שומרים קארטליך

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » מאנטאג פאברואר 18, 2019 9:54 pm

די וואך געווען ביי א חתונה, אינגלעך האבן נישט אויפגעהערט צו צוקומען מיט די נייע סקרעטש קארטלעך פון השומרים, צענדליגער אינגלעך בלי גוזמא, איך האב פאר יעדן שיין געענטפערט מיט דרך ארץ אז איך געב זיי נישט קיין רויטן צענט ווייל איך האלט נישט פון די צוועק.

דיסקלעימער: איך האב נישט קיין סמארטפאון.
כל הנגעים אדם רואה חוץ מנגעי עצמו (נגעים פ"ב מ"ה)
כל הנגעים אדם רואה חוץ - יעדע פעלער/עולה וואס א מענטש זעהט ביי א צווייטן, מנגעי עצמו - איז א סימן אז ער אליינס האט אויך פון דעם פעלער, אביסל אדער אסאך (בעשה"ק זי"ע)

שם התלמוד
שר מאה
תגובות: 130
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 29, 2012 3:52 pm

תגובהדורך שם התלמוד » דינסטאג פאברואר 19, 2019 12:19 am

צו די מערכה מיט סמארטפאון האט שוואכער געמאכט אינטערנעט בכלליות ווייס איך נישט. אבער עס האט זיכער שוואכער געמכט די געדאנק פון רעדן אויף א טעלעפאון אין בית המדרש בשעת התפלה
די עיקר איז אז מען האט נישט א סמארט פאון איי עס שטערט דאווענען עס איז נאר אסור סמארטפאן עס איז בכלל נישט א פראבלעם יענעם שטערן ביי שמו״ע

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 813
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » דינסטאג פאברואר 19, 2019 9:34 am

דניאל אויערבאך האט געשריבן:דער כח פון PR איז אזוי גרויס אז מענטשן ווייסען שוין נישט קיין חילוק צווישען א איסור דאורייתה און א איסור פון א געוויסע קהילה און מאנכע מיינען שוין אז חוטא ומחטיא אויף וואס עס שטייט גהינום כלה וכו' גייט שוין ארויף אויף דער וואס נוצט ר"ל וואצעפפ ברבים, נישט צום גלייבן ווי מענטשען מאכן א קוגל פון גדרים וסייגים פון א קהלה צו איסורים דאורייתה.

ס'נישט די ערשטע מאל וואס די זאגסט עפעס דא און די ענפערסט נישט ווען מען פרעגט דיר איבער
איז די לייגסט אראפ כאילו די גדרים איז א פריוואטע קהילה זאך
מען רעד אז ס'גרעניצט זיך יא מיט איסורי דאורייתה האט מען געמאכט גדרים און איינע פון די גדרים איז מען זאל עס נישט ארויס נעמען און פאבליק
איז איינער וואס פאלגט נישט די גדרים וואס די חכמי הדור האבן געמאכט איז א .... (שרייב אריין וועלעכע לשון די ווילסט אביסל שארף זייער שארף)

שפיגליצקי האט געשריבן:די וואך געווען ביי א חתונה, אינגלעך האבן נישט אויפגעהערט צו צוקומען מיט די נייע סקרעטש קארטלעך פון השומרים, צענדליגער אינגלעך בלי גוזמא, איך האב פאר יעדן שיין געענטפערט מיט דרך ארץ אז איך געב זיי נישט קיין רויטן צענט ווייל איך האלט נישט פון די צוועק.

דיסקלעימער: איך האב נישט קיין סמארטפאון.

אויף דעם איז געזאגט געווארן אדער ווייסט מען נישט וואס די פראבעלם דערפון אדער דארף מען מער קארטלעך
viewtopic.php?p=1869474#p1869474

דא פאקט האט געוויזן דאס האט נאך די מערסטע אויף געטון
(איך גיי נישט זאגן ביי קיין טאטעס וועגען ס'גייט ארויס נעמען עטליכע ניק'ס פון די כלים אבער איך האלט ס'האט זייער אסאך אויף געטון ביי טאטעס אויך)
אבער ביי קינדער וויפול קינדער רירן נישט היינט ציטאגס צי צי א סמך מם פאון אדאנק די קארטלעך דאס העסטו מיזן מודה זיין

שם התלמוד האט געשריבן:צו די מערכה מיט סמארטפאון האט שוואכער געמאכט אינטערנעט בכלליות ווייס איך נישט. אבער עס האט זיכער שוואכער געמכט די געדאנק פון רעדן אויף א טעלעפאון אין בית המדרש בשעת התפלה
די עיקר איז אז מען האט נישט א סמארט פאון איי עס שטערט דאווענען עס איז נאר אסור סמארטפאן עס איז בכלל נישט א פראבלעם יענעם שטערן ביי שמו״ע

דאס עגרי איך מיט דיר אבער יעדע זאך און די וועלט ארבעט אזוי די גרעסערע פראבלעם מאכט אוועק די קלענערע פראבלעם
מיין ביעסיק פאון איז אינגאצען ציגעמאכט ווען איך דאווען (אגב ס'איז א פשוטע הלכה נישט קיין חומרה)

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1864
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » דינסטאג פאברואר 19, 2019 11:35 am

אומאפיציעל האט געשריבן:קענדי, דו ביזט זייער גוט, און דיין אישי בריוו איז נאך בעסער, איך לאז מיינע קינדער טיילן קארטלעך פאר טאטעס כאטשיג איך שטופ זיי נישט דערצו, און ב"ה אז מיינע קינדער זענען נישט קיין מחוצפים.

איינער וואס האט נישט קיין פראבלעם אז מיין קינד זאל זעהן אז ער האט א גרויסע שיינע גלאנציגע אינטערעסאנטע ציהענדע סמארטפאון, קומט זיך אים אפאר בהמה קארטלעך, איך האב נישט די קוראזש עס אים צו זאגן אין פנים אריין, זאל ער באקומען די מעסעדזש דורך אפאר שומרים קארטלעך, זייער פיין, קומענדיגע מאל זאל ער האלטן די סמארטפאון אין טאש אדער עס נוצן אין ביהכ"ס אזוי ווי קענדי האט אזוי שיין ציטירט פון מר. אישי.

און ניין! די שומרים קארטלעך זענען נישט געמאכט צו מחנך זיין טאטעס! אבסעלוט נישט! עס איז געמאכט צו אריינפרעגלען אין קינדער א גרינגשעצונג און א עקל פון די טמא'נע סטרא אחרא טעלעפאנען!! און ב"ה אז עס ארבעט! דאס וואס טייל קינדער נוצן דאס צו געבן פאר טאטעס מיט סמארטפאונס איז א אייגענע אינציאטיוו וואס קינדער מיט גאטס נעמען אונטער.

פיין סאמערייזד!
"ווען דו דאווענסט דארפסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט! פירוש המילות איז שוין לומדות." — הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל

מפתח

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2940
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דינסטאג פאברואר 19, 2019 12:16 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:אין דער וואס וויל וויסן דעם אמת
די מלחמה מיט סמארטפאון ברבים, האט לכאורה אסאך געשאדט אויפן עצם אינטערנעט מלחמה ודו"ק


כ׳האב געדוק׳ט און נישט געטישקעחט.

והשינית, ס׳קוקט אויס אז די ביסט פון די וואס מיינען אז די מלחמה קעגן סמארטפאונס ברבים, איז ס״ה א מהלך וויזוי צו מלחמה האלטן מיט די איננטערנעט פראבלעם. ס׳איז אבער א טעות, ס׳איז צוויי באזינדערע פראבלעמען, צוויי באזינדערע מלחמות.

פאר איך פאנג אן...
איך האב ב"ה נישט קיין סמארט קאר, אין איך לעש אויס מיין סעלער ביים דאווענען

ס'איז טאקע צוויי אנדערע מלחמות אבער מ'האט קלאר דערלייגט אסאך מענטשן מיט פילטערס דורך די מלחמה מיט סמארט פאון ברבים מלחמה!
ביז ווילאנג זיי האבן געהאט איין טעלעפאון האסטו זיי געקענט קארנער'ן מיט א פילטער, איינמאל די פאנגסט אן משוגע צו מאכן אז מ'דארף האבן אן אנדערע טעלעפאון ברבים האט ער געקויפט א פשוטע טעלעפאון וואס ער געט איין פאר די פילטער קאמפעני, די אנדערע מוז ער שוין נישט איינגעבן אין דארט קען ער טוען ואס ער וויל!
איך רעד פון פאקטן נישט פון קיין חלומות!

איך שטיץ שטארק די געדאנק אז מ'טאר נישט ארויס נעמען אזא כלי אין ביהמ"ד, אבער ס'האט געדארפט געטוען ווערן מיט מער ישוב הדעת וואס דאס קען/גייט צוברענגען

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2940
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דינסטאג פאברואר 19, 2019 12:18 pm

געווען די וואך ביי א חתונה, זע איך דארט אלע שפילערס האבן אין פארנט פון זיך א סמארט פאון (א טעבלעט אויך...)
א חידוש אז ס'איז נאך קיינעם נישט בייגעפאלן צו האקן דערויף, מינומום זיי געגעבן א שומר קארטל...

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 813
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » דינסטאג פאברואר 19, 2019 3:36 pm

די אלע מענטשען וואס האבן נישט קיין פילטער וועגען בלא בלא בלא
איז א תירץ וואס זיי זאגן די אמת איז זיי ווילן נישט האבן קיין פילטער און דעטס איט
זיי וואלטן פריער אדער שפעטער אראפ גענומען די פילטער דאס איז סתם וואס זיי דרייען א קאפ
קוק נאך וועלעכע מענטשען די קענסט וואס האבן אראפ גענומען די פילטער וועסטו זעהן איך בין גערעכט
(נקודה למחשבה אויב וויל ער עכט יא א פילטער נאר די מוסד איז שילדיג איז פארוואס גייט ער נישט צי א אנדערע פילטער קאמפעני ווי מען קען אים נישט און ער לייגט דארט א פילטער)

אוועטאר
Horizontal
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 22, 2016 9:20 pm
לאקאציע: אין די ברייט

תגובהדורך Horizontal » דינסטאג פאברואר 19, 2019 3:49 pm

ניס קראכער האט געשריבן:געווען די וואך ביי א חתונה, זע איך דארט אלע שפילערס האבן אין פארנט פון זיך א סמארט פאון (א טעבלעט אויך...)
א חידוש אז ס'איז נאך קיינעם נישט בייגעפאלן צו האקן דערויף, מינומום זיי געגעבן א שומר קארטל...
צוגעלייגטע
0219191543-1.jpg
0219191543-1.jpg (562.14 KiB) געזעהן 1270 מאל
איך טוה וואס איך וויל, ווען איך וויל, און ווי אזוי איך וויל!!
אויב מיין ווייב לאזט

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 808
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » דינסטאג פאברואר 19, 2019 4:15 pm

ניס קראכער האט געשריבן:געווען די וואך ביי א חתונה, זע איך דארט אלע שפילערס האבן אין פארנט פון זיך א סמארט פאון (א טעבלעט אויך...)
א חידוש אז ס'איז נאך קיינעם נישט בייגעפאלן צו האקן דערויף, מינומום זיי געגעבן א שומר קארטל...

דאס אידאך לצורך פרנסה במקום העבודה...........

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1221
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » מיטוואך פאברואר 20, 2019 12:04 pm

כשרע טעלעפאן האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:שנעלע אינטערנעט מאכט עס נאכנישט קיין סמארטפאון

ס'זענען דא אסאך מענטשן וואס קענען זיך נישט דערלערנען וויאזוי מ'נוצט א סמארטפאון און איך מיין אז ס'דא גענוג פון זיי אז די קאמפאניס וועלן זיי נישט לאזן הענגען

איך זעה עס הערשט ביים עולם א אומקלארקייט וועגן 4G טעלעפאנען, ווען מען הערט די ווארט 4G כאפט א פחד אין לשער, קען איינער ביטע קומען און אביסל אויסקלארן די מצב? פארוואס טראכסטו אז עס איז א סמארטפאון? וועגן שנעלע אינטערנעט? נאך עפעס? און וואס זענען די צדדים אויף נישט? איך בין נישט אזא גוטער שרייבער, מיין פעדער איז ביים מעכאניקער איצטערט.

לאמיר דיר מסבירן א 4G פאון האט שנעלע אינטערנעט פונקט ווי א סמאטפאון (LG רופט עס LG Exalt LTE Smartphone for Verizon VN220) ס'זעט אויס ווי די בחור האט א אומשילדיגן פליפ פאון, און ביזדערוויל קוקט ער זיך אן מיט כל דבר אסור בעיסיקלי מ'האט אוועקגענימען די גאנצע מראית עין יעדע פאון איז א סמארטפון אנלעס מ'טראגט עס צי טעג

אהער און אהין
שר חמש מאות
תגובות: 898
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » מיטוואך פאברואר 20, 2019 12:34 pm

וואס איז מיט די בריוו פון לעיקוואד'ער ראשי ישיבה, איז דאס א קארעקטער זאך?

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 813
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 3:25 pm

קול קורא 5 מנהלים.jpg
קול קורא 5 מנהלים.jpg (455.92 KiB) געזעהן 1054 מאל

עציץ נקוב
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 07, 2018 12:22 am

תגובהדורך עציץ נקוב » דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 10:03 pm

און?

התבונני
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

תגובהדורך התבונני » דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 10:24 pm

עציץ נקוב האט געשריבן:און?


"און" ווען נישט די מנהלים שליט"א דא אויפן פארום מיט אפאר ערעיסער'ס אין די זייט
וואלט מען נישט געמעגט זיין אויף איך-וועלט אויך נישט
וויפיל מאל מוז מען מאכן א ".... אלערט"....
און מען רעדט דא פון פשוט אומשולדיג פארזעהן עפעס אויפן בילד אדער קליפ וואס מען לייגט ארויף וד"ל

אוועטאר
moishy56
שר חמשת אלפים
תגובות: 5696
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 6:32 pm

סמארטפאון מאכט פריי! איבערגעטריבן ?

viewtopic.php?p=1879043#p1879043

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 813
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » פרייטאג מארטש 01, 2019 9:37 am

הרב וויס.jpg
הרב וויס.jpg (334.21 KiB) געזעהן 739 מאל

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 813
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » דינסטאג אפריל 09, 2019 12:37 pm






Internet 5776 MM.pdf
(150.89 KiB) דאונלאודעד 18 מאל

סגל
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 6:14 am

תגובהדורך סגל » דינסטאג אפריל 09, 2019 1:28 pm

הרה"ק מסקולען זי"ע מברך מטבעות עם שומרים קארטלעך
צוגעלייגטע
skulen (2).png
skulen (2).png (146.64 KiB) געזעהן 393 מאל
שויתי ה' לנגדי תמיד

חסידישער מבין
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 26, 2019 12:52 pm

תגובהדורך חסידישער מבין » דינסטאג אפריל 09, 2019 2:17 pm

איך בין אריינגעפאלן דא ווי מ'זאגט ביי מיסטעיק...

קודם: איך האב נישט קיין סמארטפאון און פאר א לאנגע ציט נישט געהאט א סעלפאון בכלל (איך האב חתונה געהאט פאר ס'איז געווארן אן אנגענומענע זאך פאר א חתן צו באקומען א סעלפאון און שבע ברכות...) אבער איך קען אסאך מענטשן וואס האבן יא.

מיט'ן פולסטען רעספעקט צו אלע חשוב'ע, עלטערע ניקים דא וועל איך נאר ארויסברענגען עטליכע נקידות פאר איך גיי מיר פון דא.

1) פאר די וואס טענה'ן אז ס'האט כאטש געהאלפן פאר די קינדער: די מציאות איז אז די ווייסט נישט וואס די long term תוצאות וועלן זיין.
קען זיין פאר יעצט האט עס געהאלפן אבער זיי זענען נאכנישט אויסגעשטעלט צו די נסיון! וואס גייט געשעהן ווען די אינגערמאן וואס איז יעצט א קינד וועט ווילן ארויסגיין ארבעטן און בלית ברירה זיך מוז'ן איינהאנדלען א סמארטפאון ווייל די דיספעטש סיסטעם פון די קאר סערוויס קאמפאני פאר וועם ער ארבעט ארבעט דורך א סמארטפאון (לדוגמא)? לצורך פרנסה קען זיין אויף אסאך מער אופנים ווי די קענסט דיך פארשטעלן. (דרך אגב, שפילערס און זינגערס ניצן עס פאר די notes און song list...). וואס וועט געשעהן דעמאלטס? וועט ער וויסן וויאזוי זוך צו באגיין דערמיט מיט אחריות אדער וועט ער צוליב די קארטלעך זיך פילן ווי א שגץ, בהמה... סייווי - כ'האב דאך א סמארטפאון, דעמאלטס מעג איך שוין טוהן אנדערע זאכן אויך...?

2) ס'איז גאנץ קענטיג אז עס זענען דא די וואס האבן באמת נישט קיין מושג וואס ס'טוט זיך באמת אויפ'ן גאס.

איינער האט מיר פארציילט אז ער איז אריין צו איינע פון די פלעצער צו לייגן א פילטער אויף זיין קאמפיוטער. יענער האט אים אזוי פארגעהאלטן היתכן ער האט א קאמפיוטער אינדערהיים בכלל אפילו מיט א פילטער ( די אינגערמאן האט זיין אפיס אינדערהיים ווייל ער קען זיך נאכנישט ערלויבן אן עקסטערע אפיס און האלט אלעס פארשפארט און אויסגעלאשן אז זיינע קינדער קומען נישט צו דערצו). ער זאגט אים דארט אז ער ווייסט פאר א "פאקט" א מענטשן שטעלן זיך עכט צו און ס'איז שוין דא אסאך ווייניגער אינטערנעט דיווייסעס ביים עולם לויט ווי מ'זעהט אז מענטשן געבן איין פאר די מוסדות'ער...
די אינגערמאן האט נישט געוויסט צו ער זאל לאכן אדער וויינען. דא קומט ער מיט אחריות און לייגט ארויף א פילטער אנשטאט דאס באהאלטן פון די מוסדות'ער ווי אזויפיל אנדערע טוהן און אים האלט מען פאר... ער האט עס דורכגעשמואסט מיט זיין רב און דערציילט וואס איז געשעהן און וואס די מציאות איז אז מענטשן באהאלטן עס פשוט, צו ס'איז א סמארטפאון, טאבלעט אדער קאמפיוטער. א צייט שפעטער איז זיין רב צוריקגעקומען און אים נאכאמאל איבערגעפרעגט מיט ווייטאג צו ס'איז טאקע אזוי און וואס ער טראכט מ'קען טוהן דערוועגן...

איך האב נאך אסאך צו זאגן איבער די נושא אבער איך וועל זיך אפשטעלן דא פאר איך ווער צו צוהיצט...

איך וועל נאר זאגן איין זאך פאר איך גיי:

איך challenge אלע די וואס זענען אינוואלווד מט די קארטלעך צו נעמען די צייט, צוגיין צו א אנגערמאן וואס האט א סמארטפאון און כאפן מיט אים א רואיגע שמועס און נעמען די צייט אים אמת'דיג צו פארשטיין פארוואס ער האט עס טאקע - אן דזאדזשען אדער פרובירן איבערצורעדן - פשוט פארשטיין.
ווען די וועסט דאס טוהן מיט מער ווי איין אינגערמאן מיין איך אז דיין בליק וועט זיך גאנץ שנעל טוישן.
און דאן וועסטו אפשר קענען אנהייבן צו טראכטן פון אן אמת'דיגע לעזונג צו די פראבלעם און נישט עפעס וואס וועט זיי פשוט אוועקשטופן נאך מער אדער זיי אריינשטופען און באהעלטעניש.

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 813
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » דינסטאג אפריל 09, 2019 4:31 pm

איך גיי מיר נישט טענה'ן מיט דיר איך האב מיר שוין גענוג ג'טענה'ט דא
איז אלעס האט ענפערס אבער איך וויל נישט ווערן ציהיצט וועל איך נישט ענפערן יעצט למעשה איז יעצט ערב פסח סיזען איז ס'איז דא ארבעט האב איך נישט קיין צייט יעצט פאר דעם
אבער א געוויסע פוינטס האב איך הנאה געהאט אזוי

1) די זאגסטעך אפ דא דיינס און די גייסטעך ביסטו אפי' נישט אינטערסירט צי הערן א תירץ

2)צי ס'איז דא אינגעלייט וואס דארפן עס באמת האבן איך עגרי מיט דיר אבער זייער וויינונג
איך CHALLENGE דיר גיי צי א אינגערמאן מיט א ס'מ פאון און כאפ מיט אים א רואיגע שמועס און נעם די צייט אים אמת'דיג צי פראווען אויב ער דארף עס אמת'דיג
ווען די וועסטו דאס טון מיט מער ווי איין אינגערמאן מיין איך אז דיין בליק וועט זיך גאנץ שנעל טוישן

רוב ריבם פון אינגעלייט דארפן עס נישט נאר פאר באקוועליכקייט
איך לייקן נישט ס'איז זייער באקוועם

ועוד חזון למועד

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1864
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » דינסטאג אפריל 09, 2019 5:14 pm

קענדי'ס האט געשריבן:

Internet 5776 MM.pdf



מען פארציילט אויף איינער פון אמעריקאנער פרעזידענטן אז ער איז איין זונטאג אהיים געקומען פון.... האט אים זיין פרוי געפרעגט "וואס האט דער פרעדיגער געזאגט היינט?"
"ער האט ארויסגעברענגט אז די רייכע האבן אן אחריות צו העלפן די ארימע."
"נו, ער האט קאנווינסט דעם עולם?"
"די ארימע האט ער זיכער קאנווינסט...."

איך בין שטארק סימפאטיש מיט די סמארטפאון מערכה. אבער מיט אלל דו רעספעקט, די דאזיגע בראשור האט אין בעסטן פאל קאנווינסט נאר איינעם, דער וועלכע זענען שוין סיי ווי אלל די וועי אנטי-סמארטפאון. כדי צו איבערצייגן דעם געוויסן פון א מענטשן, ברויך מען רעדן צו אים דברים של טעם. און ציהן א שטריך פון גיין אן א קאַפּל אויפן קאפּ ביז א "געפילטערטע" סמארט פאון איז זײער נישט איבערצייגנד, אפילו אויב דער צושטעל זאל זיין 100% אמת.

פארהאן א א שיינע פאר השומרים קארטלעך וואס ברענגן ארויס דעם ענין פיל בעסער ווי די דאזיגע 4-בלעטער בראשור. (נעמט דאס נישט אן ווי א בלענקעט הסכמה אויף "פראדזשעקט השומרים".)

מיינע צוויי פּעניס.
"ווען דו דאווענסט דארפסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט! פירוש המילות איז שוין לומדות." — הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל

מפתח

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1789
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » דינסטאג אפריל 09, 2019 10:26 pm

חסידישער מבין האט געשריבן:לצורך פרנסה קען זיין אויף אסאך מער אופנים ווי די קענסט דיך פארשטעלן. (דרך אגב, שפילערס און זינגערס ניצן עס פאר די notes און song list...)


אן ערנסטער צורך פרנסה.

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 813
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » מיטוואך אפריל 10, 2019 10:08 am

לאמיר מאכן א שטיקעלע סך הכל אויף די טענות וואס מען האט דא
ס'איז געווען א כינוס כלל ישראל סיון תשע''ב די עולם האט זיך אמת'דיג פארגענומען
ס'איז אריבער געגאנגען אפאר יאר און די עולם האט מער ווייניגער פארגעסען דערפון איינער מער איינער ווייניגער געוויסע מוסדות האבן פארלאנגט אז מען זאל אינטערשרייבן אז מען האט נישט, מער האבן נישט פארלאנגט ארויס נעמען ס'מ פאונס און פאבליק איז געווען א נארמאלע זאך צי און בהמ'ד צי און אינדערהיים איז גארנישט געווען Wראנג
אחד היה ר' שאול יצחק זצ'ל וואס האט זיך אריין געלייגט דערין אויף געוועקט די עולם אויף געוועקט די רבנים היינט מיין איך האט כמעט יעדע בהמ''ד א סיין נישט ארויס נעמען קיין ס'מ פאון (אגב און מיטן דאווענען טאר מען א בעיסיק פאון אויך נישט ארויס נעמען) יעדע מוסד איז שוין היינט שטרענגער ווי אמאל (ווער ס'האט אמאל גארנישט פארלאנגט פארלאנגט שוין היינט יא ווער ס'האט יא פארלאנגט אמאל פארלאנגט יעצט א געהעריגע אפראוועל פון וועד משומר)
ער איז אויף געקומען מיט די קארטלעך געדאנק
געדענק איך ווי ער האט אראפ געלייגט די אלע טענות וואס די עולם האט היינט אויף עס
וועגען חוצפה האט מען גענפערט דא אפאר מאל איך האב נישט קיין נערווען אלעס איבער צי חזרן (איך וויל נישט ס'זאל אויסקוקען ווי די וואקסין אשכול)
דאס וואס אסאך טענה'ן וועגען די לאנג ראן מיין איך האט מען נאך נישט גענפערט
איז לאמיר זיך אראפ זעצען און זען ווי אזוי ס'וואלט אויס געקוקט אן קארטלעך און מיט קארטלעך

אן קארטלעך וואלט די טאטע און מאמע און שוועסטער און פעטערס געהאט א ס'מ פאון, א פילטער אפשר יא אפשר נישט מען פארלאנגט דאך עס נישט וואלט מען נישט געלייגט די קינד וואלט געקוקט אויף אלע אינטערסאנטע קליפס אין די טאטעס און מאמעס פאון האלב כשר (אינגאצען טרייף) האלב נישט, אפי' נאר אויף צניותדיגע פרויען אויב ס'איז א כשרע משפחה

און די קינד וואלט אזוי אויף געוואקסען ער וואלט חתונה געהאט וואלט ער זיכער געקויפט א ס'מ פאון יעדער האט דאך ניין? געלייגט א פילטער זיכער נישט (ביז דעמאלס ווער וואלט אפי' פארלאנגט פילטערס) געקוקט אלעס זיכער יא ער וואלט ניטאמאל געוויסט אז ס'איז א פראבלעם איך האב אסאך אויס געלאזט מען קען גיין סאך ווייטער


יעצט מיט קארטלעך האט מען אזוי 1000'טער אינגעלך מיט בחורים האבן אינטערגעשריבן נישט אריין ציקוקען און א ס'מ פאון האט מען שוין יעצט אפגעהאלטען מיליאנען ריאות אסורות אסאך אסאך מער מענשטען האבן נישט קיין ס'מ פאונס די מוסדות זענען שטרענגער

יעצט די קינד גייט עלטער ווערן און אויב ער וועט יא וויכטיג דארפן האבן ס'מ פאון וועט ער לכאורה יא לייגן א פילטער ווייל יעדער האט א פילטער


גארנישט איז נישט 100% נאר די טויט ס'קען זיין ס'וועט פונקט זיין אזא מין בחור וואס ווען ער וועט חתונה וועט ער נישט לייגן א פילטער וועגען די קארטלעך ס'קען זיך מאכן אבער די אנדערע וועג איז זיכער ערגער מען האט אפגעהאלטען ריאות אסורות און מען האלט ווייטער אפ

יעצט ווער ס'האלט נאך אלס אז דאס איז נישט די וועג ווי אזוי מען וואלט געדארפט פירן די קאמפיין זאל פארשטיין אז די יעצטיגע עסקנים (וואס זיי זענען די איינציגסטע וואס טוען) וואס פירן עס האבן איינגעזען אז דאס איז די איינציגעסטע וועג וואס ארבעט
אויב האט איר א בעסערע וועג זענט איר מכובד זיך אריין צילייגן דערין (אדער כאטש קומען זאגן פאר די עסקנים) סתם זאגן קריטיק איז גארנישט ווערט מען וועט אייך נישט אויס הערן יתרו פרשה און די תורה רופט מען ואתה תחזה ווייל פון דארט הייבט זיך אן די עצה נישט ביי די קריטיק
א צעטל פון אלע רבנים אינטערגעשריבן אז מען מיז לייגן א פילטער איז זייער א גוטע עצה אבער ביז יעצט האט עס נישט גע'ארבעט (קען זיי ביי אייך יא) ביי די כינוס כלל ישראל האט מען גערופון רב וואזנער וואס האט גע'פסקנט אז אינטערנעט האט א איסור יחוד און ס'האט נישט ציפול געהאלפען

די פאקט האט געוויזן אז נאר דאס האט גע'ארבעט און די רבנים ספארטן עס (די פרעגסט וועלעכע ווייז די מיר אז איינער האט עס גע'אסרט נישט ביי די ליטווישע ווי דארט'ן האט טאקע כמעט יעדער א ס'מ פאון)


און איך געב רשות צי עס FWD אן געבען קרעדיט

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 813
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » מיטוואך אפריל 10, 2019 10:14 am

מונאוויטש האט געשריבן:[

מען פארציילט אויף איינער פון אמעריקאנער פרעזידענטן אז ער איז איין זונטאג אהיים געקומען פון.... האט אים זיין פרוי געפרעגט "וואס האט דער פרעדיגער געזאגט היינט?"
"ער האט ארויסגעברענגט אז די רייכע האבן אן אחריות צו העלפן די ארימע."
"נו, ער האט קאנווינסט דעם עולם?"
"די ארימע האט ער זיכער קאנווינסט...."

איך בין שטארק סימפאטיש מיט די סמארטפאון מערכה. אבער מיט אלל דו רעספעקט, די דאזיגע בראשור האט אין בעסטן פאל קאנווינסט נאר איינעם, דער וועלכע זענען שוין סיי ווי אלל די וועי אנטי-סמארטפאון. כדי צו איבערצייגן דעם געוויסן פון א מענטשן, ברויך מען רעדן צו אים דברים של טעם. און ציהן א שטריך פון גיין אן א קאַפּל אויפן קאפּ ביז א "געפילטערטע" סמארט פאון איז זײער נישט איבערצייגנד, אפילו אויב דער צושטעל זאל זיין 100% אמת.

פארהאן א א שיינע פאר השומרים קארטלעך וואס ברענגן ארויס דעם ענין פיל בעסער ווי די דאזיגע 4-בלעטער בראשור. (נעמט דאס נישט אן ווי א בלענקעט הסכמה אויף "פראדזשעקט השומרים".)

מיינע צוויי פּעניס.

איך עגרי מיט דיר למחצה ולשליש
אבער אפי' נאר פאר דאס האט זיך עס אויך געלוינט אז די אלע וואס האבן נישט קיין ס'מ פאון באקומען חיזוק דערפון לוינט זיך עס
מיין מיינונג קיין מיט א קאפל דארף מען להלכה נאר ביים דאווענען און ווען מען מאכט א ברכה און מיט ס'מ פאון איז דא סאך מער אסורים (ביטע נישט אויסטון די קאפל וועגען מיר)

יעצט מען דארף רעדן צי אים דברים של טעם קיין שום זאך ביי די ס'מ פאון מענטש האט נישט אזא טעם ווי די ס'מ פאון אליינס ער וועט האבן 100'טער תירוצים פארוואס ער דארף עס יא
איז די האסט בעסערע עצות לאמיר הערן

Wow a1
שר חמישים ומאתים
תגובות: 399
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

תגובהדורך Wow a1 » מיטוואך אפריל 10, 2019 10:38 am

קענדי'ס האט געשריבן:איך גיי מיר נישט טענה'ן מיט דיר איך האב מיר שוין גענוג ג'טענה'ט דא
איז אלעס האט ענפערס אבער איך וויל נישט ווערן ציהיצט וועל איך נישט ענפערן יעצט למעשה איז יעצט ערב פסח סיזען איז ס'איז דא ארבעט האב איך נישט קיין צייט יעצט פאר דעם
אבער א געוויסע פוינטס האב איך הנאה געהאט אזוי

1) די זאגסטעך אפ דא דיינס און די גייסטעך ביסטו אפי' נישט אינטערסירט צי הערן א תירץ

2)צי ס'איז דא אינגעלייט וואס דארפן עס באמת האבן איך עגרי מיט דיר אבער זייער וויינונג
איך CHALLENGE דיר גיי צי א אינגערמאן מיט א ס'מ פאון און כאפ מיט אים א רואיגע שמועס און נעם די צייט אים אמת'דיג צי פראווען אויב ער דארף עס אמת'דיג
ווען די וועסטו דאס טון מיט מער ווי איין אינגערמאן מיין איך אז דיין בליק וועט זיך גאנץ שנעל טוישן

רוב ריבם פון אינגעלייט דארפן עס נישט נאר פאר באקוועליכקייט
איך לייקן נישט ס'איז זייער באקוועם

ועוד חזון למועד

נישט אמת האסט נאך קיינעם נישט גפרעגט זעי איך פון דיינע ווערטער
People are looking for the place of happiness they are not realizing that it is located in the brain


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט