דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

ריטשמאנדער איד
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » זונטאג יולי 14, 2019 8:07 pm

מירונער האט געשריבן:
ריטשמאנדער איד האט געשריבן:אלץ תושב אין ריטשמאנד קאונטי- סטעטן איילענד שוין איבער א יאהר, מיגרירט פון ברוקלין, וויל איך דא פראוויידען די נייעס אז ס׳זענען שוין פארהאן אכט צו ניין חסידישע שוהלן אין ווילאוברוק/מענאר הייטס געגנד. דאס לעבן דא איז גענוי ווי אין בארא פארק נאר אסאך אסאך רוהיגער און מער איינגענעם. פאלגענד איז א ליסט פון שוהלען:
גראסווארדיין / הרב פאללאק
מקילניץ / הרב באב״ד
ערבי נחל / הרב מיללער
קאפיטשניץ / הרב פלינטענשטיין
חסידי סקווער
חסידי בעלזא
חסידי גור
חסידי גור
טאדט הילל שוהל/ הרב פאנעט
הרב אייזיקסון
אגודת ישראל/ הרב ווייס

אין טאדט הילל איז שוין אויך דא א שול?
כ'האב עפעס אלס געליינט אז ס'איז א גאר טייערע געגנט מיט גרויסע ריזיגע הייזער.
ס'איז אפשר דא צוויי געגענטער אין טאדט הילל?

ס׳פארהאנען צוויי געגנטער, טאדט הילל און לאוער טאדט הילל. טאדט הילל אליינס איז מער סאבערבען מיט גאר טייערע מענשענס. עס הייסט אז עס וואוינען דארט די ריכטיגע איטאליענע חברהלייט. לאוער טאדט הילל איז נענטער קיין מענאר הייטס, אוואו עס איז דא א מנין שבתים.

ריטשמאנדער איד
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » זונטאג יולי 14, 2019 8:20 pm

רעסטאראנט האט געשריבן:ווי איז די שול פון הרב לייפער פון שמירה ? געהערט ער בויעט א מקוה דארט

דער בארדיטשובער ביהמ״ד בהנהלת הרב לייפער געפונט זיך אינעם וועסטערלי געגנט, אויף צפון פונעם סטעטן איילענד עקספרעסוויי. דאס געגנט וואקסט ב״ה זייער פיין, אבער נאכנישט אזוי שנעל ווי ווילאוברוק און מענאר הייטס.
בכלל, איז סטעטן איילענד צוטיילט אין דריי. נארט שאהר, סאוט שאהר, און מיד-איילענד. דער וועסטערלי געגנט געפונט זיך אויף צפון פונעם איילענד אויפן נארט שאהר. ווילאוברוק און מענאר הייטס און טאדט הילל זענען אין מיד-איילענד. דער ישיבה תפארת ירושלים פון הגר״מ פיינשטיין זצ״ל געפונט זיך שוין איבער פערציג יאהר אויף די סאוט שאהר.
לעצט פאראכטן דורך ריטשמאנדער איד אום מאנטאג יולי 15, 2019 12:11 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

חזקי פרידמאן
שר מאה
תגובות: 232
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 10, 2018 2:54 pm

תגובהדורך חזקי פרידמאן » זונטאג יולי 14, 2019 10:31 pm

IMG-20190714-WA0004.jpg
IMG-20190714-WA0004.jpg (128.29 KiB) געזעהן 1297 מאל

Kollel
שר מאה
תגובות: 114
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Staten Island blackout

תגובהדורך Kollel » זונטאג יולי 14, 2019 10:37 pm

The reported Staten Island blackout is in the Yiddishe neighborhoods?

מירונער
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 13, 2011 1:10 am

תגובהדורך מירונער » זונטאג יולי 14, 2019 10:52 pm

ריטשמאנדער איד האט געשריבן:
מירונער האט געשריבן:
ריטשמאנדער איד האט געשריבן:אלץ תושב אין ריטשמאנד קאונטי- סטעטן איילענד שוין איבער א יאהר, מיגרירט פון ברוקלין, וויל איך דא פראוויידען די נייעס אז ס׳זענען שוין פארהאן אכט צו ניין חסידישע שוהלן אין ווילאוברוק/מענאר הייטס געגנד. דאס לעבן דא איז גענוי ווי אין בארא פארק נאר אסאך אסאך רוהיגער און מער איינגענעם. פאלגענד איז א ליסט פון שוהלען:
גראסווארדיין / הרב פאללאק
מקילניץ / הרב באב״ד
ערבי נחל / הרב מיללער
קאפיטשניץ / הרב פלינטענשטיין
חסידי סקווער
חסידי בעלזא
חסידי גור
חסידי גור
טאדט הילל שוהל/ הרב פאנעט
הרב אייזיקסון
אגודת ישראל/ הרב ווייס

אין טאדט הילל איז שוין אויך דא א שול?
כ'האב עפעס אלס געליינט אז ס'איז א גאר טייערע געגנט מיט גרויסע ריזיגע הייזער.
ס'איז אפשר דא צוויי געגענטער אין טאדט הילל?

ס׳פארהאנען צוויי געגנטער, טאדט הילל און לאוער טאדט הילל. טאדט הילל אליינס איז מער סאבערבען מיט גאר טייערע מענשענס. עס הייסט אז עס וואוינען דארט די ריכטיגע איטאליענע חברהלייט. לאוער טאדט הילל איז נענטער קיין מענאר הייטס, אוואו עס איז דא א מנין שבתים.

וואס הייסט ריכטיגע איטאליענער חברה? ריכטיגע גבירים אדער ריכטיגע מאפיאנערן?

ריטשמאנדער איד
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » זונטאג יולי 14, 2019 10:55 pm

י״א דהיינו הך

מירונער
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 13, 2011 1:10 am

תגובהדורך מירונער » זונטאג יולי 14, 2019 11:00 pm

גראדע ווען מ'פארט דארט אריבער איז עפעס שטאק שטיל, קוים וואס מ'זעט א לעבעדיגע בריאה.
צו איז דאס נאר זייער צווייטע הויז וכדומה

ריטשמאנדער איד
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » מאנטאג יולי 15, 2019 12:08 am

מעגליך. איין זאך איז זיכער, די קאלירטע ילידי אפריקא קומען זיכער נישט אהער. די צווי פעלקער פארטראגען זיך נישט צו גוט כידוע.

מירונער
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 13, 2011 1:10 am

תגובהדורך מירונער » מאנטאג יולי 15, 2019 1:26 am

אינטרעסאנט טאקע אז בעלי בתישע אידן פון בארא פארק, וואס קענען זיך ערלויבן, רוקן זיך נישט אריין אין די טייערע טאדט הילל געגנט און נעמען עס צוביסלעך איין

ריטשמאנדער איד
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » מאנטאג יולי 15, 2019 7:27 am

סוועט נעמען צייט. היינט וועט א גביר ענדערשט קויפן א הויז אין בארא פארק פאר דעם פרייז. למעשה איז נאך נישט דא קיין שוהלען, אינפרעסטרוקטור און אידישע געשעפטן אין טאדט הילל. אויסער דעם, רוב סטעטן איילענד נייע איינוואינער זענען אהער געקומען מיט פינאנציעלער מאטיוון און מיט א דרוק פון סופליי און דימענד פאר באקוועמע דוועלונגען פאר זיייערער וואקסענדיגע פאמיליעס קע״ה. דער עולם האט ערשט נאכן מופען איינגעזעהן וואסערע גן עדן דא איז אין אלע הינזיכטן.

פיטום
שר האלפיים
תגובות: 2648
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

סטעטן איילענד בולעטין

תגובהדורך פיטום » מאנטאג יולי 15, 2019 6:30 pm

בעל הנס האט געשריבן:מען קען דאס באקומען אויף אימעיל?

דער בולעטין קען מען באקומען אויף אימעיל אויך
sibulletin@gmail.com
אם ברצונך לקרוא לעוזרת
לחצי כאן
ואם הוא אינו בא - עשי זאת בעצמך...

שליבוביץ
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 29, 2014 3:48 pm
לאקאציע: ביים פלעשל

תגובהדורך שליבוביץ » מאנטאג יולי 15, 2019 6:35 pm

פיטום האט געשריבן:דאס איז דער וועכענטליכער בוללעטין

זייער בא'טעמ'טער אויסשטעל און ליינבאר, ווער מאכט דאס?
קוק גראד העסטו אטאמאטיש זעהן גראד!!!

ריטשמאנדער איד
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » מאנטאג יולי 15, 2019 7:09 pm

אויפגעפיקט אין ביהמ"ד חסידי בעלזא. גאנץ גוט, מקען זיך אבער דינגען.
דא

אוועטאר
עסקן הדגול
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 15, 2019 12:38 am

תגובהדורך עסקן הדגול » מאנטאג יולי 15, 2019 7:23 pm

דאס איז אין די נייע געגנט פון סטעטן איילענד וואו די עולם מופט יעצט

אוועטאר
עסקן הדגול
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 15, 2019 12:38 am

תגובהדורך עסקן הדגול » מאנטאג יולי 15, 2019 7:26 pm

כמיין ער איז א גרויסע גרעפיקער ער האטא וועבסייט www.rightclickm.com

ריטשמאנדער איד
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » דינסטאג יולי 16, 2019 9:14 pm

היינט בינעך געפארען מיטן סטעטן איילענד - בארא פארק באס ראונד טריפ. ס׳איז געווען גאר אן אנגענעמער נסיעה ב״ה. זייער א באקוועמער, צוגערישטער באס. דאס גאנצע נסיעה האט געדארט וויניגער פון 35 מינוט. דער באס פאהרט אריבער רוב פונעם געגנד אין סטעטן איילענד, און דערנאך אין בארא פארק פארט ער פונעם עלפער ביזן אכצנטער עוועניוס אויף 50סטער סטריט. אויפן וועג קיין סטעטן איילענד פארט ער צוריק אויפן 49סטער סטריט פון אכצנטער ביזן עלפטער עוועניוס. דוכצאך אז אזא נסיעה קיין וויליאמסבורג מיטן באס געדורט לענגער.
לעצט פאראכטן דורך ריטשמאנדער איד אום מיטוואך יולי 17, 2019 10:03 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

שטייגען
שר האלף
תגובות: 1315
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office
פארבינד זיך:

תגובהדורך שטייגען » מיטוואך יולי 17, 2019 12:51 am

Have a house in the Jewish neighborhood to sell
For more info please send email to
morabmanagement@gmail.com
..

ריטשמאנדער איד
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » מיטוואך יולי 17, 2019 7:41 am

בילדער פון גראסווארדיין׳ער ביהמ״ד
דא

דא

דא

ריטשמאנדער איד
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » מיטוואך יולי 17, 2019 7:46 am

ביהמ״ד חסידי בעלזא שיינע בילדער אויף גוגל מעפס פונעם בעלזער רבין׳ס זוהן און אייניקלעך באזוכן דאס פלאץ.
https://goo.gl/maps/t7QVRyHe3etpgtYr6

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1543
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » מיטוואך יולי 17, 2019 8:39 am

ריטשמאנדער איד האט געשריבן:אויפגעפיקט אין ביהמ"ד חסידי בעלזא. גאנץ גוט, מקען זיך אבער דינגען.
דא

פארוואס איז עס און די טריפענע שפראך ?

ריטשמאנדער איד
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » מיטוואך יולי 17, 2019 9:50 am

ליידער זענען דא הונדערטער טויזנטער אידן יראים ושלימים וואס לערנען תורה לשמה און זענען מקיים מצוות דאורייתא ודרבנן התלויות בארץ מיט שוועריקייטן, און זיי רעדן א מאדערנעם לשון קודש בחיי היום יום. וואס קען מען טוהן? די גרויסע חסידותער אין ארץ ישראל רעדן אלע עברית. און בכתבם איז אלץ אין דעם העברעישער שפראך. לדעתם איז אידיש נישט רעלעווענט היינט אין ארץ ישראל, בפרט ביים המון עם.
חוץ מזה איז וויכטיג צו געדענקען אז די אידישסטן זענען געווען נישט ווייניגער פארפאהלט ווי די העברעער. והכל לפי המקום והזמן.

פיטום
שר האלפיים
תגובות: 2648
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

סטעטן איילענד בולעטין פרשת בלק

תגובהדורך פיטום » דאנארשטאג יולי 18, 2019 6:42 pm

דער בולעטין פון די וואך
מען קען זיך אויפסיינען צו באקומען דעם בולעטין אויף sibulletin@gmail.com
צוגעלייגטע
0001.jpg
סטעטן איילענד בולעטין פרשת בלק
0001.jpg (394.49 KiB) געזעהן 569 מאל
0002.jpg
סטעטן איילענד בולעטין פרשת בלק
0002.jpg (479.89 KiB) געזעהן 569 מאל
אם ברצונך לקרוא לעוזרת
לחצי כאן
ואם הוא אינו בא - עשי זאת בעצמך...

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5457
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג יולי 18, 2019 11:36 pm

דער מקילניצער איז אן אייניקל פונעם ר״ר העשיל?
דביה תחדי נפשא

ערבי נחל
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 12:46 pm

תגובהדורך ערבי נחל » פרייטאג יולי 19, 2019 1:08 am

נחוניא האט געשריבן:ביטע לייגט בילדער פון די סארטן הייזער מען זאל פארשטיין פון וואס מען רעדט.

נישט געהאט קיין צייט ממשיך צו זיין. כ׳האף מארגן צו ממשיך זיין.

ערבי נחל
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 12:46 pm

תגובהדורך ערבי נחל » פרייטאג יולי 19, 2019 1:17 am

חמרא טבא האט געשריבן:דער מקילניצער איז אן אייניקל פונעם ר״ר העשיל?

די מקילניצער רב איז א זוהן פון די טארנפאלער רב אין בארא פארק.
גאר א חשובער רב. ער האט א גאר חשובע כלל חסידי בית המדרש מיט גאר חשובע חסידישע אינגערלייט פון אלע קרייזן.
נאך א גרויסע מעלה האט זיין בית המדרש אז מ׳רעדט נישט דארט ביים דאווענען.


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט