בלאט 171 פון 431

געשריבן: מיטוואך מאי 06, 2015 7:31 pm
דורך פאטאקי08
געלעגער האט געשריבן:יישר כוח פארן באריכט. מיר פרייען זיך מיט יעדע שטיקל פאזעטיווע נייעס

געשריבן: מיטוואך מאי 06, 2015 7:53 pm
דורך מיסטעריעז
געלעגער האט געשריבן:יישר כוח פארן באריכט.

געשריבן: מיטוואך מאי 06, 2015 7:54 pm
דורך אט אזוי
פאטאקי08 האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:יישר כוח פארן באריכט. מיר פרייען זיך מיט יעדע שטיקל פאזעטיווע נייעס

געשריבן: מיטוואך מאי 06, 2015 8:24 pm
דורך חיים צבי
!!Wow
כה יעזור ד׳ להלאה, דאנקע שיין אשמע

געשריבן: מיטוואך מאי 06, 2015 9:04 pm
דורך בלושטיין
יישר כח אשמע, פארן נעמען די מיה אראפצישרייבן אזא קלארע באריכט.

*******************

די וואך זונטאג רעד איך צו א חבר מיינער, זאגט ער מיר אז ער קוקט יעצט א באנגעלוי און דינוב, א שפאן אוועק פונעם נייעם שטעטל, אזוי שמועסנדיג פרעג איך אים וואס ציעט דיר און דינוב?

זאגט ער: קודם כל שטעלן זיי צו עסן וואס איז מיר א געוואלדיגע מעלה, און נישט נאר דאס, דאררט בין איך דאך נישט אין קיין מדבר שממה, כ'האב א גראסערי, פיצא סטאר, בית מדרש מקוה, ביי די האנט!!

פרעג איך אים ווואס??? איך הער גוט??

ווייל ס'איז נאנט צו בלומנבורג?

אזא מעשה, ברענגט זייער גוט ארויס פארוואס לאם "כאפט אלעס צו" און בויעט אויף אלע געשעפטן, אלעס אז די משפחות זאלן נישט דארפן צופיל מיטמאכן און די אנהייב, און אויך גרינגער צו מאכן דעם באשלוס פון זיך אהינציען......

ווי איידער צו ווארטן א פאר יאר ווילאנג עס וועט זיך לוינען פאר א אינגערמאן צו עפענען א סטאר.

ווי עס קוקט אויס איז עס א גוטע מהלך.

פאזיטיווע אנטוויקלונגען

געשריבן: דאנארשטאג מאי 07, 2015 5:15 pm
דורך בלושטיין
ווי געמאלדן פארגאנגענעם וואך האט די וויליעדש געגעבן דעם ערלויבעניש פאר די אינספעקטער אונטערציזוכן דעם נייע דיוועלאפמענט, וואס איז די לעצטע שטאפל פאר א סי אוו או,

די לעצטע צוויי טעג איז טאקע די אינספעקטער אראפגעקומען און האט שוין אנגעהויבן אינספעקטן די דירות,
ווי עס זעהט אויס דערווייל, איז ער ציפרידן פון די דירות אליין,
און פאלאנגט א פאר קליינעקייטן אינדערויסן און די דיוועלאפמענט, ווי למשל, פאסט קעסטלעך, סטריט סיינס א"דג.

אין די ריכטיגע מינוט, אין די ריכטיגע שעה בעזר ד'

געשריבן: דאנארשטאג מאי 07, 2015 6:30 pm
דורך מחותן
אשמע האט געשריבן:זאל שוין זיין אויך דער רעצעפט פונעם גראסערי..
Bloomingburg.jpg
Bloomingburg.jpg (24.42 KiB) געזעהן 3066 מאל

די האסט געצאלט טעקס אויף עסן אין א גראסערי?!

געשריבן: דאנארשטאג מאי 07, 2015 6:32 pm
דורך עקבי הצאן
ס'איז דא וואס בעטן טעקס פאר געבאטעלטע געטראנקן.

געשריבן: דאנארשטאג מאי 07, 2015 6:35 pm
דורך מיסטעריעז
@בלושטיין
געלעגער האט געשריבן:יישר כוח פארן באריכט. מיר פרייען זיך מיט יעדע שטיקל פאזעטיווע נייעס

געשריבן: דאנארשטאג מאי 07, 2015 6:40 pm
דורך כרם
מחותן האט געשריבן:
אשמע האט געשריבן:זאל שוין זיין אויך דער רעצעפט פונעם גראסערי..
Bloomingburg.jpg

די האסט געצאלט טעקס אויף עסן אין א גראסערי?!

איך מיין מדארף צאלן די פינף צענט פאר יעדע באטעל איבעראל

געשריבן: דאנארשטאג מאי 07, 2015 6:47 pm
דורך אשמע
מחותן האט געשריבן:
אשמע האט געשריבן:זאל שוין זיין אויך דער רעצעפט פונעם גראסערי..

די האסט געצאלט טעקס אויף עסן אין א גראסערי?!

דו האלסט טאקע אז כ'האב געקוקט וויפיל דער פלעשל קאסט און צו כ'באצאל מכס דערויף? איך בין בלויז אריין אין גראסערי צו זיך אומקוקן דארט, און וויבאלד ס'איז נישט אויסגעהאלטן ארויסצוגיין מיט ליידיגע הענט, איז דער בעסטער אפשען געווען א קאלט פלעשל וואסער...

געשריבן: דאנארשטאג מאי 07, 2015 8:13 pm
דורך בלושטיין
זיי פריבורן אנצוהאלטן די פרייזן און די גראסערי ווי די סיטי און נישט ווי אין ק"י!

געשריבן: פרייטאג מאי 08, 2015 12:50 am
דורך מחותן
אשמע האט געשריבן:
מחותן האט געשריבן:
אשמע האט געשריבן:זאל שוין זיין אויך דער רעצעפט פונעם גראסערי..

די האסט געצאלט טעקס אויף עסן אין א גראסערי?!

דו האלסט טאקע אז כ'האב געקוקט וויפיל דער פלעשל קאסט און צו כ'באצאל מכס דערויף? איך בין בלויז אריין אין גראסערי צו זיך אומקוקן דארט, און וויבאלד ס'איז נישט אויסגעהאלטן ארויסצוגיין מיט ליידיגע הענט, איז דער בעסטער אפשען געווען א קאלט פלעשל וואסער...

מיין פוינט איז אז זייער קאמפויטער איז מעגליך נישט גוט אנגעשטעלט, ווייל ווי אזוי מעג מען בעטן טעקס אויף וואסער?

געשריבן: פרייטאג מאי 08, 2015 12:56 am
דורך ווישוואש

it's prob. the bottle deposit, incorrectly named tax

געשריבן: פרייטאג מאי 08, 2015 2:12 am
דורך אלד וויליאמסבורג

געשריבן: פרייטאג מאי 08, 2015 9:14 am
דורך געב_מיר_כח
בלושטיין האט געשריבן:ווי געמאלדן פארגאנגענעם וואך האט די וויליעדש געגעבן דעם ערלויבעניש פאר די אינספעקטער אונטערציזוכן דעם נייע דיוועלאפמענט, וואס איז די לעצטע שטאפל פאר א סי אוו או,

די לעצטע צוויי טעג איז טאקע די אינספעקטער אראפגעקומען און האט שוין אנגעהויבן אינספעקטן די דירות,
ווי עס זעהט אויס דערווייל, איז ער ציפרידן פון די דירות אליין,
און פאלאנגט א פאר קליינעקייטן אינדערויסן און די דיוועלאפמענט, ווי למשל, פאסט קעסטלעך, סטריט סיינס א"דג.

אין די ריכטיגע מינוט, אין די ריכטיגע שעה בעזר ד'

יא האמיר גערעדט נעכטן מיט הר"ר משה שמילאוויטש
און ער זאגט אז די אינספעקטאר האט שוין דורך געקוקט א שיינע פאר הייזער & ער איז געווען צופרידן ב"ה
לאמיר האפן אז די CEO וועט קומען ווי שנעלער

געשריבן: פרייטאג מאי 08, 2015 9:18 am
דורך מיסטעריעז
c of o, כצ"ל.

געשריבן: פרייטאג מאי 08, 2015 9:27 am
דורך בעמבא
אז מען רעדט שוין. וואס איז טאקע די אפטייטש פון c of o?

געשריבן: פרייטאג מאי 08, 2015 9:29 am
דורך מיללער
בעמבא האט געשריבן:אז מען רעדט שוין. וואס איז טאקע די אפטייטש פון c of o?

Certificate of Occupancy

באשטעטיגונג אז דאס הויז איז אויסגעהאלטן צו אקופירן און באזעצן.

געשריבן: פרייטאג מאי 08, 2015 10:17 am
דורך פרוזדור
זאת ועוד. עס שטייט דארט פונקטלעך וואס איז ערלויבט געטאן צו ווערן אינעם געביידע. א דירה. א ביזנעס. א קאנגרעגעישאן וכדומה מיט דעטאלן

געשריבן: מאנטאג מאי 11, 2015 10:50 am
דורך פריילאך
יישר כח בלושטיין און אשמע, פארן אונז האלטן אינפארמירט.

דאס וואס איהר זאגט איהר האט נישט געהערט פון ר' משה קיין איין הפלגה און גוזמא, איז א געוואלדיגע שריט לטובה צום סאקסעס.

געשריבן: דינסטאג מאי 19, 2015 12:00 am
דורך בלושטיין
פארגאנגענע וואך האט דער מעיאר צום ערשטן מאל באזוכט דעם נייעם דיוועלאפמענט, ווי ער איז אמאל נישט ערלויבט געווען אריינציגיין,

און די לעצטערע פאר חדשים האבן זיך די באציענגען מיטן מעיאר גאר שטארק פארבעסערט,און איז גאר געווען זייער בייהילפיג.

ער איז געווען זייער איבעראשט צו זעהן ווי ווייט די ארבעט האלט שוין, און ווי אלע דירות זענען שוין פיקסט פארטיג גרייט אריינצימופען.

דער מעיאר האט קלארגעשטעלט אז ווי נאר די פארלאנגען פון די אינספעקטער ווערן פארענדיגט וועלן די c/o נישט שפעטיגן צו קומען.

******

די אינספעקטער האט אויך פארלאנגט עקסטערע וואסער מיטערס פאר יעדע הויז באזונדער, עס איז באלד דערנאך באשטעלט געווארן און ווערט אינסטאלירט אין די טעג.

געשריבן: דינסטאג מאי 19, 2015 12:02 am
דורך היימישער איד
יישר כח פאר די כסדר'דיגע באריכטן!

געשריבן: דינסטאג מאי 19, 2015 12:53 am
דורך עקבי הצאן
זעהט אויס אז דער מעיאר איז נישט "אזא" בטלן.

געשריבן: דינסטאג מאי 19, 2015 1:13 am
דורך סראלי
א שיינעם דאנק בלושטיין