זכרונות - ת"ת ישיבה תו"י ד'סאטמאר 110 טרופ עוו.

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

זכרונות - ת"ת ישיבה תו"י ד'סאטמאר 110 טרופ עוו.

תגובהדורך פארבינדן » מאנטאג פאברואר 29, 2016 2:08 pm

איי איי נאסטלאגישע זכרונות וואס מ'האמיר פון דעם פיר שטאקיגן בנין, טאקע פיר שטאקן אבער אכט שטאק הויך מיט די לאאאנגע שטיגן ביי אלע זייטן, די שטענדיגע גערוך וואס האט אונז באגלייט די אלע יארן, די געשלעגן מיט די ערלים אין הויף...

לאור די תגובה וואס האט געברענגט א פלייץ זכרונות עפענן מיר די אשכול און יעדער ווערט געבעטן צו מוסיף זיין..
מיללער האט געשריבן: דער שלאנקער אוליי פון טרופ עוו. אינאיינעם מיט הענרי און פרענקי, האבן גענוצט יאסל רייכס מעסערס אינעם אנפאל, אברהם שייע האט געשריגן אז פאר 6:18 האט קיינער נישט צאמצופאקן, אבער די זשאמעיקישע כושים האבן געלאכט פונעם אין די פויסטן.
מאקאווער האט געשריבן:נחום דאנציגער האט גערופן זאמאאר און ער האט שלום געמאכט צווישן הענרי און פרענקי, דערנאך איז מר. צאמבארי געקומען פארעכטן די שאדנס מיט א פלעשל סיליקאן..
פאר קריטיק דריקט דא

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3696
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מאנטאג פאברואר 29, 2016 2:32 pm

מגיסט נאך אלץ אריין קוילן צו הייצן דעם בנין?

שמואלישעי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 337
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 25, 2013 9:09 pm

תגובהדורך שמואלישעי » מאנטאג פאברואר 29, 2016 3:19 pm

מישהו זוכר כשביקור ניסן לעווי מוויען וחליק לילידם טעיפ שלו עם חזנות ?
איפה יוכלים למצוא את זה ?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25688
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג פאברואר 29, 2016 3:42 pm

שמואלישעי האט געשריבן:מישהו זוכר כשביקור ניסן לעווי מוויען וחליק לילידם טעיפ שלו עם חזנות ?
איפה יוכלים למצוא את זה ?

אני זוכר

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5692
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מאנטאג פאברואר 29, 2016 4:13 pm

מיללער האט געשריבן:
שמואלישעי האט געשריבן:מישהו זוכר כשביקור ניסן לעווי מוויען וחליק לילידם טעיפ שלו עם חזנות ?
איפה יוכלים למצוא את זה ?

אני זוכר

גם אני זוכר זאת

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » מאנטאג פאברואר 29, 2016 4:31 pm

קיין שרייבער בין איך נישט אבער במקום שאין איש נעם איך די פעדער אין די האנט,

כ'שרייב עס אראפ לפי זכרוני פון מיינע צייטן, פילייכט געדענקט עס יעדער אביסל אנדערש זינט עס פלעגט משנה צורה זיין יעדע עטליכע יאר מיטן וואוקס פונעם ציבור בליע"ה,

די מעין אריינגאנג אויף טרופ עוו, 4 שטאלענע טירן פונדרויסן און אין ווייניגער ווי צווי פוס דערויף איז דא נאך 4 אלטע האלצענע טירן, מ'באגעגנט זיך מיטן גרויסן לאבי און די צוויי זייטן טרעפ וואס פירן צום צווייטן שטאק, די ריח נודף שפירט זיך שטארק אין די לופט פונקטליך וואס מען האט געגעסן ביי פרישטאג, - דערמאן מיר זיך א געשיכטעלע ווי איינעמס תפילין איז שטעקן געבליבן אויף איינע פון די צוויי "סטיעמס" אינעם לאבי פון נאך שחרית ביז שפעט נאכמיטאג און מ'האט עס געדארםט בודק זיין צו די פרשיות אויב ס'איז נישט צולאזט געווארן פון די היץ - אריינקומענדיג אינעם בנין האט מען געזען ווי דער גיגאנטישער אויבענדערמאנטער אוליי ריקט דעם אויסגעטריקענט מאפ הין און צוריק פארווארפנדיג ריזיגע ברעקלעך צו אלע זייטן,

נאכדעם איז געווען 3 עסזאלן, צו רעכטס איז געווען די עסזאל פון ר' מאיר אברהם ליעבערמאן (זיין ביהמ"ד איז געווען א שטאק ארויף), אין צענטער און די גרעסטע איז געווען ר' משה פריעדמאן א קאמבאנאציע פונעם עסזאל מיטן ביהמ"ד (מיט די שיפע floor ווי מען האט געגאסן מילך ביי איין עק און נאכגעקוקט ווי עס רינט געמיטליך ביזן גרויסן סטעיזש...) , און אויף לינקס די ביהמ"ד און עסזאל פון ר' יודא בער טעללער

המשך קומט אפשר
פאר קריטיק דריקט דא

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25688
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג פאברואר 29, 2016 4:33 pm

פארבינדן האט געשריבן:קיין שרייבער בין איך נישט אבער במקום שאין איש נעם איך די פעדער אין די האנט,

כ'שרייב עס אראפ לפי זכרוני פון מיינע צייטן, פילייכט געדענקט עס יעדער אביסל אנדערש זינט עס פלעגט משנה צורה זיין יעדע עטליכע יאר מיטן וואוקס פונעם ציבור בליע"ה,

די מעין אריינגאנג אויף טרופ עוו, 4 שטאלענע טירן פונדרויסן און אין ווייניגער ווי צווי פוס דערויף איז דא נאך 4 אלטע האלצענע טירן, מ'באגעגנט זיך מיטן גרויסן לאבי און די צוויי זייטן טרעפ וואס פירן צום צווייטן שטאק, די ריח נודף שפירט זיך שטארק אין די לופט פונקטליך וואס מען האט געגעסן ביי פרישטאג, - דערמאן מיר זיך א געשיכטעלע ווי איינעמס תפילין איז שטעקן געבליבן אויף איינע פון די צוויי "סטיעמס" אינעם לאבי פון נאך שחרית ביז שפעט נאכמיטאג און מ'האט עס געדארםט בודק זיין צו די פרשיות אויב ס'איז נישט צולאזט געווארן פון די היץ - אריינקומענדיג אינעם בנין האט מען געזען ווי דער גיגאנטישער אויבענדערמאנטער אוליי ריקט דעם אויסגעטריקענט מאפ הין און צוריק פארווארפנדיג ריזיגע ברעקלעך צו אלע זייטן,

נאכדעם איז געווען 3 עסזאלן, צו רעכטס איז געווען די עסזאל פון ר' מאיר אברהם ליעבערמאן (זיין ביהמ"ד איז געווען א שטאק ארויף), אין צענטער און די גרעסטע איז געווען ר' משה פריעדמאן א קאמבאנאציע פונעם עסזאל מיטן ביהמ"ד (מיט די שיפע floor ווי מען האט געגאסן מילך ביי איין עק און נאכגעקוקט ווי עס רינט געמיטליך ביזן גרויסן סטעיזש...) , און אויף לינקס די ביהמ"ד און עסזאל פון ר' יודא בער טעללער

המשך קומט אפשר



דאס איז שוין לאנג נאך אונזערע צייטן

פון אנפאנג איז געווען אויפן פערטן שטאק די ישיבה לצעירים, וועלכע יאר האט סאטמאר איבערגענומען דעם בנין פון די PS?

אוועטאר
ישמחו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 12:38 pm

תגובהדורך ישמחו » מאנטאג פאברואר 29, 2016 4:37 pm

מיללער האט געשריבן:
שמואלישעי האט געשריבן:מישהו זוכר כשביקור ניסן לעווי מוויען וחליק לילידם טעיפ שלו עם חזנות ?
איפה יוכלים למצוא את זה ?

אני זוכר

און דער באזוך פון הנגיד ר' משה מארקאוויטש פון לאנדאן אין חדר
מיט די מחאות קעגן די ווידיאו (וואס איז דעמאלטס גווען אסור ווי חזיר..)
ישמחו - דער עיקר ס'זאל זיין פרייליך ביי אידן, בשמחת עולם על ראשם!

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25688
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג פאברואר 29, 2016 4:45 pm

אין אונזערע ערשטע צייטן האט דער ביהמ"ד/אודיטאריאם נאך געהאט די אריגינעלע צוגענוגלטע בענקליך אויף דער ערד און דער ארון הקודש איז נאך געווען אויפן סטעידזש, (מעליצער רבי'ס חדר האט געדאוונט אויפן סטעידזש) שפעטער האט מען אויסגעריסן די בענקליך און אריינגעברענגט בענק און טישן און דעמאלס בערך האט מען אויסגעדרייט דעם ארון הקודש צו די לינקע זייט.

אין ביידע עס-זאלן האט מען געגעסן, די לינקע עס-זאל האט געהאט עפעס א מלמדים שטיבל ביים עק וואו רבי מיילעך הגדול פלעגט פארהערן, אין יענעם עס זאל איז עגווען די שטיגן אראפ צום קעלער וואו מען האט געהייצט די סטיעמס. איי די סטיעמס האבן ארויסגעגעבן אזא פארע וואס האט געלאזט אזא גערויך, די עקן חדרים האבן געהאט צוויי סטיעמס ביי ביידע ווענט מיט די פענסטערס, רוב חדרים האבן נישט געהאט דעם דרייער צו עפענען אדער צושפארן דעם סטיעם, מ'האט געדארפט נוצן א צווענגל אדער האט דער רבי עס געהאט אינעם פארפשארטן קלאזעט.

קלאזעט? אוי איז געווען קלאזעטס אין יעדע חדר, אין יענע יארן האט מען די קאוטס געהאנגען אין די מעין קלאזעט ביי די זייט וואס האט געהאט דאך, מיט שווערע פארעדיגע טירן (לימים האט מען אראפגענומען די טירן) אנהייב איז געווען א שמאלע קלאזעט דארט האט דער מלמד געהאלטן זיין כאלאטל און קאוט וכו', נאך די קינדער קאוטס איז געווען פארבויעט (סאבארי געדענקסטו?) א קלאזעט פאר "ענגליש" דאס האט באלאנגט פאר די ענגלישע קלאס וואו מען האט געהאלאטן די בריעף קעיסעס. אויפן אנדערע וואנט איז בדר"כ געווען נאך צוויי/דריי קלאזעטס אריינגעבויעט אינעם וואנט, דארט איז געווען די רבי'ס ספרים; קאווע; שמות און סתם א באהאלטן פלאץ.

יעדע חדר האט געהאט א באהאלטענע - איך ווייס עס נישט וויאזוי צו רופן - אנטלויף/דאקס פלאץ פונעם קלאזעט וואו מען האט געקענט ארויפקרוגין אין די טונקל ביז צום קוימען (מיין איך) אבער דארט איז געווען די הרי חושך, שמאל און טונקל, עפעס א מאדנע באהאלט פלאץ.

ביי ביידע זייטן פון די האללוועיס זענען געווען דאפלטע סטעפס, מיט גלאזערנע פענסטערס (וואס מ'האט אויסגעבראכן בשנת ..... דורך די דריי בחורים .....) אין א רעגן טאג האט מען דארט געשפילט "קעטש", ארום די שטיגן, געוווען סכנת נפשות ממש, ביי די פערטער שטאק איז געווען דארט אזאנע געיטס, דאכציך מ'האט געקענט גיין פון דארט צום דאך. אויך אינמיטן די שטאקן זענען געווען נאך צוויי פאר שטיגן, מ'האט די פיר/אכט שטאק אודרוכגעמאכט אפארמאל א טאג.

-

וועלמיר צוריקומען צום הויף, צו די ביהכ"ס, צו די אפיסעס, און פארשידענע אנעקדאטן

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג פאברואר 29, 2016 4:47 pm

אה 'סאבארי..... חכמת הפינטע, געדענקסט?

דער מיללער האט עפעס א זכרון עד להפליא, ממש דו דערמאנסט מיך מיינע חטאת נעורים וואס כ'האב שוין כמעט פארגעסן...

אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

תגובהדורך אט אזוי » מאנטאג פאברואר 29, 2016 4:52 pm

ווער געדענקט די מייזן יעדע שטיק צייט

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג פאברואר 29, 2016 4:54 pm

אט אזוי האט געשריבן:ווער געדענקט די מייזן יעדע שטיק צייט

די מייזלעך האבן מיטגעהאלטן חדר פונקט ווי די מענטשליכע קינדער, שכר לימוד האבן זיי נישט געצאלט, אבער צו עסן האבן זיי געהאט אין יעדעס ווינקל......

אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

תגובהדורך אט אזוי » מאנטאג פאברואר 29, 2016 5:02 pm

זיי האבן מיטגעהאלטן אפילו ימים טובים אויך נאך יעדע יו'ט איז געווען בערך 10 מייזן אויף די מייז כאפערס פער קלאס.

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3696
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מאנטאג פאברואר 29, 2016 5:15 pm

מיללער האסט מיך פיין צוריקגעדרייט, דאכצעך אז ווען מען האט געטוישט די ארון קודש האט מעניש גלייך אויסגעריסן די בענק, דעמאלטס איז מעליצער רבי'ס חדר געגאנגען אויפן נייעם פלאץ ביים ארון קודש און ר' משה אהרן גאנדל'ס חדר איז ארויף אויפן סטעידזש,
מעליצער רבי פלעגט שוין קומען נאכן דאווענען און ר' אברהם ישעי' איז שוין אויך געקומען געדאווענטערהייט און געווען דער בעל קורא,
ווען איז געווען סארדינס? אפשר מיטוואך? אוי פלעגט מען לויפן דערצו כאפן די זאפט, היינט קען איך נישט אנקוקן א צוגעמאכטע שאכטל סארדינס

וימאןX3
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 5:04 pm

תגובהדורך וימאןX3 » מאנטאג פאברואר 29, 2016 5:23 pm

און מיינע צייטן האב מען זיך גריסען צו האבן די גרינע 99 מילעך פרייטאג ווען מען האט געגעבן קארן פלעקס,

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4439
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מאנטאג פאברואר 29, 2016 5:39 pm

דער מאסיווער בנין ציהט זיך פון א גאנצע עוו בלאק, א חשבון פון 5 שטאק, נישט 4, די שטאקן האט מען הערשט אנגעהויבן ציילן העכער די לאנטש רום. דער בנין איז דוכציך געבויעט געווארן 1905 אדער 1911. די מוסדות האבן עס איבערגענומען בשנת תשמ"ג אדער מ"ד. עס האט געברויכט איבערנעמען די אפגעברענטע דעגראו סט בנין.

עס איז א שטארק פעסט געבויעטער בנין, אלעס איז געווען געמאכט מיט שווערע מאטריאל, די דעכער הויך 15-16 פיס, פענסטער ארום 12 פיס הויך, פון די סטיעם ביזן דאך.

אזוינע שווערע הילצערנע געקעסטעלטע פענסטער, ארום 12 פער שטיקל טיימס 2=24, איעדע קלאס רום האט געהאט ארום 4 פענסטער, און די קארנערס האבן געהאט 3 איעדע זייט, צי א טאטעל פון 6.
אויב האציך אויפגעפאנטשט א שטיקל גלאז האט צובארי ארויפגעלייגט א פלעקסי גלאז מיט סיליקאון, און די רבי האט נישט געלאזט אראפנעמען די שולעכץ דערפון כדי עס זאל נישט אריינשיינען די זון. און אויב עס'ז יא געלונגען עס אפצישיילען ביי ענגליש ווען די טיטשער האט נישט געזען האט צובארי עס אפגעפעינט...

די טישן און בענק מיט די לעדלעך און אן די לעדלעך..
איעדע שטיק צייט האט ר' יאסל רייך ארויפגעשיקט א צעטיל ווי אלע מלמדים האבן געקענט אריינשרייבן וואס זיי ווילן מ'זאל פאררעכטען, געווענליך איז מען נישט אנגעקומען דערצו..

ר' משה מנהל'ס אפיס דארט אויבן העכער די טרעפ, מ'אט'ס גערופן די פינפטע שטאק...

דאס "ביהמ"ד" איז געווען ווי "אלע כתות" האבן געדאווענט, די ארון הקודש איז געווען אויפן סטעידזש, צו דרום זייט.. מיט די אוידיטוריום אריינגעבויעטע בענקלעך, די ברוינע בענקלעך פאר די זייטיגע און די ליכטיגע אינמיטען.

איעדע מלמד האט געהאט א עמוד'ל. ר' אברהם שייע אלס בעל קורא און ענגליש משגיח פון וועם אלע אן אויסנאם האבן געציטערט.. די גוים האבן געוואוסט אז אין קעמפ גייט ער קעיר נעמען פון זיי...

די קעלט אין דעם בנין, אוי איז דאס געווען אן אפקימעניש, די סטיעם פלעגט עמטליך קרעכצן און קוים ארבייטן, פון איין זייט פלעגט שפריצען פארע און די אנדערע זייט געווען קאלט...

א טוץ מיט זכרונות.. בייזע און גוטע...

_______
דער עולם האקט.
יאנקל, דערמאן מיך נישט פון די סארדינס... וווועעעעךךךךך כ'ברעך נאך היינט ווען כ'זע'ס אין סטאר...

און ווען פעטשאן עוו האט אפגע'שרפ'ט א פרייטאג און מען האט מזכה געווען טרופ עוו צי פאבריצירען ס'עסן פאר די איבעריגע בנינים... דאן איז געווען זופפפ פאר איעדען צווייטען טאג לאנטש... און ר' ארי' לייב האט געמוזט קומען האלטן א דרשה ווי קרעפטיג און גוט די זופ איז...

ר' אברהם שייע אין איין לאנטש רום, און ר' אייזיק וויזעל אין די אנדערע...

די וועגעלע מיט עסן ווען ס'יז אריינגעקומען, געפירט דורך די שרעקעדיגסטע כושים... חחח!

די קרן מרבה חכמה שטיבל אויפן צווייטן שטאק..

די פייער בעללס פלעגן קלינגען בכל עת צמוא ביז מען האט איינגערעדט די קינדער איבער די באהאלטענע אויגעלעך נעבן איעדע הענטל...
נאט אייך א גרינע...


אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

תגובהדורך אט אזוי » מאנטאג פאברואר 29, 2016 5:59 pm

דער ריז איליי האט געהאט א קול אדיר

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » מאנטאג פאברואר 29, 2016 5:59 pm

אוי אברהם ישעי׳ ווען ער האט עולה געווען לוי האט ער אזוי צוגעוואקט זיך שאקלדיג פון איין זייט צום צווייטען מיט א קענטליכע בייזקייט פארוואס מען האט אים אויפגגעוועקט פון זיין דרימל

א יעדע ראש חודש ביים ליינען דערמאן איך מיר זיין ״ונסכהההה...
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3696
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מאנטאג פאברואר 29, 2016 6:09 pm

אויסגערעכנט האט געשריבן:א יעדע ראש חודש ביים ליינען דערמאן איך מיר זיין ״ונסכהההה...

און וואס איז מיטן "ולזבח השלמים" חנוכה? סהאט געדונערט!!
איינער איז אין די גוסטע פון א טשעין קעטש אין הויף?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25688
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג פאברואר 29, 2016 6:12 pm

דמיות פון טרופ:
ר' משה מנהל, ר' אברהם שייע, יאסל רייך, ראביי סעבא, מר. דן-בלאו, מר. געביוף, סאבארי, מר. גרינבערג, מר. אבערגאז, אוליי, פרענקי, הענרי, ר' קליין דער פלאמבער.

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » מאנטאג פאברואר 29, 2016 6:52 pm

מיללער האט געשריבן:מר. דן-בלאו

דאמבליי בלע"ז...

אוי וואס דער האט זיך נעבעך אנגעליטן דארט. די קינדער האבן מחמת איזה סיבה אים אפגעסטעמפעלט אלץ א ציוני, און האבן פארשטייט זיך דאס נישט פארשוויגן.. איין יאר איז אפי' פארגעקומען א פראטעסט קעגן אים אום ה' אייר, נאכדעם וואס עטליכע קינדער האבן עדות געזאגט אז מען האט אים געזען זאגן הלל...

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3696
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מאנטאג פאברואר 29, 2016 6:57 pm

ידיד האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:מר. דן-בלאו

דאמבליי בלע"ז...

אוי וואס דער האט זיך נעבעך אנגעליטן דארט. די קינדער האבן מחמת איזה סיבה אים אפגעסטעמפעלט אלץ א ציוני, און האבן פארשטייט זיך דאס נישט פארשוויגן.. איין יאר איז אפי' פארגעקומען א פראטעסט קעגן אים אום ה' אייר, נאכדעם וואס עטליכע קינדער האבן עדות געזאגט אז מען האט אים געזען זאגן הלל...

זיינע ציינער האט ער שוין געטראפן?

אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלף
תגובות: 1171
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 16, 2014 11:51 pm

תגובהדורך עירמאנט'ער » מאנטאג פאברואר 29, 2016 7:40 pm

א זאפטיגע אשכול דאס
קיפפיט קאמינג

נאך היינט קען איך אלע טראפן ביז שני פון אברהם ישעי'ס ליינען
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו

מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1016
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » מאנטאג פאברואר 29, 2016 7:51 pm

בס"ד
מיללער האט געשריבן:דמיות פון טרופ:
ר' משה מנהל, ר' אברהם שייע, יאסל רייך, ראביי סעבא, מר. דן-בלאו, מר. געביוף, סאבארי, מר. גרינבערג, מר. אבערגאז, אוליי, פרענקי, הענרי, ר' קליין דער פלאמבער.

אה, זכרונות... נישט סתם...
אונז גייען נאך צוריק אביסל מער, רבי זאב נפתלי ראזמאן ועוד, די צוויי ברידער - איינער ענגליש טיטשער און דער אנדערער די פרינציפיל - איך געדענק נישט די נאמען אויפ'ן מינוט - איין טאג איז דער פרינציפיל נישט געקומען און זיין ברודער דער טיטשער האט אים איבערגענומען, איז ער געקומען מיט א ספעשל נעקטיי... כי כי כי.
די טרעילארס מיט פעך וואס מען האט אריינגעגאסן אין קעלער צו הייצן די סטים.

א מינוט, הענרי? ווי האט נאר געהייסן דער פלעטבוש הצלה מאן (נישט גאביאף...), זאב? זאבי? הערי? עפעס אזוי, זיך געדרייט ביי די פרינציפילס אפיס, אזא גוטיטשקער געווען.

די פעפער און אויל פעקטארי קעגן איבער האט אלץ געברענגט שווערע גערוכן וואס האבן צומאל דערגרייכט ביז די טיר פון חדר.

די באסעס פלעגן "דורכפליען" גאנץ מארסי עוועניו, כ'מיין ס'איז געווען די איינציגסטע גאס אין וומ"ס וואס האט געהאט די לייטס אויסגעשטעלט צו קענען דורכמאכן פון פלאשינג ביז הופער אין איין צי גרין לייטס.

איי, די הויף, די זיבן-אכט באזונדערע הויפן.

בעל קורא? אין מיינע צייטן האט רוב מאל געליינט ר' יחזקאל יואל סאמעט זז"ג, די "זאאאאאאאת" מיט'ן "מונח" איז געווען א פלעזשור יעדן ראש חודש.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25688
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג פאברואר 29, 2016 8:17 pm

מזל,

'זאב' סתם, נישט זאבי נישט הערי, געדענק מיר אים גוט.


פעפע טראפיקל האט געהייסן די קאמפאני דארט קעגן איבער


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט