די חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי, ניו זשערסי

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
זאכליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6992
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מיטוואך אוקטובער 11, 2017 11:21 am

זאבי ריינער האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:האבן זיי למעשה באקומען 'קוויטלעך' פון די פאליציי?

יא

אם כן מה הועילו חכמים בתקנתם?
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק

זאבי ריינער
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:04 am

תגובהדורך זאבי ריינער » מיטוואך אוקטובער 11, 2017 2:25 pm

זיי האבן געטרייט. קען זיין פאר געוויסע האט עס געהאלפן, אבער איינער האט מיר געזאגט אז ער האט באקומען א טיקעט.

בנציון יאזעפאוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 24, 2014 9:46 am

תגובהדורך בנציון יאזעפאוויטש » זונטאג אוקטובער 15, 2017 12:04 am

I hear good news that Jersey city hired a Top Talented principle for the girls. (Owner of the Top Talent courses for girls, and the arranger of the major plays and festivals for the UTA school in willi). Looks like Rabbi Fireverker is fully engaged to help.

Yes, of course it takes time, there are 0 investors.

But the product is super (location location location , private homes, and the price) and it moves on slow and deep.

העניך
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 27, 2017 1:02 pm

תגובהדורך העניך » זונטאג אוקטובער 15, 2017 1:23 pm

מארגן עפענט זיך די תלמוד תורה ביז כתה ז' אי"ה
קעניינע הרע

ExBrooklyn
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 22, 2016 3:58 pm

תגובהדורך ExBrooklyn » זונטאג אוקטובער 15, 2017 1:45 pm

ארכיטעקט האט געשריבן:לעכטיגע אידישע קינדערליך בליע"ה



מערקט די ניו יארקע פלעיטס!!!
מן הסתם א באזוכער הא?

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1034
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » זונטאג אוקטובער 15, 2017 1:53 pm

בנציון יאזעפאוויטש האט געשריבן:I hear good news that Jersey city hired a Top Talented principle for the girls. (Owner of the Top Talent courses for girls, and the arranger of the major plays and festivals for the UTA school in willi). Looks like Rabbi Fireverker is fully engaged to help.

Yes, of course it takes time, there are 0 investors.

But the product is super (location location location , private homes, and the price) and it moves on slow and deep.

שויון געמאלדן געווארן די נייעס מיט א חודש צוריק דאהי אין דעם אשכול

העניך
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 27, 2017 1:02 pm

תגובהדורך העניך » זונטאג אוקטובער 15, 2017 1:55 pm

איך מיין אז עס פיט נאר אריין אין אזא גרויסע קאר מערסטענס פיר קינדער ניין?

בוידעם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4599
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » זונטאג אוקטובער 15, 2017 2:01 pm

ExBrooklyn האט געשריבן:
ארכיטעקט האט געשריבן:לעכטיגע אידישע קינדערליך בליע"ה



מערקט די ניו יארקע פלעיטס!!!
מן הסתם א באזוכער הא?


קען זיין, אדער א איינוואוינער וואס קומט ארגינעל פון ברוקלין.
דע שיכולים לצעוק בקול דממה דקה

eller
שר שלשת אלפים
תגובות: 3570
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » זונטאג אוקטובער 15, 2017 6:12 pm

זאכליך האט געשריבן:
זאבי ריינער האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:האבן זיי למעשה באקומען 'קוויטלעך' פון די פאליציי?

יא

אם כן מה הועילו חכמים בתקנתם?

גייט מען עס פייטען ? אויב יא גייט עס זיין א גיטע לעקציע וויאזוי די שטאט גייט זיך אום מיט די נייע אידישע איינוואונער. און בכלל פארוואס האבן זיי באקומען טיקעט'ס ? (אלטערנעסייט פארקינג?)
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

העניך
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 27, 2017 1:02 pm

תגובהדורך העניך » דינסטאג אוקטובער 17, 2017 12:47 pm

נא עפס נייעס
נייע תושבים?
מוסדות?
בילדער פון סוכות?
קומטס אריין קלאר?

פראהביטש
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

תגובהדורך פראהביטש » דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 6:22 pm

.
צוגעלייגטע
20171019_184154.jpg
20171019_184154.jpg (482.69 KiB) געזעהן 1482 מאל

ליבלעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

תגובהדורך ליבלעך » דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 10:26 pm

איך האב מורא די ישוב איז א פארגאנגענהייט

דברים אלו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 436
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 11:01 pm

ליבלעך האט געשריבן:איך האב מורא די ישוב איז א פארגאנגענהייט

לאלתר לחיים
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 11:06 pm

ליבלעך האט געשריבן:איך האב מורא די ישוב איז א פארגאנגענהייט

ביטע זיי זיך מסביר

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 11:41 pm

עס איז בכלל דא א ישוב?
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

ליבלעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

תגובהדורך ליבלעך » פרייטאג אוקטובער 20, 2017 12:53 am

לאלתר לחיים האט געשריבן:
ליבלעך האט געשריבן:איך האב מורא די ישוב איז א פארגאנגענהייט

ביטע זיי זיך מסביר

איך טראכט אז ווייל זשערזי סיטי באלאנגט מער ווייניגער צו איין חסידות און גלייך נעבן דעם בויט זיך א נייע ישוב וואס וועט זיין נוטראל און איך הער שוין נישט לעצטנס אז ס'ציען זיך אריין נייע תושבים און איך האב געהערט אז ס'איז דא תושבים וואס גייען זיך אוועק ציען פון דארט און גיין קיין לינדן, דאס אלעס צוזאמען מאכט מיך טראכטן אז ס'איז אווער.

אוועטאר
טשעירמאן
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע: אויפן באלעמער

תגובהדורך טשעירמאן » פרייטאג אוקטובער 20, 2017 8:22 am

ליבלעך האט געשריבן:
לאלתר לחיים האט געשריבן:
ליבלעך האט געשריבן:איך האב מורא די ישוב איז א פארגאנגענהייט

ביטע זיי זיך מסביר

איך טראכט אז ווייל זשערזי סיטי באלאנגט מער ווייניגער צו איין חסידות און גלייך נעבן דעם בויט זיך א נייע ישוב וואס וועט זיין נוטראל און איך הער שוין נישט לעצטנס אז ס'ציען זיך אריין נייע תושבים און איך האב געהערט אז ס'איז דא תושבים וואס גייען זיך אוועק ציען פון דארט און גיין קיין לינדן, דאס אלעס צוזאמען מאכט מיך טראכטן אז ס'איז אווער.

אזוי גאר? אווער? קוק אן ווי א קרעציגע שטאט בגשמיות ב''פ און וומס''ב איז פאר די לעצטע צוואנציג יאר אין מיטדעם אלעם זענען זיי נאכנישט אווער! מיט די אלע נייע -נייטראלע ישובים וואס האבען זיך געפענט!

לאלתר לחיים
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » פרייטאג אוקטובער 20, 2017 9:52 am

ליבלעך האט געשריבן:
לאלתר לחיים האט געשריבן:
ליבלעך האט געשריבן:איך האב מורא די ישוב איז א פארגאנגענהייט

ביטע זיי זיך מסביר

איך טראכט אז ווייל זשערזי סיטי באלאנגט מער ווייניגער צו איין חסידות און גלייך נעבן דעם בויט זיך א נייע ישוב וואס וועט זיין נוטראל און איך הער שוין נישט לעצטנס אז ס'ציען זיך אריין נייע תושבים און איך האב געהערט אז ס'איז דא תושבים וואס גייען זיך אוועק ציען פון דארט און גיין קיין לינדן, דאס אלעס צוזאמען מאכט מיך טראכטן אז ס'איז אווער.

די פאקט איז אבער, כן ירבה וכן יפרוץ.
האב איך נעכטן פארברענגט אפאר שעה דארט, וואס זאל איך אייך זאגן, כ'וואלט קיינמאל נישט געגלייבט אז א ביהמ''ד אנגעפירט דורך סאטמאר אנ"ש זאל יעדער פילן באקוועם ווי זיין אייגן'ס, בעלזע קלויזנבורג באבאוו ליטווישע און ווער נישט, יעדער איד וואס איז אין געגנט מאכט דארט א סטאפ פארברענגט דארט א שיינע פאר מינוט.
און פון די צווייטע זייט זעהט מען פילע אינגעלייט וואס פלאנען זיך אהין צוציען דרייען זיך דארט,
טייל זיכן א דירה
טייל זענען אין קאנטראקט
טייל האבן שוין געקלאזט
טייל הייבן אן קאנסטראקשן
טייל ענדיגן שוין
טייל גייען שוין מופן
טייל האבן שוין געמופט,
טייל קומען שפעקולירן צו די ישוב איז פאר זיי
טייל דעסיידן אז יא.
אנ''ש ד'זשערסי סיטי האבן א ליסט פון איבער דריי הונדערט געקויפטע הייזער פון אידן וואס פלאנען זיך אהין צוציען, און די ליסט וואקסט נאר אין דאס איז נאר פון וואס זיי ווייסן און נישט אריין אריינגערעכנט רענטלס וואס רוב הייזער האבן א רענטל.

בוידעם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4599
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » פרייטאג אוקטובער 20, 2017 10:11 am

בכלל איז מאדנע וויאזוי א ישוב וואו עס וואוינען שוין פאקטיש דארט 65 משפחות, עס האט שוין מוסדות, בית המדרש און מקוה, גראסערי און א דריי גוד סטאר, זאל זיין ׳אווער׳ וועגן עפעס א פלאן וואס האלט נאך פאר די ערשטע שטאפלען.

איך ווייס פון אפאר משפחות וואס פלאנען זיך צו אריינציען קיין דזשערסי סיטי אין די קומענדיגע פאר וואכן.
דע שיכולים לצעוק בקול דממה דקה

העניך
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 27, 2017 1:02 pm

תגובהדורך העניך » פרייטאג אוקטובער 20, 2017 10:12 am

ליבלעך האט געשריבן:
לאלתר לחיים האט געשריבן:
ליבלעך האט געשריבן:איך האב מורא די ישוב איז א פארגאנגענהייט

ביטע זיי זיך מסביר

איך טראכט אז ווייל זשערזי סיטי באלאנגט מער ווייניגער צו איין חסידות און גלייך נעבן דעם בויט זיך א נייע ישוב וואס וועט זיין נוטראל און איך הער שוין נישט לעצטנס אז ס'ציען זיך אריין נייע תושבים און איך האב געהערט אז ס'איז דא תושבים וואס גייען זיך אוועק ציען פון דארט און גיין קיין לינדן, דאס אלעס צוזאמען מאכט מיך טראכטן אז ס'איז אווער.

איך ווייס נישט פון ווי די נעמסט דיינע אינפרמאציע אבער איך ווייס פרעזנליך אפאר משפחות וואס פלאנען צו מופן די קומעדיגע וואכן
ביטע קלאר דיך אויס פאר די שרייבסט אזעכע נעגעטיווע אינפרמאציע

בוידעם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4599
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » פרייטאג אוקטובער 20, 2017 10:20 am

אין א זייטיגע נאטיץ.

מען דארף נישט זיין צו קלוג צו פארשטיין אז דוקא די קהלה (פון ביידע זייטן) זענען די הויפט פאקטאר פון סוקסעס, נעמענדיג אין באטראכט די גרויסקייט פון די קהלה, און די געברויך פאר די אנשי הקהלה צו וואוינען ווי מענטשן.

עס איז מובן לכל בר דעת, אויב דארף די ישוב זיין די לעזונג צו די וויליאמסבורגע דירות קריזיס, דאן איז פשוט אז די רוביא דמנכר וועלן בהכרח זיין סאטמאר.

די חילוק איז נאר, עס איז נישט קיין דעוועלפמענט וואס באלאנגט פאר א קהלה, וואס דאס מאכט עס מעגליך פאר אנדערע קהילות נאכצוקומען.
דע שיכולים לצעוק בקול דממה דקה

בוידעם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4599
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » פרייטאג אוקטובער 20, 2017 10:26 am

און בכלל פארשטיי איך נישט מיט וואס קאסאן איז מער נוטראל ווי סאטמאר?

אפגעזעהן אז למעשה איז די סאטמארע קהלה בכלל נישט אינוואלווד אין דעם ישוב, משא״כ ׳אויב׳ קאסאן ציט זיך ארויס איז עס א רבי מיט זיין קהלה וואס וואוינען דארט.
דע שיכולים לצעוק בקול דממה דקה

ליבלעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

תגובהדורך ליבלעך » פרייטאג אוקטובער 20, 2017 12:20 pm

לאלתר לחיים האט געשריבן:
ליבלעך האט געשריבן:
לאלתר לחיים האט געשריבן:
ליבלעך האט געשריבן:איך האב מורא די ישוב איז א פארגאנגענהייט

ביטע זיי זיך מסביר

איך טראכט אז ווייל זשערזי סיטי באלאנגט מער ווייניגער צו איין חסידות און גלייך נעבן דעם בויט זיך א נייע ישוב וואס וועט זיין נוטראל און איך הער שוין נישט לעצטנס אז ס'ציען זיך אריין נייע תושבים און איך האב געהערט אז ס'איז דא תושבים וואס גייען זיך אוועק ציען פון דארט און גיין קיין לינדן, דאס אלעס צוזאמען מאכט מיך טראכטן אז ס'איז אווער.

די פאקט איז אבער, כן ירבה וכן יפרוץ.
האב איך נעכטן פארברענגט אפאר שעה דארט, וואס זאל איך אייך זאגן, כ'וואלט קיינמאל נישט געגלייבט אז א ביהמ''ד אנגעפירט דורך סאטמאר אנ"ש זאל יעדער פילן באקוועם ווי זיין אייגן'ס, בעלזע קלויזנבורג באבאוו ליטווישע און ווער נישט, יעדער איד וואס איז אין געגנט מאכט דארט א סטאפ פארברענגט דארט א שיינע פאר מינוט.
און פון די צווייטע זייט זעהט מען פילע אינגעלייט וואס פלאנען זיך אהין צוציען דרייען זיך דארט,
טייל זיכן א דירה
טייל זענען אין קאנטראקט
טייל האבן שוין געקלאזט
טייל הייבן אן קאנסטראקשן
טייל ענדיגן שוין
טייל גייען שוין מופן
טייל האבן שוין געמופט,
טייל קומען שפעקולירן צו די ישוב איז פאר זיי
טייל דעסיידן אז יא.
אנ''ש ד'זשערסי סיטי האבן א ליסט פון איבער דריי הונדערט געקויפטע הייזער פון אידן וואס פלאנען זיך אהין צוציען, און די ליסט וואקסט נאר אין דאס איז נאר פון וואס זיי ווייסן און נישט אריין אריינגערעכנט רענטלס וואס רוב הייזער האבן א רענטל.

אה, ברוך השם, איך האב הנאה צו הערן, איך פריי מיר אז איך בין נישט גערעכט, ס'איז אויך אין מיין האפענונג אז די ישוב זאל זיך אויסארבעטן, כן ירבה וכן יפרוץ!

זכאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 5:00 pm

תגובהדורך זכאי » פרייטאג אוקטובער 20, 2017 2:06 pm

איך קוק שטארק ארויס אויף די הצלחה פון דעם פלאץ.
אבער עס גייט זיכער נעמען לענגער ווי סיי וועלכע אנדערע יושב צילוב וואס מען דארף נאך אויספילטערן די געגענט. אין סיי וועלכע ישוב (city style), די רגע וואס עס זענען דא פיפציג משפחות מופט מען אהין (וסטעיטין איילענד יוכח) ווייל פיפציג משפחות מאכט שוין מענטשן באקוועם צו זיין דארט, די געגענט איז רואיג און שטיל און מענטשען וועלן אהינמופן. משא״כ דזשערסי סיטי וואס אין הכא נמי ער שטייט ווייטער ווי אנדערע לגבי די געברויכן פון א ישוב, האבנדיג א ביהמ״ד, מוסדות, מקוה טהרה, גראסערי וכו׳ אבער למעשה איז די געגענט ווייט פון אנגענעם פאר א אידישע משפחה צו וואוינען צילוב די אנלייג פון נידריגע עלעמענטען און ריזיגע גרופעס פון טונקעל הויטיגע. און דאס אויסציפילטערן פארלאנגט א גוטע דריי פיר הונדערט משפחות.

אבער השם יעזור אז מען זאל אנקומען צו דער מספר גאר שנעל.

לחיים ולשלום
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 7:15 pm

תגובהדורך לחיים ולשלום » פרייטאג אוקטובער 20, 2017 2:20 pm

איך ווינדער מיך באמת פארוואס מ'טענה'ט זיך נאך צוריק צו דער ישוב וועט זיך יא אויסארבעטן צו נישט אויסארבעטן. דער שמועס איז געווען אקטועל גענוי פאר צוויי יאר צוריק פרשת נח תשע"ו ווען ס'איז געווען דאס ערשטע מאל מנין אין גרינוויל אויף שבת, נאך וואס דער ערשטער תושב משפחת איידליס האט זיך אהין ארויסגעצויגן בשעטו"מ.
מעגליך אז זאכן רוקן שטייטער ווי גערעכנט, ווייל אזוי איז דער סדר העולם אפילו ביי ריזיגע דעוועלאפמענטס וואו ס'איז אינוואלווד ריזיגע מיליאנערן מיט גרויסע פראפיטן, אבער שפעקולירן און זיך דינגען פונדאסניי צו יא צו נישט איז דאך ממש זינלאז!


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט