קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2428
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

תגובהדורך משה יענקל » פרייטאג אוגוסט 30, 2019 2:53 pm

בלומינגרויווער האט געשריבן:וואס איז געווען די מיטינג זונטאג וועגען די מוסדות??

מען האט צוזאמען געריפען אלע הורי המוסדות ווי מען האט אויסגעשמיעסט די שכר לימוד, כידוע האטמען אפגעטיילט אז שכר לימוד ווערט גענוצט אויף פעיראלל פאר די איינגעשטעלט שוין די לעצטע 8 וואכען, ון כדאי מען זאל קענען אויסצאלען יעדע וואך די איינגעשטעלט האטמען געבעטן די עולם זיך אנשטרענגן צאלן און צייט, ווי אויך ריקטמען אביסעלע ארויף די פרייזן סימילער צו די פרייזן וואס מען צאלט אוןקרית יואל און ברוקלין

מתון מתון
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 9:04 pm

תגובהדורך מתון מתון » פרייטאג אוגוסט 30, 2019 3:27 pm

משה יענקל האט געשריבן:
בלומינגרויווער האט געשריבן:וואס איז געווען די מיטינג זונטאג וועגען די מוסדות??

מען האט צוזאמען געריפען אלע הורי המוסדות ווי מען האט אויסגעשמיעסט די שכר לימוד, כידוע האטמען אפגעטיילט אז שכר לימוד ווערט גענוצט אויף פעיראלל פאר די איינגעשטעלט שוין די לעצטע 8 וואכען, ון כדאי מען זאל קענען אויסצאלען יעדע וואך די איינגעשטעלט האטמען געבעטן די עולם זיך אנשטרענגן צאלן און צייט, ווי אויך ריקטמען אביסעלע ארויף די פרייזן סימילער צו די פרייזן וואס מען צאלט אוןקרית יואל און ברוקלין

וואס קאסט יעצט דארט א קינד, עווערעדזש.
איך שרייב כמעט נישט ווייל צופיל איז שוין פארמעקט געווארן. נירו לכם ניר ואל תזרעו אל קוצים.

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2428
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

תגובהדורך משה יענקל » זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 12:00 am

$275
נאר די פעיראל פאר די מחנכים

די אנדערע הוצאות ווערן אויסגארבעט צו ווערן געדעקט פון פאנדרעיזינג ווי אויך חודש'ליכע תמיכה פון די צענטראלע קהילה און מוסדות, דעוועלאופער וכד'

טראנספארטעישאן איז אפגעטיילט

מתון מתון
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 9:04 pm

תגובהדורך מתון מתון » זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 10:55 am

משה יענקל האט געשריבן:$275
נאר די פעיראל פאר די מחנכים

די אנדערע הוצאות ווערן אויסגארבעט צו ווערן געדעקט פון פאנדרעיזינג ווי אויך חודש'ליכע תמיכה פון די צענטראלע קהילה און מוסדות, דעוועלאופער וכד'

טראנספארטעישאן איז אפגעטיילט

א דאנק.
איז דאס נישט די פרייז וואס מען צאלט אין חסידישע מוסדות אין ברוקלין?
איך שרייב כמעט נישט ווייל צופיל איז שוין פארמעקט געווארן. נירו לכם ניר ואל תזרעו אל קוצים.

אבי איינער
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 15, 2011 8:13 pm

תגובהדורך אבי איינער » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 12:22 pm

.
צוגעלייגטע
1221.PNG
1221.PNG (513.06 KiB) געזעהן 2752 מאל

בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

תגובהדורך בענאק » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 1:08 pm

קיין עין הרע, דריי קלאוזינגס אין די לעצטע צייט
הער איך אז היינט איז שוין דא נאך איינס
צוגעלייגטע
closings.jpg
closings.jpg (254.56 KiB) געזעהן 2684 מאל

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 1:09 pm

פארוואס שטייט נישט קיין ערשטע נעמען?
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

תגובהדורך בענאק » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 1:32 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:פארוואס שטייט נישט קיין ערשטע נעמען?

קלאוזן איז א דורכגאנג וואס מען גייט אדורך נאך אסאך יגיעה און סייעתא דשמיא, און מען זוכט עס נישט מפרסם צו זיין וועגן א גוט אויג.
אי"ה ווען זיי וועלן מופן וועט מען שרייבן זייערע ערשטע נעמען

מצה בעקערי
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 4:10 pm

תגובהדורך מצה בעקערי » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 6:57 pm

kyl.jpg
kyl.jpg (65.73 KiB) געזעהן 2433 מאל

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1502
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 9:10 pm

אט זענען מיינע אבזערוואציעס און געפילן נאכן וויילן עטליכע טעג אין בלומינגבורג:

 - די לאקאלע תושבים באשטייען פון גאר חשובע ערענסטע אינגעלייט, און הגם עס איז אויך פאראן א צאל באלעבאטישע אידן, איז דער אויר היבש פרום געשטימט, און גיט א היימישן פשטות'דיגן געפיל. דאס איז אין קעגנזאץ צו רוב טיפיקעל נייע געגנטער, ווי סטיילישע בעלנים פארנעמען די מעינסטריעם.
- די רואיגקייט אטמעספער. דאס איז עפעס וואס מ'קען נישט באצאלן און איז נישט פאראן דאס גלייכן אין קיין שום היימיש ישוב, אפילו נישט אין קאנטרי. נישטא קיין טרעפיק. אז דו ווילסט גיין סיי ווי, אין שול, גראסערי, צום 17, איז די גאנצע וועג גלייך אנע שטערונגען. קענסט פארן אויף 20 מייל פער שעה אדער 50 מייל פער שעה... נישטא קיין פראבלעם ווי צו פארקן. קיינער פארט נישט הונטער דיר אדער פאר דיר. אנדערע גענטער איז מען געוואוינט אז מ'לעבט מיט ניסים ביי יעדע לאקאלע רייזע. 
- די טשעסטנאט רידזש דעוועלאפמענט, טראץ וואס די הייזער זעלבסט זענען גאר שיין גרויס, ציכטיג און פראקטיש, איז אבער די אויסערליכע אויסשטעל נישט אזוי צו מיין געשמאק. עס האט נישט קיין סיידוואלק און איז גאנץ צוזאמגעשטיפט אויף רוב ערטער, וואס אין דירעקטן קעגנזאץ צו די רורעל אטמאספערע פון די געגנט ארום. עס איז אבער דאך ווערט צו קאנסידערן פאר ווער עס גלייכט קאמיוניטי סטייל ליווינג, און עס איז זיכער ווערט די פרייז.
- די נייע וואלנאט רידזש פרייוואטע הייזער און די גאנצע שפרודלדיגע היימישע געגנט פון די אלע גאסן ארום, איז א must to visit פאר ווער עס גלייכט פרייוועסי און גראז! קענסט האבן א שיינע דריעם הויז אויף 5 אקער גלייכע גראז פאר די ביליגסטע פרייז אין די גאנצע היימישע מארקעט! און איז מן הסתם די איינציגסטע אזא סארט סעטינג אין א היימישע סביבה. מיינע אויגן האבן זיך נישט געקענט זעטיגן פון די באצויבערטע סצענעס ווי הערליך מען קען וואוינען.

בלומינגבורג נאכן דארט זיין איז בכלל נישט די זעלבע בלומינגבורג וואס מיר האבן געקענט ביז היינט. עס איז א געהעריגע מיני שטאט מיט גאר שטארקע פאטענציאל.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

תגובהדורך בענאק » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 1:38 pm

א מאווינג טראק שטייט יעצט ביי די נייע דירה אויף 41 טשעסטנאט רידזש רד.
נאך א משפחה מופט אריין אין זייער אייגן געקויפטע דירה

מזל טוב!

סקאראמוטשי
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 24, 2019 10:52 pm

תגובהדורך סקאראמוטשי » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 2:42 pm

איז עס משפחת פריעד?
די ניק מיסטעריעז איז אויף א מיסיע איבערצודרייען ~ וויכי

בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

תגובהדורך בענאק » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 3:46 pm

סקאראמוטשי האט געשריבן:איז עס משפחת פריעד?

יא

אוועטאר
לייטער
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 3:54 pm

איך מיין אז מען זאל נישט שרייבן צי מען קויפט, פאר מען פרעגט יענם צי מען קען עס שרייבן אין פאבליק

בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

תגובהדורך בענאק » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 4:01 pm

לייטער האט געשריבן:איך מיין אז מען זאל נישט שרייבן צי מען קויפט, פאר מען פרעגט יענם צי מען קען עס שרייבן אין פאבליק

1. איך האב אים געפרעגט.
2. דאס אז מ'כלומר'שט קומט יעדער פאר סעק 8 מעג מען שרייבן, און אז איינער קויפט טאר מען נישט?

בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

תגובהדורך בענאק » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 9:04 pm

בענאק האט געשריבן:א מאווינג טראק שטייט יעצט ביי די נייע דירה אויף 41 טשעסטנאט רידזש רד.
נאך א משפחה מופט אריין אין זייער אייגן געקויפטע דירה

מזל טוב!
צוגעלייגטע
IMG_0661.jpg
IMG_0661.jpg (214.09 KiB) געזעהן 1815 מאל

בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

תגובהדורך בענאק » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 2:51 pm

בענאק האט געשריבן:
בענאק האט געשריבן:א מאווינג טראק שטייט יעצט ביי די נייע דירה אויף 41 טשעסטנאט רידזש רד.
נאך א משפחה מופט אריין אין זייער אייגן געקויפטע דירה

מזל טוב!

סך הכל וואס האבן געמופט צו קרית יטב לב לעצטענס

מיטוואך 2 משפחות.
משפחת פריעד 41 טשעסטנאט
משפחת הורוויץ 45 טשעסטנאט

היינט דאנערשטאג
משפחת טייטלבוים - רעד אויק סיר.

זונטאג הבעל"ט
משפחת בעכער 22 מעיפל

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:03 pm

לפי השמועה נעמט די מוסדות נישט אריין קיינער וואס קומט נאר פאר סעקשען 8. וויאזוי קען די מוסדות וויסן צו איינער קומט על מנת להשתקע שם אדער נאר לגור שם?

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2733
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:13 pm

מ'דארף בלייבן ביז סוף יאר, דעמאלטץ לאזט מען יא.

יונה
שר האלף
תגובות: 1842
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:15 pm

עפל קאמפאוט האט געשריבן:לפי השמועה נעמט די מוסדות נישט אריין קיינער וואס קומט נאר פאר סעקשען 8. וויאזוי קען די מוסדות וויסן צו איינער קומט על מנת להשתקע שם אדער נאר לגור שם?


די שמועה איז ריכטיג, דער מוסד איז עס מפרסם מזמן לזמן, און אויך זאגט מען דאס פאר אלע וואס מעלדן זיך, דער מוסד איז אוועקגעשטעלט דייקא נאר פאר תושבי העיר, און איז נישט געמאכט צו נוצן דורכצושוויצן די יאר. די וואס שרייבן זיך איין דארפן אינטערשרייבן א צעטל אז זיי גיין נישט אוועקמופן בעפאר א געוויסע זמן. אויך פרובירט די מוסד זיך נאכצופרעגן אויף די פלענער.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:16 pm

אדער יא האט געשריבן:מ'דארף בלייבן *ביז סוף יאר, דעמאלטץ לאזט מען יא.

*פאר צוויי יאר

---
יונה האקט
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

יונה
שר האלף
תגובות: 1842
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:18 pm

אדער יא האט געשריבן:מ'דארף בלייבן ביז סוף יאר, דעמאלטץ לאזט מען יא.

די סוף יאר איז אומפארבינדן מיט די להשתקע תקנה נאר איז אין צוגאב, דהיינו חוץ דעם וואס די מוסד פרובירט ווי ווייט מעגליך נאר אריינצונעמען פערמענאנטע תושבים, איז דא א פארלאנג פון די הנהלה רוחניות פאר אלע עלטערן צוגלייך אז מען קען נישט ארויסנעמען קינדער אינמיטן די לערן יאר. זינט דאס האט א שווערע אפעקט אויף אנדערע קינדער און די גאנצע קלאס.

בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

תגובהדורך בענאק » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 11:59 pm

בענאק האט געשריבן:
בענאק האט געשריבן:
בענאק האט געשריבן:א מאווינג טראק שטייט יעצט ביי די נייע דירה אויף 41 טשעסטנאט רידזש רד.
נאך א משפחה מופט אריין אין זייער אייגן געקויפטע דירה

מזל טוב!

סך הכל וואס האבן געמופט צו קרית יטב לב לעצטענס

מיטוואך 2 משפחות.
משפחת פריעד 41 טשעסטנאט
משפחת הורוויץ 45 טשעסטנאט

היינט דאנערשטאג
משפחת טייטלבוים - רעד אויק סיר.

זונטאג הבעל"ט
משפחת בעכער 22 מעיפל

מאווינג טראק פון משפחת טייטלבוים
מזל טוב צו זייער נייע דירה
צוגעלייגטע
Picture0905192345_1.jpg
Picture0905192345_1.jpg (266.74 KiB) געזעהן 1216 מאל

ביללער
שר מאה
תגובות: 188
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 10, 2018 1:47 am

תגובהדורך ביללער » פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 2:49 am

יונה האט געשריבן:
עפל קאמפאוט האט געשריבן:לפי השמועה נעמט די מוסדות נישט אריין קיינער וואס קומט נאר פאר סעקשען 8. וויאזוי קען די מוסדות וויסן צו איינער קומט על מנת להשתקע שם אדער נאר לגור שם?


די שמועה איז ריכטיג, דער מוסד איז עס מפרסם מזמן לזמן, און אויך זאגט מען דאס פאר אלע וואס מעלדן זיך, דער מוסד איז אוועקגעשטעלט דייקא נאר פאר תושבי העיר, און איז נישט געמאכט צו נוצן דורכצושוויצן די יאר. די וואס שרייבן זיך איין דארפן אינטערשרייבן א צעטל אז זיי גיין נישט אוועקמופן בעפאר א געוויסע זמן. אויך פרובירט די מוסד זיך נאכצופרעגן אויף די פלענער.

וואס דארף טון א איד וואס דארף דארט וואוינען נאר א שטיק צייט מיט זיינע אינגלעך?

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 3:04 am

ביללער האט געשריבן:
יונה האט געשריבן:
עפל קאמפאוט האט געשריבן:לפי השמועה נעמט די מוסדות נישט אריין קיינער וואס קומט נאר פאר סעקשען 8. וויאזוי קען די מוסדות וויסן צו איינער קומט על מנת להשתקע שם אדער נאר לגור שם?


די שמועה איז ריכטיג, דער מוסד איז עס מפרסם מזמן לזמן, און אויך זאגט מען דאס פאר אלע וואס מעלדן זיך, דער מוסד איז אוועקגעשטעלט דייקא נאר פאר תושבי העיר, און איז נישט געמאכט צו נוצן דורכצושוויצן די יאר. די וואס שרייבן זיך איין דארפן אינטערשרייבן א צעטל אז זיי גיין נישט אוועקמופן בעפאר א געוויסע זמן. אויך פרובירט די מוסד זיך נאכצופרעגן אויף די פלענער.

וואס דארף טון א איד וואס דארף דארט וואוינען נאר א שטיק צייט מיט זיינע אינגלעך?

וואס מיינט ער דארף? פאר צרכי רפואה אבער וואס ? אדער פאר וועקעישאן?


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט