געזעצן.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25688
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג מארטש 30, 2014 4:07 pm

אלד ווילי,

דער צד השוה איז אז א חסידישער איד מיט זיין גרויסע פאמיליע און גאר שטאק רעליגיעזע געברויכן און געצוימטקייט ברויך האבן וואס אמעריקא רופט "אקאמאדעישאנס".

די אמעריקאנער געזעץ פארלאנגט אז אזעלכע אקאמאדעישאנס זאלן צוגעשטעלט ווערן, און סוכ"ס ווען די זאכן קומען אן פארנט פון א ריכטער געווינט יוסטיץ.

שכנים זענען אומבאקוועם דערמיט אבער דאסהאיז רעאליטעט, חסידישע אידן האבן אויסגעוואנדערט פון איסט סייד, בראנזוויל און איסט ניו יארק ווייל אנדערע עטנישע גרופעס האבן דארט גערופען היים, בלומינגבורג וועט בעזהשי"ת זיין אן עיר ואם בישראל און די שכינים וועלן נאר פארדינען דערפון דורכן פארקויפן זייערע פארמעגנס פאר פרייזן שלא שערום אבותיהם

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » זונטאג מארטש 30, 2014 4:46 pm

לאמיר דיר בעסער מסביר זיין, סהאט ביי מיר די זעלבע ווירדע ווי די קארט קעיס פון באב"ד טארטיקאוו קעגן די ווילעדש אוו פאמאנא, א ריעל עסטעיט דעוועלאפער טרייט זיין בעסט צי אקאמפלישאן זיין מישאן, ער מעג טוען וואס ער וויל, און זיי מעגן צוריקפייטן, און ביידע זענען גערעכט, און דער דשאדש וועט האבן די לעצטע ווארט, און אויב מיסטער לאמם וועט געווינען און אויב וועט ער צושטעלן גוטע דירות פאר אידישע קינדער מה טוב ומה נעים, און אז נישט וועל איך נישט לאזן קיין טרער, דעטס אלל.

(משא"כ ווען ס'רעדט זיך פון א עקזיסטירענדע אידישע שטאט און שכנים שטערן האט עס אן אנדערע דין)
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

רעכענער
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 9:38 am

תגובהדורך רעכענער » זונטאג מארטש 30, 2014 5:26 pm

איך מיין אז ווען משטעלט זיך ארויס נארמאל צים גוי און מ'רעדט צו עם נאמאל איז ער מיט דיר אבער ווען ער זעט סקימען אן א חברה אידעליך וואס ווילן איבער נעמען א געגנט און מרעדט נישט די אלט געזעצענע תשבים ווערט ער גערעגט אבער ווען מזאל אריין שטעלן א בריוו פארשטייטצזיך נארמאל און די לאקעל פעםירס וואלט מען געהט אסאך ווייניגער קאפ ווייטאג

תלמוד
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 15, 2011 11:09 pm

תגובהדורך תלמוד » זונטאג מארטש 30, 2014 5:52 pm

איך בין פשוט נייגעריג וויאזוי מען באקומט די מעיאר סיי אין מאנרא (קרית יואל) און סיי אין בלומינגבורג זאלען זיך שטעלן צו די איד ווען ביידע זענען גוים, אויף א כשר'ן אן קיין דריידליך אויפן גלייכסטן גראדסטן וועג? האט שוין אמאל פסירט פארקערט?

אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 13, 2009 12:30 pm

תגובהדורך היימישער איד » זונטאג מארטש 30, 2014 6:06 pm

רעכענער: איר קלערט אז דער מיליאנער קעניש רעכנן איינס מיט איינס? אוודאי האט ער גערעדט שיין און רעדט נאך אלץ שיין מיט די אלטגעזעצענע! ער האט אפגעקויפט פאר גרויס געלט אלטע דירות און פארלאזטע געביידע'ס, די חברה [אלטע אייגנטומער] האבן געשפרינגן פאר שמחה.

די אפלויפ סיסטעם איז צובראכן און מוז איבערגעמאכט ווערן לויט די סטעיט, די וויליטש האט נישט געהאט די פאר מעלאנע'ס עס צו טאן, איז געקומען דער איד און געזאגט איך וועל עס מאכן אויף מיין קאסט, די פירער פונעם שטעטל האבן אויפגעלאכטן פון דעם געדאנק!

וועט איר פרעגן פארוואס איז די העצע?! דאס איז א חלק פונעם גזירות הגלות, גוים האבן אונז פיינט אן קיין שום לעגיטימע סיבה.

די אסימילאציע אין דייטשלאנד האבן געזאגט אז מ'האט פיינט די אידן ווייל זיי זענען אנדערש, און קאמפיינט מען זאל זיך פירן גענוי ווי די גוים, למעשה ביים האליקאוסט ווייסט יעדער אז די רשעים האבן אוועקגעפירט אלע אידן קיין חילק ווי אסאמעליזירט מען איז געווען.

יש עוד הרבה להאריך בזה, אבל אין זה מקומו. בכלל ביניך ביניך מסופק אויב מ'דארף עס שרייבן, ס'איז דברים פשוטים פאר ווער עס וויל זעהן דעם גראדן וועג.

תלמוד
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 15, 2011 11:09 pm

תגובהדורך תלמוד » זונטאג מארטש 30, 2014 6:36 pm

אינטערסאנט, די אלע יארען וואס אידען זענען אין גלות, האט גלות געמיינט אז אידען ליידען פון די גוים, היינט צו טאג מיינט גלות אז גוים ליידען פון אידען.

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » זונטאג מארטש 30, 2014 6:38 pm

וואס דא גייט נישט פאר.
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מאנטאג מארטש 31, 2014 11:35 am

אינטערעסאנט אז זיי ווערן נישט קיין אידן.. שוטים וואס זיי זענען..
kraitchmah עט גימעיל


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אביונה און 6 געסט