הילף איבער נסיעה למקומות הקדושים

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

הילף איבער נסיעה למקומות הקדושים

תגובהדורך זיידעניו » דאנארשטאג ינואר 15, 2009 12:38 am

מיר האבן אין פלאן צו פארן קיין יוראפ און די נאנטע טעג, וויל איך הערן פון די וואס האבן עקספיריענס אין די נסיעות, דעטאלן וואס מען דארף וויסן, וואס יא צו נעמען וואס נישט צו נעמען, ווי יא צו גיין און ווי נישט, וואס יא און וואס נישט, וכ' וגו' וכדו', עצות טובות און אזהרות, און סיי וואס עס קומט מיט מיט דעם פעקעדשז דיעל.

א יישר כח פון פאראויס,

זיידל.

אוועטאר
דוקטור
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2008 7:27 am

תגובהדורך דוקטור » דאנארשטאג ינואר 15, 2009 10:38 am

איך בין שוין געווען אפאר מאל, אז די וועסט פרעגן א ספעסיפיק שאלה קען איך דיר ענטפערען.

אוועטאר
קענסט מיך?
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 12:45 am

תגובהדורך קענסט מיך? » דאנארשטאג ינואר 15, 2009 10:56 am

אונטער וועש
אויבערוועש
זאקן
שיך
היט- קוטשמע
רעקל
גארטל
גלעזער - לענזעס
קויט
שאל
הענטשיך
שטיוול
קלאטשאן
אויערן שיצער
טלית ותפילין
סידור
חומש
תהלים
ספרי חסידות
שטריימל - רעגן שטריימל
בעקיטשע
טיש בעקיטשע
רעזשוואלקע
המעיל
שבת גארטל
שבת הויזן - וועסט
שבת זאקן
שבת שיך
בעכער פאר קידוש
זמירות
מעסער פאר די מוציא (גוט באהאלטן פון די גרעניץ וועכטער)
ליכט (גענוג צו צינדן איבעראל)
קוויטל פאפיר
אסאך סינגל'ס פאר טיפס (פאר די ערלים וואס היטן די ביה"ח)
קישן צו שלאפן באקוועם אויפן באס
סעלפאן - בלעקבערי
רעטשארדער פאר סעלפאן - בלעקבערי
לעפטאפ טאמער קען מען נישט איבערלאזן די ביזנעס
פאספארט - שריפטן - וויזע - ערליין טיקעט
קעמערע
אשר יצר פאפיר (זייער זייער וויכטיג)
מאכלים ומשקאות לצידה לדרך
טעיפרעקארדער
עירפאונס
בעטערי (טאמער ס'וועט זיך אויסנוצן)
וויטאמינען
מעדעצינען
וכו' וכו' וכו' וכו'
לעצט פאראכטן דורך קענסט מיך? אום דאנארשטאג ינואר 15, 2009 11:00 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

תגובהדורך יעקעלע פוקס » דאנארשטאג ינואר 15, 2009 10:58 am

כבוד זקיני היקר שליט"א

דיין שאלה איז זייער כללות'דיג,

מיט די פעקידש דיעל ווי די רופסט דאס איז גיט צי מאכען א פלאן, און נאך בעסער איז, צי וויסען אז רוב מאל גייט עס נישט ווי געפלאנט, און נישט פארלירען די מוט, און התרגשות דערווגען, נאר וויסען אז מיטן פארן אליין פועל'ט מען שוין, און וויפיל עס קימט צי, איז הכל רויח, און נישט טאמער צילוב סיבות שונות האבען די הרגשים נישט געארבעט, מיינט עס שוין אז מ'האט נישט אויפגעטוהן

דער גוף ווערט אביסעל פאריקט דארט, דער שלאף אין די עסן וכו' קייט אסאך מאל מיט די פיטום ארויף, אבער אז מ'ווייסט אז עס קומט אזוי איז עס גרינגער אויפן הארץ

אויב קענסטי נישט איינטשעקען, נאר נעמען ווי וויינגער אויף א קליין רענצעל וואס גייט ארויף אויפן פליגער, מה טוב ומב נעים, קענסטיר איינשפארן אסאך עג"נ און פיזור הנפש,

די עיקור איז פאר מיט א התבוננות, ווער עס האט זיך אלץ געדרייט אויף יענע מקומות, און אויף יענע וועגן, און בזכותם וועסטי אוודאי אהיים ברענגען ישועות פאר דיר, און פאר אונז אלע

צאתכם ובואכם לשלום

נ.ב. אויב פארסטי אויסציפועל'ן דיין פרעזידענטשאפט, איז שוין צי שפעיט זיידי :smile: מעיבי נעקסט טיים

פארגעס נישט פון דיינע גיטע פריינט אינדערהיים, ווי אויך דיין געטרייע אייניקל, יעקב בן מרס. פוקס
טעמו וראו כי טוב השם

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » דאנארשטאג ינואר 15, 2009 12:36 pm

נעם מיט א בלעקבערי זאלסט קענען בלייבן אין קאנטאקט מיט די קרעטשמע.

טאמס Tums איז זייער א וויכטיגע זאך
אויך איז דא ספעציעלע טאבלעטן פאר עצירות
און די זעלבע פארקערט
(נישט איבעראל האט מען ביה"כ)
לעכט אויב ס'לאזט זיך אויס קען מען קויפן אין רימינוב ביים גוי. (אויב דו וועסט דארט זיין)
עס איז פלעשלייטס וואס מ'קען אנהאקן אין די ברילן, אויב די גייסט ביינאכט, זאל מען קענען זעגן תהלים רואיג.
לגבי דעם רעטשארדשער פארן לעפטאפ\בלעקבערי, איז וויכטיג צו געדענקען אז די פלאג'ס אין יוראפ איז אנדערש ווי דאהי
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

סטיוו שמידט
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2008 4:58 pm

תגובהדורך סטיוו שמידט » דאנארשטאג ינואר 15, 2009 2:24 pm

האסט געפרעגט זייער א ברייטע פראגע, מן הסתם באקומסטע זיכער א צעטיל פין גרופ מיט וועם די פארסט, דארט רעכענענן זיי אויס וואס איז ממש וויכטיג, דאך וועל איך פראבירען פין מיינע פריערדיגע ערפאנוג דיר אביסל צי העלפן

די סאמע וויכטיגסטע זאכען וואס די מיזסט האבן איז ווי פאלגענד:

פאספארט - טו"ת - סידור - תהילים - ישוב הדעת { דאס איז א זעלטענהייט צי באקריגען פאר מען פאר די ערשטע מאל.....} - אפגעשריבענע קוויטליך - לעכט - פלעש לייט , עס איז גאר וויכטיג אז מען זאל האבן ביידע, סיי די וואס מען האלט און די הענט און סיי וואס מען לייגט אויפן קאפ - וועש, רעכן אויס מיטצינעמען איין פאר וועש ווייניגער פאר וויפיל טעג די פארסט, עס וועט דיר אזוי אויך איבער בלייבען זויבערע וועש אהיים ציברענגן {עס איז גיט צי האבן נאך א אלטע ספער הויזן} - צרכי שבת, למשל שטריימל, נישט א עקסטערע טלית, טיש בעקעטישע, נישט קיין בעקעיטשע רעלשווקא,עס איז גיט מיטצינעמען גרעיפ דשוס, נישט קיין מעסער, נישט קיין בעכער, {זיי שטעלן צי און וואס קידוש צי מאכען ע"פ רוב,} א סוועטער, אפילו אויב די נעמסט עקסטער א קויט, א חאלאט, ווינטער מלבושים ווי הענטשוך קויט ,וכדו' א איי-פאוד, איז קריטיש וויכטיג, אנגעפילט מיט יוסף חיים גרינוואלד נסיעת למקומת הקדושים, אדער מוזיק, {בעטעריס } נעם דיר מיט נאר צוויי ספרים צי לערנען, ווי למשל א קליינע גמרא, {אויב די האסט א שיעור יעדן טאג...} אין נאך איין ספר,נעם מיט 100 סינגעלס, קיין איינס נישט מער, דאס איז שוין אויך דאפעלט וויפיל די דארפסט, געדענק ביי יעדע בית החיים מנדב צי זיין צדקה פאר די נשמה וואס וועט וכו'......... ווי באקאנט ...... טו עס אליינס פארלאז זיך נישט אוף אנדערע... באצאל עס תיכף מיט א סינגל פאר די וואס שטייען דארט נאך געלט, נעם מיט אסאך - קרעקערס, רייסקעיק- א קליינע פינאט באדער- קליינע טערמוס- קליינע מיט א גרויסע האנטוך-א פאר קליינע טונא'ס, אסאך קענדיס- אסאך ניסלעך {פארשטייט זיך נאר די עסט עס} אסאך פרעש ווייפס { אדער טוילעט פאפיר} א זייף, דייודערען, איז זייער וויכטיג, א קליינע קישען איז זייער זייער וויכטיג, א קליינע טערמוס איז זייער וויכטיג, די דעקל דעפון וועט דיר ניצען אלץ א טעפל זיך צי ווואשן די הענט, און פאר א גלעזעל לעת הצורך, טאמס טיילענול

דאס איז וואס איך געדענק יעצט

אוועטאר
קענסט מיך?
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 12:45 am

תגובהדורך קענסט מיך? » דאנארשטאג ינואר 15, 2009 2:34 pm

א באנדאזש טאמער וועסט חלילה מאכן א בובו

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » דאנארשטאג ינואר 15, 2009 2:49 pm

קענסט מיך? האט געשריבן:א באנדאזש טאמער וועסט חלילה מאכן א בובו


צחקתי
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אבלי קראקעווער
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:24 pm

תגובהדורך אבלי קראקעווער » דאנארשטאג ינואר 15, 2009 3:26 pm

אלף בית האט געשריבן: אויך איז דא ספעציעלע טאבלעטן פאר עצירות
און די זעלבע פארקערט
(נישט איבעראל האט מען ביה"כ)

א"ב
נאך קיינמאל נישט געהערט פון אזעלכע סארט טאבלעטן. דאס קען דאך צוניץ קומען סיי ווען, לאו דוקא ביי א טריפ קיין אייראפע. קען מען דאס קריגן אין אפטייק סתם אזוי אויף די פאליצעס, אדער מוז צו דעם האבן א דאקטער אינסקריפשן? וויאזוי הייסן זיי?
ייש"כ למפרע
ביי אונז אין קראקע, בעסער פרעג נישט...

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דאנארשטאג ינואר 15, 2009 9:49 pm

קענסט מיך? האט געשריבן:אונטער וועש
אויבערוועש
זאקן
שיך
היט- קוטשמע [אויב כ'נעם א קוטשמע דארף נישט קיין היט - אזוי פארשטיי איך]
רעקל [דאס איז אין פלאן אנצוטוהן]
גארטל
גלעזער - לענזעס [מיין אויסוואל איז לענסעס, און מיט דעם קומט מיט די רעניא משפחה, מיטן לענסעס פושקע וכו' פלאס א ספעיר]
קויט [דאס איז אין פלאן אנצוטוהן]
שאל [דאס איז אין פלאן אנצוטוהן]
הענטשיך [דאס איז אין פלאן אנצוטוהן, אויב עס וועט נישט שוויצן צופיל]
שטיוול [דאס איז אין פלאן אנצוטוהן]
קלאטשאן [ווייס איך נישט אויב עס פעלט אויס נאכן האבן שטיוול?]
אויערן שיצער [דאס איז אין פלאן אנצוטוהן]
טלית ותפילין
סידור חומש תהלים ספרי חסידות [ אין פלאן איז מיטצונעמען א חת"ת מיט א ספר המליקוט וואס איז שוין היינט דא גענוג און נאך]
שטריימל - רעגן שטריימל [איך וועל נאר נעמען די רעגן]
בעקיטשע
טיש בעקיטשע
רעזשוואלקע
המעיל
שבת גארטל
שבת הויזן - וועסט
שבת זאקן
שבת שיך [אין פלאן צו ניצן די וואכן שטיוול]
בעכער פאר קידוש
זמירות
מעסער פאר די מוציא (גוט באהאלטן פון די גרעניץ וועכטער) [נישטא קיין מעסער'ס און אוקריינע?, אויב דארף מען באהאלטן נעם איך עס נישט מיט.]
ליכט (גענוג צו צינדן איבעראל) [מיר האבן איינגעהאנדלעט די קליינע טרעוול ליכט פון נר מצוה.]
קוויטל פאפיר [איך פלאן צו מאכן קאפיס פון אלע קוויטליך אויף איין אדער צוויי קאפי פאפיר'ן]
אסאך סינגל'ס פאר טיפס (פאר די ערלים וואס היטן די ביה"ח)[גוטע עצה]
קישן צו שלאפן באקוועם אויפן באס
סעלפאן - בלעקבערי [וועלכע סערוויס ארבייט דארט און דא? וועט עס מיר קאסטן אין די וועלט אריין?]
רעטשארדער פאר סעלפאן - בלעקבערי
לעפטאפ טאמער קען מען נישט איבערלאזן די ביזנעס
פאספארט - שריפטן - וויזע - ערליין טיקעט
קעמערע
אשר יצר פאפיר (זייער זייער וויכטיג)
מאכלים ומשקאות לצידה לדרך
טעיפרעקארדער
עירפאונס
בעטערי (טאמער ס'וועט זיך אויסנוצן)
וויטאמינען
מעדעצינען
וכו' וכו' וכו' וכו'


יעקעלע פוקס האט געשריבן:כבוד זקיני היקר שליט"א

דיין שאלה איז זייער כללות'דיג,

מיט די פעקידש דיעל ווי די רופסט דאס איז גיט צי מאכען א פלאן, און נאך בעסער איז, צי וויסען אז רוב מאל גייט עס נישט ווי געפלאנט, און נישט פארלירען די מוט, און התרגשות דערווגען, נאר וויסען אז מיטן פארן אליין פועל'ט מען שוין, און וויפיל עס קימט צי, איז הכל רויח, און נישט טאמער צילוב סיבות שונות האבען די הרגשים נישט געארבעט, מיינט עס שוין אז מ'האט נישט אויפגעטוהן

דער גוף ווערט אביסעל פאריקט דארט, דער שלאף אין די עסן וכו' קייט אסאך מאל מיט די פיטום ארויף, אבער אז מ'ווייסט אז עס קומט אזוי איז עס גרינגער אויפן הארץ

אויב קענסטי נישט איינטשעקען, נאר נעמען ווי וויינגער אויף א קליין רענצעל וואס גייט ארויף אויפן פליגער, מה טוב ומב נעים, קענסטיר איינשפארן אסאך עג"נ און פיזור הנפש,

די עיקור איז פאר מיט א התבוננות, ווער עס האט זיך אלץ געדרייט אויף יענע מקומות, און אויף יענע וועגן, און בזכותם וועסטי אוודאי אהיים ברענגען ישועות פאר דיר, און פאר אונז אלע

צאתכם ובואכם לשלום

נ.ב. אויב פארסטי אויסציפועל'ן דיין פרעזידענטשאפט, איז שוין צי שפעיט זיידי :smile: מעיבי נעקסט טיים

פארגעס נישט פון דיינע גיטע פריינט אינדערהיים, ווי אויך דיין געטרייע אייניקל, יעקב בן מרס. פוקס


ר' יעקב בן מרת שועל להצלחה בכ"ע. יישר כחכם עס איז זייער א וויכטיגע ידיעה און א גוטע הכנה פאר די שוועריקייטן פון די נסיעה.

אלף בית האט געשריבן:נעם מיט א בלעקבערי זאלסט קענען בלייבן אין קאנטאקט מיט די קרעטשמע.

טאמס Tums איז זייער א וויכטיגע זאך
אויך איז דא ספעציעלע טאבלעטן פאר עצירות
און די זעלבע פארקערט
(נישט איבעראל האט מען ביה"כ)
לעכט אויב ס'לאזט זיך אויס קען מען קויפן אין רימינוב ביים גוי. (אויב דו וועסט דארט זיין)
עס איז פלעשלייטס וואס מ'קען אנהאקן אין די ברילן, אויב די גייסט ביינאכט, זאל מען קענען זעגן תהלים רואיג.
לגבי דעם רעטשארדשער פארן לעפטאפ\בלעקבערי, איז וויכטיג צו געדענקען אז די פלאג'ס אין יוראפ איז אנדערש ווי דאהי


וועגן די טאבלעטן וועל איך פרעגן א ספעציעליסט הנקרא דאקטער, אויב עס קען נישט מער חרוב מאכן ווי מסדר זיין, סתם לשנות הוסת איז נישט קיין געזונטע זאך, וועגן דיין רימונבער גוי איז א גוטע זאך צו וויסן יישר כח.

און דעם פלעשלייט וועל איך בל"נ איינהאנדלען עס איז זייער פראקטיש.

און א אדאפטער פארן פלאג קען מען קויפן און אלע עלעקטאריק געשעפטן.

סטיוו שמידט האט געשריבן:האסט געפרעגט זייער א ברייטע פראגע, מן הסתם באקומסטע זיכער א צעטיל פין גרופ מיט וועם די פארסט, דארט רעכענענן זיי אויס וואס איז ממש וויכטיג, דאך וועל איך פראבירען פין מיינע פריערדיגע ערפאנוג דיר אביסל צי העלפן

די סאמע וויכטיגסטע זאכען וואס די מיזסט האבן איז ווי פאלגענד:
........
פלעש לייט , עס איז גאר וויכטיג אז מען זאל האבן ביידע, סיי די וואס מען האלט און די הענט און סיי וואס מען לייגט אויפן קאפ -
וועש, רעכן אויס מיטצינעמען איין פאר וועש ווייניגער פאר וויפיל טעג די פארסט, עס וועט דיר אזוי אויך איבער בלייבען זויבערע וועש אהיים ציברענגן {עס איז גיט צי האבן נאך א אלטע ספער הויזן} -
נישט א עקסטערע טלית,
טיש בעקעטישע, נישט קיין בעקעיטשע רעלשווקא,
עס איז גיט מיטצינעמען גרעיפ דשוס, נישט קיין מעסער, נישט קיין בעכער, {זיי שטעלן צי און וואס קידוש צי מאכען ע"פ רוב,}
א סוועטער, אפילו אויב די נעמסט עקסטער א קויט,
א חאלאט,
א איי-פאוד, איז קריטיש וויכטיג, אנגעפילט מיט יוסף חיים גרינוואלד נסיעת למקומת הקדושים, אדער מוזיק, {בעטעריס }
נעם דיר מיט נאר צוויי ספרים צי לערנען, ווי למשל א קליינע גמרא, {אויב די האסט א שיעור יעדן טאג...} אין נאך איין ספר,
נעם מיט 100 סינגעלס, קיין איינס נישט מער, דאס איז שוין אויך דאפעלט וויפיל די דארפסט, געדענק ביי יעדע בית החיים מנדב צי זיין צדקה פאר די נשמה וואס וועט וכו'......... ווי באקאנט ...... טו עס אליינס פארלאז זיך נישט אוף אנדערע... באצאל עס תיכף מיט א סינגל פאר די וואס שטייען דארט נאך געלט,
נעם מיט אסאך - קרעקערס, רייסקעיק- א קליינע פינאט באדער- קליינע טערמוס- קליינע מיט א גרויסע האנטוך-א פאר קליינע טונא'ס, אסאך קענדיס- אסאך ניסלעך {פארשטייט זיך נאר די עסט עס} אסאך פרעש ווייפס { אדער טוילעט פאפיר}
א זייף, דייודערען, איז זייער וויכטיג,
א קליינע טערמוס איז זייער וויכטיג, די דעקל דעפון וועט דיר ניצען אלץ א טעפל זיך צי ווואשן די הענט, און פאר א גלעזעל לעת הצורך,
טיילענול

דאס איז וואס איך געדענק יעצט


יישר כח WOW די אלע זאכן וואס כ'האב אנגעצייכענט און דיין צוטיר איז מיר ארויף אויף מיין ליסטע, בנוסף צו דיינע גוטע עצות,

קענסט מיך? האט געשריבן:א באנדאזש טאמער וועסט חלילה מאכן א בובו


דארט טיילט מען דאליס?

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מיטוואך ינואר 28, 2009 9:54 pm

יישר כחכם פאר די גוטע יעוץ והדרכה, איך האב אליינס נישט געוואוסט ווי שטארק וויכטיג ס'רוב פון די זאכן זענען געווען, ביז איך האב עס בייגעוואונט, מער פרטים ווען כ'וועל האבן מער צייט, און כח.

א גוטע נאכט

סטיוו שמידט
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2008 4:58 pm

תגובהדורך סטיוו שמידט » פרייטאג ינואר 30, 2009 11:19 am

נאך איין זאך פאר נעקסט טיים
עס איז זייער גוט אויב מען נעמט זיך א גע'קענטע קאווע אדער טשאקלאד מילעך מיט פון Y@S קאפי
אפילו אז אפשר דא און דערהיים האט עס נישט קיין חשיבות, איז אבער זייער אסאך ווערט און די מרחקים, ווי קיין חלב ישראל איז נישט דא,
נאכען פארען א 24 שעה און א צי, איז עס ממש כחלב קרה על נפש עיפה, {אויב פארט מען זומער, איז עס כחלה חמה על נפש...

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » מאנטאג פאברואר 02, 2009 12:40 am

בנוגע ביליגע טעלעפאן'ס ווענדט זיך וואו דו פארסט צו אוקריינע אדער קיין פוילן?
וואו פארסטו ?
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » דינסטאג פאברואר 03, 2009 2:13 pm

ס'איז דא א ספר כ'מיין ס'הייסט ציון המצינת, וואס צום סוף שטייט אלע פוילישע אדער אונגארישע ווערטער איבערגעטייטשט אויף אידיש, ווי אויך אייניגע נקודות צו וויסן ווען מ'פארט אויף מקומות, אויב איינער קען ציטירן פון דארט מה טוב ומה נעים,
אפשר מאכט מען דא א דיקשענערי פאר די פאר וויכטיגע ווערטער וואס מ'דארף האבן דארט,
צ.ב.ש.
שליסל
בית החיים
קאר
טעלעפאן
ביה"כ
וואסער
נומבער'ס
זייגער
וכו' וכו'

משוגענער...
דו פוילישע שייגעץ האב א מפלה ווי המן....

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » מיטוואך פאברואר 04, 2009 1:44 pm

שאץ:
ווער איז א פוילישער שגץ?
אה! דו ווילסט דאס איבערטייטשן אויף פויליש... ניין... דעס זאג אויף אידיש...
לעצט פאראכטן דורך thefact אום מיטוואך פאברואר 04, 2009 10:42 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

bilke
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 30, 2008 2:22 pm

תגובהדורך bilke » מיטוואך פאברואר 04, 2009 3:12 pm

רוב זאכען וואס שטייט דא האב איך נישט גענומען, און עס איז גוט געווען אזוי
עס איז סאך וויכטיגער צו פארען גרינג, עס איז נישט קיין בעטעמטע עסק צו דארפען שלעפן שווערע געפעק איבעראל

אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 11:53 am

ליסטע וואס צו מיטנעמען אויף נסיעה?

תגובהדורך פישל » מיטוואך פאברואר 24, 2010 2:02 pm

פלאן איך אזוי צו פארן מיט א נסיעה אויף ליזענסק צום יארצייט כ"א אדר. (זאל השי"ת העלפן מ'זאל פועל'ן אלעס גוטס).
בין איך דאך אבער קיינמאל בעפאר נישט געווען אויף קיין נסיעה, ווייסמער נישט וואס מיטצונעמען.
האט איינער א ליסטע פון חפצים וואס זיך צו פארצייכענען מיטצונעמען?

מיט דאנק און שעצונג
אני הקטן
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » מיטוואך פאברואר 24, 2010 2:07 pm

אויב געדענק איך גוט איז שון דא אזא אשכול.
אז איך וועל האבן א טשענס וועל איך עס אויפזוכן.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » מיטוואך פאברואר 24, 2010 2:09 pm

איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 11:53 am

תגובהדורך פישל » מיטוואך פאברואר 24, 2010 3:14 pm

א גרויסן דאנק סתם-אזוי.
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4009
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » מיטוואך פאברואר 24, 2010 3:30 pm

שאץ מאץ האט געשריבן:משוגענער...
דו פוילישע שייגעץ האב א מפלה ווי המן....

אבער נישט שרייען דאס צו הויעך. ס'קען ליידער אורזאכן א חילול שמו ית'.
לחיים ולברכה!

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » דאנארשטאג מארטש 11, 2010 7:54 pm

איז שוין דא אפשר אן אשכול בנוגע פארן ל"ג בעומר קיין ארה"ק? כ'זוך צו גיין מיט א טור. ביטע אנווייזן וואו מ'שמועסט דערפון (כ'בין זיכער אז ס'שוין דא דערויף דרייסיג בלעטער לכה"פ). א דאנק אייך!
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » מאנטאג אפריל 26, 2010 5:43 pm

איך קום יעצט פון א נסיעה אויף מקומות הקדושים אונגארן - רומעניע
איך וואלט פארגעשלאגן טאקע דא אויף דעם אשכול צו האבן א כל בו אלעס וואס ס'פעלט זיך אויס צו די נסיעה,

קודם ווער ס'קען זאל ארויף פאסטן די אדערס פון די בתי חיים וואס ווערט געשריבן אויף די דשי פי עס, וויפיל מאל בלאנדשעט מען ארום און מ'הרג'עט צייט בלויז מיטן זיכן דעם בית החיים,
במשך מיין נסיעה האט מיין נעפיו געסעיווט אויף זיין אייגענעם דשי פי עס אלע בתי חיים, איך האף עס צו באקומען און פאסטן דא,

נאכדעם זאל מען דא ארויף לייגן נומבער'ס פון די היטער וואס האלטן די שליסלעך פון ביה"ח, אזוי אז ווען א מענטש גרייט זיך צו פארן זאל ער פשוט אהער אריין קומען און זיך אנצייכענען די טעל. נומערן פון די שליסל האלטער'ס כדי צו פארשפארן צייט און עגמ"נ,

אדרבה אז איינער האט עפעס אינפא וואס קען צוניץ קומען לטובת אידן וואס פארן אהין זאל עס אהער לייגן, ותבוא עליו ברכה,

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » דינסטאג פאברואר 01, 2011 3:10 am

איך זיך נויטיג מאפעס פון די מקומות, מאפעס פון די מדינות, פוילן, אונגארן, רומעניע, אוקריינע, רוסלאנד,
אז איינער קען טון די טובה און לינקן אהער די מאפעס וואלט דאס געוועהן א ריזיגע מצוה,
תודה למפרע

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » דינסטאג פאברואר 01, 2011 3:29 am

אקעי איך האב געטראפן א פיינע לינק
http://mapofeurope.com/europe/


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט