שטארק זיך האט געשריבן:עם חכם ונבון קען מען זאגן מיט א קוועסטדן מארק!
פונקט די וואך געקריגען פון איינעם:
מיר אידן זענען אייביג געווען די אויסדערוועלטע, די קלוגע, די געלונגענסטע, די עם הספר. די מערסטע נאבעל פרייזן ליגן ביי אונז אידן.
וואס איז געשען מיט אונזער פאלק? וואו האבן מיר זיך אזוי דערקייקעלט? וויאזוי זענען מיר אנגעקומען צו א שטאפל פון טראסקענען צו אן אראגאנטע און אומגעזעצליכע פאלק?
יעדער זעהט וואס עס גייט פאר אין די גוי׳אישע פרעסע די לעצטע פאר וואכן, מיט וואספארא האס און שנאה זיי באשרייבן אונז. פארוואס? פארוואס אין די וועלט? פארוואס זאל כלל ישראל זיך לאזן באגיסן וועגן אפאר יחידים?
איך גיי נישט אריין צו וואקסינען זענען שעדליך צו נישט ווייל דאס איז אן ענדלאזע שמועס וואס גייט זיך נישט ענדיגן (מיר קומען שוין פון דארט) אבער איז דא איינער אין די וועלט וואס לייקענט אז מיזעלס קען שאטן פאר קליינע קינדער אדער פרויען אין אומשטענדן?? איז דא איינער וואס לייקענט אז מיזעלס איז נישט קאנטעידזשעס? איז דא איינער וואס קען לייקענען די פאקטן? פון וואו נעמט א מענטש די אחריות ארויסצושיקן א קינד וואס האט מיזעלס אין פאבליק? ווילסט נישט וואקסענירן? טו נישט! ווילסט קראנק מאכן דיין קינד ווייל עפעס א איד אויפן האטליין מעיד געווען אז עס איז גאר בענעפיטלעך פיין! גיי דערמיט! אבער גאט-אין-הימל פארוואס שיקסטו אים ארויס אין פאבליק צו קענען אנשטעקן אנדערע? ווער גיט דיך די רעכט מיך קראנק צו מאכן ווייל דו ביסט פאר גלייבט אין א האטליין? פון וואו נעמסטו די אחריות אז אויב האט דיין קינד מיזעלס און ער האט אנגעשטעקט א צווייטן און יענער א דריטן ביז עס איז אנגעקומען צו איינעם וואס ליידט יעצט דערפון, איז דען א ספק אז דו גייסט כאפן געבראטענע אויף יענע וועלט פארן זיין די גורם?
די צער פון די משפחות וואס זייערע טאטעס זיצן נעבעך אין תפיסה און זיי קענען נישט גיין וויזיטן ווייל איינער האט גורם געווען א מיזעלס קעיס איז דאס נישט דיין אחריות? דו מאמע גייסט זיצן ביים סדר און הערן דיינע קינדער פרעגן מיט א זיסקייט די פיר קשיות דו ווייסט אז דו האסט גורם געווען אז אנדערע ראשי המשפחה זאלן נישט הערן די קשיות ווייל ״דו גלייבסט אין א האטליין״ אנדערע משפחות זיצן אין שפיטאל און גייען נישט קענען זיצן ביים סדר ווייל ״דו גלייבסט אין א האטליין״ מענטשען וואז האבן ארויסגעקוקט אויף א שמחה און עס איז געווארן צושטערט, זייער יום טוב איז צושטערט אלעס ווייל ״דו סעלפיש מאמע גלייבט אין א האטליין״
נאכאמאל, ווילסט נישט געבן קיין שאטס? גיב נישט! אבער מאך מיך נישט קראנק!!
און נאך ערגער איז, דאס ניצן ״רילידזשעס עקזעמפט״ אלס אן אויסרייד. וואס איז די חוצפה פון נעמען די רעליגיע וואס געהערט פאר גאנץ כלל ישראל און עס ארויסדרייען צו איין קליינע הייפעלע גרופע ״וואס גלייבט אין האטליינס??״ ווער האט געגעבן די רעכט פאר די גרופע צו פארשעמען מיין רעליגיע פאר זייער פאנאטישקייט? ביי די מציצה בפה מערכה האבן מיר גענוצט רעליגיע. גייט דאס אריין אין די זעלבע קאטעגאריע? ווילן מיר אז די שטאט זאל עס אנקוקן די זעלבע? דאס איז אן עוון פלילה!
דאס הייסט אזוי, די מאמע הערט א האטליין וואס די שיטה איז געבויעט אויף א דאקטער ״וואס האט פארלוירן זיין לייסענס פארן פאטשקענען מיט באווייזן״ אבער זי קלויבט נאך אלס צו גלייבן דעם ״הרב״ איבער יעדעם אנדערש. זי מאכט אפ אז ביי אונז אינדערהיים וואקסענירט מען נישט! נו גוט,
אבער האלטן אינדערהיים די קינדער? נע! עס איז דאך פאר פסח, אזוי אנגעשטרענגט, נאופ! זאלן זיי זיך גיין שפילן מיט די שכנים און גיין אין שול. איי דו קענסט דאך חלילה אנשטעקען אנדערע? א כפרה! אבי מיין קינד וועט זיין פיין (און כלשונו נאך געזונטער) איי די שטאט פארלאנגט? איך גיי מיך שלאגן מיט זיי! איך גיי זאגן אז מיין רעליגיע לאזט נישט! איי ס׳איז שקר? א כפרה! זאל גאנץ כלל ישראל ליגן אונטערן באס! מיין קינד גייט קיין שטעך נישט קריגען.
וואו האבן מיר זיך דערקייקעלט אזש מיר זענען שוין אנגעקומען צו אט די מצב? וויאזוי קענען אפאר יחידים אזוי אראפשלעפן דעם ציבור און מיר שווייגן?
אויב איז אמאל געווען א צייט פאר א קול קורא איז עס נישט יעצט? זאלן אלע מוסדות׳ער מיט רבנים ארויסקומען פאראייניגט און זאגן ״אכט און ניינציג פארצענט פון אונזער קהלה פאלגט וואס מען הייסט! מיר זענען וואוילע בירגער און זוכן נישט צי זיין קלוגער! מיר פארקויפן זיך נישט פאר האטליין שטודיעס! די אנדערע קומץ קטן רעדט נישט אין די נאמען פון מיין רעליגיע!״ זאלן די גוים איינזען אז מיר האבן נאכנישט פארלוירן אונזער טיטל. מיר זענען נישט די פאלק וואס האטליין רעדנערס פארעמען אונזער רעליגיע!
און צו די צוויי פארצענט וואס גלייבן יא. בלייבט איבער צו זאגן איין ווארט: נעבעך! א רחמנות אויף אייך אז מ׳קען אזוי שפילן מיט אייערע מוחות, א רחמנות אויף אייערע קינדער פארן ווערן אויפגעצויגן אין אזא שטוב. א רחמנות אויף כלל ישראל אז מיר דארפן דאס מיטמאכן.