בלאט 1 פון 94

סאטמארער ישוב אין לעיקוואוד (מהרי"י)

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 12:06 pm
דורך green
און פרישע פרייליכע לעיקוואד נייעס איז און די היינטיגע איד אפיציעל געמאלדן געווארן די סאטמארע ישוב געבויעט דורך הטפסר הנגיד מו"ר מרדכי פאראנד בעידידו ובהסכמתו פון כ"ק אדמו"ר מוהרי"י מסאטמאר שליטא

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 12:21 pm
דורך green
די באשרייבונג

Der Yid 1.jpg

Der Yid 2.jpg

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 12:54 pm
דורך יעקב צוקערמאן
ברוך השם, הלואי זאל עס ברענגען קנאה ביי אונזער מחנה אז מיר זאלן אויך דאס טאן און ווייזן וואס מיר קענען אהערשטעלן אויפ'ן געביט פון העלפן אידן מיט דירות

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 1:09 pm
דורך פרשיסחא
ויסעו מבלומינגבורג ויחנו בלעיקווואד.

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 1:43 pm
דורך להודיע
דאס איז דעפענטלי זייער פאזיטיווע נייעס.
יא, יעדער ווייסט שוין אז מען קען קוקן פעסימיסטיש ווייל מאיז שוין אמאל דורכגעפאלן, אבער די עצם זאך אז עס ווערט אפיציעל אנאנסירט דורך די פארטיי צייטונג וועט געבן מענטשן אסאך מוט אריינצוטאנצן און טון צו דער זאך.

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 1:50 pm
דורך יהיה כן
די פארטיי נעמט זיך אונטער מוסדות אויכעט????

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 2:20 pm
דורך הרב_שלום
פאר א סאטמאר חסיד איז לעקוואד זייער א שווערע אפציע, ווייל רוב חסידי סאטמאר האבן משפחות אין קרית יואל, און אז זיי האבו נישט יעצט איז זייער מעגליך אז זייערע ברודערס/שוואגערס וועלן נאך טוהן שדוכים אין ק"י
א געווענליכע וועג פון לעקוואד קיין ק"י נעמט בערך 3 שעה
לעקוואד איז געאייניגט פאר די בארא פארקער (בעלז באבוב גור וכדומה) יודען וואס איז א שעה אוועק און האבן נישט משפחות אין אפסטעיט

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 2:25 pm
דורך עסקן
הרב_שלום האט געשריבן:פאר א סאטמאר חסיד איז לעקוואד זייער א שווערע אפציע, ווייל רוב חסידי סאטמאר האבן משפחות אין קרית יואל, און אז זיי האבו נישט יעצט איז זייער מעגליך אז זייערע ברודערס/שוואגערס וועלן נאך טוהן שדוכים אין ק"י
א געווענליכע וועג פון לעקוואד קיין ק"י נעמט בערך 3 שעה
לעקוואד איז געאייניגט פאר די בארא פארקער (בעלז באבוב גור וכדומה) יודען וואס איז א שעה אוועק און האבן נישט משפחות אין אפסטעיט

אויף Google שטייט אז עס נעמעט 1:54 מינוט נישט געפרליך

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 2:28 pm
דורך זיס ווי האניג
מיר האט גענומען צו פארן פון ק"י קיין לעיקוואד כמעט 3 שעה.

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 2:42 pm
דורך אונטערשמש
מיר האט עס גענומען קנאפע צוויי שעה, פארשטייט זיך אז אין ראש האוער קען עס נעמען לענגער, ווענדט זיך אויך צו מגייט קעגן שטראם..

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 2:52 pm
דורך מחותן
קנאפע דריי שעה איז נישט גענוג לאנג, די נייע פלאטץ האט געזאלט זיין מינומם 4 - 5 שעה אוועק פון די יעצטיגע ישובים,
היינט צוטאגס - 2015 - האבן רוב מענטשן א טעלפאון און מען קען זיך רעדן איינער צום צווייטען אפילן מען וואוינט 10 שעה אוועק, מאנכע האבן אפילו אזא טעלפאון מיט זיך אין טאש 24 שעה א טאג.. דערפאר די נויט פון וואוינען נאנט איינעם צום צווייטען איז מער נישט דא.

בדיעבד איז 3 שעה אוועק אויך גוט.

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 2:53 pm
דורך שמעלקא טויב
אלע קריטיקס אין די זייט איז עס נאך א פאזעטיווער טריט צו אויפטוען עפעס, כל הכבוד פאר די עסקנים פארן טוען דערין, שמעלקא טויב גיבט אייך חיזוק צו גיין ווייטער.

בנוגע מוסדות התורה איז דאך דא לעיקוואוד, סאטמאר האט דארט מוסדות, עכ"פ אנצוהייבן איז עס זיכער עפעס.

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 2:54 pm
דורך מיסטעריעז
שלום, ווילאנג נעמט פון בלומינגבורג קיין וויליאמסבורג? מיט טרעפיק/אן טרעפיק

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 2:55 pm
דורך א. טראכטער
ווילאנג נעמט פון וויליאמסבורג קיין לעיקוואד?

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 2:56 pm
דורך משה צימערינג
זיס ווי האניג האט געשריבן:מיר האט גענומען צו פארן פון ק"י קיין לעיקוואד כמעט 3 שעה.

ווי ווייטער אלץ בעסער

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 2:57 pm
דורך ניסעל
1 h 56 min (110.6 mi) via Garden State Pkwy
מיר דרייווען דעם וועג רעגעלמעסיג. צוויי שעה איז א פיינער עוורידזש

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 2:57 pm
דורך קרעפטיג
משה צימערינג האט געשריבן:
זיס ווי האניג האט געשריבן:מיר האט גענומען צו פארן פון ק"י קיין לעיקוואד כמעט 3 שעה.

ווי ווייטער אלץ בעסער

אזוי ? אויך ווען דו האסט א דזשאב אין ק"י ?

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 2:59 pm
דורך יהיה כן
קרעפטיג האט געשריבן:
משה צימערינג האט געשריבן:
זיס ווי האניג האט געשריבן:מיר האט גענומען צו פארן פון ק"י קיין לעיקוואד כמעט 3 שעה.

ווי ווייטער אלץ בעסער

אזוי ? אויך ווען דו האסט א דזשאב אין ק"י ?


ווער זאגט דיר ער האט א דזשאב אין קר"י?

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 3:02 pm
דורך שאינו יודע
יעקב צוקערמאן האט געשריבן:ברוך השם, הלואי זאל עס ברענגען קנאה ביי אונזער מחנה אז מיר זאלן אויך דאס טאן און ווייזן וואס מיר קענען אהערשטעלן אויפ'ן געביט פון העלפן אידן מיט דירות


יעקב א דעסקריפציע ביטע וועלכע 'ענקער' מחנה איר באלאנגט

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 3:04 pm
דורך מיסטעריעז
ער האט נישט גענוג מסביר געווען?

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 3:08 pm
דורך פרסומים
שמעלקא טויב האט געשריבן:אלע קריטיקס אין די זייט איז עס נאך א פאזעטיווער טריט צו אויפטוען עפעס, כל הכבוד פאר די עסקנים פארן טוען דערין, שמעלקא טויב גיבט אייך חיזוק צו גיין ווייטער.

בנוגע מוסדות התורה איז דאך דא לעיקוואוד, סאטמאר האט דארט מוסדות, עכ"פ אנצוהייבן איז עס זיכער עפעס.

די סאטארע מוסדות אין לעיקוואד איז ווייט פון די שטאטישע סאטארע מוסדות א הילוך ומרחק רב
די ענווייארמענט איז מער א פרעמדע לופט פאר א סאטמארער חסיד

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 3:22 pm
דורך משה'לע
א נייע מעשה, מען ברויך זיך רעכענען מיט די קרית יואל'ער ברודער'ס אדער שוואגער'ס, זאג מיר דו רעכנסט אויך מיט די וואס וואוינען אין לאנדאן-מאנטשעסטער-ארץ ישראל-קאנאדא-אויסטראליע ?? זייער בלוט איז עפעס מים אחרונים?
#קוקו וועלט

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 3:30 pm
דורך סמארט גאי
משה'לע האט געשריבן:א נייע מעשה, מען ברויך זיך רעכענען מיט די קרית יואל'ער ברודער'ס אדער שוואגער'ס, זאג מיר דו רעכנסט אויך מיט די וואס וואוינען אין לאנדאן-מאנטשעסטער-ארץ ישראל-קאנאדא-אויסטראליע ?? זייער בלוט איז עפעס מים אחרונים?
#קוקו וועלט

געטראכט דאס זעלבע,

איך מיין טאקע אז מ'זאל צאלן 25K מער א יאר צו רענטן אדער צאלן מארטגעדזש פאר א סארדינס פושקע אין ווילי, ווייל אזוי וועט דער שוואגער קענען קומען ווען מיין זון גייט מאכן א וואך נאכט (איך גלייב אז ווען איך מאך חתונה גייט ער עניוועי קומען), שטימט ??

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 3:37 pm
דורך גיוואלדיג
קוקט נישט אויס צו מיר א אפיציעלע אינדארסירונג פון די קהילה בראשות מהרי"י שליט"א, נאר ענדערש בלויז א פארווע חיזוק ארטיקל.
ביי בלומינגבורג איז דאס געווען מיט סאך א שטערקערע אפיציעלקייט.

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 3:43 pm
דורך מי יודע
וואס פארשטייסטו נישט, אויב וועט עס נישט געלונגען ווילן זיי נישט נעמען קרעדיט פארן דורכפאל