שכונה חדשה ויואל משה - קרית יואל יצ"ו

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פארפלאנטערט
שר האלף
תגובות: 1033
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2014 2:28 pm

תגובהדורך פארפלאנטערט » מאנטאג יוני 24, 2019 6:48 pm

קאץ און מויז האט געשריבן:
טראכט א מינוט האט געשריבן:
20190624_180847.jpg
20190624_180847.jpg (608.82 KiB) געזעהן 3618 מאל

שוין די וומ"ס אידן וואס קויפן דא וועלן זיך שפירן אביסל היימיש און אביסל פרעמד
היימיש - 5 שטאקן
פרעמד - אן קיין עלעוועטער

;l;p-

טי בעג
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 23, 2015 7:38 am

תגובהדורך טי בעג » דאנארשטאג יוני 27, 2019 2:36 pm

https://www.recordonline.com/news/20190 ... -end-of-21


What that means is that a flurry of large housing projects being built or planned in the fast-growing community — including the 1,600-condo complex rising near the state police barracks on Nininger Road and visible from Route 17 — probably can’t be occupied until then. Village officials have applied to connect four new wells — three in Kiryas Joel and one in Woodbury — to bolster the water supply and expect to be able to serve some new homes until they can tap the aqueduct.
א איד טאר קיינמאל נישט אויפגעבן, מיט א שטראל פון האפענונג נאר לעבן, מיט יעדן פראבלעם, פארלאז דיך נאר אויף אים, פארגעס נישט אז דו ביסט א איד.

שמואל הלוי
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 28, 2018 1:04 pm

תגובהדורך שמואל הלוי » דאנארשטאג יולי 04, 2019 2:27 pm

אויב איינער קען ביטע ברענגן אפדעטס אין בילדער
would be greatly appreciated

יונה
שר האלף
תגובות: 1831
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » דאנארשטאג יולי 04, 2019 2:34 pm

שמואל הלוי האט געשריבן:אויב איינער קען ביטע ברענגן אפדעטס אין בילדער
would be greatly appreciated


מערקט מען האט שוין אנגעהויבן לייגן די פענסטער.
צוגעלייגטע
2svm.jpg
2svm.jpg (69.04 KiB) געזעהן 2751 מאל
1svm.jpg
1svm.jpg (64.25 KiB) געזעהן 2751 מאל
3svm.jpg
3svm.jpg (65.14 KiB) געזעהן 2751 מאל

שמואל הלוי
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 28, 2018 1:04 pm

יישר כח

תגובהדורך שמואל הלוי » דאנארשטאג יולי 04, 2019 2:48 pm

א גרויסן יישר כח יונה

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3602
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » דאנארשטאג יולי 04, 2019 2:53 pm

איך האב באמערקט אן אינטערעסאנטע זאך אז די פענסטערס פון די מיטילסטע דירות זענען אין א שעפט דאס מיינט אז ווען מען קוקט ארויס פון פענסטער זעהט מען גראד אריין אין יענעמס פענסטער

עס איז לכאורה דאס ערשטע מאל וואס אן אפעציעלע גרויסע דעוועלעפמענט אין קרית יואל זאל בויען דירות אן קיין געהעריגע פענסטערס

אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

תגובהדורך קאקאש קעיק מיט מילך » זונטאג יולי 14, 2019 3:43 pm

איך האב געהערט דעם שבת אז שכונת ויואל משה גייט האבן דעם זעלבן פראבלעם ווי ווייניארד האט געהאט
אז מען האט נישט געקענט אריינמופן ווייל מען האט נישט געקענט האבן קיין וואסער
און דא גייט מען נישט קענען אריינמופן פאר פיר-פינף יאר
און מען בויעט יעצט נאר כדי עס זאל אויסזען גוט

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1694
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » זונטאג יולי 14, 2019 4:17 pm

מצב כללי האט געשריבן:איך האב באמערקט אן אינטערעסאנטע זאך אז די פענסטערס פון די מיטילסטע דירות זענען אין א שעפט דאס מיינט אז ווען מען קוקט ארויס פון פענסטער זעהט מען גראד אריין אין יענעמס פענסטער

עס איז לכאורה דאס ערשטע מאל וואס אן אפעציעלע גרויסע דעוועלעפמענט אין קרית יואל זאל בויען דירות אן קיין געהעריגע פענסטערס


וואס פונקטליך איז די ערשטע מאל?! און ווי ברייט איז די שעפט אין בעיק? אזוי בויט מען איבעראל, די שאלה איז ווי ברייט עס איז

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3602
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » זונטאג יולי 14, 2019 4:21 pm

קאנסילמאן האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן:איך האב באמערקט אן אינטערעסאנטע זאך אז די פענסטערס פון די מיטילסטע דירות זענען אין א שעפט דאס מיינט אז ווען מען קוקט ארויס פון פענסטער זעהט מען גראד אריין אין יענעמס פענסטער

עס איז לכאורה דאס ערשטע מאל וואס אן אפעציעלע גרויסע דעוועלעפמענט אין קרית יואל זאל בויען דירות אן קיין געהעריגע פענסטערס


וואס פונקטליך איז די ערשטע מאל?! און ווי ברייט איז די שעפט אין בעיק? אזוי בויט מען איבעראל, די שאלה איז ווי ברייט עס איז


ווי איבעראל בויעט מען אזוי?

פאר עס דורך און זאג מיר ווי ברייט עס איז

טוב ה' לכל
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

תגובהדורך טוב ה' לכל » זונטאג יולי 14, 2019 4:28 pm

איין קען מיך אפשר מסביר זיין וויאזוי איך אפן א נייע אשכול?

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1949
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » זונטאג יולי 14, 2019 4:32 pm

קאקאש קעיק מיט מילך האט געשריבן:איך האב געהערט דעם שבת אז שכונת ויואל משה גייט האבן דעם זעלבן פראבלעם ווי ווייניארד האט געהאט
אז מען האט נישט געקענט אריינמופן ווייל מען האט נישט געקענט האבן קיין וואסער
און דא גייט מען נישט קענען אריינמופן פאר פיר-פינף יאר
און מען בויעט יעצט נאר כדי עס זאל אויסזען גוט

ליין פון דא און ווייטער
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.

אוועטאר
גלאטע דאלער
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 19, 2019 5:32 pm

תגובהדורך גלאטע דאלער » זונטאג יולי 14, 2019 5:10 pm

טוב ה' לכל האט געשריבן:איין קען מיך אפשר מסביר זיין וויאזוי איך אפן א נייע אשכול?

גיי צו דעם פארום ווי איר ווילט עפענען דעם אשכול און דריק דעם - נייע אשכול* - קנעפל גלייך העכער די אשכולות.
ווי זוי קען מען מאכן א גלאטע דאלער??? מיט א ביגל אייזן

טוב ה' לכל
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

תגובהדורך טוב ה' לכל » זונטאג יולי 14, 2019 5:15 pm

גלאטע דאלער האט געשריבן:
טוב ה' לכל האט געשריבן:איין קען מיך אפשר מסביר זיין וויאזוי איך אפן א נייע אשכול?

גיי צו דעם פארום ווי איר ווילט עפענען דעם אשכול און דריק דעם - נייע אשכול* - קנעפל גלייך העכער די אשכולות.

יישר כח!!!

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25690
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג יולי 14, 2019 5:56 pm

קאקאש קעיק מיט מילך האט געשריבן:איך האב געהערט דעם שבת אז שכונת ויואל משה גייט האבן דעם זעלבן פראבלעם ווי ווייניארד האט געהאט
אז מען האט נישט געקענט אריינמופן ווייל מען האט נישט געקענט האבן קיין וואסער
און דא גייט מען נישט קענען אריינמופן פאר פיר-פינף יאר
און מען בויעט יעצט נאר כדי עס זאל אויסזען גוט

פאריגע וואך שבת האסטו עס געהערט מיט דיין אנדערע ניק..... עפעס דערמאנט מיך די נושא פון פאריגע וואכעדיגע סדרה.

הער יעצט פון מיר, קיינער בויעט נישט קיין פראיעקט און לייגט אריין מיליאנען אויב מקען נישט אריינמופען פאר פיר-פינף יאר, אויף לשה"ק הייסט עס מניח מעותיו על קרן הצבי


ווען די ערשטע הייזער פון שכונת ויוא"מ גייען זיין גרייט, וועט זיין דארט וואסער בשפע, וויפיל מאל דארף מען עס איבערשרייבן?

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1658
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » זונטאג יולי 14, 2019 5:57 pm

מצב כללי האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן:איך האב באמערקט אן אינטערעסאנטע זאך אז די פענסטערס פון די מיטילסטע דירות זענען אין א שעפט דאס מיינט אז ווען מען קוקט ארויס פון פענסטער זעהט מען גראד אריין אין יענעמס פענסטער

עס איז לכאורה דאס ערשטע מאל וואס אן אפעציעלע גרויסע דעוועלעפמענט אין קרית יואל זאל בויען דירות אן קיין געהעריגע פענסטערס


וואס פונקטליך איז די ערשטע מאל?! און ווי ברייט איז די שעפט אין בעיק? אזוי בויט מען איבעראל, די שאלה איז ווי ברייט עס איז


ווי איבעראל בויעט מען אזוי?

פאר עס דורך און זאג מיר ווי ברייט עס איז

אזא ריזיגע דעוועלעפעמענט איז עס די ערשטע מאל , אבער מען בויעט שוין אזוי יארן אויף קוויקוועי,ווען ביורען,פארעסט,סאטמאר געגענטער ,מיינענדיג די הייסע לאקעישאנס בויעט מען שוין אזוי א שיינע פאר יאר , כעת איז יעדע אינטש אין קרית יואל געווארן ווי גין גאלד, א בחינה ווי וויליאמסבורג, אין מען בויעט אויף יעדן אינטש אן קיין רחמנות כעת , און סאיז ב"ה דא קונים לרחצה פאר געפעפערטע פרייזן , אז אפאר הונדערט אידן האבן דארט געקויפט מיינט עס אז דאס פארלאנגט די קלייענטעל.פינטעל

ווען נישט ער האט קונים וואלט ער געמוזט טוישן די פלענער אדער נידערן די פרייזן , למעשה האט ער נאר געהעכערט די פרייזן

נישט אז איך שטיץ אדער גלייך אזאנע דעוועלעפמענטס, אבער דאס איז די פאקט , מיר ברויכן לעבן אין ריעאליטי, און ליידער גלייכן דאס די מענטשן
לעצט פאראכטן דורך רעסטאראנט אום זונטאג יולי 14, 2019 6:13 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1658
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » זונטאג יולי 14, 2019 6:01 pm

מיללער האט געשריבן:
קאקאש קעיק מיט מילך האט געשריבן:איך האב געהערט דעם שבת אז שכונת ויואל משה גייט האבן דעם זעלבן פראבלעם ווי ווייניארד האט געהאט
אז מען האט נישט געקענט אריינמופן ווייל מען האט נישט געקענט האבן קיין וואסער
און דא גייט מען נישט קענען אריינמופן פאר פיר-פינף יאר
און מען בויעט יעצט נאר כדי עס זאל אויסזען גוט

פאריגע וואך שבת האסטו עס געהערט מיט דיין אנדערע ניק..... עפעס דערמאנט מיך די נושא פון פאריגע וואכעדיגע סדרה.

הער יעצט פון מיר, קיינער בויעט נישט קיין פראיעקט און לייגט אריין מיליאנען אויב מקען נישט אריינמופען פאר פיר-פינף יאר, אויף לשה"ק הייסט עס מניח מעותיו על קרן הצבי


ווען די ערשטע הייזער פון שכונת ויוא"מ גייען זיין גרייט, וועט זיין דארט וואסער בשפע, וויפיל מאל דארף מען עס איבערשרייבן?

די ענטפערסט זייער פארווע (אדער ווי מען רופט עס אז די חוש'ט ארום) , הייסט אז עס קען נעמען רוהיג נאך דריי יאר עניוועי אין און איינוועגס וועט שוין זיין וואסער דעמאלס ....אזוי לערן איך אפ דיינע ווערטער ...

איך ווייס נישט די פאקטן וואס גייט זיין און לכאורה די אויך נישט, אבער לאמיר זאגן אז עס גייט עניוועי נעמען 3 יאר פון היינט , הייסט מונח על קרן הצבי ? פארוואס ? א ריזן חלק געלט איז 0 פארצענט אינטערעסט לאונס פון די אפאר הונדערט קונים , און לאמיר זאגן עס קאסט אים יא נאך אפאר מעלאונעס פאר אינטערעסט פאר לאונס , איז וואס ? פארוואס רופט איר עס מונח בקרן הצבי? אין בעסטען פאל וועט עס נעמען לכל הפחות נאך א יאר , לאמיר זאגן אין בעסטען פאל אז עס איז טאקע נאר נאך א יאר פון יעצט, איז עס אויך 4 יאר פונעם טאג פון קויפן, איז עס א שלעכטן דיעל וועגן דעם?

איך ווייס קראנט אז די דעוועלעפער ביים קויפן האט געהאלטען אז א יאר פונעם קויפן אדער צוויי וועלן שוין דארט וואינען א חלק מענטשן,ער האט ערענסט אזוי געהאלטען ווען ער האט עס געקויפט.
לעצט פאראכטן דורך רעסטאראנט אום זונטאג יולי 14, 2019 6:16 pm, פאראכטן געווארן 4 מאל סך הכל.

אוועטאר
סיז מסודר
שר חמש מאות
תגובות: 541
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: הארטע בענקל

תגובהדורך סיז מסודר » זונטאג יולי 14, 2019 6:03 pm

דעי אשכול איז געבענטשט מיט קאנספיראציעס פונעם טאג וואס מהאט עס געעפנט. סקאסט פשוט א שמייכל צו ליינען וואס דער עולם האט געהאט צו זאגן אויף דעם דעוועלאפמענט ווען סהאט זיך געעפנט.
פרעג מיך נישט פון ווי איך ווייס, ווייל סאיז א פאקט...

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1658
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » זונטאג יולי 14, 2019 6:06 pm

סיז מסודר האט געשריבן:דעי אשכול איז געבענטשט מיט קאנספיראציעס פונעם טאג וואס מהאט עס געעפנט. סקאסט פשוט א שמייכל צו ליינען וואס דער עולם האט געהאט צו זאגן אויף דעם דעוועלאפמענט ווען סהאט זיך געעפנט.

למעשה גייען זיין הונדערטער מענטשן וואס האבן געווארט לכל הפחות 4 אדער 5 יאר פון ווען זיי האבן געלייגט דאון פעימענטס, אין ריזיגע בנינים זייער נאנט און קעגן איבער איינס פון צווייטען ווי מען זעט שוין און א טייערע פרייז, די קאנספיראציעס זענען נישט אזוי רחוק פון וואס מען האט געזאגט , אני כשלעצמי ווען איך פאר עס יעצט דורך כאפט מיר א שרעק אז 2 טויזענט משפחות גיין וואינען אין אזא ...איך וויל נישט ארויסשרייבן די ווארט

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6396
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג יולי 14, 2019 6:11 pm

רעסטאראנט האט געשריבן:
סיז מסודר האט געשריבן:דעי אשכול איז געבענטשט מיט קאנספיראציעס פונעם טאג וואס מהאט עס געעפנט. סקאסט פשוט א שמייכל צו ליינען וואס דער עולם האט געהאט צו זאגן אויף דעם דעוועלאפמענט ווען סהאט זיך געעפנט.

למעשה גייען זיין הונדערטער מענטשן וואס האבן געווארט לכל הפחות 4 אדער 5 יאר פון ווען זיי האבן געלייגט דאון פעימענטס, אין ריזיגע בנינים זייער נאנט און קעגן איבער איינס פון צווייטען ווי מען זעט שוין און א טייערע פרייז, די קאנספיראציעס זענען נישט אזוי רחוק פון וואס מען האט געזאגט , אני כשלעצמי ווען איך פאר עס יעצט דורך כאפט מיר א שרעק אז 2 טויזענט משפחות גיין וואינען אין אזא ...איך וויל נישט ארויסשרייבן די ווארט

איך פארשטיי באמת נישט דאס רחמנות אויף די אידן וואס גייען דארט קויפן דירות (חוץ די חלק אז זיי האבן אינוועסטעט פאר אזויפיל יאר), מ'האט געלייגט זייער א קלארע בלו פרינט פון די גאנצע שכונה, און ווער ס'האט אויגן אין קאפ האט קלאר געזען אז דא קומט א געטא, מ'בויט נישט די שכונה ערגעץ אין די הרי אררט, מ'קען דאס זען יעדן טאג ווי נאנט מ'בויט, ממש פתחיהן מכוונין זה לזה, איז ווער ס'קויפט קען נישט האבן קיין טענות אויף קיינעם, און ווער ס'קוקט צו פון די זייט דארף נישט רחמנות האבן אויף קיינעם, און אויך נישט מקנא זיין קיינעם.....
סיי ווי זענען דאס מיינסטענס אידן פון וומס"ב וואס ווייסן נישט פון עפעס בעסער'ס, נאר א רחמנות אז דו ביסט שוין יא מקיים לך לך מארצך, נעם שוין עפעס לייטישער א פאר מייל אוועק
#גלילות אלערט
די אידן וואס גייען דארט וואוינען גייען בדרך הטבע סיי ווי דאווענען ביי זיך אין די שכונה יעדן שב"ק, ממילא נישטא קיין שום נארמאלע סיבה פארוואס מ'איז בוחר צו וואוינען אין טשאלנט טאפ נעבן די קישקע?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1658
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » זונטאג יולי 14, 2019 6:19 pm

מי יודע האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:
סיז מסודר האט געשריבן:דעי אשכול איז געבענטשט מיט קאנספיראציעס פונעם טאג וואס מהאט עס געעפנט. סקאסט פשוט א שמייכל צו ליינען וואס דער עולם האט געהאט צו זאגן אויף דעם דעוועלאפמענט ווען סהאט זיך געעפנט.

למעשה גייען זיין הונדערטער מענטשן וואס האבן געווארט לכל הפחות 4 אדער 5 יאר פון ווען זיי האבן געלייגט דאון פעימענטס, אין ריזיגע בנינים זייער נאנט און קעגן איבער איינס פון צווייטען ווי מען זעט שוין און א טייערע פרייז, די קאנספיראציעס זענען נישט אזוי רחוק פון וואס מען האט געזאגט , אני כשלעצמי ווען איך פאר עס יעצט דורך כאפט מיר א שרעק אז 2 טויזענט משפחות גיין וואינען אין אזא ...איך וויל נישט ארויסשרייבן די ווארט

איך פארשטיי באמת נישט דאס רחמנות אויף די אידן וואס גייען דארט קויפן דירות (חוץ די חלק אז זיי האבן אינוועסטעט פאר אזויפיל יאר), מ'האט געלייגט זייער א קלארע בלו פרינט פון די גאנצע שכונה, און ווער ס'האט אויגן אין קאפ האט קלאר געזען אז דא קומט א געטא, מ'בויט נישט די שכונה ערגעץ אין די הרי אררט, מ'קען דאס זען יעדן טאג ווי נאנט מ'בויט, ממש פתחיהן מכוונין זה לזה, איז ווער ס'קויפט קען נישט האבן קיין טענות אויף קיינעם, און ווער ס'קוקט צו פון די זייט דארף נישט רחמנות האבן אויף קיינעם, און אויך נישט מקנא זיין קיינעם.....
סיי ווי זענען דאס מיינסטענס אידן פון וומס"ב וואס ווייסן נישט פון עפעס בעסער'ס, נאר א רחמנות אז דו ביסט שוין יא מקיים לך לך מארצך, נעם שוין עפעס לייטישער א פאר מייל אוועק
#גלילות אלערט
די אידן וואס גייען דארט וואוינען גייען בדרך הטבע סיי ווי דאווענען ביי זיך אין די שכונה יעדן שב"ק, ממילא נישטא קיין שום נארמאלע סיבה פארוואס מ'איז בוחר צו וואוינען אין טשאלנט טאפ נעבן די קישקע? נאר וואסזשע דען, נאך אזויפיל יארן זיין אין אזא דזשאנגעל רייסט מען זיך שווער אפ פון אזא סארט לעבן.

איך מיין אז די מיינונג דארף מען הערן פון די קויפערס אליין , אבער כאב נאך אלס רחמנות , דאכט זיך אויפן פעפער אדער בלוי פרינט איז נישט מעגליך אזוי זיך פארצושטעלן אז עס קוקט אזוי אויס,איך האב געזען די בלויפרינטס און פארט נישט ערווארטעט דאס

איך וויל נישט דא אריינקריכן אין די לאנגע וויכוח וועגן וויליאמסבורגע ווייסן נישט בעסער וועגן וויליאמסבורג האט גאסן וואס האקן איבער צווישען אזאנע ריזיגע בנינים און געבויעט מיט ציגעל און עלעוועיטארס

יא מענטשן וואס קויפן אין קעסקעיד אויפן זעקסטען שטאק מיט נאר ווינדאוס אין די בעק ביזטו גערעכט טאקע אז די מענטשן זענען מאבד עצמו מדעת וואס איך פארשטיי נישט און טאקע שכונות ויואל משה איז בעסער אבער על פי רוב נישט

יונה
שר האלף
תגובות: 1831
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » דינסטאג יולי 16, 2019 1:07 am

פרישע בילדער.
צוגעלייגטע
sv1.jpg
sv1.jpg (70.02 KiB) געזעהן 1399 מאל
sv3.jpg
sv3.jpg (71.94 KiB) געזעהן 1399 מאל
sv2.jpg
sv2.jpg (91.1 KiB) געזעהן 1399 מאל

עס וועט זיין גיט
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 29, 2018 1:18 pm

תגובהדורך עס וועט זיין גיט » דינסטאג יולי 16, 2019 9:40 am

איך הער עס קימט א הערליך ביהמ"ד מיט א גרויסע היכל התורה
א גרויסע מיקווה 3 בורת
די הייכל ביהמ"ד גייט האבען 1000 ציץ פלעצער די צווייט גרעסטע שיל אין ק"י נאך די גרויסע ביהמ"ד
אינטערסאנט אז מען מאכט נישט קיין זאל פאר א אינקאם פאר די שיל, עס גייט קאסטען אויף ציהאלטען אזא שיל

אוועטאר
אחת ואחת
שר האלף
תגובות: 1154
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » דינסטאג יולי 16, 2019 9:54 am

גראדע שטייט אין הקרי' פון דעם חודש אז עס וועט זיין א שמחה זאל אינעם ביהמ"ד
איי די די דיי דיי איי די די דיי דיי אחת ושבע

אדם הראשון
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 10, 2019 4:18 pm

תגובהדורך אדם הראשון » דינסטאג יולי 16, 2019 11:39 am

איז שוין דא עפעס שפירן וועם מהר"א פלאנירט צו שטעלן אלס רב פון אזא ריזן שכונה?

אבי.גערעדט
שר האלף
תגובות: 1052
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 13, 2009 12:07 pm

תגובהדורך אבי.גערעדט » דינסטאג יולי 16, 2019 11:42 am

אדם הראשון האט געשריבן:איז שוין דא עפעס שפירן וועם מהר"א פלאנירט צו שטעלן אלס רב פון אזא ריזן שכונה?


ווי עס הייסט איצט וועט סיגוטער רב פון וויליאמסבורג, ר' חיים הערש זיך ארויסציען און ווערן רב אין די שכונה


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט