סאטמארער ישוב אין לעיקוואוד (מהרי"י)

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2912
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » מיטוואך נובעמבער 29, 2017 11:49 pm

הרב אוי וויי
זייטס אונז אלע געזונט ביטע קושט די מזוזה אויף די צווייטע זייט טיר
מיר זענען נעבעך א רחמנות און א גזירה מן השמים
אייער השתדלות זעהט אויס וועט נישט העלפן אויפדערווייל....
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
גיכער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 13, 2012 11:32 am

תגובהדורך גיכער » מיטוואך נובעמבער 29, 2017 11:57 pm

כ׳ווייס נישט פארוואס איך שרייב נאך סאיז זאכן וואס יעדער פארשטייט און ווייסט, אז עס ארבעט נישט אזוי ווי די זאגסט, אז מ׳זאל זיך ציזאמנעמען סגייט נישט אזוי, און יא מען דארף זאגן שכוח פאר די וואס טיען יא אפילו מען האט איבערגעצאלט לשיטתך ווייל נאר אזוי האלט מען ווי מען האלט היינט ב״ה

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2912
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » דאנארשטאג נובעמבער 30, 2017 12:04 am

נאכאמזל ער איז נישט געקומען אונז "העלפן" מיט עטליכע חדשים צוריק...

וויאזוי זאכן האבן זיך געגעבן א ריק אזוי גיך איז ממש א אויסטערלישע סייעתא דשמיא!!
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

לעיקוואד
שר חמש מאות
תגובות: 534
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

תגובהדורך לעיקוואד » דאנארשטאג נובעמבער 30, 2017 12:10 am

אוי וויי
איר מאכט א טעות, בשעת סאטמאר האט געסיינט קאנטראקט/זיך געזעצט צום טיש איז פארהאנד בכלל נישט געווען אין די טייערע רעינדזש, דעמאלטס איז דאס געווען די פרייזן בערך, פלאס ער האט צוגעזאגט אז ער געט פאר מוסדות, ממילא איז עס געווען א בעסער דיעל ווי נעמען אליינס א בויער וכדו' (עס מאכט נישט אויס ווער עס איז שולדיג געווען אז די פרייזן זענען געווען הויעך, ווי איינער האט פריער דא געזאגט אז אימפריאל איז שולדיג דערין, אבער פאקטיש איז עס געווען טייער)
די קומסט יעצט נאכדעם וואס די פרייז איז געפאלן אז מען קען האבן ביליגער, ביסט גערעכט לגבי א יחיד, אבער די קהילה קען שוין נישט יעצט גארנישט טוען. נישט ע"פ הלכה און נישט אלץ מענטשליכקייט.
אויב די האסט געמופט אין די געגענט פאר איין א האלב יאר צוריק, און געקויפט פאר בערך 3 יאר צוריק גלייב איך אז די האסט אויך געצאלט מער וויפיל די צאלסט ווען היינט.

לעיקוואד
שר חמש מאות
תגובות: 534
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

תגובהדורך לעיקוואד » דאנארשטאג נובעמבער 30, 2017 12:24 am

איינער האט דא פריער ארויסגעברענגט אז א סאטמארע אינגערמאן וויל נישט זען אין גראסערי אדער אויפן גאס וכדו' דאכט זיך מיר אז רוב סאטמארע אידן וואס זענען געקומען אין לעיקוואד האבן נישט קיין פראבלעם, די טייפ וואס איז אלערדזשיק צו א איד מיט אנדערע מיינונגען גייען ע"פ רוב קיין בלומינגבורג.
עס איז נאר די קהילה וואלט נישט געקענט דורכברעכן אזא פראדזשעקט אן אן אפגעזונדערטע דעוועלעפמענט עטליעסט פאר אנפאנג.

#just the fact

לעיקוואד
שר חמש מאות
תגובות: 534
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

תגובהדורך לעיקוואד » דאנארשטאג נובעמבער 30, 2017 12:31 am

אגב אז מען רעדט פון שמירת עינים, איז אינטערסאנט צו ברענגען א מימרא פון א איד וואס גייט נישט מיט א שטריימל וואס ארבעט אין ק"י און וואוינט אין לעיקוואד, איך וויל נישט פורש בשמו זיין אבער אסאך ראקוועל אידן ווייסן וועם איך מיין, אז די נסיונות איז סאך מער אין ק"י ווי אין לעיקוואד, ליידער.
בשם סקולענע רב אין לעיקוואד זאגט מען אז די שמירת עינים איז אים סאך גרינגער אין לעיקוואד ווי אין ב"פ.

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2912
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » דאנארשטאג נובעמבער 30, 2017 12:34 am

ווער איז סקולענע רב אין לעיקוואד?
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

oh vei
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 2:30 pm

תגובהדורך oh vei » דאנארשטאג נובעמבער 30, 2017 12:41 am

איך האב ב״ד נישט איבערגעצאלט,און בלייבסט אלע גערעכט און פאקטס ענק אויס ״גיכער״ די טאשען צו באצאלען אייערע מארגטזשעס פאר אייער ״הערליך״ הויז און ״לעיקוואד״ און פארגעס נישט צו טאנצען ״נודה לך״
אגוטע נאכט אייך אלע איך וועל אייך מער נישט באדערען.

לעיקוואד
שר חמש מאות
תגובות: 534
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

תגובהדורך לעיקוואד » דאנארשטאג נובעמבער 30, 2017 12:50 am

נודה לך האט געשריבן:ווער איז סקולענע רב אין לעיקוואד?


סקולענע רביס זון, ער האט געוואוינט אין ב"פ און וואוינט היינט אין לעיקוואד
לעצט פאראכטן דורך לעיקוואד אום דאנארשטאג נובעמבער 30, 2017 12:52 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2912
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » דאנארשטאג נובעמבער 30, 2017 12:52 am

א נייע זאך? וועלכע זון?
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

לעיקוואד
שר חמש מאות
תגובות: 534
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

תגובהדורך לעיקוואד » דאנארשטאג נובעמבער 30, 2017 12:53 am

נודה לך האט געשריבן:א נייע זאך? וועלכע זון?


הרב הערש נח שליט"א בערך 6 יאר צוריק

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2912
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » דאנארשטאג נובעמבער 30, 2017 12:55 am

לעיקוואד האט געשריבן:
נודה לך האט געשריבן:א נייע זאך? וועלכע זון?


הרב הערש נח שליט"א בערך 6 יאר צוריק


אה נישט געוויסט דערפון יישר כח
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3415
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » דאנארשטאג נובעמבער 30, 2017 6:10 am

מאדנע איז, אז דער אוי וויי וואס פרעדיגט גיין וואוינען אויף מארס, וואינט גאר אין די משוגענע לעקוואד, מאדנע וועלט

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3415
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » דאנארשטאג נובעמבער 30, 2017 6:11 am

לעיקוואד האט געשריבן:אגב אז מען רעדט פון שמירת עינים, איז אינטערסאנט צו ברענגען א מימרא פון א איד וואס גייט נישט מיט א שטריימל וואס ארבעט אין ק"י און וואוינט אין לעיקוואד, איך וויל נישט פורש בשמו זיין אבער אסאך ראקוועל אידן ווייסן וועם איך מיין, אז די נסיונות איז סאך מער אין ק"י ווי אין לעיקוואד, ליידער.
בשם סקולענע רב אין לעיקוואד זאגט מען אז די שמירת עינים איז אים סאך גרינגער אין לעיקוואד ווי אין ב"פ.


איך קען דיר עס אויך זאגן, נישט נאר בארא פארק, נאר וויליאמסבורג אויך.

איבער קרית יואל, סארי, איך ווייס וועם דו מיינסט, און איך גלויב נישט אז ער האט אזאנס גיזאגט, איך גיי אים באלד רופן פרעגן, עכ״פ, סאיז אויסדריקליך נישט אמת, און איך גיי נישט אריין גיין אין קיין דיטעילס, אבער דו ווייסט זייער גוט אז סאיז נישט אמת, א טיפיקל לעקוואד אויפגעצויגענער איז גאר אן אנדער פראדוקט ווי א קרית יואל פרי

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3415
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » דאנארשטאג נובעמבער 30, 2017 9:43 am

oh vei האט געשריבן:אויב ווילסטו טאקע לעיקוואד,נעמטס ענק צאם קויפטס א לאט און הייערטס א בילדער ווי א מענטש,קוקטס פאר א געגענט וואס וועט ארבעטען דאס בעסטע מיט די טרעפיק פראבלעמען,נעמטס ענק איינער וואס ארבעט פאר ענקער אינטרעסען,און לאזטס ענק נישט אויסנוצען דורך מענטשען וואס ווילען אנפיהלען זייער טאשען אויפען חשבון פון אייער לעבן די נעקסטע דרייסיג יאר ועוד.


סקויפצעך אזוי לאטס, סהייערצעך אזוי בילדערס, סבויעצעך אזוי הייזער, אינגערמאן, לייגט אייך צוריק און חלומט ווייטער, דו האסט דען די מינדענסטע השגה וואס פאר א נערישקייט דו האסט פארגעשלאגן דא? זאג נאר, דו האסט שוין געקויפט א דירה? האסטו שוין געקלויזט אמאל אויף א מארטגיטש? דו ווייסט וואס א קאנסטראקשן לאוין מיינט? וויפיל ווייסע האר מען באקומט ביים קלאויזן א פשוטע מארטגיטש טיימס 7000, דאס איז א קאנשטראקשן לאוין, סקויפט זיך נישט אזוי, סבויעט זיך נישט אזוי, פאר א סיבה בויען מענטשן נישט אליינס, כוועל רעדן מיט דיר צען יאר ארום, ווען דו וועסט בעזר ה' קויפן דיין אייגענע דירה

חוץ מזה, "די רייכע פאקן זיך אן די טאשן אויף אונזער חשבון" ארגימענט, האט שוין עקספייערד צוזאמען מיט די אקיופיי וואל סטריט, אויב איז טאקע אזוי גרינג צו קויפן לאטס און בויען פאר ביליגער ווי זיי בויען איצט, נו, פארוואס ביסטו אזא שוטה צו גיין אינוועסטן ביי גוים? אינוועסט דא און ווער א מיליאנעיר? הא?

אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1122
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 9:34 am

תגובהדורך פאקטען » דאנארשטאג נובעמבער 30, 2017 9:58 am

אז מ'רעד שוין, דא איז א בריוו וואס איינער האט אריינגעשיקט צו די לעיקוואוד סקאפ

http://www.thelakewoodscoop.com/news/20 ... or-me.html

Call me ‘Farfrumt’, or whatever else you’d like, but I consider myself a mother who actually cares, and I just wanted to point out that I’m considering not allowing my young Bachur go to the grocery for me.

The reason? Lakewood is no longer the same Lakewood it was 10 years ago with regards to Tznius.

I’m a regular ‘with-it’ woman (who happened to have moved from out of town close to 25 years ago), and I must say I’m appalled at the complete lack of Tznius I see.

I know the issues of Tznius has been addressed here before, as well as in some national papers, but I never thought it would reach a point where I would simply not want my son exposed to these elements in my local grocery store?

Who ever heard of women walking around as if Halachos are optional? This isn’t your backyard. This is a public place, and the Michshal is tremendous.

I’m just hoping this can somehow be rectified before we completely lose the sensitivity expected from us as an Am Kadosh.

Thank you (and thank you Scoop, should you publish this letter).

Mrs. C.L.,
Lakewood.

(TLS welcomes your letters by submitting them to letters@thelakewoodscoop.com)
מצדי קען זיך די שמועס ענדיגן דא........

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3415
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » דאנארשטאג נובעמבער 30, 2017 10:05 am

מיך ווינדערט אויך וויאזוי מאמעס לאזן די בחורים גיין צו טשעסטנאט גראסערי אדער די אייז קריעם האויז וכד' אין וויליאמסבורג זומער, דעפעניטלי א ביליאן מאל ארגער, דער בריוו שרייבער איז נאך אלץ זייער גערעכט

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3415
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » דאנארשטאג נובעמבער 30, 2017 12:20 pm

מזל טוב
צוגעלייגטע
25A76C16-AF5C-4676-851D-EA94CAEC4C5D.jpeg
25A76C16-AF5C-4676-851D-EA94CAEC4C5D.jpeg (660.76 KiB) געזעהן 1823 מאל
D68A342E-21F2-4630-B91C-ADD70E81BAC2.jpeg
D68A342E-21F2-4630-B91C-ADD70E81BAC2.jpeg (524.17 KiB) געזעהן 1823 מאל
A75B86B5-63EB-4137-9E37-FC4E529DF3F8.jpeg
A75B86B5-63EB-4137-9E37-FC4E529DF3F8.jpeg (546.85 KiB) געזעהן 1823 מאל

ווערעצקי
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

תגובהדורך ווערעצקי » דאנארשטאג נובעמבער 30, 2017 1:02 pm

הערליך האט געשריבן:מזל טוב


אינטערעסאנט, די קהלה און די מוסדות האבן גענוצט די זעלבע שרייבערס, די חרוזים אונטן איז כמעט די זעלבע, מיט גאר קליינע שינויים.
אזוי אויך די אויבערשטע חרוזים, האט די מוסדות צופאטשקעט און געמאכט אויס חרוזים, אבער א חלק פון די תוכן איז געבליבן.
דוק וטישטוך...

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3415
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » דאנארשטאג נובעמבער 30, 2017 1:04 pm

זייער זייער אינטרעסאנט אז די מוסדות און די קהלה נוצן די זעלבע שרייבער, ממש אינטערעסאנט פאר די גינעז ווארלד

ווערעצקי
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

תגובהדורך ווערעצקי » דאנארשטאג נובעמבער 30, 2017 1:13 pm

הערליך האט געשריבן:זייער זייער אינטרעסאנט אז די מוסדות און די קהלה נוצן די זעלבע שרייבער, ממש אינטערעסאנט פאר די גינעז ווארלד


זעה איך אז דו האסט נישט פארשטאנען, אויב נוצען זיי די זעלבע שרייבער, דארף ער האבן אזויפיהל קאממאן סענס, נישט צו נוצען די זעלבע חרוזים ביי ביידע.

oh vei
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 2:30 pm

תגובהדורך oh vei » דאנארשטאג נובעמבער 30, 2017 5:43 pm

הערליך האט געשריבן:
oh vei האט געשריבן:אויב ווילסטו טאקע לעיקוואד,נעמטס ענק צאם קויפטס א לאט און הייערטס א בילדער ווי א מענטש,קוקטס פאר א געגענט וואס וועט ארבעטען דאס בעסטע מיט די טרעפיק פראבלעמען,נעמטס ענק איינער וואס ארבעט פאר ענקער אינטרעסען,און לאזטס ענק נישט אויסנוצען דורך מענטשען וואס ווילען אנפיהלען זייער טאשען אויפען חשבון פון אייער לעבן די נעקסטע דרייסיג יאר ועוד.


סקויפצעך אזוי לאטס, סהייערצעך אזוי בילדערס, סבויעצעך אזוי הייזער, אינגערמאן, לייגט אייך צוריק און חלומט ווייטער, דו האסט דען די מינדענסטע השגה וואס פאר א נערישקייט דו האסט פארגעשלאגן דא? זאג נאר, דו האסט שוין געקויפט א דירה? האסטו שוין געקלויזט אמאל אויף א מארטגיטש? דו ווייסט וואס א קאנסטראקשן לאוין מיינט? וויפיל ווייסע האר מען באקומט ביים קלאויזן א פשוטע מארטגיטש טיימס 7000, דאס איז א קאנשטראקשן לאוין, סקויפט זיך נישט אזוי, סבויעט זיך נישט אזוי, פאר א סיבה בויען מענטשן נישט אליינס, כוועל רעדן מיט דיר צען יאר ארום, ווען דו וועסט בעזר ה' קויפן דיין אייגענע דירה

חוץ מזה, "די רייכע פאקן זיך אן די טאשן אויף אונזער חשבון" ארגימענט, האט שוין עקספייערד צוזאמען מיט די אקיופיי וואל סטריט, אויב איז טאקע אזוי גרינג צו קויפן לאטס און בויען פאר ביליגער ווי זיי בויען איצט, נו, פארוואס ביסטו אזא שוטה צו גיין אינוועסטן ביי גוים? אינוועסט דא און ווער א מיליאנעיר? הא?

אזוי ווי געזאגט אויבען איך פארשטיי אינגאנצען נישט דיין אגענדא.
אויב ווילט איהר זיך טרעפען מיט מיר קען איך אייך ווייזען וויפיל מארגעזשיס איך האב שוין באקומען.
די סיבה פארוואס איך גיי נישט בויען ביליגער און די היימישע קאמיונוטי ,איז טאקע וועגען דעם אז די רייכע דעוועלעפערס האבען א ריזיגע פי אר סיסטעם,און זיי פארדרייען דעם המון עם א קאפ.
א יונגערמאן האט מיר פארציילט אז בראדט איז געזעצען מיט עם און עם פרובירט משכנע זיין פארוואס ער זאל ענדערש קויפען און בעלז שלב ד׳ וואו און היקערי פיינס.
און איך רעד דא פון א יונגערמאן וואס איז אן עווריזש בארא פארקע יונגערמאן .
ווער סאיז נישט באקאנט בעלז שלב ד קאסט און די מיד. 500 טויזענט ,עס ווערט געבויעט ביי קלוגמאן,קלוגמאן האט א שרעקליכע נאמען ביי די אלע וואס האבען שוין געקויפט פון זיינע פריערדיגע פראיעקטען,און די גויעשע מארקעט וואלט ער שוין געהאט א איין שטערן רעטינג,און וואלט שוין לכאורה נישט געווען און ביזנעס
נאר ביי אונז געט מען מענטשען אסאך טשענסעס בפרט ווען זיי זענען וועיל קאנאקטעט.
אלנפאנלס דער בראדט האט חוזק געמאכט פון דעם יונגערמאן פארוואס ער מאכט זיך משוגע און קויפען און היקערי פיינס פאר פיהר הונדרעט טויזענט א הערליכע הויז,געבויעט אויף א האלבע עיקיר,פארוואס זאל ער נישט קויפען א ביליגע געבויעטע דאפלעקס מיט א ענגע צאהל סופלייערס וואס מקען זיך קלויבען ,אהן קיין פריוואט שטיקעל לאנד פאר 550 צו וואס.
און ביי א שיינע צאל עולם ארבעט עס,מלאזט ארויס אזא סטיגמא עה נע סאיז נישט פאר אונז ,דאס איז ליידער פארוואס מאיז ווי מאיז.

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3415
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » דאנארשטאג נובעמבער 30, 2017 5:52 pm

נו, איך בין גרייט זיך צו טרעפן. ונזכה ונחיה ונראה

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2912
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » דאנארשטאג נובעמבער 30, 2017 6:33 pm

ביטע איבערגעבן די רעזולטאטן פון אייער מיטינג אויב שייך דא
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3415
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » דאנארשטאג נובעמבער 30, 2017 8:07 pm

אוודאי וועט מען איבערגעבן, עס וועט זיין געהעריגע סטראנקריפטס


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט