די חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי, ניו זשערסי

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

פּשוט און פּראָסט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 299
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

תגובהדורך פּשוט און פּראָסט » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2018 2:31 pm

צולייגער האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:דזשוירזי סיטי דארף נאך צוויי זאכן, א דעוועלאפמענט און א ישיבה
און ס'איז טאטעל סוקסעס!
ובזה אצא בשים שלום
בערלע

אלקי נצור זאגט איר נישט ר' בערל?

און וואס עפעס "א דעועלאפמענט"? פארגינט איר נישט פאר ז"ס נאך צוואנציג דרייסיג דעוועלאפמענטס? ס'זאל זיין גענוג סופליי, צו העכערן די קוואליטעט און נידערן די פרייזן?!

אין לעיקוואד איז דא סופליי לרחצה, כ׳זעה נישט די פרײזן זאלן נידערן צוליב דעם.
אפשר אז מ׳העט זיכער מאכן אז ס׳זאל בלייבן בײ פרײװעט בראוקערס, ס׳זאל זיך נישט ארײנריקן א מענאפעלי אזױ ווי אימפעריאל האט מען אפשר א טשענס

crispy
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 16, 2015 4:45 pm

תגובהדורך crispy » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2018 3:19 pm

הכשר טוב האט געשריבן:פריש אויפגייענדער שטערן בעולם הבדחנות הרב דויד רובין רופט אויס הגה"צ ר' מנשה מייער שליט"א אב"ד גרינוויל צו מצוה טאנץ ביי א אייניקעל מיט א הערליכע משל איבער דזשערזי סיטי.

https://drive.google.com/file/d/1TC12ou ... p=drivesdk

א שיינעם דאנק זייער הארציג

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3546
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2018 3:29 pm

פּשוט און פּראָסט האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:דזשוירזי סיטי דארף נאך צוויי זאכן, א דעוועלאפמענט און א ישיבה
און ס'איז טאטעל סוקסעס!
ובזה אצא בשים שלום
בערלע

אלקי נצור זאגט איר נישט ר' בערל?

און וואס עפעס "א דעועלאפמענט"? פארגינט איר נישט פאר ז"ס נאך צוואנציג דרייסיג דעוועלאפמענטס? ס'זאל זיין גענוג סופליי, צו העכערן די קוואליטעט און נידערן די פרייזן?!

אין לעיקוואד איז דא סופליי לרחצה, כ׳זעה נישט די פרײזן זאלן נידערן צוליב דעם.
אפשר אז מ׳העט זיכער מאכן אז ס׳זאל בלייבן בײ פרײװעט בראוקערס, ס׳זאל זיך נישט ארײנריקן א מענאפעלי אזױ ווי אימפעריאל האט מען אפשר א טשענס

זייער אינטערעסאנט וואס דו זאגסט און ס'געהער נישט אין ד.ס. אשכול, איך האב אביסל געשריבן אינעם לעיקוואוד אשכול האט מען עס אזוי געמעקט אזוי ווי די ליטוואקעס זענען מקיים מחיית עמלק, נישט ווי חסידים אין לעיקוואד
עניוועי, נארמאל בנוהג שבעולם אויב איז דא א גרויסע סופליי נידערט עס די פרייזן,
אבער די דעוועלאפמענט וואס איך קאמפיין פאר אין דס. איז נישט וועגן פרייזן נאר וועגן דעם סדר הקנין, דער סיסטעם אז יעדער הייבט אן פון די אלף כמעט ווי ווען דער זיידע באבע זאלן זיך מיען זענען געקומען קיין אמעריקע נאך אוישוויץ (מיטן ריזיגן חילוק אז ס'איז ב"ה יא דא א גרופע עסקנים וואס העלפן, כ'רעד נאר דער אויסקוק פארן קונה) דאס איז נישט א זאך וואס א ריזיגער ציבור זוכט.
ואסביר יותר, כאפ אן א דעוועלעפמענט פון לעיקוואד צו סאטמאר צו בעלז אדער די דירות אין בלומינגבורג טשעסטנאט רידזש און לייג עס אריין אין ד.ס. וועסטו עס פארצוקערן איבערנאכט.
כ'האב שוין געשריבן אז אלקי נצור דויערט מיר צו לאנג
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8387
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2018 5:20 pm

עס גייט בערך 500 דאלער א חודש פאר יעדע 100,000 דאלער וואס מען בארגט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4292
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2018 6:15 pm

ניין, איך קוק נישט אריין אין קיינעמ'ס באנק קאנטע (אין מיינס אויך...) איך האב דערום קיין אהנונג וואס עס טיצעך ביי מעכיל און נישט ביי רעכיל.

אבער, דער פאקט האט באוויזן אז די עטליכע אינוועסטארס וואס האבן שוין פרובירט אריינצוקומען מיט עטליכע (איינצעלנע) הייזער אהערצושטעלן, האבן נישט געהאט קיין גרויס פעלד דערפאר. טייל האבן זאגאר געברויכט עס פארדינגן פאר גוים... עס האט בסך הכל נישט געלויענט.

און קענענדיג עטליכע איינוואוינער דארט ווייס'ך וואס כ'רעד. די אידן וואלטן נישט געקויפט פאר פופציגער מער. ענדערש האבן זיי זיך אנגעפלאגט מיט די גאנצע פראצעדור אנשטאט איינצאלן נאך א פופציגער.

און דאס'ז אויסער דעם וואס ווען מ'טוט עס אליין וועט מען אייביג טרעפן וועגן זיך איינשפארן אויף די איבערבויען קאסטן מיט'ן עס ענדיגן שפעטער ווען מ'וואוינט שוין דארט און מ'האט שוין אביסל מער גראשן אין די קעשענע.

און אז די אינוועסטארס וועלן בעטען מער (מיט רעכט.. עס האט דאך זיי געקאסט, און זייער ארבייט איז אויך ווערד) וועלן די פרייזן אויך ארויפגיין. אזוי גייט עס.

מיין עצה דערצו איז: איינער וואס וואלט נאר געוואלט קויפן אויף אזא מהלך, און וויל דוקא גיין קיין ז"ס אנשטאט לייקוואד/בלומינגבורג (און איך קען פארשטיין אזא איינעם) זאל ביטע אנטרעפן אזא אינוועסטאר און אים זאגן: דו ברענג מיר אזא און אזא סייז הויז און ריקאנסטראקט עס, איך גיב דיר 350קעי, אבער עס מוז זיין אזוי ווי א געקויפטע קאנדא אין לעיקוואד וכדו' (נאר א משל). וואטעווער די תנאים זאלן זיין.. אבער די געדאנק אז יענער זאל זיך פארענען דערמיט.

אז מ'טוט אזוי האט עס א שטארקע מעלה אז ס'נישט די פרייזן הויבן זיך ווייל מ'האט געכאפט א סאפט ספאט וואו מענטשן האבן נישט קיין ברירה, און מען שטעלט זיי צום וואנט.. עס הויבט זיך נישט פון א מארקעט שטאנדפונקט, און עס בלייבט נידעריג פאר די וואס ברויכן עס, און ווער עס וויל האט א ברירה.

כ'האף אז מיינע ווערטער זענען פארשטאנדיג.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3546
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2018 7:41 pm

פליגל האט געשריבן:ניין, איך קוק נישט אריין אין קיינעמ'ס באנק קאנטע (אין מיינס אויך...) איך האב דערום קיין אהנונג וואס עס טיצעך ביי מעכיל און נישט ביי רעכיל.

אבער, דער פאקט האט באוויזן אז די עטליכע אינוועסטארס וואס האבן שוין פרובירט אריינצוקומען מיט עטליכע (איינצעלנע) הייזער אהערצושטעלן, האבן נישט געהאט קיין גרויס פעלד דערפאר. טייל האבן זאגאר געברויכט עס פארדינגן פאר גוים... עס האט בסך הכל נישט געלויענט.

און קענענדיג עטליכע איינוואוינער דארט ווייס'ך וואס כ'רעד. די אידן וואלטן נישט געקויפט פאר פופציגער מער. ענדערש האבן זיי זיך אנגעפלאגט מיט די גאנצע פראצעדור אנשטאט איינצאלן נאך א פופציגער.

און דאס'ז אויסער דעם וואס ווען מ'טוט עס אליין וועט מען אייביג טרעפן וועגן זיך איינשפארן אויף די איבערבויען קאסטן מיט'ן עס ענדיגן שפעטער ווען מ'וואוינט שוין דארט און מ'האט שוין אביסל מער גראשן אין די קעשענע.

און אז די אינוועסטארס וועלן בעטען מער (מיט רעכט.. עס האט דאך זיי געקאסט, און זייער ארבייט איז אויך ווערד) וועלן די פרייזן אויך ארויפגיין. אזוי גייט עס.

מיין עצה דערצו איז: איינער וואס וואלט נאר געוואלט קויפן אויף אזא מהלך, און וויל דוקא גיין קיין ז"ס אנשטאט לייקוואד/בלומינגבורג (און איך קען פארשטיין אזא איינעם) זאל ביטע אנטרעפן אזא אינוועסטאר און אים זאגן: דו ברענג מיר אזא און אזא סייז הויז און ריקאנסטראקט עס, איך גיב דיר 350קעי, אבער עס מוז זיין אזוי ווי א געקויפטע קאנדא אין לעיקוואד וכדו' (נאר א משל). וואטעווער די תנאים זאלן זיין.. אבער די געדאנק אז יענער זאל זיך פארענען דערמיט.

אז מ'טוט אזוי האט עס א שטארקע מעלה אז ס'נישט די פרייזן הויבן זיך ווייל מ'האט געכאפט א סאפט ספאט וואו מענטשן האבן נישט קיין ברירה, און מען שטעלט זיי צום וואנט.. עס הויבט זיך נישט פון א מארקעט שטאנדפונקט, און עס בלייבט נידעריג פאר די וואס ברויכן עס, און ווער עס וויל האט א ברירה.

כ'האף אז מיינע ווערטער זענען פארשטאנדיג.


זעסט, דו רעדסט פון אפאר אירע לאמיר זאגן 3-4 אוט אף 80 -90 איך רעד פון מענטשן וואס זענען נישט געגאנגען כל הקהל הקודש.
איך הער דיין פאוינט - איך האלט אבער אז די אנדערע צד וועגט איבער
איך וועל בל"נ אויסטרעטן שמונה עשרה אויב קיינער וועט מיך נישט אויפרעגן און כ'וועל דארפן איבערדאווענען.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2202
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2018 9:57 pm

פּשוט און פּראָסט האט געשריבן:אין לעיקוואד איז דא סופליי לרחצה, כ׳זעה נישט די פרײזן זאלן נידערן צוליב דעם.
אפשר אז מ׳העט זיכער מאכן אז ס׳זאל בלייבן בײ פרײװעט בראוקערס, ס׳זאל זיך נישט ארײנריקן א מענאפעלי אזױ ווי אימפעריאל האט מען אפשר א טשענס

איך הער וואס דו זאגסט, און איך וועל דיר מגלה זיין מיין טייערער פריינט, אז פרייזן האבן פיין געטראסקעט און עכ"פ - אנדערש ווי די מארקעט ארום ווי פרייזן זענען יא ארויפגעגאנגען שטייטלעך - געבליבן שטיין, און נאך ווי. וואס דארפסטו מער פון דעם אז א דירה אין טשעסטערפיעלד אדער טשעסטנאט, בדומה צו א דירה וואס גייט אין סאטמאר פאר כך וכך, גייט דארט פאר היבש ווייניגער... נאר וואס?! אין סאטמאר איז די פרייז וואס מען צאלט מער פארן פרייז פון וואוינען צווישן אנ"ש, + וואס מען צאלט לכתחילה איין א מתנה יפה פאר די מוסדות הק'.

און ששש... וויאזוי איז דער מצב אין די טייערערע דעוועלאפמענטס? לויפט ממש ווי מצה וואסער?!
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4292
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2018 11:38 pm

בערל.. איך האב מורא אז אדער כאפ איך נישט אויף וואס דו צילעוועסט, אדער כאפסטו נישט וואס איך ענטפער, אדער האבן זיך 2 אנדערע מענטשן געטראפן ביים כותל...

מיין נקודה איז אז אויב קומט מען אריין אין דזשוירזי סיטי מיט דעוועלעפמענטס (און אפשר זאגסטו מיר וואו פונקטליך? איך קען זיך אביסל אויס דארט..) דאן פארלירן די ארימערע שיכט א שאנס צו קענען האבן אן אייגענע דאך איבערן קאפ פאר געלט וואס זיי קענען זיך ערלויבן. דאסי די פאקט.

די חברה דארט האבן זיך אלע איינס ביי איינס געפלאגט מיט איעדע קלייניגקייט פון זייערע הייזער און זענען דארט ע"מ להשתקע שם. זיי מאכט שויניש אויס אויב עס זענען דא 80 משפחות אדער 350. און כ'אב נייעס פאר אייך: די מספר התושבים איז אפילן נישט קיין שמועס ביי זיי אין מקוה אדער אין סוירקל... עס אינטרעסירט זיי נישט דעם מספר, זיי פייערן נישט קיין מייל-שטיינער דערגרייכונגען. זיי איז גוט וויזוי עס איז. ממילא פון זייער זייט פעלט נישט אויס צו מאכן דעוועלעפמענטס אז ס'אל ווערן גרויס.. זיי קעירן נישט.

און די מער נישט ערלויבליכערע פון וומ"ס וואס ווילן אן אייגן דעכל אויב וועט מען מאכן דעוועלעפמענטס און מ'עט אויטאמאטיש פארמיידן די איינצעלנע געקויפעכטס דאן האבן די אידן שאדן געהאט.

און נאכאמאל, הרבה עשו ולא עלה להם! וביודעי ובמכירי קאמינא אז זיי האבן אנגעזעצט. טאקע נישט בגדול, אבער פארט איז עס קיין עסק נישט געווען פאר זיי. די גאנצע באדער האט זיך זיי נישט אויסגעצאלט. זיי האבן געקויפט הייזער, און פרובירט צו פליפן און ס'יז געווארן א פלאפ.. אנדערע האבן יא איבערגעבויעט און געבעטן דעם פופציגער מער און זיי זענען געבליבן מיט'ן אינגראו טאונעיל אינעווייניג.

און ווי כ'אב געזאגט: ווער עס וויל דייקא וואוינען אין ז"ס צוליב די מעלות וואס דזשוירזי (יד"נ) האט פריער ערווענט, דער קען טאקע בעטן די אינוועסטערס זאלן עס אים צושטעלן. אבער קיין נחלת הכלל גייט דאס ניטש זיין. ווי עס האט זיך אויסגעשטעלט בעבר.
נאט אייך א גרינע...


יהיה מה שיהיה
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 9:22 pm

כמה מעלות טובות

תגובהדורך יהיה מה שיהיה » פרייטאג דעצמבער 28, 2018 12:41 am

כמה מעלות טובות 7
צוגעלייגטע
Ad 7.jpg
Ad 7.jpg (42.88 KiB) געזעהן 1221 מאל

בעמבא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 12, 2014 10:19 pm

תגובהדורך בעמבא » פרייטאג דעצמבער 28, 2018 1:12 am

פליגל האט געשריבן:בערל.. איך האב מורא אז אדער כאפ איך נישט אויף וואס דו צילעוועסט, אדער כאפסטו נישט וואס איך ענטפער, אדער האבן זיך 2 אנדערע מענטשן געטראפן ביים כותל...

מיין נקודה איז אז אויב קומט מען אריין אין דזשוירזי סיטי מיט דעוועלעפמענטס (און אפשר זאגסטו מיר וואו פונקטליך? איך קען זיך אביסל אויס דארט..) דאן פארלירן די ארימערע שיכט א שאנס צו קענען האבן אן אייגענע דאך איבערן קאפ פאר געלט וואס זיי קענען זיך ערלויבן. דאסי די פאקט.

די חברה דארט האבן זיך אלע איינס ביי איינס געפלאגט מיט איעדע קלייניגקייט פון זייערע הייזער און זענען דארט ע"מ להשתקע שם. זיי מאכט שויניש אויס אויב עס זענען דא 80 משפחות אדער 350. און כ'אב נייעס פאר אייך: די מספר התושבים איז אפילן נישט קיין שמועס ביי זיי אין מקוה אדער אין סוירקל... עס אינטרעסירט זיי נישט דעם מספר, זיי פייערן נישט קיין מייל-שטיינער דערגרייכונגען. זיי איז גוט וויזוי עס איז. ממילא פון זייער זייט פעלט נישט אויס צו מאכן דעוועלעפמענטס אז ס'אל ווערן גרויס.. זיי קעירן נישט.

און די מער נישט ערלויבליכערע פון וומ"ס וואס ווילן אן אייגן דעכל אויב וועט מען מאכן דעוועלעפמענטס און מ'עט אויטאמאטיש פארמיידן די איינצעלנע געקויפעכטס דאן האבן די אידן שאדן געהאט.

און נאכאמאל, הרבה עשו ולא עלה להם! וביודעי ובמכירי קאמינא אז זיי האבן אנגעזעצט. טאקע נישט בגדול, אבער פארט איז עס קיין עסק נישט געווען פאר זיי. די גאנצע באדער האט זיך זיי נישט אויסגעצאלט. זיי האבן געקויפט הייזער, און פרובירט צו פליפן און ס'יז געווארן א פלאפ.. אנדערע האבן יא איבערגעבויעט און געבעטן דעם פופציגער מער און זיי זענען געבליבן מיט'ן אינגראו טאונעיל אינעווייניג.

און ווי כ'אב געזאגט: ווער עס וויל דייקא וואוינען אין ז"ס צוליב די מעלות וואס דזשוירזי (יד"נ) האט פריער ערווענט, דער קען טאקע בעטן די אינוועסטערס זאלן עס אים צושטעלן. אבער קיין נחלת הכלל גייט דאס ניטש זיין. ווי עס האט זיך אויסגעשטעלט בעבר.


איר רעדט מיט זאפט ווי כאילו איר ווייסט וואס איר רעדט.

אבער למען האמת:
כמעט יעדע ווארט איז כולו שקר.

בעמבא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 12, 2014 10:19 pm

תגובהדורך בעמבא » פרייטאג דעצמבער 28, 2018 1:30 am

פליגל האט געשריבן:בערל.. איך האב מורא אז אדער כאפ איך נישט אויף וואס דו צילעוועסט, אדער כאפסטו נישט וואס איך ענטפער, אדער האבן זיך 2 אנדערע מענטשן געטראפן ביים כותל...

מיין נקודה איז אז אויב קומט מען אריין אין דזשוירזי סיטי מיט דעוועלעפמענטס (און אפשר זאגסטו מיר וואו פונקטליך? איך קען זיך אביסל אויס דארט..) דאן פארלירן די ארימערע שיכט א שאנס צו קענען האבן אן אייגענע דאך איבערן קאפ פאר געלט וואס זיי קענען זיך ערלויבן. דאסי די פאקט.

די חברה דארט האבן זיך אלע איינס ביי איינס געפלאגט מיט איעדע קלייניגקייט פון זייערע הייזער און זענען דארט ע"מ להשתקע שם. זיי מאכט שויניש אויס אויב עס זענען דא 80 משפחות אדער 350.
אמת׳דיג ? ביסט ארום געגאנגען פרעגן דעם עולם און כולם פה אחד אמרו אז זיי זענען אקעי צו בלייבן מיט זעקס קינדער אין די קלאסן? זיי קוקן בכלל נישט ארויס אויפן וואוקס? אומזינסט פארטיילען זיי וואטשערס פאר פאמיליעס זיי זאלן זיך אריבערציען קיין זשערסי סיטי?

און כ'אב נייעס פאר אייך: די מספר התושבים איז אפילן נישט קיין שמועס ביי זיי אין מקוה אדער אין סוירקל... עס אינטרעסירט זיי נישט דעם מספר,ווען זענט איר לעצט געווען אין די מקוה אדער מיטגעהאלטן די שמוסען אין די סוירקל׳ס ?
זיי פייערן נישט קיין מייל-שטיינער דערגרייכונגען.אוי ווי מען פייערט. און ב״ה עס איז דא וואס צו פייערן וכן יעזור ה׳ להלאה זיי איז גוט וויזוי עס איז. און מען קוקט שטארק ארויס אויף בעסערסממילא פון זייער זייט פעלט נישט אויס צו מאכן דעוועלעפמענטס אז ס'אל ווערן גרויס.. זיי קעירן נישטשקר.

און די מער נישט ערלויבליכערע פון וומ"ס וואס ווילן אן אייגן דעכל אויב וועט מען מאכן דעוועלעפמענטס און מ'עט אויטאמאטיש פארמיידן די איינצעלנע געקויפעכטס דאן האבן די אידן שאדן געהאט.

און נאכאמאל, הרבה עשו ולא עלה להם! וביודעי ובמכירי קאמינא אז זיי האבן אנגעזעצט. טאקע נישט בגדול, אבער פארט איז עס קיין עסק נישט געווען פאר זיי. די גאנצע באדער האט זיך זיי נישט אויסגעצאלט. זיי האבן געקויפט הייזער, און פרובירט צו פליפן און ס'יז געווארן א פלאפ.. אנדערע האבן יא איבערגעבויעט און געבעטן דעם פופציגער מער און זיי זענען געבליבן מיט'ן אינגראו טאונעיל אינעווייניג. ווייז מיר אן אויף צוויי אזעלכע פעלער,א הויז וואס איז איבערגעבויט נארמאל מיטן אידישן טעם גייט אין נוא טיים

און ווי כ'אב געזאגט: ווער עס וויל דייקא וואוינען אין ז"ס צוליב די מעלות וואס דזשוירזי (יד"נ) האט פריער ערווענט, דער קען טאקע בעטן די אינוועסטערס זאלן עס אים צושטעלן. אבער קיין נחלת הכלל גייט דאס ניטש זיין. ווי עס האט זיך אויסגעשטעלט בעבר.

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3553
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » פרייטאג דעצמבער 28, 2018 7:43 am

כפי ידיעתי איז פליגל גערעכט. אביסול מוגזם ווייל דער עולם קוקט יא ארויס אז ס'זאל וואקסן אבער מער ווייניגער איז ער גערעכט

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4292
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » פרייטאג דעצמבער 28, 2018 9:25 am

האסט מיר געכאפט ביי אן אויסדרוק וואס דו האסט נישט גוט פארשטאנען און געמאכט דערפון א סטעיטמענט אז ס'יז כולו שקר.. מעגליך ס'יז מיין שולד פארן עס נישט אזוי גוט מסביר'ן.. אבער כולו שקר איז עס נישט.

און מעגליך אז מיין שפראך קוקט אויס מוגזם, אבער ווען מ'עט פארשטיין וואס כ'אב געמיינט אפשר וועסט מען עס אנדערש אנקוקן.

די איינוואוינער דארט פרייען זיך מיט איעדען נייעם תושב! זיי ווילן אז די געגענט ווי זיי וואוינען זאל בליען, און ווילן עס זאל ווערן נאך באקוועמער. מ'קען זען די שמייכל אויף זייערע פנים'ער ווען א נייער תושב קומט אהין, זיי פרעגן זיך תמיד נאך ביי די אט-אט קומענדע וואו זיי האלטן אין ווען גייט מען שוין זיך ענדליך אריינציען. נאו קוועסשאן אבאוט איט.

נאר וואס נישט? זיי פייערן נישט און טריאומפירן נישט מיט וויפיל איינוואוינע עס זענען שוין דא, מ'מאכט נישט קיין "יעי" מ'האלט שוין ביי זיבעציג... וכהנה.. זיי לאזן עס נאטורליך געשען און זענען העפי וויזוי עס געשעט.

און דערווייל איז דאס דער איינציגסטער מקום וואס איינער מיט לימידטעד פאנדס האט די מעגליכקייט פון האבן זיין אייגענעם דעכל איבערן קאפ.

מאכן גרויסע דעוועלעפמענטס איז נישט קיין טובה פאר די וואס קענען נעבעך נישט קויפן מיט יענע פרייזן און עס גייט זיי נישט ארויסהעלפן. נאך אלעמען ברויכן די אינוועסטערס מאכן געלט פון זייער ארבייט, און ווען פרייזן הויבן זיך דאן כיון שניתן רשות אינו מבחין וכו'.. אלעס הויבט זיך.
נאט אייך א גרינע...


אפשר פארקערט
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 22, 2018 1:02 pm

תגובהדורך אפשר פארקערט » פרייטאג דעצמבער 28, 2018 10:29 am

און נאכאמאל, הרבה עשו ולא עלה להם! וביודעי ובמכירי קאמינא אז זיי האבן אנגעזעצט. טאקע נישט בגדול, אבער פארט איז עס קיין עסק נישט געווען פאר זיי. די גאנצע באדער האט זיך זיי נישט אויסגעצאלט. זיי האבן געקויפט הייזער, און פרובירט צו פליפן און ס'יז געווארן א פלאפ.. אנדערע האבן יא איבערגעבויעט און געבעטן דעם פופציגער מער און זיי זענען געבליבן מיט'ן אינגראו טאונעיל אינעווייניג. ווייז מיר אן אויף צוויי אזעלכע פעלער,א הויז וואס איז איבערגעבויט נארמאל מיטן אידישן טעם גייט אין נוא טיים


https://www.zillow.com/homedetails/218- ... 5099_zpid/

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4292
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » פרייטאג דעצמבער 28, 2018 11:15 am

יישר כח אייך פארן מיר ארויסהעלפן... נעקסטיים שרייבט ביטע וועלכע סברה/פאקט איר ווילט אונטערשטיצן.

דא זעען מיר א גוטע הויז לכאורה, שיין אויפגעפיקסט, אידישע קאך. זייער געאייגענט פאר א גרויסע משפחה.
פרייז: 419קעי.
לאקעישאנ: אריין די קארנער פון ביהמ"ד, גראסערי.

צייט אויפן מארקעט: 289 טעג (ארום 10 חדשים)
נאט אייך א גרינע...


Jersey
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 17, 2016 1:49 pm

תגובהדורך Jersey » פרייטאג דעצמבער 28, 2018 11:20 am

אפשר פארקערט האט געשריבן:און נאכאמאל, הרבה עשו ולא עלה להם! וביודעי ובמכירי קאמינא אז זיי האבן אנגעזעצט. טאקע נישט בגדול, אבער פארט איז עס קיין עסק נישט געווען פאר זיי. די גאנצע באדער האט זיך זיי נישט אויסגעצאלט. זיי האבן געקויפט הייזער, און פרובירט צו פליפן און ס'יז געווארן א פלאפ.. אנדערע האבן יא איבערגעבויעט און געבעטן דעם פופציגער מער און זיי זענען געבליבן מיט'ן אינגראו טאונעיל אינעווייניג. ווייז מיר אן אויף צוויי אזעלכע פעלער,א הויז וואס איז איבערגעבויט נארמאל מיטן אידישן טעם גייט אין נוא טיים


https://www.zillow.com/homedetails/218- ... 5099_zpid/


לויט מיין אינפא איז דאס זייער טייער לויט די פרייזן פאר אזא זאך אין די געגענט
פרעגט אייך ביטע נאך פארדעם
דאס איז א
1 family house which you could get still get for $299.00

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4292
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » פרייטאג דעצמבער 28, 2018 11:31 am

אויפגעפיקסטערהייט נאכן מאכן געלט דערויף? נישט זיכער. ענדערש 350. (מיין שאצונג).
נאט אייך א גרינע...


Jersey
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 17, 2016 1:49 pm

תגובהדורך Jersey » פרייטאג דעצמבער 28, 2018 11:40 am

איך פארגין יענעם אפילע $419. איך זאג נאר וואס איך זעה געליסטד פאר סעיל אויף אנדערע הייזער אין די קאטעגארי

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4292
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » פרייטאג דעצמבער 28, 2018 11:46 am

און איך נעם ארויס אקוראט דאס וואס כ'אב געזאגט פריער:
דאס הויז איז שוין 289 טעג אויפן מארקעט, דאס' ז כמעט 10 חדשים.

דאס מיינט אז מען כאפט זיך נישט צו צו אזוינס, אפילו ווען עס ליגט שוין אנגעגרייט פיקס פארטיג. ווילאנג ס'יז די פרייז.
נאט אייך א גרינע...


Jersey
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 17, 2016 1:49 pm

תגובהדורך Jersey » פרייטאג דעצמבער 28, 2018 11:53 am

פליגל האט געשריבן:און איך נעם ארויס אקוראט דאס וואס כ'אב געזאגט פריער:
דאס הויז איז שוין 289 טעג אויפן מארקעט, דאס' ז כמעט 10 חדשים.

דאס מיינט אז מען כאפט זיך נישט צו צו אזוינס, אפילו ווען עס ליגט שוין אנגעגרייט פיקס פארטיג. ווילאנג ס'יז די פרייז.


יא יא דאס איז 100פרעצענט אמת וועהן איינער רעכנט מיט א הינדרעטר מער ווי שוין די טייערע פרייז
קען איך אייך פרייגן ווען איר קענט קויפן א באטעל מילך פאר 1.50 וועט איר באצאלן 2.00 דערפאר
די זעלבע איז דא דער רויבער פראבירט צי בעטן
Way more then the market price
אין וואס טראכסטו
2) וועהן א הויז שטייט אויף סעיל אויף זיללא מיינט נאך נישט אז עס איז נאך אבעילאבל

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3546
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » פרייטאג דעצמבער 28, 2018 12:01 pm

כ'האב הנאה, כהאב אריין געווארפן א פלאקן און אנדערע האבן איבערגענונמען אזוי סעיוו איך מיר צו טייפן וואס מאכט מיך לעצטנס זייער נערוועז.
מיין פוינט איז זייער שטארק געווען "וואס וואלט געהאלפן כלל ישראל" דאס איז אלץ געווען מיין בליק אויף די זאכן
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3546
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » פרייטאג דעצמבער 28, 2018 12:04 pm

און דאס וואס פליגל טענה'ט אז סאיז נישטא וואו צו מאכן א געהעריגע דעוועלאפמענט
אמת, דאס איז געועון איינע פון די סיבות פארוואס כ'האב נישט געהאלטן פון ד.ס. פון די ערשטע מינוט,
אבער דער אייבערשטער האט געוויזן אז ס'ארבעט אנדערש. און קרוב צו הונדערט אידן האבן זיך געפלאגט און געמוטשעט צו טרעפן א לייטישע דירה אין ד.ס.
און כ'האלט אז מ'קען יא נאר ס'איז שווער, מדארף אויפקומען מיט איידיעס עס צו אהערשטעלן, נישט אזוי גרינג אבער כ'מיין אז סוף כל סוף קעןמען אויב מ'וויל.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4292
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » פרייטאג דעצמבער 28, 2018 12:11 pm

אה, איר פארשטייט יא וואס כ'זאג.. אידאך גוט...

און איר זענט גערעכט מיט אייער באהויפטונג אז מיט א דעוועלפמענט/אינוועסטאר וועט עס גיין בעסער.. אמת..

אבער...

די אינוועסטארס מוזן לעבן פון עפעס און זיי מוזן פארדינען א גראשן עס זאל זיך זיי לוינען, און עס מוז זיין גענוג ביליג עס זאל זיך לוינען די אידן עס צו קויפן אויך... די מארקעט איז נישט אזוי ניגעדריג אז די אינוועסטערס זאלן מאכן אזא גוטן דאללער און עס זאל זיין גוט ביליג.

ממילא, וועט עס דערווייל בלייבן ביי דעם אז איעדער וואס קומט אהין פלאגט זיך אליין און איינוועגס שפארט ער זיך א גוטן פאר טוללער.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3546
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » פרייטאג דעצמבער 28, 2018 12:22 pm

פליגל האט געשריבן:אה, איר פארשטייט יא וואס כ'זאג.. אידאך גוט...

און איר זענט גערעכט מיט אייער באהויפטונג אז מיט א דעוועלפמענט/אינוועסטאר וועט עס גיין בעסער.. אמת..

אבער...

די אינוועסטארס מוזן לעבן פון עפעס און זיי מוזן פארדינען א גראשן עס זאל זיך זיי לוינען, און עס מוז זיין גענוג ביליג עס זאל זיך לוינען די אידן עס צו קויפן אויך... די מארקעט איז נישט אזוי ניגעדריג אז די אינוועסטערס זאלן מאכן אזא גוטן דאללער און עס זאל זיין גוט ביליג.

ממילא, וועט עס דערווייל בלייבן ביי דעם אז איעדער וואס קומט אהין פלאגט זיך אליין און איינוועגס שפארט ער זיך א גוטן פאר טוללער.


דו שרייבסט פונקטליך וואס איך האב געשריגן פאר אלעם, אבער יעצט מיין איך איז דער מצב אז ס'איז שוין גענוג עסטעבלישט אז מענטשן וועלן קומען אפילו ס'וועט זיין אביסל טייערער

וואס ס'וועט זיין וואס עס וועט בלייבן ווייסט השי"ת - איך וואלט געוועט א שיינעם סכום פאר דריי יאר צוריק אז ס'וועט גארנישט זיין פון ד"ס.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

יהיה מה שיהיה
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 9:22 pm

Welcome

תגובהדורך יהיה מה שיהיה » זונטאג דעצמבער 30, 2018 1:24 pm

We would like to welcome our new Jersey City neighbor the Scher family, we wish them Mazal tov and hatzluche in their new house


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מתון מתון און 12 געסט