נייעס און קרישקעלעך פון די קעטסקילס ראיאן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3623
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

נייעס און קרישקעלעך פון די קעטסקילס ראיאן

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 1:55 pm

איך מיין ס'שוין צייט צו עפענען א באזינדערע אשכול פאר נייעס און מעלדוגן אנבאלאנגט צו די קעטסקילס ווי אגאנץ יאר דרייען זיך דארט היימישע אידן, אפגערעדט פון די עקזעסטירענדע ישובים.
יעצט ווען טויזענטע אידן גרייטן זיך ארויסצופארן אויף סוכות און שמחת תורה איז דבר בעתו מה טוב

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3623
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 2:03 pm

חוץ די צענדליגע פריוואטע קאנטריס וואס זענען אפן און האבן מנינים, במשך די יו"ט, עקזיסטירן עטליכע מנינים צענטערן פאר שחרית - חוה"מ און אזוי אויך די וואך פרייטאג און זונטאג ערב יו"ט, כמובן אויף א קלענערע פארנעם ווי אין זומער.
1. וויזניץ-גיבערס
2. ניקלשבורג - וואדברן
3. קהל יראים וואדריזש
4. ראלי האטעל

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3623
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 2:31 am

איינער ווייסט ווען ס'וועט פארקומען די הכנסת ספר תורה אין וואדריזש?

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3623
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 8:50 am

.
צוגעלייגטע
Screenshot_2018-09-26-08-49-53.png
Screenshot_2018-09-26-08-49-53.png (385.65 KiB) געזעהן 9388 מאל

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 10:53 am

דריידל האט געשריבן:חוץ די צענדליגע פריוואטע קאנטריס וואס זענען אפן און האבן מנינים, במשך די יו"ט, עקזיסטירן עטליכע מנינים צענטערן פאר שחרית - חוה"מ און אזוי אויך די וואך פרייטאג און זונטאג ערב יו"ט, כמובן אויף א קלענערע פארנעם ווי אין זומער.
1. וויזניץ-גיבערס
2. ניקלשבורג - וואדברן
3. קהל יראים וואדריזש
4. ראלי האטעל

ישר כח פארן עפענען די אשכול.

און וואדריזש, א חוץ די חסידישע שוהל, איז דא א שטאטישע שוהל א גאנץ יאהר. א מאדערען, אבער מער היימיש געשטימט קהלה. זיי האבן א טראדיציע אז די שוהל האט נישט פארפאסט קיין מנין פאר 100 יאהר. א גאנצע מעשה מיט איין מאהל א' סליחות, וואס זיי זאגן ביינאכט, אחר חצות, ווי אזוי זיי האבן נאר געהאט צעהן, און עס איז געקומען א פיק אפ טראק מיט א מענטש מיט לעדערנע שטיוועל, וכו'.

און סאוט פאלסבורג איז דא די באקאנטע ישיבה א גאנץ יאהר מיט די Yagdil Kosher Grocery. ווי אויך איז דא נאך א מנין אין סאוט פאלסבורג כמעט א יעדע שבת. צו און Twin Oaks, Lake Forest, וכו'.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 11:15 am

תגובהדורך ס'רעגענט ס'גיסט » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 11:44 am

דריידל האט געשריבן:איינער ווייסט ווען ס'וועט פארקומען די הכנסת ספר תורה אין וואדריזש?

קום אריין אביסל קלארער, ווער מאכט עס? צו ווי גייט עס אריין גיין?

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3623
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 3:53 pm

ס'רעגענט ס'גיסט האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:איינער ווייסט ווען ס'וועט פארקומען די הכנסת ספר תורה אין וואדריזש?

קום אריין אביסל קלארער, ווער מאכט עס? צו ווי גייט עס אריין גיין?

געווען נעכטן נאכט. נתנדב ע"י הרב (ישראל אהרן?) גאלדענבערג און ס'איז ארויס פון שטוב פון הרב גרינהוט ראה"ק דקהל יראים
צוגעלייגטע
Screenshot_2018-09-26-15-52-51.png
Screenshot_2018-09-26-15-52-51.png (336.19 KiB) געזעהן 8984 מאל

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2204
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 3:55 pm

פשיהא, דער רב גייט שוין מיט בגדי צבעונים.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3623
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2018 6:07 pm

.
צוגעלייגטע
IMG-20180928-WA0024.jpg
IMG-20180928-WA0024.jpg (94.48 KiB) געזעהן 8692 מאל

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3633
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » זונטאג סעפטעמבער 30, 2018 1:09 am

פארברעכער האבן זיך איינגעבראכן אין זלאטשוב'ע קאנטרי אין מאנטיסעלאו פארגאנגענעם מיטוואך נאכט (ליל ב' חוה"מ) זיי האבן אויפגעבראכן אלע טירן פון די באנגעלויס איבערגעדרייט אלעס און געטראפן א גרויסע גארנישט. די סעיף אין ביהמ"ד האבן זיי אויך צושפלעטערט מיינענדיג וואסערע אוצר דארט איז דא.

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » זונטאג סעפטעמבער 30, 2018 1:33 am

צולייגער האט געשריבן:פשיהא, דער רב גייט שוין מיט בגדי צבעונים.


כלשונו "די ססגונא בעקיטשעס"...

דער מצב הבריאות פונעם רב זז"ג קוקט שוין אויס בעסער ב"ה.

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » זונטאג סעפטעמבער 30, 2018 1:37 am

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:פארברעכער האבן זיך איינגעבראכן אין זלאטשוב'ע קאנטרי אין מאנטיסעלאו פארגאנגענעם מיטוואך נאכט (ליל ב' חוה"מ) זיי האבן אויפגעבראכן אלע טירן פון די באנגעלויס איבערגעדרייט אלעס און געטראפן א גרויסע גארנישט. די סעיף אין ביהמ"ד האבן זיי אויך צושפלעטערט מיינענדיג וואסערע אוצר דארט איז דא.

קעמערעס. קעמערעס. קעמערעס.
עס איז היינט נישט אזוי טייער. עס לוינט זיך.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3633
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » זונטאג סעפטעמבער 30, 2018 3:04 am

Kosher Travel האט געשריבן:
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:פארברעכער האבן זיך איינגעבראכן אין זלאטשוב'ע קאנטרי אין מאנטיסעלאו פארגאנגענעם מיטוואך נאכט (ליל ב' חוה"מ) זיי האבן אויפגעבראכן אלע טירן פון די באנגעלויס איבערגעדרייט אלעס און געטראפן א גרויסע גארנישט. די סעיף אין ביהמ"ד האבן זיי אויך צושפלעטערט מיינענדיג וואסערע אוצר דארט איז דא.

קעמערעס. קעמערעס. קעמערעס.
עס איז היינט נישט אזוי טייער. עס לוינט זיך.

גערעכט איך האב געהאט די זעלבע פראגע. זאגט ער מיר אז די אייגענטומער האבן געבעטן א פרייז פון א קאמפאני נאך זומער. סיז נאר פשוט נישט געווען קיין צייט ארויסצוענדיגן די זאך אין די פאר טעג ביז יו"ט. און די ברעכערס קומען געווענטליך ווינטער ווען מאיז שויניש דארט. און מאיז דארט געווען אין די קאנטרי די ערשטע טעג

משהגראס
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 19, 2017 2:06 pm

תגובהדורך משהגראס » זונטאג סעפטעמבער 30, 2018 3:46 pm

אין מאנטיסעלא איז דא א שול מיט א מנין יעדע שבת אויף נעלשאר דרייוו, דאכט זיך מיך ס׳איז אפילי דא דארט צוויי שולן.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5673
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » פרייטאג אוקטובער 05, 2018 1:44 pm

א וואנדאליזעם און גניבה איז פארגעקומען אין קרית ויואל משה איחוד באנגעלאו קאלעני איי מאנטיסעלאו, ווי פאמאסקירטע פארברעכער האבן זיך אריינגעזעהן אונעם קאנטרי, אראפגעבראכן עטליכע סערוועיליענס קעמערא׳ס, וואנדעלעזירט פילע באנגעלאו׳ס און זוממער הייזער דורכן זיי באשפריצן מיט ספּרעי פעינט, און גע׳גנבט ווערטפולע חפצים.

די פאליציי האבן פארשפראכן צו עפענען א אינוועסטיגעשן צו דערגיין און כאפן די גנבים און וואנדאלן

דאס קומט בלויז א וואך נאכדעם וואס א שכינות׳דיגע קאנטרי זלאטשוב האט געליטן פון א איינברעכעריי, ווי שוין באריכטעט דא
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3633
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 11:13 am

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:פארברעכער האבן זיך איינגעבראכן אין זלאטשוב'ע קאנטרי אין מאנטיסעלאו פארגאנגענעם מיטוואך נאכט (ליל ב' חוה"מ) זיי האבן אויפגעבראכן אלע טירן פון די באנגעלויס איבערגעדרייט אלעס און געטראפן א גרויסע גארנישט. די סעיף אין ביהמ"ד האבן זיי אויך צושפלעטערט מיינענדיג וואסערע אוצר דארט איז דא.

א שווארצער יוגענטליכער איז פארגאנגענעם שבת בראשית ארעסטירט געווארן אין די קאנטרי נאכדעם וואס די אלארם האט זיך אנגעצינדן און די פאליציי האט אים נאך געכאפט זייענדיג אין א באנגעלוי, סיז נישט באקאנט צו סיז דער זעלבער וואס האט אנגעמאכט די חרבנות חוה"מ,

אגב די אלארם איז פערצופאל נישט געווען אנגעצינדן די איינע נאכט חוה"מ וואס מהאט איינגעבראכן די ערשטע מאל

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1117
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » דינסטאג נובעמבער 06, 2018 10:25 am

ק''ק וויזניץ קאימישע, האט אינדארסירט דעם רעפובליקאנער, אין פארמעסט פאר US סענאטאר.
געווענליך די ווילדע און אגרעסיווע נאטורן, טוען אויף אסאך אויף דער וועלט. אבער דו ווילדער, ערווארט נישט אז מען וועט דיר ליב האבן און פארצוקערן, אויב ביסטו ווילד וועט מען דיר אויסטרונקען דאס בלוט, נישט קיין חילוק וויפיל דו טוסט אויף.

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3623
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דינסטאג נובעמבער 06, 2018 10:32 am

ס'זענען פארהאן אסאך ארטיגע היימישע זומער איינוואינער וואס זענען דארט רעגיסטרירט. אין די סיטי איז ארויסגעווארפן די וואוט ווייל א רעפאבליקאנער האט נישט קיין שאנס אבער אין די קעטסקילס קען די וואוט אויסמאכן

יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3089
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » דינסטאג נובעמבער 06, 2018 10:41 am

ליין איבער.

US סענעטאר.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3623
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 3:02 pm

א באס מיט מיידלעך אויפ'ן וועג אהיים קיין גיבערס איז נעכטן נאכט שטעקן געבליבן אויף די 17, וואס האט זיך נישט גערירט פאר א לאנגע צייט.
הצלה פון בלומינגבורג זענען ארויסגעריפן געווארן און וואלענטירס זענען געקומען צו פארן מיט ווענס פון די אנדערע דירעקשאן. די מיידלעך זענען אראפ פון באס און אריבערגעקראסט די מידיען און זענען אהיימגעפארן מיט די ווענס דורך זייטיגע וועגן

מי כעמך ישראל

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5549
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » פרייטאג נובעמבער 23, 2018 10:42 am

Gilyon 3_Page_3.jpg
Gilyon 3_Page_3.jpg (328.81 KiB) געזעהן 6928 מאל

סקווערע שטיבל אין מאנטעסעלא?
דביה תחדי נפשא

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4959
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » פרייטאג נובעמבער 23, 2018 2:48 pm

חמרא טבא האט געשריבן:
Gilyon 3_Page_3.jpg

סקווערע שטיבל אין מאנטעסעלא?

מסתמא איז עס די בהמ"ד פון הרב גאלדשטיין שליט"א.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

ווערעצקי
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

תגובהדורך ווערעצקי » פרייטאג נובעמבער 23, 2018 3:39 pm

נא_שכל האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:
Gilyon 3_Page_3.jpg

סקווערע שטיבל אין מאנטעסעלא?

מסתמא איז עס די בהמ"ד פון הרב גאלדשטיין שליט"א.

ניין, עס איז א אנדערע ביהמ"ד, דוכט זיך 20 מינוט צו גיין.
איך בין נישט זיכער צו סקווירא האט בייגעשטייערט פארן אויפבוי פונעם ביהמ"ד, אבער עס רופט זיך אלס א סקווירא שטיבל, וויבאלד דארט וואוינען עטליכע סקווירא יונגעלייט, ווי אויך וואוינט דארט אן אייניקל פונעם רבי'ן.
כן ירבה וכן יפרוץ!

אלמוני
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

תגובהדורך אלמוני » מוצ"ש נובעמבער 24, 2018 6:23 pm

וועלכע אייניקל וואונט דארט?

אוועטאר
moishy56
שר ששת אלפים
תגובות: 6385
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » מוצ"ש נובעמבער 24, 2018 6:29 pm

ווערעצקי האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:סקווערע שטיבל אין מאנטעסעלא?

מסתמא איז עס די בהמ"ד פון הרב גאלדשטיין שליט"א.

ניין, עס איז א אנדערע ביהמ"ד, דוכט זיך 20 מינוט צו גיין.
איך בין נישט זיכער צו סקווירא האט בייגעשטייערט פארן אויפבוי פונעם ביהמ"ד, אבער עס רופט זיך אלס א סקווירא שטיבל, וויבאלד דארט וואוינען עטליכע סקווירא יונגעלייט, ווי אויך וואוינט דארט אן אייניקל פונעם רבי'ן.
כן ירבה וכן יפרוץ!

סקווערע שטיבל אין מאנטעסעלא

skver monticallo.JPG
skver monticallo.JPG (97.08 KiB) געזעהן 6643 מאל


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”