בלאט 2 פון 97

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 4:47 pm
דורך הרב_שלום
פון לעקוואד קיין ווילי נעמט 1:15 פון בלומינבערג קיין ווילי נעמט 1:25

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 4:53 pm
דורך פרסומים
פארוואס דויערט לענגער פון ווילי קיין לעיקוואד ווי פון לעיקוואד קיין ווילי

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 5:07 pm
דורך green

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 5:09 pm
דורך green
פרסומים האט געשריבן:פארוואס דויערט לענגער פון ווילי קיין לעיקוואד ווי פון לעיקוואד קיין ווילי


ארויס פון די סיטי נעמט רוב מאל לענגער ווי אריין, נאכדערצוה ביי די טונעלן

-------

צום ענין, פפאר די וואס א דירה רחבה פאר א נארמאלע פרייז איז וויכטיג איז די טרעוולן אישו פון די קלייניגקייטן

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 5:14 pm
דורך מיסטעריעז
הרב_שלום האט געשריבן:פון לעקוואד קיין ווילי נעמט 1:15 פון בלומינבערג קיין ווילי נעמט 1:25

פארוואס זאגט מיר גוגל מעפס 1:54 אין נארמאלע טרעפיק?

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 5:18 pm
דורך פ' לך לך
לויט ווי עס זעהט אויס ווערט עס נישט געפלאנט צו הייסן א סאטמארע ישוב/געגנט, גערעכט?

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 5:23 pm
דורך פארפלאנטערט
פ' לך לך האט געשריבן:לויט ווי עס זעהט אויס ווערט עס נישט געפלאנט צו הייסן א סאטמארע ישוב/געגנט, גערעכט?

לויט די באריכט אין דער איד קוקט אויס ווי א דעוועלעפאר בויט א שטעטל אין ער האט עס אדווערטייזט אין דער איד עס קוקט נישט אויס עס זאל זיין ספעציעל א סאטמארע שטעטל עס שטייט אז ער האט גענומען ברכת קודש פון סאטמארער רבי אבער נישט אז סאטמארער רבי האט עפעס א שייכות דערמיט

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 5:25 pm
דורך טשאקלעט
צום ענין, פפאר די וואס א דירה רחבה פאר א נארמאלע פרייז איז וויכטיג איז די טרעוולן אישו פון די קלייניגקייטן[/quote]

ביי מיר איז די טרעוולען די הויפט אישו

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 5:31 pm
דורך green
טשאקלעט האט געשריבן:ביי מיר איז די טרעוולען די הויפט אישו


סא ביי דיר איז טרעוולען פאר דירה פאר שפאט ביליג!
איא?

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 7:15 pm
דורך real estate
להודיע האט געשריבן:דאס איז דעפענטלי זייער פאזיטיווע נייעס.
יא, יעדער ווייסט שוין אז מען קען קוקן פעסימיסטיש ווייל מאיז שוין אמאל דורכגעפאלן, אבער די עצם זאך אז עס ווערט אפיציעל אנאנסירט דורך די פארטיי צייטונג וועט געבן מענטשן אסאך מוט אריינצוטאנצן און טון צו דער זאך.

די פארטיי האט גאמאלדן בלומינבערג אויפן זעלבן אויפן דערמאנט אייך נאר די נוי סוכה אויף ראדני סוכת תשע"ד , מיט דעם אלעם לאמיר האפן אז דאס זאל עס צושטאנד קומען

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 7:28 pm
דורך פרסומים
טשאקלעט האט געשריבן:צום ענין, פפאר די וואס א דירה רחבה פאר א נארמאלע פרייז איז וויכטיג איז די טרעוולן אישו פון די קלייניגקייטן


ביי מיר איז די טרעוולען די הויפט אישו[/quote]
אין בלומינגבורג איז איינע פון די ערשטע פראיעקטן געווען צו אויסצאלען א פרייע שאטעל מדי יום ביומו א שיינע פאר מאל א טאג צו קרית יואל אז די נייע תושבים זאלן זיין נאנט צום ציבור
לעיקוואד וועט דארפן צושטעלן א וויליאמסבורג לעיקוואד אדער קרית יואל לעיקוואד באס

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 7:48 pm
דורך mini van
איינער האט אפשר די בלויפרינטס פין די דירות?

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 8:07 pm
דורך green
עס ליגט אויף די איד עטעטשמענט

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 8:17 pm
דורך גליטשעדיג
ווילאנג מען בויעט די דירה און מען גייט קוקן יעדן מאנטאג און דאנערשטאג, כאפט א נפקא מינה ווי ווייט ס'איז, אבער אז מען וואוינט שוין דארט, וואס איז די חילוק, חוץ אז מען ארבעט אין וויליאמסבורג און מען דארף פארן יעדן טאג.

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 8:46 pm
דורך גערעכטער
פיינע נייעס.

גיין זיי אויך געבן דירות פאר אינגעלייט ווי ביי בלומינגבורג? אויב נישט ווער זאל וועלן זיין פון די עשרה ראשונים?
לאמיר האפן עס זאל זיך אויסארבייטן,

וויאזוי גייט עס הייסן?..

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 9:19 pm
דורך קנאפער ידען
גערעכטער האט געשריבן:פיינע נייעס.

גיין זיי אויך געבן דירות פאר אינגעלייט ווי ביי בלומינגבורג? אויב נישט ווער זאל וועלן זיין פון די עשרה ראשונים?
לאמיר האפן עס זאל זיך אויסארבייטן,

וויאזוי גייט עס הייסן?..

כ'מיין אז זיי האבן שוין מער ווי מנין וואס האבן געסיינט קאנטרעקט.

געשריבן: פרייטאג פאברואר 27, 2015 8:41 am
דורך וויכטיג מאכער
כאב הערשט יעצט געעפנט דעם אשכול, איך בין שאקד אז די ערשטע דיסקאשן איז "טרעוולען פון/צו ק"י פאר א משפחה שמחה"... הו קעירס?! אויב עפעס, פרעג וויפיל בתי מדרשים, וואו ווייט איז דא א גראסערי, א מקוה, וויפיל צייט וועלן מיינע קינדער פארברענגען יעדן טאג אויפן באס, וועלעכע ביזנעסער זענען שוין דא אין די געגענט וכד'... אבער באמת קומט די ערשטע פראגע וויפיל קאסט א דירה און וואו קעמען זיך איינשרייבן... אויב זענען די דירות ביליגער מיט 3-400 טויזענט דאללער ווי ווילי, נעם א טשאפער יעדעס מאל דיין שוואגער פון ק"י מאכט חתונה!!! און מיט די איבעריגע - די דיפרענס, באצאל דיינע חובות פון ווען דו האסט געוואוינט אין ווילי...

געשריבן: פרייטאג פאברואר 27, 2015 9:06 am
דורך להודיע
אוי ווי ריכטיג וויכי.
כהאב א פילינג אז די אלע אידן וואס רעדן איבער טרעוולינג זענען אדער נאכנישט פארהייראט אדער וואוינען נישט אין די עיר ואם בישראל וויליאמסבורג.

געשריבן: פרייטאג פאברואר 27, 2015 9:24 am
דורך הרב_שלום
איך רעד פאר א סאטמער יונגערמאן בלומינגבערג ווערסעס לעקוואד ביידע נעמט די זעלבע צייט צופארען קיין ווילי, אפשר צעהן מינוט לענגער און בלומינגבערג איז נאנט צו קרית יואל און די קעטסקילס
לעקוואד איז זייער גוט פאר די בארא פארקער יודען, זיי האבן פונקט א דירות קריזיס ווי די ווילי יודען

געשריבן: פרייטאג פאברואר 27, 2015 11:27 am
דורך בן דוד
אויב בעלזא פון בארא פארק ארבעט שוין ביטער שווער 3-4 יאר צו ארויס נעמען 70 משפחות און זיי זענען נישט מצליח פארוואס מיינסטו אז סאטמאר פון ווילאמסבורג וועט יא מצליח זיין?

געשריבן: פרייטאג פאברואר 27, 2015 1:25 pm
דורך בעמבא
לכאורה איז די חשבון אז סאטמאר האט א גרעסערע עולם וואס וואונען אין ווילימסבורג/בארא פארק. ממילא איז דא מער אופזיכטן שנעלער ארויס צו ברענגען א גרעסערע עולם!
אולי אולי. הלוואי!

געשריבן: פרייטאג פאברואר 27, 2015 1:29 pm
דורך מיסטעריעז
האבן נישט די בעלזע משפחות אריינגעמופט גראד ווען די בנינים זענען פערטיג געווארט?

געשריבן: פרייטאג פאברואר 27, 2015 1:42 pm
דורך גענעראל
ווי קומט דא אריין דער ר מרדכי פארהאנד און זיין זון?
קען מען נישט טרעפן א היזיגער נדבו פאר שוהלן, תלמוד תורה?

געשריבן: פרייטאג פאברואר 27, 2015 4:03 pm
דורך ביבער היט
וויכטיג מאכער האט געשריבן:כאב הערשט יעצט געעפנט דעם אשכול, איך בין שאקד אז די ערשטע דיסקאשן איז "טרעוולען פון/צו ק"י פאר א משפחה שמחה"... הו קעירס?! אויב עפעס, פרעג וויפיל בתי מדרשים, וואו ווייט איז דא א גראסערי, א מקוה, וויפיל צייט וועלן מיינע קינדער פארברענגען יעדן טאג אויפן באס, וועלעכע ביזנעסער זענען שוין דא אין די געגענט וכד'... אבער באמת קומט די ערשטע פראגע וויפיל קאסט א דירה און וואו קעמען זיך איינשרייבן... אויב זענען די דירות ביליגער מיט 3-400 טויזענט דאללער ווי ווילי, נעם א טשאפער יעדעס מאל דיין שוואגער פון ק"י מאכט חתונה!!! און מיט די איבעריגע - די דיפרענס, באצאל דיינע חובות פון ווען דו האסט געוואוינט אין ווילי...
דר'עולם דארף גיטע פעטש, מען ליידט זיך אן צרות יגון ואנחה אין די סיטי, און ווען ברענגט זיי א לייזונג, צעגערט מען מיט דברים של מה בכך.

געשריבן: פרייטאג פאברואר 27, 2015 4:27 pm
דורך נאטרוליסט
טייל נישט קיין פעטש... דר'עולם וועט מופען אינגרויסן אן קיין פראסק! א קאפיקטשע געדולד.

דער לענדלארד וועלכער וועט אי"ה פארלאנגען 2800 דאלאר רענט און ארויף, וועט אי"ה מאכן א פיינע זשאב צו ליפערן איינוואוינערס קיין לעיקוואוד : בלומינגבערג און צו די ווייטע קארפאטן. נאר געדולד ביטע.