הישמע כזאת? שפיכות דמים ממש!! ראטעװעט דורות!!

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובהדורך איצל פיצל » מוצ"ש אוקטובער 28, 2017 11:31 pm

פשוט און פראסט. קוק אין אישי

האיש
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 15, 2015 3:34 am

תגובהדורך האיש » זונטאג אוקטובער 29, 2017 1:31 am

דאס עצם ארויסווארפען אזוי שפעט ווי חוה"מ איז רציחה ממש ובלי שום אחריות

פסיקתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 9:47 am

תגובהדורך פסיקתא » דינסטאג אוקטובער 31, 2017 9:27 am

י האט געשריבן:דער פראבלעים פון ווארפן בחורים פון ישיבות איז אן אלטער פראבלעים.
מיך פערזענליך האט מען געווארן (צוזאמען מיט אסאך חבירים) ווען איך בין געווען העכער צוואנציג יאר. איך האב אפילו א טעיפ פונעם מנהל הישיבה ווען ער האט מיר געווארפן. ער האט מיר געזאגט בערך אזוי: איך האב דיר שוין גענוג יארן גע'בעביסיט גיידער און כולל איך האב נישט קיין פלאץ פאר דיר. . בלא בלא

אבער אפאר בחורים פון מיין יארגאנג האט מען יא געלאזט צוליב געלט אדער פראטעקציע

ווען א טאטע פון מיינע חבירים האט געפרעגט דעם מנהל פ''וו דיין זון קען יא בלייבן אין ישיבה
האט ער געענטפערט: איך האלט מיין זון אין מיין ביזנעס. און די האלט דיין זון אין דיין ביזנעס.

ווען אונז זענען ארויף צים רבין און מיר האבן אים דערציילט וואס גייט פאר. האט ער אונז געפרעגט אויב מען האט געלאזט בחורים פון מיין יארגאנג און ישיבה האבן מיר געענטפערט יא
זאגט דער רבי עס איז זיכער דא א סיבה פוו מען האט ענק געווארפן (עס איז אויך אויף טעיפ) האבן מיר געענטפערט אז מיר פירן זיך אויף יעצט, די זעלבע אזוי ווי ביי די 18 זאג די רבי מיט א שמייכל :אויב אזוי האב מען ענק שוין געדארפט ווארפן ביי די 18!

דער אמת איז אבער אז אלע ישיבות ווילן האלטן זייער נאמען שיין און וועגן דעים מאכן זיי קליןאויט'ס מזמן לזמן פטור צו ווערן פון די אלטע און מאכט פלאץ פאר די ניי פלייש
ווען עס איז דא אלטע פלייש קען דאס פאר הרגן זייער נאמען. איך רעד נישט דא פון בחורים שקצים, נאר פון בחורים וואס האבן נישט די בעסטע כשרונות און האבן נישט קיין זיט פלייש צו זיצן ביים גמרא 8 שעה א טאג

און אפילו לאמיר זאגן אז מען האב געטראפן א בחור מיט כלים, מעג מען אים מפקיר זיין? זאג נאר מיסטער מנהל פון איז ער געוואר געווארן פון די אלע כלים ביי דיר אין ישיבה, ביי מיר אינדערהיים איז נישט דא די כלים, איך האב פילטער אויף מיין טעלפאן. ער האט עס געזען ביי דיר אין ישיבה, נעם פליז קעיר פון דיין גארבידש, מאך נישט מיין זון קיין שעיר לעזעל, איך קען מיין צדיקל זייער גוט. ער איז נישט קיין שגץ טופך על מנת להטפוך, לאמיר ארבעטן צוזאמען,קאל מיר נישט נאר ווען עס איז שוין צרות,
איך פארשטייי עס איז אסאך גרינגער פאר א מנהל זיך אפצושאקלן אין זאגן בלא בלא

און ביי דע וועי
און מיין צייט איז געווען א בחור וואס האט געטון מעשים אשר לא יעשה ( א שייגאטץ). און זיין טאטע האט געהאט געלט, דער בחור איז געווען צוריק ביז 1 טאג . מען האב געשמירט די רעדער אין הכל יבא על מקומו בשלום.

.
אבער מיינע חבירים מיט מיר האבן נישט געהאט קיין גואל הדם וואס זאל שמירן רעדער, זענען מיר געבליבן אויפן גאס

איך געדענט ווען מען האט געווארפן א בחור און קעמפ. דער טאטע האט געטרייט אלעס עס איז נישט געגאנגן. דער טאטע איז אראפ געפארן אין קעמפ ער האט גערופט א מגיד שעור אין אים געזאגט
זאגט פאר דעם מנהל אויב עס ווערט נישט מסודר דער ענין ביז ביינאכט וועל איך אים איבער טרעטן מיט מיין קאר. און צוריק בעקן איך וועל נישט אנטלויפן איך וועל רופן פאליס אין זאגן, אז איך האב אים פאר דוקא איבערגעטרעטן און איך וועל מיר לאזן ארעסטירן.
מיין זוןס בלוט איז אויך רויט!
וואס מיינט עטס. עס איז געווארן מסודר ביז 1 שעה

די עצה איז אז דער טאטע דארפ אליין פייטן מיטן מנהל . למשל צוגיין צופ מנהל און ביהמד בשעתן דאווענן צווישן ציבור. (דער מנהל האט מורא פון בושות) כהנה וכהנה. עס איז בדוק ומנוסה. געווענדליך איז א מנהל שטארק ביי זיך ביז ער האט א קאנפראנטאציע מיט דיר, איינמאל ער זעעט אז די פייטס מיט אים
האט ער מורא פון דיר. און דער סיבה פוו ער מאכט פורים פונעם ציבור איז: ווייל רוב ציבור לאזט זיך

מען דארף נישט קיין הילף פון קיין וועד נאר פראסט פשוט זיך נעמען אין די הענט, און עס מסדר זיין

אויב עס וועט זיך איבערשפילן ח''ו צו מיינע קונדער וועל איך פייטן פאר זיי ביז טויט

אזוי ווי די ביסט א איבערלעבער פין אזיי מלחמה אוז מיר געווען אביסעל אינטרעסאנט , דער מעשה מיט דער איבערפארען, האט מיר געקאסט א גוטע שמייכעל אז ביז ביינאכט איז עס געווארען מסודר, דער מנהל וואס האט געזאגט די נעם עם אין דיין ביזנעסס אין איך אין מיין! ער האט פשוט געזאגט דער אמת לאמיתו דער חורבן איז אז ישיבות זענען היינט א ביזנעסס , נישט דער מטרה צי זעהן אז ייעדער יידיש קינד זאל לערנען כמעשה דר׳ חייא , אין מען וויל האבען א גוטע נאמען אין מען וויל הייסען פין דער בעסטע ישיבות וואס געבען ארויס גוטע בוחרים, אין דער ההנהלה זענען געלונגענע חברה זיי פירען גיט א ישיבה, אין ממילא זענען זיי פשוט מפקיר מיט רשעות עלטערע בחורים אדער שווייכע מיט תירוץ,
וואס ווען א טאטע האט יא געלט דעמאלסט פאר דער ביזנעסס לוינט יא צי האלטען ,

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג אוקטובער 31, 2017 10:10 am

קיינער זאל מיך נישט באבויקערן, אבער אין א רואיגע טראכט, ביטע ענטפערט מיר א נארמאלער תירוץ,
אויב נישט געלט און ביזנעס, פארוואס אין די וועלט, איז דער מנהל מער מחויב צו ארבעטן אויף א צווייטן איד'ס בחור, מער ווי סיי וועלכער אנדערע יוד אין ביהמ"ד??

עס איז נישט קיין סוד, אז א מגי"ש דזשאב איז פון די ווייניגסטע באצאלטע דזשאב'ס אין די מארקעט, און ווידער א מנהל דזשאב גייט געבינדן מיט דעם פאקט אז ער גייט במילא ווערן דער רשע פון די גאנצע שטאט, סאו דער מנהל פילט ביי זיך אז לטובת (וועמען???) האב איך מיך אליינס אריינגעלייגט אין א קראנקן בעט...., און אנגענומען איינע פון די שווערסטע און קאמפליצירסטע ארבעט אויף די וועלט
סאו, ווער און פארוואס זאל זיך איינער 'מחויב' זיין אנצישטרענגען???
אפשר זענען די אייוועלט זיצערס דא [וועלכע האבן איבריג צייט צו שרייבן דא] פונקט אזוי מחויב זיך ארויף שאצן די ארבל און זיך נעמען ארבעטן אויף יודישע נשמות?

איך ווייס אז די רעאקציע גייט דא זיין 'ווען ס'וואלט געווען דיין בחור בלאה בלאה בלאה', אבער היא הנותנת, אזוי גייט עס, יעדער ווערט משוחד צו זיך, און יעדער זעהט טאקע נאר זיך....
אבער אז מען לייגט זיך אריין אין די שוך פון א מנהל\מגי"ש, אפשר ווערט די בילד אנדערש???
יא, ביי יעדע ספעציפישע מעשה, דארף מען זיך אריינלייגן אין ביידנס שוך, און אליין שוקל זיין, אן קיין זייטיגע נגיעות און געפילן, ווער איז דא מער גערעכט?? דער בחור\עלטערן, אדער דער מנהל

ס'האט איינער דא גע'טענה'ט פריער א טענה, היתכן דער מנהל האט אים נישט געוואלט צוריק נעמען ביי די צוואנציג....., אולי א טענה, אבער מאידך גיסא, אפשר דארף מען א טראכט געבן, ווי אזוי איז דער דין ווען א 17 יעריגער בחור עקש'נט זיך ער וויל בלייבן אין ישיבה קטנה, איז דער מנהל א 'רשע' פארן נישט נאכקומען זיין פארלאנג??,
פארפאלן, אויב האט דער בחור נאך נישט זוכה געווען צו זיין באשערטער, דארף ער עס מקבל זיין מיט די אומשטענדן, אולי איז יא זיין פלאץ ענדערש אין א כולל, אדער אין א מתיבתא גבוה פאר זיין עידזש, אזוי אומגערעכט איז דער מנהל??

הערשל שטיין
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 26, 2017 5:51 pm

תגובהדורך הערשל שטיין » דינסטאג אוקטובער 31, 2017 11:10 am

tech yid האט געשריבן:
וואס א חילוק האט געשריבן:
פּשוט און פּראָסט האט געשריבן:https://www.torahanytime.com/?gclid=Cj0KEQiAkO7CBRDeqJ_ahuiPrtEBEiQAbYupJQkZrAixZH-FfTxtV8LF94a5B48XKry9y7NA1PEhqa0aAmIT8P8HAQ#/lectures?v=13209

watch from minute 41 till 49

very powerful

שרעקליך!!

ס'כדאי צו הערן..

מוראדיג
איך קען נישט דיר די קענסט נישט מיר

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3159
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דינסטאג אוקטובער 31, 2017 1:10 pm

יהיה, אומגערעכט. ווען דו נעמסט אן א דזשאב פאר ווייניג געצאלט, קאנסטו ניט זאגען אז דו טוסט נאר א האלבע ארבעט ווייל עס צאלט ווייניג. נומער צוויי: דא איז דיני נפשות, און דער הצלה מאן קאן נישט זאגען, אז סייווי (Fill in the Blanks) אלזא איך ברויך נישט ראטעווען, און נישט נאר דאס, נאר איך מעג אפילו לאזען יענעם שטארבען, ווייל סייווי קוקט מען אראפ אויף מיין דזשאב.
בוי זיך זעלבסט

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג אוקטובער 31, 2017 1:25 pm

צו געזונט האט געשריבן:יהיה, אומגערעכט. ווען דו נעמסט אן א דזשאב פאר ווייניג געצאלט, קאנסטו ניט זאגען אז דו טוסט נאר א האלבע ארבעט ווייל עס צאלט ווייניג. נומער צוויי: דא איז דיני נפשות, און דער הצלה מאן קאן נישט זאגען, אז סייווי (Fill in the Blanks) אלזא איך ברויך נישט ראטעווען, און נישט נאר דאס, נאר איך מעג אפילו לאזען יענעם שטארבען, ווייל סייווי קוקט מען אראפ אויף מיין דזשאב.

א דאקטער איז נישט קיין רשע אויב האלט ער נישט ביים ארבעטן אויף א פאציענט וואס אינשורענס גייט נישט באצאלן פאר אים, און מען דארף אויף דעם פאציענט ארבעטן מער ווי אויף סתם א פאציענט
א בחור א צרה-לייט, אדער סתם א טעמבעל וואס האלט ביי גארנישט און נישט, און מען האט פון אים מער עגמת נפש ווי נחת, צי וואס און צי ווען איז דער מנהל מער מחויב זיך צירייסן פאר אים מער ווי אן אנדערע איד???, אפשר זאל דער טאטע פון דעם בחור געטשארדזשד ווערן דאפלט שכר לימוד, ווייל זיין תכשיט'ל זויגט אויס דעם מארעך פון זיינע מחנכים?
כל ישראל ערבים זל"ז איז געזאגט געווארן אויף יעדן איד אין ביהמ"ד נישט נאר אויף די מנהל אין ישיבה
א הצלה מאן איז א וואלונטיר, וואס איז איינגעגאנגען צו ווערן א חבר אין חברה הצלה, כדי צו וואלונטירן, אבער א מנהל פון א ישיבה וואס איז א דזשאב ווי אלע דזשאב, א פרנסה לו ולבני ביתו, עס איז נישט קיין וואלונטיר דזשאב אדער עפעס א עסקנות, והוא הדין דער מגי"ש [וואס קריגט באצאלט אינטער טויזנט דאלער א וואך, כאטשע ער מאכט חתונה יעדעס יאר....]

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6393
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג אוקטובער 31, 2017 3:07 pm

יהיה כן האט געשריבן:

יהיה, קען זיין בדיני אדם האסטו א טענה, אבער בדיני שמים וואלט איך נישט געוואלט זיין אויפן מנהל'ס פלאץ
איך קען מער ווי איין בחור וואס געפינט זיך היינט אין די הרי אררט צוליב א מנהל וואס האט זיך נישט געקענט דורכקומען מיט אים, דמו ודם זרעותיו תלויים בו
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג אוקטובער 31, 2017 3:09 pm

מי יודע האט געשריבן:

ועל זה אמרו חז"ל תורה לא בשמים היא, ואל תדין את חבירך עד שתגיע למקומו,
פאלט דיר גארנישט ביי אז דער בחור, אדער זיינע עלטערן זענען גאר שולדיג?!
קודם דאס איז ביי דיר זיכער אז דער מנהל וועט ברענען און בראטן, און דער בחור'ל אדער זיינע עלטערן זענען נעבעך אומשולדיג.........

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6393
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג אוקטובער 31, 2017 3:13 pm

בייזערט אייך נישט אזוי, אוודאי און אוודאי זענען דא עלטערן און בחורים וואס זענען זיך אליין שולדיג דאס געלט, אבער מה אעשה אז איך האב שוין צופיל מעשיות מיטגעהאלטן ווי דער מנהל האט נישט געוואלט ארויסגיין פון זיין קאמפארט זיין צוליב זיין איגא צו ווייזן ווער ס'איז בעה"ב
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

פסיקתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 9:47 am

תגובהדורך פסיקתא » דינסטאג אוקטובער 31, 2017 3:18 pm

יהיה כן האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:יהיה, אומגערעכט. ווען דו נעמסט אן א דזשאב פאר ווייניג געצאלט, קאנסטו ניט זאגען אז דו טוסט נאר א האלבע ארבעט ווייל עס צאלט ווייניג. נומער צוויי: דא איז דיני נפשות, און דער הצלה מאן קאן נישט זאגען, אז סייווי (Fill in the Blanks) אלזא איך ברויך נישט ראטעווען, און נישט נאר דאס, נאר איך מעג אפילו לאזען יענעם שטארבען, ווייל סייווי קוקט מען אראפ אויף מיין דזשאב.

א דאקטער איז נישט קיין רשע אויב האלט ער נישט ביים ארבעטן אויף א פאציענט וואס אינשורענס גייט נישט באצאלן פאר אים, און מען דארף אויף דעם פאציענט ארבעטן מער ווי אויף סתם א פאציענט
א בחור א צרה-לייט, אדער סתם א טעמבעל וואס האלט ביי גארנישט און נישט, און מען האט פון אים מער עגמת נפש ווי נחת, צי וואס און צי ווען איז דער מנהל מער מחויב זיך צירייסן פאר אים מער ווי אן אנדערע איד???, אפשר זאל דער טאטע פון דעם בחור געטשארדזשד ווערן דאפלט שכר לימוד, ווייל זיין תכשיט'ל זויגט אויס דעם מארעך פון זיינע מחנכים?
כל ישראל ערבים זל"ז איז געזאגט געווארן אויף יעדן איד אין ביהמ"ד נישט נאר אויף די מנהל אין ישיבה
א הצלה מאן איז א וואלונטיר, וואס איז איינגעגאנגען צו ווערן א חבר אין חברה הצלה, כדי צו וואלונטירן, אבער א מנהל פון א ישיבה וואס איז א דזשאב ווי אלע דזשאב, א פרנסה לו ולבני ביתו, עס איז נישט קיין וואלונטיר דזשאב אדער עפעס א עסקנות, והוא הדין דער מגי"ש [וואס קריגט באצאלט אינטער טויזנט דאלער א וואך, כאטשע ער מאכט חתונה יעדעס יאר....]

לאז מיר איין זאך זאגען א מנהל דארף וויסען אז זיין job מיינט אז ער איז מנהל פין א פלאץ וואס דער תכלית איז אז יידעשע קינדער זאלען לערנען תורה, אין אויך זיי זאלען נישט דרייען אויף דער גאס אין ווערען שקצים פאר דעם איז מען מייסד חדרים אין ישיבות , וכ״ש אז א בחור לערנט ביי דיך אין ישיבה אין די ווארפטסט עם גלייך אריין אין Manhattan ביסט די פושע,( דא איז זיכער נישט דא דער תירוץ אז זאל א צווייטער מוסד זיך מטפל זיין מיט עם ווייל די ווארפטסט עם אויף א גאס) אויב די קענסט נישט, נעם נישט אן דער job אדער זאג זיך אפ!!! (חיץ א בחור וואס פארדאפט אנדערע) קיין איין מנהל נעמט מען נישט מיט קייטען צי זיין א מנהל, זיי זאגען קלאר אז דאס איז זייער ביזנעס דארפען זיי וויסען
אז אריינציגיין אין אזיי ביזנעס מיסט די נעמען דער שווערע חלק אויך אזוי ווי ייעדער ביזנעס, דאס איז א ביזנעסס מיט. סייד דיפעקט אויף דיני נפשות , אין ווער עס וויל נאר אנעמען דער גיטע חלק, איז א רשע פשוטו כמשמעו,
אגב איך מיין אויך צי זאגען דער ראשים פין דער קהילת דער זעלבע זייך ווי דער מנהל , די אלע תריצום אז זיי קענען נישט עס האט נישט מיט זיי , איז גיט פאר דיין עלטער באבע ווען זיי ווילען קענען זיי

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג אוקטובער 31, 2017 3:24 pm

כבוד הרב פסיקתא ומי יודע
נא נא, ווילאנג עטץ זיצט דא און בטל'ט די צייט אויף אייוועלט מיט באשולדיגן דעם מנהל, ממצרים ועד הנה, אלס א בעל איגא בעל גאוה, בלאה בלאה בלאה, און דער מנהל איז ווייטער עוסק בעבודת הקודש, בין איך נאך נישט וועגן דעם דן דעם מנהל לגיהנם, בלויז ווייל מי יודע זאגט אזוי....,
זאל דער מנהל אהער קומען און מסביר זיין זיין צד אין די מעשה, עמיר הערן מיט וואס פארא גרויסע צדיקים וקדושים מען האנדלט דא.......

דעם פארגאנגענעם ראש השנה, האב איך געדאוונט נעבן איינעם אזא אויבער-חכם, הער איך ביי אבינו מלכינו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך, מורמלט יענער זיך אונטער 'די קווינסער ישיבה'......, און איך קען יענעם אלס א גרויסער צרה-לייט, און אויבער-חכם ..........., הערטס א מעשה!, דער אייבירשטער זאל זיך נוקם זיין אין די גאנצע הנהלה פון קווינסע ישיבה, ווייל דער ראצער האט זיך נישט געהאלטן ביים צישטעלן צו גארניקס, קיין זיז כל שהוא......

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3159
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דינסטאג אוקטובער 31, 2017 5:55 pm

יהיה כן, העל איך דא דערציילן א מעשה, וואס עטליכע וואס ליינען דא קאנען און געדענקען די מעשה.פיר בחורים צרה לייט האבען אנגעווערטשאפט אין די ישיבה און לאמיר זיי איינטיילען אין קאטעגאריעס: איינער וואס זיין טאטע איז אין די הנהלה, איינער א יתום, איינער א זון פון א כלי קודש, און איינער וואס זיין פאטער איז א געזונטער בולי. אקיצער, מען האט דריי געווארפען (דעם כלי קודש'ס זוהן האט מען גארנישט געטוהן), און אומנייטיג צו זאגען ווער פון די דריי איז געבליבן אינדערויסען... אקיצער, להגדיל הטראסק האט מען אראפגעברענגט א הויכער איינגעשטעלטער צו רעדן דאן פאר די בחורים און זיי אויפקלערן אז נאר דער יתום איז עכט אלעס שולדיג און די אנדערע זיינען ממש צדיקים...

פארזעצונג קומט אי"ה
בוי זיך זעלבסט

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג אוקטובער 31, 2017 6:03 pm

ספעסיפישע מעשיות, דארף יעדע מעשה פאר זיך א אפהאנדלונג בפני עצמו,
קיין איין באזונדערע מעשה איז נישט קיין בנין אב אדער א גזירה שווה פאר אלעם וואס טיצעך אפ אין ישיבות בכלל
וואס איך האב געשריבן איז אין דזשענעראל, צו איז טאקע א מנהל מער מחויב זיך צירייסן פאר בחורים יוצאי דופן, ווי סיי וועלכער צווייטער יוד אין ביהמ"ד?, אויף דעם האב איך געשריבן וואס כ'האב געשריבן
סי'איבריגע איז בכלל נישט רעלעוואנט

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3159
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דינסטאג אוקטובער 31, 2017 6:20 pm

א מנהל איז מער א אחריות'דיגע ארבעט ברוחניות אוואו א אנדערע דזשאב, מען קאן נישט זאגען אויף הונדערט פראצענט אז ער זאל קאנען זאגען "אויף יענעם וויל איך מיך נישט אנשטרענגן" בשעת אויף שוואכערע מיט קאנטאקטס אין די מוסד קאן ער דאס נישט זאגען
בוי זיך זעלבסט

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג אוקטובער 31, 2017 6:31 pm

צו געזונט האט געשריבן:א מנהל איז מער א אחריות'דיגע ארבעט ברוחניות אוואו א אנדערע דזשאב, מען קאן נישט זאגען אויף הונדערט פראצענט אז ער זאל קאנען זאגען "אויף יענעם וויל איך מיך נישט אנשטרענגן" בשעת אויף שוואכערע מיט קאנטאקטס אין די מוסד קאן ער דאס נישט זאגען

הער אויס, דער מנהל איז א פאלנער בשר ודם, און יעדע מענטש וועט ארויס גיין פון זיין דרך און פון זיינע חיובים, אויב האט ער אינטערעסן אזוי צו טוהן,
יעצט דער מנהל איז 'נישט' מחויב צו בעביסיטן בחורים וואס האלטן ביי גארנישט, און וויפיל ער האלט יא איז עס א חסד פון זיין זייט
פונקט ווי דו קענסט נישט האבן קיין טענות אויף B&H פארן נישט וועלן האלטן ארבעטער וואס האלטן נישט ביים ארבעטן, די זעלבע איז א מנהל נישט מחויב צו האלטן בחורים וואס האלטן נישט ביים לערנען [און נאך פיל ערגער פון דעם וד"ל]...
א וודאי, ער קען ארויס גיין פון דעם כלל דארט ווי עס לוינט עם אזוי, אז איינער איז א גרויסער נותן פארן מוסד, וועט מען געבן א חנינה פאר זיין זון, פונקט ווי B&H וועט נישט ארויס ווארפן א ארבעטער וואס ער קען האבן ריווח עם צו האלטן פון אן אנדערע בחינה

ווידער צו האקן אויפן טיש און שרייען אז דער מנהל איז מחויב צו האלטן יעדן בחור טראבל מעקר, און עסן מיט אים גאל, כ'זעה נישט דערינען קיין שום חיוב, פארוואס און פארווען??????, ווער וועט עם אנערקענען אפרישיעטן פאר דעם???? ווער וועט עם באצאלן אווער-טיים פאר די עבודת הפרך וואס ער דארף מוסיף זיין על עבודתו בקודש, זיך צו ספראווען מיט די טראבל מעיקער'ס וואס מאכן אים חרוב די ישיבה????????,
און ווער רעדט נאך אויב די סארט בחורים זעצן זיך צו די כלי און עפענען אשכולות אויף אייוועלט מיט א אויסבראך פון טענות און באשולדיגן וואס פארא רוצח אכזר רשע גיהנם, דער מנהל איז, קענסט מיר געבן עפעס א הסבר צי וואס איז דער מנהל מער מחויב צו אריינהייבן די גאנצע וועלטס קללות מער ווי עני אנדערער איד אין ביהמ"ד??????
האסט מיר עפעס א נארמאלער הסבר וואס איך זאל פארשטיין????
אויב איז ער מחויב דאן איז יעדער איד אין ביהמ"ד פונקט אזוי מחויב,
יא, כ'ווייס ס'איז דא מומחים וואס פארשטייען צו דעם פעלד, ווי אזוי זיך אפציגעבן מיט בחורים יוצאי דופן, אבער דו ווייסט וויפיל אוצרות מיט געלד דאס קאסט, דו ווייסט וויפיל מען באצאלט פאר אזא דזשאב פער שעה???, ווי אזוי ווילסטו אז א מנהל פון א ציווילע ישיבה זאל טוהן דעם דזשאב פאר גארנישט????

פּשוט און פּראָסט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

תגובהדורך פּשוט און פּראָסט » דינסטאג אוקטובער 31, 2017 6:39 pm

יהיה כן האט געשריבן:ספעסיפישע מעשיות, דארף יעדע מעשה פאר זיך א אפהאנדלונג בפני עצמו,
קיין איין באזונדערע מעשה איז נישט קיין בנין אב אדער א גזירה שווה פאר אלעם וואס טיצעך אפ אין ישיבות בכלל

און פון צענדליגער באזונדערע מעשיות (װאס די פאקטן שרײען פאר זיך) קען מען האבן גאנץ א קלארע בילד װאס דא טוט זיך, און מיט װאסערע צדיקים אונז האנדל מיר דא..

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג אוקטובער 31, 2017 6:42 pm

פּשוט און פּראָסט האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:ספעסיפישע מעשיות, דארף יעדע מעשה פאר זיך א אפהאנדלונג בפני עצמו,
קיין איין באזונדערע מעשה איז נישט קיין בנין אב אדער א גזירה שווה פאר אלעם וואס טיצעך אפ אין ישיבות בכלל

און פון צענדליגער באזונדערע מעשיות (װאס די פאקטן שרײען פאר זיך) קען מען האבן גאנץ א קלארע בילד װאס דא טוט זיך, און מיט װאסערע צדיקים אונז האנדל מיר דא..

יעדע איינע פון די 'באזונדערע' מעשיות, מאכן 'דיך' [יא דיך מיינט מען...] און דיינס גלייכן, נאך א גרעסערע רשע, אכזר, בלאה בלאה, פארן זיצן מיט פארלייגטע הענט, און נישט 'אליין' עפענען קיין ישיבות פאר בחורים קעיר נעמען פון זיי ווי דו האלסט אז מען דארף.... [נו געגאנגען, איינער שטערט דיך?]

אוועטאר
Amazing
שר חמש מאות
תגובות: 800
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

תגובהדורך Amazing » דינסטאג אוקטובער 31, 2017 6:59 pm

יהיה כן!
הוא אשר דברנו. דאס איז די פראבלעם היינט איז 'אלעס' געווארן א ''ביזנעס'' פון א רשכבה''ג ביז א B&H ארבייטער.

יהיה דו זאגסט קלאר, וואס איז דאס א ישיבה? בחורים ווי להבדיל ארבייטער ביי b&h דו ארבייטסט פאר ר' הערשל שרייבער און דו ארבייטס פאר קהילת הקודש....

איינמאל דו ברענגסט אונז שוין נישט קיין ריוח צו וואס דיר האלטן אין אונזער ביזנעס???

איך פארשטיי גוט @יהיה כן??

שומו שמים! קריעה דארף מען זיך רייסען. סאטמערע יונגעלייט קענען אזאנס ארויס שרייבן
א'מונה ב'טחון ג'עלט

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10096
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג אוקטובער 31, 2017 7:00 pm

אגודל ארויף יהיה כן!

איין פונקט צוצולייגן, אז די אלע וואס ווילן אז די גוטע ישיבות זאלן אננעמען זייערע בחורים ווילן נישט שיקן אין די ישיבות וואס זיי זעלבסט רופן שוואכערע ישיבות ווייל זיי האבן אנגענומען אזאנע בחורים ווי זיין קינד! סאו יעדער וויל דער בריק זאל פאלן ווען ער ענדיגט אריבערפארן...און דער ישיבה זאל בלייבן דער "גוטער ישיבה" און אין דעם זאל זיין בחור לערנען.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

פּשוט און פּראָסט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

תגובהדורך פּשוט און פּראָסט » דינסטאג אוקטובער 31, 2017 7:06 pm

יהיה כן האט געשריבן:
פּשוט און פּראָסט האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:ספעסיפישע מעשיות, דארף יעדע מעשה פאר זיך א אפהאנדלונג בפני עצמו,
קיין איין באזונדערע מעשה איז נישט קיין בנין אב אדער א גזירה שווה פאר אלעם וואס טיצעך אפ אין ישיבות בכלל

און פון צענדליגער באזונדערע מעשיות (װאס די פאקטן שרײען פאר זיך) קען מען האבן גאנץ א קלארע בילד װאס דא טוט זיך, און מיט װאסערע צדיקים אונז האנדל מיר דא..

יעדע איינע פון די 'באזונדערע' מעשיות, מאכן 'דיך' [יא דיך מיינט מען...] און דיינס גלייכן, נאך א גרעסערע רשע, אכזר, בלאה בלאה, פארן זיצן מיט פארלייגטע הענט, און נישט 'אליין' עפענען קיין ישיבות פאר בחורים קעיר נעמען פון זיי ווי דו האלסט אז מען דארף.... [נו געגאנגען, איינער שטערט דיך?]

כ׳װײס נישט װאס דו װילסט פון מיר יעצט, אונז פארשטײ מיר זיך בכלל נישט.
כ׳רעד פון ׳נארמאלע׳ בחורים װאס האבן סה״כ ׳נארמאלע׳ בחורי׳שע פראבלעמען װאס איז געמאכט געװארן צו דילן דערמיט אין א ׳געהעריגע׳ ישיבה, װאס פאר זײ און פאר דעם האט ״מײן״ רבי ז״ל געעפנט ״זײן״ ישיבה, און אז די קענסט עס נישט הענדלען דארפסטיך אפזאגן דערפון, און אז דו ׳װילסט׳ עס נישט הענדלען װעגן איגאו אדער אנדערע קאראפט סיבות, און װעגן דעם װארפסטיך מיט אידיש בלוט און ביסט מפקיר אידישע דורות, דעמאלטס יא ביסטו א גנב (די האסט נישט געעפנט דעי ׳ביזנעס׳) אן אכזר און א רוצח און יא אױך א בלאה בלאה בלאה

אוועטאר
Amazing
שר חמש מאות
תגובות: 800
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

תגובהדורך Amazing » דינסטאג אוקטובער 31, 2017 7:08 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:אגודל ארויף יהיה כן!

איין פונקט צוצולייגן, אז די אלע וואס ווילן אז די גוטע ישיבות זאלן אננעמען זייערע בחורים ווילן נישט שיקן אין די ישיבות וואס זיי זעלבסט רופן שוואכערע ישיבות ווייל זיי האבן אנגענומען אזאנע בחורים ווי זיין קינד! סאו יעדער וויל דער בריק זאל פאלן ווען ער ענדיגט אריבערפארן...און דער ישיבה זאל בלייבן דער "גוטער ישיבה" און אין דעם זאל זיין בחור לערנען.

דא רעדט מען בעיקר פון די גרויסע קהילה ישיבות וואס איז בכלל נישט אויסגעשטעלט צו האבן נאר מצויינים און בינונים.

און די מציאות איז אז מען טוט נישט גענוג צו מחנך זיין די עווריטש און אראפ בחורים.

אז דו קענסט עס נישט הענדלן טו וואס איך טוה קום ארבייטן אין B&H גאט האט דיר נישט געשטעלט עם צו העלפן מחנך זיין בחורים.
א'מונה ב'טחון ג'עלט

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10096
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג אוקטובער 31, 2017 7:08 pm

סאו דו רעדסט נאר פון א אלטע חסידות ישיבה? א אינגערמאן תלמוד חכם וואס עפענט א ישיבה און קלייבט זיך איז אקעי לויט דיר? לאמיר וויסן וואו מיר אגריען...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3159
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דינסטאג אוקטובער 31, 2017 7:09 pm

א קהילה ישיבה איז געבויעט פון מיין מיט דיין געלט אויף צו מחנך זיין מיינע און דיינע קינדער
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
Amazing
שר חמש מאות
תגובות: 800
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

תגובהדורך Amazing » דינסטאג אוקטובער 31, 2017 7:11 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:סאו דו רעדסט נאר פון א אלטע חסידות ישיבה? א אינגערמאן תלמוד חכם וואס עפענט א ישיבה און קלייבט זיך איז אקעי לויט דיר? לאמיר וויסן וואו מיר אגריען...

עקזעקטלי.

וואס איך האלט צו מען מעג עפענען א פריוואטע ישיבה אויף די אייגענע גוסטע, איך האב נישט קיין מיינונג דערין מען קען הערן צדדים לכאן ולכאן.

אבער וואס עס טוט זיך אין די גרויסע קהילות איז א הימל געשריי
א'מונה ב'טחון ג'עלט

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט