געזעץ איבער מוסדות התורה אין ניו יארק

יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3096
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » מיטוואך דעצמבער 12, 2018 10:48 am

קאטוילישע שולעס פלאנען א בויקאט אויף די נייע פארשריפטען פון די עדשוקעישן קאמישינער, דורך נישט אריין לאזן קיין אינספעקטארס אין זייערע סקולס.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
קאץ און מויז
שר האלף
תגובות: 1485
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

תגובהדורך קאץ און מויז » מיטוואך דעצמבער 12, 2018 12:40 pm

אסיפת הרבנים יעצט בבית כ"ק אדמו"ר מסאטמאר (מהרי"י) שליט"א
פאריפן דורך הרה"ח ר' משה דוד נידערמאן און די פערלס ארג.
בהשתתפות כ"ק אדמו"ר מפאפא, וויזשניץ וו"ב, וויען, גאב"ד צעהלים
צו דן זיין די נעקסטע סטעפס

אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1197
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובהדורך משה11 » מיטוואך דעצמבער 12, 2018 12:41 pm

יאצמעך האט געשריבן:קאטוילישע שולעס פלאנען א בויקאט אויף די נייע פארשריפטען פון די עדשוקעישן קאמישינער, דורך נישט אריין לאזן קיין אינספעקטארס אין זייערע סקולס.

https://www.timesunion.com/news/article ... 458470.php
דא קענט איר טרעדן סטאקס אן קיין עקסטערע אפצאהלבאקומט א פרי סטאק בלויז פאר'ן אויפסיינען
אויב האט איר א פראגע איבער טרעדינג פרעגט זייער גערן אין אישי

אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1197
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובהדורך משה11 » מיטוואך דעצמבער 12, 2018 12:42 pm

Report: Catholic School System Will Boycott New Private School Guidelines
By Hamodia StaffWednesday, December 12, 2018 at 9:32 am | ד' טבת תשע"ט
Leaders of New York’s more than 500 Catholic schools say that they will boycott a proposed new review system in which local public school officials are supposed to inspect the parochial schools and determine whether they offer a “substantially equivalent” education, reports Times Union.

“The parents who choose our schools can have great confidence in the academic rigor of our schools,” said James Cultrara, executive secretary of the state Council of Catholic School Superintendents. “We simply cannot accept a competing school having authority over whether our schools can operate.”

Cultrara was referring to recently enacted guidelines from New York state’s education department.

The guidelines affect every one of the state’s hundreds of yeshivos and private schools. “Our guidance recognizes that parents have a right to choose a nonpublic school for their child,” Education Commissioner MaryEllen Elia said in a statement at the release of the guidelines. “We want to ensure that all students receive the education they are entitled to under state education law no matter which school they attend. Every review should be carried out in a respectful, mindful and objective manner to give all students the opportunities they deserve to succeed in life.”

The final determination as to whether a school is in compliance, however, lays with the state education commissioner.

According to the regulations, schools that fail to prove that they provide an education that is substantially equivalent to that of public schools will be helped by the state to come into compliance. If efforts are not successful, Elia warned, they will lose all government funding for textbooks, food, busing and special education. Parents would be notified that their child faces truancy charges if they insist on continuing to send there, she said.

The Catholic superintendents outlined their concerns in a series of letters over the past year or so to Elia.

“Although we believe the Commissioner and Board of Regents have the discretionary authority and means to take on this responsibility, our Council will be working with legislators to seek an amendment to the law so as to vest this responsibility solely with the State Education Department,” a letter dated Dec. 5 states. … We invite you and your staff to collaborate with us on this legislative initiative.”

“The Council of Catholic School Superintendents is committed to maintaining high-quality Catholic schools and working with you on designing an objective review and determination process to support the education of children in our schools,” the letter concludes.
דא קענט איר טרעדן סטאקס אן קיין עקסטערע אפצאהלבאקומט א פרי סטאק בלויז פאר'ן אויפסיינען
אויב האט איר א פראגע איבער טרעדינג פרעגט זייער גערן אין אישי

ישראל_הלוי
שר האלף
תגובות: 1285
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

תגובהדורך ישראל_הלוי » מיטוואך דעצמבער 12, 2018 12:52 pm

.

אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 587
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

תגובהדורך Graphic24 » מיטוואך דעצמבער 12, 2018 12:54 pm

זיי להבדיל האבן אויך א פראבלעם דערמיט?? און ס׳שייך צו טאן ווי זיי סטראשענען?

ר' יום טוב
שר האלפיים
תגובות: 2127
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מיטוואך דעצמבער 12, 2018 1:14 pm

לכבוד די קאטוילישע שולע פירער כל אחד בשמו יבורך.

ביטע אנטשולדיגן, מיר האבן אייך בכלל נישט געמיינט מיט די נייע גיידליינס. אויב איז דא סיי וועלכע ווערטער דערין וואס עס זעהט אייך אויס אן אפהאלט צו די פרינציפן וואס איז טייער ביי אייך, קענען מיר דאס נאך פאררעכטן, און איבערארבעטן די געזעץ אז עס זאל צילן בלויז די וועלכע געבן נישט קיין גוטע ערציאונג פאר זייערע קינדער.

מיט שעצונג,
די נ.י. סטעיט עדיוקעישאן דעפט.

zwe
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 26, 2018 3:14 pm

תגובהדורך zwe » מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:03 pm

קאץ און מויז האט געשריבן:אסיפת הרבנים יעצט בבית כ"ק אדמו"ר מסאטמאר (מהרי"י) שליט"א
פאריפן דורך הרה"ח ר' משה דוד נידערמאן און די פערלס ארג.
בהשתתפות כ"ק אדמו"ר מפאפא, וויזשניץ וו"ב, וויען, גאב"ד צעהלים
צו דן זיין די נעקסטע סטעפס

וואס האט מען גרעדט וואס די פלאן ???????

אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1197
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובהדורך משה11 » מיטוואך דעצמבער 12, 2018 3:28 pm

קאץ און מויז האט געשריבן:אסיפת הרבנים יעצט בבית כ"ק אדמו"ר מסאטמאר (מהרי"י) שליט"א
פאריפן דורך הרה"ח ר' משה דוד נידערמאן און די פערלס ארג.
בהשתתפות כ"ק אדמו"ר מפאפא, וויזשניץ וו"ב, וויען, גאב"ד צעהלים
צו דן זיין די נעקסטע סטעפס

ווייסט איינער וואס איז געבליבן?
איז נישט געווען א אסיפה אפאר וואכן צוריק מיט די לויער
דא קענט איר טרעדן סטאקס אן קיין עקסטערע אפצאהלבאקומט א פרי סטאק בלויז פאר'ן אויפסיינען
אויב האט איר א פראגע איבער טרעדינג פרעגט זייער גערן אין אישי

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » מיטוואך דעצמבער 12, 2018 3:41 pm

Graphic24 האט געשריבן:זיי להבדיל האבן אויך א פראבלעם דערמיט?? און ס׳שייך צו טאן ווי זיי סטראשענען?

אוודאי איז שייך. אויב מהאלט זיך צוזאמען גייען זיי נישט זיך אנהייבען מיט צענדליגע טויזענטער עלטערען
לבי אומר לי אז ווען מיר זאלן ניצען די מהלך פון די קאטאליקען להבדיל אלף הבדלות וואלטן מיר נישט אנגעקומען צו די יעצטיגע מצב.

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 8:07 am

פארוואס האט קיינער נאכנישט ארויפגעלייגט די change.org פעטישאן?
איך בין שטאלץ צו זיין א אייוועלט איד!

Boeing is the last to admit Boeing made mistakes - this is why I no longer trust them.

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 8:13 am

ממה נפשך האט געשריבן:פארוואס האט קיינער נאכנישט ארויפגעלייגט די change.org פעטישאן?


דא האט איר ביטע גייט ארויס שטימען אין די מאסן
איך בין שטאלץ צו זיין א אייוועלט איד!

Boeing is the last to admit Boeing made mistakes - this is why I no longer trust them.

real estate
שר מאה
תגובות: 164
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2015 10:54 am

תגובהדורך real estate » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 9:22 am

גולם פון פראג האט געשריבן:
Graphic24 האט געשריבן:זיי להבדיל האבן אויך א פראבלעם דערמיט?? און ס׳שייך צו טאן ווי זיי סטראשענען?

אוודאי איז שייך. אויב מהאלט זיך צוזאמען גייען זיי נישט זיך אנהייבען מיט צענדליגע טויזענטער עלטערען
לבי אומר לי אז ווען מיר זאלן ניצען די מהלך פון די קאטאליקען להבדיל אלף הבדלות וואלטן מיר נישט אנגעקומען צו די יעצטיגע מצב.

לבי אומר לי ווען מען זאל ווען פאלגן דעם רבין זי"ע אין נישט נעמן אלע פראגראמן וואס עס איז נאר דא וואלטן מיר נישט אנגעקומען צו די מצב.

כידוע ווי ער האט זיך געבייזערט ווען איינע פון די הנהלה איז געווארן פארפלאנטעט
Everything boils down to money

אוועטאר
הענדימען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3154
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 9:29 am

real estate האט געשריבן:לבי אומר לי ווען מען זאל ווען פאלגן דעם רבין זי"ע אין נישט נעמן אלע פראגראמן

א?

real estate האט געשריבן:כידוע

ב?

real estate האט געשריבן:ווי ער האט זיך געבייזערט ווען איינע פון די הנהלה איז געווארן פארפלאנטעט

ג?
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2262
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 9:29 am

real estate האט געשריבן:לבי אומר לי ווען מען זאל ווען פאלגן דעם רבין זי"ע אין נישט נעמן אלע פראגראמן וואס עס איז נאר דא וואלטן מיר נישט אנגעקומען צו די מצב, כידוע ווי ער האט זיך געבייזערט ווען איינע פון די הנהלה איז געווארן פארפלאנטעט


כידוע אז די רבי זי"ע האט יעדן טאג געגעסן פיטער ברויט...

מה זה המשוגעת הזה אז וואס איינעם פאלט ביי אין די פוס שרייבט ער מיט די הענט, און פארוואס אזוי סאך שטותים אויך די צדיק הדור, זאכען וואס מען טוט נישט מיט אנדערע צדיקים?!
.

בסד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:03 pm

תגובהדורך בסד » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 9:45 am

real estate האט געשריבן:לבי אומר לי ווען מען זאל ווען פאלגן דעם רבין זי"ע אין נישט נעמן אלע פראגראמן וואס עס איז נאר דא וואלטן מיר נישט אנגעקומען צו די מצב, כידוע ווי ער האט זיך געבייזערט ווען איינע פון די הנהלה איז געווארן פארפלאנטעט


ליבי אומר לי מען קען נישט אנקומען צום שפיץ, אן א לייטער.
די אשכול פארט אויפן ריכטיגן וועג...
לעצט פאראכטן דורך בסד אום דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 9:48 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
הענדימען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3154
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 9:46 am

קאנסילמאן האט געשריבן:מה זה המשוגעת הזה אז וואס איינעם פאלט ביי אין די פוס שרייבט ער מיט די הענט, און פארוואס אזוי סאך שטותים אויך די צדיק הדור, זאכען וואס מען טוט נישט מיט אנדערע צדיקים?!
.

ווי באקאנט (?)[!] פלעגט דער רבי אסאך אוועקמאכן געוויסע מעשיות וואס מ'פארציילט האבן זיך די מעשיות פאבריצירער נוקם געווען אין אים און פאבריצירן די מערסטע מעשיות טאקע אויף אים

ווי פארשטענדליך. נאר א ווערטל


סיריעסלי ספיקינג. דער רבי האט אסאך זאכן געזאגט און געטון פריוואט וואס איז נישט קיין הוראה לדורות

אזוי אויך האט דער רבי געקענט טוישן זיין (פאבליק) מיינונג (מיינעך צו זאגן אז, קען זיין ער האט לכתחילה אזוי געפלאנט אבער געזאגט האט ער נישט) ווי באקאנט בנוגע עפענען אן אייגענעם כולל


תנו רבנן: אין למדין הלכה לא מפי למוד ולא מפי מעשה עד שיאמרו לו הלכה למעשה
בבא בתרא ק"ל ע"ב

מ'קען נישט אפמאכן וואס דער רבי האט געהאלטן אויב האט ער נישט געשריבן אזוי להלכה. אפילו ער האט געהייסן טוהן אזוי און אפילו ער האט זיך געבייזערט
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24008
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 9:54 am

קאנסילמאן האט געשריבן:כידוע אז די רבי זי"ע האט יעדן טאג געגעסן פיטער ברויט...
.

גראדע נישט.

*****

אלענפאלס עפעס א מאדנע טענדענציע דאהי צו נעמען יעדע שנירל און שנים אוחזין בטלית און מ'טענה'ט זיך אזוי לאנג ביז די באזעסענע ניקס קוקן שוין נישט אריין אינעם שנירל.

מ'רעדט פון וויכטיגע דרינגענדע אידישקייט נושאים לאזט ארויס ביטע אייער פערזענליכער איך וכו' ועוד.

ויה"ר שיתקדש שם שמים.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

בסד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:03 pm

תגובהדורך בסד » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 10:31 am

farshlufen האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:כידוע אז די רבי זי"ע האט יעדן טאג געגעסן פיטער ברויט...
.

גראדע נישט.

*****

אלענפאלס עפעס א מאדנע טענדענציע דאהי צו נעמען יעדע שנירל און שנים אוחזין בטלית און מ'טענה'ט זיך אזוי לאנג ביז די באזעסענע ניקס קוקן שוין נישט אריין אינעם שנירל.

מ'רעדט פון וויכטיגע דרינגענדע אידישקייט נושאים לאזט ארויס ביטע אייער פערזענליכער איך וכו' ועוד.

ויה"ר שיתקדש שם שמים.


מנהלים אלערט!
איינער רעדט דא צום זאך.

פארשלאפן, דו הערסט אויף.

אריין אין פארברענגען.

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 11:05 am

real estate האט געשריבן:
גולם פון פראג האט געשריבן:
Graphic24 האט געשריבן:זיי להבדיל האבן אויך א פראבלעם דערמיט?? און ס׳שייך צו טאן ווי זיי סטראשענען?

אוודאי איז שייך. אויב מהאלט זיך צוזאמען גייען זיי נישט זיך אנהייבען מיט צענדליגע טויזענטער עלטערען
לבי אומר לי אז ווען מיר זאלן ניצען די מהלך פון די קאטאליקען להבדיל אלף הבדלות וואלטן מיר נישט אנגעקומען צו די יעצטיגע מצב.

לבי אומר לי ווען מען זאל ווען פאלגן דעם רבין זי"ע אין נישט נעמן אלע פראגראמן וואס עס איז נאר דא וואלטן מיר נישט אנגעקומען צו די מצב.

כידוע ווי ער האט זיך געבייזערט ווען איינע פון די הנהלה איז געווארן פארפלאנטעט
Everything boils down to money


וועלכע רבי זי"ע? שרייב ביטע ארויס פון וועלכע רבי די רעדטס, ווי ווייט איך ווייס די בעל התניא האט זיך קיינמאל נישט געבייזערט

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 2:40 pm

בעזרת השם יתברך ויתעלה וועלען מיר אנהייבען ארויפצושטעלען די גזירת שמד, וירא הקהל וישפוט. (מיר האבען ארויפגעלייגט די ארגינאלע דעקרעט אין א באזונדערע אשכול אבער משום איזה סיבה האט מען עס אפגעשפארט וועלען מיר שרייבען דא בתוך הדברים).
מיר האבען זיך אראפגעזעצט מיט א חשוב׳ע ידיד א גרויסע בקי בשפת המדינה און צוזאמען האמיר אנגעהויבן איבערזעצען די תוכן הגזירה. דאס פאלגענדע איז ווי מ׳זאגט, די ״נשמה״ פון די גזירה, וואס וויל טוישען אונזערע גאנצע אופן החינוך, אראפלייגענדיג פונקטליך וואס מ׳ברויך אלץ לערנען מיט די קינדער כדי מזאל זוכה זיין ס׳זאל ווערען גערעכענט אלץ סאבסטענטשעל עקווילענסיע. מיר האבען דעריבער איבערגעזעצט די תוכן הדברים ואס געפינט זיך אויף בלאט פינעף פון דעם דעקרעט.
    די קאריקולום ברויך געבן אקעדעמישע אנווייזונגען וואס העלפן ענטוויקלען critical thinking סקילס אין די סטודענטן, נעמענדיג אין באטראכט די גאנצע קאריקולום איבער די משך הזמן פון די עלעמענטערי און מידעל סקול.
    אנווייזונגען אין ענגליש ערמעגליכען סטודענטן צו ליינען פיקציע און נישט-פיקציע טעקסט פאר אינפארמאציע און צו קענען נוצען די אינפארמאציע צו אפרעכטען א געשריבענע עסיי וואס קענען ארויסברענגען א געוויסע פונקט אדער שטיצן א ארגומענט.
    אנווייזונגען אין מאטעמאטיקס וואס העלפען די סטודענטן לעזן מאטעמאטישע פראבלעמען אין די עכטע וועלט, נוצענדיג א חוש פון נומערן און מאטעמאטישע פונקציעס און אפעראציעס.
    אנווייזונגען אין היסטאריע וואס וועלן ערמעגליכן סטודענטן צו ערקלערען און אנאליזירען טעקסטס פון ערשטן מקור, צו קענען אידענטיפיצירן און פארשטיין וויכטיגע געשעהענישן אין היסטאריע, און קענען אפרעכטען געשריבענע ארגומענטן, נוצנדיג די אינפארמאציע פון ערשטע מקורות מאטעריאל, און צו קענען באווייזן א פארשטאנד אין די ראלע פון געאגראפיע און עקאנאמיע אין די אויפפירונגען פון די וועלטס ציוויליזאציעס.
    סטודענטן קריגן א פארשטאנד פון civics און די אחריות פון בירגער וואס לעבען אין א גרעסערע געמיינדע.
    אנווייזונגען אין סייענס וואס וועלן אויסלערנען סטודענטן ווי אזוי צו קענען צאמנעמען, אנאליזירן און ערקלערן די באדייט פון זעהבארע דאטא, און מאכן אינפארמירטע החלטות און לעזן פראבלעמען מאטעמאטיש, נוצן deductive און inductive מעטאדן כדי צו קענען שטיצן א היפאטעזע, און צי קענען פינאנדערשיידן צווישען correlational און causational relationships.

מיר וועלען שפעטער שרייבען הערות כפי מיסת הפנאי.

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 2:56 pm

ס׳איז דא איין זאך וואס מיר זענען נישט אזוי קלאר דערינען, אפשר קאן איינער דא ארויסהעלפען.
דהיינו, די עסקנים האבען איבערגעגעבן אז די דעקרעט פארלאנגט מ׳זאל לערנען זעקס שעה (לויט טייל זיבען שעה א טאג) לימודי חול.
למעשה אין די געזעץ האבן מיר נישט געפינען אזא זאך, ס׳שטייט נאר אז די קינדער ברויכען זיין אין שולע כך וכך שעות, אבער ס׳שטייט נישט ווי פיעל שעות מען ברויך לערנען סעקולארא לימודים.
אויב איינער קען ארויסהעלפען מיט די נקודה און אויסקלארען די ענין וועלען מיר שטארק דאנקבאר זיין.

Gibbs
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 9:33 am

תגובהדורך Gibbs » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 2:59 pm

I attach here the part of the review tool local school authorities will use to determine if the education in the private school is substantially equivalent, in this section you can see what the problem is
צוגעלייגטע
Program Requirements.pdf
(36.44 KiB) דאונלאודעד 67 מאל

Gibbs
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 9:33 am

תגובהדורך Gibbs » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 3:01 pm

If you calculate the amount of time for grades 5-8 i think its more like 7 hours a day

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 3:05 pm

יישר כח הרב גיבס


צוריק צו “אקטועלע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט