מאסן שיסעריי אין פלארידא [בלויז נייעס]

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

גרויסע-גדולה
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

תגובהדורך גרויסע-גדולה » דינסטאג פאברואר 20, 2018 8:27 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
משהזוךמיר האט געשריבן:ר' איד, מיינסט טאקע גאנץ אמעריקע וואוינט אין ניו יארק סיטי?!

אין רורעל געגנטער (בערך האלב אמעריקע וואוינט דארט) איז א ביקס א טאג טעגליכע נויטווענדיגקייט!

אפילו און אפסטעיט ני יארק, כמעט יעדע הויז אייגענטומער האט א גאן!.

נו, האט ער עס. אבער וואס פונקטליך איז די באנוץ דערפון ?
mi a nagy ügy

אוועטאר
נו שוין
שר האלף
תגובות: 1122
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » דינסטאג פאברואר 20, 2018 11:35 am

די סטודענטן פארן היינט קיין וואשינגטאן און גייען זיך טרעפן מיט סענאטארן און קאנגרעסלייט.

די גרויסע האבן געפעילט צו דורכפירן עניטינג, קוקט אויס ווי די 16/17 יעריגע סטודענטן גייען מאכן טשענדזש.

אוועטאר
נו שוין
שר האלף
תגובות: 1122
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » דינסטאג פאברואר 20, 2018 6:31 pm

היינט איז פארגעקומען א וואוט אין די רעפובליקאנע קאנטראלירטע פלארידע סטעיט הויז צו מזאל אנהייבן א פארהער איבער אסאולט וואפן, און סאיז אנידער געפאלן 36 אקעגן 71.

אין אנדערע נייעס האט טראמפ היינט געסיינט א עקזעקיוטיוו ארדער צו פארבאטן "באמפ סטאק", א טול וואס מאכט א סעמי אוטומאטישע רייפל סזאל ווערן אינגאנצן אוטומאטיש, די סטייל גאן וואס די לאס וועגעס שיסער האט גענוצט.

Naftule
שר האלף
תגובות: 1236
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

תגובהדורך Naftule » דינסטאג פאברואר 20, 2018 7:54 pm

נו שוין האט געשריבן:די סטודענטן פארן היינט קיין וואשינגטאן און גייען זיך טרעפן מיט סענאטארן און קאנגרעסלייט.

די גרויסע האבן געפעילט צו דורכפירן עניטינג, קוקט אויס ווי די 16/17 יעריגע סטודענטן גייען מאכן טשענדזש.

געזען א בילד פון די סטודענטן אויפן באס יעדער מיט א שמייכל.
#צו שנעל ערהוילט

ווארטסבארא
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2018 1:29 pm

תגובהדורך ווארטסבארא » דינסטאג פאברואר 20, 2018 7:57 pm

Naftule האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:די סטודענטן פארן היינט קיין וואשינגטאן און גייען זיך טרעפן מיט סענאטארן און קאנגרעסלייט.

די גרויסע האבן געפעילט צו דורכפירן עניטינג, קוקט אויס ווי די 16/17 יעריגע סטודענטן גייען מאכן טשענדזש.

געזען א בילד פון די סטודענטן אויפן באס יעדער מיט א שמייכל.
#צו שנעל ערהוילט

געווען היינט ביי א ניחום אבלים און געזען די אבלים שמייכלען.

גאפל
שר חמש מאות
תגובות: 900
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 14, 2016 9:52 pm

תגובהדורך גאפל » מיטוואך פאברואר 21, 2018 8:29 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:
פנחס בן חיים האט געשריבן:זעענדיג די יעצטיגע צושטאנד פון די עף ביי איי ווי אזוי זיי האבן דאס פארשפילט, איז נאך דא איינער וואס האלט אז קאומי האט געדארפט בלייבען?!

די יעצטיגע סטאטוס פון די עף בי איי איז קאומי׳ס סטאטוס, דער נייער דירעקטער האט נאך ניטאמאל געהאט קיין צייט אריינצושטעלן ביידע פיס אינעם אפיס.

א דירעקטער וואס נעמט איבער א יאר אריינצושטעלן ביידע פיס אין אפיס האט נישט וואס צו זוכן דארט בכלל

מען האט געשאסן אין סען בערנענדינאו מיט א גאן אנשטאט צו אוועק נעמען די גאן גייט מען אפשפארן גרעניצן פון 9 לענדער
מען האט געשאסן אין פלארידא מיט א גאן אנשטאט צו אוועק נעמען די גאן וועט מען צו מאכן די גאנצע עף בי איי, די גאצע לאנד'ס יוסטיץ סיסטעם זאל גיין פייפן צוליב די טראגעדיגע אבער די הייליגע גאן וועט מען נישט צונעמען

;l;p- ;l;p-

יצחק ברוך
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 19, 2018 11:05 am

תגובהדורך יצחק ברוך » מיטוואך פאברואר 21, 2018 9:39 pm

ח''ו צו צומאכן די גאנצע עף בי איי מ'דארף זיי שטעלן אויפן פלאץ, א עף ביי איי דארף דא זיין צו קענען סטאפן אזעלכע מערדעריי, און נישט נאר צו פארשן דעם פרעזידענט און איינזעצן מינדערוויכטיגע סטינג אפעראציע פארברעכנס.
Wall clocks
הערליכע וואנט זייגערס פאר מתנות און דאס גלייכן

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6210
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מיטוואך פאברואר 21, 2018 10:22 pm

נו שוין האט געשריבן:היינט איז פארגעקומען א וואוט אין די רעפובליקאנע קאנטראלירטע פלארידע סטעיט הויז צו מזאל אנהייבן א פארהער איבער אסאולט וואפן, און סאיז אנידער געפאלן 36 אקעגן 71.

אין אנדערע נייעס האט טראמפ היינט געסיינט א עקזעקיוטיוו ארדער צו פארבאטן "באמפ סטאק", א טול וואס מאכט א סעמי אוטומאטישע רייפל סזאל ווערן אינגאנצן אוטומאטיש, די סטייל גאן וואס די לאס וועגעס שיסער האט גענוצט.



'רעפאבליקאנער קאנטראלירטע'.. זיי האבן טאקע 71 קעגן 36 זיצן? אדער זענען אויך דעווען דעמאקראטן וואס האבן געשטימט דערקעגן?

(וואס אויב אזוי איז שויניש משנה ווער ס'קאנטראלירט עס..)
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
נו שוין
שר האלף
תגובות: 1122
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » מיטוואך פאברואר 21, 2018 11:59 pm

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:היינט איז פארגעקומען א וואוט אין די רעפובליקאנע קאנטראלירטע פלארידע סטעיט הויז צו מזאל אנהייבן א פארהער איבער אסאולט וואפן, און סאיז אנידער געפאלן 36 אקעגן 71.

אין אנדערע נייעס האט טראמפ היינט געסיינט א עקזעקיוטיוו ארדער צו פארבאטן "באמפ סטאק", א טול וואס מאכט א סעמי אוטומאטישע רייפל סזאל ווערן אינגאנצן אוטומאטיש, די סטייל גאן וואס די לאס וועגעס שיסער האט גענוצט.



'רעפאבליקאנער קאנטראלירטע'.. זיי האבן טאקע 71 קעגן 36 זיצן? אדער זענען אויך דעווען דעמאקראטן וואס האבן געשטימט דערקעגן?

(וואס אויב אזוי איז שויניש משנה ווער ס'קאנטראלירט עס..)

פשוט ארויסגעברענגט די פעקטס אן די גראונד.

האסט אבער ארויסגעברענגט א נקודה וואס דארף ווערן באטאנט, די דעמאקראטן האבן אויך בלוט אויף זייער האנט, יארן לאנג האבן זיי געשטימט פאר לויזערע גאן געזעצן, אריינגערעכנט בערני וואס האט ביז נישט לאנג צוריק געהאט א גאר גוטע רעיטינג ביי די ען אר עי.

למעשה האבן זיך די דעמאקראטן אויפגעוועקט די לעצטערע יארן, און זיך אפגעריסן פון ען אר עי, גיב קרעדיט ווען דו, אבער דאך נישט גענוג צו דורכפירן לעגיסלאציעס, סוי מוז מען צוקומען צו קינדיר פון 16 יאר וואס זאלן אויפשאקלן די לאנד.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4999
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 12:54 am

יצחק ברוך האט געשריבן:ח''ו צו צומאכן די גאנצע עף בי איי מ'דארף זיי שטעלן אויפן פלאץ, א עף ביי איי דארף דא זיין צו קענען סטאפן אזעלכע מערדעריי, און נישט נאר צו פארשן דעם פרעזידענט און איינזעצן מינדערוויכטיגע סטינג אפעראציע פארברעכנס.

ביזט זייער שיין מסביר וואס די עף בי איי וואלט ווען געדארפט טון. במציאות טוען זיי אבער גענוי פארקערט.

זאל מען שטעלן מולער מיט זיינע צוואנציג גענגסטערס בלויז נאכצוגיין די 100 טעגליכע טיפס אויף פאטענציאלע מאסן מערדער, וואלט מען סאאאך שענער אויסגעזען.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4999
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 12:55 am

נו שוין האט געשריבן:פשוט ארויסגעברענגט די פעקטס אן די גראונד.
.

וועלכע קאליר די ווענט זענען געפארבט איז נישט טייל פון די פעקטס אן די גראונד? און וויפיל ביה''כ זענען דא אינ'ם בנין?
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
אויבער-חכם
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2011 1:02 pm
לאקאציע: בין תנור לכירים

תגובהדורך אויבער-חכם » דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 1:00 am

משהזוךמיר האט געשריבן:
יצחק ברוך האט געשריבן:ח''ו צו צומאכן די גאנצע עף בי איי מ'דארף זיי שטעלן אויפן פלאץ, א עף ביי איי דארף דא זיין צו קענען סטאפן אזעלכע מערדעריי, און נישט נאר צו פארשן דעם פרעזידענט און איינזעצן מינדערוויכטיגע סטינג אפעראציע פארברעכנס.

ביזט זייער שיין מסביר וואס די עף בי איי וואלט ווען געדארפט טון. במציאות טוען זיי אבער גענוי פארקערט.

זאל מען שטעלן מולער מיט זיינע צוואנציג גענגסטערס בלויז נאכצוגיין די 100 טעגליכע טיפס אויף פאטענציאלע מאסן מערדער, וואלט מען סאאאך שענער אויסגעזען.

איך פארשטיי מוללער עף בי איי מיט פלארידע שאאטינגס עף בי איי איז א שיינע גזירה שוה, אין טראמפ האט שוין מעורר געווען די מורא׳דיגע כאפ.

אבער סתם פאר די רעקארד, די ווייסט וויפיל מענטשען אין די עף בי איי זענען פארנומען מיט די ראשע אינוועסטיגעשן, אין וויפיל איינגעשטעלטע איז דא אין די עף בי איי?
מאך א שנעלע גוגל סורטש..
כ׳האב נישט געטראפן קיין חיזוק/מוסר ווארט דא צו שרייבן

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4999
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 1:18 am

וואס גענוי זאגסטו יעצט?
יצחק ברוך האו גע'טענה'ט אז מען קען נישט פארמאכן די עף בי איי ווייל מען דארף זיי האבן צו פארמיידן שיסערייען.האב איך ארויסגעברענגט אז די עף בי איי מיט אירע טריליאנען איינגעשטעלטע, קען נעבעך נישט הענדלען 100 טיפס א טאג. ווען עס קומט אבער צו צאפן דאס בלוט פון יעדעם וואס האט געהאט די מינדעסטע שייכות מיט טראמפ, זענען זיי פיין אהערגעשטעלט.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 11:58 am

נעכטען איז פארגעקימען א מאסן דעמעסטראציע פארענט פין די פלארידע גאװענער׳ס אפיס צי פראטעסטירן אז ער איגנארירט די שיסערײ װיקטעמס ס׳שטעלט זיך ארױס אז ער האט זיך בשעת די פראטעסט באטײליגט בײ די לױה׳ס פין אפאהר װיקטעמס

אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1153
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובהדורך משה11 » דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 5:15 pm

abeg האט געשריבן:נעכטען איז פארגעקימען א מאסן דעמעסטראציע פארענט פין די פלארידע גאװענער׳ס אפיס צי פראטעסטירן אז ער איגנארירט די שיסערײ װיקטעמס ס׳שטעלט זיך ארױס אז ער האט זיך בשעת די פראטעסט באטײליגט בײ די לױה׳ס פין אפאהר װיקטעמס

;l;p- ;l;p-
דא קענט איר טרעדן סטאקס אן קיין עקסטערע אפצאהלבאקומט א פרי סטאק בלויז פאר'ן אויפסיינען

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11172
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 5:38 pm

פאר די וואס זאגן אז שטעלן אין סקול גארדס וועט העלפן דא האט איר די לעצטע נייעס:

FLORIDA: NEW: Parkland School guard seen on camera hiding outside and doing nothing while shooting was ongoing inside. He was fired/resigned.

איך האלט גראדע אז מען דארף דאס אויף טוהן אבער גאן קאנטראל דארף אויך זיין ווייל מאסן שיסערייען קומען פאר נישט נאר אין סקולס נאר אין אנדערע פלעצער אויך...
און פאר די וואס זאגן אז ווען מער מענטשן וואלטן געהאט אייגענע געווער וואלט מען זיך געקענט שנעלער פארטיידיגן פון די מערדער ציטיר איך דא סקרענטאנער רב פון די ערשטע בלאט אין די אנדערע אשכול

מיללער האט געשריבן:צייטליך,
דער בליעל האט זיך דאך אליינס געשאסן סייווי, וואס וואלט אויפגעטאן אז אן אנדערער וואלט אים געשאסן, עס איז נאר א שאלה פון צייט, ועוד, דו האלטסט טאקע אז אינגע סטודענטן זאלן ערלויבט ווערן צו האבן גאנס רייט-ענד-לעפט, אין די היינטיגע אינפארמעישאן-עידזש ווי איעדער שמוטה-פנה מיט עקסעס צום אינטער-חטא אן זשעי-נעט, עס וועט זיין פיל מער שיסערס ווי צוריק-שיסערס בבחינת והי' למשיסה שויסיך........

סאבסיטוט
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

תגובהדורך סאבסיטוט » דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 6:00 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:פאר די וואס זאגן אז שטעלן אין סקול גארדס וועט העלפן דא האט איר די לעצטע נייעס:

FLORIDA: NEW: Parkland School guard seen on camera hiding outside and doing nothing while shooting was ongoing inside. He was fired/resigned.

וואס האט ער דען געקענט טוהן אז ער האט נישט קיין וואפן צוליב אבאמא'ס בען? ווי געברענגט דא
משהזוךמיר האט געשריבן:דער שוטה אבאמא האט פארבאטן סקול וועכטער צו טראגן געווער!

איך בין גענוג אלט צו געדענקען ווען מען האט איינגעפירט די גאונ'ישע רעגולעישאן.

עז אף נאו איז עס פארבאטן!

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3261
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 6:39 pm

ער איז געווען באוואפענט, דער פערד!

מ׳באצאלט אים טאקע פאר אזאנע סיטואציעס און ער פחדנט בשעת אנדערע פאלן ווי די פליגן. אנבעליוועבעל.

די עף בי איי,

די לאקאלע שעריף,

די גארד אויפן פלאץ;

אבער די ען אר עי איז שולדיג.

איך האב בריקן אייך צו פארקויפן.

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2151
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 6:44 pm

יואב בן צרויה האט געשריבן:ער איז געווען באוואפענט, דער פערד!

מ׳באצאלט אים טאקע פאר אזאנע סיטואציעס און ער פחדנט בשעת אנדערע פאלן ווי די פליגן. אנבעליוועבעל.

די עף בי איי,

די לאקאלע שעריף,

די גארד אויפן פלאץ;

אבער די ען אר עי איז שולדיג.

איך האב בריקן אייך צו פארקויפן.

סך הכל צייגט עס די באלאוני אז מען דארף די גאנס פאר סעלף דיפענס, אין פאקט די מאסען מערדער נוצן די גאנס מיט סוקסעס, און די 2נד עמענדמענד פיפעל פאקן איין ווי די בת היענה.

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3261
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 6:52 pm

אזוי גאר?! די אינסטאנצן קענען זיך נישט אן עצה געבן מיט איין בהמה טראץ די מיליאן שאנסן, אבער דו זעהסט דא א פלאפ פאר די סעקאנד אמענדמענט פיפעל?!?!

יא, די פאליס איז טאקע דורכגעפאלן, די עף בי איי איז טאקע א דורכפאל, און די גארדס זענען אויך דורפעלער, אבער געב זיי דיינע גאנס. smh


סתם צו באמערקן אז סטיוו סקאליס און פולע סענטארן (און גאנץ אמעריקע) לעבן נאר צוליב באוואפענטע וועכטער ביי די בעיסבאל פעלד. און אין טעקסעס האט דער קירכע שיסער אויך אפגעפיצט נאכן געשאסן ווערן דורך איינער מיט אן עי אר 15.

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3261
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 7:06 pm

אויסצוקלארן די נייעס: דער "וועכטער" איז נישט געווען בלויז א געדינגענע וועכטער מצד די סקול. ער איז וואס ווערט גערופן א "ריסורס אפיציר" וואס איז א געהעריגע פאליציאנט, ארבעט אונטערן שעריף אדער פאליציי דעפארטמענט, געשטעלט צו שטעלן וואך און ארדענונג ביי סקולס.

דאס מיינט פשוט אז די פאליציי האט דא געפעילט.

און דאס איז שוין נאכדעם וואס עס איז באקאנט געווארן אז די שעריפ'ס אפיס האט אין 5 יאר אפגעשטאט 39 באזוכן ביי אים אינדערהיים און אז זיי שטיף מאמע האט קלאר געזאגט פאר די פאליס אז ער פאכעט מיט ביקסן אויף מענטשן.

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2151
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 7:56 pm

אמת, יעדער איז שולדיג, חוץ די פאקט אז א יוגענטליכער צורידערטער פארשוין האט געהאט און גענוצט אן AR15, און אויסגעשאכטן 17 מענטשען אין א אויגען בליק.

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3261
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 8:12 pm

איך בין דער ערשטער צו באשולדיגן נאר דעם רוצח. דו ווילסט באשולדיגן דעם ביקס און דו וועסט אוועק-קוקן פון אלעם אבי צו עררייכן דאס דייניגע.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11603
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 9:27 pm

יואב בן צרויה האט געשריבן:איך בין דער ערשטער צו באשולדיגן נאר דעם רוצח. דו ווילסט באשולדיגן דעם ביקס און דו וועסט אוועק-קוקן פון אלעם אבי צו עררייכן דאס דייניגע.

לאמיר דיר פראבירן מסביר זיין פארוואס מ'בלעימט דווקא דאס.

יא, הכל מודים די אלע זאכן זענען אויך שולדיג, און מ'ברויך קעיר נעמען דערפון. אבער מ'הערט דאך נאך יעדע מאסן שיסעריי א פרישע (לעגעטימע) תירוץ.

פארקלענד שולע? עף בי איי/שולע סעקיורעטי

טעקסעס קירכע? די מיליטערס דאטאבעיס

לאס וועיגעס קאנצערט? די האטעל סעקיורעטי

ארלאנדאו נאכט קלאב? אייסיס

סענדי הוק שולע? מענטל קעיס

אלעס פיין און וואיל אבער דו ווייסט די צד השוה פון די אלע פעלער?

יאפ, דער AR-15.

איז וואספארא סעלושענס הערט מען?

טאטס ענד פרעיערס, באוואפענען טיטשערס, סטאפן די מוללער אויספארשונג, סטאפן די מאוויס/ווידיא געימס, סטאפן די מידיע'ס שיסער פובליסיטי, מער וועכטער. וכו'

גאן קאנטראל? צו פריה צו רעדן!....

די אלע סעלושענס איז בעסיקלי אונטערגעלייגט א שיסל אונטער א צולעכערטע אריינרעגנדע דאך. זעהסטיך ווי נאך יעדע מאסן שיסעריי ווערט געבוירן א פרישע תירוץ, אבער די פראבלעם וואס לויפט נאך אייניג איבעראל איז דער ביקס!

ווילסטו פון אלעם רעדן חוץ טאקע פון דעם?!

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6210
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 10:00 pm

חחח.. דער פראבלעם וואס לויפט נאך יעדע שיסעריי אייניג איז דער ביקס..

נאר וואס האסטו געוואלט? ער זאל שיסן מיט א בעזים?
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: פארצייטישער שטריימל און 32 געסט