הייזער און דירות דעוועלאפמענטס בגלילות קרית יואל

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אהער און אהין
שר חמש מאות
תגובות: 976
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » מאנטאג מארטש 25, 2019 6:00 pm

שמואל בארג האט געשריבן:איז אזוי, די גרויסע געשעפטן האבן מתחילה אן געוואלט אריינגיין אין די 'באר שבע' פלאן ווייל אינעם טאון מוטשענען זיי זיך מיט פערמיטן און לעגאליטעטן, זיי האבן געקווענקלט 'אהער און אהין' (איך מאך דיר אן הזכרת נשמה פשוט ווייל דו זוכסט צו מהנה זיין דעם עולם אלעמאל...) מען האט זיי געשטעלט א דאטום נישט וועלנדיג אויפהאלטן דעם גאנצן אפליקעישאן, זיי זענען נישט צוריקגעקומען האט מען דאס אריינגעגעבן אן זיי, נישט וועלנדיג אויפרעגן די פארוואלטונג אויב זיי ווילן דאס נישט.

לכאורה איצט אז ס'איז ארויסגעווארפן געווארן די ערשטע פעטיציע קען זיין וועט מען עס איבערמאכן א צווייטע פעטיציע מיט זיי, אדער וועט מען גאר גיין אין קאורט צוריקצושטעלן די ארגינעלע.

אבער עפעס ליגט מיר אין קאפ אז יעמאלט נאכן אריינגעבן די פעטישאן איבער די באר שבע ווילעדזש, האבן די געשעפטן אריינגעגעבן א באזונדערע אנעקסירונג פארלאנג צום טאון אוו מאנרא, דארף מיר צוריקמישן די אלטע נייעס און עס דורכטון.

שכח שמואל פאר דיין 'הזכרת נשמה'...
*
דאכצעמיר אז די געשעפטן דאמאלט זענען געווען הערימאן פלאזא, צו דאס נעמט אריין וואלמארט אדער נישט, זאל עימיצער זיך יאווען בעפאר מיר און דאס דורכקוקן, אדער וועלמיר שפעטער דאס אליינס אפירזוכן.

אהער און אהין
שר חמש מאות
תגובות: 976
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

ווילעזש אוו סעווען ספרינגס - אפדעיטעד

תגובהדורך אהער און אהין » דינסטאג מארטש 26, 2019 10:38 am

דער 'רעקארד' באריכטעט נעכטן אז א פרישע פעטיציע איז אריינגעגעבן געווארן פאר דעם 'סעווען ספרינגס ווילעזש'.
דאס קומט נאכדעם וואס מאנראו סופערווייזער טאני קארדאן, האט צוריקגעוויזן די פריערדיגע פעטיציע, מיטן אויסרייד אז עס פעלט אויס 20 פראצענט פון די סכום נפשות אין טאון, א לעכערליכער אויסרייד.
אין דעם נייעם פעטיציע האט מען אויך אריינגענומען א חלק פון 'הערימאן קאמאנס' וואס האבן געטוישט מיינונג, און יעצט זיך אויך אנגעשלאסן, נאכדעם וואס אין אנפאנג האבן זיי דאס נישט געוואלט.
מען האט בכונה ארויסגעלאזט 2 האוזינג קאמפלעקסעס וואס וואלטן זיך קעגנגעשטעלט צו דעם ווילעזש, אזוי אז זיי בלייבן אינדרויסן פון אריינרעדן.
דער רעקארד באריכט
*
ווי ס'קוקט מיר אויס איז דער טאוני קארדאן, ''דא פאר ביזנעס'', און ער וועט פרובירן צו שטערן דעם פעטיציע, מיט אלע סארט לעכערליכע אויסריידן וואס זענען דא אין דיקשאנערי.
איך בין נישט אויפן ארט, איך קען אים נישט פערזענליך, קען איך בלויז זאגן לויטן ווינט וואס בלאזט.
קארדאן איז אריינגעוועלט געווארן דורך די אנטי וואוקס עלעמענטן, איז נישט מער ווי יושר ער זאל 'דעליווערן פאר זיינע ערוועלער'...
לויט דעם אויסרייד וואס ער האט גענוצט זע מיר אז ער גרייט זיך, בעסער געזאגט גרייט זיך נישט, צו באשטעטיגן דעם ווילעזש.
חוץ פון דעם איז דאך דא יעצט פרישע געזעץ פארשלאגן וואס ווילן פארשווערן דעם גרינדונג פון ווילעדזש'ס אין ניו יארק סטעיט, און סענאטאר סקופיס האלט אז דאס וועט קענען אפהאלטן דעם ווילעדזש אוו סעווען ספרינגס.
(דאס איז דער זעלבער סקופיס וואס נאך אלע פארהאנדלונגען ביים טאון אוו פאלם טרי, ווען יעדער איז שוין געווען פרייליך אז עס איז דא א גוטער דיעל, קרית יואל בלייבט דא און די גוים בלייבן דארט, האט סקופיס ארויסגעהאלפן, ער האט ארלעדיגט אז קרית יואל זאל שוין ווערן פאלם טרי אין 2019, אנשטאט מען זאל דארפן ווארטן ביז 20' ווי דער געזעץ איז דאן געווען און ס'טאקע געטוישט געווארן אויף זיין אינציאטיוו און פאלם טרי איז שוין א פאקט. דאס האט ער נישט געטון ווייל ער צייכנט זיך אויס מיט 'ליבשאפט' צו קרית יואל... נאר ווייל די אנטי וואוקס האבן געוואלט האלטן קרית יואל וואס ווייטער ווי זיך. אצינד, ווען מען האט דעם נייעם פעטיציע וועלן זיך די אנטי וואוקס קעגנשטעלן אויפן שארפסטן פארנעם, וועלן ווילדעווען און שטורמען, און פילייכט וועט מען זיך פריש אראפזעצן צום פארהאנדלונגס טיש, מען וועט אויסארבעטן א דיעל, און יעדער וועט ווידער זיין צופרידן... דאס איז נאר א השערה, ווייל עס נעמט אסאך קאפ וויי, יארן פון קריגערייען און דאן יארן פון פארהאנדלונגען, אזוי אויך ביי קרית יואל איז צונוץ געקומען דער מאכטפולער פאליטישער כח, און די וואונקען פון אלבאני אז עס זאל ווערן סדר, מען זאל זיך אויסגלייכן. וועלמיר זעהן וויאזוי עס וועט זיך אויסארבעטן ביים 'ווילעדזש אוו סעווען ספרינגס'.)

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2450
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דינסטאג מארטש 26, 2019 1:08 pm

יישר כח פאר די שיינע באריכט. דער רעקארד באריכט זאגט אז די נייע פעטיציע האט שוין אנגעהויבן זאמלען אונטערשריפטן זינט יאנעוואר, אין אנדערע ווערטער די אפווארפונג פונעם סופערווייזער איז לאוו דוקא די סיבה פון די נייע פעטישן.

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3545
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דינסטאג מארטש 26, 2019 2:05 pm

ס'האט מיר נישט געמאכט קיין סענס, ווייל דער אפווארף איז אזוי לעכערליך אז מ'דארף פלעין א טרענסלעיטאר צו מסביר זיין א נומבער, מ'דארף נישטאמאל א קאורט לדעתי, די פעטישינארס קענען אים רופן אין קארט פאר אזא נארישע אפווארף
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אהער און אהין
שר חמש מאות
תגובות: 976
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » דינסטאג מארטש 26, 2019 2:28 pm

לאז געמאכט האט געשריבן:יישר כח פאר די שיינע באריכט. דער רעקארד באריכט זאגט אז די נייע פעטיציע האט שוין אנגעהויבן זאמלען אונטערשריפטן זינט יאנעוואר, אין אנדערע ווערטער די אפווארפונג פונעם סופערווייזער איז לאוו דוקא די סיבה פון די נייע פעטישן.

הייסט עס אז די ציהל פון פעטיציע #2 איז בעסער אויסצוקלארן די גרעניצן, און ארייננעמען אויך הערימאן קאמאנס. לאו דוקא אקעגנצוקומען די טאונ'ס פארלאנגען.
*
איך גלויב אז דאס וועט אויך אפגעווארפן ווערן דורך די טאון.

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2450
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דינסטאג מארטש 26, 2019 4:49 pm

אהער און אהין האט געשריבן:
לאז געמאכט האט געשריבן:יישר כח פאר די שיינע באריכט. דער רעקארד באריכט זאגט אז די נייע פעטיציע האט שוין אנגעהויבן זאמלען אונטערשריפטן זינט יאנעוואר, אין אנדערע ווערטער די אפווארפונג פונעם סופערווייזער איז לאוו דוקא די סיבה פון די נייע פעטישן.

הייסט עס אז די ציהל פון פעטיציע #2 איז בעסער אויסצוקלארן די גרעניצן, און ארייננעמען אויך הערימאן קאמאנס. לאו דוקא אקעגנצוקומען די טאונ'ס פארלאנגען.
*
איך גלויב אז דאס וועט אויך אפגעווארפן ווערן דורך די טאון.

ריכטיג, די אפווארפן איז זייער לעכערליך און וואלט גרינג צוריקגעשטויסן געווארן, די נייע פעטיציע איז פשוט געטוישט אביסל די גרעניצן.

אהער און אהין
שר חמש מאות
תגובות: 976
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » זונטאג מארטש 31, 2019 8:05 pm

דער נייער ווילעדזש שטויסט זיך אן אין שוועריקייטן. טאוני קארדאן דער סופערווייזער פון מאנרא האט שוין צוריקגעוויזן דעם פארשלאג און ער ארבעט קלוג וויאזוי צו שטערן דעם פראצעדור.

אין "דער בלאט" איז אנגעוויזן געווארן אז דער פראצעדור אהערצושטעלן א ווילעדזש איז גאנץ אן איינפאכער, פיל גרינגער ווי דער קאמפליצירטער אנעקסעישאן פראצעדור, דאך שרייבט דער בלאט אז מען שטויסט זיך אן אין שוועריגקייטן, גאנץ ווארשיינליך צוליב די פן ירבה גייסט און עלעמענטן אין טאון אוו מאנראו.

אידיש.טייפינג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2012 12:29 pm

תגובהדורך אידיש.טייפינג » מאנטאג אפריל 01, 2019 12:10 am

דער טאון האט שוין געשיקט א בריוו פאר הרב וואגשאהל אז זיי האבן געמאכט א טעות, און זיינע פעטיצעס אנטהאלטן יא די נויטיגע 20 פראצענט "וואטער קועליפייד"

בבל
שר האלף
תגובות: 1783
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » מאנטאג אפריל 01, 2019 9:15 am

אידיש.טייפינג האט געשריבן:דער טאון האט שוין געשיקט א בריוו פאר הרב וואגשאהל אז זיי האבן געמאכט א טעות, און זיינע פעטיצעס אנטהאלטן יא די נויטיגע 20 פראצענט "וואטער קועליפייד"

עס איז ברעקינג נייעס אויב עס איז טאקע אזוי עס מיינט צי זאגן אז אט גייט שוין זיין וואלן צווישן די סעוון ספרינגס שכנים אין עס ווערט א נייע וויליטש
קען זיין אז די טאון האט נישט געוואלט אויפגעבן אויף וואל מארט, טארגעט
בלייבט איבער צי זעהן צי הרב וואגשאל וועט גיין מיט די ערשטע פאטישן אדער 2

אהער און אהין
שר חמש מאות
תגובות: 976
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » מאנטאג אפריל 01, 2019 10:02 am

בבל האט געשריבן:
אידיש.טייפינג האט געשריבן:דער טאון האט שוין געשיקט א בריוו פאר הרב וואגשאהל אז זיי האבן געמאכט א טעות, און זיינע פעטיצעס אנטהאלטן יא די נויטיגע 20 פראצענט "וואטער קועליפייד"

עס איז ברעקינג נייעס אויב עס איז טאקע אזוי עס מיינט צי זאגן אז אט גייט שוין זיין וואלן צווישן די סעוון ספרינגס שכנים אין עס ווערט א נייע וויליטש
קען זיין אז די טאון האט נישט געוואלט אויפגעבן אויף וואל מארט, טארגעט
בלייבט איבער צי זעהן צי הרב וואגשאל וועט גיין מיט די ערשטע פאטישן אדער 2

זייט פארזיכטיג, דער ווילעדזש וועט נאך אדורכגיין אסאך אסאך ירחי לידה.

אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1141
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 06, 2012 3:52 pm

תגובהדורך טראנספארט » מאנטאג אפריל 01, 2019 10:26 am

עס קען זיין אז די טאון וויל יעצט אקצעפטירן די ערשטע פעטיציע, ווי איידער דארפן נאכדעם זיין געצוואונגען צו אננעמען די צווייטע פעטיציע וואס ווי איך פארשטיי ענהאלט עס מער לאנד אין זיך.
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)

אידיש.טייפינג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2012 12:29 pm

תגובהדורך אידיש.טייפינג » מאנטאג אפריל 01, 2019 2:04 pm

זיי האבן נישט גוט אפגעלערנט דאס געזעץ וואס זאגט אז די 20 פראצענט מוז זיין "וואטער קאליפייד", און נישט פון אלע איינוואוינער וואס נעמט אויך אריין קינדער.

אהער און אהין
שר חמש מאות
תגובות: 976
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 7:32 pm

מען הערט די נייעס אז אין וואודבערי פארשטייט מען זיך מיט די באהערדע, און דער עירוב וועט פונקציאנירן ווי געהעריג ב''ה.
דאס איז ווידער א רינגעלע אין די קייט פון 'פארשטענדעניש' וואס מען זעהט כסדר אין וואודבערי, בלומינגראוו, מאנרא, טשעסטער, און ווי אימער די אידעלעך ציען זיך ארויס, קניפט מען אן גוטע באציאונגען מיט די לאקאלע הערשער און פאליציי, אזוי אז עס הערשט א רוהיגקייט צווישן דעם ציבור מיט די ארומיגע שכנים.

די פאליציי איז אפען צו אונזערע געברויכן, און די באהערדע קומען זיך דורך פרידליך אויף אלע לעגאלע אנגעלעגענהייטן.

אוועטאר
סארקאזי
שר חמש מאות
תגובות: 843
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 10:32 pm

אהער און אהין האט געשריבן:מען הערט די נייעס אז אין וואודבערי פארשטייט מען זיך מיט די באהערדע, און דער עירוב וועט פונקציאנירן ווי געהעריג ב''ה.
דאס איז ווידער א רינגעלע אין די קייט פון 'פארשטענדעניש' וואס מען זעהט כסדר אין וואודבערי, בלומינגראוו, מאנרא, טשעסטער, און ווי אימער די אידעלעך ציען זיך ארויס, קניפט מען אן גוטע באציאונגען מיט די לאקאלע הערשער און פאליציי, אזוי אז עס הערשט א רוהיגקייט צווישן דעם ציבור מיט די ארומיגע שכנים.

די פאליציי איז אפען צו אונזערע געברויכן, און די באהערדע קומען זיך דורך פרידליך אויף אלע לעגאלע אנגעלעגענהייטן.

ווישפול טינקינג
יהי רצון שנזכה במהרה לזה
מאמר החכם,,,, איר מוזט נישט ארויסהאבען א נושא, כדי זיך צו קענען טענען דערוועגען, וכן נוהגין,,,

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » זונטאג אפריל 07, 2019 5:43 pm

געהערט אז אין שכינת ויואל משה וועט מען בעז"ה זיין פארטיג אויף איבעראיאר פסח מיט עטליכע הונדערטער דירות

אוועטאר
אורחאפורחא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 31, 2010 2:50 pm

שכונת הרמ"ה?

תגובהדורך אורחאפורחא » דאנארשטאג אפריל 11, 2019 9:20 pm

עד אין וואכנשריפט פון שכונת הרמ"ה - רידז"ש וכו'
צוגעלייגטע
dej.jpg
dej.jpg (126.68 KiB) געזעהן 1717 מאל

אוועטאר
אורחאפורחא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 31, 2010 2:50 pm

דעעש - וואודבערי

תגובהדורך אורחאפורחא » דאנארשטאג אפריל 11, 2019 9:26 pm

דעעש - וואודבערי
ביהמ"ד און מקוה אויף דזשעפערסאן שוין כמעט גרייט פאר פסח הבעל"ט
צוגעלייגטע
123.jpg
123.jpg (76.8 KiB) געזעהן 1689 מאל
לעצט פאראכטן דורך אורחאפורחא אום דאנארשטאג אפריל 11, 2019 9:39 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.
מינימום פרייז $25 אויב העלפט איר 50 זאגט א מיינונג 75 פארשטייט בעסער 100

אוועטאר
אורחאפורחא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 31, 2010 2:50 pm

דעעש - וואודבערי

תגובהדורך אורחאפורחא » דאנארשטאג אפריל 11, 2019 9:31 pm

דעעש - וואודבערי
צוגעלייגטע
Untitled-1.jpg
Untitled-1.jpg (28.14 KiB) געזעהן 1697 מאל
מינימום פרייז $25 אויב העלפט איר 50 זאגט א מיינונג 75 פארשטייט בעסער 100

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1469
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » מאנטאג אפריל 29, 2019 1:57 am

די נייע סמיט גארדענס (פארם) קאמפלעקס אין טאון אפ מאנרא שוין אין פולן שוואונג צו פארקויפן

איינער מיט פרייזען?
צוגעלייגטע
20190429_015846.jpg
20190429_015846.jpg (175.54 KiB) געזעהן 1186 מאל
20190429_015827.jpg
20190429_015827.jpg (201.42 KiB) געזעהן 1186 מאל

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2180
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מאנטאג אפריל 29, 2019 3:32 pm

אינעם ווילעדזש צייטונג איז געווען גרויס פראפאגאנדע "בלויז" פאר די אלע נייע דירות וואס קימען צו אינעם קרית יואל געגנט גופא, וואס לויט זייערע ווערטער וועט אין עטליכע יאר זיין אריבער 5 א האלב טויזענט פרישע דירות
איז דא ערגעצווי א סך הכל פון אלע ארומיגע געגנטער [וואס דער אויווענדערמאנטער צייטונג רעכנט נישט ביי זייערע קאלוקאלעישען] וויפיל עס איז שוין אויסגעקויפט, און וויפיל עס איז ערווארטעט אין די קומענדע עטליכע יאר צו זיין עוועליבעל ?

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » מאנטאג אפריל 29, 2019 4:25 pm

בס"ד
נאך ארום צוויי-דריי טויזנט, נישט גערעכנט די נייע געפלאנטע ווילעדזש.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

אוועטאר
יאקאן דינעלי
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2018 12:23 pm

תגובהדורך יאקאן דינעלי » מאנטאג אפריל 29, 2019 4:41 pm

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד
נאך ארום צוויי-דריי טויזנט, נישט גערעכנט די נייע געפלאנטע ווילעדזש.

די נומער איז בלויז נייע דעוועלעפמענטס? אויף וואס איז עס בעיסד?
אדער איז עס דיין שאצונג וואס רעכענט אריין אויך עקזיסטירענדע נישט אידישע הייזער וואס גייט באוואוינט ווערן מיט אידן?

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » מאנטאג אפריל 29, 2019 4:43 pm

בס"ד
קראנטע נומערן. מער אין אישי אדער קוויקבוקס.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2180
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מאנטאג אפריל 29, 2019 4:44 pm

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד
נאך ארום צוויי-דריי טויזנט, נישט גערעכנט די נייע געפלאנטע ווילעדזש.

מיטן נייעם ווילידזש וויפיל קומט נאך צו.

מאתים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 270
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 24, 2014 12:19 pm

תגובהדורך מאתים » מאנטאג אפריל 29, 2019 4:51 pm

רצון טוב האט געשריבן:אינעם ווילעדזש צייטונג איז געווען גרויס פראפאגאנדע "בלויז" פאר די אלע נייע דירות וואס קימען צו אינעם קרית יואל געגנט גופא, וואס לויט זייערע ווערטער וועט אין עטליכע יאר זיין אריבער 5 א האלב טויזענט פרישע דירות
איז דא ערגעצווי א סך הכל פון אלע ארומיגע געגנטער [וואס דער אויווענדערמאנטער צייטונג רעכנט נישט ביי זייערע קאלוקאלעישען] וויפיל עס איז שוין אויסגעקויפט, און וויפיל עס איז ערווארטעט אין די קומענדע עטליכע יאר צו זיין עוועליבעל ?

ליינענדיג, מאכענדיג די חשבון איז א האלב פון די חשבון, בערך 2700 דירות נאך אינעם עקזיסטירטע שטחים נאך פאר ענעקסעישן, ווי איז עס געווען ביז יעצט? ווען נישט די אויסגעצויגענע ענעקסעישן וואלט עס טאקע נישט אפירגעקומען?
'ומאתים לנוטרים את פריו'


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט