הילף: מיין היים טעלעפאון ארבעט שוין נישט איבער א וואך

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » דינסטאג דעצמבער 06, 2011 11:53 pm

וואס איז דאס ב.ב.ב. וואס איז זייער נאמבער, אפשר וועט די עצה העלפן ביי מיר אויך.

פייוול הנקרא 5'איש
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 23, 2011 3:56 am

תגובהדורך פייוול הנקרא 5'איש » מיטוואך דעצמבער 07, 2011 12:02 am


אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מיטוואך דעצמבער 07, 2011 10:32 pm

זיי רעיטן ביזנעסער ווי גוט די קאסטומער סערוויס איז
kraitchmah עט גימעיל

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » דאנארשטאג דעצמבער 08, 2011 5:49 pm

און וויאזוי ווייסט ווערייזאן אז איך האב אריינגעגעבן דעם קאמפלעינט?

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » דאנארשטאג דעצמבער 08, 2011 6:02 pm

אויפריכטיג האט געשריבן:און וויאזוי ווייסט ווערייזאן אז איך האב אריינגעגעבן דעם קאמפלעינט?

Everything you submit will be forwarded to the business within two business days. The business will be asked to respond within 14 days, and if a response is not received, a second request will be made. You will be notified of the business’s response when we receive it (or notified that we received no response). Complaints are usually closed within 30 business days.
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » דינסטאג דעצמבער 13, 2011 9:46 am

איך מיין צו פרעגן אויב עס ווערט אריינגעגעבן פאר ווערייזאן אז איך האב אריינגעגעבן דעם קאמפלעין אז דאס זאל פאראורזאכן אז זיי זאלן קומען פארעכטן מיין טעלעפאון?

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » דינסטאג דעצמבער 13, 2011 9:51 am

וויאזוי ווייס איך וועלכע ווערייזאן עס איז מיין פראוויידער, עס איז פאראן א גרויסע ליסטע...

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » דינסטאג דעצמבער 13, 2011 10:21 am

אויפריכטיג האט געשריבן:וויאזוי ווייס איך וועלכע ווערייזאן עס איז מיין פראוויידער, עס איז פאראן א גרויסע ליסטע...

די זעלבע פראבלעם האב איך אויך.

ביי דע וועי די קעפל שפילט זיך יעצט אפ ביי מיר אויך, זיי האבן מיר צוריסן די ווייער פאריגע וואך איך בין זיי געגאנגען זאגן, האט ער געזאגט אז ער קומט צירוק ביז 5 מינוט, ביני לביני האב איך עם געמיסט און יעצט קען איך רעדן צום דופן.
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » דינסטאג דעצמבער 13, 2011 12:38 pm

איינער ווייסט אפשר ווער די בעה"ב פון טאלק-ספען - קאננעקט טעל איז?

(עס פלעגט זיין צוויי קאמפאניס, אבער זיי האבן געמערדזשט).
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2458
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » זונטאג ינואר 15, 2012 7:30 pm

מיט גרויס צופרידנהייט טוהן מיר מעלדן אז מ'זעמיר בחסדי השם לויז געווארן פון דעם ווערייזאן נאך וואס זיי האבן מיך געהאלטן געצווינגן פאר צוויי מאנאטן. כ'ביניש זיכער וועכע פעולה האט גורם געווען די פאזעטיווע אנטוויקלונג אבער לבי אומר לי אז דאס באריכט וואס מ'האמיר זיי באריכטעט פאר די סטעיט האט אסאך געהאלפן דערצו כאטש כ'האב ניש קיין קראנטע באווייזן דאס צו איבערצייגן.

די עגמ"נ וואס די פירמע האט מיר אנגעשאפט איז נישט נארמאל. מ'טאר זיך נישט אזויפיל בייזערן אפי'..

זיי האבן מיר גערעכנט די ערשטע חודש איבער צוויי מאות פארוואס? פארווען? נאכן טענה'ן א האלבע שעה זאגט מיר דער רעפ אז כ'האב גענוצט *67 דאס קאסט עקסטער אוואדי איז די ביל הויך בהמה!!!! *67 קאסט פופציג צענט פארדעם איז די ביל 200 אנשטאט 40???

ב"ה די חודש האמיר באקומען שוין די ביל פון טעלזעק עטליכע און דרייסיג דאלער און פערטיג. א מחי'.

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » זונטאג ינואר 29, 2012 4:10 pm

בלאט # 1
Sprint האט געשריבן:optimum cahrges $40 for keeping ur number
plus $$ for installing

צו האלטן די אלטע ווען מען גייט אריבער צו זיי,
אדער האלטן זייערע ווען מען גייט אוועק פון זיי ?
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מאנטאג מאי 14, 2012 5:21 pm

אויב איינער איז אינטערעסירט

איך האב ב"ה די וואך צוריקבאקומען טעלעפאן, נאכן זיך מוטשען אפאר חדשים,

ונזכה ונחי' ווילאנג דאס וועט אנהאלטן
kraitchmah עט גימעיל

ליהודים
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 10:45 pm

תגובהדורך ליהודים » זונטאג יוני 10, 2012 2:14 am

שוועמל האט געשריבן:קעיבל, אפטימום, טיים ווארנער, וכל שום וחניכא איז אלעס VOIP.
אבער די קוואליטי פון VOIP ווענדט זיך זייער שטארק אין די קאנעקשאן, דערפאר איז קעיבל מיט שנעלע ענטערפרייס ספידס רעקאמענדעד פאר VOIP.

א VOIP מיט DSL ארבעט טאקע נישט אזוי קלאר. דאס איז א מציאות.



עס איז ריכטיג און נישט ריכטיג.

קודם איז ריכטיג אז דער קוואליטעט ווענדט זיך אסאך אינעם קוואליטעט פונעם אינטערנעט. איך נוץ אין מיין געשעפט דעם טעלעבראד'ער פאון סיסטעם און ביים מופן האב איך אנגעפרעגט זייערע טעכנישנס זאלן מיר צולייגן אלע אפציעס להורות לי הלכה למעשה.

קודם כל האט DSL א מעלה איבער קעיבל אז דער bandwidth איז דיינער. ד.ה. אנדערש ווי קעיבל וועלכע גיבט א ברייטע אינטערנעט ספיד אבער דאס איז בשותפות מיט דיינע שכנים. אויב דעם שכן פאלט איין צו זעהן א שיינעם קליפ אויף יו-טוב אדער אללע וואטשן יעצט דעם פרעזידענטס סטעיט-אוו-דע-יוניאן, קען ער דיר אפעקטירן די קוואליטעט. גארנישט אזוי ראטזאם פאר א ביזנעס ווי מיינער, מיט צענדליגער טעלעפאנען.

DSL איז אויך נישט דאס בעסטע אין אללע געגענטער. עס ווענדט זיך ווי ווייט דו ביסט פונעם צענטראלן אפיס פון ווערייזאן אדער די דארטיגע פראוויידער. ווי ווייטער דיין אפיס איז, אלץ שוואכער פאלט דער ספיד, משא"כ קעיבל האלט זיך גאנץ שטארק (ווי באוואוסט אפילו אין די קאנטרי האט מיין IP טעלעפאן געארבעט א מחי' - איך האב מיך געשפירט אינדערהיים, עממ. איך מיין, אין אפיס!!)

צו מיין מזל איז Telebroad די לעצטע שטיק צייט אן אייגענע ISP (אינטערנעט סערוויס פראוויידער) סאו זיי האבן מיר אריינגעברענגט א נאקעטן-DSL (ד.מ. א DSL אנע טעלעפאן סערוויס דערויף) און עס געצויגן פון א גאר נאנטן צענטראללע אפיס אזוי אז איך האב דאפלטע ספיד ווי געווענליך.

אגב: לגבי דעם פריערדערמאנטן פראבלעם אז VOIP ארבעט נישט אין פאל פון א בלעק-אוט, האבן זיי מיר אנגעשטעלט קודם אז אללע אומגעענטפערטע רופן פאלן אריין אין די יוזערס מעילבאקסעס, אבער זייער סוויטש קען דערשמעקן אז דער טעלעפאן איז אפגעהאקט און ער מאכט דיר דעם עקסטענשן זאל אוטאמאטיש זיך אריבערציען צום סעלפאן פון דעם באנוצער. ווי גלייך דער עלקטעריציטעט קומט צוריק, שטעלט זיך די פארווערטס אפ.

הואיל והזכירו סיפר בשבחו: אז איך דערמאן שוין מיין סערוויס פראוויידער טעלעבראד, מוז איך אים דערמאנען לשבח: איך באנוץ מיך מיט זיי פאר די לעצטע 6 יאהר און איך קען זאגן אז זיי זענען מעגליך די בעסטע רעקאמענדאציע פאר אן ערנסטע ביזנעס. אוודאי קענען די נייערע-קלענערע אויך געבן ענליכע סערוויסעס, אבער כמעט קיינער פון די אנדערע קומען נישט צו צי זייער קאסטומער-סערוויס און טעכנישע מעגליכקייטן. ממש גארנישט איז ביי זיי אוממעגליך. א חבר מיינע האט פראבירט רינג-סענטראל (נישטיגע 5 דאללער ביליגער ווי ביי זיי), הגם ער האט זיך נישט באקלאגט אויף די קוואליטי, אבער נאך איינמאל דארפן ווארטן איבער א האלבע שטונדע צוצוקומען צו א רעפרעזענטעטיוו, האט ער באלד געסוויטשט צו זיי. אומגעפער איינס ביז צוויי מינוט צו כאפן א "לייוו" מענטש. צו אלעמען האבן זיי טעקנישנס וועלכע האבן געארבעט פריער ביי "ווערייזאן" סאו ווען אימער ער מאכט זיך א פראבלעם ווייסן זיי אויף וועלכע שטאנג ארויפצוקריכן אָן צוקומען צו ווערייזאנס טובות.

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4457
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דינסטאג יוני 12, 2012 10:17 pm

א מין פארשלעפט פאלק דאס;

כ'אב באשטעלט ביי זיי א געוויסע סערוויס זאגן זיי מיר אז זיי גייען טשעקן מיין קרעדיט און כ'גיי הערן פון זיי שפעטסטענס 10 ביזנעס טאג, אינצווישן האבן זיך זאכן געטוישט זאגט מיר מיין סעקרעטאר אז כ'זאל רופן ווערייזאן צי קענסלען די ארדער ווייל מ'ברויך'ס נישט, האב'ך געזאגט אז כ'ווארט זיי זאלן מיר רופן און דאן וועל'ך זיי זאגן אז כ'ברויך'ס למעשה נישט.

אבער כ'ווארט נאך איצט אז די 10'טע ביזנעס טאג זאל אנקומען.

איינער פארשטייט פשט אין די פארריקטע פירמע?
נאט אייך א גרינע...


ליהודים
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 10:45 pm

תגובהדורך ליהודים » מיטוואך יוני 13, 2012 4:00 am

פליגל,

דו דערמאנסט מיך פון יענעם גאסט אין שטעטל וועלכער האט זיך געבעטן ביי איינעם פון די תושבי המקום זאלן אים צייגן וואו אנצוקומען צו א בית כבוד... נו נו, האט ער אנגעטראפן א שטאלפערער.... נאכן מסביר זיין האלבע שעה די פאר גאַסן האט אים יענער מודיע געווען אז ער דארף שוין נישט ב"ה...

אגב: לכאורה איז דיין פייל געבליבן שטעקן אין ווערייזאן'ס "וועלקאם צענטער" [אזוי פאררופן זיי זייער קרעדיט דעפט. עס איז געווענליך פאר נייע קאסטומער'ס - באצירט א שיינעם טיטול צו זאגן פאר די "נייע קליענטן" זאלן רופן דעם "וועלקאם צענטער"]. אזא פנים טראגן זיי.

בונדל
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 9:29 pm

ווער קען העלפן פליס?

תגובהדורך בונדל » דינסטאג יולי 24, 2018 12:27 pm

מיין היים טעלפאן ארבעט שוין נישט באלד 2 חדשים..
Exchange שלעפט און אין קול ואין עונה...
עני העלפ.. ביטע קום אריין

אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

תגובהדורך אויפגעפרישט » דינסטאג יולי 24, 2018 1:10 pm

בונדל האט געשריבן:מיין היים טעלפאן ארבעט שוין נישט באלד 2 חדשים..
Exchange שלעפט און אין קול ואין עונה...
עני העלפ.. ביטע קום אריין

אז עס צוויי חדשים קענסטו זיי לאזן הענגען מאך א ליין ביי א צווייטן [פרעג א שאלה]
חוץ אויב עס איז דיינע ווייערס [אין דיין רשות] רוף א לעקטערישן
לשנה הבאה בירושלים
לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום

אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1362
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

תגובהדורך זינגער » דינסטאג יולי 24, 2018 2:55 pm

בונדל האט געשריבן:מיין היים טעלפאן ארבעט שוין נישט באלד 2 חדשים..
Exchange שלעפט און אין קול ואין עונה...
עני העלפ.. ביטע קום אריין

איך האב עס געהאט אפאר חדשים מיט xchange, ממש א גיהנום, ווערייזען האט א נייע וועג וויאזוי זיי געבן פאון סערוויס כ'מיין סאיז דורך LTE איך געדענק נישט פונקטליך די נאמען, זיי לייגען אריין א שווארצע קעסטל ביי דיר אונדערהיים, אויב די האסט נאכנישט דעיס זאלסטו עס פארלאנגען פון xchange, מיינע ווייערס זענען געוועהן צורייסן, xchange האט מיר געהאלטן אין איין זאגען אז זיי גייען עס קומען פיקסן און ווערייזען האט געלאכט פון מיר און געזאגט אז זיי קערן נישט מער אויף די ווייערס.
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

בונדל
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 9:29 pm

וואס ווען ווי?

תגובהדורך בונדל » דינסטאג יולי 24, 2018 5:01 pm

וועלכע ווייערס?
ווי איך פארשטיי איז עס די געגנט וואס האט אישוס..

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4457
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דינסטאג יולי 24, 2018 7:01 pm

זיי טוישן די סיסטעמען פון די אלטע קיפערנע ווייערס צו די נייע פייבעראקטיוו "פייאס" סיסטעם. זיי טוישן ארום צעביסלעך, און טאמער איינעמס ווייערס ווערן חרוב דאן פאררעכטן זיי עס מער נישט, און צווינגן אריין אלעמען אין דעם נייעם סיסטעם.

ביז א צייט ארום גייען עס אלע שוין האבן.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
פומפדותא
שר האלף
תגובות: 1109
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » דינסטאג יולי 24, 2018 8:15 pm

גא"מ
איך האב Fiber דארך Telzeq און זיי פירן מיך ארום מיט כל מיני תירוצים, סכה"כ איז, א די טעלעפאון ארבעט נישט.

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1790
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » דינסטאג יולי 24, 2018 9:13 pm

וואס מען ברויך וויסן איז אז פייאס קאסט די הויזן.. ווייל עס איז דיירעקט אונטער ווערייזאן..

באקומט 80 טויזענט Chase פוינטס דורך עפלייען, קליקט דא

אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1362
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

תגובהדורך זינגער » דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

ישוב הדעת האט געשריבן:וואס מען ברויך וויסן איז אז פייאס קאסט די הויזן.. ווייל עס איז דיירעקט אונטער ווערייזאן..

אלעס בלייבט די זעלבע, גארנישט טוישט זיך נישט, די זעלבע פרייזן, ס"ה ליגט א שווארצע באקס אין דיין הויז.
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1790
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » דינסטאג יולי 24, 2018 9:20 pm

זינגער האט געשריבן:
ישוב הדעת האט געשריבן:וואס מען ברויך וויסן איז אז פייאס קאסט די הויזן.. ווייל עס איז דיירעקט אונטער ווערייזאן..

אלעס בלייבט די זעלבע, גארנישט טוישט זיך נישט, די זעלבע פרייזן, ס"ה ליגט א שווארצע באקס אין דיין הויז.


ביסט זיכער?
אפאר יאר צוריק האט מען געדארפט גיין דיירעקט צו ווערייזאן..
עקסטשענדזש האט נישט געארבייט מיט פייאס. קאן זיין היינט איז אנדערש.

באקומט 80 טויזענט Chase פוינטס דורך עפלייען, קליקט דא

אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1362
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

תגובהדורך זינגער » דינסטאג יולי 24, 2018 10:08 pm

ישוב הדעת האט געשריבן:
זינגער האט געשריבן:
ישוב הדעת האט געשריבן:וואס מען ברויך וויסן איז אז פייאס קאסט די הויזן.. ווייל עס איז דיירעקט אונטער ווערייזאן..

אלעס בלייבט די זעלבע, גארנישט טוישט זיך נישט, די זעלבע פרייזן, ס"ה ליגט א שווארצע באקס אין דיין הויז.


ביסט זיכער?
אפאר יאר צוריק האט מען געדארפט גיין דיירעקט צו ווערייזאן..
עקסטשענדזש האט נישט געארבייט מיט פייאס. קאן זיין היינט איז אנדערש.

יא כ'בין זיכער.

עפעס געפעלט מיר נישט דא מיט xchange, ס'שטייען טויזענטע קאסטאומערס און וויינען ביי זיי טאג טעגליך אז די פאון ארבעט נישט און זיי שלעפן מיט תירוצים, שקרים, אלע באבע תירוצים דיר צו האלטן שטיל, ווען די תירוץ איז איין ווארט Fios, זיי ווייסן זייער גוט אז די ווייערס גייען מער נישט ווערן פאראכטן ווייל ווערייזען וויל אז איעדער זאל טוישן צו Fios און זיי האלטן אין איין זאגען זיי דארפן קומען מארגען, נעכטן, נעקסטע וואך צו פארעכטן, מיך האבען זיי געשלעפט גאנצע 7 חדשים אן קיין פאון, ביז איך האב אויסגעפונען די סוד, קודם האבען זיי מיר געזאגט אז נישט איעדער איז עפראווד פאר Fios אבער נאכן זיך עקשנ'ען האבען זיי מיר געגעבן אן עפאוינטמענט מיט ווערייזען פאר די נעקסטע טאג און ס'איז געווארן פאראכטן, מיינטס נישט אז די גאנצע 7 חדשים האב איך נישט געדארפט צאלען די בילס.

איך שמעק אז זיי מאכן ווייניגער געלט מיט Fios שלעפן זיי ארום.

מען דארף מאכן א ויצעקו (כאילו ס'גייט העלפן), זיי פירן די עולם ביים נאז מיט צענדליגע קאמפאניס אונטער זיי מיט אנדערע נעמען.

אז מען רעדט שוין, ווייסט איינער פון א קאמפאני וואס איז נישט אונטער זיי, כ'גיי אי"ה טוישן, פאר די חוצפה.
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט