דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

ריטשמאנדער איד
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » מאנטאג יולי 01, 2019 3:02 pm

אלץ תושב אין ריטשמאנד קאונטי- סטעטן איילענד שוין איבער א יאהר, מיגרירט פון ברוקלין, וויל איך דא פראוויידען די נייעס אז ס׳זענען שוין פארהאן אכט צו ניין חסידישע שוהלן אין ווילאוברוק/מענאר הייטס געגנד. דאס לעבן דא איז גענוי ווי אין בארא פארק נאר אסאך אסאך רוהיגער און מער איינגענעם. פאלגענד איז א ליסט פון שוהלען:
גראסווארדיין / הרב פאללאק
מקילניץ / הרב באב״ד
ערבי נחל / הרב מיללער
קאפיטשניץ / הרב פלינטענשטיין
חסידי סקווער
חסידי בעלזא
חסידי גור
חסידי גור
טאדט הילל שוהל/ הרב פאנעט
הרב אייזיקסון
אגודת ישראל/ הרב ווייס
לעצט פאראכטן דורך ריטשמאנדער איד אום מאנטאג יולי 01, 2019 3:42 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

ריטשמאנדער איד
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » מאנטאג יולי 01, 2019 3:39 pm

מקוואות:
הרב פאללאק
הרב מיללער
מקילניץ
גראסערי: tasters market Bradley Avenue
פאבליק טראנפארטאציע יעדע צוויי שעה קיין בארא פארק: Richmond transportation
טרעסנפארטעשאן פאר תלמידי המוסדות ובתי חינוך: רוב מוסדות אין בארא פארק האבען א סיסטעם אין פלאץ פאר סטעטן איילענד קינדער. גער, סקווער, בעלז, און נאך עטליכע האבן דירעקט סערוויס.
מנינים למעריב:
גראסווארדיין יעדע האלבער שעה ביז 11:30 באנאכט

ריטשמאנדער איד
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » מאנטאג יולי 01, 2019 3:39 pm

עס געפונען זיך קע״ה אין סטעטן איילענד איבער 1600 תשב״ר פון חסידישע היימען. פארשטייט זיך אז עס איז דא א גרויסער צורך צו עסטעבלישן מוסדות החינוך אין שטאט. עס זענען אדערוויילע דא נאר געציילטע פלעיגרופס פאר גאר קליינע. מיין פרעדיקשען: חסידי גער וועלען ווארשיינליך זיין די ערשטע אוועקצושטעלן מוסדות האבענדיג דאס גרעסטע ציבור. בעלז און סקווער וועלן נאכפאלגן. פאר סאטמער באבוב און ויז’ניץ ווארט איך נאך. אויב קומען זיי אין מאסן מיט א ברייטקייט כדרכם וועט דאס זיין א ישועה.
לעצט פאראכטן דורך ריטשמאנדער איד אום מאנטאג יולי 01, 2019 4:19 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2197
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מאנטאג יולי 01, 2019 4:17 pm

א גרויסער חידוש:
סטעטן איילענד האט פיל א גרעסערער ציבור ווי בלומינג גראוו און איז היבש אינטערשטעליג מיט בתי מדרשים.

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1435
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » מאנטאג יולי 01, 2019 4:18 pm

רצון טוב האט געשריבן:א גרויסער חידוש:
סטעטן איילענד האט פיל א גרעסערער ציבור ווי בלומינג גראוו און איז היבש אינטערשטעליג מיט בתי מדרשים.

די הייזער זענען דאך נאנט, דארף מען נישט אזויפיל בתי מדרשים

ריטשמאנדער איד
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » מאנטאג יולי 01, 2019 4:33 pm

לא לנו האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:א גרויסער חידוש:
סטעטן איילענד האט פיל א גרעסערער ציבור ווי בלומינג גראוו און איז היבש אינטערשטעליג מיט בתי מדרשים.

די הייזער זענען דאך נאנט, דארף מען נישט אזויפיל בתי מדרשים

ריכטיג. אויכעט, איז שווער צו טרעפן א פאסיגער לעגאלע בנין זאל דינען אלץ ביהמ״ד אהנע פראבלעם פון די נעיבערס. און וועסטערלי איז דאס גאר א גרויסער פראבלעם כידוע מיטן עירוב. אזוי אויך זענען די פרייזן פאר קאממירשל בילדינגס צו הויך.

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4199
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג יולי 01, 2019 4:52 pm

רצון טוב האט געשריבן:א גרויסער חידוש:
סטעטן איילענד האט פיל א גרעסערער ציבור ווי בלומינג גראוו און איז היבש אינטערשטעליג מיט בתי מדרשים.

מער תושבים? איך בין נישט זיכער.

אפי' אויב יא, גור, סקווירא און בעלזא וועלן נאר דאווענען אין זייערע שטיבלעך. די סאטמארע תושבים דאווענען דארט אויך אין בעלזא.
קבלתי על עצמי לשמור על ה'שלש שבועות' ~ I accepted the three weeks challenge

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2197
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מאנטאג יולי 01, 2019 5:34 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:א גרויסער חידוש:
סטעטן איילענד האט פיל א גרעסערער ציבור ווי בלומינג גראוו און איז היבש אינטערשטעליג מיט בתי מדרשים.

מער תושבים? איך בין נישט זיכער.


נו וודאי האבן זיי מער
איבער דאפעלט

ריטשמאנדער איד
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » מאנטאג יולי 01, 2019 6:30 pm

עס וואוינען דא איבער 400 חסידישע פאמיליעס פון אלע שיכטן אויף אלע לעוועלס פון השתייכות. זייער א דייווירס עולם, ב״ה.

ריטשמאנדער איד
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » דינסטאג יולי 02, 2019 7:42 am

איך הער אז דער גרויסער, כשרע סופערמרקט אויף וויקטערי בולעווארד עפנט זיך אויף בקרוב. עס דארף צו זיין נוסח גורמעי גלאט וכדו׳. גאר א גוטע זאל פאר סטעטן איילענד און לינדען געגנט.

אוועטאר
א גוטע ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 11:45 am
לאקאציע: ביי די אייער וועלט

תגובהדורך א גוטע ניק » דינסטאג יולי 02, 2019 7:52 am

האסט עפעס פיקטשערס?

ריטשמאנדער איד
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » דינסטאג יולי 02, 2019 8:42 am

דא האט איהר א מאפע פונעם געגנט, אנגעצייכנט די לאקעישן פון אלע חסידישע איינוואוינער. עס ווערט אפדעיטעד כסדר, אנבעליוועבל!
https://www.google.com/mymaps/viewer?mi ... YiiE&hl=en

ריטשמאנדער איד
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » דינסטאג יולי 02, 2019 8:55 am

ישיבות גדולות אין ווילאוברוק:
ישיבה תפארת אלימלך, הגאון ר׳ ניסן גודמן שליט״א, ראש ישיבה. קרוב צו הונדערט תלמידים.
ישיבה נתיבות התלמוד, 70 בחורים
ישיבה חפץ חיים 40 בחורים
כוללים
כולל דווילאוברוק, הרב פאללאק
כולל ערבי נחל, הרב מיללער

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1543
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » דינסטאג יולי 02, 2019 11:21 am

ריטשמאנדער איד האט געשריבן:ישיבות גדולות אין ווילאוברוק:
ישיבה תפארת אלימלך, הגאון ר׳ ניסן גודמן שליט״א, ראש ישיבה. קרוב צו הונדערט תלמידים.
ישיבה נתיבות התלמוד, 70 בחורים
ישיבה חפץ חיים 40 בחורים
כוללים
כולל דווילאוברוק, הרב פאללאק
כולל ערבי נחל, הרב מיללער

גיפס?

ריטשמאנדער איד
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » דינסטאג יולי 02, 2019 11:35 pm

הרב גיפס׳ ישיבה געפונט זיך נישט אין ווילאוברוק

גלות אמעריקא
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 6:02 pm

תגובהדורך גלות אמעריקא » מיטוואך יולי 03, 2019 12:58 am

ריטשמאנדער איד האט געשריבן:הרב גיפס׳ ישיבה געפונט זיך נישט אין ווילאוברוק



כולל ערבי נחל אויך נישט

ריטשמאנדער איד
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » מיטוואך יולי 03, 2019 8:26 am

טאקע, אבער די אינגעלייט און ראש הכולל וואוינען אין ווילאוברוק / מענאר הייטס.

ריטשמאנדער איד
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » דינסטאג יולי 09, 2019 7:56 am

אזוי ווי דער עולם איבערן וועריזאנא בריק וואקסט קע״ה, סיי אין סטעטן איילענד און סיי אין לינדען נוא דזשערסי, וועל איך ארויס ברענגען די נקודות טובות פון ביידע געגנטער.
פרייז: לינדען איז ביליגער מיט 30% לכה״פ. טעקסעס זענען אבער העכער ווי אין נוא יארק.
מאנטלי פעימענט: אין לינדען וועט איהר צאהלען מיט קנאפע טויזנט דאללער ביליגער אויף אייער חודש׳ליכע מארטגעדש פעימענט אפילו נאך טעקסעס. (פארשטייט זיך אז סווענד זיך אין קאמפעריסן פונעם הויז.)
מוסדות: לינדען איז א שטאט וואס וועט נישט מצליח זיין אהן לאקאלע מוסדות. לאקאלע מוסדות וועלען ווארשיינליך נישט זיין אויפן לעוועל פון בארא פרק אדער וויליאמסבורג נאר ווי אאוט אוו טאון, פשוט ווייל סוועט נישט זיין קיין קאמפאטישן, און אלץ וועט ווערען קאנטראלד ביי די לאקאלע קהילה. אויך וועט נישט זיין קיין וועראייעטי פון מוסדות אזוי ווי אין די גרויסע שטעט.
ביזנעס: לינדען איז נאהנט צום טרעין קיין מאנהעטן, סטעטן איילענד איז אויך דאס זעלבע מיט א באס אדער פעררי.
שוהלן - אידישע אינפרעסטרוקטור: אין סטעטן איילענד זענען שוין געווען שוהלן און אנדערע אינפרעסטרוקטור פאר פערציג יאהר איידער תשע״ה ווען די ערשטע מאובערס זענען אנגעקומען. דאס האט געהאלפען איינפעדימען דאס ציבור גרעדועלי מיט גאר קליינע קאסטן פאר ציבורישע צרכים. לינדען איז א פרישער געגנד, און כסף מנלן איז א גרויסער פראגע, יעצט, אבער נאכמער אין די פיוטשאר ווען סוועט וואקסען גרעסער בעזהשי״ת.
סאציעלע מעיקאפ פונעם ציבור סטעטן איילענד איז כולל יעדער עידש גרופ, און אויך דאס גאנצע ספעקטרום פון פרומקייט און חסידשקייט לעוועל. פון שטיוול, ווייסע זאקען מיט א סאטמערער סלענט, ספאדיקעס - שארפע און מעסיגע, האלבע און לאנגע רקלעך, סאטמערער שטאפענע היטן, פלאכע ביבער היטן, אללע סארט שטריימליך אדער היטן שבת, און בעלזער חניאקעס. לינדען האט נאך אדערוויילע נישט דער קאלארפולע צורה פון א שטאט. א חלק סיבה איז טאקע ווייל עס איז אוממעגליך צו צושטעלן מוסדות פאר אללע שיכטן ווי אין סטעטן איילענד וואס יעדער בלייבט מיט די מוסד פון זיין טשויס.

ריטשמאנדער איד
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » מיטוואך יולי 10, 2019 4:45 pm

נאך א פיינע נייע בית מדרש איז דער ניילס שוהל, niles place , א שטארק ערנסטער ליטווישער מנין פאר יונגע בני תורה וואס האבען זיך אריינגעצויגען לעצטנס. עס געפונט זיך אויף ניילס פלעיס, ממילא דעם נאמען. דער פלאץ איז פיל מיט ספרי קודש און קאווע א גאנצע טאג.

ריטשמאנדער איד
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » דאנארשטאג יולי 11, 2019 3:57 pm

דא האט איהר אלע אינפארמעישאן פון דער סטעטן איילענד - בארא פארק באס סערוויס. דער באס פאהרט הין און צוריק בערך יעדע צוויי שעה.
https://www.richmondtrans.com/

פיטום
שר האלפיים
תגובות: 2648
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

תגובהדורך פיטום » דאנארשטאג יולי 11, 2019 6:41 pm

דאס איז דער וועכענטליכער בוללעטין
צוגעלייגטע
0001.jpg
סטעטן איילענד בוללעטין
0001.jpg (393.45 KiB) געזעהן 1027 מאל
0001 (1).jpg
סטעטן איילענד בוללעטין
0001 (1).jpg (335.74 KiB) געזעהן 1027 מאל
אם ברצונך לקרוא לעוזרת
לחצי כאן
ואם הוא אינו בא - עשי זאת בעצמך...

בעל הנס
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 11:21 pm

תגובהדורך בעל הנס » דאנארשטאג יולי 11, 2019 7:11 pm

מען קען דאס באקומען אויף אימעיל?

ריטשמאנדער איד
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » זונטאג יולי 14, 2019 9:33 am

שיינער שעור יעדער ליל שישי אין ביהמ״ד דחסידי בעלזא אויף וועלברוק עוו.
https://drive.google.com/file/d/1Rv5Sd8 ... p=drivesdk

מירונער
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 13, 2011 1:10 am

תגובהדורך מירונער » זונטאג יולי 14, 2019 7:18 pm

ריטשמאנדער איד האט געשריבן:אלץ תושב אין ריטשמאנד קאונטי- סטעטן איילענד שוין איבער א יאהר, מיגרירט פון ברוקלין, וויל איך דא פראוויידען די נייעס אז ס׳זענען שוין פארהאן אכט צו ניין חסידישע שוהלן אין ווילאוברוק/מענאר הייטס געגנד. דאס לעבן דא איז גענוי ווי אין בארא פארק נאר אסאך אסאך רוהיגער און מער איינגענעם. פאלגענד איז א ליסט פון שוהלען:
גראסווארדיין / הרב פאללאק
מקילניץ / הרב באב״ד
ערבי נחל / הרב מיללער
קאפיטשניץ / הרב פלינטענשטיין
חסידי סקווער
חסידי בעלזא
חסידי גור
חסידי גור
טאדט הילל שוהל/ הרב פאנעט
הרב אייזיקסון
אגודת ישראל/ הרב ווייס

אין טאדט הילל איז שוין אויך דא א שול?
כ'האב עפעס אלס געליינט אז ס'איז א גאר טייערע געגנט מיט גרויסע ריזיגע הייזער.
ס'איז אפשר דא צוויי געגענטער אין טאדט הילל?

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » זונטאג יולי 14, 2019 7:30 pm

ווי איז די שול פון הרב לייפער פון שמירה ? געהערט ער בויעט א מקוה דארט


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט