וואל רעזולטאטען פון מדינת ישראל בחירות - ד' ניסן תשע"ט

די אחראים: נאך עפעס, חיים נחום

גולם פון וואשינגטאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:25 am

וואל רעזולטאטען פון מדינת ישראל בחירות - ד' ניסן תשע"ט

תגובהדורך גולם פון וואשינגטאן » מאנטאג אפריל 08, 2019 9:53 am

אין מדינת ישראל קומט מארגען פאר וואלן פאר די 120 פארלאמענט זיצען, פאלגענד זאל מען לייגען בלויז וואל רעזולטאטען, אן קיין שום פראפאגאנדע חלילה, ה'"י.

ווי עס גייט אין די מדינה פארמעסט מען זיך נישט דירעקט אויף דאס פירערשאפט פאזיציע, נאר די פירער פון איינע פון די צוויי גרעסטע פארטייען באקומט דאס פרעמיאר אמט, ווער פון זיי עס קען ציזאמען קראצען שטיצע פון 61 ערוויילטע פארלאמענט מיטגלידער אז ער זאל זיין פרעמיאר מיניסטער, באקומט דאס מאנדאט פון פרעזידענט (רובי ריבלין אין דער פאל), און שטעלט ציזאם א קאאליציע רעגירונג פון 61 פארלאמענט מיטגלידער.

אויב מען קען נישט ציזאמען שטעלן שטיצע פון 61, טוט זיך א סעמעטוכע, צי דאס גרעסערע פארטיי וועט דארפן באקומען דאס מאנדאט, אדער דער וואס האט מער פארלאמענט מיטגלידער אין זיין שטיצע.

די פארטייען וואס פארמעסטן זיך זענען ווי פאלגענד:

הליכוד – דער אלגעמיינער רעכטער פארטיי, געגרינדעט געווארן אין 1973, אן האט פארכאפט זאס פירעשאפט אין 1977, ווען איהר פארשטארבענער פירער מנחם בעגין איז געווארן פרעמיאר מיניסטער, דאס איז געווען דאס ערשטע מאל וואס די רעכטע האבן געפירט דאס ממשלה, און פון דאן זענען זיי רוב יארן געווען פירער.

דאס היינטיגער פירער איז ביבי נתניהו, וועלכער זיצט שוין ביים רעדל צען יאר, ער האט מיט זיך א בארג פון קאנטערווערסיע, מיט פארדאכטען אויף קארופציע, אבער איז קריזמאטיש, און גאר שטארק רעספערקטירט ביי די רעכטע וויילער, ווי אויך פארהאסט ביי די אנדערע לאגער.

כחול לבן – א ניי געגרינדעטע פארטיי, וואס פאררופט זיך צענטראל, וועלכע איז אין אמת'ן אריין א קאאליציע פון אנטי נתניהו פארטייען, איהר פירער איז בעני גאנץ, דאס פירער פון דאס חוסן לישראל פארטיי, א געוועזענער גענעראל, און הויפט פון מיליטער, וואס מען רופט דארט א רמטכ"ל, נואמבער 2 איז יאיר לפיד, דאס פירער פון יש עתיד פארטיי, א שטארקע שונא דת, וועלכע האט אין פארגאנגעהייט שוין דורך געפירט שווערע געזעצען קעגן חרדים.
די צוויי האבן געמאכט א דיעל אז אויב זיי ווערן ערוויילט, וועט אין די ערשטע האלב טערמין גאנץ זיין ראה"מ, און אין די צווייטע האלב גאנץ.
#3 איז משה יעלון, א געוועזענען ליכוד מיטגליד, וועלכער איז אויך געווען א רמטכ"ל און אויך א דיפענס מיניסטער, נתניהו האט צי גענומען פון איהם די דיפענס מינעסטערום, האט ער זיך ציקריגט מיט איהם, און געגרינדער דאס תל"ם פארטיי, און #4 איז גבי אשכנזי אויך א געוועזענער רמטכ"ל.

איחד מפלגות הימין – א קאאליציע פון רעכטע מזרח'יסטישע פארטייען, הבית היהודי – ווי מען פלעגט זיי רופן מפד"ל, דער אלגעמיין רעליגיעז ציוני'סטישע פארטיי, אינטער פירערשאפט פון רפי פרץ, געוועזענער טשיעף ראביי פון מיליטער,
איחוד הלאומי – דאס פארטיי פון די חרד"ל'ים, דהיינו מער פרומערע מזרח'יסטן, געפירט דורך דאס פאפולערער סמאטרידזש.
עוצמה יהודית - דאס מתנחל'ישער עקסטרעם רעכטע פארטיי, תלמידים פון דאס עקסטרעמיסט מאיר כהנא.

הימין החדש – א ניי רעכטער פארטיי, רעכטער פון ליכוד, געגרינדער דורך דאס פאפולערער נפתלי בענט – געוועזענער פירער פון הבית היהודי, און מיסיס שקד, דזשאסטיץ מיניסטער, זיי האבן געהאפט צי זיין א געלונגענע פארטיי, אבער מע שעמעקט א דורכפאל.

ישראל בתינו – רעכט - דאס פארטיי פון די רוסישע עולים, געפירט דורך אביגדור ליברמן, געוועזענער דיפענס מיניסטער, וועלכער האט א שטארקע אנטי דת אזשענדע.

כולנו – רעכט – מיט א סאציאלע עקאנאמישע אדזשענדע, אנגעפירט דורך משה כחלון – שר האוצר.

זהות – א נייער פארטיי, און אנפירעשאפט פון משה פייגלין, א געוועזענער ליכוד מיטגליד, א רעליגיעזער מענטש, מיט א אנטי רעליגיע אדזשענדע, וועלכער ציהלט צי אפטיילען רעליגיע פון די הערשאפט, ערמעגליכען צי חתונה האבן שלא עפ"י תורה, און ליגעלייזען מאראוואנע דראג'ס.

העבודה – לינק - וועלכער איז א המשך פון די מפא"י פארטיי, וועלכער איז געווען די ערשטע פארטיי אין הערשאפט, און איז געזעצן ביים רעדל ביז 1973, איהר יעצטיגע פירער איז אבי גבאי.

מרץ – אן אלטער עקסטרעם לינקע און אנטי דת פארטיי.

גשר – דורך מיסיס לוי אובקסיס – מיט א עקאנאמישער אדזשענדע.

חד"ש תע"ל – צוויי אראבישע פארטייען, פון איימאן עודה און אחמד טיבי.

רע"ם בל"ד – צוויי אראבישע פארטייען, בל"ד איז א עקסטרעם לינקע פרייער פארטיי מיט פיל קאנטערווערסיע אינטער זיך, טייל פון איהרע מיטגלידער זענען שוין אנעקלאגט געווארען מיט הילף פאר טעראר, א געוועזענער ח"כ האו אריין געשמאגעלט סעפאון'ס פאר טעראריסטען אין תפיסה, א צוויטע איז געווען אויך די מארמארא שיף פון טערקיי צי עזה.

יהדות התורה – אשכנזי'שער חרדי'שער פארטיי, וואס ערהאלט אין זיך אגדות ישראל און דגל התורה.

ש"ס – די חרדי'שע ספרד'ישער פארטיי.

צוליב די סענסעטיווקייט וועלען מיר נישט אריין גיין אין דעהם.
נאך פארטייען אן קיין טשאנסען:

צומת – אנגעפירט דורך דעהם צעדרייטער אורן חזן וועלכער איז ארויס געזעהן געווארן פון ליכוד.

מגן – גל הירש

כולנו נ נח - די ברעסלעווער פארטיי, וועלכער האפט צי אריין קומען מיט 120 מאנדאטען.

מפלגת הפיראטים -

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1855
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » מאנטאג אפריל 08, 2019 10:03 am

שכוח פאר די קלארע און זאפטיגע באריכט.
און ביטע טאקע האלטן דעם אשכול ריין ביז מארגן נאכמיטאג ווען די רעזולטאטן פון די וואלן הייבן אן אריינצוקומען, און עס נישט היינט פארשליסן דורכן לייגן בילדער פון די עצרתן למיניהם, סיי נישט פון די עדה"ח, און נישט פון יהדות הורה, ווי אויך נישט קיין מודעות און פלאקאטן און הבטחות וכו', נאר עס האלטן ריין פאר בלויז פאקטישע רעזולטאטן.
----
און יעצט צוריק צו @גולם אדער סיי ווער עס איז באקאנט.
אויב מעגליך ארויפשטעלן די ליסטע וועלעכע אות אדער אותיות יעדע פארטיי לייגט אינעם קלפי, און ווי אויך אויב איינער האט געדולד צו שרייבן וועלעכע פארטייען וועלן גיין אין א נניהו רעגירונג, און וועלעכע אין כחול לבן, און ווי אזוי עס קוקט אויס אז עס וועט זיין די אויסגאנג פון די שטורעמישע וואלן מארגן נאכט.
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4701
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג אפריל 08, 2019 10:10 am

גולם פון וואשינגטאן האט געשריבן:כולנו נ נח - די ברעסלעווער פארטיי, וועלכער האפט צי אריין קומען מיט 120 מאנדאטען.

מפלגת הפיראטים -

:lol: :lol: :lol:

מען בעט בכל לשון של בקשה אז אלע אידן וואס זענען עלערגיש צו געוויסע סארט נייעס, זאלן זיך ביטע אפהאלטן פון באזוכן אין דעם אשכול ביז מארגן נאכמיטג. ייש"כ.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1855
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » מאנטאג אפריל 08, 2019 10:13 am

גולם פון וואשינגטאן האט געשריבן:כולנו נ נח - די ברעסלעווער פארטיי, וועלכער האפט צי אריין קומען מיט 120 מאנדאטען.

https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9B%D7 ... 7%A0%D7%97
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

גולם פון וואשינגטאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:25 am

תגובהדורך גולם פון וואשינגטאן » מאנטאג אפריל 08, 2019 10:21 am

עכט היימיש האט געשריבן:שכוח פאר די קלארע און זאפטיגע באריכט.
און ביטע טאקע האלטן דעם אשכול ריין ביז מארגן נאכמיטאג ווען די רעזולטאטן פון די וואלן הייבן אן אריינצוקומען, און עס נישט היינט פארשליסן דורכן לייגן בילדער פון די עצרתן למיניהם, סיי נישט פון די עדה"ח, און נישט פון יהדות הורה, ווי אויך נישט קיין מודעות און פלאקאטן און הבטחות וכו', נאר עס האלטן ריין פאר בלויז פאקטישע רעזולטאטן.
----
און יעצט צוריק צו @גולם אדער סיי ווער עס איז באקאנט.
אויב מעגליך ארויפשטעלן די ליסטע וועלעכע אות אדער אותיות יעדע פארטיי לייגט אינעם קלפי, און ווי אויך אויב איינער האט געדולד צו שרייבן וועלעכע פארטייען וועלן גיין אין א נניהו רעגירונג, און וועלעכע אין כחול לבן, און ווי אזוי עס קוקט אויס אז עס וועט זיין די אויסגאנג פון די שטורעמישע וואלן מארגן נאכט.

ליכוד, איחוד הימין - אויסער בן גביר דער עוצמה יהודית קאנדידאט - הימין החדש - ישראל בתינו - כולנו - יהדות התורה - ש"ס האבן געזאגט אז זיי גייען פאר נתניהו.
זהות האט נאכנישט געזאגט

בארואיגט-אייך
שר חמש מאות
תגובות: 691
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » מאנטאג אפריל 08, 2019 10:32 am

שכח גולם, זייער שיין צולייגט אלע פארטייען מיט איין שורה פער פארטיי...

דאס מערסטע אייגנארטיג דערפון איז, גרינג צו ליינען, און ווער עס וויל א פיצי פארשטייט צו די איזרעל פאליטיק איז דאס די בעסטעס אינטערדאקש'ן.
#שכח גולם

אוועטאר
היטשינער
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 3:48 pm

תגובהדורך היטשינער » מאנטאג אפריל 08, 2019 10:35 am

עכט היימיש האט געשריבן:און יעצט צוריק צו @גולם אדער סיי ווער עס איז באקאנט.
אויב מעגליך ארויפשטעלן די ליסטע וועלעכע אות אדער אותיות יעדע פארטיי לייגט אינעם קלפי,


איך וועל פראבירן אריינצולייגן אלע, לויטן סדר פון גולם.

ליכוד - מחל
כחול לבן - פה
איחוד הימין - טב
הימין החדש - נ
ישראל ביתינו - ל
כולנו - כ
זהות - ז
העבודה - אמת
מרץ - מרצ
גשר - נר
חד"ש תע"ל - ום
רע"ם בל"ד - דעם
יהדות התורה - ג
ש"ס - שס
צומת - זץ
מגן - נץ
כולנו נ נח - ףץ
מפלגת הפיראטים - ףז

איך ווייס נישט וואס די איבריגע 22 פארטייען האבן חוטא געווען אז מען לייגט זיי נישט אריין אין די ליסטע אפשר באלד וועל איך דאס צוזאמשטעלען.

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1855
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » מאנטאג אפריל 08, 2019 11:03 am

היטשינער האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס די איבריגע 22 פארטייען האבן חוטא געווען אז מען לייגט זיי נישט אריין אין די ליסטע אפשר באלד וועל איך דאס צוזאמשטעלען.

עס איז דא אין די 22 וואס ער האט נישט געברענגט אזאעכע וועלעכע גייען אריבער די אחוז החסימה, אויב יא, אדרבה ברענג
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

אוועטאר
יהלום
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 12:26 pm

תגובהדורך יהלום » מאנטאג אפריל 08, 2019 11:15 am

עס איז דא 40 פארטייען וואס לויפען מארגען!

טייטל
שר האלף
תגובות: 1300
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2011 12:34 am

תגובהדורך טייטל » מאנטאג אפריל 08, 2019 11:25 am

איז טאקע דא עפעס א פראצענט פון חשש פון די פרעזידענט ריבלין אזוי ווי ביבי פראבירט צו דערשרעקן? איז דא עפעס אפילו א האלבע פראצענט אז עס ווענדט זיך עפעס אין עם? אדער איז עס נאר די אפציעלע פראצעדור ותו לא?

metsboy
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 16, 2007 3:34 am

תגובהדורך metsboy » מאנטאג אפריל 08, 2019 11:31 am

וואס זאגען די לעצטע פאולס?

אוועטאר
ברכי נפשי
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 12, 2019 3:02 pm

תגובהדורך ברכי נפשי » מאנטאג אפריל 08, 2019 12:03 pm

די קאודס מיינען עפעס? אדער סתם געשאסן אן אות צוויי?
צ.ב.ש. ש"ס זעה איך אז זייער סימן איז טאקע ש"ס,און די זעלבע איז מיט מר"ץ, ווי זייער נאמען, אבער וואס איז מיט די אנדערע פארטייען?
מה רבו מעשיך השם כולם בחכמה עשית!!!

הר גריזים
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

תגובהדורך הר גריזים » מאנטאג אפריל 08, 2019 1:06 pm

metsboy האט געשריבן:וואס זאגען די לעצטע פאולס?

נישטא קיין פאולס ךעצטע 3 טעגפאר די בחירות, ביז נאך שבת האבן אלע געוויזן מער ווייניגער גאר א נאנטע פארמעסט (ווי טראמפ האט שוין שבת ערווענט..) מיט א שטיקל עדש פאר כחול לבן.

אוועטאר
יהלום
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 12:26 pm

תגובהדורך יהלום » מאנטאג אפריל 08, 2019 1:50 pm

טייטל האט געשריבן:איז טאקע דא עפעס א פראצענט פון חשש פון די פרעזידענט ריבלין אזוי ווי ביבי פראבירט צו דערשרעקן? איז דא עפעס אפילו א האלבע פראצענט אז עס ווענדט זיך עפעס אין עם? אדער איז עס נאר די אפציעלע פראצעדור ותו לא?

אויב ביבי האט נישט 61 שטיצערס קען ריבלין עס גבען פאר דער גרעסטע פארטי און אונזערע פאל קען עס זיין כחול לבן!
metsboy האט געשריבן:וואס זאגען די לעצטע פאולס?

דער לעצטע פאולס זענען ארויס געקומען פרייטאג זייט דעלמאטס מעג מען נישט ארויס געבען מער פאולס

אוועטאר
יהלום
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 12:26 pm

תגובהדורך יהלום » מאנטאג אפריל 08, 2019 2:35 pm

דא האט אהיר אלע פארטיין וואס גייען מארגן לויפען!!!
מחל - ליכוד - בראשות ביבי נתניהו
פה - כחול לבן - בראשות בני גנץ (רמטכ"ל)/ יאיר לפיד (יש עתיד) / משה יעלון (רמטכ"ל /מלפנים ח"כ ליכוד) / גבי אשכנזי (רמטכ"ל)
אמת - העבודה - בראשות אבי גבאי
ום - חד"ש תע"ל - בראשות איימן עודה (חד"ש) / אחמד טיבי (תע"ל)
ג - יהדות התורה - בראשות יעקב ליצמאן (ג) / משה גפני (דגל התורה)
שס - שס - בראשות ארי דרעי
טב - איחוד מפלגות הימין - בראשות רפי פרץ (בית היהודי)/ בצלאל סמוטריץ (איחוד הלאומי)/ מכיאל בן ארי (עוצמה יהודית)
נ -הימין החדש - בראשות נפתלי בנט / איילת שקד
כ - כולנו - בראשות משה כחלון
מרצ - מרצ - בראשות תמר זנדברג
דעם - רעם בלד - בראשות מנסור עבאס (רע"ם) / מטאנס שחאדה (בל"ד)
ל - ישראל ביתנו - בראשות אביגדור ליברמאן
ז - זהות - בראשות משה פייגלין
נר - גשר - בראשות אורלי לוי אבקסיס
---
זץ - צומת - בראשות אורן חזן
ץ - כלכלה ירוקה בראשות גל טמיר יואב
נץ - מגן - גל הירש
זך - ברית עולם -בראשות עופר ליפשיץ (נאר 1 מענטש און דער רשימה הגם מען דארף האבן 4 אריין צו גיין און כנסת)
ן - בטח - בראשות סמיון גרפמן
ק - צדק לכל - בראשות עקב כשדי
י - ישר - בראשות ערן עציון
ףז - הפיראטים - בראשות נועם כוזר
יז - מפלגת הגוש התנ״כי - בראשות דניס ליפקין
ףי - פשוט אהבה - ויסברגר ליליאן רות
ןך - כבוד האדם - בראשות ארקדי פוג'ץ
ר - הרשימה הערבית - מוחמד כנעאן
ץי - אני ואתה - אלון גלעדי
זי - מפלגת האזרחים הוותיקים -בראשות סער שלום עמית
ףך - חינוך - אדיר זלצר
קן - מהתחלה - בראשות דוד ארז
קף - כל ישראל אחים ופעולה לישראל - בראשות אללי אדמסו
ין - איחוד בני ברית - בשארה שליאן
ףץ - נ נח - אילן ברונסון
צק - צדק חברתי - בראשות גד הרן
קי - ארץ ישראל שלנו - בראשות רפאל לבנגרונד
יץ - אחריות למייסדים - בראשות חיים דיין
ןנ - מנהיגות חברתית - בראשות אילן משיחא יר-זנבר
נז - זכויותינו בקולנו -בראשות גיל רוטר
ףנ - שווים - בראשות מירית ענתבי
ךק - התקווה לשינוי - בראשות ראמי מחאמיד

אוועטאר
יהלום
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 12:26 pm

נאמבערס פאר דער בחירות!

תגובהדורך יהלום » מאנטאג אפריל 08, 2019 2:51 pm

6,339,729 מענטשען האבן רעכט צו שטימען און מדינת ישראל און עס איז דא אסאך הכל פון 10,460 שטום בודקעס ווי מקען שטימען און עס איז דא 40 פארטיין וואס לויפען!

אוועטאר
יהלום
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 12:26 pm

תגובהדורך יהלום » מאנטאג אפריל 08, 2019 3:04 pm

ברכי נפשי האט געשריבן:די קאודס מיינען עפעס? אדער סתם געשאסן אן אות צוויי?
צ.ב.ש. ש"ס זעה איך אז זייער סימן איז טאקע ש"ס,און די זעלבע איז מיט מר"ץ, ווי זייער נאמען, אבער וואס איז מיט די אנדערע פארטייען?

יעדע פארטי קען זיך אויס וועלען אותיות און אויב די גייסט אריין און כנסת דהיינו די געווינסט געהערט דער אויתיות צו דיך ד.מ. אז אויב איינער וויל עפנען א פארטי און ער וויל ניצען דער אותיות גד מיז ער פרעגן רשות פון יהדות התורה צו ניצען ג און פון ... צו ניצען ד !
למעשה דער ערשטע פאר פארטייען מיינט דער אות עפעס למשל ג שס וכו אבער שפעטער האבן שוין דער איבריגע גענומען וואס איז איבער געבליבען וועגען דעם אז די וועסט קוקן וועסטו זעהן אז אלע קליינע וואס לויפען יעצט ניצען דער זעלבע פאר אויתיות ווי למשל ך ף ץ און וכדומה
עס מעג נישט זיין מער ווי 3 אותיות אויפן צעטל

אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1018
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » מאנטאג אפריל 08, 2019 3:06 pm

ווען הייבן אן אריינקומען די רעזולטאטן?

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 10151
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג אפריל 08, 2019 3:09 pm

@גולם, א גרויסן ישר כח פאר אייער ארטיקל.

אפאר פעניס.

מיינסט אודאי אז די צווייטע האלב טערמין וואלט לפיד געווען רה"מ אויב זיי געווינען.

לויט ווי דו לייגסט אראפ בל"ד זענען זיי א עקסטרעם "רעכטע" אראבישע פארטיי.

זהות האסטו נישט געשריבן אז ער וויל אויך מבטל זיין דעם גאנצן חוק גיוס חובה, און דאס זיך אריינמישן אין די מוסדות, און ווי אויך וויל ער אויפבויען דעם ביהמ"ק.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

אוועטאר
ברכי נפשי
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 12, 2019 3:02 pm

תגובהדורך ברכי נפשי » מאנטאג אפריל 08, 2019 3:09 pm

וואס האט אגודה מיט אות ג?
מה רבו מעשיך השם כולם בחכמה עשית!!!

לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » מאנטאג אפריל 08, 2019 3:16 pm

ס'הייסט אז כחלון האט געמאכט א געשעפט מיט די חרדים צו גיין צוזאמען און לאזן פייגלין אינדרויסן.
ווייסעך נישט וואס פייגלין שטייט זיי אזוי אין וועג, לכאורה ווייל ס'וועט ווערן יו''ט אינדערוואכן ווען יעדער חרדי וועט זיך קענען אליין עפענען א פארטיי און די גרויסע חרדים פארטייען וועלן קענען שלאגן כפרות גפני און דרעי וועלן בלייבן אנע פרנסה ווע
ווילן זיי עס באצייטענס עוקר זיין מן השורש.

טייטל
שר האלף
תגובות: 1300
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2011 12:34 am

תגובהדורך טייטל » מאנטאג אפריל 08, 2019 3:17 pm

יהלום האט געשריבן:
טייטל האט געשריבן:איז טאקע דא עפעס א פראצענט פון חשש פון די פרעזידענט ריבלין אזוי ווי ביבי פראבירט צו דערשרעקן? איז דא עפעס אפילו א האלבע פראצענט אז עס ווענדט זיך עפעס אין עם? אדער איז עס נאר די אפציעלע פראצעדור ותו לא?

אויב ביבי האט נישט 61 שטיצערס קען ריבלין עס גבען פאר דער גרעסטע פארטי און אונזערע פאל קען עס זיין כחול לבן!
metsboy האט געשריבן:וואס זאגען די לעצטע פאולס?

דער לעצטע פאולס זענען ארויס געקומען פרייטאג זייט דעלמאטס מעג מען נישט ארויס געבען מער פאולס

איך מיין צו פרעגן צו עס קען זיין עפעס א פאל וואס עס וועט האבן צוטוהן נאר מיט ריבלין'ס החלטה (לויט וועלכע זייט ער איז אויפגעשטאנען למשל ימין אדער שמאל...) אדער עס איז דא א טרוקענע געזעץ און ער איז נאר דער וואס איז מבצע בפועל וואס די געזעץ זאגט?

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1855
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » מאנטאג אפריל 08, 2019 3:33 pm

ווען בערך מארגן - אויפן אמעריקאנעם זייגער - הייבט אן אריינצוקומען רעזולטאטן?
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

טייטל
שר האלף
תגובות: 1300
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2011 12:34 am

תגובהדורך טייטל » מאנטאג אפריל 08, 2019 3:43 pm

יהלום האט געשריבן:
טייטל האט געשריבן:איז טאקע דא עפעס א פראצענט פון חשש פון די פרעזידענט ריבלין אזוי ווי ביבי פראבירט צו דערשרעקן? איז דא עפעס אפילו א האלבע פראצענט אז עס ווענדט זיך עפעס אין עם? אדער איז עס נאר די אפציעלע פראצעדור ותו לא?

אויב ביבי האט נישט 61 שטיצערס קען ריבלין עס גבען פאר דער גרעסטע פארטי און אונזערע פאל קען עס זיין כחול לבן!
metsboy האט געשריבן:וואס זאגען די לעצטע פאולס?

דער לעצטע פאולס זענען ארויס געקומען פרייטאג זייט דעלמאטס מעג מען נישט ארויס געבען מער פאולס

איך מיין צו פרעגן צו עס קען זיין עפעס א פאל וואס עס וועט האבן צוטוהן נאר מיט ריבלין'ס החלטה (לויט וועלכע זייט ער איז אויפגעשטאנען למשל ימין אדער שמאל...) אדער עס איז דא א טרוקענע געזעץ און ער איז נאר דער וואס איז מבצע בפועל וואס די געזעץ זאגט?

אוועטאר
יהלום
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 12:26 pm

תגובהדורך יהלום » מאנטאג אפריל 08, 2019 4:28 pm

ברכי נפשי האט געשריבן:וואס האט אגודה מיט אות ג?

ג עמודי עולם!! :lol:
עכט היימיש האט געשריבן:ווען בערך מארגן - אויפן אמעריקאנעם זייגער - הייבט אן אריינצוקומען רעזולטאטן?

דער שטום בודקעס מאכן זיך צו און א"י 10 אזייגער ביינאכט פאר 1 איז ניט דא פון וואס צו רעדן בערך 3 הייבט אהן אריין קומען בערך מער וויניגער וואס דער מצב איז ביז 4 איז שוין דער זאך קלאר אבער דער תוצאות האחרונות קומט ערשט אריין א טאג דערויף ווייל אלע קולות וואס ווערען געציילט און פארשידענע אנדערעפלעצער ווי למשל שפיטלער דער סאלדאטען אלע וואס זענען אינדערויסען פון לאנד זייערע קולות ציילט מען ערשט א טאג שפעטער!
אבער בערך 3 אזייגער א"י צייט ווייסט מען שוין ווי מען שטייט אויף אמריקאנע זייגער איז עס אכט אזייגער ביינאכט!
(אני מקבל על עצמי כאן בפני כל קהל של אייוועלט נישט צו בלייבען אויף און ווארטען פאר דער רעזאלטאטען!)


צוריק צו “אקטועלע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בלעקבארד, היכלי, נודניק, סמארט און 24 געסט