מקומות הקדושים בארץ ישראל

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

וללמוד אני צריך
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

השמטות - בניאס

תגובהדורך וללמוד אני צריך » מיטוואך אפריל 11, 2018 9:55 am

בניאס [אל-עובד] - קדמונינו
א) רב אשי, מובא בספר ייחוס הצדיקים.
ב) שבואל בן גרשום, מובא בכת"י מוסקבה ועוד.

בניאס - הרב גבאי
א) רב אשי, מובא בכת"י מוסקבה.
ב) עידו הנביא [ואישתו], ), מובא בספר מסע דפלסטינא.
ג) רב פפא, מובא בכת"י מוסקבה.
ד) שבואל בן גרשום, מובא בכת"י מוסקבה ועוד.
ה) בני אביי, מובא בכת"י מוסקבה.
פארט איר קיין ארץ ישראל? פארגעסט נישט מיט צונעמען דעם ספר קברי רבותינו

וללמוד אני צריך
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

השמטות - טבריא

תגובהדורך וללמוד אני צריך » מיטוואך אפריל 11, 2018 9:56 am

טבריא - רב ענן והסנהדרין - הרב גבאי
א) רבי יצחק נפחא, ע"פ דברי רבי חיים ויטאל זצ"ל.
ב) רב ענן, מובא בספר מסע מירון.
פארט איר קיין ארץ ישראל? פארגעסט נישט מיט צונעמען דעם ספר קברי רבותינו

אוועטאר
פרישוואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

תגובהדורך פרישוואסער » מיטוואך אפריל 11, 2018 10:01 am

ישר כוח פאר די שווערע ארבייט וואס איר לייגט אראפ

עס איז גאר ניצבאר!

וללמוד אני צריך
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

השמטות - מנדא (מנדי)

תגובהדורך וללמוד אני צריך » מיטוואך אפריל 11, 2018 11:13 am

מנדא (מנדי) - הרב גבאי
א) רבי יששכר דכפר מנדא, מובא בספר יחוס הצדיקים.
ב) לוי בן יעקב, מובא בספר הישר, פרשת שופטים.
ג) רבי שמעון בן גמליאל [השני], מובא בכת"י מוסקבה ועוד.
פארט איר קיין ארץ ישראל? פארגעסט נישט מיט צונעמען דעם ספר קברי רבותינו

וללמוד אני צריך
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

תגובהדורך וללמוד אני צריך » מיטוואך אפריל 11, 2018 11:18 am

פרישוואסער האט געשריבן:ישר כוח פאר די שווערע ארבייט וואס איר לייגט אראפ

עס איז גאר ניצבאר!


my pleasure

פאר דעם זענען מיר דא.
נ.ב. עני שאלות בנוגע קברי צדיקים אין ארץ ישראל קענט איר אנפרעגן און מיר ווילן פרובירן צו ענטפערן.
פארט איר קיין ארץ ישראל? פארגעסט נישט מיט צונעמען דעם ספר קברי רבותינו

וללמוד אני צריך
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

השמטות - נבוריא

תגובהדורך וללמוד אני צריך » מיטוואך אפריל 11, 2018 11:22 am

נבוריא - קדמונינו
א) רבי אלעזר המודעי, , מובא בשם רבי משה באסולה ועוד.
ב) רבי יעקב איש כפר נבוריא, מובא באלה סימני כתבי הקברות לר' יעקב שליח רבינו יחיאל מפריז.

נבוריא [בין נבוריא לעין זיתים] - הרב גבאי
א) רבי יונתן בן בן הרכינס [בין נבוריא לעין זיתים], כך כתב רבינו חיים ויטאל זצ"ל.
ב) רבי אלעזר המודעי, מובא בשם רבי משה באסולה ועוד.
ג) רבי יצחק בר אלישיב [בין נבוריא לעין זיתים], כך כתב רבינו חיים ויטאל זצ"ל.
ד) רבי יעקב איש כפר נבוריא, מובא באלה סימני כתבי הקברות לר' יעקב שליח רבינו יחיאל מפריז.

מיט דעם מקום קדוש האבן מיר בעזרת ה' געענדיגט די סעריע פון קדמונינו V גבאי ליסטעס.
פארט איר קיין ארץ ישראל? פארגעסט נישט מיט צונעמען דעם ספר קברי רבותינו

אוועטאר
פרישוואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

תגובהדורך פרישוואסער » מיטוואך אפריל 11, 2018 11:57 am

וללמוד אני צריך האט געשריבן:
פרישוואסער האט געשריבן:ישר כוח פאר די שווערע ארבייט וואס איר לייגט אראפ

עס איז גאר ניצבאר!


my pleasure

פאר דעם זענען מיר דא.
נ.ב. עני שאלות בנוגע קברי צדיקים אין ארץ ישראל קענט איר אנפרעגן און מיר ווילן פרובירן צו ענטפערן.

אויב איך מעג איך בעטן צו שיקען די גאנצע באשרייבונג צו מיין אישי?

וללמוד אני צריך
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

תגובהדורך וללמוד אני צריך » מיטוואך אפריל 11, 2018 1:13 pm

פרישוואסער האט געשריבן:
וללמוד אני צריך האט געשריבן:
פרישוואסער האט געשריבן:ישר כוח פאר די שווערע ארבייט וואס איר לייגט אראפ

עס איז גאר ניצבאר!


my pleasure

פאר דעם זענען מיר דא.
נ.ב. עני שאלות בנוגע קברי צדיקים אין ארץ ישראל קענט איר אנפרעגן און מיר ווילן פרובירן צו ענטפערן.

אויב איך מעג איך בעטן צו שיקען די גאנצע באשרייבונג צו מיין אישי?


שיק מיר ביטע אן אישי מיט אייער אימעיל אדרעס און מיר וועלן עס אייך בל"נ אריינשיקן.
פארט איר קיין ארץ ישראל? פארגעסט נישט מיט צונעמען דעם ספר קברי רבותינו

וללמוד אני צריך
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

ברעם

תגובהדורך וללמוד אני צריך » מיטוואך אפריל 11, 2018 1:26 pm

עטליכע בילדער פון דעם קבר 'מר זוטרא'.

מערקט דעם גרויסן לאך אינדערמיט וואס דינט 'לסימנא מילתא' אז דארט געפונט זיך קבר מר זוטרא.
צוגעלייגטע
IMG_0105.jpg
IMG_0105.jpg (190.03 KiB) געזעהן 2702 מאל
IMG_0102.jpg
IMG_0102.jpg (187.81 KiB) געזעהן 2702 מאל
IMG_0101.jpg
IMG_0101.jpg (142.86 KiB) געזעהן 2702 מאל
פארט איר קיין ארץ ישראל? פארגעסט נישט מיט צונעמען דעם ספר קברי רבותינו

וללמוד אני צריך
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

תגובהדורך וללמוד אני צריך » פרייטאג אפריל 27, 2018 11:16 am

לחיים ולשלום האט געשריבן:אגב, הגה"ק רבי חיים וויטאל זצ"ל (היינט א' דראש חודש אייר איז גראדע זיין יארצייט) שרייבט:
בכפר בירייא מערה אחד, ואומרים העולם ששם קבור אבא שאול, ומורי ז"ל לא הודה בזה ואמר שהוא צדיק אחד, ולא הגיד לי שמו.

ווארשיינליך איז דאס נישט קיין מקורות'דיג מקום, אבער ס'איז נאך אלס אינטערעסאנט אהינצוגיין, ס'איז אן היסטארישע איבערל1עבעניש


רבי חיים ויטאל האט געהאט א תלמיד מיטן נאמען 'רבי יוסף בן טבול' ער שרייבט: אז ער האט דארט באזוכט און דאס איז דער קבר פון 'אבא שאול'. סאיז מסתבר אז ער האט נישט געזאגט פון זיך, נאר בשם זיין רבין דער אר"י הקדוש.
פארט איר קיין ארץ ישראל? פארגעסט נישט מיט צונעמען דעם ספר קברי רבותינו

אוועטאר
זענדל
שר חמש מאות
תגובות: 732
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

תגובהדורך זענדל » מאנטאג אפריל 30, 2018 7:15 am

מר זוטרא אין ברעם
קבר_מר_זוטרא_בברעם.jpg
קבר_מר_זוטרא_בברעם.jpg (262.39 KiB) געזעהן 2552 מאל

אוועטאר
זענדל
שר חמש מאות
תגובות: 732
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

תגובהדורך זענדל » מאנטאג אפריל 30, 2018 7:16 am

לעבן ברעם דורך אהלי צדיקים
תמונה 137.jpg
תמונה 137.jpg (412.51 KiB) געזעהן 2552 מאל

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4488
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג אפריל 30, 2018 9:32 am

חפשנו בספר של רי''מ גבאי ובאתרו, ולא מצאנו שום רמז כל שהוא ששם אביו אכן הי' ר' פנחס 'בן יאיר'. וצע''ג.
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2870
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מאנטאג אפריל 30, 2018 6:16 pm

א צריך עיון אויף א סיין ?

פ' לך לך
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

תגובהדורך פ' לך לך » מאנטאג אפריל 30, 2018 8:18 pm

וויאזוי הייסט הרב גבאי'ס ספר?

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4488
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג אפריל 30, 2018 10:16 pm

מקומות קדושים וקברי צדיקים בגליל (ב' חלקים).

Gevald Geshrigen האט געשריבן:א צריך עיון אויף א סיין ?


יא. שיין זעט מען אויס ווען מען בויעט ציונים ווען מען האט אליינס נישט די מינדעסטע מקור.
(רוב ציונים פון הרב גבאי באשטייט פון פארבן דעם פלאץ בלוי און לייגן א סיין. אזוי האט ער געקענט אנצייכענען פיל פיל מער קברים ווי קדמונינו אין א צענטל די צייט, וויבאלד יעדע ציון קאסט א שפיי קעגן די קאסטן פון קדמונינו סטייל ציונים.)
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

וללמוד אני צריך
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

תגובהדורך וללמוד אני צריך » מאנטאג יולי 30, 2018 11:51 am

שיינע ארטיקלן פון איינע פון די חוקרים וואס גייען נאך די מקום מנוחתם פון די קברי צדיקים אין צפון ארץ ישראל.

https://drive.google.com/open?id=11AYMR ... v7kmDhx9wm
פארט איר קיין ארץ ישראל? פארגעסט נישט מיט צונעמען דעם ספר קברי רבותינו

מוציא לאור
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 2:49 pm

תגובהדורך מוציא לאור » מאנטאג יולי 30, 2018 2:39 pm

וללמוד אני צריך האט געשריבן:שיינע ארטיקלן פון איינע פון די חוקרים וואס גייען נאך די מקום מנוחתם פון די קברי צדיקים אין צפון ארץ ישראל.

https://drive.google.com/open?id=11AYMR ... v7kmDhx9wm


אגב דער כותב המאמרים, איז היינט איינע פון די גרויסע חוקרים, וואס איז אנגענומען זיינע שיטות.

ער גייט נאך יעדע קבר מיט זייער שטארקע מקורות, אנדערש ווי אנדערע...
(און ער איז טאקע זייער אסאך חולק אויף די אנדערע...)
געבט א כתב יד - און באקומט א ספר

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2870
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מאנטאג יולי 30, 2018 7:57 pm

דאס איז 85 זייטלעך.

וללמוד אני צריך
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

תגובהדורך וללמוד אני צריך » מאנטאג יולי 30, 2018 8:11 pm

Gevald Geshrigen האט געשריבן:דאס איז 85 זייטלעך.


ס'איז טאקע 85 זייטן צוזאמען געשטעלט אין איין פייל, אבער עס איז אסאך באזונדערע ארטיקלן. מ'קען ארויספרינטן אן ארטיקלן אויף אמאל.
פארט איר קיין ארץ ישראל? פארגעסט נישט מיט צונעמען דעם ספר קברי רבותינו

קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

תגובהדורך קאטשקע אויפן וואסער » מאנטאג יולי 30, 2018 11:45 pm

וללמוד אני צריך האט געשריבן:עמוקה - הרב גבאי
א) רבי יונתן בן עוזיאל, מובא תוצאות ארץ ישראל ומסע דפלסטינא.
ב) מוקרט, מובא בספר גלילות ארץ ישראל (רבים אומרים שהתנא הזה לא היה ולא נברא).

בנוגע התנא מוקרט, איז געווען אין פאריגן 'הפעמון' א שיינער מאמר, נאר א שאד וואס מען ערלויבט נישט דא ארויפצולייגן מער פון א מאגערע 256Kb עטעטשמענט, קען איך עס נישט דא אהערברענגען.
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).

וללמוד אני צריך
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

תגובהדורך וללמוד אני צריך » דינסטאג יולי 31, 2018 12:10 am

קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:
וללמוד אני צריך האט געשריבן:עמוקה - הרב גבאי
א) רבי יונתן בן עוזיאל, מובא תוצאות ארץ ישראל ומסע דפלסטינא.
ב) מוקרט, מובא בספר גלילות ארץ ישראל (רבים אומרים שהתנא הזה לא היה ולא נברא).

בנוגע התנא מוקרט, איז געווען אין פאריגן 'הפעמון' א שיינער מאמר, נאר א שאד וואס מען ערלויבט נישט דא ארויפצולייגן מער פון א מאגערע 256Kb עטעטשמענט, קען איך עס נישט דא אהערברענגען.

יא, געזען דעם ארטיקל. זייער שיין און קלאר ארויס געברענגט דעם טעות און פון וואו דער טעות שטאמט.

עס איז געשריבן געווארן דורך דעם יעדן נפלא, ת"ח און מגיד מישרים הרב ישעי' אשר זעליג מיללער הי"ו.
פארט איר קיין ארץ ישראל? פארגעסט נישט מיט צונעמען דעם ספר קברי רבותינו

קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

תגובהדורך קאטשקע אויפן וואסער » דינסטאג יולי 31, 2018 12:59 am

אינעם ניי-ערשינענעם, הערליכן חיבור 'קברי רבותינו', ווערט התנא מוקרט אינגאנצן נישט דערמאנט (כאטש עס איז היינט דא א שטיין מיט א טעוועלע אין עמוקה וואס ווייזט אן וואו ער ליגט), נאכדעם וואס הרב המחבר שליט"א איז עס נאכגעגאנגען און געמאכט אייגענע ריסורטש אויף די מקורות, ביז ער האט גענצליך דוחה געווען דעם עקזיסטענץ פון אט דעם 'תנא'.
כה לחי!
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).

וללמוד אני צריך
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

תגובהדורך וללמוד אני צריך » מיטוואך מאי 01, 2019 1:54 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
וללמוד אני צריך האט געשריבן:די קברים אין גוש חלב, דארט ליגט שמעי' ואבטליון, יוחאי אבי רשב"י, ר' מאיר בעל אקדמות און נאך.


ספר סדר הדורות בשם ספר 'גלילות ארץ ישראל' שרייבט: "בגוש חלב קבורים אבטליון ושמעיה ורבי יצחק מגוש חלב ורבי מאיר בעל הנס".

דא שטייט נישט 'רבי מאיר בעל אקדמות', נאר רבי 'מאיר בעל הנס'. אפשר איז דאס רבי מאיר בעל אקדמות און ווערט אנגערופן רבי מאיר בעל הנס, וועגן די נס וואס האט פאסירט מיט אים ביים אריבערגיין דעם סמבטיון?

פון דעם בעל סדר הדורות, זעט נישט אויס אז ער האט געהאט אזא קלער:

נאכדעם וואס דער סדר הדורות ברענגט אראפ די אויבערמאנטע בשם ספר גלילות ארץ ישראל, שרייבט ער אויף די אויבערמאנטע צוויי פונעם ליסטע, רבי יצחק מגוש חלב און רבי מאיר בעל הנס,: "לא ידעתי אלו השנים מי הם".

באמת, די מקור פון וואו ספר גלילות ארץ ישראל האט עס גענומען, קומט פון ספר 'יחוס הצדיקים', דער בעל יחוס הצדיקים אליין שרייבט נאָך רוב מקורות פון קברי צדיקים פון צפון ארץ ישראל, פון ספר 'כפתור ופרח' און אין ספר כפתור ופרח שטייט נישט קיין ווארט פון רבי מאיר, אדער רבי מאיר בעל הנס.

אין ספר מסעות רבי יעקב שליח רבי יחיאל מפאריז (עמ 69) ווערט געברענגט אז דאס איז דער קבר פון רבינו מאיר קאצון ואשתו, לכאורה איז ער געווען איינע פון די ראשונים, ווייל ער ווערט אנגערופן מיטן טיטל "רבינו", [האלטן מיר שוין ביי די צווייטע רבי מאיר]. אנדערע שרייבן 'רבינו מאיר טצון' (ספר תוצאת ארץ ישראל פון א תלמיד פונעם רמב"ן), [דריטע רבי מאיר]. אין ספר מבשרת ציון ברעננגט אן השערה אז דאס איז רבי מאיר מקוצי [פערדע רבי מאיר] און עס איז פשוט נתחלף געווארן ברוב הימים צווישן טצון-קאצון-מקוצי.

אה, אין ספר עדן ציון שטייט שוין יא עפעס, אז דאס איז רבי מאיר ברבי יצחק ש"ץ מחבר האקדמות, [פינפטע רבי מאיר], אבער ער שרייבט אז ס'דא וואס זאגן אז דאס איז גאר 'רבי מאיר ב"ר יעקב' [זעקסטע רבי מאיר], וואס איז ארויף קיין ארץ ישראל צוזאמען מיט רבינו יחיאל מפאריז.

דער עיקר פראבלעם מיט די השערה אז דאס קבר רבי מאיר בעל האקדמות, נעמט זיך פון דעם וואס דער 'אליה רבה' ברענגט אין סי' תצ"ה סי' ה' וז"ל: אחר פסוק ראשון כו'. בט"ז הקשה בזה, ודעתו לומר אקדמות קודם שיתחיל לברכת התורה. וכבר תירץ הכל בתשו' שער אפרים סי' יו"ד ומקיים המנהג. גם נמצא נדפס בל"א ישן נושן מעשה באריכות דעל מה תקנו אקדמות וסיים שכיון [ש]המעשה היה במדבר לכן תקנו לומר אחר במדבר סיני זכר לנס.

זעט מען אז די באקאנטע מעשה פון רבי מאיר בעל האקדמות איז מקורו אין 'אליה רבה'. הגם דער אליה רבה שרייבט נישט פרטי המעשה אבער קינד און קייט ווייסט צו דערציילן אז רבי 'מאיר בעל האקדמות' איז אריבער אויף די אנדערע זייט סמבטיון. דער סמבטיון ווארפט שטיינער א גאנצע וואך, נאר נישט שבת אויפן וועג אהין האט ער געמעגט מחלל שבת זיין, עס איז געווען פיקוח נפש וואס איז דוחה שבת, אבער צוריק קומען האט ער נישט געקענט, אויב אזוי ווי אזוי קען ער ליגן אין גוש חלב?

____

בדרך אגב ווערט געברעגט אין ספרים, תוצאת ארץ ישראל כפתור ופרח און נאך, אז אין 'גוש חלב' ליגן באהאלטן אדרמלך ושראצר, וואס זענען געווען קינדער פון סנחריב מלך אשור, וואס האבן זיך מגייר געווען.
פארט איר קיין ארץ ישראל? פארגעסט נישט מיט צונעמען דעם ספר קברי רבותינו

אוועטאר
פרישוואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

ציון פין בית שמאי

תגובהדורך פרישוואסער » מאנטאג מאי 06, 2019 2:38 pm

ווייסט איינער די וועג (צופיס) צום ציון פין בית שמאי פין בערך די מערה פין ר' שמעון?

איך האב שוין פראבירט איינמאל אראפגיין די בארג... אבער איך גיי נאך איצט...


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט