בלאט 124 פון 428

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 01, 2014 12:47 pm
דורך כרם
להודיע האט געשריבן:דרייצן פעמיליס פון 61 העריסאן אין וויליאמסבורג האבן זיך צוזאמגענומען ארויסצומופן קיין בלומינגבערג נאך סוכות.ע
ממני ילמדו וכן יעשה
C/p

Confirmed not true
יעצט זאל מיסטער גוטמאן טוישן טעל נאמבער אזוי ווי לאמפ האט מעורר געועין

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 01, 2014 1:03 pm
דורך שנאפס
חחח איינער האט אים פיין מסדר געווען

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 01, 2014 1:33 pm
דורך באדינער
ווי קימט אויס 61 העריסאן?

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 01, 2014 1:38 pm
דורך כרם
באדינער האט געשריבן:ווי קימט אויס 61 העריסאן?

העיווארד & ראטליטש

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 01, 2014 1:38 pm
דורך שנאפס
קעגן איבער די סאטמאר היי סקול-פאפא סקול

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 01, 2014 2:02 pm
דורך פטר חמור
הער איך היינט אין מקוה אז סאוט סייד פארמאסי עפענט אין בלומענבערג נאך סוכות.
איינער האט געהערט דערפון?

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 01, 2014 2:14 pm
דורך יצחק דע באנקיר
פון ווי נעמט עס יענער פון ק/פ הידוע אדער עפעס קראנטער

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 01, 2014 3:24 pm
דורך kyshtiper
איך ווייס נישט ווער עס עפענט די גראסערי
אבער עס קוקט שוין אויס גרייט צו עפענען
ווי אזוי זאגט מען?! די סעלצער ווארעמען זיך שוין

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 01, 2014 3:25 pm
דורך פטר חמור
קיין איידיע.
געהערט אין מקוה.

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 10:27 am
דורך יוראפ
אפילו אתרוגים פארקויפט מען שוין

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 10:28 am
דורך עקבי הצאן
וואס קאסט דארטן אן אתרוג?

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 10:40 am
דורך מאנ-יימער
די אתרוגים וואקסן אין בלומענבערג?

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 10:54 am
דורך מיסטעריעז
ווען‎ ‎איר‎ ‎ליינט‎ ‎ווען‎ ‎דעם‎ ‎אשכּולס‎ ‎קעפל...

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 1:17 pm
דורך סראלי
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:איך מיין די מארגנים ברויכן א עקספיריענסד מארקעטינג פירמע, דאס פארשפרייטן אומבאשטעטיגטע אינפארמאציע מיט האלבע שקרים וועט בעקפייערן, מען קען נישט אזויפיל שפילן מיט די עקסטאז פונעם ציבור, לויט די פריערדיגע באריכטען דא האט שוין דער דיין ארויסגעמופט אהין צוויי חדשים צוריק, געווען אויף א שבת, געפראוועט יארצייט סעודה, פארדינגען די דירה אין וויליאמסבורג, ארויסגעמופט אויף די ימים טובים. יעדעס מאל האט דער ציבור עקסטער אפגעאטעמט מיט דערלייכטערונג.

אויך דאס זיך רופען תורה ויראה איז א נארישע אקציע, און עדווערטייזען נעמען פון כולל יונגעלייט וואס וואינען אין קרית יואל איז אויך זייער נאריש, זיי.ברויכען סטראטעגיע פון א עקספיריענסד מארקעטינג פירמע, און איך וואלט אויך רעקאמענדירט ארומגיין אויסהערן דעם ציבור'ס מיינונגען איבער דאס שטעטל, די פרייז, און די וועג די הייזער זענען געבויעט, קליינע שינויים קענען באמת מאכען א גרויסע דיפרענץ.



זייט סאטמאר איז ארויס פון די פיקטשער האבן די דעוועלעפערס נישט געלייגט קיין שום אפיציעלע אדווערטייזמענט צו אפעלירן צום ציבור. ס׳איז מסתם דא א סיבה דערפאר. לדעתי ווארטן זיי אויף א ׳סי אף או׳ און נאכדעם וועלן זיי זיך אויפרייסן

די מענטשן וואס קלעבן זיך צו דערווייל צו צום פלאץ איז נאר מפה לאוזן

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 1:37 pm
דורך מיללער
יוראפ האט געשריבן:אפילו אתרוגים פארקויפט מען שוין
בילד


וואו איז בלומענבערג? דאס האט מיט דעם נייעם שטעטל גארנישט, דאס איז א שילד ביי אן אתרוג סוחר מיט די משפחה נאמען בלומענבערג

געשריבן: זונטאג אוקטובער 05, 2014 12:45 pm
דורך סביב העולם
מיללער האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:אפילו אתרוגים פארקויפט מען שוין
בילד


וואו איז בלומענבערג? דאס האט מיט דעם נייעם שטעטל גארנישט, דאס איז א שילד ביי אן אתרוג סוחר מיט די משפחה נאמען בלומענבערג

דא האט איר די עד פון די משפחה מיט דעם נאמען

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 06, 2014 12:57 am
דורך לאמפ
סראלי האט געשריבן:
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:איך מיין די מארגנים ברויכן א עקספיריענסד מארקעטינג פירמע, דאס פארשפרייטן אומבאשטעטיגטע אינפארמאציע מיט האלבע שקרים וועט בעקפייערן, מען קען נישט אזויפיל שפילן מיט די עקסטאז פונעם ציבור, לויט די פריערדיגע באריכטען דא האט שוין דער דיין ארויסגעמופט אהין צוויי חדשים צוריק, געווען אויף א שבת, געפראוועט יארצייט סעודה, פארדינגען די דירה אין וויליאמסבורג, ארויסגעמופט אויף די ימים טובים. יעדעס מאל האט דער ציבור עקסטער אפגעאטעמט מיט דערלייכטערונג.

אויך דאס זיך רופען תורה ויראה איז א נארישע אקציע, און עדווערטייזען נעמען פון כולל יונגעלייט וואס וואינען אין קרית יואל איז אויך זייער נאריש, זיי.ברויכען סטראטעגיע פון א עקספיריענסד מארקעטינג פירמע, און איך וואלט אויך רעקאמענדירט ארומגיין אויסהערן דעם ציבור'ס מיינונגען איבער דאס שטעטל, די פרייז, און די וועג די הייזער זענען געבויעט, קליינע שינויים קענען באמת מאכען א גרויסע דיפרענץ.



זייט סאטמאר איז ארויס פון די פיקטשער האבן די דעוועלעפערס נישט געלייגט קיין שום אפיציעלע אדווערטייזמענט צו אפעלירן צום ציבור. ס׳איז מסתם דא א סיבה דערפאר. לדעתי ווארטן זיי אויף א ׳סי אף או׳ און נאכדעם וועלן זיי זיך אויפרייסן

די מענטשן וואס קלעבן זיך צו דערווייל צו צום פלאץ איז נאר מפה לאוזן


אין די 'עמי מאגאזין' פון די וואך איז געווען עדווערטייזט די ערשטע פאזע פון דירות אינעם נייעם שטעטל אין בלומינבערג.

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 06, 2014 5:47 pm
דורך בערקא
דאס איז די קלייענטעל וועמען זיי ציהלן?!

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 07, 2014 4:40 pm
דורך סביב העולם
די חברה האבן אריינגעלייגט היינט עדס אינעם רעקארד אז מ'קען קויפן די הייזער...

אויבן אויף וואלטיך געזאגט אז דאסי געמאכט מ'זאל קיין טענות האבן אז מ'מארקעט עס נאר פאר אידן.
קרעדיט אמ"ג

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 07, 2014 4:42 pm
דורך סביב העולם
.

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 07, 2014 7:30 pm
דורך yid
אין די עמי איז דא א אינטערוויו מיט ר שלום לאם פין 13 פעידזשס עס איז זייער אינטערסאנט,

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 07, 2014 7:46 pm
דורך חסיד אמיתי
אפשר יעצט וועט מיין רעביצען מסכים זיין צו זיך ציען....

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 07, 2014 11:37 pm
דורך סראלי
בלומינגבערג איז די געשעניש פון יאר תשע״ד אין דער בלאט

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 07, 2014 11:45 pm
דורך private
סראלי האט געשריבן:בלומינגבערג איז די געשעניש פון יאר תשע״ד אין דער בלאט

קינדעריש, לדעתי.

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 07, 2014 11:46 pm
דורך היימישער איד
אין יאר תשע"ד האט עס נישט געשעניש, כ'האב ס'העט געשען תשע"ה..