היסטארישע “VV Expo” אין וויליאמסבורג

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

נחלת יעקב
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2018 9:20 am

תגובהדורך נחלת יעקב » מאנטאג מאי 13, 2019 6:01 pm

א גוטע ניק האט געשריבן:
yoy האט געשריבן:
נחלת יעקב האט געשריבן:קען איינער ברענגען די ‏דרשה פון רבי אליעזר ביטע?

???

114 ספעישל אינטערוויא

אויף קול מבשר ?

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2140
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » מאנטאג מאי 13, 2019 6:06 pm

רעסטאראנט האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן:
אין כל חדש האט געשריבן:איך וועל צושטימען צו דעפרעסד ודכוותי'
לויט וויאזוי רוב געגנטער האבן זיך פרעזענטירט, איז דאס נישט געמאכט פאר אן ארבעטס אינגערמאן, די מארטגעדזש בלייבט די זעלבע חודשליכע קאסט ווי די רענט, עס קומט צו א קאר וואס אין שטאט ערלויבט ער זיך עס נישט, (און אפילו קאנטרי גאנץ זומער וואס רבי בערל שרייט מען דארף רעכענען פון די סעיווינגס, איז שוין היינט צוטאגס נישטא ביי רוב פון די אינגערע ארבעטס אינגעלייט), נו וואלט דאס נישט געקאסט א דאון פעימענט מיט קלאוסינג קאוסטס, אוודאי וואלט מען געשפרינגען, אבער יעצט אז ער דארף קראצן 100,000 דאללער אראפצולייגן פון וואו קען ער דען חלומ'ן עס צו נעמען??
די בעסטע אפציע איז טאקע דינגען א בעיסמענט אין איינע פון די געגנטער, אבער עס פעלט דער דרייו דערצו! איר דארפט פארשטיין אז דער אינגערמאן וואס ציט זיך ארויס, וויל אויך קענען פילן, איך האב טאקע געטון א שווערע שריט, אבער איך האב עפעס א יש


הונדערט פראצענט. צו נעמען א וויליאמסבורגער מאמע פון פיר פינף קינדער און איר אריינזעצן אין א בעיסמענט אין די ווייטע לעקוואוד, הייסט נישט קיין סעלאשען. סארי.

די איינציגע לעזונג פאר'ן ברייטן ציבור, ציווילע ארבעט אינגעלייט, איז נארמאלע סייז דירות, זיבעצן אכצן הונדערט סקווער פיס, וואס זאל קאסטן אונטער צוויי טויזנט דאללער מארגעזש א חודש. און דאס, מיינע פריינד, איז נישטא אין ערגעץ! דא קומט נישט אריין די נארישע "מאמעס פארטוך" לאזונגען און אפילו נישט די לאזונג "באקומסט מער פאר דיין געלט", נישט דאס איז די נקודה.

בלומינגבורג האט יעצט 4 אפשענס אויפן טיש מיט א פיצי דאון פעימענט מיט ווייניגער ווי צוויי טויזענט דאלאר א חודש


דאס הערט זיך גוט! מי יתן והי'.

באמת איז בלומינגבורג טאקע א שטארקע פאטענציעל, זיי מוזן נאר קודם אראפברענגען די טעקס, וואס הרג'ט אוועק די גאנצע וואס מען פארדינט פון די ביליגע הייזער. לאמיר האפן.

הר גריזים
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

תגובהדורך הר גריזים » מאנטאג מאי 13, 2019 6:11 pm

דברים אלו האט געשריבן:סמיט פארעם האט ארויסגעשעלט זייערע פרייזן נעכטן צווישן 600 און 800 אלפים פאר א דירה שומו שמים

סיי סמיט פארעם און סיי די וואדבערי זשאנקשען דירות זענען דירעקט געמאכט פאר איינער וואס קען זיך יא ערלויבן עפעס טייערער, און איז גרייט צו צאלן 15000 - 20000 טויזענט דאלער טעקס, א זאך וואס אין וויליאמסבורג וואלט געקאסט כאטש 1.5 אדער 21 מיליאן קענסטו דארט האבן פאר 600 - 800 טויזענט.
אדער א אינגערמאן וואס האט אין ווס"ב א אייגענע 1500 - 1600 ס"פ דירה מיט 7 - 10 קינדערלעך און די דירה איז שוין אויסגעוואקסן וואלט ניטש געווען קיין שלעכטע פלאן צו פארקויפן די ווס"ב קאנדא פאר א 900 אלפים צו גאר אי מיליאן און איינהאנדלן אנשטאטס א פאלאצל אין איינע פון די לוקזעריע דעוועלאפמענטס.

אוועטאר
סארקאזי
שר חמש מאות
תגובות: 992
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » מאנטאג מאי 13, 2019 6:14 pm

רעסטאראנט האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:סמיט פארעם האט ארויסגעשעלט זייערע פרייזן נעכטן צווישן 600 און 800 אלפים פאר א דירה שומו שמים

הגם זיי זאגן אז זיי האבן צייט און בויען יעדע יאר בערך 30 הייזער , אבער מיין איך אז זיי וועלן לכאורה אראפקריכן פון בוים היפש שנעל ,איך זע נישט פארוואס איינער זאל באצאלן אזא טייערע פרייז אזוי צושטיפט .

סאיז א שייגאץ שטיק פון א פרייז. סארי.
צו וואוינען ''אינדערויסע''ן. אזוי ''צאמגעשטופט'', פאר'' דעם פרייז''.
און ער איז דא פארן ציבור. איך הער
דער תירוץ גייט זיי ן ''וויליאמסבורג ''
''באקומסט מער פאר דיין געלט''
סאיז א שפעקולאנטען מארקעט. קיינער איז נישטא פארן ציבור
אם אין אני לי מי לי קיינער זאל נישט ווארטען איינער זאל אים עפעס קעיטערען.
הייבטס ענק אויף און גייטס לימין ולשמאל.

אוועטאר
join us
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 6:05 pm
לאקאציע: און מיין שיך

תגובהדורך join us » מאנטאג מאי 13, 2019 6:18 pm

lebediger berel האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:סמיט פארעם האט ארויסגעשעלט זייערע פרייזן נעכטן צווישן 600 און 800 אלפים פאר א דירה שומו שמים

נאכאמאל ער געבט דיר האלב פרייז פער סקווערער פיס פון ברוקלין, דאס איז פאר מענטשן וואס קענען צאלן דריי אהאלב טויזענט מארגידש א חודש


סקומט אויס בערך צווישן 190-216 א סקווער וואס איז באמת זייער זייער ביליג פאר די פראדוקט וואס ער שטעלט צו . סאיז אפשר צו גרויס אבער פאר דיין געלט באקומסטו זייער א גוטע דיעל

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11603
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג מאי 13, 2019 6:18 pm

להודיע האט געשריבן:. צו נעמען א וויליאמסבורגער מאמע פון פיר פינף קינדער און איר אריינזעצן אין א בעיסמענט אין די ווייטע לעקוואוד, הייסט נישט קיין סעלאשען. סארי.

א שיינע גרויסע 1,300 ס"ף מיט פענסטער, וואס די פראבלעם? ווייל דו האסט קאשמארן פון דיין וויליאמסבורגע בעיסמענט מיינט נישט אלעס איז די זעלבע..

להודיע האט געשריבן:די איינציגע לעזונג פאר'ן ברייטן ציבור, ציווילע ארבעט אינגעלייט, איז נארמאלע סייז דירות, זיבעצן אכצן הונדערט סקווער פיס, וואס זאל קאסטן אונטער צוויי טויזנט דאללער מארגעזש א חודש. און דאס, מיינע פריינד, איז נישטא אין ערגעץ!

דו ווייסט דאס איז א שקר ד[עבודי ל] גלוי', ריכטיג?

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3415
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » מאנטאג מאי 13, 2019 6:24 pm

כאפצעם האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן:. צו נעמען א וויליאמסבורגער מאמע פון פיר פינף קינדער און איר אריינזעצן אין א בעיסמענט אין די ווייטע לעקוואוד, הייסט נישט קיין סעלאשען. סארי.

א שיינע גרויסע 1,300 ס"ף מיט פענסטער, וואס די פראבלעם? ווייל דו האסט קאשמארן פון דיין וויליאמסבורגע בעיסמענט מיינט נישט אלעס איז די זעלבע..

להודיע האט געשריבן:די איינציגע לעזונג פאר'ן ברייטן ציבור, ציווילע ארבעט אינגעלייט, איז נארמאלע סייז דירות, זיבעצן אכצן הונדערט סקווער פיס, וואס זאל קאסטן אונטער צוויי טויזנט דאללער מארגעזש א חודש. און דאס, מיינע פריינד, איז נישטא אין ערגעץ!

דו ווייסט דאס איז א שקר ד[עבודי ל] גלוי', ריכטיג?



צענדליגע אינגעלייט וואוינען אין לעיקוואד אין 2600 סק פט דירות פאר 1800 דאלאר רענט, נישט קיין בעיסמינט, נישט קיין טעקס

נאר אז מען וויל נישט מופן איז גרינגער צו קומען אויף אייוועלט שרייבן שטותים און וויינען, ווי איידער צו טון עפעס

דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1030
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » מאנטאג מאי 13, 2019 6:26 pm

join us האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:סמיט פארעם האט ארויסגעשעלט זייערע פרייזן נעכטן צווישן 600 און 800 אלפים פאר א דירה שומו שמים

נאכאמאל ער געבט דיר האלב פרייז פער סקווערער פיס פון ברוקלין, דאס איז פאר מענטשן וואס קענען צאלן דריי אהאלב טויזענט מארגידש א חודש


סקומט אויס בערך צווישן 190-216 א סקווער וואס איז באמת זייער זייער ביליג פאר די פראדוקט וואס ער שטעלט צו . סאיז אפשר צו גרויס אבער פאר דיין געלט באקומסטו זייער א גוטע דיעל

בכלל נישט ביליג

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11603
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג מאי 13, 2019 6:36 pm

הערליך האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן:. צו נעמען א וויליאמסבורגער מאמע פון פיר פינף קינדער און איר אריינזעצן אין א בעיסמענט אין די ווייטע לעקוואוד, הייסט נישט קיין סעלאשען. סארי.

א שיינע גרויסע 1,300 ס"ף מיט פענסטער, וואס די פראבלעם? ווייל דו האסט קאשמארן פון דיין וויליאמסבורגע בעיסמענט מיינט נישט אלעס איז די זעלבע..

להודיע האט געשריבן:די איינציגע לעזונג פאר'ן ברייטן ציבור, ציווילע ארבעט אינגעלייט, איז נארמאלע סייז דירות, זיבעצן אכצן הונדערט סקווער פיס, וואס זאל קאסטן אונטער צוויי טויזנט דאללער מארגעזש א חודש. און דאס, מיינע פריינד, איז נישטא אין ערגעץ!

דו ווייסט דאס איז א שקר ד[עבודי ל] גלוי', ריכטיג?



צענדליגע אינגעלייט וואוינען אין לעיקוואד אין 2600 סק פט דירות פאר 1800 דאלאר רענט, נישט קיין בעיסמינט, נישט קיין טעקס

נאר אז מען וויל נישט מופן איז גרינגער צו קומען אויף אייוועלט שרייבן שטותים און וויינען, ווי איידער צו טון עפעס

עקזעקטלי. און אפילו קויפן האסטו אויך אין זשערזי סיטי, מאנטיסעלאו, גלילות קרית יואל וכו'

אוועטאר
א גוטע ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 11:45 am
לאקאציע: ביי די אייער וועלט

תגובהדורך א גוטע ניק » מאנטאג מאי 13, 2019 6:39 pm

נחלת יעקב האט געשריבן:
א גוטע ניק האט געשריבן:
yoy האט געשריבן:
נחלת יעקב האט געשריבן:קען איינער ברענגען די ‏דרשה פון רבי אליעזר ביטע?

???

114 ספעישל אינטערוויא

אויף קול מבשר ?

יעס סיר

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11603
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג מאי 13, 2019 7:16 pm

שיינע אינטערוויו ר' אליעזר! ער זאגט ער האט געזעהן ביי לעיקוואוד און זשערזי סיטי די גרעסטע פארקער.

ער שטיפט שטארק זשערזי סיטי פאר יונגעלייט און גאלדן הילס (וודבערי זשאנקשען) פאר עלטערע יודן.

להוסיף
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 26, 2015 1:50 pm

תגובהדורך להוסיף » מאנטאג מאי 13, 2019 7:28 pm

גיהערט היינט פון איינעם וואס איז דארט גיווען. אז א מיטל יעריגער איד האט געסיינד קאנטראקט ביי די 'גאלדען הילס' דעוועלעפמענט פאר זיך - און נאך 3 קאנטראקטן ביי די שכינות'דיגע 'וואדבערי דזשאנקשען' דעוועלעפמענט פאר זיינע קינדער... א קלוגע שריט.

ער האט מיר גיזאגט אז לעקוואוד איז געווען א גרויסע סוקסעס. און אז ס'איז א גרויסע גרויסע שאד אז לינדען האט זיך נישט באוויזן. זייער אסאך האבן גיפרעגט ווי זייער בודקע איז.

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מאנטאג מאי 13, 2019 7:43 pm

@להודיע וכת דיליה, יעדער האט זייערע תירוצים פארוואס מ'קען נישט מופן, און יא! דא קומט יא אריין "מאמעס פארטוך", דו קענסט נישט מופן וועגן דעם אדער אנדערע סיבה'ס, פיין, אבער גיי נישט צוליב קנאה שרייבן אפענע שקרים גמורים!!! יא! א נארמאלע מענטש וואס דארף יעדן טאג ארויסקומען צום גאס און זיך באגעגענען מיטן גארביזש אז ס'גייט א רויך, און פארן זיך אריינזעצן אין קאר דארף ער אראפנעמען די טיקעטס וואס ער האב באקומען, ווען ער זעצט זיך אין קאר דארף ער זיכער מאכן אז ער באמפט נישט מיטן נאנטן בעק און פראנט קאר, און וויסנדיג אז יעצט איז ראש אוער און ער גייט דארפן זיצן לאנג אויפן בריזש איר ער ממש נישט אינטערסירט אינ'ם ווארטן צען מינוט ביי א לייט אבער זעט אויס זיי ווייסן נישט ווייל עס קומט עני וועיס, ווען ער קומט צוריק דארפן ארום גיין צוואנציג מאל צו טרעפן א פארקינג, ער קומט אריין אין הויז און וויל זיך זעצן שרייבן עפעס קען ער נישט ווייל די קינדער שפילן אונטערן טיש, און יעדע זאך וואס ער טוט זעט די נעקסט דאר שכן. העט נוצן די שכל און גיין צו א פלאץ וואס ער האט א שיינע נארמאלע הויז מיט גראז אינדרויסן, קינדער האבן וואו צו שפילן, נישט דא קיין געפערליכע טרעפיק, פריוואט...., און אנפאקן די גאנצע "מאמעס פארטוך" און ארויסמופן!!!!
ויבאו המדקדיקים און זאגן אז נישט אלעס וואס כ'האב געזאגט איז הונדערט פראצענט גערעכט........
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

ליל שישי
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 29, 2018 6:02 pm

תגובהדורך ליל שישי » מאנטאג מאי 13, 2019 8:11 pm

איינער מיט ר' משה שמילאוויטש בראשור פיןאלע בלומינגבערג אפציעס

פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 914
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » מאנטאג מאי 13, 2019 8:28 pm

בר דעת האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:
בר דעת האט געשריבן:די מאנטיסעלא בראשור האט מען נעכטן פארטיילט בי די עקספא

קען מען עס אפשר ארויפלייגן ערגעץ?


https://drive.google.com/file/d/1-8ikQm ... sp=sharing

וויפיל הייזער גייט זיין יענע פארק עוועניו דעוועלאפמענט?

יונה
שר האלף
תגובות: 1831
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » מאנטאג מאי 13, 2019 8:32 pm

ליל שישי האט געשריבן:איינער מיט ר' משה שמילאוויטש בראשור פיןאלע בלומינגבערג אפציעס

כ'האב געמאכט בילדער פון די ביכל, אגב עס איז אריינגעפאלן א טעות, ביי די טשעסטנאט רידש דיוועלאפמענט שטייט אז פרייזן הייבן זיך אן ביי 345, לויט מיין אינפארמאציע הייבן זיך די פרייזן אן ביי 325.
צוגעלייגטע
Page2-2931x1246.jpg
Page2-2931x1246.jpg (543.54 KiB) געזעהן 712 מאל
Page1-2931x1206.jpg
Page1-2931x1206.jpg (523.72 KiB) געזעהן 712 מאל
frontCover.jpg
frontCover.jpg (671.74 KiB) געזעהן 712 מאל

יונה
שר האלף
תגובות: 1831
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » מאנטאג מאי 13, 2019 8:33 pm

נאך
צוגעלייגטע
Page3-2931x1259.jpg
Page3-2931x1259.jpg (689.95 KiB) געזעהן 706 מאל
Page4-2931x1329.jpg
Page4-2931x1329.jpg (726.62 KiB) געזעהן 706 מאל
backCover.jpg
backCover.jpg (484.36 KiB) געזעהן 706 מאל

בעמבא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 12, 2014 10:19 pm

תגובהדורך בעמבא » מאנטאג מאי 13, 2019 8:42 pm

להודיע האט געשריבן:
אין כל חדש האט געשריבן:איך וועל צושטימען צו דעפרעסד ודכוותי'
לויט וויאזוי רוב געגנטער האבן זיך פרעזענטירט, איז דאס נישט געמאכט פאר אן ארבעטס אינגערמאן, די מארטגעדזש בלייבט די זעלבע חודשליכע קאסט ווי די רענט, עס קומט צו א קאר וואס אין שטאט ערלויבט ער זיך עס נישט, (און אפילו קאנטרי גאנץ זומער וואס רבי בערל שרייט מען דארף רעכענען פון די סעיווינגס, איז שוין היינט צוטאגס נישטא ביי רוב פון די אינגערע ארבעטס אינגעלייט), נו וואלט דאס נישט געקאסט א דאון פעימענט מיט קלאוסינג קאוסטס, אוודאי וואלט מען געשפרינגען, אבער יעצט אז ער דארף קראצן 100,000 דאללער אראפצולייגן פון וואו קען ער דען חלומ'ן עס צו נעמען??
די בעסטע אפציע איז טאקע דינגען א בעיסמענט אין איינע פון די געגנטער, אבער עס פעלט דער דרייו דערצו! איר דארפט פארשטיין אז דער אינגערמאן וואס ציט זיך ארויס, וויל אויך קענען פילן, איך האב טאקע געטון א שווערע שריט, אבער איך האב עפעס א יש


הונדערט פראצענט. צו נעמען א וויליאמסבורגער מאמע פון פיר פינף קינדער און איר אריינזעצן אין א בעיסמענט אין די ווייטע לעקוואוד, הייסט נישט קיין סעלאשען. סארי.

די איינציגע לעזונג פאר'ן ברייטן ציבור, ציווילע ארבעט אינגעלייט, איז נארמאלע סייז דירות, זיבעצן אכצן הונדערט סקווער פיס, וואס זאל קאסטן אונטער צוויי טויזנט דאללער מארגעזש א חודש. און דאס, מיינע פריינד, איז נישטא אין ערגעץ! דא קומט נישט אריין די נארישע "מאמעס פארטוך" לאזונגען און אפילו נישט די לאזונג "באקומסט מער פאר דיין געלט", נישט דאס איז די נקודה.


אין זשערסי סיטי איז דא אזא אפשען.
די פרייזן זענען טאקע היפש העכער פון צוויי יאר צוריק אבער נאך אלץ גאר שטארק עפארדיבעל סיי די רענטעלס און אזוי אויך צו קויפן.
די שווערעקייט פון זשערסי סיטי איז נאר אז די התחלה איז אסאך שווערער, מען דארף אליינס זוכן, זיך פארבינדען מיט בראקערס, פאסן א באשלוס איבער איינס פון אסאך אנדערע אפשענס און אסאך מאל אויך זיין פארנומען מיט איבער בויען, דאס אלעס מאכט עס מער קאמפלעצירט פון אנדערע פלעצער ווי מען סערווירט דיר מיט א פארטיגע דירה,
אבער ווען עס קומט צו קויפן א הויז איז לענ״ד וויכטיגער צו קוקן אויף די לאנג טערם וויפיל עס גייט קאסטן חודש׳לעך ווי איידער צו קוקן אויף די אנהייב ביז מען גייט אדורך די פראסעס.

און איבעראלעם דארף מען געדענקען דער פאקט אז ׳יעדער׳ פון לאוי ביז גאר גוטע פארדינער ווערן גרונג און שנעל עפרואווד פאר וואטשערס וואס ברענגט דראסטיש אראפ די חודש׳ליכע קאסטן פאר קינדער געבענטשע משפחה.

געהאפט
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 14, 2017 10:55 am

תגובהדורך געהאפט » מאנטאג מאי 13, 2019 8:45 pm

דעפרעסט האט געשריבן:
הערליך האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:
יכול האט געשריבן:ווי ערווענט פריער, בין איך געגאנגען צום עקספאו צו זעהן די לינדען אפשענס, אבער אזוי ווי זיי זענען נישט געווען האב איך מיר ארומגעקוקט אויף די אנדערע דעוועלאפמענטס.
איך בין געווען ערשטוינט, אז בעת מען האט געמארקעט די עקספא ווי אן עפארדעבל אפשען ארויס פון וויליאמסבורג, איז כמעט נישט געווען עפעס וואס מקען קוקען דערויף אינטער א האלב מיליאן דאלער, חוץ בלומינגבערג וואס לענ"ד איז אויך טייער פאר אזא געגענט און נישט א פרייוועט הויז.
אפילו אין זשוירזי סיטי איז געווען א דיוועלעפער דארט וואס האט געמארקעט א נייע קאנדא פון איין שטאק אויף א צוויי שטאקיגע הויז פאר א האלב מיליאן דאלער! אין זשוירזי סיטי? קוקט אויס א היפש איבערגעטריבענע פרייז.

פארפאלן, איך זיך נישט ח"ו צו שטופן מענטשן בלייבן וואינען אין ווילי., פונקט פארקערט איך encourage מענטשן ארויסצומופן, אבער וואס קען מען טוען, אין די אלע געגנטער איז שוין עפ"ר דא די צווייטע לעוועל פון נחשונים, און די כלל אז חסידים טרייבן ארויף די פרייז איז שוין דא, יעדער האט געקענט קויפן דריי יאר צוריק, פאר א האלב מיליאן דאלאר מוזטו שוין גיין צו ווייניגער חסידישע געגנטער ווי למשל אין די גענט פון לעיקוואד: טאמס ריווער און זשעקסאן, דאנט ווארי אין א דריי פיר יאר העט עס שוין זיין סאך טייערער, פאר די ביליגסטע פרייזן מוז מען זיין פון די נחשונים, וואס אין רוב פון די געגנטער ביסטו שוין אינ'ם דריטע לעוועל.



איך האב געקויפט אין לעיקוואד א הויז פאר דריי יאר צוריק פאר פיר פיפציג, אקוראט די זעלבע סארט הייזער זענען איצט אוועליבל פאר פיר אכציג

די הייזער האבן א טענענט, און טעקס איז אינטער ניין אלפים

אויב קענסטו נישט קויפן, קענסטו דינגן, 850 פאר א אינטערשטע שטאק דריי בעדרום דרייצן הינדערט סק פס, און קענסט אוועקלייגן דאס איבריגע אז זאלסט קענעם קויפן שפעטער

סאיז דא אזוי פיל אפשענס, מען דארף נאר עפענען די אויגן און זעהן


כאילו סגיסט זיך טענעטנס אין לעקוואוד... מענטשן סטראגלען אוועק צו טרעפן טענעטנס. און דערווייל צאלט מען אליינס די ריזיגע מארגעדזשעס.

אז די ווייסט אפשר זאגסטו פארן עולם
וויפיל אויבערשטע און וויפיל אינטערשטע זענען available
אויבערשטע א גרויסען 0 און אינטערשטע אינטער 5

בר דעת
שר חמש מאות
תגובות: 662
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

תגובהדורך בר דעת » מאנטאג מאי 13, 2019 9:04 pm

פארשער האט געשריבן:
בר דעת האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:
בר דעת האט געשריבן:די מאנטיסעלא בראשור האט מען נעכטן פארטיילט בי די עקספא

קען מען עס אפשר ארויפלייגן ערגעץ?


https://drive.google.com/file/d/1-8ikQm ... sp=sharing

וויפיל הייזער גייט זיין יענע פארק עוועניו דעוועלאפמענט?


מען רעדט פון בערך 200 הייזער, אבער עס האלט נאך ביי די עפראוועל שטאפל.
דערווייל ווערט געבויט איינצעלנע הייזער אין די געגענט.

אוועטאר
ברעחדך קאפ
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 12, 2015 10:51 am

סאטמער לעיקוואד

תגובהדורך ברעחדך קאפ » מאנטאג מאי 13, 2019 10:28 pm

נאך א אפציע איז דא, אני הקטן האב אזוי געטאן.

געקויפט א הויז, אין אריינגעמופט אין די בעיסמעמט.

די מארגעטש (טעקס אינשארענס אינקלודעד) איז בערך 2900 א חודש, איך האב גענימען א טענענט אויבן וואס צאלט בערך 1900, סה קאסט מיך א 3 בעדראם דירה $1000 א חודש
אין די עיקר איז אז סאיז מיינס, איך צאל פאר מיין הויז, מיין מארגעדש.

אוועטאר
ברעחדך קאפ
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 12, 2015 10:51 am

תגובהדורך ברעחדך קאפ » מאנטאג מאי 13, 2019 10:35 pm

ליל שישי האט געשריבן:
1) זשערסי סיטי NEW COUNSTRUCTION צאלט מען 6000 טעקס ווען אין לעיקוואד צאלט מען 11000
2) א טענענט אין לעיקוואד צאלט 850 ווען אין זשערסי סיטי צאלט מען 1350
במילא ענדיגט מען ביליגער אין זשערסי סיטי



Correction
Lakewood tax is about 9000 not even close to 11,000

נחלת יעקב
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2018 9:20 am

תגובהדורך נחלת יעקב » מאנטאג מאי 13, 2019 11:19 pm

א גוטע ניק האט געשריבן:
נחלת יעקב האט געשריבן:
א גוטע ניק האט געשריבן:
yoy האט געשריבן:
נחלת יעקב האט געשריבן:קען איינער ברענגען די ‏דרשה פון רבי אליעזר ביטע?

???

114 ספעישל אינטערוויא

אויף קול מבשר ?

יעס סיר

דארטן הערט מען נאר די אינטערוויא, ווי קען מען הער זיין דרשה פון נעכטן?

אוועטאר
א גוטע ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 11:45 am
לאקאציע: ביי די אייער וועלט

תגובהדורך א גוטע ניק » מאנטאג מאי 13, 2019 11:29 pm

נחלת יעקב האט געשריבן:
א גוטע ניק האט געשריבן:
נחלת יעקב האט געשריבן:
א גוטע ניק האט געשריבן:
yoy האט געשריבן:???

114 ספעישל אינטערוויא

אויף קול מבשר ?

יעס סיר

דארטן הערט מען נאר די אינטערוויא, ווי קען מען הער זיין דרשה פון נעכטן?

מ'האט עס נישט ארויף געלייגן נאר מען האט עס געקענט הערן לייוו 8-1

פעשען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 25, 2016 5:40 pm

תגובהדורך פעשען » מאנטאג מאי 13, 2019 11:34 pm

ברעחדך קאפ האט געשריבן:נאך א אפציע איז דא, אני הקטן האב אזוי געטאן.

געקויפט א הויז, אין אריינגעמופט אין די בעיסמעמט.

די מארגעטש (טעקס אינשארענס אינקלודעד) איז בערך 2900 א חודש, איך האב גענימען א טענענט אויבן וואס צאלט בערך 1900, סה קאסט מיך א 3 בעדראם דירה $1000 א חודש
אין די עיקר איז אז סאיז מיינס, איך צאל פאר מיין הויז, מיין מארגעדש.

הערט זיך זייער קלוג..


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט