קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלפיים
תגובות: 2057
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » מאנטאג יולי 08, 2019 8:10 pm

Capture.PNG
Capture.PNG (19.68 KiB) געזעהן 2827 מאל
............ נישט אייביג האב איך וואס צו זאגן, נישט אייביג איז מיר וויכטיג צו ענפערן!

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלפיים
תגובות: 2057
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » מאנטאג יולי 08, 2019 8:11 pm

Capture.PNG
Capture.PNG (181.65 KiB) געזעהן 2827 מאל
............ נישט אייביג האב איך וואס צו זאגן, נישט אייביג איז מיר וויכטיג צו ענפערן!

איש חמודות
שר האלף
תגובות: 1602
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

תגובהדורך איש חמודות » מאנטאג יולי 08, 2019 8:18 pm

ס'איז געווען לעצטענס נאך אפאר ברוכים הבאים'ס וואס דו האסט אויסגעלאזט

יונה
שר האלף
תגובות: 1802
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » דינסטאג יולי 09, 2019 9:09 am

פארפלאנטערט האט געשריבן:
בענאק האט געשריבן:זומער שוואונג אין פולן קראפט!

ערשטע מאל וואס איך זע אז מען זאל עמטליך שרייבן אין א סאטמארע ביהמ"ד א מנין שחרית נאך 12:00
איבעראל שרייבט מען נאר ביז בערך 10:30 און דערנאך ואילך...

גערעכט! עס איז געווען כששגה היוצא שלא ברַצון חכמים. שוין פאראכטן געווארן.

ליידער איז אזוי נפרץ געווארן בימינו אלה דאס עובר זיין אויפן זמן תפילה אז מ'כאפט ניטאמאל וואס מ'טוט. דא איז נישט די פלאץ אריינצוגיין אין א הלכה'דיגע שמועס, אבער אויפן שפיץ גאפל איז וויכטיג צו וויסן אז לויט ווי עס ווערט גע'פסק'נט אין שו''ע אורח חיים סימן נ''ח איז זאגן ברכות קרי''ש נאכן סוף זמן א "ברכה לבטלה", (עי' ביאור הלכה שם שהמנהג להקל במקום אונס) עכ''פ דאָס איז נישט קיין קינדער שפיל, ולמזהיר ולנזהר שלומים תן כמי נהר.
צוגעלייגטע
fixed44.jpg
fixed44.jpg (89.48 KiB) געזעהן 2603 מאל

שם התלמוד
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 29, 2012 3:52 pm

תגובהדורך שם התלמוד » דינסטאג יולי 09, 2019 12:00 pm

איז דא א דירה ווי מען קען איינשטיין די וואך שב"ק
יישר כח

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמש מאות
תגובות: 571
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm

תגובהדורך אונגארישע הייזער » דינסטאג יולי 09, 2019 1:23 pm

יונה האט געשריבן:
פארפלאנטערט האט געשריבן:
בענאק האט געשריבן:זומער שוואונג אין פולן קראפט!

ערשטע מאל וואס איך זע אז מען זאל עמטליך שרייבן אין א סאטמארע ביהמ"ד א מנין שחרית נאך 12:00
איבעראל שרייבט מען נאר ביז בערך 10:30 און דערנאך ואילך...

גערעכט! עס איז געווען כששגה היוצא שלא ברַצון חכמים. שוין פאראכטן געווארן.

ליידער איז אזוי נפרץ געווארן בימינו אלה דאס עובר זיין אויפן זמן תפילה אז מ'כאפט ניטאמאל וואס מ'טוט. דא איז נישט די פלאץ אריינצוגיין אין א הלכה'דיגע שמועס, אבער אויפן שפיץ גאפל איז וויכטיג צו וויסן אז לויט ווי עס ווערט גע'פסק'נט אין שו''ע אורח חיים סימן נ''ח איז זאגן ברכות קרי''ש נאכן סוף זמן תפלה א "ברכה לבטלה", (עי' ביאור הלכה שם שהמנהג להקל במקום אונס) עכ''פ דאָס איז נישט קיין קינדער שפיל, ולמזהיר ולנזהר שלומים תן כמי נהר.

מצה בעקערי
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 4:10 pm

תגובהדורך מצה בעקערי » זונטאג יולי 14, 2019 1:34 am

info line.JPG
info line.JPG (45.58 KiB) געזעהן 2028 מאל

אכטונג אכטונג
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 19, 2018 2:04 pm

תגובהדורך אכטונג אכטונג » דאנארשטאג יולי 18, 2019 8:37 am

איז נאך דא די אפציע פון דינגן א דירה אויף די ערשטע יאר אין במשכן יאר אפמאכן צו מוויל עס קויפן?
ווער עס ווייסט ביטע מיר ענטפערן ווי פריער מיט א טעלפאן ווי זיך צו ווענדן
יישר כח

יונה
שר האלף
תגובות: 1802
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » דאנארשטאג יולי 18, 2019 9:27 am

אכטונג אכטונג האט געשריבן:איז נאך דא די אפציע פון דינגן א דירה אויף די ערשטע יאר אין במשכן יאר אפמאכן צו מוויל עס קויפן?
ווער עס ווייסט ביטע מיר ענטפערן ווי פריער מיט א טעלפאן ווי זיך צו ווענדן
יישר כח

דער פראגראם איז למעשה נישט אריין אין קראַפט.

יונה
שר האלף
תגובות: 1802
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » דאנארשטאג יולי 18, 2019 9:37 am

די ארבעט צו פארענדיגן דאס ביהמ''ד אור החיים גלאפירט פאראויס אויף א שנעלן טעמפא, פילע סאבס ארבעטן צוזאמען צו פארענדיגן אוועקשטעלן דעם מקום קדוש ווי עס פאסט פאר א בית השם.
צוגעלייגטע
oh1.jpg
oh1.jpg (533.08 KiB) געזעהן 1560 מאל
Oh2.jpg
Oh2.jpg (651.19 KiB) געזעהן 1560 מאל
Oh3.jpg
Oh3.jpg (639.92 KiB) געזעהן 1560 מאל

Kollel
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

תגובהדורך Kollel » דאנארשטאג יולי 18, 2019 12:43 pm

SatmarHQ: Just in! The appellate court just dismissed a request by the Town of Mamakating to void the permits of Chestnut Ridge Development in KYL.t...

אכטונג אכטונג
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 19, 2018 2:04 pm

תגובהדורך אכטונג אכטונג » דאנארשטאג יולי 18, 2019 1:18 pm

בקשה
איז דא אידן וואס זענען ווארים צו העלפן איינער וואס וויל קויפן א הויז אין בלומינגבערג מיט הלוואות?
ביטע מיר שיקן אין אישי
יישר כח

יונה
שר האלף
תגובות: 1802
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » דאנארשטאג יולי 18, 2019 1:45 pm

קומט אריין די גוטע נייעס אז די לעצטע פון די אומצאליגע קעיסעס וואס זענען געשליכטעט געווארן אין די געריכטן איז היינט געקומען צו א גינסטיגע ענדע ווען די פאנעל פון אפעלעט ריכטער האבן צוגשטימט צום נידריגען געריכט פסק וואס האט ארויסגעשליידערט די קלאגע פון די טאון אוו מאמאקעטינג. די טאון האט פרובירט אפצוהאלטן דאס בויען ווייטער די טשעסנאט רידש דיוועלאפמענט. ב"ה מיט דעם לעצטן קעיס פון אונטער אונז איז די וועג גענצליך פריי ווייטער פארצוזעצן מיט די ארבעט האפפענטליך בקרוב בעז"ה

אט ליינט אויסצוגן אויפן שפיץ גאפל פון די טאונס טענות און וואס די ריכטער האבן אויף דעם גע'פסק'נט:

ערשטע טענה פון די טאון איז געווען אז די ווילידש האט נישט געטארט צוריקגעבן די עפפראוועלס נאכדעם וואס זיי האבן עס מבטל געווען. אויף דעם זאגט דער געריכט אז מיר האבן יא געמעגט, זינט עס איז צוגעקומען פרישע אינפארמאציע און טוישונגן, וואס דאן האט די באורד א רעכט דאס צו טאן.

Given that the record discloses that the Village Planning Board was presented with new information in the amended subdivision and site plan, we find that it was authorized to reaffirm the approval notwithstanding the fact that it had been previously rescinded. ‎

די אנדערע טענה איז געווען אז די באורד האט זיך נישט גערעכנט מיט די וואסער באנוץ און אנדערע טענות, אויף דעם זאגט דער געריכט אז ס'איז נישט אמת. די באורד האט יא פארזיכטיג איבערגעקוקט די וואסער באנוץ וכדו' און באשטעטיגט אז ס'איז גוט.

Sullivan Farms submitted analyses from engineering experts examining the potential stormwater impacts and increased water usage due to the proposed expansions of the road. Sullivan Farms also submitted an analysis contesting the Town Planning Board's conclusions as to water usage and negative effects of increased traffic. ‎

די טאונס נעקסטע טענה איז געווען אז די באורד האט געברויכט שיקן די געטוישטע סייט פלען [די פארברייטערטע ראוד'ס ועוד] צו די קאונטי פאר עפפראוועל זינט די דיוועלאפמענט איז אין די 500 פיס פון א קאונטי ראוד. אויף דעם זאגט דאס געריכט אז ניין מ'האט נישט געדארפט זינט די טוישעניגן זענען שוין נכלל אינעם ארגינעלע עפפראוועל וואס איז געשיקט געווארן צום קאונטי יארן צוריק

the Village Planning Board was not required to refer the revised subdivision and site plan approval to the applicable county planning department because "the particulars of the amendment were embraced within the original referral" ‎

די קומענדיגע שורות זענען איבער סיקרע ריוויא. ס'איז אביסל קאמפלעצירט העמיר עס נאר דערמאנן אין קורצן, די געריכט האט אנגענומען אונזער ענטפער אז די ווילידש באורד האט יא געהאט די רעכט צו מאכן א באשלוס אויף סיקרע [די טאון האט גע'טענה'ט אז די פלענניג באורד וואלט עס געדארפט טון] און זיי האבן יא פארזיכטיג באטראכט אלע אינפארמאציע נישט אבי געזאגט, און אפי' אויב זיי האבן נישט - לייגט דער געריכט צו - האבן מיר אלע אינפארמאציע פאר אונז און קומען צום זעלבן באשלוס! אז די סיקרע איז בסדר גמור!

In our view, the Village Board of Trustees took the requisite hard look at the relevant areas of concern and satisfied the requirements of SEQRA in determining that a supplemental environmental impact statement was not necessary ‎

Furthermore, even if we agreed with petitioners that the reasoning provided by the Village Board of Trustees was not sufficiently elaborate, the "record is adequate for us to exercise our supervisory review to determine that [it] strictly complied with SEQRA procedures"

יעצט קומען מיר צו דאס וואס די גוימ'ס האבן אסאך געשריגן אין די גוטע צייטן, די באורד מעמבער'ס האבן אלע נגיעות‎:

שרייבן די ריכטער, אמת טאקע אז 2 פון די 3 אויפן ווילידש באורד האבן געדינגן דירות פון די דיוועלאפער. אבער דאס איז נישט גענוג צו הייסן אז זיי האבן א נגיעה‎

It is undisputed that two of the three members of the Village Board of Trustees rented homes from a company affiliated with the principal of Sullivan Farms. This mere relationship, however, does not give rise to an instance where a substantial conflict would be inevitable.

חוץ דעם האבן די קלעגער נישט געצייגט קיינע באווייזן אז די טראסטי'ס האבן באקומען עפעס א באלוין פאר זייערע שטימען.

Moreover, petitioners failed to tender any proof indicating how the subject members gained any benefit or advantage by their votes. As such, we find that no conflict of interest existed

ולכן איז ORDERED אז די נידריגע געריכט'ס באשלוס ארויסצושליידערן דעם קעיס איז באשטעטיגט.

אלע ריכטער אויפן פאנעל זענען דערצו איינשטומיג, קיינער דערקעגן.

די גאנצע פסק קענט איר דאונלאודן פון דעם לינק:
http://decisions.courts.state.ny.us/ad3 ... 526638.pdf

בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

תגובהדורך בענאק » דאנארשטאג יולי 18, 2019 2:09 pm

WOW לאקאל אין די שטאט האט מען גארנישט געוואוסט אז עס איז נאך דא בכלל א קעיס אפן (דאכט זיך מיר אז מען האט שוין בעבר געשריבן "די לעצטע קעיס געשליכטעט....")

בכל אופן איז דאס גאר גוטע נייעס, און דאס איז נאכאמאל א דערמאנונג פארוואס מען מוז יא אלעמאל דורכגיין גרינטליך אלע פראצעדורן געהעריג, און רעקארדירן פונקטליך.

אויסדריק פון פראטעסט!
די קעיס האט געקאסט געלט פאר לויערס אינעם בודזשעט פון די טאון אף מאמאקעטינג. זיי האבן גענומען די הוצאות פון מיין טעקס וואס איך האב זיי געגעבן.
איך האב זיי נישט געגעבן קיין רשות דערצו..!

יונה
שר האלף
תגובות: 1802
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » דאנארשטאג יולי 18, 2019 2:15 pm

בענאק האט געשריבן:WOW לאקאל אין די שטאט האט מען גארנישט געוואוסט אז עס איז נאך דא בכלל א קעיס אפן (דאכט זיך מיר אז מען האט שוין בעבר געשריבן "די לעצטע קעיס געשליכטעט....")

שוין טאקע געווען געשליכטעט א לאנגע צייט צוריק, ליידער האט די טאון באשלאסן עס צו אפעלירן און יעצט האט מען עס נאכאמאל געווינן. טעכניש האט די טאון די מעגליכקייט צו גיין צום העכסטן שטאַפּל וואס איז דער "ניו יארק קאורט אוו אפיעלס", כ'גלויב שווער אז נאך אזא קלאָרע אומצווייפלהאפטיגע פסק און נאכאנאנדיגע דורכפעלער וועלן זיי עס טון.
אבער אויב ח''ו יא וועט אין אפאר חדשים ארום זיין נאכאמאל א מעלדונג וועגן שליכטן די לעצטע קעיס, זאלט איר נישט האבן קיין טענות ביטע.

יונה
שר האלף
תגובות: 1802
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » דאנארשטאג יולי 18, 2019 6:34 pm

די קעצקילס חברה הצלה און צוזאמענארבעט מיט פירענדע עסקנים פון קרית יטב לב האבן נאך לאנגע חדשים ארבעט ערלעדיגט צו באקומען ערלויבעניש און אלע נויטיגע פערמיטן צו בויען א הויכן ראדיאו טורעם כמעט ביים שפיץ בארג אקעגן איבער די טשעסטנאט רידז דיוועלאפמענט, אין די "איגעלס נעסט קאמפלעקט". דער טורעם ווערט געבויט נעבן אנאנדערע טורעם וואס געהערט פאר די באהלוויל פייער דיפארטמענט, דער דיפארטמענט האט געגעבן ערלויבעניש פאר די חברה הצלה זיך צו באנוצן מיט דעם שטיבעלע און זייערע אנדערע איינריכטונגן.

דער נייער טורעם שטייט אויף גאר א סטראטעגישער ארט, חוץ דער פאקט אז עס איז גאר הויך אויפן בארג וואס מאכט עס גרייכן גאר א ווייטע שטרעקע, טוט עס שטיין אויף א פאסיגע פלאץ, נעמליך פון איין זייט טוט עס אראפקוקן צום "ניו יארק סטעיט הייוועי סעווענטן" און פון די אנדערע זייט זעהט עס די היימישע געגענט "קרית יטב לב" אין בלומינגבערג, אזוי ארום וועט עס בעז"ה גאר שטארק פארבעסערן די קאמיוניקאציע מיטלן צווישן די חברי הצלה סיי אין די גאנצע בלומינגבערג געגענט און סיי פאר א גרויסע שטרעקע אויפן סעווענטין הייוועי ווי עס איז נישט דא קיין פארבינדונג כעת.

די חברה הצלה לייגט אריין גרויס מי דער טורעם זאל שוין פארענדיגט אין די קומענדיגע טעג, ספעציעל יעצט ווען טויזענטער היימישע אידן וויילן אין די געגענט אויפן זומער.
צוגעלייגטע
mo2.jpg
בילד פון אויבן אויפן בארג אראפ.
mo2.jpg (688.18 KiB) געזעהן 1019 מאל
mo.jpg
בילד קוקענדיג פון אונטן ארויף.
mo.jpg (748.94 KiB) געזעהן 1019 מאל

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2391
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

תגובהדורך משה יענקל » פרייטאג יולי 19, 2019 9:57 am

אומבאשטעטיגטע שמועות געבן אן אז אן היימישע אינוועסטאר איז אריינגעשפרינגען און אפקויפען א גרויסע שטח און הארץ פונעם שטעטל מיט פלענער אויף צו בויען א שאפינג סענטער פון א גרויסע רחבות'דיגע גראסערי ( די יעצטיגע איז פיצל ) ווי אויך אך ריטעל ספעיס
ועל כולם צענדליגע הערליכע עפארדעבל רענטלס ווא איז לעת עתה נישט דא

דאס איז א געוואלדיגע שטיפ פאראויס פאר די הצלחה פונעם שטעטל

בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

תגובהדורך בענאק » פרייטאג יולי 19, 2019 10:27 am

משה יענקל האט געשריבן:אומבאשטעטיגטע שמועות געבן אן אז אן היימישע אינוועסטאר איז אריינגעשפרינגען און אפקויפען א גרויסע שטח און הארץ פונעם שטעטל מיט פלענער אויף צו בויען א שאפינג סענטער פון א גרויסע רחבות'דיגע גראסערי ( די יעצטיגע איז פיצל ) ווי אויך אך ריטעל ספעיס
ועל כולם צענדליגע הערליכע עפארדעבל רענטלס ווא איז לעת עתה נישט דא

דאס איז א געוואלדיגע שטיפ פאראויס פאר די הצלחה פונעם שטעטל

שרייב ענדערש אזוי
באשטעטיגטע שמועות אז א יונגערמאן וואס האט אינוועסטירט אין א ביזנעס אין שטעטל האט שיין מצליח געווען, און איז יעצט אריינגעשפרינגען צו גיין נאך גרעסער.
כן ירבה וכן יפרוץ, זאל ער זען אסאך הצלחה.

(אזא זאך געט א שטארקע מעסעדש, נעמליך אז דא רעדט מענישט פון איינעם א אינוועסטער וואס מען האט אים עפעס איינגערעדט. נאר דא רעדט מען פון א מענטש פון שטאט וואס זעט דעם מצב טעגליך און ער זעט דעם געוואלדיגן עתיד בעז"ה)

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2391
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

תגובהדורך משה יענקל » פרייטאג יולי 19, 2019 12:02 pm

נישט געוויסט אז באשטעטיגט
די אפישיעל טוויטער וואלט דאס זיכער געשיקט

פרנס היום
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

תגובהדורך פרנס היום » פרייטאג יולי 19, 2019 12:54 pm

בענאק האט געשריבן:
משה יענקל האט געשריבן:אומבאשטעטיגטע שמועות געבן אן אז אן היימישע אינוועסטאר איז אריינגעשפרינגען און אפקויפען א גרויסע שטח און הארץ פונעם שטעטל מיט פלענער אויף צו בויען א שאפינג סענטער פון א גרויסע רחבות'דיגע גראסערי ( די יעצטיגע איז פיצל ) ווי אויך אך ריטעל ספעיס
ועל כולם צענדליגע הערליכע עפארדעבל רענטלס ווא איז לעת עתה נישט דא

דאס איז א געוואלדיגע שטיפ פאראויס פאר די הצלחה פונעם שטעטל

שרייב ענדערש אזוי
באשטעטיגטע שמועות אז א יונגערמאן וואס האט אינוועסטירט אין א ביזנעס אין שטעטל האט שיין מצליח געווען, און איז יעצט אריינגעשפרינגען צו גיין נאך גרעסער.
כן ירבה וכן יפרוץ, זאל ער זען אסאך הצלחה.

(אזא זאך געט א שטארקע מעסעדש, נעמליך אז דא רעדט מענישט פון איינעם א אינוועסטער וואס מען האט אים עפעס איינגערעדט. נאר דא רעדט מען פון א מענטש פון שטאט וואס זעט דעם מצב טעגליך און ער זעט דעם געוואלדיגן עתיד בעז"ה)

ווי איז די שטח?

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2391
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

תגובהדורך משה יענקל » פרייטאג יולי 19, 2019 1:06 pm

פרנס היום האט געשריבן:

די פאסט אפיס אריין און מארקעט סטריט.
אויף מארקעט סטריט גייט אויך ווערן געבויעט דירות דורך ר' זיידל בערקאוויטש פון די בערקא גרופ
ווי אויך האבן די ארגינעלע אינוועסטירער א גרויסע שטח צו בויען ריטעיל און דירות

סא דארט גייט אי''ה זיין א הערליך געגנט

פרנס היום
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

תגובהדורך פרנס היום » פרייטאג יולי 19, 2019 1:13 pm

מארקעט סטריט איז די גאס מיט א פערטיגע ראוד מיט סיידוואלקס ? וואס איז פשט דערפון ?

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2391
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

תגובהדורך משה יענקל » פרייטאג יולי 19, 2019 1:48 pm

פרנס היום האט געשריבן:מארקעט סטריט איז די גאס מיט א פערטיגע ראוד מיט סיידוואלקס ? וואס איז פשט דערפון ?

נישט זעכער אז עס האט סייד וואלקס
דאס איז אנגעגרייט פאר די ריטעיל ספעיס פון די אינוועסטירער, סא יעצט וועט עס אויך ווערן געניצט דורך די צוויי דערמאנטע דיוועלאפמענטס

די בעניפיט איז אז דאס האט שוין וואסער סא מען האט נישט די שטער צו אנהייבן בויען

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלפיים
תגובות: 2057
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » פרייטאג יולי 19, 2019 1:50 pm

בענאק האט געשריבן:
משה יענקל האט געשריבן:אומבאשטעטיגטע שמועות געבן אן אז אן היימישע אינוועסטאר איז אריינגעשפרינגען און אפקויפען א גרויסע שטח און הארץ פונעם שטעטל מיט פלענער אויף צו בויען א שאפינג סענטער פון א גרויסע רחבות'דיגע גראסערי ( די יעצטיגע איז פיצל ) ווי אויך אך ריטעל ספעיס
ועל כולם צענדליגע הערליכע עפארדעבל רענטלס ווא איז לעת עתה נישט דא

דאס איז א געוואלדיגע שטיפ פאראויס פאר די הצלחה פונעם שטעטל

שרייב ענדערש אזוי
באשטעטיגטע שמועות אז א יונגערמאן וואס האט אינוועסטירט אין א ביזנעס אין שטעטל האט שיין מצליח געווען, און איז יעצט אריינגעשפרינגען צו גיין נאך גרעסער.
כן ירבה וכן יפרוץ, זאל ער זען אסאך הצלחה.

(אזא זאך געט א שטארקע מעסעדש, נעמליך אז דא רעדט מענישט פון איינעם א אינוועסטער וואס מען האט אים עפעס איינגערעדט. נאר דא רעדט מען פון א מענטש פון שטאט וואס זעט דעם מצב טעגליך און ער זעט דעם געוואלדיגן עתיד בעז"ה)

;l;p- ;l;p-
............ נישט אייביג האב איך וואס צו זאגן, נישט אייביג איז מיר וויכטיג צו ענפערן!

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלפיים
תגובות: 2057
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » פרייטאג יולי 19, 2019 1:53 pm

Capture.PNG
Capture.PNG (25.59 KiB) געזעהן 535 מאל
............ נישט אייביג האב איך וואס צו זאגן, נישט אייביג איז מיר וויכטיג צו ענפערן!

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 17 געסט