קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

יצחק דע באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:07 pm

תגובהדורך יצחק דע באנקיר » מיטוואך אפריל 29, 2015 2:51 pm

ער גייט ענטפערן אויך?? אויב יא איז עס טאקע נייעס

אן פרעשער
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 02, 2015 11:27 am

תגובהדורך אן פרעשער » מיטוואך אפריל 29, 2015 10:23 pm

איך ווייס נישט וואס די זאגסט,

איך בין דארט געווען פאר צוויי חדשים ציריק,לאם האט מיר ארומגעפיערט דעם שטעטל און פארענטפרט מיינע פראגען.

איין זאך קען איך דיר יא זאגן, כבין דאך שוין געווען ביי אלע פון די נייע ישובים, און די אנדערע פלעצער זענען זאכן אסאך מער פארהוילן,

ווער גערענטיד מוסדות אין לעיקוואד?
איינמאל איז עס מאנדל און א צווייטע מאל איז עס ר יעקב בער, סאטמאר בעקט עס יא? בעקט עס נישט?
ווער סהאלט מיט ווייסט פון וואס איך רעד!

דשערזי סיטי איז דאך אפגערעדט אז סנישטא מיט וועם צו רעדן אדער וויסן וועלכע ריכטונג עס גייט.

פון די אנדערע זייט איז בלומענבערג א דבר הבא לעולם, וואס די האסט דעם בילד פאר דיר, געלט גיסט זיך פארנט פון דיינע אויגן, שטעלן דיר צו וואס זיי קענען, מוסדות דארפסטו דערווייל נישט ציקומען צי זיי,

דאס איבעריגע ליינסטו און די נייעס און די האסט א קאמפליעט בילד ווי די זאך פארט!

----------

איך פרוביר נישט אוועקצימאכן קיין איינע פון די אנדערע ישובים נאר אז מ'ברענגט דא אויף כסדר די פארהוילנקייט פון בלומנבערג, קען איך מעיד זיין אז עס איז איז אבי געהאקט א קאפ..

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מוצ"ש מאי 02, 2015 10:39 pm

מיסטעריעז האט געשריבן:בילד

נאטינג מעידזשער

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2686
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » מוצ"ש מאי 02, 2015 11:06 pm

איז עס דא אויפן וועב?
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מוצ"ש מאי 02, 2015 11:11 pm

יא

בלושטיין
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 17, 2014 1:17 am

תגובהדורך בלושטיין » מוצ"ש מאי 02, 2015 11:19 pm

מיסטעריעז, ער ברענגט גראדע נייעס.

"מען האט ביי דעם מיטינג באשטעטיגט די סוער וואס גייט צי די נייע דיוועלאפמענט, און אין די קומענדיגע טעג גייט מען שוין מאכן די לעצטע אינספעקציעס צי געבן ערלויבענישן זיך אריינצוציען אין די הייזער!"

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2686
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » מוצ"ש מאי 02, 2015 11:20 pm

מיסטעריעז האט געשריבן:יא

האט עמיצער א לינק ביטע?
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
סעלצער
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 18, 2015 1:28 am
לאקאציע: דא זייער באקוועם

תגובהדורך סעלצער » מוצ"ש מאי 02, 2015 11:55 pm

עקבי הצאן האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:יא

האט עמיצער א לינק ביטע?

http://www.yiddishtribune.com/

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » זונטאג מאי 03, 2015 12:00 am

בלושטיין האט געשריבן:מיסטעריעז, ער ברענגט גראדע נייעס.

"מען האט ביי דעם מיטינג באשטעטיגט די סוער וואס גייט צי די נייע דיוועלאפמענט, און אין די קומענדיגע טעג גייט מען שוין מאכן די לעצטע אינספעקציעס צי געבן ערלויבענישן זיך אריינצוציען אין די הייזער!"

איך פריי מיר אז דו האלטסט אויך ווי מיר אז דאס איז די איינציגסטע שורה אינעם גאנצן ארטיקל וואס ענטהאלט א חידוש :smile:

איך האב עס נישט צוגעברענגט, ווייל די צווייטע האלבע איז דער עולם שוין מיעד צו הערן :wink: און די ערשטע האלבע האב איך נישט געוויסט די היסטערי דערפון אז איך זאל וויסן צו עס איז עפעס א חידוש צו נישט.

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2686
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » זונטאג מאי 03, 2015 12:28 am

@סעלצער, יישר כח
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

בלושטיין
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 17, 2014 1:17 am

תגובהדורך בלושטיין » זונטאג מאי 03, 2015 1:03 am

מיסטעריעז האט געשריבן:
בלושטיין האט געשריבן:מיסטעריעז, ער ברענגט גראדע נייעס.

"מען האט ביי דעם מיטינג באשטעטיגט די סוער וואס גייט צי די נייע דיוועלאפמענט, און אין די קומענדיגע טעג גייט מען שוין מאכן די לעצטע אינספעקציעס צי געבן ערלויבענישן זיך אריינצוציען אין די הייזער!"

איך פריי מיר אז דו האלטסט אויך ווי מיר אז דאס איז די איינציגסטע שורה אינעם גאנצן ארטיקל וואס ענטהאלט א חידוש :smile:

איך האב עס נישט צוגעברענגט, ווייל די צווייטע האלבע איז דער עולם שוין מיעד צו הערן :wink: און די ערשטע האלבע האב איך נישט געוויסט די היסטערי דערפון אז איך זאל וויסן צו עס איז עפעס א חידוש צו נישט.


כבין מיט דיר אויף איין בלעטל,
עס איז שוין ציפיל באריכטעט געווארן דערפון, אין שוין געווען א אינטערוויא אויף קול מבשר אויך...

*******

ראבינער געפעלט מיר זייער שטארק,
מ'זאגט אז ער איז ספעציעל א וואילער, און איז ווייט פון א נער.

די אידן פין בלומנבורג זענען זייער אנטציגט פון זיין גאנצע באנעמונג אין די נייע ארבעט, און שפירן אז ער וועט מאכן א שטארקע קידוש ד'....

זאל אים דער אייבערשטער באצאלן כפל כפלים.

בלושטיין
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 17, 2014 1:17 am

תגובהדורך בלושטיין » זונטאג מאי 03, 2015 5:05 pm

פארגאנגענעם דינסטאג זענען זיך ציזאמגעקומען ארום הונדערט נשים צדקניות צו א רייכע לאנטש פאר די סאטמארע לעידי'ס עקזילערי'ס אינעם נייעם שטעטל אין בלומנבורג, אין פארגרייטונג צי די גרויסע סקול פארטי וואס גייט אי"ה פארקומען, ווי מרס שמילאוויטש תחי' איז זייער טעטיג אין די אלע אקטיוויטעטן.

די נשים האבן באקומען א פולע טור אין די נייע פראכטפולע דירות, ווי אויך ארום דעם גאנצן שטעטל ווי די 30 משפחות וואינען שוין, די גראסערי, דעם בנין פון די מיידל שולע, אא"וו

איבעריג צי זאגן אז די אינו דומה שמועה לראיה האט אויף זיי איבערגעלאזט גאר א פאזיטיווע רושם, ווי מען האט אליין ציגעזעהן די שיינקייט און די אויפבליה פונעם נייעם שטעטל, אין ווי אויך באקומען ערשט האנטיגע באריכטן פון צופרידענע איינוואינער!

אויפן באס איז פארטיילט געווארן פאר יעדן א ענוועלאיפ וואס האט ענטהאלטן א וואטשער פון 25k דאלער וואס קען גענוצט ווערן אלץ א קרעדיט טאווערד'ס דעם ארגינעלע פרייז פון $299,000.

נב.
די אלע משפחות וואס זענען אין קאנטראקט שוין פון אנפאנג ווינטער האבן פארשטייט זיך אויך באקומען דעם קרעדיט,

וואס ברענגט דעם פרייז פון א נייע פרישע דירה פון כמעט 3 טויזענט סקווער פיס צו $274.000

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2686
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » זונטאג מאי 03, 2015 7:36 pm

Wow

קען מען נאך מיט פראטעקציע שאפן אזא צערטיפיקאט?
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אן פרעשער
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 02, 2015 11:27 am

תגובהדורך אן פרעשער » זונטאג מאי 03, 2015 8:10 pm

ווען איך בין דארט געווען האבן זיי מיר דאס געאפערט.

למעשה ברויך מען גארנישט נישט אריינלייגן אין די דירה, באקומסט עס פיקסט פארטיג געפעינט, געסקרעיפט, א קיטשען + גרעניט קאנטער טאפס.

לאידך גיסא: אלטע הייזער איז די כלל אז מ'דארף צורעכענען די קאסטן פון בויען אסאך מער ווי מטראכט, אין ביי פארלאזטע הייזער איז עס נאך אסאך מער גילטיג ווייל קען צימאל אינוואלוון סטרוקטור אישו'ס אד"ג

צי דעם דארף מען באמת רעדן מיט אידן וואס האבן עס שוין געטאן, זיי קענען אסאך ארויסהעלפן פון די אייגענע עקספיריענס
לעצט פאראכטן דורך אן פרעשער אום מאנטאג מאי 04, 2015 12:50 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אן פרעשער
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 02, 2015 11:27 am

תגובהדורך אן פרעשער » זונטאג מאי 03, 2015 8:11 pm

געלט-ווייס זעה איך נישט די גרויסע חילוק, אין פאר די חילוק וואס די טרעפסט ווערסטו טאקע א קאנטראקטער.

דשערזי סיטי איז נאך אלץ אינטרעסאנטער פאר איינער וואס וויל נישט אויפגעבן דעם סיטי פאר יעדע פרייז!

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2686
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » זונטאג מאי 03, 2015 8:51 pm

@אן פרעשור, ווער רעדט פון קויפן אלטע דירות דא?
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אן פרעשער
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 02, 2015 11:27 am

תגובהדורך אן פרעשער » זונטאג מאי 03, 2015 9:16 pm

עקבי הצאן האט געשריבן:@אן פרעשור, ווער רעדט פון קויפן אלטע דירות דא?


בלוישטיין זאגט אז מבאקומט אין בלומענבערג "א נייע פרישע דירה" פאר 274k

האב איך אריינגעלייגט מיינע צוויי צענט, די שוויות דערפון.

אשמע
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 26, 2009 8:42 am

מיין באזוך אין שטעטל

תגובהדורך אשמע » מיטוואך מאי 06, 2015 7:06 pm

איז מיר אויסגעקומען נעכטן, דינסטאג פרשת אמור, צו באזוכן דעם שטעטל.

(איך גיי נישט יעצט אדורכקוקן 170 בלעטער מיט וואס דער אשכול איז בארייכט. כ'שטעל מיר פאר אז ס'איז אנגעפילט מיט צדדים לכאן ולכאן, פאזיטיוו און נעגאטיוו, ווייל נאך אלעם זענען מיר דאך אידישע קינדער.. אבער אזויווי די השגחה העליונה האט מיר נעכטן אהינגעפירט, וויל איך ארויסברענגן את אשר ראו עיני).

וואס איז זעה, איז איין זאך. אין די סביבה אוואו איך דריי מיך, האב איך נישט געהערט דעם ווארט בלומינגבערג, שוין כ'ווייס נישט ווי לאנג. ווען עמיצער זאל מיר פרעגן ביז נעכטן מיטאג, וואס איך ווייס אלץ אויף בלומינגבערג, וואלט ער בלי ספק באקומען דעם אנטווארט (בלשון שאלה): "איז דאס נישט אונטערגעגאנגען?.."

אבער וויבאלד איך בין נעכטן געווען דארט האב איך פשוט נישט געגלייבט דעם טרוקענעם פאקט. אין א זייטיגן געסל, וואס כ'האב גענוצט צו מאכן u turn, זענען געזעסן א קיבוץ פון נשים צדקניות אינדרויסן אויף בענקלעך ארום, ווי א עיגול, גענוי אזוי ווי אין די קאנטרי און מ'פארברענגט אינאיינעם, ווען ארום און נעבן זיי שפילן זיך ארום די לעכטיגע אידישע קינדערליך, זה ב'ביגווילו' וזה ב'קארו', און מ'לעבט אויף אלע באקן.

כ'בין אריין אין גראסערי, קע"ה א שיין לעכטיג באצירטע גראסערי, מכובד'יגע 'אייל'ס, רובו ככולו שוין אנגעפולט מיט אלע נויטיגע באדערפענישן פאר אידישע קינדער. אזוי אויך א באזוך אינעם פיצא שאפ, און דארט האב געטראפן עטליכע אינגעלייט איינגעהילט אין זייער חאלאט, און געשמאק פארברענגט אז כ'האב זיי מקנא געווען.

לאנג האט נישט גענומען ביז כ'האב מיך געזעהן אין א שמועס מיט ר' משה שמילאוויטש. ס'איז נתפעל צו ווערן אז ער הערט נאך אויס מיט געדולד די זעלביגע קלאץ קשיות וואס הונדערטע (אויב נישט טויזענטע) אידן האבן איהם שוין אנגעפרעגט אין די לעצטע פאר יאהר. ער הערט אויס מיט רעספעקט, ער ענפערט אויף אלעם מיט א בהירות אן קיין צווייפל, און צו דעם אלעם, ענפערט ער צו דער זאך. וואס מיינט צו דער זאך? כ'האב איהם גענומען אויף א פארהער, און דורך אויס דעם שמועס איז נישט געפלויגן קיין איין גוזמא, קיין איין הפלגה, וואס זאל כלומר'שט מיר איינרעדן אז ס'טוט זיך מער ווי וואס דער מציאות איז. דער שמועס אויפן הווה איז געווען א בחינה פון 'כזה ראה וקדש'. "גיי אריבער אין בית מדרש און קוק זיך אום". "שפאציר אויף דעם און דעם גאס, און זאג מיר וואס דו זעהסט".

איך בין אויך צוגעפארן צום גראנדיעזן געבויטן פראיעקט און געזעהן (פון דרויסן) די געסעלעך (דער אריינגאנג איז געווען פארשפארט). וואס זאל איך אייך זאגן, ס'איז דא א מקום ווי די ברכה זאל חל זיין.

איך האב איהם אפילו נישט געפרעגט וואס ער האלט בנוגע די אנדערע ישובים וואס קריכן ארויף אויפן סדר היום, ווייל נאך אלעם איז א מענטש נאנט צו זיין פראדוקט, אבער ווען איך טוה קאמפּערן דאס מיט סיי וואס פאר אנדער ישוב וואס איז לעצטענס ארויפגעברענגט אויפן טיש, א שטייגער ווי דשערסי סיטי, איז אין מיינע אויגן בלומינגבערג אסאך מער א ריעאלעטי ווי אנדערע. בלומינגבערג איז א פאקט. דרייסיג משפחות וואוינען שוין דארט. האפענטליך אין די קומענדיגע חדשים וועלן בעזר ה' נאך צענדליגע משפחות זיך ארויסציען אהין. ס'איז עפארדעבל. און ועל כולם איז פארהאן דארט א רואיגקייט, אפסטעיט סטייל, און די געשמאקע לופט נעמט שיין ארום דעם מענטש.

בלייבט איבער בלויז צו וואונטשן: אחותנו את היי לאלפי רבבה!

אשמע
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 26, 2009 8:42 am

תגובהדורך אשמע » מיטוואך מאי 06, 2015 7:12 pm

גראסערי
צוגעלייגטע
Photo_050515_012.jpg
Photo_050515_013.jpg

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11890
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך מאי 06, 2015 7:14 pm

יישר כוח פארן באריכט. מיר פרייען זיך מיט יעדע שטיקל פאזעטיווע נייעס

אשמע
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 26, 2009 8:42 am

תגובהדורך אשמע » מיטוואך מאי 06, 2015 7:15 pm

מודעה
צוגעלייגטע
Photo_050515_018.jpg

אשמע
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 26, 2009 8:42 am

תגובהדורך אשמע » מיטוואך מאי 06, 2015 7:16 pm

מודעה
צוגעלייגטע
Photo_050515_017.jpg

אשמע
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 26, 2009 8:42 am

תגובהדורך אשמע » מיטוואך מאי 06, 2015 7:16 pm

מודעה
צוגעלייגטע
Photo_050515_019.jpg

אשמע
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 26, 2009 8:42 am

תגובהדורך אשמע » מיטוואך מאי 06, 2015 7:20 pm

זאל שוין זיין אויך דער רעצעפט פונעם גראסערי..
צוגעלייגטע
Bloomingburg.jpg

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » מיטוואך מאי 06, 2015 7:20 pm

געלעגער האט געשריבן:יישר כוח פארן באריכט. מיר פרייען זיך מיט יעדע שטיקל פאזעטיווע נייעס
הק' איש ימיני


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט