נייע חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
גראבער
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 30, 2012 12:54 am

תגובהדורך גראבער » זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 4:03 pm

זמנים ליו״כ בבית מדרש דבלומינג גראוו. 37 DALLAS
צוגעלייגטע
4C880172-59F0-40E5-A7A8-7EBDA9B2AC9C.jpeg
4C880172-59F0-40E5-A7A8-7EBDA9B2AC9C.jpeg (47.9 KiB) געזעהן 3805 מאל
טענק יו. ביי. אגיטען! זיימער געזונט!

אוועטאר
zibala
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 15, 2010 5:19 pm

תגובהדורך zibala » זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 4:11 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
zurech האט געשריבן:נישט צום גלייבן וואס גייט פאר אין בלומינגראוו ס׳אנטוויקלט זיך עפעס וואס קיינער האט זיך נישט געקענט פאראויסזעהן, -- דער ביהמ״ד צאנז זמיגראד איז א חידוש עצום, א שיינע מקוה, א גרויסע פארקינג לאט, דין גרמא אז ס׳איז אויסגעשטיגן א צענטער פאר די געגענט, מיט פילע מנינים - א זונטאג פארמיטאג איז דא דארט א זעקס מנינים שחרית בליעה״ר

חוץ וואס ס׳איז א חסידות, און יעדן טאג וואס די רבי איז דא, שטייען אין די רייעס אידן וואס קומען זיך קוויטלן ביים רבי׳ן. געהערט אז די רבי שליט״א האט מורא׳דיג הנאה פון די געגענט, אזוינע חשובע איידעלע אינגעלייט, וואס האבן הנאה פון די ווארימע טונקעלע שלש סעודות וכ׳ו. און וויל מיט די צייט זיך בקביעות אריבערציען אויף בלומינגראוו אגאנץ יאר

אין בארא פארק זענען די לעקטערס אפן ביי של''ס ביים רבי'ן.

דאהי האט דער רבי זז"ג גאר אנאדערע סארט ציבור ווי אין בפ
שבעה מי יודע!?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25688
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 4:15 pm

גראבער האט געשריבן:זמנים ליו״כ בבית מדרש דבלומינג גראוו. 37 DALLAS

שיין צו זעהן אז בלומינג גראוו האט שוין אן אפיציעלער רב און א ביהמ"ד הגדול 'די גרעיט סינעגאג' בלע"ז.

ווער איז דער בלומינגראווער מגי"ש וואס דאוונט פאר מוסף און נעילה?

אוועטאר
גראבער
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 30, 2012 12:54 am

תגובהדורך גראבער » זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 4:21 pm

ר׳ יואל וואגשאל
טענק יו. ביי. אגיטען! זיימער געזונט!

אוועטאר
קאץ און מויז
שר האלף
תגובות: 1124
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

תגובהדורך קאץ און מויז » זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 4:27 pm

גראבער האט געשריבן:זמנים ליו״כ בבית מדרש דבלומינג גראוו. 37 DALLAS

ווער האט געקרוינט ר'מאיר בערקאוויטש פאר אב"ד בלומינג גראוו?

אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 11:15 am

תגובהדורך ס'רעגענט ס'גיסט » זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 4:48 pm

קאץ און מויז האט געשריבן:
גראבער האט געשריבן:זמנים ליו״כ בבית מדרש דבלומינג גראוו. 37 DALLAS

ווער האט געקרוינט ר'מאיר בערקאוויטש פאר אב"ד בלומינג גראוו?

די ז' טובי העיר.. אגב ס'נאך דא עוועליבעל אב''ד סאוט בלומינג גראוו אדער אב''ד בלומינג גראוו 45..

dinrap
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 9:36 am

תגובהדורך dinrap » זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 6:15 pm

ס'רעגענט ס'גיסט האט געשריבן:
קאץ און מויז האט געשריבן:
גראבער האט געשריבן:זמנים ליו״כ בבית מדרש דבלומינג גראוו. 37 DALLAS

ווער האט געקרוינט ר'מאיר בערקאוויטש פאר אב"ד בלומינג גראוו?

די ז' טובי העיר.. אגב ס'נאך דא עוועליבעל אב''ד סאוט בלומינג גראוו אדער אב''ד בלומינג גראוו 45..


45
;l;p- ;l;p-

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1128
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 6:40 pm

גראבער האט געשריבן:זמנים ליו״כ בבית מדרש דבלומינג גראוו. 37 DALLAS

יאפס, אב''ד בלומינגראוו איז שוין פארנומען, קענסט טרייען א צווייטע נאמען.
געווענליך די ווילדע און אגרעסיווע נאטורן, טוען אויף אסאך אויף דער וועלט. אבער דו ווילדער, ערווארט נישט אז מען וועט דיר ליב האבן און פארצוקערן, אויב ביסטו ווילד וועט מען דיר אויסטרונקען דאס בלוט, נישט קיין חילוק וויפיל דו טוסט אויף.

אידיש.טייפינג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 423
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2012 12:29 pm

תגובהדורך אידיש.טייפינג » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 12:04 am

זיי נישט קיין נאר.
ווילאנג עס וועט נישט זיין עפעס א מחלוקה'לע, וועט עס נישט זיין קיין שטאט...

קרייסלער
שר האלף
תגובות: 1066
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 12:35 am

וואס איז די אדדרעס פון זמיגראד?

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2305
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 12:46 am

קרייסלער האט געשריבן:וואס איז די אדדרעס פון זמיגראד?

viewtopic.php?p=1760747#p1760747
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
MUTCHE
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 09, 2007 1:09 pm
לאקאציע: דא

תגובהדורך MUTCHE » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 6:24 am

שיין צו זעהן וויאזוי אידישקייט גייט סאוט...

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 1:32 pm

שטייענדיג ערב זמן שמחתינו חג הסוכות סמוך לכניסת היום קומט אן די פריידיגע אפדעיט, אז א מיאריטעיט פון די ביילייפיג 880 פרייוואטע הייזער אין בלומינג גראוו ווילידזש געפינען זיך שוין אצינד אין היימישע הענט, אדער זענען אין קאנטראקט צו קלויזן בקרוב.

ורוח הקודש אומרת כן יפרוץ.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

Blooming
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 26, 2018 7:24 pm

תגובהדורך Blooming » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 4:07 am

IMG-20180925-WA0004.jpg
IMG-20180925-WA0004.jpg (167.1 KiB) געזעהן 2762 מאל
IMG-20180925-WA0006.jpg
IMG-20180925-WA0006.jpg (198.26 KiB) געזעהן 2762 מאל
IMG-20180925-WA0005.jpg
IMG-20180925-WA0005.jpg (216.63 KiB) געזעהן 2762 מאל
IMG-20180925-WA0004.jpg
IMG-20180925-WA0004.jpg (167.1 KiB) געזעהן 2762 מאל
IMG-20180925-WA0005.jpg
IMG-20180925-WA0005.jpg (216.63 KiB) געזעהן 2762 מאל

Blooming
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 26, 2018 7:24 pm

תגובהדורך Blooming » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 4:08 am

IMG-20180925-WA0003.jpg
IMG-20180925-WA0003.jpg (207.36 KiB) געזעהן 2760 מאל

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9971
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2018 1:49 am

קאץ און מויז האט געשריבן:א אינגערמאן האט מיר פארציילט אז ער איז געווען א' סליחות ביים זמיגראדער רבי נאך סליחות איז ער אריין מיט א קוויטל, האט די רבי אים געפרעגט איינע פון די זאכן צו ער האט שוין געקויפט א דירה/הויז, און די רבי האט אים געזאגט אז בלומינג גראוו איז די בעסטע געגענט היינט צו טאג פאר א חסידישע און בפרט א סאטמארע אינגערמאן

חן המקום על יושביו.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!
Let us remember that President Trump has spend more taxpayer money at his own resorts than President Obama took in salary in 8 years.

אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 11:15 am

תגובהדורך ס'רעגענט ס'גיסט » דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2018 6:12 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:שטייענדיג ערב זמן שמחתינו חג הסוכות סמוך לכניסת היום קומט אן די פריידיגע אפדעיט, אז א מיאריטעיט פון די ביילייפיג 880 פרייוואטע הייזער אין בלומינג גראוו ווילידזש געפינען זיך שוין אצינד אין היימישע הענט, אדער זענען אין קאנטראקט צו קלויזן בקרוב.

ורוח הקודש אומרת כן יפרוץ.

אפשר טיילט איהר אונז מיט אביסל מער פרטים, וועלכע הייזער איז די מדובר? ווער זענען די היימישע הענט?

אידיש.טייפינג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 423
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2012 12:29 pm

תגובהדורך אידיש.טייפינג » דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2018 8:53 pm

ער רעדט פון די טאטעל הייזער וואס געפינט זיך אין בלומינגראוו ווילידזש

עס איז אבער בעסער נישט צו רעדן דערפון, ווייל עס זענען ליידער דא גענוג פרעמדע אויגן וואס זוכן סחורה.
שטילע וואסערן גראבן טיפער...

איגערקע
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 29, 2015 12:56 am

תגובהדורך איגערקע » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2018 3:11 am

כ'בין אריין געפאלן דעם חול המועד אין זימיגראד שול.
כ'קאן אייך זאגן טייערע אידן, ס'איז א נחת צו זעהן, ס'איז פשוט א נחת.

איך בין געשטאנען (בערך פינף יאר פארביי) צענדליגע מאל אין די קאווע שטיבער אין וומ"ס, און דיסקוסירט די טעמע. זענען דארט געווען קלוגע אינגעלייט און מסביר געווען בטוב טעם ודעת. . . . אז ס'איז נישט מעגליך אז די אלע נייע געגענטער זאלן זיך אויסארבעטן. מ'האט שוין אזוי סאך פארבירט ס'איז נישט געלונגען,

אן א שיעור מאל דענק איך ווי מ'איז געזיצן, און גערעדט און געקומען צו די החלטה. מ'וועט אויף עפעס אן אופן עס מאכן ארבעטן דא אין ווילמפעסט. מ'וועט בשו"א נישט צו לאזן אז אזא הייליגע שטאט. וואס ס'איז אלעס ביי די האנט, גראסערי'ס ביז 15 מינוט צום זמן. א וואונדערבארע שאפינג מאול אויף וואלעבאוט, מנינים מעריב אפילו צווייע ביי די נאכט. אלעס ווען מען ברויך ווי מען ברויך, טרעפיק און פארקינג טיקעטס לרחצה א ריכטיגע אידישע שטאט מיט אלע פישעפקעס.

אהא, זענט איר פאר'נער'ט מיר וועלן גיין אין א דארף, 10 אויף דערנאכט איז דארט טויט, נישט דא געהעריג צו -געשטעלט, ס'איז שטיל. נישט דא קיין טרעין, נישט דא ווי א אינגערמאן קען עסן טשאלענט אדער פארברענגען ליל שישי כנוהוג בכל תפצות ישראל. נע מיר וועלן נישט לאזן פארפירן, אונז ריר מיר זיך נישט אוועק פון דעם עיר ואם בישראל "ווילאמסבורג"

איז אבער געווען א קליין הייפעלע אידעלעך, וואס האבן געשריגן, ניין. נישט דאס איז דעם רצון השם יתברך. מיר הייבן זיך אויף און גייען ווי ס'זאל נאר זיין, א דארף, א שטעטל נישט משנה. א נייע ישוב אן שול אן קיין מקוה אן קיין געשעפטן. מיר טאנצען אריין, דאס איבריגע וועט דער וואס פירט די וועלט טאן.

איינע פון די פלעצער איז געווען בלומינגראוו, ווי פאר בלויז דריי יאר צוריק איז נישט געווען קיין מנין. און כהיום איז דא אזא בית מדרש ווי צאנז-זימיגראד, ווי ס'ווירבעלט מיננים. אידן לערנען. אלעס ווי א רעכטע חסידישע שול. און דאס איז נאר איינס פון אכט שולן. אפאר דרייסטע אידן זענען אריין געשפרינגען (א גרויס חלק וומ"סבורגע אידן ) און דער אייבישטער האט געהאלפן אז ס'וואקסט און בליעט קיין עין הרע, כן ירבה וכן יפרוץ בעזרת השם.

קרעדיט קומט זיך פאר די נחשונים וואס האבן אפגעפיצט פון וומ"ס פיר פינעף יאר צוריק. זיי האבן געוויזען דעם וועג. ס'איז נאך דא גאר א לאנגע וועג צו גיין, אסאך אינגעלייט בלוטיגען נאך נעבעך נעבעך צו באצאלן די געשוואלנע רויבערישע פרייזן. זאלן דער אייבישטער זיי אויפרעכטן.

אבער מ'האט ב"ה געמאכט א קרעיק אינעם סיטעים. די מוסדות לייגן שוין נישט צו קיין קלאסן אין יש אומרים אז ס'ווערט ווייניגער. די זעלעבע צייט טוהן די מוסדות אין אפסטעיט זיך אויסשפרייטן אויף א גרויסע פארנעם.

האסט מיר אלע א גוט און א זיס יאר

Blooming
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 26, 2018 7:24 pm

תגובהדורך Blooming » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 11:58 am

IMG-20181003-WA0093.jpg
IMG-20181003-WA0093.jpg (149.25 KiB) געזעהן 1898 מאל


NEW BUS FOR BLOOMING GROVE SHUTTLE WILL START TO USE THIS WEEK

סתם
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 5:10 pm

תגובהדורך סתם » זונטאג אוקטובער 07, 2018 12:59 pm

איז דא א מנין מנחה אין בלומינגראוו אינמיטן טאג?

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2250
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 3:16 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:שטייענדיג ערב זמן שמחתינו חג הסוכות סמוך לכניסת היום קומט אן די פריידיגע אפדעיט, אז א מיאריטעיט פון די ביילייפיג 880 פרייוואטע הייזער אין בלומינג גראוו ווילידזש געפינען זיך שוין אצינד אין היימישע הענט

וויפיל מער פון 440 זענען שוין ביי אידן?

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 3:20 pm

רצון טוב האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:שטייענדיג ערב זמן שמחתינו חג הסוכות סמוך לכניסת היום קומט אן די פריידיגע אפדעיט, אז א מיאריטעיט פון די ביילייפיג 880 פרייוואטע הייזער אין בלומינג גראוו ווילידזש געפינען זיך שוין אצינד אין היימישע הענט

וויפיל מער פון 440 זענען שוין ביי אידן?

עס האלט ביי מינימום 450.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2250
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 3:24 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:שטייענדיג ערב זמן שמחתינו חג הסוכות סמוך לכניסת היום קומט אן די פריידיגע אפדעיט, אז א מיאריטעיט פון די ביילייפיג 880 פרייוואטע הייזער אין בלומינג גראוו ווילידזש געפינען זיך שוין אצינד אין היימישע הענט

וויפיל מער פון 440 זענען שוין ביי אידן?

עס האלט ביי מינימום 450.

wow מאכט סענס.
מען הערט טאקע אז נאנט צו "10" בתי מדרשים זענען אפען געווען ר"ה
איז די צווייטע טעג סוכות אויך געווען אזא פארנעם?, אדער דר'עולם לויפט נאך צוריק צום שטאט אויף די צווייטע טעג.

אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1153
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובהדורך משה11 » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 4:07 pm

יעצט געהערט אז בערך 1100 קינדער פארן אריין אין קרית יואל טעגליך צו מוסדות התורה אין שטאט פון די ארומיגע גלילות
כן ירבו
דא קענט איר טרעדן סטאקס אן קיין עקסטערע אפצאהלבאקומט א פרי סטאק בלויז פאר'ן אויפסיינען


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט