פאליק האט געשריבן:הרב החסיד המפורסם ר' אלי' קאהן ע"ה פון נייטרא יישוב
געווען א געטרייע תלמיד פון ר' מיכאל בער זצ"ל און זיך אסאך איבערגעגעבן פאר די ישיבה מיט גיין אויפיקן די ברויט פון די בעקערייען
לו יאה למספדא !געווען א איד פון די שארית הפליטה א בחור'ל ביי די מלחמה, געווען א תלמוד פון נייטרא נאך פאר די מלחמה און שפעטער ביי ר' מיכאל בער ז"ל דא אין אמעריקע,
שוין ארום פערציג פופציג יאר [אדער מער] וואס ער האט געטראגען די עול פון די תלמוד תורה און די מיידל סקול פון נייטרא מאונט קיסקא - אויף זיינע פלייצעס - די אלע יארן ווען ער איז געווען טרוד על המחי' ועל הכלכלה - האט ער געהאט בלויז איין מיסיע אין לעבן אז די תלמוד תורה זאל שטיין - און ער פלעגט אנקלאפן על פתחי נדיבים טעגליך און וועכענטליך אלעס כדי די תלמוד תורה זאל זיין געקאווערט, דאס איז געווען זיין אחריות און זיין לעבן,
ווי אינטערסאנט איז אז ער האט כמעט קיינמאל נישט פארשפעטיגט די "וועכענטליכע" טשעקס פאר די מלמדים, א זאך וואס אפילו די רייכע מוסדות טוהען נישט,
געהאט דעם גראסערי אין נייטרא ישוב ווי זיין חשובע אשת חיל לאוי"ט פירט עס מיט גרויס געניטשאפט - ווי די גאנצע (!) פראפיט גייט פאר די תלמוד תורה,
און ווי דערמאנט פלעגט ער ברענגן ברויט פאר די ישיבה אפאר מאל א וואך פון "קארנ'ס בעקעריי" [גם הם יזכרו לטוב פארן אוועקגעבן ברויט אלע יארן בחנם], ווי ער האט זיך אויסגעדריקט אמאל "אז ער האנדעלט שוין מיטן פערטען דור פון קארנ'ס בעקעריי" !
במשך די לעצטע יארן ווען ער איז שוין נישט געווען בכח - און האט שוין אינגאנצען איבערגעגעבן זיין ביזנעס פאר זיינע קינדער - מיט דעם אלעם איז ער בשארית כוחותיו כסדר אריינגעפארן צו שאפן געלט פון נדיבים
וי אויך האט ער ארויסגעגעבן פון זיין אייגענע טאש שווערע טויזענטערס און די לעצטע צייטען ווען ער איז שוין נישט געווען בכח צו שאפן דאס געלט פון נדיבים-
ווי נעמט מען נאך אזא מסירות נפש פאר תורה
ווי זעהט מען נאך אזא איינעם וואס פלעיגט האראווען מתוך יסורים אויף א בלאט גמרא אינאיינעם מיטן זיין חברותא יבל"ח ר' בנימין זאב לאווי שליט"א
ווי קען מען טרעפן אזא איינעם וואס זיין גרעסטע שמחה איז געווען אז ער האט געקענט צושטעלן די געהאלט פאר די כלי קודש
חבל על דאבדין ולא משתכחין