ניגוני ר' יו"ט עהרליך ז"ל

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3184
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » פרייטאג יולי 15, 2016 11:32 am

ידיד האט געשריבן:ס'איז אויפן אלבום 'שבת' פון ר' יו"ט.

טענקס.
יעצט ממש הער איך די ניגון.... אוי איז דאס מתיקות
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

בוחר בשירי זמרה
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » דינסטאג אוגוסט 02, 2016 6:29 pm

ארויפגעברענגט צו די יארצייט פון ר' יו"ט ע"ה

כז תמוז
געלט פארלוירן? נישט פארלוירן
צייט פארלוירן? פיל פארלוירן
מוט פארלוירן? אלס פארלוירן

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2140
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » דינסטאג אוגוסט 02, 2016 7:07 pm

אין אוצר - בני יואל, איז דעם חודש תמוז געווען א געשמאקע ארטיקל איבער זיינע טעיפס "דער סאטמארער רבי".

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3184
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 12:34 am

איינער קען ביטע אנצייגען וואס ס'זענען די ניגונים אויף די 'מזמור לתודה' און די 'למנצח' בנגינות' אלבומס?
די נאמען פונעם ניגן און אויף וועלכע אלבום עס געפונט זיך?

ישר כח
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1016
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 8:07 am

בס"ד

גוט מארגן, גענומען פון "אוצרות הניגונים של ר' יו"ט ערליך," וואס דארף לענ"ד זיין אין יעדע אידישע שטוב, לעצטנס איז שוין ערשינען ב"ה די דריטע חלק, אזוי האב איך געהערט.

למנצח בנגינות

1) א גרוס אייך פון די שטעטעלעך - חבלי משיח א'
2) סאמארקאנד - חבלי משיח א'
3) די נאטור - אמונה
4) דער שטורעם - שטייט נישט, קען זיין ס'איז לכתחילה נאר מוזיק אן ווערטער
5) וואו איז דער צדיק - מידות
6) דער גרויסער באשעפער - יציאת מצרים ב'
7) ביים סנה - יציאת מצרים א'
8) קבלת שבת אין פעלד - שבת
9) איך האב געווארט - שבת
10) צימבלען - אמעריטשקע
11) גאולה מארש - יציאת מצרים ב'


מזמור לתודה

1) ויכולו, דער ערשטער שבת אויף דער וועלט - שבת
2) הכנה צום שבת קודש - שבת
3) הלל (די מעשה פון הלל הנשיא אויפ'ן דאך פון שוהל) - תורה
4) איך פאר אהיים - חבלי משיח ב'
5) דער גליקליכער אמאל - לוקסוס א'
6) דער פסיכישער אטאקע - שטייט נישט, קען זיין ס'איז לכתחילה נאר מוזיק אן ווערטער
7) וויליאמסבורג - אידיש נחת
8) דאוויד האראדאק - חבלי משיח א'
9) די קאנטרי - לוקסוס ב'
10) גלות זכרונות - יציאת מצרים ב'

אין ספר שטייט, אז ר' יום טוב ערליך האט אליינס מחבר געווען די אלע ניגונים - נישט נאר די ווערטער, נאר אויך די "ניגונים." וכלשונם, "מוזיקאלישע שאפונגען פון מחבר ז"ל," מבהיל הרעיון וואס דער איד איז געווען.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21996
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:04 am

מזל מידיע האט געשריבן:לעצטנס איז שוין ערשינען ב"ה די דריטע חלק, אזוי האב איך געהערט.

אזוי? נישט געזען אין ערגעץ דערווייל.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1016
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 10:27 am

בס"ד
farshlufen האט געשריבן:
מזל מידיע האט געשריבן:לעצטנס איז שוין ערשינען ב"ה די דריטע חלק, אזוי האב איך געהערט.

אזוי? נישט געזען אין ערגעץ דערווייל.

אזוי האט זיך מיר פארשטאנען לויט די נייעס באריכט ליסטע פון בעסט-סעלער ספרים. קען זיין נישט גוט פארשטאנען.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

אוועטאר
סטרונעס
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 5:22 pm

תגובהדורך סטרונעס » מיטוואך נובעמבער 23, 2016 1:05 am

איינער האט אין באזיץ די טעקסט פון די טעיפ סאטמאר א'???
די וויכטיגסטע די ניגון "אין לאגער"

שיק יונגל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 21, 2016 12:59 pm

תגובהדורך שיק יונגל » מיטוואך נובעמבער 23, 2016 1:09 am

איינער ווייסט ווען ס'קומט ארויס אברהם פריעד'ס נייע סידי פון ר' יו"ט ערליך'ס ניגינים?

אוועטאר
סטרונעס
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 5:22 pm

תגובהדורך סטרונעס » זונטאג נובעמבער 27, 2016 9:15 pm

סטרונעס האט געשריבן:איינער האט אין באזיץ די טעקסט פון די טעיפ סאטמאר א'???
די וויכטיגסטע די ניגון "אין לאגער"

????

נכד
שר חמש מאות
תגובות: 608
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

תגובהדורך נכד » זונטאג נובעמבער 27, 2016 11:01 pm

שיק יונגל האט געשריבן:איינער ווייסט ווען ס'קומט ארויס אברהם פריעד'ס נייע סידי פון ר' יו"ט ערליך'ס ניגינים?


ער ארבעט נאך דערויף. וועסט שוין גוט ״הערן״ ווען עס וועט זיין צו באקומען.

לדעתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

תגובהדורך לדעתי » מאנטאג נובעמבער 28, 2016 5:19 pm

אין לאגער ניגון מהרה''ח ר' יו''ט ערליך ז''ל
א)

די זון איז פארגאנגען אוועק,
די נאכט אנגעקומען איז פיל מיט שרעק,
צרות און פיין אן אן עק
אין לאגער איז פינסטער אין קאלט,
אלע עס שלאפן שוין יונג און אלט,
ערגעץ אין א ווינקל,עס זיצט אין דער טונקל,
דער רבי, און א ספר ער האלט.
ב)
אלע עס טוען דאך גלויבן,
אז יעדע זאך קומט דאך פון אויבן,
א מענטש קען נישט געבן א ריר מיט א פינגער,
נאר ווען מען טוט הייסן פון אויבן
ב)
עס קומען אמאל אבער שעה'ן.
דעם מענטש שיקט מען צו א נסיון,
מען טוט אים געבן, סכנה אין לעבן,
און שווער איז צו האלטן זיך דאן.
ג)
דער רב געלערנט, געדאוונט כסדר,
זיין שטומע עס קען שוין דאך א יעדער,
ער טוט זיך שטיל וויגן,
אין זינגט זיך א ניגון,
אז שווער איז צו שלאפן אצינד.
ג)
נאך וואס, יעדער האט דאך א גלויבן,
דער רבי מיטן באשעפער רעדט פין אויבן,
ער טוט ביי אים בעטן,
דער עדה צו רעטן,
און די ישועה וועט קומען געשווינד.
ב)
אמונה עס ברענגט א ישועה
אמונה עס ברענגט א רפואה,
נאר נישט זיין צובראכן,
און האבן בטחון,
אז דער באשעפער געוויס וועט ער העלפן,
ב)
מען דארף עם נאר בעטן און בעטן,
ער זאל פון דא ארויסרעטן,
ער הערט די געיאגטע,
האט ליב די געפלאגטע,
און העלפט זיי דאך שטענדיג ארויס.
א)
דער רבי איז שטארק דאן געווען,
אפילו דאס ערגסטע עס איז געשעהן,
פארלוירן האט ער זיך ניט,
ער האט זיך געפירט דאן דורכאויס ,
ווי ער וואלט געווען אין זיין אייגן הויז
די זעלבע דיבורים , די זעלבע שיעורים,
פון קביעות איז ער נישט ארויס
ב)
שבת געפירט האט ער טישן
געזאגט אויך פיל תורה צווישן ,
ראש השנה געבלאזן,
דעם שופר מיט מורא ,
שמחת תורה געטאנצט מיט דער תורה,
ב)
ארום זענען היטערס געשטאנען ,
זיי האבן ווי גארנישט פארשטאנען,
ניט געהערט גארניט,
און נישט געזעהן גארנישט,
וואס ביי דעם רבי'ן עס האט זיך געטאן,
ג)
און הערט, פיל כבוד מער דארפן אפגעבן,
די וואס געהיט האט זיין לעבן,
א ערליכע פיינע
די באגלייטערן זיינע,
איר לעבן פאר עם האט געשענקט ,
ג)
געזעהן,דער עסן איז שטענדיג געוועזן,
דעם רבי,נישט געלאזן פארגעסן,
אכטונג געגעבן,
ער זאל בלייבן לעבן
אין געזונט פאר די וועלט עם געברענגט.
ב)
דער רבי האט זיך נישט פארלוירן,
די בארד זיינע נישט אפגעשוירן,
ער האט פאר דעם שיעור נישט זיין לעבן פארלוירן
,און ער האט איר נישט אפגעשוירן,
ב)
דער רבי וואלט געווען שטארק צופרידן,
אומקומען מיט אלע יודן ,
דער קאמף מיט די ציונים ,
איז נאך נישט פאראיבער ,
און דעם רבי'ן האט מען געדארפט אויף דער וועלט.

אוועטאר
סטרונעס
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 5:22 pm

תגובהדורך סטרונעס » מאנטאג נובעמבער 28, 2016 6:00 pm

ייש"כ 'לדעתי',

באדראטשיג
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2016 8:16 am

תגובהדורך באדראטשיג » דינסטאג נובעמבער 29, 2016 10:44 am

ניגון עתיק האט געשריבן:
משה שטינקאוויטש האט געשריבן:Can someone please dropbox the יראת שמים ניגון

https://dl.dropboxusercontent.com/u/376 ... rack10.mp3

איך הער דאס יעצט די ערשטע מאהל. געוואלדיג. א גרויסן ייש"כ!

אוועטאר
Intern Tish
שר האלפיים
תגובות: 2246
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2015 12:20 pm

תגובהדורך Intern Tish » פרייטאג דעצמבער 09, 2016 10:31 am

סאטמאר קומט ארויס מיט די 2טע חלק פון די סאטמארע רבי פון ר' יום טוב עהרליך
איך זיץ אונטערן טיש, אמאל אמאל קום איך ארויס אויפן טיש
קליקט דא צו זעהן מער דיטעילס

אוועטאר
שופר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 282
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 11:40 pm

תגובהדורך שופר » זונטאג מאי 14, 2017 1:35 am

ביקסאד האט געשריבן:דא
ביקסאד האט געשריבן:
פלאפי יוד האט געשריבן:ס'גארנישט, אויף ר' יום טוב ערליך איז אויך געוועהן מאנכע וואס האבן געוואלט זאגען ציוניזם.
האט ער דען נישט געטוישט אדער גאר ארונטער גענומען איין ניגון ?
יוםטובערליך האט געשריבן:צוויי הגהות:

דאס וועט זיין "דיין בערוף" (נישט דיין רוח...)

און

וועסטו ברענען פאר מיר "ווען" א נאכט


אויסערדעם?
יאך רעד פון א ליד אוואו ער האט גערעדט פון הייליגן לאנד און דער-ביי דער-מאנט וועגען די צה"ל סאלדאטן,
[עס זעהט עס אוואו ער רעדט זייענדיג אונטער די איינדרוק פון א באזוך דארט]
עס איז געווען אויף חבלי משיח אדער אויף די, רבי יו"ט שמחה ז"ל האט עס שפעטער אליין צענזורירט און ארום געטוישט.
צוגעלייגטע
זקניך1.JPG
זקניך1.JPG (73.54 KiB) געזעהן 5947 מאל
זקניך2.JPG
זקניך2.JPG (75.06 KiB) געזעהן 5947 מאל
זקניך3.JPG
זקניך3.JPG (30.56 KiB) געזעהן 5947 מאל

אוועטאר
געב_מיר_כח
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 07, 2015 10:11 pm

תגובהדורך געב_מיר_כח » פרייטאג אוקטובער 20, 2017 11:04 am

ווי קען מען באקומען די ווערטער פון אלע זיינע ניגונים אין PDF?
רבש"ע גיב מיר אביסעלע כח (קרעדיט דודי קאליש)

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21996
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג אוקטובער 20, 2017 11:34 am

געב_מיר_כח האט געשריבן:ווי קען מען באקומען די ווערטער פון אלע זיינע ניגונים אין PDF?

וואס פאלט אייך ביי אז מ'קען?

ס'פארהאן 2 ביכער פון זיינע קאסעטן צו באקומען אין דזשודעיקא סטארס.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

דור קודם
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2015 5:06 am

שוין באלד צווי טויזנד יארן פון ר' יו"ט

תגובהדורך דור קודם » זונטאג נובעמבער 12, 2017 10:32 am

ווער קען בריינגען די ווערטער

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

איך פאר אהיים

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » זונטאג נובעמבער 19, 2017 6:54 pm

פּוילן פּוילן פּוילן פּוילן, פּוילן פּוילן פּוילן פּוילן,
    ב"ה געקומען שוין קיין פּוילן, איך נעם די פּעק און וויל פון טרעין אראפ,
    שטייט א פּאָלאַק און ער טוט באפוילן, יודן זאלן היטן זיך די קאפּ,
      פּוילן איז א לאנד גארניט פאר יודן, יודן וועלן דא נישט קאנען זיין,
      פול איז זי מיט שונאים און באנדיטן , עס איז א לאנד פון צרות און פון פּיין,
        די פריינד גע'טויט סאיז נישט געבליבן קיינער, די הויז פארברענט געבליבן ער איז שטיינער,
          איך בינד די פּעק, איך שלעפּ די זעק, איך פאר אוועק, צוריק אין וועג, און פולן זון, אהער אהין, ווער ווייסט וואו אהין,
          איך פאר אהיים, איך פאר אהיים, איך פאר אהיים, איך פאר אוועק, איך פאר אוועק אין גרויסן לאנגן וועג,
          איך פאר אהיים, איך פאר אהיים, איך פאר אהיים, איך פאר אוועק, איבער שטעט און שטעטלאך אָן אַן עק,
            דער (פאָלאַקן??) אן א שיעור, קוקן אזוי בייז אויף מיר, בריקעלאַך אַזאָנע פלויטן, יאגן אייינער אן דעם צווייטן,
            שטעטאלאך פעלדאלאך, דערפאלאך, וועלדאלאך, און אינמיטן שטייט א בוים, איך פאר אהיים.




            טשעכן טשעכן טשעכן טשעכן, טשעכן טשעכן טשעכן טשעכן,
              דער טשעך האט אונז באגעגנט מיט א צארן, און געהייסן ווייטער גיין אין וועג,
              אין דייטשלאנד איז דאך אנדערשט נישט געווארן, באַראַקן פול מיט הונגער און מיט שרעק,
                דער אונגאַר פאר'סמ'ט פון זיינע שכנים, ער האט זייער ליעב יודישע געלט,
                דער פראַנצויז ער לאכט צו יעדן איינעם, און א מעסער האַלט ער זיך פאַרשטעלט,
                  אין אַמערקא האט מען משפחה, אפשר וועט זיין דאָרטן מיט הצלחה,
                    איך צייל די טעג, איך פאר אוועק, צוריק אין וועג, איך פּאַק די פּעק, איך פאָר אַוועק, איך פאָר אַוועק, צום צווייטן ברעג,
                    איך פאר אהיים, איך פאָר אַהיים, איך פאַר אָהיים, איך פאר אוועק, איך פאר אוועק אין גרויסן לאנגן וועג,
                    איך פאר אהיים, איך פאר אהיים, איך פאר אהיים, איך פאר אוועק, איבער ברייטן וואסער אָן אַן עק,
                      עס פאָרט די שיף ארויף אַראָפּ, עס נאָגט די האַרץ עס ברעכט די קאָפּ, עס ווארפט אהער עס ווארפט אהין, ווער ווייסט וואו אהין, ווער ווייסט וואו אהין,
                      ? ? ? ? ? ? ? ?, ? ? ? ? ? ? ? ? ? ? ? ? בארגן ? ? ?, ? ? זארגן ? ניו יאָרק.




                      ביזנעס ביזנעס ביזנעס ביזנעס, האַריִ-אַפּ האַריִ-אַפּ,
                        א געטומל שטענדיג א געפילדער, שטענדיג לויפט מען ווי עס וואלט געברענט,
                        איך קוק אויס אינגאנצן ווי א ווילדער, די שיך צו-עפנט ארויסגערוקט די העמד,
                          און דער היפּי ווארפט אן מרה שחורה, און די פּריצות מאכט אייך צושאַנד,
                          און די נאַציס וואַקסן גאָר אָן מורה, און די שחורים הייבן אויך א האנד,
                            אין ארץ ישראל וועט מען פארן, מען דערציילט אז דארט איז גוט געווארן,
                              איך פאר אהין ?????? ??????, מען וועט זיך מאַכן דאָרט אַן אָרט, אַ שטיקל ברויט מיט מילך קוואָרט, מען פארט מען פארט,
                              איך פאר אהיים, איך פאר אהיים, איך פאר אהיים, איך פאר אוועק, איך פאר אוועק אין גרויסן לאנגן וועג,
                              איך פאר אהיים, איך פאר אהיים, איך פאר אהיים, איך פאר אוועק, אנטקעגן קומען יודן אויפן וועג,
                                איך גיב אויף זיי אַ מאָדנער בליק, זאג פאַרוואס פאָרט איר צוריק ענטפערט מען מיר טרויעריג נישטא קיין גליק נישטאָ קיין גליק,
                                פראָבלעמען שווערע אָן אַ צאָל, און אַז מען ווערט קראַנק אַ מאָל שרעקט מען זיך אַריינצוגיין און אַ שפּיטאָל.




                                גלות גלות גלות גלות, גלות גלות גלות גלות,
                                  אינמיטן וועג איך שטיי מיר איינגעבויגן, און איך ווייס נישט וואו אהין צוגיין,
                                  און מיט הייסע טרערן אין די אויגן, בעט איך ביי דעם אייבירשטן אליין,
                                    זעהסט דאך אז סאיז אומעטום א מורה, דער יוד ער האט קיין ארט נישט אויף דער וועלט,
                                    און די האסט באשעפער נישט קיין ברירה, נאר גיב אים אפ זיין לאנד און זיין געצעלט.
                                    אסאך אפאר מאל פראקטיציר איך מיין ניק..

                                    אוועטאר
                                    כאניש וואס צו טון
                                    שר חמש מאות
                                    תגובות: 609
                                    זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
                                    לאקאציע: ביים קאמפיוטער

                                    תגובהדורך כאניש וואס צו טון » דינסטאג נובעמבער 21, 2017 6:20 pm

                                    כאניש וואס צו טון האט געשריבן:פּוילן פּוילן פּוילן פּוילן, פּוילן פּוילן פּוילן פּוילן,
                                      ב"ה געקומען שוין קיין פּוילן, איך נעם די פּעק און וויל פון טרעין אראפ,
                                      שטייט א פּאָלאַק און ער טוט באפוילן, יודן זאלן היטן זיך די קאפּ,
                                        פּוילן איז א לאנד גארניט פאר יודן, יודן וועלן דא נישט קאנען זיין,
                                        פול איז זי מיט שונאים און באנדיטן , עס איז א לאנד פון צרות און פון פּיין,
                                          די פריינד גע'טויט סאיז נישט געבליבן קיינער, די הויז פארברענט געבליבן ער איז שטיינער,
                                            איך בינד די פּעק, איך שלעפּ די זעק, איך פאר אוועק, צוריק אין וועג, און פולן זון, אהער אהין, ווער ווייסט וואו אהין,
                                            איך פאר אהיים, איך פאר אהיים, איך פאר אהיים, איך פאר אוועק, איך פאר אוועק אין גרויסן לאנגן וועג,
                                            איך פאר אהיים, איך פאר אהיים, איך פאר אהיים, איך פאר אוועק, איבער שטעט און שטעטלאך אָן אַן עק,
                                              דער (פאָלאַקן??) אן א שיעור, קוקן אזוי בייז אויף מיר, בריקעלאַך אַזאָנע פלויטן, יאגן אייינער אן דעם צווייטן,
                                              שטעטאלאך פעלדאלאך, דערפאלאך, וועלדאלאך, און אינמיטן שטייט א בוים, איך פאר אהיים.




                                              טשעכן טשעכן טשעכן טשעכן, טשעכן טשעכן טשעכן טשעכן,
                                                דער טשעך האט אונז באגעגנט מיט א צארן, און געהייסן ווייטער גיין אין וועג,
                                                אין דייטשלאנד איז דאך אנדערשט נישט געווארן, באַראַקן פול מיט הונגער און מיט שרעק,
                                                  דער אונגאַר פאר'סמ'ט פון זיינע שכנים, ער האט זייער ליעב יודישע געלט,
                                                  דער פראַנצויז ער לאכט צו יעדן איינעם, און א מעסער האַלט ער זיך פאַרשטעלט,
                                                    אין אַמערקא האט מען משפחה, אפשר וועט זיין דאָרטן מיט הצלחה,
                                                      איך צייל די טעג, איך פאר אוועק, צוריק אין וועג, איך פּאַק די פּעק, איך פאָר אַוועק, איך פאָר אַוועק, צום צווייטן ברעג,
                                                      איך פאר אהיים, איך פאָר אַהיים, איך פאַר אָהיים, איך פאר אוועק, איך פאר אוועק אין גרויסן לאנגן וועג,
                                                      איך פאר אהיים, איך פאר אהיים, איך פאר אהיים, איך פאר אוועק, איבער ברייטן וואסער אָן אַן עק,
                                                        עס פאָרט די שיף ארויף אַראָפּ, עס נאָגט די האַרץ עס ברעכט די קאָפּ, עס ווארפט אהער עס ווארפט אהין, ווער ווייסט וואו אהין, ווער ווייסט וואו אהין,
                                                        ? ? ? ? ? ? ? ?, ? ? ? ? ? ? ? ? ? ? ? ? בארגן ? ? ?, ? ? זארגן ? ניו יאָרק.




                                                        ביזנעס ביזנעס ביזנעס ביזנעס, האַריִ-אַפּ האַריִ-אַפּ,
                                                          א געטומל שטענדיג א געפילדער, שטענדיג לויפט מען ווי עס וואלט געברענט,
                                                          איך קוק אויס אינגאנצן ווי א ווילדער, די שיך צו-עפנט ארויסגערוקט די העמד,
                                                            און דער היפּי ווארפט אן מרה שחורה, און די פּריצות מאכט אייך צושאַנד,
                                                            און די נאַציס וואַקסן גאָר אָן מורה, און די שחורים הייבן אויך א האנד,
                                                              אין ארץ ישראל וועט מען פארן, מען דערציילט אז דארט איז גוט געווארן,
                                                                איך פאר אהין ?????? ??????, מען וועט זיך מאַכן דאָרט אַן אָרט, אַ שטיקל ברויט מיט מילך קוואָרט, מען פארט מען פארט,
                                                                איך פאר אהיים, איך פאר אהיים, איך פאר אהיים, איך פאר אוועק, איך פאר אוועק אין גרויסן לאנגן וועג,
                                                                איך פאר אהיים, איך פאר אהיים, איך פאר אהיים, איך פאר אוועק, אנטקעגן קומען יודן אויפן וועג,
                                                                  איך גיב אויף זיי אַ מאָדנער בליק, זאג פאַרוואס פאָרט איר צוריק ענטפערט מען מיר טרויעריג נישטא קיין גליק נישטאָ קיין גליק,
                                                                  פראָבלעמען שווערע אָן אַ צאָל, און אַז מען ווערט קראַנק אַ מאָל שרעקט מען זיך אַריינצוגיין און אַ שפּיטאָל.




                                                                  גלות גלות גלות גלות, גלות גלות גלות גלות,
                                                                    אינמיטן וועג איך שטיי מיר איינגעבויגן, און איך ווייס נישט וואו אהין צוגיין,
                                                                    און מיט הייסע טרערן אין די אויגן, בעט איך ביי דעם אייבירשטן אליין,
                                                                      זעהסט דאך אז סאיז אומעטום א מורה, דער יוד ער האט קיין ארט נישט אויף דער וועלט,
                                                                      און די האסט באשעפער נישט קיין ברירה, נאר גיב אים אפ זיין לאנד און זיין געצעלט.

                                                                      לעצטנס געהערט פון א "אינטערדאקשן" ביי א חתונה וואס איז געבויעט אויף די ניגון.

                                                                      מזל טוב מזל טוב, מזל טוב מזל טוב,
                                                                        ב"ה אַקדמית מילין, מיט אַ מזל טוב אָנהייבן די הקדמה,
                                                                        פאַר חתן כלה דאָ אויף קעניגליכע שטולן, אַ מזל טוב אַ קשר של קיימא,
                                                                        מחותנים וואונטשן מיט געפילן, מזל טוב ס'איז די זמן גרמא,
                                                                        זיידעס באַבעס בשמך יגולין, אַ שמחה אַ שטיק נחת און נחמה,
                                                                          יה"ר עס זאל זיין דיין ווילן, בעט מען דא מיט האַרץ פיל מיט נחמה,
                                                                          די בקשות אַלע זאלסטו אונז ערפילן, און אויף די ברכות אַ הימלישע הסכמה,
                                                                            אַז דער קוואַל וואָס קוועלט זאָל קיינמאָל נישט אָפשטילן, שלא יבש המעין ולא יקצץ האילן,
                                                                              ברכות פעק, און פילע זעק, אַ סוף אַן עק, צו יעדן שרעק, ווען עס שטעלט אַוועק,
                                                                              די נייע פּאָר אַ היים, אַ הייליג היים, אַ לעכטיג היים, אַ יודיש היים, עס בויעט זיך דאָ לתפארת ולשם,
                                                                              עס שיינט אַן אור, ששון ויקר, אַ נייע דור, אַלטע מקור, מיטן חתן דער מלך משובח ומפואר,
                                                                                יעדער לויבט אים מיט התפלות, להלל ולקלס, אין תורה דעם התעלות, מיטן חן און פנים צהלת,
                                                                                און די טייער כלה איז, באַוואוסט מיט אירע מעלות, מיט די צניעות איבער אַלעס, אַזאַ פּאָר אַ לעכטיג שׁטראַל איז,
                                                                                אַ שׂמחה אַן התגלות, אין דעם גלות אין דעם דלות, ולשמחה מה זו עושה דאָ היינט קיין פראַגע איז.




                                                                                אין דעם גלות גלות, גלות גלות גלות גלות,
                                                                                  ווי אַ וואקעלדיגע שיף טוט אַרום וואַנדערן, אויף שטורעמישע כוואַליעס וואַסער ברויזן,
                                                                                  מיר וואַלגערן פון איין גלות צום אַנדערן, יאָרן לאַנג עס איז שוין בּאַלד צוויי טויזנט,
                                                                                    און עס גייט אַריבער אַ יאָר און נאָך אַ יאָרל, דעם גאָלדן קייט נאך ווייטער דאָ מ'ציעט,
                                                                                    נאָך אַ רינגעלע אין קייט דאָס נייע פּאָרל, נאָך א יודישע שטוב די שכינה דאָרטן רוהט,
                                                                                      אַזאַ שמחה אַ שטיק נצחיות אויף שטענעדיג, מיט הערצעלעך פרייליכע און ברענעדיג,
                                                                                        די שמחה ברענט, ס'איז דא דען, ווער עס קען, מיט טינט און פען, באַשרייבן היינט דא ווען,
                                                                                        די נייע פּאָר אַ היים, אַ הייליג היים, אַ לעכטיג היים, אַ יודיש היים, זיי בויען דאָ לתפארת ולשם,
                                                                                        אַז מ'ווייסט דעם יחוס, פון דעם שליחות, יודישע מלוכת, דאָ ווייטער צי איך עס, ישראל בני מלכים הם,
                                                                                          אַז מפלאַנצט נאָך נייע קערעלעך, אין דעם גלות אַזוי שווערעלעך, די לאַגע ווערט יאָר יערעלעך, שווערער און געפערעלעך,
                                                                                          בעט מען אום אויפהערעלעך, דורות לעכטיג ערליך, און היינט מיט שמחה'דיגע טרערעלעך אויס'פועל'ן מערעלעך.




                                                                                          פועל'ן פועל'ן פועל'ן פועל'ן, פועל'ן פועל'ן פועל'ן פועל'ן,
                                                                                            די גרויסע סודות פון די מצוה טענצעלע, אַזוי הייליג גרויס פון אונז אַזוי פאַרהוילן,
                                                                                            מ'האָט דאָך אין דעם קיין השגות גענצעלעך, אָבּער דאָס מקיים זיין מיר זענען דאָ באַפוילן,
                                                                                            דאָס בּרענגט אַראָפ השפעות פילע רענצעלעך, פון אַלעם וואולן קען מען היינט דאָ פועלן,
                                                                                              פריערדיגע צדיקים זכותם יגן, ווען צו די רקידה זיי פלעגן זיך מאכן גרייט,
                                                                                              בגילה וברעדה זיי פלעגן זאגן, לשם יחוד קודשא בריך הוא ושכינתיה ליחד....
                                                                                              אסאך אפאר מאל פראקטיציר איך מיין ניק..

                                                                                              מה ידידות
                                                                                              שר חמש מאות
                                                                                              תגובות: 549
                                                                                              זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 27, 2014 11:14 am

                                                                                              תגובהדורך מה ידידות » מיטוואך ינואר 24, 2018 6:35 pm

                                                                                              איך זיך וויכטיג די ווערטער פונעם ניגון 'בענקשאפט'.
                                                                                              עס אויף רננו צדיקים 2.
                                                                                              לְהִתְעַנֵּג בְּתַעֲנוּגִים בַּרְבּוּרִים וּשְׂלָו וְדָגִים....

                                                                                              אוועטאר
                                                                                              כאניש וואס צו טון
                                                                                              שר חמש מאות
                                                                                              תגובות: 609
                                                                                              זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
                                                                                              לאקאציע: ביים קאמפיוטער

                                                                                              תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מיטוואך ינואר 24, 2018 7:05 pm

                                                                                              אונזער רבי זאל געזונט זיין איז פון אונז אוועק געפארן וכו' פרטים יבואו...
                                                                                              אסאך אפאר מאל פראקטיציר איך מיין ניק..

                                                                                              ווייס פרעזידענט
                                                                                              שר העשר
                                                                                              תגובות: 42
                                                                                              זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 08, 2016 2:03 pm

                                                                                              קבלת התורה ניגון ווערטער

                                                                                              תגובהדורך ווייס פרעזידענט » פרייטאג מאי 18, 2018 12:40 pm

                                                                                              קען איינער צוברענגען ביטע די ווערטער פונעם ניגון פון קבלת התורה די מלאך מיט די פעלקער פון יוט ערליך

                                                                                              אוועטאר
                                                                                              בעל דמיון
                                                                                              שר חמש מאות
                                                                                              תגובות: 801
                                                                                              זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 9:34 pm
                                                                                              לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

                                                                                              אוצרות הניגונים של ר' יו"ט עהרליך

                                                                                              תגובהדורך בעל דמיון » דינסטאג יולי 24, 2018 8:11 pm

                                                                                              איז שוין ארויסגעקומען די דריטע חלק?
                                                                                              The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten


                                                                                              צוריק צו “היכל הנגינה”

                                                                                              ווער איז אונליין

                                                                                              באנוצערס וואס דרייען זיך דא: פעטער יעקל, שווערע שטופער און 17 געסט