א דירה - דינגען אדער קויפן?

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3658
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

א דירה - דינגען אדער קויפן?

תגובהדורך יידישע קהילות » דאנארשטאג ינואר 23, 2020 9:41 am

א יינגערמאן מיט א פאר קינדער עטליכע יאר נאך די חתונה, נישט קיין גרויסע פארדינער אבער ב"ה דעקט יעדן חודש מער ווייניגער און קען אוועקלייגן עטליכע פיאסטער.
דערווייל דינגט ער א דירה.
לוינט זיך ער זאל זיך אנשטרענגען און קויפן א דירה אדער 'וואס זיכסטו זיך גאלדענע גליקן?' בלייב ביים אלטן און דינג ווייטער?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

תגובהדורך ליידיג גייער » דאנארשטאג ינואר 23, 2020 10:15 am

מעלות פון א אייגענע דירה זענען
אז אויף די עלטערע יאהרן (ווי אויך די יונגערע אבער דעמאלט שטיפט מען נאך דורך) וועסטו בלייבן מיט א דירה,
ווי אויך וועסטו שוין נישט דארפן צאהלן אדער לכה''פ צאהלן ווייניגער.
מ'קען בשעת הדחק ארויס בארגן פון די באנק חתונה צו מאכן.
די חסרונות זענען אז מ ס'איז טייערער פון אנפאנג זיכער און פון א ביזנעס פרעספעקטיוו לוינט נישט אזוי שטארק צו קויפן דאס הויז ווי מ'וואוינט נאר ענדערש א הויז צו פארדינגען אדער פארקויפן ווייטער (ווייל דארט מאכט מען געווענליך בעסער די קאלקיולעישאן פון א ביזנעס פרעספעקטיוו ווייל מ איז נישט אראפ געבונדן צו די געגענט וואו מ ווייל וואוינען)

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3658
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דאנארשטאג ינואר 23, 2020 1:48 pm

ליידיג גייער האט געשריבן:מעלות פון א אייגענע דירה זענען
אז אויף די עלטערע יאהרן (ווי אויך די יונגערע אבער דעמאלט שטיפט מען נאך דורך) וועסטו בלייבן מיט א דירה,
ווי אויך וועסטו שוין נישט דארפן צאהלן אדער לכה''פ צאהלן ווייניגער.
מ'קען בשעת הדחק ארויס בארגן פון די באנק חתונה צו מאכן.
די חסרונות זענען אז מ ס'איז טייערער פון אנפאנג זיכער און פון א ביזנעס פרעספעקטיוו לוינט נישט אזוי שטארק צו קויפן דאס הויז ווי מ'וואוינט נאר ענדערש א הויז צו פארדינגען אדער פארקויפן ווייטער (ווייל דארט מאכט מען געווענליך בעסער די קאלקיולעישאן פון א ביזנעס פרעספעקטיוו ווייל מ איז נישט אראפ געבונדן צו די געגענט וואו מ ווייל וואוינען)

אויב איז אבער דינגען ביליגער, קען מען דאך נעמען דאס געלט און אריינשטעקן אין א אינוועסטמענט. וועט אויף די עלטערע יארן בלייבן אן אינוועסטמענט. פון דעם אינוועסטמענט קען מען דאך אויך בארגן בשעת הדחק. אאז"וו.
בקיצור עקרוניות'דיג וועלכעס קומט אויס ביליגער און פראקטישער?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
קברנה סובניון
שר חמש מאות
תגובות: 763
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 10:38 am
לאקאציע: אין וויין גארטן

תגובהדורך קברנה סובניון » דאנארשטאג ינואר 23, 2020 1:51 pm

מיטגעהאלטן א מעשה ווי א איד האט געדארפט מופן צוויי וואכן פארן חתונה מאכן א קינד ווייל די לענדלאר האט געדארפט די דירה,
הרחבת הדעת איז זיכער מער אין אן אייגענע דירה

אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

תגובהדורך ליידיג גייער » דאנארשטאג ינואר 23, 2020 7:30 pm

דאס איז וואס איך זאג
ביזנעסווייז איז נישט א אייגענע דירה די בעסטע אפציע ענדערשט אין פלאץ וואו מ'קען מאכן מער געלט,
פאר הרחבת הדעת איז שוין א אנדערע מעשה.

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3658
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דאנארשטאג ינואר 23, 2020 8:31 pm

קברנה סובניון האט געשריבן:מיטגעהאלטן א מעשה ווי א איד האט געדארפט מופן צוויי וואכן פארן חתונה מאכן א קינד ווייל די לענדלאר האט געדארפט די דירה,
הרחבת הדעת איז זיכער מער אין אן אייגענע דירה

אונטער נארמאלע אומשטענדען און אפילו אין אויסנאמ'ס פעלער קען אזוינס נישט געשעהן.
היינט קען מען נישט סתם אזוי ארויסווארפן א טענענט. אויב האט ער א ליעס און באצאלט רענט ווי עס דארף ץו זיין.
אלא מאי, ער עהט נישט באצאלט? וויאזו מיינסטו וואלט ער אויסגעזעהן מיט די מארטגעדז-באנק צוויי וואכן פאר חתונה מאכן?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14410
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » דאנארשטאג ינואר 23, 2020 8:51 pm

איך וואלט דיר ווען מייעץ געווען אז דו זאלסט בלייבן ביים דינגען
פשוט פאר דעם אליינס ווייל דו ביסט נישט עכט דערביי צו קויפן [כנראה מתגובותיך]

great
שר מאה
תגובות: 130
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 26, 2019 12:22 pm

דינגען אדער קויפן

תגובהדורך great » דאנארשטאג ינואר 23, 2020 10:59 pm

עס איז זיכער אז איינער וואס וואוינט און וויליאמסבורג אדער בארא פארק און ער איז דן צו ס'לוינט זיך צו קויפן דארט אדער דינגען איז עס כמעט די זעלבע לעת עתה לגבי געלט די שאלה איז נאר וועגן די שפעטערע יארן אבער טאמער איינער איז דן צו דינגען און וויליאמסבורג אדער קויפן א הויז אין קרית יואל אדער בלומינגבערג וואס גייט עם קאסטן א חודש צווישן $1650 אדער $1900 פאר א דירה פון בערך 1800 סקווער פיס קוקט אויס אז עס ענדערש צו קויפן

אוועטאר
קברנה סובניון
שר חמש מאות
תגובות: 763
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 10:38 am
לאקאציע: אין וויין גארטן

תגובהדורך קברנה סובניון » פרייטאג ינואר 24, 2020 9:59 am

יידישע קהילות האט געשריבן:
קברנה סובניון האט געשריבן:מיטגעהאלטן א מעשה ווי א איד האט געדארפט מופן צוויי וואכן פארן חתונה מאכן א קינד ווייל די לענדלאר האט געדארפט די דירה,
הרחבת הדעת איז זיכער מער אין אן אייגענע דירה

אונטער נארמאלע אומשטענדען און אפילו אין אויסנאמ'ס פעלער קען אזוינס נישט געשעהן.
היינט קען מען נישט סתם אזוי ארויסווארפן א טענענט. אויב האט ער א ליעס און באצאלט רענט ווי עס דארף ץו זיין.
אלא מאי, ער עהט נישט באצאלט? וויאזו מיינסטו וואלט ער אויסגעזעהן מיט די מארטגעדז-באנק צוויי וואכן פאר חתונה מאכן?

נישט פונקטלעך
ווען א לענדלאר דארף די דירה פאר א זון אדער טאכטער שיקט ער אפילו מצאלט צייטלעך, און פארשטייט זיך אז די ליעס איז אפגעלאפן

Programming
שר חמישים ומאתים
תגובות: 352
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

תגובהדורך Programming » פרייטאג ינואר 24, 2020 10:39 am

א אייגענע הויז איז ווערט נאר דער דיפערענץ צווישן די רענט וואס דער טענענט צאלט און די טעקס וואס דער לענדלארד צאלט. למשל אויב א טענענט צאלט רענט 2000 דאלער א חודש און דער לענדלארד צאלט טעקס 800 דאלער א חודש, האט דער טענענט נאר געלייגט אין גארבעזש 1200 דאלער חודש'ליך, נישט 2000

אויך נישט אוועק צו מאכן, אבער ווער עס פילט ער מוז קויפן אנשטאט גיסן געלט אין גארבעזש יעדן חודש, דארף מאכן די קלארע חשבון - וויפיל געלט ער גייט פארדינען אין זיין טאש.

דאס איז שוין אן נעמען אין באטראכט אז דער וואס קויפט א הויז און צאלט דערפאר מיט א מארטגעזש, בלייבט צום סוף אויך מיט א נכס וואס איז ווערט סאך ווייניגער ווי דער פרייז וואס ער האט געצאלט דערפאר. ד.ה. ער גיסט למעשה אויך אריין פופציג פראצענט צי מער פון זיין חודש'ליכע הויז עקספענס אין גארבעזש.

מען קען אפווארפן די ארגומענט אז אויב סוכ"ס איז דאס דער איינציגער וועג וואס ער קען זיך ערלויבן בדרך הטבע צו קויפן א הויז איז למעשה לוינט ענדערש צו אינוועסטן אין א וועג וואס מען בלייבט כאטש מיט א נכס ווי איידער סתם צו צאלן רענט און בלייבן מיט גארנישט. אבער דער סך הכל קומט אראפ צו דעם: וויפיל מער איז די חודש'ליכע מארטגעזש ווי דער רענט? אויב איז עס די זעלבע אדער נאר אביסל מער, און מען האט די געלט פאר דאון פעימענט און אלעס ארום, לוינט אוודאי צו קויפן; אויב דער מארטגעזש איז פיל מער ווי דער רענט, מען צאלט טייער טעקס, און ס'איז נעקסט טו אימפאסיבל אויפצוקומען מיט די 150-200 אלפים אנצוהייבן, לוינט בפשטות נישט דער פינאנציעלער ריוח פון 'אונען א הויז לשם אוינען א הויז' איבער די חסרונות דערפון. אינצווישן, דארף מען פרעגן א שאלה

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » מוצ"ש ינואר 25, 2020 7:43 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:א יינגערמאן מיט א פאר קינדער עטליכע יאר נאך די חתונה, נישט קיין גרויסע פארדינער אבער ב"ה דעקט יעדן חודש מער ווייניגער און קען אוועקלייגן עטליכע פיאסטער.
דערווייל דינגט ער א דירה.
לוינט זיך ער זאל זיך אנשטרענגען און קויפן א דירה אדער 'וואס זיכסטו זיך גאלדענע גליקן?' בלייב ביים אלטן און דינג ווייטער?

אז די פרעגסט מיינט דאך אז די ביסט גרייט צו הערן די אמת... אפי׳ אויב די אמת איז נישט פאר יעדעם אזוי געשמאק צו הערן.. און נישט אייביג ווילן מענשטען הערן די אמת...

קוק דא אין דעם אשכול: viewtopic.php?f=3&t=40187#p1971176

כ׳האב דארט מסביר געווען מיט א לעגנס און א ברייטס איבער די עיקר מעלה פון פארמאגן א אייגענע הויז: כדי צו קענען חתונה מאכן די קינדער.

אוודאי איז עס א בדיעבד, אבער פון מיינע פוהלע ריסערטש פון פרעגן מענשטען וואס מאכן חתונה, האב איך פעסט געשטעלט מיט א וודאי׳ס אז כאטש ארום 50 פערצענט מענשטען פון אונזערע קאמיאנעטי מאכן חתונה די קינדער, כאטש ביי די שפעטערע/מיטעלע קינדער דורך ריפיינענס אדער א סעקענד לאון. און ווייטער נישט אייביג ווילן מענשטען הערן די אמת..

יעצט מען טאר נישט קויפן נאר אויב מען וועט קענען דעקן די חודש און אויכעט אויב מען האט די down payment, אדער אויף א וועג ווי אזוי לאמיר זאגן בארגען א חלק פון די down payment אויף א גרינגע אויפן צו קענען באצאלן מיט א payment plan וכדו׳.

איך פרעג אסאך מאל מענשטען... וויפעל קינדער האסטו? און פאר וויפעל האסטט שוין צו חתונה מאכן? ס׳דא וואס ענטפערן אז זיי האבן א לייף אינשארענס פאלעסי, קליגערע יודן ענטפערן.. אז זיי האבן מעיאטשעל פאנדס פאר איינס אדער מער קינדער צו חתונה מאכן.

אבער אז מען הערט אויף צאלן רענט און מען צאלט אנשטאטס דעם מארגעדזש פארדינסטו אז די האסט א ״זאכליכע״ בדיעבד׳יגע פלאן/פלאן B, צו קענען חתונה מאכן אלע קינדער אי״ה בהיתר (פארשטייציך ווי פריער מען קויפט וועט זיין מער געלט אין די ריפיינענס/סעקענד מארגעדזש, און פארשטייציך אויב מען גייט עס נישט ניצען פאר עפעס אנדערש... ) און דאס איז גאר א שטארקע פארדינסט. ווייל איך וויל נישט מרחיב זיין די דיבור צו פוהל וואס אנדערע טוהן כדי צו חתונה מאכן, איך ווייס זייער אסאך, און די מצב איז זייער נישט גוט.

אוודאי איז דא נאך פוהלע אנדערע מעלות פון פארמאגן א אייגענע דירה וואס אנדערע דא האבן שוין אויסגעשמיעסט, למשל ס׳מאכט זיך אסאך/ס׳זאל זיך נישט מאכן... אז מען הערט אז לענדלארד׳ס ווארפען ארויס מענשטען מיט גרעסערע משפחות נאכן זיין אין א דירה פאר מערערע יארן, למשל ווייל ער דארף די דירה יעצט פאר א קינד זיינע וכדו׳ און ס׳ביטער שווער צו טרעפן א גרעסערע דירה פון איין מינוט צום צווייטען.

אבער ווי געשמיעסט דאס איז נישט לענ״ד די עיקר סיבה נאר פאר א plan B פארן חתונה מאכן די קינדער ווי געשמיעסט
לעצט פאראכטן דורך גאלדענע פעדער אום מוצ"ש ינואר 25, 2020 8:25 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

great
שר מאה
תגובות: 130
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 26, 2019 12:22 pm

תגובהדורך great » מוצ"ש ינואר 25, 2020 8:05 pm

גאלדענע פעדער האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:א יינגערמאן מיט א פאר קינדער עטליכע יאר נאך די חתונה, נישט קיין גרויסע פארדינער אבער ב"ה דעקט יעדן חודש מער ווייניגער און קען אוועקלייגן עטליכע פיאסטער.
דערווייל דינגט ער א דירה.
לוינט זיך ער זאל זיך אנשטרענגען און קויפן א דירה אדער 'וואס זיכסטו זיך גאלדענע גליקן?' בלייב ביים אלטן און דינג ווייטער?

אז די פרעגסט מיינטא דאך אז די ביסט גרייט צו הערן די אמת... אפי׳ די אמת ווילן מענשטען נישט אייביג הערן...

קוק דא אין דעם אשכול: viewtopic.php?f=3&t=40187#p1971176

כ׳האב דארט מסביר געווען מיט א לעגנס און א ברייטס איבער די עיקר מעלה פון פארמאגן א אייגענע הויז: כדי צו קענען חתונה מאכן די קינדער.

אוודאי איז עס א בדיעבד אבער פון מיינע פוהלע ריסערטש פון פרעגן מענשטען וואס מאכן חתונה, האב איך פעסט געשטעלט מיט א וודאי׳ס אז כאטש ארום 50 פערצענט מענשטען פון אונזערע קאמיאנעטי מאכן חתונה די קינדער, כאטש ביי די שפעטערע/מיטעלע קינדער דורך ריפיינענס אדער א סעקענד לאון. און ווייטער נישט אייביג ווילן מענשטען הערן די אמת..

יעצט מען טאר נישט קויפן נאר אויב מען וועט קענען דעקן די חודש און אויכעט אויב מען האט די down payment, אדער אויף א וועג ווי אזוי לאמיר זאגן בארגען א חלק פון די down payment אויף א גרינגע אויפן צו קענען באצאלן מיט א payment plan וכדו׳.

איך פרעג אסאך מאל מענשטען... וויפעל קינדער האסטו? און פאר וויפעל האסטט שוין צו חתונה מאכן? ס׳דא וואס ענטפערן אז זיי האבן א לייף אינשארענס פאלעסי, קליגערע יודן ענטפערן.. אז זיי האבן מעיאטשעל פאנדס פאר איינס אדער מער קינדער צו חתונה מאכן.

אבער אז מען הערט אויף צאלן רענט און מען צאלט אנשטאטס דעם מארגעדזש פארדינסטו אז די האסט א ״זאכליכע״ בדיעבד׳יגע פלאן/פלאן B, צו קענען חתונה מאכן אלע קינדער בהיתר (פארשטייציך ווי פריער מען קויפט וועט זיין מער געלט אין די ריפיינענס/סעקענד מארגעדזש, און פארשטייציך אויב מען גייט עס נישט ניצען פאר עפעס אנדערש... ) און דאס איז גאר א שטארקע פארדינסט. ווייל איך וויל נישט מרחיב זיין די דיבור צו פוהל וואס אנערע טוהן כדי צו חתונה מאכן, איך ווייס זייער אסאך, און די מצב איז זייער נישט גוט.


אוודאי איז דא נאך פוהלע אנדערע מעלות פון פארמאגן א אייגענע דירה וואס אנדערע דא האבן שוין אויסגעשמיעסט, למשל ס׳מאכט זיך אסאך/ס׳זאל זיך נישט מאכן... אז מען הערט אז לענדלארד׳ס ווארפען ארויס מענשטען מיט גרעסערע משפחות נאכן זיין אין א דירה פאר מערערע יארן, למשל ווייל ער דארף די דירה יעצט פאר א קינד זיינע וכדו׳ און ס׳ביטער שווער צו טרעפן א גרעסערע דירה פון איין מינוט צום צווייטען.

אבער ווי געשמיעסט דאס איז נישט לענ״ד די עיקר סיבה נאר פאר א plan B פארן חתונה מאכן די קינדער ווי געשמיעסט
לעצט פאראכטן דורך great אום זונטאג ינואר 26, 2020 12:58 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » מוצ"ש ינואר 25, 2020 8:23 pm

מיליון פערצענט. אוודאי די ווייב מיז מסכים זיין מיטן גאנצען ווילען, צו קויפן/מאפען דארט ווי מען וויל קויפן/מאפען, פאר דעם הייב זיך גארנישט אן... און אוודאי גיי אריין עס איבער שמיעסן מיט א עהרליכע/קליגע יוד.
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3658
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » זונטאג ינואר 26, 2020 10:21 am

אויב איינער וואוינט אין אן אפארטמענט הויז - פראדזשעקטס וכדומה, דארף ער זיך נישט זארגן פארן ווערן ארויסגעשיקט.
אלס אינוועסטמענט, אויב צאלט מען אזויפיל געלט פאר מארטגעדזש, טעקס, אינשורענס און נאך, איז דאך מסתבר אז אויב מ'לייגט אוועק דער געלט ובפרט אז מ'אינוועסט עס ערגעץ אנדערש לוינט זיך יענץ מער, ניין?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

מימוני
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 6:19 pm

תגובהדורך מימוני » זונטאג ינואר 26, 2020 10:52 am

יידישע קהילות האט געשריבן:
קברנה סובניון האט געשריבן:מיטגעהאלטן א מעשה ווי א איד האט געדארפט מופן צוויי וואכן פארן חתונה מאכן א קינד ווייל די לענדלאר האט געדארפט די דירה,
הרחבת הדעת איז זיכער מער אין אן אייגענע דירה

אונטער נארמאלע אומשטענדען און אפילו אין אויסנאמ'ס פעלער קען אזוינס נישט געשעהן

ליידער מעשים בכל יום
איך קען א שיינע פאר אידען וואס האבן געמאכט עוקר דירה זיין אויף די עלטער איז געמוזט גיין למקום שאין מכירים אותו, נישט ווייל זיי האבן נישט געצאלט די רענט, נאר צוליב אנדערע סיבות, ווי למשל מען האט פארקויפט די הויז וכדומה.

איך קען א איד וואס איז בכלל נישט קיין בעל יכולת, אבער ער האט געקויפט א הויז וואס צוליב סיי זיינע עלטערן אין זיי שוויגער עלטערן האט מען פארשיקט פין זייערע דירות ווי זיי האבן געוואוינט יארן לאנג, ער האט פשוט נישט געוואלט מיטמאכען די זעלבע אין זיינע עלטערע יארן.

great
שר מאה
תגובות: 130
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 26, 2019 12:22 pm

תגובהדורך great » זונטאג ינואר 26, 2020 12:25 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:אויב איינער וואוינט אין אן אפארטמענט הויז - פראדזשעקטס וכדומה, דארף ער זיך נישט זארגן פארן ווערן ארויסגעשיקט.
אלס אינוועסטמענט, אויב צאלט מען אזויפיל געלט פאר מארטגעדזש, טעקס, אינשורענס און נאך, איז דאך מסתבר אז אויב מ'לייגט אוועק דער געלט ובפרט אז מ'אינוועסט עס ערגעץ אנדערש לוינט זיך יענץ מער, ניין?

קודם כבר היה לעולמים אז עס קומען אן אפאר יורשים און ווארפן ארויס אפאר חברה און זיי שטעלן צוזאם אפאר דירות פאר איינס - און בנוגע אז מען קען אינוועסטן און אנדערע פלעצער די מציאות איז ביים היימישן עולם אז א מענטש שטרענג זיך אן זיך אווע קלייגן אפאר דאלער צו קויפן א אייגענע הויז ווי אוועק צולייגן געלט פאר אינוועסטן

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3658
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » פרייטאג פאברואר 14, 2020 12:27 pm

כבר היה לעולמים? יא.
אבער וויפיל לוינט זיך צו באצאלן פאר אזא אינשורענס פאליסי?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
שניי באל
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 04, 2020 10:12 pm

תגובהדורך שניי באל » פרייטאג פאברואר 14, 2020 1:40 pm

אויב רעדט מען פון א יונגערמאן נאך די חתונה, ווען ס'איז נאך מעגליך צו וואוינען און א קלענערע דירה, לענ"ד דינגען, און קויפן א גרעסערע דירה און פארדינגן פאר א צווייטן ביזדערווייל.

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3658
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » פרייטאג פאברואר 14, 2020 4:24 pm

שניי באל האט געשריבן:אויב רעדט מען פון א יונגערמאן נאך די חתונה, ווען ס'איז נאך מעגליך צו וואוינען און א קלענערע דירה, לענ"ד דינגען, און קויפן א גרעסערע דירה און פארדינגן פאר א צווייטן ביזדערווייל.

איך מיין אז דאס לוינט זיך זיכער נישט. ווייל עס ווערט פארלוירן געלט דורך האבן א דירה, באצאלן מטגש טעקס וכו' און זיכען א טענענט, שטיין ליידיג, אויפפיקסן וכו'. ווי אויך דעקט נישט דער רענט אלעמאל די מארטגעדשז פעימענטס
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1182
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » פרייטאג פאברואר 14, 2020 4:35 pm

שניי באל האט געשריבן:אויב רעדט מען פון א יונגערמאן נאך די חתונה, ווען ס'איז נאך מעגליך צו וואוינען און א קלענערע דירה, לענ"ד דינגען, און קויפן א גרעסערע דירה און פארדינגן פאר א צווייטן ביזדערווייל.

זיכער אז סלוינט די האסט ביידע מעלות סיי צאלסט ביליג פאר די קליינע דירה און דערווייל צאלט דיין טענענט אפ דיין מארגידש

יונה
שר האלף
תגובות: 1860
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » זונטאג פאברואר 16, 2020 2:10 am

Programming האט געשריבן:דאס איז שוין אן נעמען אין באטראכט אז דער וואס קויפט א הויז און צאלט דערפאר מיט א מארטגעזש, בלייבט צום סוף אויך מיט א נכס וואס איז ווערט סאך ווייניגער ווי דער פרייז וואס ער האט געצאלט דערפאר. ד.ה. ער גיסט למעשה אויך אריין פופציג פראצענט צי מער פון זיין חודש'ליכע הויז עקספענס אין גארבעזש.

פון וואנעט נעמט איר דאס? במציאות זענען די פרייזן אין היימישע געגענטער דראסטיש געשפרינגן די פארגאנגענע דרייסיג יאר, נישט אראפגעגאנגן בכלל. צענדליגע אידן פארקויפן היינט דירות וואס זיי האבן געקויפט יארן צוריק פאר עטליכע מאל די פרייז וואס זיי האבן געצאלט!
גאנץ אפטע ערשיינוג אז עלטערע אידן לאזן איבער דירות (פאר וועלכע זיי האבן געצאלט עטליכע טויזנט דאלער בימים ההם) די יורשים פארקויפן עס, נאכן צוטיילן בלייבט נאך א שיינע מוצא פאר אלע קינדער...

חוץ דעם, א הויז פאר דעם אייגנטומער זעלבסט האט גאר אן אנדערע ווערד ווי אויפן מארקעט. דהיינו אפי' די מארקעט פרייז איז געפאלן, פאלט עס נישט כלפי דעם מענטש וואס וואוינט דערין, האט זיך באקוועם געמאכט דארט וכו', פאר אים ווערט עס וואס אמאל מער ווערד.
כ'ווייס א איד וואס האט געוואוינט לאנגע יארן אין א דירה, אויף דער עלטער האט זיין לענדלארס אים ארויסגעשטעלט, דער איד האט געאפפערט עכטע גרויסע געלטער (אסאך מער ווי די מארקעט אויפן גאס) אבי ער זאל אים לאזן דארט בלייבן. פשוט מ'ווערט געוואוינט פון אזויפיל יארן אז דאס טוישן ווערט זייער שווער.
סא ס'איז נישט ריכטיג צו זאגן אז מ'פאלירט וועליו מיט די יאָרן.

Programming
שר חמישים ומאתים
תגובות: 352
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

תגובהדורך Programming » זונטאג פאברואר 16, 2020 2:27 am

די נקודה איז נישט דער מארקעט וועליו, נאר די אינטערעסט וואס מען צאלט. און ווי געשריבן, פאר איינעם וואס זיצט נישט אויף א סטאקפייל מיט קעש, איז דאס למעשה די איינציגסטע וועג אנצוקומען צו אונען א הויז.

אבער למעשה ווען מען טראכט אריין אין די ארגומענט 'רענט אין גארבעזש לעומת צאלן מארטגעזש פאר א אייגענע הויז', דארף מען נעמען אין באטראכט אז די עקטשועל ווערט פון די אייגענע הויז איז בערך האלב וויפיל מען האט געצאלט דערפאר במשך די מארטגעזש. אז איינער צאלט א מיליאן דאלער מארטגעזש אבער ווען ער וויל עס פארקויפן בלייבט ער מיט א האלב מיליאן אין טאש, און לאמיר זאגן (א עקסטרעמע סינעריא) אין די זעלבע דרייסיג יאר וואלט ער געצאלט נאר א האלב מיליאן דאלער רענט, קומט אויס ער האט גארנישט פארדינט. (כ'מיין אבער אז מען דארף אביסל אויסשארפן די פונקטליכע ציפערן זעהן צי ס'איז טאקע אזוי).

פארשטייט זיך ס'איז דא אסאך אנדערע סברות לכאן ולכאן, אריין גערעכנט דאס וואס דו האסט געשריבן.

קאטאגאריש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 6:28 pm

תגובהדורך קאטאגאריש » זונטאג פאברואר 16, 2020 10:38 am

Programming האט געשריבן:די נקודה איז נישט דער מארקעט וועליו, נאר די אינטערעסט וואס מען צאלט. און ווי געשריבן, פאר איינעם וואס זיצט נישט אויף א סטאקפייל מיט קעש, איז דאס למעשה די איינציגסטע וועג אנצוקומען צו אונען א הויז.

אבער למעשה ווען מען טראכט אריין אין די ארגומענט 'רענט אין גארבעזש לעומת צאלן מארטגעזש פאר א אייגענע הויז', דארף מען נעמען אין באטראכט אז די עקטשועל ווערט פון די אייגענע הויז איז בערך האלב וויפיל מען האט געצאלט דערפאר במשך די מארטגעזש. אז איינער צאלט א מיליאן דאלער מארטגעזש אבער ווען ער וויל עס פארקויפן בלייבט ער מיט א האלב מיליאן אין טאש, און לאמיר זאגן (א עקסטרעמע סינעריא) אין די זעלבע דרייסיג יאר וואלט ער געצאלט נאר א האלב מיליאן דאלער רענט, קומט אויס ער האט גארנישט פארדינט. (כ'מיין אבער אז מען דארף אביסל אויסשארפן די פונקטליכע ציפערן זעהן צי ס'איז טאקע אזוי).

פארשטייט זיך ס'איז דא אסאך אנדערע סברות לכאן ולכאן, אריין גערעכנט דאס וואס דו האסט געשריבן.


אין קרית יואל אויב די האסט געקויפט א סעמי פרייוועט הויז דרייסיג יאר ציריק, פאר $180,000 אין געצאלט $560,000 מארטגעדש, טאמער פארקויפסטו יעצט מאכסטו $440,000, נישט אראפגערעכנט 30 יאר רענט, אין נישט אריינגערעכנט די אויפגעפיקסטע בעסמענט ווי די צוויי טענעטס צאלען שוין ציזאמען די לעצטע צען יאר איבער $25,000 א יאר

וויליאמסבורג דרייסיג יאר ציריק א פיר שטאקעדיגע הויז וויניגער ווי $400,000 מאכ דעים חשבון מיט די טענענטס

מאנסי, דרייסיג יאר ציריק א אלטע סעמי פרייוועט מיט צויי טענעטס בערך $150,000 - $200,000

אבער איעדער אינגערמאן דארף האבן איינעם וואס קען אים גיט, אין קען געבן א עצה, אייוועלט חשבונות איז נישט אויף למעשה
סמיינט נישט אז איך האלט פארקערט
I just like playing devils advocate

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » זונטאג פאברואר 16, 2020 2:43 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:
שניי באל האט געשריבן:אויב רעדט מען פון א יונגערמאן נאך די חתונה, ווען ס'איז נאך מעגליך צו וואוינען און א קלענערע דירה, לענ"ד דינגען, און קויפן א גרעסערע דירה און פארדינגן פאר א צווייטן ביזדערווייל.

איך מיין אז דאס לוינט זיך זיכער נישט. ווייל עס ווערט פארלוירן געלט דורך האבן א דירה, באצאלן מטגש טעקס וכו' און זיכען א טענענט, שטיין ליידיג, אויפפיקסן וכו'. ווי אויך דעקט נישט דער רענט אלעמאל די מארטגעדשז פעימענטס


די קלוגסטע זאך וואס א אינגערמאן קען טוען!
די אלע קלייניקייטן וואס דו צייגסט איז גארנישט מיט נישט
אויך אויב סשטייט ליידיג א חודש, איז עס א חלק פון די אינוועסמענט,

איך האב שוין עטליכע מאל געמאכט די חשבון דא
בקיצור:
אויב ער צאלט 1500 רענט און מארגעדזש וועט זיין 2500 מיינט דאס אז אויב קויפט ער נישט וועט ער לייגן די 1000 אין גמ"ח, אבער ווען ער קויפט יא וועט די 1000 (בערך) גיין פאר פרינסיבל טרעף מיר א בעסערע גמ"ח ווי די באנק, אפגעזעהן אז סוואקסט די ווערד פון יעדע דאלער אין די הויז.

שוין געבענגט עטליכע מאל אויך דאס וואס דער רמב"ם באטיטלט אונז אלטס טיפשים פארן חתונה האבן פארן האבן א הויז
די וואך אין אבן עזרא על עשרת הדברות האב איך געזעהן אז ער שרייבט אז דערפאר שטייט קודם לא תחמוד בית רעך און נאכדעם אשת רעך, ווייל קודם דארף מען א הויז און נאכדעם חתונה האבן.
למעשה שרייבט ער אז ווייבאל די בחורים (עיין לשונו) ווילן קודם א ווייב דערפאר אין ואתחנן ווען משה דערציילט וואס איז געווען איז ער מקדים אשה צו בית ביי לא תחמוד

לעניננו לכו"ע איז די רכיטיגע וועג צו קויפן א הויז פריער, און אויב זענען מיר געווען טיפשים איז בעסער וואס שנעלער צו ווערן א בעל דעת, די שטערקסטע דעת וואס א אינגערמאן קען האבן איז צו קויפן א הויז א טאג נאכן חתונה. און די חשבון האב איך שוין געשריבן עטליכע מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » זונטאג פאברואר 16, 2020 2:50 pm

קאטאגאריש האט געשריבן:אבער איעדער אינגערמאן דארף האבן איינעם וואס קען אים גיט, אין קען געבן א עצה, אייוועלט חשבונות איז נישט אויף למעשה

100%

ביותר אז יעדע קעיס איז אנדערש, סאיז נישטא קיין קלארע חשבון וואס מקען זאגן, מדארף אייביג קוקן לגופו של מעשה.

איך האלט שוין לאנג אז א סוואלט געווען א קנאקעדיגע זאך צו אויפמאכן א ארגעניזעישן וואס זאל זיצן מיט אינגעלייט זעהן וואס ווען און וואו זיי קענען קויפן.
ווייל א בראקער פושט דיר צו וואו ער וויל, און די מארגעדזש בראקער פושט דיר זאלסט קלאזן.
נישט אז זיי זענען נישט געטריי אבער נאכאטלס זענען זיי נגוע.

פרעג יעדער וואס האט געדילט מיט א ריעל עיסטעיט בראקער ווי ער איז דיר מסביר בטוב טעם ודעת אז די דירה דאס איז וואס דו זיכסט און סאיז ממש פערפעקט פאר דיין באדזשעט. אויף מארגן ברענגסטו איהם עפעס א הויז וואס זעהט אויס בעסער און ממאכט די חשבון און ביים זוף איז ער מודה אז טאקע יא יענס איז בעסער "אויב ווילסטו קען איך דיר דאס ברענגען".
נאך אפאר טעג ווערסטו געוואר אז די ערשטע איז זיין ליסט און די צווייטע איז א צווייטנס ליסט און ער באקומט נישט די גאנצע קאמישן.
וכן לענין מארגעדזש בראקערס אין זייער חלק.

איך קום דא נישט אראפ רייסן ח"ו איינעם, זיי טוען זייער ארבעט הייליג און ערליך. אבער א ארגעניזעישן פון די זייט וואלט אויסגעקלארט די קאפ פאר א אינגערמאן וואס פאלט אריין אין א פעלד און האט נישט קיין אנונוג וואס און וואו.

יעצט אויפן מינוט איז די ריכטיגע זאך אז יעדער, אבער יעדער, נישט קיין חילק דיין אינקאם דיין נאמען דיין קרעדיט דיין סעיווינגס און אלעס ארום, מאך נישט אפ אליין אז דו קענסט נישט.
גיי אריבער צו א ריעל עיסטעי בראקער, אדער מארגעדזש בראקער, גיי איבער מיט זיי ווועסט זעהן אז סאיז סאך נענטער ווי דו מיינסט.
יא סאך סאך נענטער און גרינגער ווי סהערט זיך!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט