סאטמארער ישוב אין לעיקוואוד (מהרי"י)

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2140
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » מיטוואך נובעמבער 22, 2017 5:07 pm

ער זאגט א פוינט וואס אסאך טראכטן. די סאטמאר דעוועלעפמענט איז געבויעט געפערליך צאמגעשטויסן און יענטיש. ווען איינער גייט ארויס אויף זיין פארטש קענען צוואנציג ארומיגע פענסטערס זען יעדע ריר זיינע. ס'איז ווי איין צעשטיפטע קאנטרי. קיין טראפ פרייוועסי און ספעיס.

ס'איז דא מענטשן וואס גלייכן עס אזוי, ס'שפירט זיך ווי א טייט קאמיונעטי, אבער איינער וואס גלייכט עס נישט מעג זיך אנרופן. און יא, די דירות אינעווייניג זענען הערליך און רחבות'דיג אבער די אויסשטעל פון די קאנטרי איז א מאסיווע אנזעץ.

אוועטאר
zookeeper
שר חמישים ומאתים
תגובות: 337
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 13, 2011 12:52 am

תגובהדורך zookeeper » מיטוואך נובעמבער 22, 2017 5:28 pm

New Belz Development, Sidings going up
צוגעלייגטע
8f0688e2-1fe9-4c99-a511-c7d6b1b03295.jpg
8f0688e2-1fe9-4c99-a511-c7d6b1b03295.jpg (156.82 KiB) געזעהן 3213 מאל

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2912
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » מיטוואך נובעמבער 22, 2017 5:30 pm

עס ווענדט זיך "וויאזוי" מזאגט עס
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3415
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » מיטוואך נובעמבער 22, 2017 5:50 pm

וואס זאלער טון אז ער האלט אז ברוקלין איז בעסער?

פּשוט און פּראָסט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

תגובהדורך פּשוט און פּראָסט » מיטוואך נובעמבער 22, 2017 7:12 pm

משה בעלז האט געשריבן:
מחנך האט געשריבן:
סאבסיטוט האט געשריבן:אימפעריעל בויעט א נייע ריזיגע חסידישע שכונה עטליכע מנוט פון סאטמאר, 500 דירות, הערליכע גרויסע הייזער, סעמי פרייוועט 5 אהאלב טויזענט סקווער פוס... עס איז נעקסט דאור פון עווערגרין און אנדערע גרויסע מאולס. $110 א ס"ף!....


גייט עס זיין אזוי צוקוועטשט ווי די סאטמערע ראקוועל שכונה? איך האב נאכנישט געזען קיינעם אין ערגעץ בויען אזוי שלעכט און בצימצום'דיג, נישט קיין פראנט און נישט קיין בעק, אריינגעהאקט אפאר לאנגע באראקן מיט פארקינג גראד פאר'ן הויז, דארט דארף מען מופן פון שטאט צו?? אין ברוקלין איז שוין בעסער, כאטשיג דא סיידוואקס און פלאץ אין בעק פון די הייזער.

קוק אן די קלויזנבורגער אדער בעלזער שכונה, אביסל פלאץ צו אטעמען!

מחנך טייערער
איר האט געזעהן די בעלזער חלקה?

it is very obvious that he didn't see anything besides an agenda he don't know what he is talking about
"אין ברוקלין איז שוין בעסער"
anyone forced you out from there?? i don't know why, but you seem to be very uncomfortable there

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6210
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מיטוואך נובעמבער 22, 2017 8:53 pm

הערליך האט געשריבן:וואס זאלער טון אז ער האלט אז ברוקלין איז בעסער?



יא, ברוקלין איז בעסער.

איה"נ ברוקלין האט גרויסע חסרונות וואס פאר דעם ווילן מענטשן אוועק גיין, אבער אז א מענטש געזעגנט זיך שוין יא פון די מעלות וואס ער האט 'נאר אין ברוקלין', וויל ער עפעס נארמאלער.

(במחכ"ת)
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

סאבסיטוט
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

תגובהדורך סאבסיטוט » מיטוואך נובעמבער 22, 2017 8:59 pm

סארא נארישקייטן צו רעדן, כאולי איין מענטש מופט וועגן אביסל מער אדער ווייניגער גראז... מ'מופט ווייל ס'נישטא קיין הייזער ווי זיך צו רירן און דאס וואס איז דא צאלט מען 4 אלפים א חודש אדער 650 א ס"ף.. דא הייבט זעך עס אן און דא ענדיגט זיך עס

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6210
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מיטוואך נובעמבער 22, 2017 9:05 pm

ליין ביטע איבער נאך אמאל מיינע ווערטער פאר דו שרייבסט מיט גרויסע בוכשטאבן 'נארישקייטן', און אויב פארשטייסטו נאך אלץ נישט, סארי, א מתיבתא וועט נישט זיין ביז כאטש נעקסטע יאר.
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3415
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » מיטוואך נובעמבער 22, 2017 9:47 pm

ארייין אין מילתא דבדיחתא

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלפיים
תגובות: 2056
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » מיטוואך נובעמבער 22, 2017 10:51 pm

להודיע האט געשריבן:ער זאגט א פוינט וואס אסאך טראכטן. די סאטמאר דעוועלעפמענט איז געבויעט געפערליך צאמגעשטויסן און יענטיש. ווען איינער גייט ארויס אויף זיין פארטש קענען צוואנציג ארומיגע פענסטערס זען יעדע ריר זיינע. ס'איז ווי איין צעשטיפטע קאנטרי. קיין טראפ פרייוועסי און ספעיס.

ס'איז דא מענטשן וואס גלייכן עס אזוי, ס'שפירט זיך ווי א טייט קאמיונעטי, אבער איינער וואס גלייכט עס נישט מעג זיך אנרופן. און יא, די דירות אינעווייניג זענען הערליך און רחבות'דיג אבער די אויסשטעל פון די קאנטרי איז א מאסיווע אנזעץ.


הרב להודיע וכוי' (די אלע ניק'ס וואס רעדן זיך אפ) קענט איר מיר זאגן ווי מען בויעט בעסער ? אין ווילי ? אין מאנסי ? אדער גאר אפשר אין ק"י ?
קוקט אייך אביסל אום אין דערנאך וועט איר מיר זאגן צו לעיקוואד איז נישט א יחיד במינו וואס מען קען היינט באקומען...
ביטע ברענגט מיר נישט פון בעלז (לעיקוואד) אדער פון סקווער, ווייל דא רעדט מען דאך פון א סאטמאר דעוועלפמענט, אין פאר סאטמערע אינגעלייט...

איך האב נישט געטראפן ווי מען בויעט בעסער פאר סאטמערע אינגעלייט, א סאטמערע אינגערמאן דארף סאטמערע מוסדות, סאטמערע שוהל...
והא ראיה אז לעיקוואד גייט שוין אן צענדליגע יארן, אין מען האט קוים געקענט טרעפן א מנין סאטמערע משפחות, (כאפ מיר נישט ביים ווארט)
הגם וואס עס איז שוין לאנג דא א סאטמערע שוהל דארט !
............ נישט אייביג האב איך וואס צו זאגן, נישט אייביג איז מיר וויכטיג צו ענפערן!

לעיקוואד
שר חמש מאות
תגובות: 534
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

תגובהדורך לעיקוואד » דאנארשטאג נובעמבער 23, 2017 12:24 am

מחנך האט געשריבן:
סאבסיטוט האט געשריבן:
מחנך האט געשריבן:
סאבסיטוט האט געשריבן:אימפעריעל בויעט א נייע ריזיגע חסידישע שכונה עטליכע מנוט פון סאטמאר, 500 דירות, הערליכע גרויסע הייזער, סעמי פרייוועט 5 אהאלב טויזענט סקווער פוס... עס איז נעקסט דאור פון עווערגרין און אנדערע גרויסע מאולס. $110 א ס"ף!....


גייט עס זיין אזוי צוקוועטשט ווי די סאטמערע ראקוועל שכונה? איך האב נאכנישט געזען קיינעם אין ערגעץ בויען אזוי שלעכט און בצימצום'דיג, נישט קיין פראנט און נישט קיין בעק

ניין, די געגענט האט ברייטע לאטס פון אלע זייטן. ס'איז שוין פיניש עטליכע גאסן, זייער ברחבות


נאך א מזל, די סאטמערע דעוועלאפמענט איז א מאסיווע אנזעץ, רעכטיג גענומען אדווענטיזש פון אומוויסנדיגע מענטשן, געצאלט פול פרייז און מ'גיט גארנישט


מחנך טייערע בארואיג דיך, איך וויל פארשטיין אויף וועם האסטו טענות חוץ אויף דיך אליין און אויף ענקערע משוגעת'ן.

די דעוועלאפער נ.מ. פארהאנד האט געהאט א לאט מיט אפראוועל פון א לאנגע צייט צוריק, געווארן אפראווד צי בויען דאס וואס די זעסט געבויעט, דער בויער קען איך אויך גוט, א.ש. האט דעליווערט דאס וואס ער האט געדארפט, און קום מיר נישט מיט יחידים וואס האבן געוויסע פריוואטע טענות, ווייל אויף יעדע בויער וועט די קונה האבן טענות, אווער אלל האט ער א גוטע נאמען אז ער בויעט גוט.

יעצט לעינינינו, פארהאנד וואלט געקענט בויען 4 יאר צוריק פאר ליטאים און עס וואלט זיך פארקויפט פאר בערך 400, אזוי ווי עס איז געווען דעמאלטס די מארקעט, עס האט נישט געהייסן אזא שלעכטע זאך, איז ער געווען געדולדיג און ער האט געוואלט ברענגען סאטמאר'ע אידן קיין לעיקוואד, פארשטייט זיך אז באלאנגענדיג צו קהילת סאטמאר-וומסב"ג איז דאס געווען זיין ערשטע אויסוואל, און ער האט אסאך געשוויצט מיט אייזערנע נערווען צו אלע קאפריזן און פארלאנגען און שלעפענישן פון סאטמאר, - איך רעד אין די צייט וואס די מארקעט איז געווען א גוטע מארקעט און ער וואלט געקענט אלעס פארקויפן גרינגערהייט – נאכאמאל איך רעד פון א איד וואס קומט פון וויען און באלאנגט צי סאטמאר, אבער מיט דעם אלעם איז סאטמאר פון אייראפע אנדערש ווי סאטמאר וויליאמסבורג, ואין כאן מקומו להאריך אין די חילוקים, א קליינע דוגמא און דאס איז נאר די שפיץ, אין די גאנצע וועלט האט מען נישט קיין פראבלעם צו וואוינען נעבן א פרומע איד וואס גייט מיט א הוט שבת.

בקיצור א מעשה, ער איז געווען געדולדיג, און אינצווישן איז די פרייז נאך אביסל ארויף, ווען סאטמאר איז געגאנגען פובליק, און דאס איז די פרייז וואס מען האט געבעטן.

יעצט לגבי אוק און וויין, דאס איז א בחינה פון Catch 22 רוב סאטמאר'ע וואלטן נישט געקומען ווען נישט ראקוועל, און סאטמאר וואלט ווען נישט געקומען אן ראקוועל, און אסאך האבן נאך אלץ א פראבלעם צו וואוינען אויסגעמישט, און אוק אין וויין האט בעניפיטירט פון סאטמאר'ס קומען קיין ראקוועל, יעצט פאר א יחיד פריוואט וואס האט נישט קיין פראבלעם צו וואוינען אזוי ווי אונזערע עלטערן האבן געוואוינט אין וויליאמסבורג פאר פערציג יאר צוריק אויסגעמישט מיט אלע ערליכע אידן, איז אוודאי Oak & Vine א בעסערע אפשען, הגם אויך נישט די בעסטע אויף די מארקעט, אבער נישט שלעכט פאר חסידישע וואס ווילן גארנישט נישט האבן מיט אלט לעיקוואד.

איך גלייב אז קיין איין דעוועלאפער וואלט ווען נישט געדילט מיט אזויפיל געדולד מיט סאטמאר ווי פארהאנד, איך רעד פון די ערשטע דעוועלאפמענט, פון יעצט און ווייטער וועט זיין סאך גרינגער, און פארקערט סאטמאר/חסידים זענען שוין בעסערע קאסטומער'ס ווי ליטאים, אפילו דער בעלזער דעוועלאופער, איז קודם האט ער געהאט א שוואכערע פראדוקט אין יענע צייט, און בעלזא אינגעלייט איז נישט געווען אזוי שווער צו שלעפן ווי סאטמאר'ע אינגעלייט.

תמצית, קוקענדיג מצד הרבים איז ראקוועל געווען א ישועה פאר סאטמאר'ע אידן, מצד היחיד דארף יעדער טוען וואס עס איז גוט פאר אים און לויט זיינע אפשענס.

אגב, די סיבה פארוואס איך האב מיך איינגעהאלט פון שרייבן די לעצטע פאר יאר צו סאך הערות אויף ראקוועל, ווייל איך האב טאקע נישט געוואלט אריינברענגען א צומישעניש ביי אינגעלייט אויף א פובליק פורום און ח"ו צו ברענגען אז די דעוועלעפמענט זאל ח"ו צוזאם פאלן, יעצט ב"ה אז עס איז שוין א סוקסעס און איינער פרעגט עדווייס, פיל איך מיך גרינגער צו ענטפערן.

אוועטאר
גיכער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 13, 2012 11:32 am

תגובהדורך גיכער » דאנארשטאג נובעמבער 23, 2017 10:29 am

געפעלט מיר ווי אידן וואס זיכן תירוצים נישט צי מופן האבן געטראפן ב״ה
איינער זאגט דען אז עס קען נישט זיין בעסער? בעסער האט קיינמאל נישט קיין שיעור, דאס מציאות איז אזוי אז די לעצטע צוויי יאר ביז היינט איז נאכנישט געווען און איז נישטא קיין בעסערע אויסוואל פאר א סאטמארע אינגערמאן אווער אל עכ״פ אזוי האלטן די אידן וואס האבן געקויפט אין לעיקוואד,
יעצט אמת אז עס איז נישטא קיין סאך גראז אין פראנט פון די הייזער, אבער אין בעק האט יעדער צווישן צוואנציג און פינעף און צוואנציג פיס, סאו ביי די פלעצער ווי עס קימען זיך ציזאם צוויי בעקיארדס איז דא אזוי פיל ווי פיפציג פיס
לגבי די פארטשעס האט איינער אן עצה פאר סינגל אטעטשט הייזער צי בויען בעסער? יא אין ק״י אדער מאנסי ווי מען בויעט הויעך שטאקיגע געביידעס איז עס במציאות, איבעראל בויעט מען אזוי און וועם עס שטערט מאכט אביסל העכער די געיט און שוין
ווענד זיך וועלעכע ברילן מען טוט אן

קלוגער
שר האלף
תגובות: 1046
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

תגובהדורך קלוגער » דאנארשטאג נובעמבער 23, 2017 11:38 am

ס'דא מענטשען וואס פאר סיי וועלעכע סיבה גייען זיי אייביג זוכען אלע מיני חסרונות אויף אלע נייע געגנטען, און אויב מ'זיכט גייט מען אייביג טרעפען וואס צו זאגען, א שאדע זיך צו טענה'ן, עפעס קוועטשט פאר דעי מאנטעלעטי קאמפלעינערס, ראקוועל האט צוגעשטעלט שיינע רחבותדיגע דירות פאר גוטע פרייזען, מענטשען וואס אינדערהיים אין וויסב"ג אדער ב"פ איז קויפען א דירה געווען ביי דעי מענשטען א פוסטע חלום, און דא איז עס א געשענישע פאקט, יא פראנט נישט פראנט, הערליכע דירות פאר ביליג, און ס'אט זיך שיין פארקוייפט, יא ס'יז א געלונגענע פראזשעקט, ווייט ווייט פון א אנזעץ, קיפ גאואינג פארווערד

פּשוט און פּראָסט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

תגובהדורך פּשוט און פּראָסט » דאנארשטאג נובעמבער 23, 2017 7:32 pm

גיכער האט געשריבן:געפעלט מיר ווי אידן וואס זיכן תירוצים נישט צי מופן האבן געטראפן ב״ה
איינער זאגט דען אז עס קען נישט זיין בעסער? בעסער האט קיינמאל נישט קיין שיעור, דאס מציאות איז אזוי אז די לעצטע צוויי יאר ביז היינט איז נאכנישט געווען און איז נישטא קיין בעסערע אויסוואל פאר א סאטמארע אינגערמאן אווער אל עכ״פ אזוי האלטן די אידן וואס האבן געקויפט אין לעיקוואד,
יעצט אמת אז עס איז נישטא קיין סאך גראז אין פראנט פון די הייזער, אבער אין בעק האט יעדער צווישן צוואנציג און פינעף און צוואנציג פיס, סאו ביי די פלעצער ווי עס קימען זיך ציזאם צוויי בעקיארדס איז דא אזוי פיל ווי פיפציג פיס
לגבי די פארטשעס האט איינער אן עצה פאר סינגל אטעטשט הייזער צי בויען בעסער? יא אין ק״י אדער מאנסי ווי מען בויעט הויעך שטאקיגע געביידעס איז עס במציאות, איבעראל בויעט מען אזוי און וועם עס שטערט מאכט אביסל העכער די געיט און שוין
ווענד זיך וועלעכע ברילן מען טוט אן

למען הפונקטליכקײט רוב דירות האבן 30 פיס בעקיארד פאר יעדעם, צוזאמען איז עס 60 פיס

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1725
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

Welcome

תגובהדורך הצדיק » פרייטאג נובעמבער 24, 2017 2:24 pm

We would like to welcome our new Rockwell neighbor the Berkowitz family, we wish them Mazal tov and hatzluche in their new house
צוגעלייגטע
IMG-20171123-WA0033.jpg
IMG-20171123-WA0033.jpg (181.26 KiB) געזעהן 2317 מאל

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1725
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

בית יעקב אלו הנשים

תגובהדורך הצדיק » מאנטאג נובעמבער 27, 2017 8:16 pm

נשים צדקניות פונעם נייעם אויפבליענדע סאטמארע ישוב אין לעיקוואוד אונטערן טיפן איינדרוק פונעם תוכן'דיגע חינוך אווענט אהערגעשטעלט דורך דעם "בית רחל ד'סאטמאר"

לעיקוואוד ניו דזשערסי – פארלאפענעם דינסטאג אווענט, האט די "בית רחל ד'סאטמאר לעיקוואוד", בנשיאות כ"ק אדמו"ר שליט"א, אהער געשטעלט א רייכע תוכנ'דיגע חינוך אווענט פאר די חשוב'ע נשים צדקניות די עלטערן פון דעם נייעם סאטמארע מוסדות אין לעיקוואוד, ווי זיי האבן דערהאַלטן הויפנס חיזוק און ערמוטיגונג, און זיך אנגעזאפט מיט ווארימע ווערטער בעניני חינוך על דרך המסורה.

פארלאפענעם חודש אלול, האבן די הערצער פון אלע קונים פון דעם נייעם הערליכן סאטמארע ישוב אין לעיקוואוד, די טאטעס און מאמעס, זיידעס און באבעס, און סאטמארע חסידים אומטום געפלאטערט מיט התרגשות, אז מען האט מיט א וואונערבארע הצלחה וסייעתא דשמיא, געעפענט די נייע מוסדות "ישיבה תורה ויראה דרבינו יואל מסאטמאר לעיקוואוד, בנשיאות כ"ק אדמו"ר שליט"א.

די נייע מוסדות וואקסט און איז מצליח, און גייט כסדר ארויף העכער העכער, אן אפשטעל, ס'איז עולה מעלות רמות בעוז ותעצומות, בכמות ובאיכות, ברוחניות ובגשמיות, לשם ולתפארת ולתהילה, און עס פארגרעסערט זיך יעדע איינציגע וואך מיט נאך תלמידים ותלמידיות, בלי אין הרע, און אנטוויקעלט זיך א פרישע מוסד אין די סאטמארע איפעריע, דורך די צענדליגע פרישע משפחות מאברכי אנ"ש, וועלכע ציען זיך ארויס צו דעם נייעם סאטמארע ישוב, דער פּראכטפולער מקום מושב, וועלכע האט אלע צוגעהערן צוגעשטעלט, ברוחניות ובגשמיות.

דער נשים צדקניות האָבן שוין ווירקליך אנגעקניפּט אַ שטארקע פריינטשאַפט, און אַ קשר עוז איינער מיט'ן אַנדערן, זייענדיג שכנים וידידים טובים, איז אָבער ביז היינט נאך נישט אויסגעקומען אַז דער "בית יעקב אלו הנשים" זאל זיך צונויפקומען אינאיינעם, און אצינד שטייענדיג שוין עטליכע וואכן אריין אינעם לערן יאר, האט די הנהלה רוחני פון די סקול, געזען פאר וויכטיג צוזאמצורופן די אלע חשובה מאמעס פון די מוסד, זיך צוזאמצוקומען ברוב עם, לחזק ולהתחזק, און די טעמא פון דעם אווענט, איז געווארן געווידמיט איבער די נושא פון "מסורות אבותינו ורבותינו הק'".

צו די באשטימטע צייט, פארלאפענעם דינסטאג אווענט, זענען זיך צונויפגעקומען די אלע פרויען - די "שכנים טובים", וועלכע וואוינען צוזאמען, בשבת אחים, אין דעם נייעם ישוב, - אין די בנין פון די מיידל סקול, ווי די עלטערן האבן אויך געהאט די געלעגענהייט, צו זעהן דעם שיינע רחבות'דיגע בנין מפואר, ווי זייערע מיידלעך ווערן נתחנך, בדרך ישראל סבא, מתוך הרחבות הדעת, די ריזיגע קלאס צימערן, וועלכע איז פראכטפול פארענדיג, מיט שיינע טיילס, און איז הערליך באלויכטען, מיט אלע דעטאלן און פיטשעווקעס.

אזוי אויך האבן די עלטערן געהאט א געלעגענהייט, זיך צו באקענען פונדערנאנט, מיט די חשובע מחנכות, די פראפעסנאלע שטאב פון לעריעניס, וועלכע באשטייט און שפיץ פונעם געלונגענעם מנהלת, מרת פריעדמאן תליט"א, און הערן לעבעדיגע גרוסן פון די רוחניות'דיגע עליות פון די טייערע תלמדיות.

די אווענט איז געפענט געווארן, און צום ערשט איז געוויזן געווארן א העליכע סלייד פרעזענטאציע, פון א טאג אינעם בית חינוך, די עלטערן האבן געשטראלט פאר נחת, זענדיג וויאזוי זייערע קינדערלעך פארברענגען דעם טאג, און שטייגן מעלה מעלה, דערנאך האט די חשובע טאלאנטפולע מנהלת מרת פריעדמאן תליט"א, אדרעסירט די עלטערן, און שיין ארומגערעדט איבער די טעמא פון די אווענט, איבער די גרויסע אחריות וואס ליגט אויף די חשובע עלטערן צו ממשיך זיין די הייליגע מסורה'דיגע חינוך, און די גרויסע אחריות דאס צו איבערפלאנצען דאהי אין די נייעם ישוב.

דערנאך האט אויפגעטרעטן די גאסט רעדנערין, די בארימטע רעביצין מייזליש תליט"א, פון וויליאמסבורג, און די ציבור האט געשלונגען מיט דארשט די ווארימע פערל ווערטער, צום שלוס פונעם נאכט, איז געווען א הערליכע פארשטעלונג, דורך די תלמדיות פון פיפטע און זעקסטע קלאסן, ווי די מיידלעך האבן געהאט די געלעגנהייט ארויסצוברענגען זייערע טאלאנטן און כשרונות.

שפעט ביי די נאכט זענען זיך די נשים צדקניות צוגאנגען, מיט הויפענס פון חיזוק און ערמוטיגונג, און די אפקלאנג וואס איז צוריקגעקומען נאך די אסיפה איז געווען אויסערגעווענדליך! און איז געבליבן די געשפרעך פונעם טאג אינעם ישוב, סיי איבער די געלונגענע אווענט, און סיי פון די הלך ילך און די מיידל שולע, די פראפעסנאלע שטאב, ביי וועם די קינדערלעך ליגן "אין די ריכטיגע הענט", וועלכע פארמאגן די ריכטיגע כלים, ארויפצוברענגען די צאן קדשים מעלה מעלה על במתי התורה והיראה.

מ'קען נישט גענוג דאנקען אין לויבן, דעם בוכ"ע אז מען האט ב"ה מצליח געווען, צו עפענען מוסדות התורה, וואו מ'וועט קענען געבן דעם גאָלדענעם הייליגן חינוך, צו מחנך זיין ערליכע אידישע דורות מתוך הרחבת הדעת, בדרך שהורה לנו מרן רבינו הקדוש זי"ע, תחת דגלו של כ"ק מרן רבינו שליט"א עד ביאת הגואל, בב"א.

אשא עיני אל ההורים

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1725
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

מסיבת לחיים וקביעת מזוזה

תגובהדורך הצדיק » מאנטאג נובעמבער 27, 2017 10:26 pm

IMG-20171126-WA0033.jpg
IMG-20171126-WA0033.jpg (73.44 KiB) געזעהן 1841 מאל
IMG-20171126-WA0033.jpg
IMG-20171126-WA0033.jpg (73.44 KiB) געזעהן 1841 מאל
IMG-20171126-WA0049.jpg
IMG-20171126-WA0049.jpg (77.57 KiB) געזעהן 1841 מאל

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1725
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » מאנטאג נובעמבער 27, 2017 10:29 pm

IMG-20171126-WA0032.jpg
IMG-20171126-WA0032.jpg (59.28 KiB) געזעהן 1840 מאל

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1725
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

Welcome

תגובהדורך הצדיק » מאנטאג נובעמבער 27, 2017 10:31 pm

We would like to welcome our new Rockwell neighbor family Yoel Weiss, we wish them Mazal tov and hatzluche in their new house

IMG-20171127-WA0001.jpg
IMG-20171127-WA0001.jpg (249.59 KiB) געזעהן 1834 מאל
IMG-20171127-WA0014.jpg
IMG-20171127-WA0014.jpg (215.01 KiB) געזעהן 1834 מאל

שיר דברי
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 10:01 am

תגובהדורך שיר דברי » דינסטאג נובעמבער 28, 2017 5:14 pm

הצדיק האט געשריבן:We would like to welcome our new Rockwell neighbor family Yoel Weiss, we wish them Mazal tov and hatzluche in their new house

IMG-20171127-WA0001.jpg
IMG-20171127-WA0014.jpg

ר׳ יואל נ״י בן ר׳ יודא לייב נ״י בן ר׳ משה שמואל נ״י בן ר׳ יצחק נ״י ?

oh vei
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 2:30 pm

תגובהדורך oh vei » דינסטאג נובעמבער 28, 2017 11:03 pm

איך ווייס נישט ווער זענען דיע אלע שרייבערס דא בעד די ישוב.
איך וואוין דא און געגנט פאר אנדערטהאלבען יאר.
איעדער וואס קומט דא וואוינען זאל זיך גרייטען צו זיצען א דריי פערטיל טאג און טרעפיק.
די טאון אויף לעיקוואד איז קארופטירט און פארפוילט פון קאפ ביז פיס.
אפשר קען איינער מסביר זיין אויב זיצען מענטשען יעדן טאג א דריי פערטיל שעה צו דורכגיין אויפען רט 9 און ראוש אויערס,וואו איז די אחריות צו אפראווען נאך טויזענטע יונוטס אויף רט 9 ,ביי די פליה מארקעט אויף די רט 70 איז אפראוועד נאך הונדרעטע יונוטס פלאס אן אפארטמענט באולדינג ,ווער רעדט נאך פון אויק און וויין וואס הארט אינדערמיט פון די רט 9 איך האב באמת מיטלייד מיט יעדעם וואס קומט דא וואונען , די סיבה פארוואס מפארקויפט יעצט מער פאר חסידים איז ווייל די לאקאלע עולם איז קלוגער געווארען און קויפט און די ארומיגע געגנטער פריוואטע ברייטע הייזער פאר ביליגע פרייזען און אסאך ביליגערע טעקסעס,ווי אוכט די לאקאלע עולם קען שוין די בילדערס דא און קען שוין די עגמת נפש פונעם עולם.
ווען מרעדט בפרטיות פון די סאטמערע פון די סאטמערע דעוועלעפמענט ,סאיז אמת אז סאיז געבויעט זייער צושטיפט און שרייבען אויף דעם רחבות׳דיג איז א חוכא אטלולא.
אדרבה אויב קומט איהר אהער גייט אריבער צו היקערי פיינס און טאמס ריווער א גויעשע דעוועלעפער האט עס געבויעט,העלפ עיקעיר פראפערטיס ,הערליכע נייע הייזער פאר פיהר פינעף הונדרעט טויזענט דאללער.
איך בין סיי אן אנוואוינער און ניו דזשערסי ,און סיי א ריעל עסטעיט אינוועסטיר,איך קוק מיך ארום ווי שיין דעוועלעפרס בויען אלל אווער ניו דזשערסי און מגעט אסאך מער אפשעינס פאר די קויפערס,און צוגונגליכע פרייזען.
א זעלכע טאון הייזעס און ניו דזשערסי גייען צווישען צוויי הונדרעט און דריי הונדרעט פופציג טויזענט און די שענסטע געגנטנר און ניו דזשערסי .
פינעף הונדרעט צאלט און די גאר גאר טייערע געגנטער און נאורט דזשערסי.
סאוט דזשערסי איז פיל מיט פוסטע ליידיגע לאטס און טאון הייזעס קוסטען גאר ביליג.
בקיצור לענית דעתי דארף די קויפערס מאכען א אייגענע וועד וואס ארבעט פאר ענקער אינטערסען.
דיע אלע דעוועלעפרס און עסקנים זענען דא פאר זייער טאש און נעמען עדווענטיזש פון אן אנעדזשיקעטיט עולם.

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2912
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » מיטוואך נובעמבער 29, 2017 1:13 am

:roll:
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
גיכער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 13, 2012 11:32 am

תגובהדורך גיכער » מיטוואך נובעמבער 29, 2017 3:23 am

ר׳ אוי וויי איר זאגט גוט און אמת, אבער איך קום צוריק צי מיין הנחה, וואסערע אפשען האט א וויליאמסבורגער סאטמארע אינגערמאן וואס וואלט גערן געבליבן וואוינען אין וויליאמסבורג נאר די אומשטענדן ערלויבן פשוט נישט פארן דורכשניטלעכער פארדינער זיך צי ערלויבן א אייגענע דעכל איבערן קאפ אין ברוקלין
דער אינגערמאן וואס האט געקויפט אין ראקוועל וואלט נישט געקויפט אין היקערי פיינס אדער סתם א פריוואטע הויז אין טאמס ריווער עט די מאומענט, מען וויל בדרך כלל א היימישע סביבה זעהן היימישע פנים׳ער יעדן טאג ביים דאווענען, ניטאמאל אויק ענד וויין איז אים גוט, סאו יא, איז ראקוועל די בעסטע אויסוואל פאר סתם הנקרא חסידישער אינגערמאן? קלאר אז נישט, אבער פארן סתם עמך סאטמארער אינגערמאן איז עס ממש ווי געווינטשען, ברייטע גרויסע הייזער פאר פרייזן וואס מען קען זיך ערלויבן, מען ברויך נישט סערקלען פאר פארקינג, סאיז דא וואלקינג דיסטענס גראסעריס און שאפינג מאלס וכדו׳ און די ווייבלעך האבן א ריפלעיסמענט פאר לי עוועניו וכו׳ וכו׳
אויף די רוט ניין דארף מען כמעט נישט פארן אין ראש אוער ווייל די מאמעס ברויכן נישט טראגן די קינדער אין חדר/סקול, און אויב יא קען מען עס אויך אויסקראסן
אויב שמעקט עס נישט פאר די שכינים איז טו בעד, סאיז א פרי קאנטרי קענסט פארקויפן דיין הויז פאר א סאטמארער אינגערמאן און גיין קיין היקערי פיינס

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3415
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » מיטוואך נובעמבער 29, 2017 5:31 am

די טרעפיק אויפן רוט ניין קומט פון די ליטווישע און מאנדערענע לעקוואדער וואס פארמאגן מערערע קארס פער האויזהאלד און ציען זיך ארויס אין טאמס ריווער אוו דשעקסאן, פאקן אן די ראוידס מיט קארס, וואו מען גייט נאר איז עס מיטן קאר, מען טראגט די קינדער אין חיידער מיטן קאר, יעדע מילך אייקויפן איז מיטן קאר, די חסידים וואס די וואס פארמאגן אן אויטא בכלל האבן נאר איינס פער הויז, זיי מאכן גאר די טרעפיק? ראקוועל איז נעבן שאפינג פאר א סיבה, ווייל די פרויען דרייוון נישט, אויק ענד וויין איז נעבן עווערגרין פאר א סיבה, די חסידישע אינגעלייט מוזן וואוינען נאנט צו געשעעפטן

באדעם ליין, די חסידישע דעוועלאפמענטס מאכן נישט קיין טרעפיק, די עצות צו קויפן פריוואטע הייזער אינדערויסן, יענס מאכט טרעפיק.

ב. ד. וו. די איינציגע וואס ווילן אייציען אפראוועלס זענען נאר דעוועלאפערס, אויס מורא אז זיי גייען נישט קענען מאכן גענוג געלט, צוליבן איבערפלוס אויפן מארקעט, און דער עולם זאגט, עס זאל זיך גיסן הייזער אין לעקוואד ווי וואסער, יעדע קונה זאלן צען אגענטן נאכלויפן פונקט ווי די לייוו אינשורענס ביזנעס, איך זעה נישט ווער עס האט א אינטערעסס איינציציען די מארקעט חוץ געלט גייציגע ריעל עסטעיט דעוועלאפערס, היה לא תיה

לעיקוואד
שר חמש מאות
תגובות: 534
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

תגובהדורך לעיקוואד » מיטוואך נובעמבער 29, 2017 10:27 am

עס איז דא גענוג אלטע לעיקוואד'ע איינוואוינער וואס ווילן זען א סטאפ צו די אפראוועלס מיט אסאך וועריענסעס, עס איז נישט קיין דעוועלאופערס, אויב עפעס דערלייגן זיי נאר, איך ווייס אז עס איז דא א טעאריע אז די מאוומענט פון TBL קומט פון א דעוועלאופער, אבער לפי ידיעתי איז עס פון רעגולער עמך אידן, און אסאך זענען פון די טשעסטאנט געגענט וואס האבן געקויפט הייזער דארט מיט די חשבון צו וואוינען פריוואט און עס באדערט זיי זייער די טרעפיק און דאס אז עס קומען אזויפיל די חסיד'ישע פון ברוקלין, והיינו טעמא פון TBL און היינו טעמא דאס אז מען האט פארמאכט די מנין פעקטארי אויף טשעסטנאט, איך זאג נישט אז זיי זענען גערעכט ווייל סוף כל סוף זענען זיי געקומען נאר אפאר יאר פריער און די גוי האט געהאט טענות אויף זיי פונקט ווי זיי האבן טענות אויף די חסיד'ישע.

די עיקר פראבלעם איז אבער די קאראפשען וואס גייט פאר אין די טאונשיפ, און דאס אז מען האט נישט פארבעסערט די אינפראסטראקטשור ביז יעצט, ווען די טאונשיפ וואלט ווען ווי מען זאגט אין ענגליש Keep up with the infrastructure וואלט ווען רוב נארמאלע מענטשען נישט געהאט קיין פראבלעם מיט די היי דענסיטי.

איך אליינס קען מעיד זיין אז די טרעפיק איז היינט סאך ערגער ווי פינף יאר צוריק ווען איך האב געמופט, און איך שטעל מיך פאר אז עס איז ערגער פון צען יאר צוריק.

דאס אז די ראוט 9 איז די איינציגסטע גאס וואס לויפט פון נארט צו סאוט דורכאויס לעיקוואוד, און עס איז נישט דא קיין געהעריגע אלטערנעטיוו איז נאר די טאונשיפ שולדיג.

אויב די גלייבסט מיר נישט קום אריבער צי די נארט סייד פון די טאון נעבן די ישיבה געגענט וועסטו אליינס זען אז אפילו עס איז דא דארט דאפעלט אדער דריי מאל אזויפיל משפחות איז נישט דא אזויפיל טרעפיק ווי Down The 9 ווייל עס איז דא א גריד.

די עיקר טרעפיק אין לעיקוואד איז דורכצוגיין די לעיק ביז נאך Oak st.


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט