דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אנא עבדא
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 13, 2019 8:51 am

תגובהדורך אנא עבדא » פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 8:11 am

2019-09-05.jpg
2019-09-05.jpg (226.84 KiB) געזעהן 1449 מאל

ריטשמאנדער איד
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 11:12 am

לויט ווי איך קען בעלז איז דאס ממש א יוצא מגדרו למען הציבור.

staten island
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 06, 2017 11:11 am

תגובהדורך staten island » פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 11:29 am

any good and cheap movers ?

ריטשמאנדער איד
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 11:34 am

Boro park moving is great

ריטשמאנדער איד
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 10:24 am

ריטשמאנדער איד האט געשריבן:נייער ביהמ״ד עפענט זיך בס״ד די וואך אין וועסטערלי נאהנט צום הייוועי, פאר וויקטערי בולעווארד. דאס נאמען איז ביהמ״ד קהל קערעסטיר. ע״י נכד הגה״ק רבי ישעי׳לע, הרה״צ הרב ראזעבוים שליט״א. דער רב איז אויך אן אייניקל פון סקולענער רבין רבי ישראל אברהם זצ״ל, און פון סטראזניצער רבין זצ״ל.

כ"ק אדמו"ר מקערעסטיר-סטעטן איילענד שליט"א עפענט דאס בית מדרש ווארשיינליך אויף די קומענדיגע ימים טובים. זמני תפילה און זמנים פון די טישן וועלן נאכפאלגן.

ריטשמאנדער איד
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 6:18 pm

היינט אווענט קומט פאר א כנס הסברה פאר בעלזער חסידים וועגן די מעלות פון סטעטן איילענד. עס ווערט ערווארטעט גאר א גרויסן ציבור נאך דעם וואס דער בעלזער רב שליט״א האט צוגעשריבן צום קול קורא פון די היזיגע בעלזער דיינים.

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2404
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 8:26 am

ריטשמאנדער איד האט געשריבן:היינט אווענט קומט פאר א כנס הסברה פאר בעלזער חסידים וועגן די מעלות פון סטעטן איילענד. עס ווערט ערווארטעט גאר א גרויסן ציבור נאך דעם וואס דער בעלזער רב שליט״א האט צוגעשריבן צום קול קורא פון די היזיגע בעלזער דיינים.


דער כינוס איז פארגעקומען אין ווייבער שוהל פון 45 שטיבל.

ריטשמאנדער איד
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 10:15 am

אוהב ספרים האט געשריבן:
ריטשמאנדער איד האט געשריבן:היינט אווענט קומט פאר א כנס הסברה פאר בעלזער חסידים וועגן די מעלות פון סטעטן איילענד. עס ווערט ערווארטעט גאר א גרויסן ציבור נאך דעם וואס דער בעלזער רב שליט״א האט צוגעשריבן צום קול קורא פון די היזיגע בעלזער דיינים.


דער כינוס איז פארגעקומען אין ווייבער שוהל פון 45 שטיבל.

וואס איז עפעס נתחדש געווארען ביים כינוס?

ריטשמאנדער איד
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 9:46 am

אין לעצטע וואכעדיגע סטעטן איילענד בולעטין איז געווען דריי ברוך הבאס פאר נייע תושבים. פיטום, ביטע לייגט ווידער ארויף די וועכענטליכער בולעטין לתועלת הענין.

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1500
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 11:55 am

ס׳שוין בערך 4-5 יאר פון ווען ס׳געווארן א שטארקע מאוומענט צו גיין צו סטעטן איילענד און ס׳האבן שוין זייט דעמאלטס אהין געמויפט בערך 500 נייע חסידישע היימישע משפחות. כ׳האב דריי חברים וואס האבן אהין געמויפט אין די לעצטע פאר יאר.


נישט אז איך האלט פון דעם פלאץ, ווי איך האב שוין דא געשריבען אפאר יאר צוריק. אז די ערשטע זאך דארף זיין ווער איז דיין ערליכע יוד/ערליכע רב וואס די גייסט דיך דארט ביי איהם דרייען. איך בין נישט זעכער וואס די ענטפער אויף דעם איז פאר די וואס מאפן קיין סטעטן איילענד. אויב האבן דארט קהלות אהין געשיקט ערליכע יודן צו זיין מנהגים און איינער גייט אהין על דעת זאת זאג איך גארנישט. און איך האף אז ווי אימער איינער מופט נאר רעדט ער זיך דורך מיט א ערליכע יוד פאר ער מופט. בכל אופן איך מיין נאר דא ארויס צו ברענגען ווי שטארק דא מאוומענט פון אוועק מויפן פון Brooklyn איז, און אז אנדערע נייערע געגענטער האבן א שטארקע potential.


פאר צו פארשטיין וואס די ערשטע יסוד מען דארף צו וויסן, ווען מען הייבט אן צו טראכטען פון ״ווי״ צו מאפן, דריקט דעם לינק און ליינט דעם קומענדיגען ארטיקעל
viewtopic.php?p=1235736#p1235736
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

ריטשמאנדער איד
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 1:14 pm

ווייזט אויס אז איהר זענט נאך קיינמאהל נישט געווען אין סטעטן איילענד אויף א שבת.
לידיעתך, סזענען פארהאנען 10, יא 10! חסידישע בתי מדרשים מיט רבנים ביי וועלכער מען קען זיך דרייען. למשל הרב מיללער, חדב״נ פון הרה״ג ר׳ חזקאל ראטה שליט״א איז א שיינער פוסק דא און האט א ריזיקער ביהמ״ד מיט בערך 40 מתפללים קבועים. סקווער האט א דיין דא מיט איבער 50 איידעללע משפחות, חסידי גער האבן צוויי שיינע שטיבלעך מיט גאר פיינע אינגעלייט; זיי האבן דא א קהילה פון 150 משפחות קע״ה. בעלז האט א חשובער פוסק אופן פלאץ מיט 25 משפחות. הרב פאללאק, סיי דער עלטערער און סיי דער אינגערער זענען גאר חשובע ת״ח ביי וועמען קען אסאך יונק זיין. דער קאפיטשניצער רב שליט״א איז גאר אן איידלער בנש״ק מיט א גרויסן מנין מדי שבת בשבתו. דער נייער סקולענער-קרערסטירער רבי שליט״א פון וועסטערלי איז גאר א גרויסער עובד ה׳ און אויפטוער. ליבי אומר לי אז זיין רביסטעווע וועט זיין סוקסעעספול, און טאקע מהאי טעמא ווייל דער עולם לעכצעט נאך אביסל ווארעמקייט.

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1700
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 1:48 pm

ריטשמאנדער איד האט געשריבן:דער נייער סקולענער-קרערסטירער רבי שליט״א פון וועסטערלי איז גאר א גרויסער עובד ה׳ און אויפטוער. ליבי אומר לי אז זיין רביסטעווע וועט זיין סוקסעעספול, און טאקע מהאי טעמא ווייל דער עולם לעכצעט נאך אביסל ווארעמקייט.

זייער א שיינער סך הכל פון די רוחניותדיגע מנהיגים אינעם נייעם ישוב!

ווער איז דער סקולענער-קערעסטירער רבי?
וואס איז זיין נאמען, און וועמענס זוהן/איידעם איז ער?

ריטשמאנדער איד
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 12:20 pm

בשבילי נברא האט געשריבן:
ריטשמאנדער איד האט געשריבן:דער נייער סקולענער-קרערסטירער רבי שליט״א פון וועסטערלי איז גאר א גרויסער עובד ה׳ און אויפטוער. ליבי אומר לי אז זיין רביסטעווע וועט זיין סוקסעעספול, און טאקע מהאי טעמא ווייל דער עולם לעכצעט נאך אביסל ווארעמקייט.

זייער א שיינער סך הכל פון די רוחניותדיגע מנהיגים אינעם נייעם ישוב!

ווער איז דער סקולענער-קערעסטירער רבי?
וואס איז זיין נאמען, און וועמענס זוהן/איידעם איז ער?

דער רבי, כ״ק הגה״צ אדמו״ר רבי שמואל דוד יהושע ראזענבוים שליט״א איז א זוהן פונעם סטראזשניצער רבין פון וויליאמסבורג כ״ק אדמור רבי מאיר יוסף שליט״א, א זוהן פונעם קליוולנדער רבין זצ״ל. . מצד אמו איז ער אן אייניקל פונעם אודוואערער רב און פון הגהק רבי ישעי׳לע מקרערסטיר זצוק״ל. ער איז אן איידעם פונעם איידעם פונעם סקולענער רבין זצוק״ל דער סטרעסליקער רבי שליט״א פון בארא פארק.

ריטשמאנדער איד
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » פרייטאג אוקטובער 04, 2019 12:38 pm

בעז"ה יו"ט ר"ה אין סטעטן איילענד איז געוועהן גאר דערהויבן. אלע חסידישע שטיבלעך זענען געווען געפאקט מיט מתפללים; אנשים, נשים, וטף. בעלי תפילות זענען געווען אין אלגעמיין די רבני העיר. אפאהר שטיבלעך האבן געהאט פראפעשינעל בעלי תפילה. אין ערבי נחל האט געדאווענט דער געהויבענער רב שליט"א, הרב א"ז מילער .מקילניץ/הרב באב"ד האט געהאט א חזן מיט א כאר אויף יו"ט. אין בעלז האט געדאוונט און גע'דרש'נט דער בארימטער פה מפיק מרגליות הרב הגאון רבי מרדכי שיף שליט"א. אין גראסווארדיין, דער חשובער רה"כ הגה"צ רבי חיים יודא פאללאק שליט"א. אין קאפיטשיניץ, דער רב, הגה"צ בנש"ק הרב פלינטענשטיין שליט"א. כ"ק אדמו"ר מקערעסטיר - סקולען שליט"א עפענט בית מדרשו בעז"ה אויף סוכות אי"ה. דיטעילס טו פאללאו..


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט