דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

ריטשמאנדער איד
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » פרייטאג יולי 26, 2019 1:42 pm

איים סארי, איך וויל נישט אפענדען קיינעם. אלע אידען זענען טייער, כולם אהובים וכו׳ . אבער קרית יואל, מונסי, ניי סקווער, טאהש, אפילו אוטראמאנט, און לייקוואוד מיט אלע איהרע גרויסע נאמבערס און מעלות פראדאצירן לענ״ד א דערפערישע, אאוט-אוו-טאון, לאפסיידעד, מצומצם׳דיגע פירי. סאיז זיכער דא מעלות אין די אלע מקומות. אבער א בעלענסד חינוך און געזעלשאפט פון גשמיות, רוחניות, און נארמאלקייט - אזוי ווי עס איז אוועקגעשטעלט געווארען אין די לעצטע זיבעציג יאהר אין די איסט סייד/וויליאמסבורג/קראון הייטס און היינט אין בארא פארק/סטעטן איילענד - איז זייער שווער איבער צו פלאנצן אין נייע מקומות. ספעהלט א ווערייעטי. אדער נאר חסידים, אדער נאר ליטוואקעס, אדער איז דא נאר גאר פרומע אדער גאר פארקערטע. נוא יארק סיטי איז געבעלעסנד פערפעקטלי, גענוי ווי אנדערע שטעט למשל בני ברק, ירושלים, אשדוד, לאנדאן, אנטווערפן, וכד׳. די פלעצער האבן א המשכיות, אן עבר מיט א הווה פון, תורה׳דיגקייט מיט בעלעבאטישקייט אינאיינעם.

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3746
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » פרייטאג יולי 26, 2019 3:26 pm

קען זיין די אלע פלעצער פראדוסן דארפישע קינדער, אבער סטעטן איילאנד אין 10 יאר ארום גייט דאך אויך פראדוסן דארפישע קינדער...
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

oh vei
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 2:30 pm

תגובהדורך oh vei » פרייטאג יולי 26, 2019 4:43 pm

סאיז אן אור׳אלטע געפעכט ביי יודען און אפילו ביי גוים וואו ברענגט מען אויף בעסער די קינדער urban אדער suburban
אלץ איינער וואס האט געבוירען ״סאובערבען״,חתונה געהאט און געוואונט ״אורבען״ פאר קרוב צו צווי שמיטות, און זיך נאכדעם געצויגען צוריק ״סובערבען״ פאר אפאר יאר צוריק.
מהאמיר אסאך געטראכט און שטודירט די מעלות און חסרונות און די שינוים.
איך וויל נאר אהנרירען איין נקודה וואס איז געווען מיין מכריע.
די געזונסטע און שטערקסטע זאך פאר א קינד ברוח ובגשם איז ווי שטארק און געזונט זיין שטוב איז, אונז זעמיר נישט קיין פאלק פון נידריגע עלעמענטען, אונז וואונען נישט אויף די גאס און אונז זעמיר נישט געמאכט צו וואונען ביים שווער, שוויגער,שוועגערען, יענטא וכ״ו מה טובו וכ״ו אין פתחיהן וכ״ו, די חן פון א אידישע שטוב די צוגובינדינקייט צו די יודישע שטוב און די לעבן בתוך כותלי הבית איז וואס שטעלט אוועק יודישע קינדער, סגעט זיין א אינירליכע אמתע קשר צו יודישקייט בעצמם ובגופם, סאיז נישט קיין פעיר פרעישער יודישקייט, סאיז באמת אריינגעווארצעלט און זייער נאטור.

איינער וואס ווייסט נישט וויאזוי אוועקצושטעלען אזא שטוב, ער איז פארנומען, ער וויל זיינע קינדער זאלען מיט פארען מיטען גאסען באן מיט די סביבה, ער איז אוודאי שטארקער און א שטאט ווייל דארטען פארט א באן, ער קען דאמפען זיין קינד און א חסידות און עם לאזען מיטפארען, איינער וואס וויל אבער יא גיין די דרך ארוכה ואמיתיות, ער וויל אוועקשטעלען אן אייגען שטוב, ער וויל אריינהאקען און די קינדער וויפיל סגייט, ער וויל פארברענגען מיט יעדע קינד שעות, איז אוודאי גרינגער און שטערקער און דארף.
דאס איז איין נקודה.
סאיז דא נאך צושרייבען אויב איינער אינטערעסירט מיינע צוויי צענט.

ריטשמאנדער איד
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » פרייטאג יולי 26, 2019 6:10 pm

א גראם מיט טעם האט געשריבן:קען זיין די אלע פלעצער פראדוסן דארפישע קינדער, אבער סטעטן איילאנד אין 10 יאר ארום גייט דאך אויך פראדוסן דארפישע קינדער...

מהיכי תיתי? סאיז דא דא דאס גאנצע ספעקטרום פון אידן פון יאנג איזראעל ביז סאטמער, און אויך אסאך גוים. נאכמער, דאס פלאץ וואקסט אויף א נארמאלער אופן, נישט אויף איין מאהל, מחמת עקאנאמישע סיבות. די פרייזן זענען נארמאל רעלאטיוו גערעדט. סאיז נאר א פארברייטערונג פון בארא פארק. אדרבה קומט אריבער און צייגט אייך אליין איבער.

ריטשמאנדער איד
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » פרייטאג יולי 26, 2019 6:16 pm

oh vei האט געשריבן:סאיז אן אור׳אלטע געפעכט ביי יודען און אפילו ביי גוים וואו ברענגט מען אויף בעסער די קינדער urban אדער suburban
אלץ איינער וואס האט געבוירען ״סאובערבען״,חתונה געהאט און געוואונט ״אורבען״ פאר קרוב צו צווי שמיטות, און זיך נאכדעם געצויגען צוריק ״סובערבען״ פאר אפאר יאר צוריק.
מהאמיר אסאך געטראכט און שטודירט די מעלות און חסרונות און די שינוים.
איך וויל נאר אהנרירען איין נקודה וואס איז געווען מיין מכריע.
די געזונסטע און שטערקסטע זאך פאר א קינד ברוח ובגשם איז ווי שטארק און געזונט זיין שטוב איז, אונז זעמיר נישט קיין פאלק פון נידריגע עלעמענטען, אונז וואונען נישט אויף די גאס און אונז זעמיר נישט געמאכט צו וואונען ביים שווער, שוויגער,שוועגערען, יענטא וכ״ו מה טובו וכ״ו אין פתחיהן וכ״ו, די חן פון א אידישע שטוב די צוגובינדינקייט צו די יודישע שטוב און די לעבן בתוך כותלי הבית איז וואס שטעלט אוועק יודישע קינדער, סגעט זיין א אינירליכע אמתע קשר צו יודישקייט בעצמם ובגופם, סאיז נישט קיין פעיר פרעישער יודישקייט, סאיז באמת אריינגעווארצעלט און זייער נאטור.

איינער וואס ווייסט נישט וויאזוי אוועקצושטעלען אזא שטוב, ער איז פארנומען, ער וויל זיינע קינדער זאלען מיט פארען מיטען גאסען באן מיט די סביבה, ער איז אוודאי שטארקער און א שטאט ווייל דארטען פארט א באן, ער קען דאמפען זיין קינד און א חסידות און עם לאזען מיטפארען, איינער וואס וויל אבער יא גיין די דרך ארוכה ואמיתיות, ער וויל אוועקשטעלען אן אייגען שטוב, ער וויל אריינהאקען און די קינדער וויפיל סגייט, ער וויל פארברענגען מיט יעדע קינד שעות, איז אוודאי גרינגער און שטערקער און דארף.
דאס איז איין נקודה.
סאיז דא נאך צושרייבען אויב איינער אינטערעסירט מיינע צוויי צענט.

הערליך און ריכטיג. דער סביבה מיט דאס לאקאלע אינפרעסטרוקטור האט אבער דאך א ריזיגער השפעה.

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1454
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » זונטאג יולי 28, 2019 2:19 pm

ריטשמאנדער איד האט געשריבן:אבער אפסטעיט איז מער סאבארבען און דערפעריש. א דארף פראדאצירט פויערן אדער אפגעזונדערטע אידען, און א שטאט פראדאצירט מער טיכטיגע, ציווילזירטע מענשען, נוחים לשמים ולבריאות. פאר די אידישע ציבור דארף זיין אלע אפשענס אויפן טיש. פון די פינעף באראס פון נוא יארק סיטי איז סטעטן איילענד לענ״ד דאס מערסטע צוגעפאסט צו די שטעטישע באדערפענישן פון אונזער ציבור, סיי עקאנאמיש און סיי סאציאלאגיש. סאיז נאהנט קיין ברוקלין, מענהעטטן, און נוא דשערסי, און מען בראך נישט מחדש זיין דאס רעדל לגבי פרנסות, מוסדות, און ישיבות. סהאט ממש אלע מעלות. איך קום פון וויליאמסבורג, שפעטער געוואוינט אין בארא פארק. סטעטן איילענד איז דע פלעיס.

פארשטיי איך נישט, די שטאט איז געזונטער ווי אפסטעיט?

oh vei
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 2:30 pm

תגובהדורך oh vei » זונטאג יולי 28, 2019 3:23 pm

ריטשמאנדער איד האט געשריבן:
oh vei האט געשריבן:סאיז אן אור׳אלטע געפעכט ביי יודען און אפילו ביי גוים וואו ברענגט מען אויף בעסער די קינדער urban אדער suburban
אלץ איינער וואס האט געבוירען ״סאובערבען״,חתונה געהאט און געוואונט ״אורבען״ פאר קרוב צו צווי שמיטות, און זיך נאכדעם געצויגען צוריק ״סובערבען״ פאר אפאר יאר צוריק.
מהאמיר אסאך געטראכט און שטודירט די מעלות און חסרונות און די שינוים.
איך וויל נאר אהנרירען איין נקודה וואס איז געווען מיין מכריע.
די געזונסטע און שטערקסטע זאך פאר א קינד ברוח ובגשם איז ווי שטארק און געזונט זיין שטוב איז, אונז זעמיר נישט קיין פאלק פון נידריגע עלעמענטען, אונז וואונען נישט אויף די גאס און אונז זעמיר נישט געמאכט צו וואונען ביים שווער, שוויגער,שוועגערען, יענטא וכ״ו מה טובו וכ״ו אין פתחיהן וכ״ו, די חן פון א אידישע שטוב די צוגובינדינקייט צו די יודישע שטוב און די לעבן בתוך כותלי הבית איז וואס שטעלט אוועק יודישע קינדער, סגעט זיין א אינירליכע אמתע קשר צו יודישקייט בעצמם ובגופם, סאיז נישט קיין פעיר פרעישער יודישקייט, סאיז באמת אריינגעווארצעלט און זייער נאטור.

איינער וואס ווייסט נישט וויאזוי אוועקצושטעלען אזא שטוב, ער איז פארנומען, ער וויל זיינע קינדער זאלען מיט פארען מיטען גאסען באן מיט די סביבה, ער איז אוודאי שטארקער און א שטאט ווייל דארטען פארט א באן, ער קען דאמפען זיין קינד און א חסידות און עם לאזען מיטפארען, איינער וואס וויל אבער יא גיין די דרך ארוכה ואמיתיות, ער וויל אוועקשטעלען אן אייגען שטוב, ער וויל אריינהאקען און די קינדער וויפיל סגייט, ער וויל פארברענגען מיט יעדע קינד שעות, איז אוודאי גרינגער און שטערקער און דארף.
דאס איז איין נקודה.
סאיז דא נאך צושרייבען אויב איינער אינטערעסירט מיינע צוויי צענט.

הערליך און ריכטיג. דער סביבה מיט דאס לאקאלע אינפרעסטרוקטור האט אבער דאך א ריזיגער השפעה.

איך זאג נאכאמאל איבער
די קינדער וואס וואקסען אויף די גאס, האט די סביבה אן השפעה, דיע וואס וואקסען אויף און הויז, האט די הויז די השפעה
סאיז טאקע דא ווייניג אזאנע, אבער וואויל איז פאר די קינד וואס וואקסט אויף און א שטוב ווי מלעבט און שטוב, די בעסטע סביבה קען נישט געבן פאר א קינד וואס זיין שטוב געט עם.
און ממילא וואונען דארף מען דארט ווי מקען מער לעבן אינדערהיים.

ריטשמאנדער איד
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » זונטאג יולי 28, 2019 7:22 pm

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:
ריטשמאנדער איד האט געשריבן:אבער אפסטעיט איז מער סאבארבען און דערפעריש. א דארף פראדאצירט פויערן אדער אפגעזונדערטע אידען, און א שטאט פראדאצירט מער טיכטיגע, ציווילזירטע מענשען, נוחים לשמים ולבריאות. פאר די אידישע ציבור דארף זיין אלע אפשענס אויפן טיש. פון די פינעף באראס פון נוא יארק סיטי איז סטעטן איילענד לענ״ד דאס מערסטע צוגעפאסט צו די שטעטישע באדערפענישן פון אונזער ציבור, סיי עקאנאמיש און סיי סאציאלאגיש. סאיז נאהנט קיין ברוקלין, מענהעטטן, און נוא דשערסי, און מען בראך נישט מחדש זיין דאס רעדל לגבי פרנסות, מוסדות, און ישיבות. סהאט ממש אלע מעלות. איך קום פון וויליאמסבורג, שפעטער געוואוינט אין בארא פארק. סטעטן איילענד איז דע פלעיס.

פארשטיי איך נישט, די שטאט איז געזונטער ווי אפסטעיט?

דער שטאדט גיבט אריין אן אימיונעטי אינעם נפש האדם דארך דעם וואס ער איז קאנטענטלי סטימיולעיטעד מיט הוויות העולם מיט אללע איהרע שוועריקייטען. דער דארף, ווי העיליג און אנגעזונדערט ר׳איז נאר, איז נאר גוט לשעתו ולא לעתיד לבוא. א שטעטישע איד איז מער באהאוונט אין דילען מיט טשעללענדשעס בגשם וברוח.

אזוי צו אזוי
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 23, 2012 3:45 pm

תגובהדורך אזוי צו אזוי » זונטאג יולי 28, 2019 7:44 pm

ריטשמאנדער איד האט געשריבן:דער שטאדט גיבט אריין אן אימיונעטי אינעם נפש האדם דארך דעם וואס ער איז קאנטענטלי סטימיולעיטעד מיט הוויות העולם מיט אללע איהרע שוועריקייטען. דער דארף, ווי העיליג און אנגעזונדערט ר׳איז נאר, איז נאר גוט לשעתו ולא לעתיד לבוא. א שטעטישע איד איז מער באהאוונט אין דילען מיט טשעללענדשעס בגשם וברוח.

א ריכטיגע דעת בעה"ב.

הגה"ק סאטמארער רב זצ"ל ואתו עמו נאך גדולי ישראל האבן געהאלטן פונקט פארקערט, אז וואוינען אפגעזונדערט פון די גוים איז א שטארקע מעלה - אויב נישט גאר א שטארקע לכתחילה - צו קענען אויף ציען אידישע דורות.

ריטשמאנדער איד
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » זונטאג יולי 28, 2019 7:59 pm

דע פראף איז אין דע פודינג

ריטשמאנדער איד
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » מיטוואך יולי 31, 2019 10:38 am

גוטע נייעס: ילד וילדה, yeled v'yalda, עפענט א העדסטארט פראגרעם פאר קומענדיגע סקול- יאהר פאר קינדער פון צוויי ביז פינעף יאר אלט. עס וועט זיין אינעם ריזיגען געביידע פון יאנג-איראעל אוו סטעטן איילענד, YISI.

ריטשמאנדער איד
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 9:46 am

פרישע נייעס אין שטאט. א ליטווישע ישיבה גדולה מיט פופציג בחורים בהנהלת הרה"ג ררב גלאססמאן שליט"א האט געדונגען דעם ערשטן בנין פונים יאנג איזראעל, אויפן קאר. פארעסט הילל רד. און אוקסברידזש סט., אנהויבענדיג קומענדיגן אלול זמן.
לעצט פאראכטן דורך ריטשמאנדער איד אום דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 9:50 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

ריטשמאנדער איד
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 9:49 am

,

מתון מתון
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 9:04 pm

תגובהדורך מתון מתון » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 4:24 pm

א נומער פון א ס.א. ריעל עסטעיט בראוקער ביטע.
דאנקע
איך שרייב כמעט נישט ווייל צופיל איז שוין פארמעקט געווארן. נירו לכם ניר ואל תזרעו אל קוצים.

אוועטאר
רואיג!
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 4:32 pm

מתון מתון האט געשריבן:א נומער פון א ס.א. ריעל עסטעיט בראוקער ביטע.
דאנקע


זילבער - 845-517-9435.

ריטשמאנדער איד
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 6:39 pm

דא איז די אינפא פון יהושע כ"ץ ריעליטי זייער א גרויסע פירמע אין די געגנד. אויך ספיגל ריעלטי Spiegel realty 718-356-8562.

מתון מתון
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 9:04 pm

תגובהדורך מתון מתון » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 8:24 pm

א דאנק ריטשמאנד און רואיג.
איך שרייב כמעט נישט ווייל צופיל איז שוין פארמעקט געווארן. נירו לכם ניר ואל תזרעו אל קוצים.

פיטום
שר האלפיים
תגובות: 2648
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

סטעטן איילענד בוללעטין

תגובהדורך פיטום » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 10:17 pm

סטעטן איילענד בוללעטין פרשת מטות - מסעי
צוגעלייגטע
0001.jpg
סטעטן איילענד בוללעטין
0001.jpg (352.28 KiB) געזעהן 626 מאל
0002.jpg
סטעטן איילענד בוללעטין
0002.jpg (450.77 KiB) געזעהן 626 מאל
אם ברצונך לקרוא לעוזרת
לחצי כאן
ואם הוא אינו בא - עשי זאת בעצמך...

ריטשמאנדער איד
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » פרייטאג אוגוסט 02, 2019 7:41 am

ריטשמאנדער איד האט געשריבן:דא איז די אינפא פון יהושע כ"ץ ריעליטי זייער א גרויסע פירמע אין די געגנד. אויך ספיגל ריעלטי Spiegel realty 718-356-8562.

שיינע בילדער פון פארשידענע ערליי הייזער אינעווייניג און אינדרויסן אויף די וועבסייט פון Katz realty. סאיז יעצט א buyers market, סזענען פארהאן אסאך הייזער אויפן מארקעט, און איטרעסט ראטעס זענען נידריג. ממילא איז א גוטע צייט צו קויפן.

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » פרייטאג אוגוסט 02, 2019 9:54 am

ריטשמאנדער איד האט געשריבן:
ריטשמאנדער איד האט געשריבן:דא איז די אינפא פון יהושע כ"ץ ריעליטי זייער א גרויסע פירמע אין די געגנד. אויך ספיגל ריעלטי Spiegel realty 718-356-8562.

שיינע בילדער פון פארשידענע ערליי הייזער אינעווייניג און אינדרויסן אויף די וועבסייט פון Katz realty. סאיז יעצט א buyers market, סזענען פארהאן אסאך הייזער אויפן מארקעט, און איטרעסט ראטעס זענען נידריג. ממילא איז א גוטע צייט צו קויפן.

פאר איך פארגעס וואס למשל האלט איר וועגן לעיקוואד איז עס דארפיש? קען מען דארט מצליח זיין ? זענען דא דארט נארמאלע מענטשן? און צווייטענס פשוט פאר די געלט אויס גערעדט דארף מען אפאר הערנער פארן צאלן רבי געלט פאר זייער אלטע קליינע כאטקעס געבויעט פון האלץ אין סטעטען איילענד און גרויסע הייזער קאסט גאר אסאך ,און ווער רעדט איך פון עטטעשטד הייזער ,מיין נאנטע ידיד האט געקוקט אין סטעטען איילענד וועגן ער האט דארט באקאנטע און עס איז נאנט קיין בארא פארק, אבער נאכן קוקן צענדליגע הייזער אין סטעטען איילענד ,האט ער באשלאסן צו קיין טאמס ריווער געגענט לעבן לעיקוואד ווי די באקומסט דיין money worth און באקומסט א פאלאץ מיט א פול מיט א שיינע שטח מיט א נייע אדער ממש ניי הויז, אפשר טאקע איינער וואס האט א ביזנעס ממש לעבן סטעטען איילענד אדער בארא פארק און ער האט איבריגע געלט לוינט זיך עס אבער פאר סתם א איד איז איבערגעצאלט שווערע געלטער עיין ערך בלומינגראוו וואס אסאך מענטשן צאלן איבער אבער דארט האסטו פראפערטי כאטשיג און אין סטעטען איילענד ניטאמאל דאס, די וואס האבן געקויפט פון אנפאנג האט זיך געלוינט , יעצט איז עס א גאר איבערגטריבענע מארקעט

ריטשמאנדער איד
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » פרייטאג אוגוסט 02, 2019 12:39 pm

הערטס מיר אויס אמינוט. איך בין נישט אזוי באהאווענט אין לעיקוואוד, אבער לויט ווי איך פארשטיי די מצב פונעם האוזינג קריזיס איז מיר פשוט אז די סאלושען איז נישט וואן-סייז-פיטס-אלל.
פאלגענד האט איר מיין ארימע מיינונג אין דעם ענין. איר קענט זיך דינגען מיט מיר בכבוד גדול.
בעקגראונד
נוא יארק איז שוין דער נאטירילכער היים פאר תורה׳דיגע אידן פאר די לעצטע הונדערט יאר. אנדערע סיטיס און סטעיטס האבן נישט דעוועלאפט דאס זעלבע לעוועל פון אידשקייט, נישט בגשמיות און אוודאי נישט ברוחניות מכמה סיבות. קודם כל, נוא יארק האט געהאט רביס און רבנים וואס האבן נאך גוט געקענט דער וועלט פון פאר די מלחמה, ווי למשל דער רבי זי״ע דער בעל דברי יואל, דער פאפא רב זי״ע, דער צעהלימער רב זי״ע, הרב הענקין זצ״ל, הגר״מ פיינשטיין זצ״ל, דער סקווירער רבי, און נאך פיל אנדערע גדולי ישראל. די דאזיגע אידען האבען אוועקגעשטעלט דאס יהדות החרדית מיט אלע איהרע איינצלהייטן אזוי ווי מיר קענען איר היינט, און טאקע דא אין נוא יארק סיטי. חוץ מזה, איז דא געווען דער צענטער פון ישיבות און מוסדות ווי תורה ודעת, חיים ברלין, בית יעקב, וכו׳ און חסד און כשרות ארגינזאציעס נאך פון פאר די מלחמה. נוא דשערסי האט געהאט גארנישט חוץ פון א ישיבה אין לייקוואוד פאר בחורים און א פאהר כולל אינגעלייט וואס האבן זיך מתנזר געווען פון די וועלט.
אין די 1980 יארען האט זיך אפסטעיט דעוועלאפט אויף א קלנערעם פארמאט דורך וויזניץ, סאטמער און בית מדרש עליון תלמידים אין מאנסי און אין מאנרא. אבער רוב ציבור איז ווייטער געבליבן וואוינען אין נוא יארק סיטי. די סיבה דערצו איז בעיקר מחמת פרנסות און אפפערטוניטיס וועלכע געפונען זיך אין דער סיטי. נאכמער, אפילו די איינוואינער פון אפסטעיט און לייקוואוד האבען געמוזט פאהרען קיין מענהעטן אדער ברוקלין טעגליך צום ארבעט. נאך א סיבה דערצו איז דאס לעבעדיגקייט און סטימיולעישן פון די סיטי ברוחניות ובגשמיות, אנטקעגן דאס דארפערישע לעבן פון אפסטעיט וועלכער פראדוצירט בדרך כלל אן איינזייטיגע, שטימפיגע פראדוקט.
קריזיס
יעצט מישט אריבער צום היינטיגן הואזינג קריזיס. די קריזיס איז פשוט געשאפען געווארען מחמת יוקר המאמיר אין נוא יארק, און ווערט באהאנדעלט מיט די חוקי העקענאמיע פון סופליי און דימעענד.

עס איז דא אין דעם עטליכע אפציעס און מהלכים.
סאלושענס
איינס, אפסטעיט נ.י. מען קען אויפבויען אפסטעיט אז מזאל דארט קענען זיך אהין ציען פאר ביליגער. די דירות זענען גרויס, ניי, און שיין. מען אויך קויפן א הויז אויף א גרויסע לאט אין די געגנטער ארום מאנסי פאר חצי פרייז פון ברוקלין. שוהלען אין מוסדות שטייען שוין און פאנקציענירן פערציג יאר אדער מער. מהאט געטוישט די זאננינג געזצן אין מאנסי און מאנרא אז מזאל קענען בויען קאנדאס, און סזעהט שוין באלד אויס גענוי ווי ברוקלין. אבער דער פראבלעם איז אז סאיז נאר משפה ולחוץ, באמת איז מען נאך אלץ אין דארף אין אלע הינזיכטן. ממילא פאר איינער וואס וויל סיטי לייף מחמת פרנסה אדער חינוך איז דאס נישט קיין ישועה.
צווייטנס, לייקואוד. אין לייקוואוד בין איך באמת נישט אזוי באקאנט. אבער לויט ווי איך הער איז עס ענדליך צו אפסטעיט נ.י. נאר אביסל אנדערשט. קיין סאך חסידישע מוסדות און איפעסטראקטשער זענען נישט נאך נישט דא, און געלדט צו בויען פרישע איז אויך נישט דא קיין סאך. סאיז וויטער בדרך כלל אדער ווי א קאנדאו קאמפלעקס אינעם ריזיגען דארף וואס רופן זיך אשען קאונטי, אדער א הויז אויף אן איזאלירטען בלאק אין א גרויסן ים. די הייזער זענען אבער זייער גרויס און שיין. טעקסעס זענען אויך זייער הויעך. אזוי ווייט אז אפילו איר קויפן א הויז פאר זעקס מיאות, וועט אייער חודשליכע מארדגעדש פעימענט זיין מיט דרייצן צו פערצן הונדערט דאללער אדער נאכמער איבער די פרינציפאל און איטערעסט. איז עס שוין ווייטער טייער. הייזער אין טאמס ריווער און דשעקסון זענען הערליך שיין, גרויס, און ביליג. אבער איז עס נאך נישט אזוי באוואינט, און ספעהלט שטארק די השפעה פון די אויבענדערמאנטע אלטע רבנים מוסרי התורה פון איראפעישן אידנטום.
דריטנס, סטעטן איילענד (און ענדליך צו דעם איז לינדען, נוא דזעשרסי). סאיז ווייטער אין די סיטי מיט אלע אירע מעלות. סהאט שוין יעצט גענוי דאס זעלבע קאלטור פון ב״פ און וויליאמסבורג. מען קויפט איין ווייטער אין בארא פארק, מען גייט ווייטער אין די בארא פארקער מוסדות, און מען איז נאהנט צי אלע ביזנעס געלעגנהייטן פון נוא יארק. סהאט זי אוועקגעשטעלט א מוסדות טרענספארטעשן סיסטעם, און אויך א שאטטעל יעדע צווי שעה קיין בארא פארק.
די פרייזען זענען האלב פון בארא פארק (לינדען איז נאך ביליגער). די הייזער זענען בדרך כלל אין גאר גוטע קאנדישנס. די סייז פון די הייזער זענען היבש גרויס, בפרט אויב איר טרעפט א הויז מיט א בעיסמענט.
באטטאם ליין.
יעדער ראש משפחה דארף מאכן אאינדיווידועלער דיסישען. די דיסישען איז גבעיסט אויף חינוך, פרנסה, און קוואליטי אוו לייף. א גרויסע, ריזיגע הויז איז נישט פאר יעדן א מעלה. מוסדות התורה און רבני ופני העיר איז פארשטייט זיך א קריטישע עלעמענט אין אזא דעסישן. טרענפארטעישן, האבן א קאר, איז גאר קריטיקעל.
א גוט שבת

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11193
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג אוגוסט 02, 2019 4:31 pm

ריטשמאנדער איד האט געשריבן:
ריטשמאנדער איד האט געשריבן:דא איז די אינפא פון יהושע כ"ץ ריעליטי זייער א גרויסע פירמע אין די געגנד. אויך ספיגל ריעלטי Spiegel realty 718-356-8562.

שיינע בילדער פון פארשידענע ערליי הייזער אינעווייניג און אינדרויסן אויף די וועבסייט פון Katz realty. סאיז יעצט א buyers market, סזענען פארהאן אסאך הייזער אויפן מארקעט, און איטרעסט ראטעס זענען נידריג. ממילא איז א גוטע צייט צו קויפן.

כזעה דא זייער שיינע 2 פעמילי הייזער פאר 7-8 הינדערט, פארוואס טאקע זאל זיך א בארא פארקע יוד שלעפן קיין לעיקוואוד אדער מאנסי ווען ער קען דאס האבן א שפאן אוועק?
Trumpism is a mental tragedy

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » פרייטאג אוגוסט 02, 2019 5:25 pm

כאפצעם האט געשריבן:
ריטשמאנדער איד האט געשריבן:
ריטשמאנדער איד האט געשריבן:דא איז די אינפא פון יהושע כ"ץ ריעליטי זייער א גרויסע פירמע אין די געגנד. אויך ספיגל ריעלטי Spiegel realty 718-356-8562.

שיינע בילדער פון פארשידענע ערליי הייזער אינעווייניג און אינדרויסן אויף די וועבסייט פון Katz realty. סאיז יעצט א buyers market, סזענען פארהאן אסאך הייזער אויפן מארקעט, און איטרעסט ראטעס זענען נידריג. ממילא איז א גוטע צייט צו קויפן.

כזעה דא זייער שיינע 2 פעמילי הייזער פאר 7-8 הינדערט, פארוואס טאקע זאל זיך א בארא פארקע יוד שלעפן קיין לעיקוואוד אדער מאנסי ווען ער קען דאס האבן א שפאן אוועק?

וועגן עס איז אלט,קליין, טייער ,וואינען צווישען גוים אין די רוחניות אין סטעטען איילענד פאר א חסידישע יוד איז ביזדערווייל גארנישט דא , א גרויס חלק אידן וואס האבן ביזדערווייל געמופט האבן געמופט וועגן זיי דארפן נישט די "סיסטעם" , משא"כ אין מאנסי און אין לעיקוואד האסטו שיינע נייע הייזער פאר ביליג און מוסדות פון אלע סארט מיט אלע אידישע געשעפטן און מען וואינט צווישען אידן מיר ווייניגער

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11193
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג אוגוסט 02, 2019 5:58 pm

רעסטאראנט האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
ריטשמאנדער איד האט געשריבן:
ריטשמאנדער איד האט געשריבן:דא איז די אינפא פון יהושע כ"ץ ריעליטי זייער א גרויסע פירמע אין די געגנד. אויך ספיגל ריעלטי Spiegel realty 718-356-8562.

שיינע בילדער פון פארשידענע ערליי הייזער אינעווייניג און אינדרויסן אויף די וועבסייט פון Katz realty. סאיז יעצט א buyers market, סזענען פארהאן אסאך הייזער אויפן מארקעט, און איטרעסט ראטעס זענען נידריג. ממילא איז א גוטע צייט צו קויפן.

כזעה דא זייער שיינע 2 פעמילי הייזער פאר 7-8 הינדערט, פארוואס טאקע זאל זיך א בארא פארקע יוד שלעפן קיין לעיקוואוד אדער מאנסי ווען ער קען דאס האבן א שפאן אוועק?

וועגן עס איז אלט,קליין, טייער

זאג איך דיר אז אינעם לינק איז דא הערליכע גרויסע הייזער פאר קנאפע 7-8.

אויב סמופן ווי דו זאגסט בעיקר מענטשן וואס ווילן אנטלויפן פונעם סיסטעם איז עס טאקע א מקום חסרון, כגלייב אבער שווער דאס איז עס, סדאך דא די זעלבע חסידות בתי מדרשים.
Trumpism is a mental tragedy

ריטשמאנדער איד
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » פרייטאג אוגוסט 02, 2019 6:04 pm

רעסטאראנט האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
ריטשמאנדער איד האט געשריבן:
ריטשמאנדער איד האט געשריבן:דא איז די אינפא פון יהושע כ"ץ ריעליטי זייער א גרויסע פירמע אין די געגנד. אויך ספיגל ריעלטי Spiegel realty 718-356-8562.

שיינע בילדער פון פארשידענע ערליי הייזער אינעווייניג און אינדרויסן אויף די וועבסייט פון Katz realty. סאיז יעצט א buyers market, סזענען פארהאן אסאך הייזער אויפן מארקעט, און איטרעסט ראטעס זענען נידריג. ממילא איז א גוטע צייט צו קויפן.

כזעה דא זייער שיינע 2 פעמילי הייזער פאר 7-8 הינדערט, פארוואס טאקע זאל זיך א בארא פארקע יוד שלעפן קיין לעיקוואוד אדער מאנסי ווען ער קען דאס האבן א שפאן אוועק?

וועגן עס איז אלט,קליין, טייער ,וואינען צווישען גוים אין די רוחניות אין סטעטען איילענד פאר א חסידישע יוד איז ביזדערווייל גארנישט דא , א גרויס חלק אידן וואס האבן ביזדערווייל געמופט האבן געמופט וועגן זיי דארפן נישט די "סיסטעם" , משא"כ אין מאנסי און אין לעיקוואד האסטו שיינע נייע הייזער פאר ביליג און מוסדות פון אלע סארט מיט אלע אידישע געשעפטן און מען וואינט צווישען אידן מיר ווייניגער

סתם הוצאת שם רע אויף אן עיר ואם בישראל , אהן קיין שום בעקקינג. סוועט דיר אבער גארנישט העלפען. דאס פלאץ וואקסט לשם ולתפארת געזונט ווי עס דארף צו זיין. די הייזער זענען נישט אלט, קליין, און טייער. סאיז שיין, רוהיג, און עפארדעבל. סאיז דא גארנישט אנדערשט פון ברוקלין. סדא וועהניגער גוים דא ווי אין וויליאמסבורג און בארא פארק. סגעפונען זיך דא ב״ה בתי מדרשים פון אסאך חסידותער און אויך אומפארטייישע גאר חשובע חסידישע אינגעלייט.
לעצט פאראכטן דורך ריטשמאנדער איד אום פרייטאג אוגוסט 02, 2019 6:19 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט