וויליאמסבורג: מעיאר דעבלאזיא דערקלערט א פאבליק העלט עמערדזשענסי

Car Rental Expert
שר מאה
תגובות: 164
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 6:19 pm

תגובהדורך Car Rental Expert » דינסטאג אפריל 09, 2019 11:45 am

הר גריזים האט געשריבן:די סיטי איז %100 שילדיג פאר די מיזעלס פארשפרייטונג!

אן אריינגיין אין די נושא פון יא צו נישט וואקסינירן איז אמאל זיכער אז די שטרענגע ליניע וואס די סיטי האט גענומען צו צווינגען די מוסדות אהיימצושיקן די קינדער, און זיי שטיין אויף די געהירן איז דער הויפט גורם צו די גרויסע פארשפרייטונג פון מיזעלס.

אנגעהויבן שוין אימיטן ווינטער ווען די סקולס (בעיקר די העד סטארטס) האבן אהיימגעשיקט די קינדער, און די עלטערן האבן זיך דערזען מיט די קינדער אינדערהיים פאר טעג און וואכן, מיט דמיונות און פאנטאזיעס פון די אנטי וואקסינירער אנפירערס אז ביז געציילטע טעג גייט די קריזיס זיין פאראיבער, זיי גייען צווינגען די מוסדות, אריינגעבן לאו סוטס וכדומה.. למעשה זענען דורך טעג און וואכן און די קינדער האבן נישט געקענט צוריקגיין צו זייערע געהעריגע קלאסן האט זיך אנגעהויבן א מאוומענט ביי די עלטערן, קודם אלץ א זשאוק, אלץ א סטראשע אז מ'גייט גיין איבערנעמען מיזעלס פון אנגעשטעקטע, זאלן די קינדער אפמיזלען פאר א וואך אינדערהיים און דערנאך פטור א עסק, מ'קען געהעריג צוריקישיקן די קינדער אין די חדרים און סקולס,

ס'האט זיך אנגעהויבן ביי איינצעלע, און צוביסלעך האט זיך עס אלץ מער און מער פארשפרייט, מער און מער עלטערן האבן אנגעפאנגען צו נעמען זייערע קינדער צו לעקן א לאלי פון א מיזעלס אנגעשטעקן, א נייע געדאנק איז געבוירן געווארן אז מיזעלס איז גאר געזונט, ס'איז גאר א לכתחילה,

אויף איינמאל האט זיך אנגעהויבן מיזעלס ארומצודרייען אין וויליאמסבורג אויף גרעסערע נאמבערס, איז די העלט דעפארטמענט געווארן שטרענגער און אנגעפאנגן מער צו טעראריזירן די מוסדות, שיקן אראפ אינספעקטארס יעדן איינציגן טאג, די מוסדות האבן אנגעהויבן אהיימשיקן אויך די עלטערע קינדער, וואס טוהן די עלטערן מיט די קינדער אינדערהיים אין די וואכן פאר פסח, האבן מער משפחות אנגעפאנגען צו טון דעם פארטל אז מ'גייט איבערנעמען מיזעלס, און אזוי דרייט זיך ווייטער דער רעדל ווייטער...

Yey נאך א מזל האסט וועם צי בלעמיען
א באנדע משוגעים נישט געבען שאטס קען מען נאך דערהערן דעס גיין געבען מיזעלס פאר דע קינדער איז איבער די גבול פין משוגע

הר גריזים
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

תגובהדורך הר גריזים » דינסטאג אפריל 09, 2019 11:48 am

איך בלעים נישט קיינעם, איך האב נאר געשריבן וואס ס'האט גורם געווען די גרויסע פארשפרייטונג יעצט...

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1936
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » דינסטאג אפריל 09, 2019 12:16 pm

הר גריזים האט געשריבן:איך בלעים נישט קיינעם, איך האב נאר געשריבן וואס ס'האט גורם געווען די גרויסע פארשפרייטונג יעצט...

אזוי ווי דער איידעם וואס האט זיך אפגעשניטן די נאז צו פארשעמען זיין שווער.
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2870
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דינסטאג אפריל 09, 2019 12:22 pm

מי יודע האט געשריבן:
Gevald Geshrigen האט געשריבן:הייסט עס אזוי:
די מוסד זאל צאלן פאר לויערס וועגן פריוואטע יחידים וואס פאלגן נישט געזעצן.
דאס וואס א מוסד דארף צוריקפייטן איז אמת אבער אויף זאכן וואס האבן מיט זיי א שייכות דהיינו עדיוקעישן.
ד העלט דעפט. דארף זיין די עלטערנס אישו און האט גארנישט מיטן מוסד.

אן נעמען א שטעלונג וועגן וואקסינען
דאס מין זאך אז די העלט דיפארטמענט קומט אראפ אין א מוסד דארף אנצינדן א רויט לעמפל ביי יעדן!
ס'קומט נישט פאר קיין מגיפה ח"ו, און זייער אראפקומען ווייזט אז איינער שטופט דעם וואגן, מיר ווייסן נישט ווער, אבער מיר קענען נישט וויסן וואסערע נאך אגענדעס די וואגן שטופער האבן, איר קענט די משל מיט די נאגל אין די וואנט? לאז אים נישט אריינהאקן די נאגל אין די וואנט, ווייל דאן וועט ער טון וואס ער וויל און ווען מען וועט זיך כאפט וועט שוין זיין צו שפעט


לאו דוקא און די מוסדות קוקען עס נישט אן אזוי ואכמ׳׳ל
אויב עס זיי באקוועם ? ניין
א נאגל אין די וואנט ? עס איז נישט קיין נייע נאגל

עסן פאר אידן
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 1:18 pm

תגובהדורך עסן פאר אידן » דינסטאג אפריל 09, 2019 1:34 pm

א אויסברוך האט פאסירט נעכטן ארום די מיזעלס פארשפרייטונג ווען אין א גרויסע דאקטאר'ס אפיס אין ווילי איז אריינגעקומען א פרוי מיט א קינד וואס האט קוים געקענט אטעמען, די מסוכנדיגע מצב ביי אן אנגעשטעקט מיזעלס קינד האט איבערגעדרייט די אפיס, פרויען האבן זיך גענימען מאכן יאמערליכע קולות און דער דאקטאר האט געמיזט ארויסשיקן די פאציענט און גערופן די הצלה צו אריינפירן דאס קינד

עס איז זייער קלאר: ווילאנג עטליכע פרויען וואס פירן אהן די העץ קאמפיין וועלן נישט יושב'ן אין חד גדיא וועט ארדענונג נישט ווערן
די פראגע איז נאר וועלכע פרויען וועלן פאלן קרבנות, און דאן וועלן די דאקטורים און רבנים נעמען שטרענג די זאך אין די האנט.

New Jersey
שר חמש מאות
תגובות: 676
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 07, 2018 6:01 pm

תגובהדורך New Jersey » דינסטאג אפריל 09, 2019 2:02 pm

@KolHaolam: WILLIAMSBURG: Zip Codes impacted by Health Emergency are 11205, 11206, 11211, 11249. Mayor: "The measles vaccine works. It is safe, it is effecti...

New Jersey
שר חמש מאות
תגובות: 676
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 07, 2018 6:01 pm

תגובהדורך New Jersey » דינסטאג אפריל 09, 2019 2:03 pm

@WMSBG: BREAKING: At press conference @NYCMayor de Blasio declared a public health emergency in our neighborhood amid ongoing measles outbreak.

m.twitter.co...
@WMSBG: The city will issue fines up to $1,000 to people who don't vaccinate their children, And may close Yeshivas Ch"v if they allow unvaccinated children...

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » דינסטאג אפריל 09, 2019 2:07 pm

רעפארטער ביי לי וואלאבאוט
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

זעהער
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 10, 2017 4:27 pm

וואס וויל דיבלאזיא?

תגובהדורך זעהער » דינסטאג אפריל 09, 2019 2:24 pm

ווי באקאנט גרייט זיך יעצט דיבלאזיא פאר א פרעזידענטליכע לויף און לויט באריכטן גרייט ער זיך אין די קומינדיגע טעג צו דעקלערן אז ער לויפט אויב אזוי וואס ברענט אים איינמאל און נאכאמאל צו מאכן נייעס וועגן מיזעלס מילא איינמאל ער דארף דאך קערנעמען אבער היינט און נעכטען אפאר מאל איז ער געווען ביזי צו מאכן נייעס וועגן די מיזעלס (זעהט אויס ווי איינער שטופט אים צו עס אונטערדרוקן)

דאבעליו
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:00 pm

תגובהדורך דאבעליו » דינסטאג אפריל 09, 2019 2:31 pm

פארוואס דארף מען א נייע ניק פאר די קשיא?

אוועטאר
זזה
שר חמש מאות
תגובות: 880
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 12:04 pm

תגובהדורך זזה » דינסטאג אפריל 09, 2019 2:32 pm

הענדימען האט געשריבן:רעפארטער ביי לי וואלאבאוט

??
ווען דו קויפסט
אין any major store דורך די לינק
שפארסטו  אפאר פראצענט בחינם



https://www.my-bestgift.com

אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובהדורך משה11 » דינסטאג אפריל 09, 2019 3:00 pm

2019-04-09.png
2019-04-09.png (124.46 KiB) געזעהן 2013 מאל
דא קענט איר טרעדן סטאקס אן קיין עקסטערע אפצאהלבאקומט א פרי סטאק בלויז פאר'ן אויפסיינען

איבערגאנג
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 02, 2014 9:18 pm

תגובהדורך איבערגאנג » דינסטאג אפריל 09, 2019 3:34 pm

דממה דקה האט געשריבן:
Gevald Geshrigen האט געשריבן:הייסט עס אזוי:
די מוסד זאל צאלן פאר לויערס וועגן פריוואטע יחידים וואס פאלגן נישט געזעצן.
דאס וואס א מוסד דארף צוריקפייטן איז אמת אבער אויף זאכן וואס האבן מיט זיי א שייכות דהיינו עדיוקעישן.
ד העלט דעפט. דארף זיין די עלטערנס אישו און האט גארנישט מיטן מוסד.

זיי דארפן נישט, עס איז זייער טובה אז די העלט דיפארטמענט דרייט זיך נישט דארט מיט א פרייע האנט
די ווייסט וויאזוי טוילעטס זעהן אויס אין אינזערע מוסדות?
מען ווישט די הענט מיט האנטוכער?
וויאזוי די קאך ווערטשאפט זעהט אויס?

אויב וועלן זיי האבן א פרייע האנט צו קומען און גיין ווען זיין ווילן וועט די מוסד ליידן, נישט די עלטערן...


סתם געהאקט. זיי זענען סייווי מחיוב צו קומען - און זיי קומען אין יעדע קאך עטליכע מאל א יאר, און אין יעדע פרי סקול

דא קענט איר זען די קאך ווערטשאפט
https://www1.nyc.gov/site/doh/health/he ... sults.page

דא קענט איר זען די פרי סקול
https://a816-healthpsi.nyc.gov/ChildCar ... Action2.do

אוועטאר
שקר
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » דינסטאג אפריל 09, 2019 4:02 pm

עסן פאר אידן האט געשריבן:א אויסברוך האט פאסירט נעכטן ארום די מיזעלס פארשפרייטונג ווען אין א גרויסע דאקטאר'ס אפיס אין ווילי איז אריינגעקומען א פרוי מיט א קינד וואס האט קוים געקענט אטעמען, די מסוכנדיגע מצב ביי אן אנגעשטעקט מיזעלס קינד האט איבערגעדרייט די אפיס, פרויען האבן זיך גענימען מאכן יאמערליכע קולות און דער דאקטאר האט געמיזט ארויסשיקן די פאציענט און גערופן די הצלה צו אריינפירן דאס קינד

עס איז זייער קלאר: ווילאנג עטליכע פרויען וואס פירן אהן די העץ קאמפיין וועלן נישט יושב'ן אין חד גדיא וועט ארדענונג נישט ווערן
די פראגע איז נאר וועלכע פרויען וועלן פאלן קרבנות, און דאן וועלן די דאקטורים און רבנים נעמען שטרענג די זאך אין די האנט.

איך פארשטיי נישט וואס די מעשה איז געווען דא קענסטו פליז מסביר זיין
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

אוועטאר
ציגעלע
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:12 pm

תגובהדורך ציגעלע » דינסטאג אפריל 09, 2019 4:11 pm

קען איינער אפשר אהער ברענגען די פרעסע קאנפרענץ ווידיאו אדער אודיאו. שקויח

אוועטאר
מעכטיג גרויס
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 20, 2018 10:52 am

תגובהדורך מעכטיג גרויס » דינסטאג אפריל 09, 2019 4:32 pm

איך ווייס נישט דעי מעשה אבער הערט א אנדערע מעשה וואס האט פריער פאסירט
מיין בני בית האט פריער געעולט גיין צו ODA בעדפורד מהאט קיינעם נישט אריינגעלאזט וועגן איינער איז דארט געווען מיט מיזעלס
קימט אויס אז יעדער לייט וועגען אפאר מ.........

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2870
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דינסטאג אפריל 09, 2019 4:36 pm

ביי דר. לאנדאו/לואיס מוז מען מאכן אן עקסטער אפוינטמענט אין די עפטער אוערס ווען קיינער אז שוין נישט דארט אויב עס איז דא א חשש מיזעלס צו פארמיידן די דאזיגע פאניקס.
אינטערסאנט אז ביי או די עי קען מען יא סתם אזוי אריינקומען

אוועטאר
שקר
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » דינסטאג אפריל 09, 2019 4:49 pm

Gevald Geshrigen האט געשריבן:ביי דר. לאנדאו/לואיס מוז מען מאכן אן עקסטער אפוינטמענט אין די עפטער אוערס ווען קיינער אז שוין נישט דארט אויב עס איז דא א חשש מיזעלס צו פארמיידן די דאזיגע פאניקס.
אינטערסאנט אז ביי או די עי קען מען יא סתם אזוי אריינקומען

מין הסתם קען מען נישט נאר מען פירט זיך נישט צי רעכענען מיט א צווייטען
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

גיט
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 27, 2017 9:34 pm

תגובהדורך גיט » דינסטאג אפריל 09, 2019 11:00 pm

Gevald Geshrigen האט געשריבן:הייסט עס אזוי:
די מוסד זאל צאלן פאר לויערס וועגן פריוואטע יחידים וואס פאלגן נישט געזעצן.
דאס וואס א מוסד דארף צוריקפייטן איז אמת אבער אויף זאכן וואס האבן מיט זיי א שייכות דהיינו עדיוקעישן.
ד העלט דעפט. דארף זיין די עלטערנס אישו און האט גארנישט מיטן מוסד.


1000% עגרי

מילא די ווילסט נישט געבען קיין וואקסין וואס ווילסטו אבער פון די מוסד אין וואס נאך דארף די מוסד טעין פאר דיינע קינדער? מען קען מיינען אז די מוסד איז דער וואס זיכט א וועג ארויס צו ווארפן דיינע קינדער.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11885
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג אפריל 09, 2019 11:03 pm

ביטע נאר נייעס איבער די עמערדזשענסי דעקלעראציע. אלע אנדערע תגובות גייען ווערן פארמעקט

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5698
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג אפריל 09, 2019 11:07 pm

צייטונגען באריכטן איבער די דעבלאזיאו דעקלעראציע..
צוגעלייגטע
B92F62C5-5928-48F4-B767-040263B4FE37.jpeg
B92F62C5-5928-48F4-B767-040263B4FE37.jpeg (129.49 KiB) געזעהן 1052 מאל
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג אפריל 09, 2019 11:49 pm

געלעגער האט געשריבן:ביטע נאר נייעס איבער די עמערדזשענסי דעקלעראציע. אלע אנדערע תגובות גייען ווערן פארמעקט


עניות דעתי האלט אז דאס איז נישט רעכטפארטיג, אז דאס איז א מעין נעשענעל נייעס, מעג אייוועלט זיין פארפלייצט דערמיט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1352
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » דינסטאג אפריל 09, 2019 11:53 pm

צל עובר האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:ביטע נאר נייעס איבער די עמערדזשענסי דעקלעראציע. אלע אנדערע תגובות גייען ווערן פארמעקט


עניות דעתי האלט אז דאס איז נישט רעכטפארטיג, אז דאס איז א מעין נעשענעל נייעס, מעג אייוועלט זיין פארפלייצט דערמיט.

אריבערגעפירט געווארן צו אקטועלע
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5698
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג אפריל 09, 2019 11:56 pm

שוין, גאווערנער קאומא ווארפט רמזים אז ער איז אפשר דערקעגן..
Look it’s a serious public health concern, but it’s also a serious First Amendment issue and it is going to be a constitutional, legal question,”
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

טוט זיך...?
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:36 pm

תגובהדורך טוט זיך...? » מיטוואך אפריל 10, 2019 12:25 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:שוין, גאווערנער קאומא ווארפט רמזים אז ער איז אפשר דערקעגן..
Look it’s a serious public health concern, but it’s also a serious First Amendment issue and it is going to be a constitutional, legal question,”

פון וועם זענען די 2 שורות? האט דאס דער מעיאר געזאגט? (פריער איז דא געווען א גאנצע מגילה פון די נייעס ס'איז עפעס פארשווינדען געווארן)


צוריק צו “אקטועלע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט