דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

ריטשמאנדער איד
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » פרייטאג אוגוסט 02, 2019 6:07 pm

O

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1569
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » פרייטאג אוגוסט 02, 2019 6:45 pm

כאפצעם האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
ריטשמאנדער איד האט געשריבן:
ריטשמאנדער איד האט געשריבן:דא איז די אינפא פון יהושע כ"ץ ריעליטי זייער א גרויסע פירמע אין די געגנד. אויך ספיגל ריעלטי Spiegel realty 718-356-8562.

שיינע בילדער פון פארשידענע ערליי הייזער אינעווייניג און אינדרויסן אויף די וועבסייט פון Katz realty. סאיז יעצט א buyers market, סזענען פארהאן אסאך הייזער אויפן מארקעט, און איטרעסט ראטעס זענען נידריג. ממילא איז א גוטע צייט צו קויפן.

כזעה דא זייער שיינע 2 פעמילי הייזער פאר 7-8 הינדערט, פארוואס טאקע זאל זיך א בארא פארקע יוד שלעפן קיין לעיקוואוד אדער מאנסי ווען ער קען דאס האבן א שפאן אוועק?

וועגן עס איז אלט,קליין, טייער

זאג איך דיר אז אינעם לינק איז דא הערליכע גרויסע הייזער פאר קנאפע 7-8.

אויב סמופן ווי דו זאגסט בעיקר מענטשן וואס ווילן אנטלויפן פונעם סיסטעם איז עס טאקע א מקום חסרון, כגלייב אבער שווער דאס איז עס, סדאך דא די זעלבע חסידות בתי מדרשים.


7-800 קענסטו באקומען אסאך נייער און שענער און גרעסערע פראפערטי אין מאנסי און אין לעיקוואד,איך רעדט פון איינער וואס האט יעצט געוואלט קויפן, די באקומסט פאר דיין געלט אז סאיז לעבן בארא פארק זה הא,
סאיז באמת א געמיש פון אלע מיני סארט , אבער דארט איז נישט דא קיין שום רוחניות'דיגע גייסט פון וואס ריטשמאנד רעדט פון רבנים

ריטשמאנדער איד
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » זונטאג אוגוסט 04, 2019 9:26 am

פאר א זיבן הונדערטער הויז:
לעבסט ווייטער אין א שטעטישע אטמאספערע.
בלייבסט אין נוא יארק סיטי לעבן דיין דשאב און נאנט צו משפחה און עלטערן.
דער מאנטלי פעימענט איז געווענטליך היבש ביליגער פון מאנסי אדער לייקוואוד ווייל טעקסעס זענען נישט אזוי הויעך.
דער מאאוו איז נישט אזוי טראומאטיש ווייל די קינדער פארבלייבן אין די זעלבע מוסדות.
א שיינער אויסווייל פון שוהלען און חסידישע שטיבלעך זענען דא פונקט ווי אין בארא פארק.
דער עולם לעבט זייער באחדות מיט א געפיעל פון העלפן איינער דעם אנדערן, און מיט העלפן דעם ציבור, סיי ביי די מענער און סיי ביי די פרויען.
עס זענען פארהאן דא אין ווילאוברוק און מענאר הייטס פארשידענע מיני נעיבערס, אידען און להבדיל אנדערע. אלע זענען געזעץ-פאלגענדיגע, מידל קלעסס מענשען. דאס איז מייקראקאזעם פון די נוא יארקער סאסייעטי און גיבט א ריעליסטישע בילד פון דער ריעלטי פאר חינוך און נארמאלקייט.

ריטשמאנדער איד
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » זונטאג אוגוסט 04, 2019 10:40 am

המשך:
חסידי גור שטעלן דא א גרויס חלק פון דעם טאון אינעם גייסט פון דער פלאץ. אזוי ווי איך שטאם פון וויליאמסבורג, ווי עס זענען כמעט נישטא קיין גערער חסידים, האב איך זיי קיינמאל נישט באמת קענען געלערענט. לשבחם, מוז איך זאגען אז זיי האבן א שיינער חסידישע עולם סיי פון תלמידי חכמים און כלי קודש און סיי פון בעלי בתים ופשוטי עם. סאיז ממש א קידוש השם אריינצוגיין אין זייערע שטיבלעך דא און שפירען די ענערגיע פון גור. סמוז באטאנט ווערען אז דאס סופרייזינג סוקסעספול ענטוויקלונג פון סטעטן איילענד איז א גרויסער פראצענט א דאנק חסידי גור.

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1924
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג אוגוסט 04, 2019 10:56 am

ריטשמאנדער איד האט געשריבן:דער מאאוו איז נישט אזוי טראומאטיש ווייל די קינדער פארבלייבן אין די זעלבע מוסדות.

פאר א בארא פארקער.

און די טראנספארטאציע צו חדר און אהיים פון חדר איז א שווערע איבערלעבעניש.

ריטשמאנדער איד
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » זונטאג אוגוסט 04, 2019 11:29 am

דממה דקה האט געשריבן:
ריטשמאנדער איד האט געשריבן:דער מאאוו איז נישט אזוי טראומאטיש ווייל די קינדער פארבלייבן אין די זעלבע מוסדות.

פאר א בארא פארקער.

און די טראנספארטאציע צו חדר און אהיים פון חדר איז א שווערע איבערלעבעניש.

נוגע טראנספארטאציע איז טאקע אביסל שווער, אבער סווענד זיך אינעם מוסד צו וועלכער איר שיקט.
גער, סקווער, בית יעקב אוו בארא פארק, בעלזא, און וויען האבן אייגענע באסעס וועלכע פאהרען דירעקטלי צום מוסד. עס פאהרען אריין זעקס צו זיבען פילע באסעס צו די גערע מוסדות אליינס! סקווער האט צוויי געפאקטע באסעס, באלד 140 קינדער. בעלזא האט א פילע באס, באלד 70 קינדער. וויען, א באס מיט 50 קינדער. בית יעקב, א פילע באס מיט זיבעציג מיידלעך. די קינדער פון די מוסדות שפירן נישט קיין אינטערשייד פון ווען זיי האבן געוואוינט אין בארא פארק צו זייער איציטגן וואוינארט. דער עולם פארגעסט אז דער דארכשניטליכער קינד אין בארא פארק ספענט אנדערהאלב שעה א טאג! אויפן באס. סטעטן איילענד פאדערט נישט מער, די HOV lane שפארט איין אסאך אסאך צייט ב״ה. די קינדער הערן צו א שיינע מעשה טעיפ אויפן באס וכדו׳.
פאר אנדערע מוסדות מיט וועניגער קינדער דא ווי באבאוו, באבאוו 45, סאטמער, בית שרה, קלויזענבורג, מבקשי, איז טאקע אביסל שווערער, אבער נאר אביסל, שווערער. רוב עלטערן זענען אינוואלווד, און מען מאכט עס ארבעטן ולתועלת פון די קינדער. אסאך פון דיע מוסדות האבן אפילו שנעלערע מיטלען ווי א סקול באס ווייל מפארט מיט א וועען וואס איז מער פלינק און געשמאק. דאס אז עלטערן זענען אינווואלווד איז א באזונעדרע מעלה. ווייל מען פארלאזט זיך נישט נאר אויף די מוסד, יא, מדארף ארויף ראללען די ערמל און צולייגען א פלייצע פאר חינוך, א נייער דערהער!
פאר בחורים און עלטערע קינדער וואס דאווענען שחרית אין חדר איז דא א carpool סיסטעם וואס ארבעט ב״ה און קלאפט ווי א זייגער.
אבער לענ״ד, געט דאס נאך א יאר צוויי וועט איר האבן דא אי״ה א חסידישער חדר מיט א מיידל סקול .

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1736
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 12:06 pm

lebediger berel האט געשריבן:
ריטשמאנדער איד האט געשריבן:אבער אפסטעיט איז מער סאבארבען און דערפעריש. א דארף פראדאצירט פויערן אדער אפגעזונדערטע אידען, און א שטאט פראדאצירט מער טיכטיגע, ציווילזירטע מענשען, נוחים לשמים ולבריאות. פאר די אידישע ציבור דארף זיין אלע אפשענס אויפן טיש. פון די פינעף באראס פון נוא יארק סיטי איז סטעטן איילענד לענ״ד דאס מערסטע צוגעפאסט צו די שטעטישע באדערפענישן פון אונזער ציבור, סיי עקאנאמיש און סיי סאציאלאגיש. סאיז נאהנט קיין ברוקלין, מענהעטטן, און נוא דשערסי, און מען בראך נישט מחדש זיין דאס רעדל לגבי פרנסות, מוסדות, און ישיבות. סהאט ממש אלע מעלות. איך קום פון וויליאמסבורג, שפעטער געוואוינט אין בארא פארק. סטעטן איילענד איז דע פלעיס.

פאר פופציג טעג האב איך מיך איינגהאלטן גארנישט געשריבן און כמעט נישט געקומען אהער, היינט בינעך ביסל נייגעריג געווען וואס דער מאלער האט צו זאגן, בינעך געקומען אויף מיין אלטן קרעטשמע, זע איך מען שרייבט דא זעלכע שטותים און ראסיזים א מין לשון אויף א ריזן ריזן חלק פון כלל ישראל וואס וואוינט היינט אין אפסטעעיט,
בכלל מאכט דיין געשרייבעכץ נישט קיין סענס קעגן דזויזי סיטי און לעיקוואד (אודאי האט יעדע זאך מעלות און חסרונות און יעדער זאל ועגן פאר דיר און דו וועג פאר דיר אבער וואסערע מין געשרייבעכץ איז דאס פויערן אפגעזונדערטע קעגן טיכטיגע ציוויליזירטע איר זענט ניקסט ציוויליזירט אזוי צושרייבן

אויב האבן אלע סטעטן איילענד אידן אזא נאאיווע, שמאלקעפיגע בליק אויף די מענטשהייט, איז עס דאך נישט אזא געזונטע פלאץ אויפצוציען קינדער... נאר נאכן זען די מיטל קלאס גוים אין סטעטן איילענד, קען א קינד אויפוואקסן מיט אן אפענע מח....
איך מאך נישט אינגאנצן אוועק די פוינט אז א פלאץ האט א השפעה, אבער צו גלייבן אז נאר אין סיטי דרייען זיך די חכמים, איז היבש שמאל.
שויתי ה' לנגדי תמיד

עולם השקר
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 10:48 pm

תגובהדורך עולם השקר » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 2:52 pm

ריטשמאנדער איד האט געשריבן:המשך:
חסידי גור שטעלן דא א גרויס חלק פון דעם טאון אינעם גייסט פון דער פלאץ. אזוי ווי איך שטאם פון וויליאמסבורג, ווי עס זענען כמעט נישטא קיין גערער חסידים, האב איך זיי קיינמאל נישט באמת קענען געלערענט. לשבחם, מוז איך זאגען אז זיי האבן א שיינער חסידישע עולם סיי פון תלמידי חכמים און כלי קודש און סיי פון בעלי בתים ופשוטי עם. סאיז ממש א קידוש השם אריינצוגיין אין זייערע שטיבלעך דא און שפירען די ענערגיע פון גור. סמוז באטאנט ווערען אז דאס סופרייזינג סוקסעספול ענטוויקלונג פון סטעטן איילענד איז א גרויסער פראצענט א דאנק חסידי גור.

און די השפעה אויף דיין בני בית און דיינע מיידלעך פון די ווייבער שול פון גור וויזוי גייט עס ..? טאקע וועגן די קומסט פון וויליאמסבורג, אפשר מיינסטו טאקע דאס צו דריקן אז די ביזט פרייליך ביזט גאר וועגן די ביזט ארויס פון די באקס , אבער פאר א דורעכשניטלעכער וויליאמסבורגער איד איז עס נישט קיין געזונטע חינוך פאר די קינדער

ווי מיר די שרייבסט זעט עס אויס פאר מיר און פארן עולם אז די פרובירסט ארויס ברענגן אז די ביזט ארויס פון די באקס ... און דאס האט א פארקערטע רושם אויפן אלגעמיינעם עולם

ריטשמאנדער איד
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 5:09 pm

פוק חזי. סאיז פשוט אז וויליאמסבורג האט א נידריגער עלעמנט גוי פון סטעטן איילענד, דעטס אלל, און סאיז נישט קיין מעלה ואכמ״ל.
בנוגע דער באקס, איך בין יא אן אין-די-באקס חסיד. און פיט אריין אין וויליאמסבורג אדער בארא פארק געהעריג ב״ה. אבער מיין באקס איז נישט אזוי שמאל, סאיז א ברייטער, באקוועמער באקס. איך האב אויכעט נישט קיין שנאה ח״ו צו חסידים וואס האבען אן אנדערן באקס, אויב זענען זיי איידל און תורה׳דיג.

פיטום
שר האלפיים
תגובות: 2648
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

סטעטן איילענד בולעטין

תגובהדורך פיטום » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 6:29 pm

סטעטן איילענד בולעטין דברים
צוגעלייגטע
בולעטין (2).jpg
סטעטן איילענד בולעטין
בולעטין (2).jpg (379.36 KiB) געזעהן 425 מאל
בולעטין (1).jpg
סטעטן איילענד בולעטין
בולעטין (1).jpg (364.63 KiB) געזעהן 425 מאל
אם ברצונך לקרוא לעוזרת
לחצי כאן
ואם הוא אינו בא - עשי זאת בעצמך...

ריטשמאנדער איד
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 4:23 pm

שיינער היימישער עולם ערוואטעט ביים הצלה אווענט
צוגעלייגטע
DB94B298-F198-46D5-9A34-1C59E48C206D.jpeg
DB94B298-F198-46D5-9A34-1C59E48C206D.jpeg (438.63 KiB) געזעהן 175 מאל


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מי חכם און 8 געסט