רענטלס פארמיטלער אין קר״י, א פראבלעם?

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

רענטלס פארמיטלער אין קר״י, א פראבלעם?

תגובהדורך פנחס בן חיים » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 4:59 pm

עס הערשט א שטארקע מאנגעל אין רענטל דירות אין די היימישע געגענטער בכלל - און אין קר״י בפרט, דאס דארף לכאורה ברענגן אז רענטעל פארמיטלער זאל בכלל נישט אויספעלן, ווייל פאר יעדע דירה איז דא עטליכע דינגער.

כלפי מה דברים אמורים? א משפחה מיינער האט שטארק געוואלט א דירה וואס איז לעצטענס פריי געווארען, יענע דירה איז פאראיאר ארויף די רענט פאר׳ן אלטן טענעט פון פופצען צו זעכצען הונדערט טאלער, איינע פון די דירות עדשענסי וואס איז געווארען געווארען פון דירה האט זיך פארבינדען מיטען בעה״ב, צוגעזאגט צו ברענגן בחינם די העכסטע רענט וואס שייך, און ער האט טאקע פארשאפט א טענעט פאר צוויי אלפים א חודש (אנשטאט זעכצען הונדערט טאלער), פלאס די טענעט האט געגעבן איין חודש פאר די פארמיטלינג,

עס איז שווער צו זאגען אז אלע בראקערס זענענן אייניג, און עס איז אפילו מעגליך אז די בראקערס האבן א רעכט ארויפצוריקען די פרייזען.. אבער....

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 5:09 pm

פנחס בן חיים האט געשריבן:עס הערשט א שטארקע מאנגעל אין רענטל דירות אין די היימישע געגענטער בכלל - און אין קר״י בפרט, דאס דארף לכאורה ברענגן אז רענטעל פארמיטלער זאל בכלל נישט אויספעלן, ווייל פאר יעדע דירה איז דא עטליכע דינגער.

כלפי מה דברים אמורים? א משפחה מיינער האט שטארק געוואלט א דירה וואס איז לעצטענס פריי געווארען, יענע דירה איז פאראיאר ארויף די רענט פאר׳ן אלטן טענעט פון פופצען צו זעכצען הונדערט טאלער, איינע פון די דירות עדשענסי וואס איז געווארען געווארען פון דירה האט זיך פארבינדען מיטען בעה״ב, צוגעזאגט צו ברענגן בחינם די העכסטע רענט וואס שייך, און ער האט טאקע פארשאפט א טענעט פאר צוויי אלפים א חודש (אנשטאט זעכצען הונדערט טאלער), פלאס די טענעט האט געגעבן איין חודש פאר די פארמיטלינג,

עס איז שווער צו זאגען אז אלע בראקערס זענענן אייניג, און עס איז אפילו מעגליך אז די בראקערס האבן א רעכט ארויפצוריקען די פרייזען.. אבער....

אין ווילי איז געבוירן געווארן דער געדאנק פון רענטל דירות פארמיטלונג, פאר צוואנציג יאר צוריק, אנגעהויבן האט זיך עס מיט א פיפציגער בראקערעדזש... היינט האלט עס שוין ביי א חודש אדער צוויי רענט....
דער יעניגער יונגערמאן וועלכער האט דאס געשאפן, איז צו פארדאנקען היבש פאר די ווילי ראטע פרייזן, בקרוב אויך אין קרית יואל ועוד ועוד

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5776
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 5:13 pm

מעשים בכל יום. ליידער.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2215
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 5:16 pm

צום קעפל נעם אראפ די ? סימבל
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1479
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 5:22 pm

א שטארקע פראבלעם!

איך ווייס נישט וויפיל ס'קאסט דעם לענדלארד פארן פארמיטלער און ס'איז זיי לכאורה גרינגער דורך א פארמיטלער,

אבער דער טענענט האט שטארק שאדן דערפון, בעיקר ווייל היות דער פארמיטלער בעט א חודש צוויי רענט שכר טירחה, מאכט ער זיכער אז דער לענלארד זאל בעטן ווי מער, און דער טענענט אויסער דעם וואס ער דארף געבן אוט אף פאקעט א 2-3 טויזענט דאללער וואס רוב מאל האט ער נישט, בלייבט ער נאכדעם אנגעזעצט מיט הויכע רענט

#ס'טוט-וויי
זוכט איר דוי?

אוועטאר
נערישער אינגרמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2016 11:11 am

תגובהדורך נערישער אינגרמאן » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 5:42 pm

דער פארמיטלער ארבייט דאך פארן לענדלארד (fiduciary ), אויף וואס פארא בעסיס באצאלט דער טענענט?
איוולת אדם תסלף דרכו ועל ה יזעף לבו (משלי י"ט ג')

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 5:44 pm

נערישער אינגרמאן האט געשריבן:דער פארמיטלער ארבייט דאך פארן לענדלארד (fiduciary ), אויף וואס פארא בעסיס באצאלט דער טענענט?

דאס איז א 'חידוש' פון דעם 'דירות פארטומלונג' פאראיין, וואס איז געשאפן געווארן אין ווילי, מיט א צוויי צענדליג יאר צוריק, דורך א יונגערמאן וואס האט מחדש געווען דעם געדאנק, כמו שכתב הרב 'זבחי' כנ"ל

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1479
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 5:44 pm

אויב נעמט דער טענענט דעם דירה דארף ער באצאלן פאר פארמיטלער א חודש רענט (אפשר 2 גאר)
זוכט איר דוי?

ggg
שר חמש מאות
תגובות: 764
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 9:45 am

תגובהדורך ggg » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 5:45 pm

אלט מאנרא האט געשריבן:צום קעפל נעם אראפ די ? סימבל

אוועטאר
נערישער אינגרמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2016 11:11 am

תגובהדורך נערישער אינגרמאן » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 5:46 pm

יהיה כן האט געשריבן:
נערישער אינגרמאן האט געשריבן:דער פארמיטלער ארבייט דאך פארן לענדלארד (fiduciary ), אויף וואס פארא בעסיס באצאלט דער טענענט?

דאס איז א 'חידוש' פון דעם 'דירות פארטומלונג' פאראיין, וואס איז געשאפן געווארן אין ווילי, מיט א צוויי צענדליג יאר צוריק, דורך א יונגערמאן וואס האט מחדש געווען דעם געדאנק, כמו שכתב הרב 'זבחי' כנ"ל

גייט מיר נישט אין קאפ אריין. נישט בחינם טראג איך דעם נאמען:(
איוולת אדם תסלף דרכו ועל ה יזעף לבו (משלי י"ט ג')

Flash light
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 31, 2015 4:09 pm

תגובהדורך Flash light » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 5:52 pm

your opening up a can of snakes

אוועטאר
אבגדהוזחטי
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 26, 2015 5:26 pm

תגובהדורך אבגדהוזחטי » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 5:56 pm

מוואלט געדארפט מיט א כח הרבים אפשטעלן די ראבעריי
יענקל לעדערמאן

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1578
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 6:43 pm

וואס איז די ווינדער? אידן דארפן פרנסה, און דאס איז נאך איינע פון די "היימישע עקאנאמי" רעדלעך.

האט איר זיך אמאל געווינדערט ווי דער נידריג-געוויקסיגער שמויגער וואס איר קענט זיין פנים אבער נישט זיין נאמען ציעט ארויס פינעף מיאות ביים אתרוג סוחר, לאזט אויפשרייבן א דריי וועגעלע גראסערי ארדער, איז כסדר מנדב קרן הבנין און שקל הקודש מיט עפעס א גרויסן דריטע פארטיי טשעק וואס ער בעט רעשט, אבער דאווענט דאך ביים עלעווע מנין?

דא האט איר איין ענטפער.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

אוועטאר
הגאון
שר מאה
תגובות: 209
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 01, 2015 12:11 am

תגובהדורך הגאון » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 6:52 pm

נערישער אינגרמאן האט געשריבן:דער פארמיטלער ארבייט דאך פארן לענדלארד (fiduciary ), אויף וואס פארא בעסיס באצאלט דער טענענט?

דאס איז ליידער דער חידוש! דער לענדלאר באצאלט, און נישט דער טענענט, ווייל דער טענענט דארף סיי ווי באצאלן רענט, נאר די רענט גייט פארן פארמיטלער (לייען: גנב)
נאר כדי דער פארמיטלער זאל בלייבן מיט וואס מער ריווח פונעם געשעפט (לייען: גניבה) הייבט דער פארמיטלער די פרייז גאר הויעך אז ער זאל קענען באקומען (לייען: גנב'ענען) וואס מער.
און דער לענדלער פארשטייט זיך האט אויך הנאה ווייל ער בלייבט דאך מיט די הויכע רענט ביז... יענער מופט ארויס, און פונעם צוייטן טענענט מעג מען דאך אביסל העכערן... און אזוי ווערט עס העכער און העכער... עד שתכלה פרוטה מן הכיס, און דער לענדלער איז א "גרויסע בעל צדקה" און גיבט פאר צדקת העיר א נדבה צו העלפן באצאלן דעם אינגערמאן זיינע חובות.
נישט אלעס מעג מען טראכטן, נישט אלעס וואס מען טראכט מעג מען זאגן, נישט אלעס וואס מען זאגט מעג מען הערן, נישט אלעס וואס מען הערט מעג מען שרייבן, און נישט אלעס וואס מען שרייבט מעג מען ליינען.

קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 7:57 pm

אינטערעסאנט איז אז קיינער דערמאנט נישט די שולד פון דער טענענט וואס מאכט אזא דיל

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 8:01 pm

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:אינטערעסאנט איז אז קיינער דערמאנט נישט די שולד פון דער טענענט וואס מאכט אזא דיל

די כאפסט נישט די שייגעץ שטיק, דער רענטל פארמיטלער פארמאכט דעם וועג פאר אלע טעננענטס, מאכנדיג דעם דיעל מיטן לענדלארד [מיט אלע לענדלארדס], אלזא דער טעננענט האט נישט צופיל ברירות

בוחר בשירי זמרה
שר חמש מאות
תגובות: 745
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 8:04 pm

האב איך געהערט פון טענענטס וואס זאגן צו פארן בראקער די גרעסערע פרייז, אז ער זאל אבער נישט זאגן פארן לענדלארד, נאר ארויסקוועטשן פון אים ווי קלענערער פרייז
געלט פארלוירן? נישט פארלוירן
צייט פארלוירן? פיל פארלוירן
מוט פארלוירן? אלס פארלוירן

ווערעצקי
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

תגובהדורך ווערעצקי » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 1:24 am

מענין לענין, איך וויל ארויסברענגן א געוויסע פוינט.

אני הקטן, פארמאג א דירה'לע פון וועלכע איך קאלעקט רענט יעדע חודש, מיינט נישט אז איך בין דער גרויסער קאפציטעט, ניין, איך וואוין אין א געדונגענע דירה, נאר מחמת סיבות שונות האט זיך אזוי געפירט, אז די דירה אויף וועלכע איך האב געשפארט פילע יארן א פרוטה צו א פרוטה, האב איך נישט געקענט קלאוזן, און דאן איז שוין נישט געווען שייך צו קויפן אין ווילי פאר די פרייז, האב איך דאס געלט משקיע געווען אין א קלענערע דירה'לע, און איך בין געבליבן וואוינען אויף רענט.
די דירה וואס כ'האב געקויפט האט שוין געהאט א טענענט, וואס ס'האט מיר גרינגער געמאכט, וויבאלד כ'האב נישט געדארפט קיינעם איינרעדן אז ס'איז א גוטע דירה, און כ'האב נישט געדארפט באשטימען קיין פרייז. ב"ה ס'שוין דורך עטליכע יאר, און כאטשיג די ליעס איז אפגעלאפן שוין לאנג, האב איך נישט געהעכערט די רענט, פארקערט, כ'האב אים מודיע געווען אז בדרך הטבע קען ער וואוינען ווילאנג די דירה איז אים גענוג גרויס און כ'וועל אי"ה נישט העכערן די רענט, און ער צאלט טאקע היבש ווייניגער פון וויפיהל "מ'קען" היינט באקומען, און מסתמא בקרוב וועט מען קענען באקומען נאכמער, אבער כ'האב באשלאסן אז כ'וויל נישט העכערן די רענט בעז"ה.
וועט איר דאך אווודאי הייבן די אויגן ברעמען, וואוו, אזא צדיק....!!! ממש א זעלטנהייט אין היינטיגן דור.

בין איך מכריז ומודיע אז ניין!!!! ס'האט גארנישט מיט צדקות, נאר פשוט, וויבאלד כ'בין אליינס אויך א טענענט, שפיר איך עס אויף מיינע אייגענע ביינער וואס ס'מיינט ווען דער לענדלאר העכערט די רענט, מ'שפירט ממש ווי יענער קומט מיט א גאן און פארלאנגט פון דיר דיין געלט. איז עס טאקע אזוי? מסתמא נישט, אבער אזוי שפירט זיך עס, ווייל דער לענדלאר האט דאך גארנישט געגעבן היי יאר מער ווי פאריאר, אז ער זאל פארלאנגן דערפאר א העכערונג, נאר וויבאלד ער ווייסט אז איך מוז ערגעץ וואוינען און ס'גלוסט זיך מיר נישט צו מופן, וועל איך בלית ברירה מוזן באצאלן. דאס איז די געפיהל פון א טענענט.
ממילא וויבאלד איך בין אליינס א טענענט, מיט די זעלביגע קאשמארן, האב איך נישט געקענט מיט א בלעכענעם פנים אנרופן מיין טענענט פון מיין דירה'לע און העכערן די רענט "וויבאלד די מארקעט פרייז איז אזוי", כ'האב עס נישט געקענט טוהן פשוט ווייל כ'בין אליינס אויף די אנדערע זייט פונעם מטבע.

כ'מיין אז רוב לענדלארס, ווען זיי וואלטן אליינס געווען טענענטס וואלטן זיי זיך אנדערש באצויגן צו זייערע טענענטס. והוא הדין והוא הטעם לגבי די "פארמיטלערס", ווילאנג זיי דארפן נישט זוכן א דירה ווי צו וואוינען, זיי וועלן נישט אליינס שפירן דעם טעם פון ארומלויפן פון איין בראוקער צום צווייטן, וועלן זיי ווייטער אנגיין מיט די ביז איצטיגע מהלך, אבער אויב זאלן זיי עס אמאל שפירן אויף די אייגענע הויט, דאן קען מען האפן אז זיי וועלן זיך טוישן.

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1724
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 8:57 am

ווערעצקי האט געשריבן:מענין לענין, איך וויל ארויסברענגן א געוויסע פוינט.

Wow !!!

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1586
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 9:09 am

מי כעמך ישראל!
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

תגובהדורך פנחס בן חיים » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 9:34 am

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:מי כעמך ישראל!

RT

אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

תגובהדורך פנחס בן חיים » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 9:38 am

אבגדהוזחטי האט געשריבן:
ענדע צדיק! האט געשריבן:מעשים בכל יום. ליידער.
מוואלט געדארפט מיט א כח הרבים אפשטעלן די ראבעריי

עס איז טאקע נישט דא וואס צו טיען דערוועגן?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22310
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 9:42 am

הרב ווערעצקי, תחזקנה ידיכם.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

שטארקע חסיד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 296
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 9:54 am

תגובהדורך שטארקע חסיד » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 9:58 am

איך ווייס נישט און אנדערע פלעצער אבער אין קרית יואל איז ברור ומבורר אז די אלע בראקערס זענען שילדיג און די הויכע רענט פרייזען

איך האב עס שוין געשריבן אפאר וואכן צירוק און נעכטען האב איך עס מיר מער איבערצייגט א דירה אן א בראקער איז מיט צוויי דריי הינדרעט דאלער טייערער
איך בין געווען אין קאנטאקט מיט איינעם איבער זיין5 רום דירה אפאר וואכן צירוק וואס ער האט צו פארדינגען ער האט מיר דעמאלטס געזאגט ער וויל בעטן 1500 אפילו ער ווייסט ער קען בעטן מער אבער ער וויל ענדערש באקומען יעדע חודש די געלט ווי איידער די טענענט זאל אים ארום שלעפן שוין ער האט גענומען מיין אינפא און מיר געזאגט עא וועט מיר צירוק קאלן ווען עס ווערט אוועילבעל נעכטן רופט ער מיר אן אז די דירה איז שוין גרייט און ער האט עס ארויסגעגעבן פאר א בראקער און איך זאל יענעם קאלן רוף איך אן די בראקער און ער זאגט מיר יא ס׳איז גרייט די רענט איז איז 1700!!!!!!!!
עטץ כאפטס וואס דא איז געשען ?

וואס איז פליצלינג געשען אז די רענט איז געהויבן געווארן מיט 200 ??

שטארקע חסיד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 296
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 9:54 am

תגובהדורך שטארקע חסיד » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 10:05 am

עכט איז ער נאך ביליג ווייל אויף די זעלבע גאס די נעקסטע הויז איז אויך דא א פינעוו רום דירה ביי א צווייטע בראקער אין יענער וויל 1900 און נאר חתן כלה

עס איז ממש א הימל געשריי מ׳וואלט ווען געדארפט עפענען א פראנט קעגן די אלע בראקערס
ס׳האט מיר פאריגע וואך פארציילט א אינגערמאן ער איז געגאנגען קוקן א 6 רום דירה אויף סאטמאר דרייוו א אלטע דירה און די בראקער זאגט אים רענט איז 2650!!!

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט