ווינדאוס Windows 10 - 10

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
מאגר
שר חמש מאות
תגובות: 526
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 12, 2014 5:38 pm

תגובהדורך מאגר » מאנטאג דעצמבער 29, 2014 5:27 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:לויט באריכטען, וועט אין די נייע ווינדאוס 10, קומען - בנוסף צו די אלגעמיינע אינטערנער עקספלארער IE - א נייע סארט בראוזער, וואס וועט זיין מער "גרינג", ערלויבן עקסטענשטאנס, און אוועראלל זיין מער ענדליך צו קרוים און פייער פאקס.


נאר בנוסף? איז דא עפעס וואס IE שטעלט צו, אז עס לוינט זיך צו האלטן דערמיט?

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג דעצמבער 29, 2014 8:36 pm

אין מיין עקספיריענס פלעג איך האבן זאכען וואס פלעגן זיין בעסער IE. עס הייסט אז היינט איז עס שוין נישטא, ווייל א חלק איז געווען מייקראסאפטס'ס וועבזייטלען - אפי' MSNBC היינט NBC וואס פלעגט געהערן פאר מייקראסאפט -.

אבער זיי זאגן אז געוויסע זאכען איז IE נאך בעסער, און זיי לאזן עס.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10096
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך ינואר 21, 2015 3:03 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:דעם 21'סטען פון יאנואר, וועט מייקראסאפט ארויסגעבן מער אינפארמאציע איבער די חידושים פון ווינדאוס 10.

און אט איז דער טאג אנגעקומען...

איין היבש דראמאטישער - כאטש שפעקעלירט דורך אסאך - מעלדונג איז געווען אז ווינדאוס 10 גייט קומען אלץ פרייע אפגרעיד במשך פון א יאר, און נישט נאר פאר ווינדאוס 8 באנוצער נאר אפילו פאר ווינדאוס 7 באנוצער.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
מאגר
שר חמש מאות
תגובות: 526
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 12, 2014 5:38 pm

תגובהדורך מאגר » מיטוואך ינואר 21, 2015 3:07 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:דעם 21'סטען פון יאנואר, וועט מייקראסאפט ארויסגעבן מער אינפארמאציע איבער די חידושים פון ווינדאוס 10.

און אט איז דער טאג אנגעקומען...

איין היבש דראמאטישער - כאטש שפעקעלירט דורך אסאך - מעלדונג איז געווען אז ווינדאוס 10 גייט קומען אלץ פרייע אפגרעיד במשך פון א יאר, און נישט נאר פאר ווינדאוס 8 באנוצער נאר אפילו פאר ווינדאוס 7 באנוצער.


אה! און אויב פראבלעמען זאל יעדער האבן, אפילו ווער סקויפט נישט.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10096
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג ינואר 22, 2015 8:55 am

לכתחילה אריבער האט געשריבן:לויט באריכטען, וועט אין די נייע ווינדאוס 10, קומען - בנוסף צו די אלגעמיינע אינטערנער עקספלארער IE - א נייע סארט בראוזער, וואס וועט זיין מער "גרינג", ערלויבן עקסטענשטאנס, און אוועראלל זיין מער ענדליך צו קרוים און פייער פאקס.

דער נייער בראוזער קאודנעימד "פראדזשעקט ספארטען" וועט האבן אפאר פיינע פיטשעווקעס. קודם כל וועט זי קומען אריינגעבויעט מיט 'קארטאנא' מייקראסאפטס סירי און גוגל נאו קאמפעטיטער. אויכעט וועט מען קענען סיי ווען שרייבט דערויף מיט די הענט- אדער מייזל - און אויכעט טייפן, און עס וועט זיין אן אפציע צו שערן מיט אנדערע דער פעידזש מיט די צוגעשריבענע הערות. אויכעט וועט עס האבן א רידינג מאוד וואס וועט קלינען דער פעידזש און עס אויסשטעלן שיין און געשמאק צו ליינען.

eb24285feb715d9bbe7489586e13857ce10ca5dd.png
דאס איז דער צושרייבן אפציע
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10096
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג מארטש 17, 2015 4:03 pm

היינט האט ווינדאוס צוגעלייגט נאך אביסל שטיקלעך צום ווינדאוס 10 פאזל וואס ווערט געענדיגט אזוי מיט דער צייט.

דער ערשטער הוספה איז Windows Hello. דאס איז א בייאמעטריק שליסל צו אנלאקן דער קאמפיוטער. דאס וועט קענען נוצן די פינגערפרינט פנים אדער אייריס. זייער פעיס רעקאגנישען זאגן זיי ארבעט אפילו אין די טונקל דורך אינפראו-רעד, ווי אויכעט האט עס ספאף-פראף טעכנאלאגיע אזוי אז בילדער פונעם מענטש ארבעטן נישט.

עס וועט דארפן שטייצעך האבן די ספעציעלע הארדווער וואס זאלן קענען מאכן נוץ פון דער פיטשער אין ווינדאוס. און זיי זאגן אז זיי ארבעטן מיט די הארדווער פארטנערס אז ווינדאוס 10 זאל שוין ווערן געשיפט מיט די נויטיגע הארדווער.

דער צווייטער אין די רייע, אבער טיעף פארבינדען מיט דער ערשטער, איז Microsoft Passport. דאס וועט ערלויבן זיך אריינצוסיינען אן א פעסווארד אין גאר אסאך וועבזייטלעך, עס וועט זיין א הארדווער קי אריינגעבויעט, אזוי אז אפילו אויב א העקער זעט פונקטליך וואס עס ווערט אריינגעלייגט - וואס דאס איז כמעט אוממעגליך זינט מען גייט עס אויפשפארן מיט די בייאומעטריקס דורך ווינדאוס העללא - וועט ער עס נישט קענען נוצן ווייל עס וועט זיין מיוחד פאר דעם כלי.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1287
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » מיטוואך מארטש 18, 2015 3:53 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:איין היבש דראמאטישער - כאטש שפעקעלירט דורך אסאך - מעלדונג איז געווען אז ווינדאוס 10 גייט קומען אלץ פרייע אפגרעיד במשך פון א יאר, און נישט נאר פאר ווינדאוס 8 באנוצער נאר אפילו פאר ווינדאוס 7 באנוצער.

און אפילו פאר געגנבעטע באנוצער

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » זונטאג מארטש 22, 2015 1:48 am

וויזוי זיי זאגן יעצט פרובירן זיי צוריקצוציען פון געבן אומזיסט אפילו פאר גע'גנב'עטע, ווייל דאס מיינט אומזיסט פאר מיליאנען גע'גנב'עטע ווינדאויס אין כינע וכדו.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » זונטאג מארטש 22, 2015 2:17 am

איך מיין אז אלע וואס האבען א פילטער פין די ליוויזשענט משפחה קען נישט באקומען קיין אופדעיטס פאר ווינדאוס 10 דורך די מאדערן אופדעיט עפפ וועגען די סירטיפיקיט
איך זיך נאך א וועג ווי אזוי מען זאגט פאר ווינדאוס ער זאל דאונלאודען אפילו עס האט נישט מייקראוסאופט סערטיפיקעט

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » זונטאג מארטש 22, 2015 12:00 pm

זיי זאגן אז ס'גייט אריינקומען פון די געהעריגע ווינדאויס אפדעיטס, כ'האף נאר אז נישט איין מיטוואך צופרי וועט זיך יעדער אויפוועקן צו א קאמפיוטער אפדעיטעד צו ווינדאויס 10.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10096
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

ווינדאוס 10 דער לעצטער ווערסיע פון ווינדאוס

תגובהדורך קנאפער ידען » מוצ"ש מאי 09, 2015 10:01 pm

ביי דער איגנייט קאנפרענס וואס מייקראסאפט האט יעצט אפגעהאלטן האט איינער פון די רעדנער געלאזט פאלן א באמבע, זאגענדיג אינמיטן זיי דרשה: "אונז געמיר יעצט ארויס ווינדאוס 10, און היות אז ווינדאוס 10 איז דער לעצטער ווערסיע פון ווינדאוס, ארבעטן אונז נאכאלץ דערויף".

דאס האט ארויסגעברענגט א שטורעם ווען יעדער פרעגט וואס פונקטליך דער מיינט צוזאגן. און כאטש מייקראסאפט האט זיך נישט געהעריג מסביר געווען און עס איז נישט געווען קיין אפעציעלער מודעה דערוועגן, זאגן אלע נייעס קוועלער אז פשט דערפון איז אז זיי גייען אויפהערן מיט די גרויסע אפדעיטס יעדע פאר יאר און נאמען טוישערייען - ווינדאוס עקס.פי., וויסטע, זיבן, אכט, וכדו' - נאר עס גייען אנהויבן צו קומען מער קלענערע אפדעיטס אויף א שנעלערע פארנעם דורך די פשוט'ע ווינדאוס אפדעיטס.
------
אין אנדערע נייעס האט דער CEO פון AMD זיך ארויסגעכאפט איבער דער רעליס פון ווינדאוס 10, אז עס קומט סוף יולי.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

עפל סיידער
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 08, 2015 12:12 am

תגובהדורך עפל סיידער » מוצ"ש מאי 09, 2015 10:07 pm

איך האב יעצט געקויפט א ווינדויס 8.1, מהאט מיר געזאגט אז אין א חודש וועט זיין ווינדויס 10, און איך באקום א פרי אפדעיט!

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10096
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מוצ"ש מאי 09, 2015 10:12 pm

עפל סיידער האט געשריבן:איך האב יעצט געקויפט א ווינדויס 8.1, מהאט מיר געזאגט אז אין א חודש וועט זיין ווינדויס 10, און איך באקום א פרי אפדעיט!

נישט ממש א חודש נאר ארום צוויי, אבער מען באקומט טאקע א פרי אפגרעיד, און נישט נאר פון ווינדאוס 8 נאר אפילו פון ווינדאוס 7.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
איך_וויל_יא
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 08, 2013 2:59 pm

תגובהדורך איך_וויל_יא » זונטאג מאי 10, 2015 1:41 am

ביזדערוויל קען מען אינסטאלירן די פריוויו וואס ווערט כסדר אפדעיטעד

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1398
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » זונטאג מאי 10, 2015 4:19 am

אבער היות ס'איז נאר א פריוויו איז עס נישט סטעיבעל, און עס קען עס מאכן פראבעלעמען.
משנכנס אדר מרבים בשמחה

הבוחר בטוב
שר חמש מאות
תגובות: 514
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

תגובהדורך הבוחר בטוב » פרייטאג יוני 05, 2015 11:38 am

איך הב באקומען א notification אויף מיין קאמפיוטער צו רעזערווען מיין פרי אפדעיט צו ווינדויס 10, וואלט איך געוואלט פרעגען די מומחים צו עס לוינט, צו ברויך איך מאכן א בעקאפ בעפאר, וואס טוט זיך מיט אלע פרויגרעמס ווי אפיס וכדו' וועל איך עס דארפען נאכאמאל אינסטאלן, יישר כח

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10096
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » פרייטאג יוני 05, 2015 12:05 pm

הבוחר בטוב האט געשריבן:איך הב באקומען א notification אויף מיין קאמפיוטער צו רעזערווען מיין פרי אפדעיט צו ווינדויס 10, וואלט איך געוואלט פרעגען די מומחים צו עס לוינט, צו ברויך איך מאכן א בעקאפ בעפאר, וואס טוט זיך מיט אלע פרויגרעמס ווי אפיס וכדו' וועל איך עס דארפען נאכאמאל אינסטאלן, יישר כח

מען האט שוין א היבש ביסל ארומגערעדט דערוועגן דא: viewtopic.php?p=1062296#p1062296

אפעציעל דארף מען נישט קיין בעקאפ ווייל עס מעקט גארנישט אויס, אבער איך וואלט יא געמאכט א בעקאפ. ווי אויכעט וואלט'ך געמאכט א רעקאווערי מידיע דזשאסט אינקעיס מען וויל צוריקדרייען דער רעדל צום אלטן. אלע פראגראמען (פארשטייט זיך נאר די וואס זענען קאמפעטיבעל, דער רעזערווער וועט דיר זאגן אויב דו האסט אזאנע וואס זענען נישט) וועלן מיטקומען ווען דו מאכסט אן אפגרעיד.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1398
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » פרייטאג יוני 05, 2015 12:07 pm

לויט ווי איך האב פארשטאנען גייען זיך די פראגרעמס נישט אויסמעקן, א חוץ ווינדאוס מידיע סענטער וואס גייט אוועק.
משנכנס אדר מרבים בשמחה

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10096
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג יוני 25, 2015 5:28 pm

אין א בלאג פאוסט זאגט מייקראסאפט אז דער ווינדאוס אינסיידער פראגראם בלייבט עלייוו אפילו נאכן ריליס פון ווינדאוס 10, און די אינסיידערס וועלן ווייטער באקומען בילדס פריער ווי יעדן איינעם. און דאס קומט אויס אין אנדערע ווערטער אז איינער וואס האט נישט קיין פראבלעם צו זיך שפילן מיט אן אנריליסט סיסטעם וואס קען כמובן מאכן פראבלעמען וועלן האבן א וועג צו האבן פרי ווינדאוס 10 כאטש זיי האבן נישט קיין פרי אינסטאלירטע אדער לעדזשיט קאפי פון ווינדאוס 7 אדער 8.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10096
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג יולי 16, 2015 2:19 pm

הנה זה בא...

די ווינדאוס 10 אינסיידערס האבן נעכטן אנגעהויבן צו באקומען (צו מיר איז עס ערשט היינט אנגעקומען) דער בילט 10240 דורך ווינדאוס אפדעיט. און לויט ווי עס קוקט קלאר אויס איז דאס שוין דער RTM (רעליס טו מאניופעקטשורינג) בילט. עס האט שוין נישט דער וואסערמארק אויפן דעסקטאפ און עס איז נישט דא צו דאונלאודן דער ISO דערפון אויפן וועבזייטלעך. קיין גרויסע שינויים פון די לעצטע פאר בילטס האט עס נישט נאר בעיקר קליינע פיקסעס.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » פרייטאג יולי 17, 2015 12:01 pm

מייקראסאפט וועט נאך אלס פארקויפן ריטעיל קאפיס פון ווינדאוס 10.

די דיסקס ווערסיע וועט קומען אין אזא באקס

בילד

און די USB ווערסיע וועט קומען אין אין דיזע סטייל באקס.

בילד

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10096
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מוצ"ש יולי 18, 2015 10:16 pm

אפשר האמיר עס שוין באריכטעט אבער איך מיין אז נישט. אין ווינדאוס 10 האום ווערסיע וועט נישט זיין קיין אפציע צו דיסעיבלען אטאמאטישע אפדעיטס פון ווינדאוס אפדעיטס. דאס איז גוטע נייעס און נישט גוטע נייעס... . גוטע אזוי אז די אומאחריות'דיגע מענטשן וואס לעשן אויס אטאמאטישע אפדעיטס דזשאסט פארוואס נישט... און בלייבן אומסעקיורד וועלן עס נישט קענען אויסלעשן. און נישט גוט ווייל צומאל מאכט אן אפדעיט פראבלעמען פאר א מאשין און אויב מ'וועט עס נישט קענען אויסלעשן וועט עס ווייטער מאכן די פראבלעמען.

אוודאי אויב מען וויל דוקא וועט מען קענען בלאקירן עקסעס צו דער גאנצער ווינדאוס אפדעיטס סערווער...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
טאטלע
שר האלף
תגובות: 1003
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 30, 2014 10:47 pm

תגובהדורך טאטלע » זונטאג יולי 19, 2015 11:15 am

אינער האט עס שוין ? עס איז גיט? אגב אויך האב 8.1

אשמרה לפי מחסום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 17, 2014 11:24 pm

תגובהדורך אשמרה לפי מחסום » זונטאג יולי 19, 2015 11:21 am

לכאורה די אלע וואס זענען אויף א ליוויזשענט בעיסט פילטער (משומר ,ונשמרתם,גדר,זשעינעט,ליוויזשענט וכו') קען נישט באקומען קיין אפדעיטס אויף ווינדאוס 10 און קען נישט באקומען קיין בילדס

אוועטאר
קאוטש
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 18, 2015 12:11 pm
לאקאציע: פה גוגל וה'גוגל'ילות יצ''ו

Microsoft Edge The brand new browser

תגובהדורך קאוטש » מאנטאג יולי 20, 2015 7:21 pm

https://www.microsoft.com/en-us/windows/microsoft-edge

Can someone explain more about the features of Microsoft Edge The brand new browser


צוריק צו “ווינדאוס און מעק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט