נייע חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

בלומינגרויווער
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 17, 2019 12:36 pm

תגובהדורך בלומינגרויווער » מיטוואך יוני 26, 2019 2:09 pm

Blooming האט געשריבן:דעם שבת קודש גייט געעפענט ווערן דעם צוועלפטען בית המדרש אונעם אידישען בלומינג גראוו,



Screenshot_20190626-140703.jpg



א שמחה און שטעטל ובפרט פאר די איינוואונער אויף דעוועלק און אומגעגענט

דאס גייט זיין די צוועלפטע בית המדרש וואס גייט וועלקאמען יעדע תושב נישט קיין חילוק וואס און ווען און ווער עס איז

Blooming
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 26, 2018 7:24 pm

תגובהדורך Blooming » מיטוואך יוני 26, 2019 2:12 pm

בלומינגרויווער האט געשריבן:
Blooming האט געשריבן:דעם שבת קודש גייט געעפענט ווערן דעם צוועלפטען בית המדרש אונעם אידישען בלומינג גראוו,



Screenshot_20190626-140703.jpg



א שמחה און שטעטל ובפרט פאר די איינוואונער אויף דעוועלק און אומגעגענט

דאס גייט זיין די צוועלפטע בית המדרש וואס גייט וועלקאמען יעדע תושב נישט קיין חילוק וואס און ווען און ווער עס איז



דאס איז דאך איינע פון די הויפט ספעשעלטיעס פון בלומינג גראוו

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » מיטוואך יוני 26, 2019 4:25 pm

בלומינגראוו שאטל קיין קרית יואל גייט נאך אן? וואס איז די נומבער?

Blooming
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 26, 2018 7:24 pm

תגובהדורך Blooming » מיטוואך יוני 26, 2019 10:35 pm

עפל קאמפאוט האט געשריבן:בלומינגראוו שאטל קיין קרית יואל גייט נאך אן? וואס איז די נומבער?



יא ברוך השם
845-242-0852

בלומינגרויווער
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 17, 2019 12:36 pm

נייער ביהמ״ד "נועם ישראל" ווערט געעפנט אין בלומינגראָוו אויף דעם שבת שלח

תגובהדורך בלומינגרויווער » דאנארשטאג יוני 27, 2019 4:38 pm

נייער ביהמ״ד "נועם ישראל" ווערט געעפנט
אין בלומינגראָוו אויף דעם שבת שלח
לשמו ולזכרו של הרה״ק מסקולען זי״ע — דורך הרה״ג רבי דוד פריעדמאן שליט״א נכד כ״ק
הגה״צ ראב״ד סאטמאר שליט״א, און חדב״ן פון כ״ק אדמו״ר מסקולען שליט״א

בלומינגראָ וו. — מיט געהויבענע געפילן ווערט
אויפגענומען די בשורה מרנינה, אז דעם היינטיגן
פרשת שלח וועט זיך עפענען דאָ ס נייע ביהמ״ד
"נועם ישראל" ד' סקולען, אין די געגנט פון די
״דועלק״ גאס )ביים ווינקל פון סען–ענטאָ ניע(.
טראָ צדעם וואס בלומינגראָ וו שפרודלט ב״ה
מיט איבער 10 אנגעפולטע בתי מדרשים איבער
די לענג און די ברייט פון שטאָ ט, האט אבער דער
סּפעציפישער ״דועלק״ געגנט געמאַ נגלט אין אַ
בית המדרש, נאָ כדעם וואָ ס די ארומיגע גאסן זענען
במשך די לעצטע חדשים פול געוואָ רן מיט א שיינע
צאל נייע תושבים.
כאָטש יעדע נייע ביהמ״ד אין בלומינגראָוו
ברענגט ארויס א שמחה אומעטום, זעענדיג ווי
דער געגנט בויעט זיך אומגלויבליך הערליך שיין
וואס איז אודאי אלעס נאר בכוחו ובזכותו של אותו
זקן מרן רביה״ק זי״ע מייסד הקרי׳. עס איז א נחת
מיטצוהאלטן ווי שיין די נייע שכונות שּפרייטן
זיך אלץ מער אויס ארום און ארום להחיות עם
רב כהיום הזה, פאָ רט שּפירט זיך א געשמאקע
אַ טמאָ ספערע נעמענדיג אין באַ טראַ כט אז דער
געגנט ווערט בארייכערט מיט אזא נאבעלע מקום
תורה ותפילה.
חיבה יתירה נודעת לה פאַר'ן נייעם ביהמ״ד, וואָ ס

איז נקראת לשמו ולזכרו פון כ"ק אדמו"ר הרה״ק
בעל נועם אליעזר מסקולען זי״ע, דער נעים זמירות
ישראל ומייסד שלשת בית סקולען. דאָ ס ביהמ"ד
ווערט געעפנט דורך נכדו הרה״ג רבי דוד פריעדמאן
שליט״א, בן הגה״צ רבי ברוך אברהם שליט״א דומ״ץ
קהל יטב לב ד'סאטמאר — העריסאן, בן כ״ק הגה״צ
ראב״ד סאטמאר שליט״א )לאוישט״א(, און חדב״ן פון
כ״ק אדמו״ר מסקולען שליט״א.
מטעם די עסקנים אין די געגנט ווערט
איבערגעגעבן, אז צוליב וואס עס ווערט שוין
פאָ רגעזען א גרעסערע צאל מתפללים ווי געראָ כטן,
וואס פארלאנגט וואס שנעלער ארויסצובויען דעם
עקזיסטירנדן היכל, איז אין ּפלאַ ן צו לאזן אין גאנג
א גרעסערן ״קרן הבנין״ ּפראָ יעקט, צו קענען
אהערשטעלן בע״ה א שיינעם ליכטיגן היכל בית
המדרש, א מקוה, עזרת נשים, און אַ לע צוגעהערן.
דאָ ס ביהמ״ד וועט אודאי אריינשיינען א ליכטיגן
אור אין די גאנצע שכונה, און אנפילן דעם חלל
וואס האט געמאנגלט אין דעם געגנט, און וועט
זיכער דינען אלס א צוציאונג ארט פאַ ר'ן היימישן
ציבור אין בלומינגראָ וו וועלכע וועט זיך זעטיגן
דעם דורשט מיט די ווארימע תפילות און באקאנטע
ניגונים לבית סקולען בכל עת ועידן, להגדיל תורה
ולהאדירה.


וואכענשריפט---

סארוואש
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 05, 2018 10:37 am

תגובהדורך סארוואש » פרייטאג יוני 28, 2019 12:30 pm

שיינע מעמד דעם שב"ק אין ביהמ"ד מאורות נתן ראדאוויץ פאר די בחורים תושבי בלומינג גראוו
צוגעלייגטע
0628190636a.jpg
0628190636a.jpg (289.2 KiB) געזעהן 4312 מאל

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מאנטאג יולי 01, 2019 9:53 am

וויאזוי איז אריבער די ערשטע וואך בחצר סקולען-בלומינג גראוו ?

אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלף
תגובות: 1331
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 16, 2014 11:51 pm

תגובהדורך עירמאנט'ער » דינסטאג יולי 02, 2019 6:51 am

סארוואש האט געשריבן:שיינע מעמד דעם שב"ק אין ביהמ"ד מאורות נתן ראדאוויץ פאר די בחורים תושבי בלומינג גראוו


זייער א חשובע זאך.

אבער....

א גורל בעצם יום השבת? דאכצעחמיר אז עס איז נישט אויסגעהאלטען.
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלף
תגובות: 1283
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » דינסטאג יולי 02, 2019 11:17 am

עירמאנט'ער האט געשריבן:
סארוואש האט געשריבן:שיינע מעמד דעם שב"ק אין ביהמ"ד מאורות נתן ראדאוויץ פאר די בחורים תושבי בלומינג גראוו


זייער א חשובע זאך.

אבער....

א גורל בעצם יום השבת? דאכצעחמיר אז עס איז נישט אויסגעהאלטען.


מיינעך אז יעדע חברת תהלים שב"ק מאכט גורלות אין גרויסן.
די פראבלעם איז צו געבן די מתנות דאכט זיך.

עסן פאר אידן
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 1:18 pm

תגובהדורך עסן פאר אידן » דינסטאג יולי 02, 2019 11:52 am

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
עירמאנט'ער האט געשריבן:
סארוואש האט געשריבן:שיינע מעמד דעם שב"ק אין ביהמ"ד מאורות נתן ראדאוויץ פאר די בחורים תושבי בלומינג גראוו


זייער א חשובע זאך.

אבער....

א גורל בעצם יום השבת? דאכצעחמיר אז עס איז נישט אויסגעהאלטען.


מיינעך אז יעדע חברת תהלים שב"ק מאכט גורלות אין גרויסן.
די פראבלעם איז צו געבן די מתנות דאכט זיך.


ביינונז אין ביהמ"ד חברת תהלים געט מען די מתנה נאך שבת
און גורלות מאכט מען אויף א געוויסע אופן אז ס'שוין מבורר פאר שבת ווער דער זוכה איז

בלומינגרויווער
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 17, 2019 12:36 pm

תגובהדורך בלומינגרויווער » דינסטאג יולי 02, 2019 7:54 pm

מודעה

לכבוד תושבי בלומינגראוו


היות צו אונזער באדויער שלעפט זיך די באסעס פון קוואליטי, וואס מ׳דארף נישט מסביר זיין די שוועריקייט דערפון

דעריבער טוט זיך פארמירן א פרישע באס קאמפעני פאר קינדער אין די בלומינגראוו געגענט, מיר זענען אין קאנטאקט מיט ראוללינג ווי. פון אפסטעיט, און ווי אויך מיט מוסדות פון ברוקלין זאלן אונז אויסבארגן די באסעס אויף די זוממער, נאך זומער האפן מיר זיך צו קענען דורכקומען אויף קומענדיגע לערן יאר מיט די לאקעלע סקול דיסטריקט, מיר האפן אז ביז דעמאלץ זאל שוין זיין פולקאם צוריקגעשטעלט די קוואליטי באס סערוויס לשביעת רצון הציבור תושבי השכונה.


ווי פארשטענדליך איז אוממעגליך צוצושטעלן די סערוויס בלויז אין בלומינגראוו, וואס איז מעגליך צו סערווירן דעם ציבור און נאכאלץ ארויסגיין מיט פראפיט, אנדערש ווי די אנדערע געגענטער וואס מ׳דארף פארן א לענגערע שטרעקע צו ווייניגער קינדער.


מיר האלטן שוין אט אט ביים שליסן קאנטראקט, מיר וועלן מעלדן גאר אין נאענטן פארן ציבור די אפדעיטס

בשם ה׳ נעשה ונצליח


ועד העסקנים תושבי בלומינגראוו

בלומינגרויווער
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 17, 2019 12:36 pm

תגובהדורך בלומינגרויווער » דינסטאג יולי 02, 2019 7:55 pm

איינער מיט מיר אינפערמאציע??

אוועטאר
נו שוין
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » דינסטאג יולי 02, 2019 8:28 pm

אפשר שוין צייט פאר בלומינגראווע מוסדות, וועט לינדערען די פראבלעם פון טייערע באס ראוטס.

סארוואש
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 05, 2018 10:37 am

תגובהדורך סארוואש » מיטוואך יולי 03, 2019 6:13 pm

מארגן אינדערפרי וועט אי"ה זיין טראנספארטעישן פאר די קינדער פאר $100 א חודש פער קינד

קנעטענע קיגעל
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 07, 2013 1:22 pm
לאקאציע: אין טשולענט

תגובהדורך קנעטענע קיגעל » מיטוואך יולי 03, 2019 7:07 pm

סארוואש האט געשריבן:מארגן אינדערפרי וועט אי"ה זיין טראנספארטעישן פאר די קינדער פאר $100 א חודש פער קינד

$50 a month

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מיטוואך יולי 03, 2019 8:07 pm

סארוואש האט געשריבן:מארגן אינדערפרי וועט אי"ה זיין טראנספארטעישן פאר די קינדער פאר $100 א חודש פער קינד

הייסטעס א שטוב מיט 8 קינדער וואס ניצן טראנספארטאציע קאסט זימער "1600" נישט נארמאל
האט עס אויך מיט די פרייוועט שווארצע קא. וואס טוט אויף די אייגענע האנט טעראר קעגן תינוקות של בית רבן ?

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14410
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מיטוואך יולי 03, 2019 8:12 pm

רצון טוב האט געשריבן:
סארוואש האט געשריבן:מארגן אינדערפרי וועט אי"ה זיין טראנספארטעישן פאר די קינדער פאר $100 א חודש פער קינד

הייסטעס א שטוב מיט 8 קינדער וואס ניצן טראנספארטאציע קאסט זימער "1600" נישט נארמאל
האט עס אויך מיט די פרייוועט שווארצע קא. וואס טוט אויף די אייגענע האנט טעראר קעגן תינוקות של בית רבן ?

און טאמער צווישן די 8 קינדער איז דא 5 צו 6 מיידלעך אדער מער און מ'צאלט קרוב צו 1500 דעי קעמפ געלט - אויסער שכר לימוד - דאס איז יא נארמאל?
און טאמער איז דאס נישט גענוג, קומט אט אט רעגעסטראציע געלט מיט בדק הבית אדער קרן הבנין, און פון דארט גלייך צו חודש תשרי (און נישט לאנג נאך יו"ט הייבן זיך שוין אן די טעלעפאן רופן אנצוגרייטן דעם עולם צום דינער).

אדיר איום
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 16, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אדיר איום » מיטוואך יולי 03, 2019 8:15 pm

$100 א חודש קומט אויס בערך $2.00 איין וועג

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מיטוואך יולי 03, 2019 8:22 pm

אדיר איום האט געשריבן:$100 א חודש קומט אויס בערך $2.00 איין וועג

50 סענט א פערטל וועג.

איגערקע
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 29, 2015 12:56 am

תגובהדורך איגערקע » מיטוואך יולי 03, 2019 8:32 pm

D66C0DFB-685C-465E-8B7A-F3FD3E52AD38.jpeg
D66C0DFB-685C-465E-8B7A-F3FD3E52AD38.jpeg (100.77 KiB) געזעהן 2859 מאל
6777A2BE-B5B0-4184-B516-FE28D2AFA0FA.jpeg
6777A2BE-B5B0-4184-B516-FE28D2AFA0FA.jpeg (76.2 KiB) געזעהן 2859 מאל

Kollel
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

תגובהדורך Kollel » דאנארשטאג יולי 04, 2019 10:33 am

בלומינגרויווער האט געשריבן:איינער מיט מיר אינפערמאציע??


@KollelNiyes: "Quality Bus" restarted giving buses for new #KY areas as before, parents speculate it was just a SCAM by the company trying to make more $.

@KollelNiyes: Company yesterday said that only if parents pay $200 per child each months they'll start, but when nobody agreed SUDDENLY is everything back
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

Kollel
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

תגובהדורך Kollel » דאנארשטאג יולי 04, 2019 10:36 am

קנעטענע קיגעל האט געשריבן:
סארוואש האט געשריבן:מארגן אינדערפרי וועט אי"ה זיין טראנספארטעישן פאר די קינדער פאר $100 א חודש פער קינד

$50 a month


So subtotal how much are they charging per kid?
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

אוועטאר
הערשקא
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 14, 2016 1:47 pm

תגובהדורך הערשקא » דאנארשטאג יולי 04, 2019 11:40 pm

א שווערע עקסידענט האט פאסירט,
א מאמע מיט א קינד זענען ליידער שווער אראפ געקלאפט געווארן,
די מאמע אין מער א קריטישע צישטאנט,

די עולם ווערט געבעטען מתפלל צי זיין פאר
יוטא בת פיגא
רחל בת יוטא

כשרע טעלעפאן
שר חמש מאות
תגובות: 542
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 1:35 pm

תגובהדורך כשרע טעלעפאן » דאנארשטאג יולי 04, 2019 11:57 pm

Kollel האט געשריבן:
בלומינגרויווער האט געשריבן:איינער מיט מיר אינפערמאציע??


@KollelNiyes: "Quality Bus" restarted giving buses for new #KY areas as before, parents speculate it was just a SCAM by the company trying to make more $.

@KollelNiyes: Company yesterday said that only if parents pay $200 per child each months they'll start, but when nobody agreed SUDDENLY is everything back

אזוינע שטותים.... זיי האבן געהאט שווערע פראבלעמען מיט אינספעקשנס, כידוע ליודעים
דער צמח צדק האט אמאל געזאגט: טראכט גוט, וועט זיין גוט.

שםטוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 14, 2015 1:23 pm

תגובהדורך שםטוב » פרייטאג יולי 05, 2019 1:44 pm

Kollel האט געשריבן:
בלומינגרויווער האט געשריבן:איינער מיט מיר אינפערמאציע??


@KollelNiyes: "Quality Bus" restarted giving buses for new #KY areas as before, parents speculate it was just a SCAM by the company trying to make more $.

@KollelNiyes: Company yesterday said that only if parents pay $200 per child each months they'll start, but when nobody agreed SUDDENLY is everything back

נישט נאכברענגן פין אזא אומקראנטע קוואל (איידעל גערעדט)


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט