די עצם View פון לענקעסטער, מיט די פארעמ'ס וואס ליגען אויסגעשפרייט אויף מיילען מיילען ווייט. און די "איין הארס פאוער" וועגענער וואס קארסירען ארום די גאסן מיט די "אמיש" איינוואוינער, דאס אלעס גיבט צו צי די רואיגקייט וואס ס'הערשט דארט.
(אגב, "אמיש" זאגט מען מיט א שטארקע 'פתח א: אאאמיש', בשעת מ'לאזט ארויס ווארעמע לופט פון מויל... {פראבירט עס אויס

זיך צו האלטן פארנומען במשך הימים האבן מיר אפגעשטאט א באזוך אינעם לאנגוואד גארטען א הערליכע גארטען אויסגעשפרייט אויף איבער 1.1/5 סקווער מייל! מיט הערליכע פלאנצונגען פון בלומען און ביימער. פון אלע סארטן.
אזוי אויך האבן מיר איין טאג גענומען די אמיש עקספיריענס טור
דאס איז זייער א געשמאקע טור ווי מ'פארט ארום צווישען די אמיש מענטשען, און מ'האלט מיט זייער פרעזענליכע לייף סטייל, די טור נעמט בערך 3 שעה, און מ'באזוכט א מילך פארעם בשעת'ן מעלקען. א אמיש פאבריק פון בענקלעך א.ד.ג.
אויך איז דא דארט אין די געגענט די דאטש וואוינדערלאנד פארק וואס איז זייער גוט פאר קינדער.
אויב זוכט איר נאך עפעס אינטערסאנט קענט איר פראבירען די Air balloon אדער קענט איר זיך אריבערכאפן צו "פיטסבורג" וואו איר קענט טרעפען פארשידענע מיוזיעמס איבער די "אמעריקאנע בירגער קריג", און נאך.
לדעתי איז דאס א עפארדעבל וואקאציע געאייגענט פאר א קאפל (מיט אדער אן די קינדער), א שיינע געגענט, און א שטילע איידעלע געגענט (ברוחניות).