די פרעזידענטליכע פארמעסט 2012

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24393
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג מאי 06, 2019 12:56 am

לאמעך דיך פרעגן, ווען פאול קרוגמאן פרעדיקט אז די מארקטס גייען קרעשן און די עקאנעמי גייט קיינמאל נישט ריקאווערן, איזעס בעיסד אויף סייענס? אויף נאבמבערס? ער אידעך שוין יא א ערנסטע עקאנעמיסט?
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1028
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » מאנטאג מאי 06, 2019 6:48 pm

וואס דארף די תגובה צו מיינען? אפצופרעגן וואס כ'האב געשריבן אז ס'איז דא א מציאות פון אנאליזירן א זאך אין א וועג (אינאכט נעמען די פאקטן) אז די רעזולטאט זאל זיין (אין דורכשניט) נענטער צום מציאות ווי ווען מ'זאל אנאליזירן די זאך אין א אנדערע וועג (אינאכט נעמען נאר וואס מ'וויל)?
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24393
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג מאי 07, 2019 2:21 am

מיין פוינט איז אז סיז מורא'דיג שווער ארויסצוגיבן א פרעדיקשן אן קיין שום בייעס! אז וועלט בארוהמטע עקאנעמיסטן האבן נאר געזעהן שוואכע נאבמבערס אן קיין ענדע פאר די אויגן פאר א פראו ביזנעס קאנדידאט,מיינטעס אז יעדע פרעדיקשן איז אנגעבייעסד...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1028
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » דינסטאג מאי 07, 2019 12:47 pm

קודם כל, איינער וואס האט א מיינונג איבער וואס ס'זענען די ריכטיגע שליסלען אין אן עקאנאמיע עס צו מאכן ארבעטן וועט פארשטייט זיך האלטן אז די עקאנאמיע גייט זיין בעסער אויב מ'גייט מיט יענע מהלך, ווייל דאס איז פשט פון "האבן א מיינונג אז די עקאנאמיע גייט זיין בעסער אויב מ'גייט מיט יענע מהלך".

למשל, דו האסט געברענגט פון פאול קרוגמאן, ס'איז גראדע זייער באקאנט אז ער האלט בשיטה אז די לינקע מהלך איז בעסער פאר די עקאנאמיע, סאו וויאזוי האסטו בכלל ערווארטעט אז ער זאל "האלטן" אז טעקס קאטס גייען זיין - אינעם לענגערן טערמין - א מורא'דיגע בענעפיט פאר די עקאנאמיע??? (און אגב, דאס מיינט נישט אז ער נוצט נישט סייענס, ס'מיינט בלויז אז "ער" נוצט סייענס און וואס "ער" גלייבט)

משא"כ ווען מ'רעדט פון פאליטישע קאמפיינ'ס מיינט א גוטע אנאליז צו קענען ארויסהאבן די שאנסן פון קאנדידאטן, עפעס וואס האט נישט קיין שום שייכות מיט אויב יענער איז די ריכטיגע קאנדידאט אדער נישט, וואס אין אזא פאל דארף מען קענען גרינגער קוקן אויף די זאך גלייך טראצדעם וואס מ'האט א רצון אז איינער זאל געווינען.

און נאכאמאל, כ'האב נישט געשריבן אז ס'זענען נישטא קיין מענטשן וואס טוען עס נישט ריכטיג, כ'האב נאר געשריבן אז ס'איז דא אן עצה וויאזוי מ'קען עס יא טוהן ריכטיג.

-
(איבער וואס דו האסט געשריבן אז פאול קרוגמאן האט פרעדיקטעד אז "די עקאנעמי גייט קיינמאל נישט ריקאווערן", קיין איין עקאנאמיסט וואלט אזוינס נישט געזאגט, און פאול קרוגמאן האט נישט דאס געזאגט. וואס ער האט געשריבן אום עלעקשאן נאכט איז דאס:

"מיר טוען זייער לכאורה קוקן צו א גלאבאלע רעסעסיע, וואס מ'קען נישט זען די ענדע דערפון. איך רעכן אז מיר קענען ווערן מזל'דיג ערגעץ. אבער אויף עקאנאמיקס, אזויווי אין אלעס אנדערש, האט א געפערליכע זאך יעצט פאסירט".

סאו ער שרייבט בסך הכל אז מ'קען נישט זען וויאזוי ס'גייט זיך ענדיגן, און ביי וועלכע רעסעסיע קען מען דען יא? נאר ער האט סתם געוואלט דראמאטיזירן די מצב. און דריי טעג שפעטער האט ער גראדע צוריקגעצויגן פון וואס ער האט געשריבן, שרייבנדיג אז:

"קיינער וואס האט געטראכט אז טראמפ גייט זיין א חורבן זאל נישט טוישן זיין אדער איר מיינונג ווייל ער האט געוואנען די וואלן. ער וועט, אין פאקט, זיין א חורבן אויף יעדע פראנט. און איך טראכט אז ער וועט עווענטועל אריינשלעפן די רעפובליקאנער פארטיי אין תהום אריין צוזאמען מיט זיין אייגענע רעפוטאציע; די פראגע איז אויב ער גיייט אריינשלעפן די איבריגע פון לאנד, און די וועלט, אראפ מיט אים.

אבער ס'איז וויכטיג נישט צו ערווארטן אז דאס זאל גלייך געשען. ס'איז א נסיון צו פאראויסזאגן באלדיגע עקאנאמישע אדער אויסערן-פאליסי צוזאמפאל; איך בין דורכגעפאלן דעם נסיון דינסטאג ביינאכט, אבער כ'האב שנעל איינגעזען אז כ'האב געמאכט דעם זעלבן טעות ווי די קעגנער פון ברעקזיט (וואס איך האב יא געהאט גוט). סאו איך דריי צוריק יענע קאָל, יעצט. ס'איז צום ווייניגסטנס מעגליך אז גרעסערע בודזשעט דעפיציטן וועלן, אויב עפעס, פארשטערקערן די עקאנאמיע קורצליך."


און בלויז נעכטן האט ער געשריבן דערוועגן אט דאס:

איך האב געמאכט א שלעכטע עקאנאמישע קאָל ביים וואל נאכט 2016, פאָרזעענדיג א טראמפ רעסעסיע. אבער כ'האב שנעל איינגעזען אז פאליטישע שרעק האט געשפילט אויף מיין דזשאדזשמענט, און צוריקגעדרייט דעם קאָל דריי טעג שפעטער. "ס'איז צום ווייניגסטנס מעגליך," האב איך געשריבן און נאוועמבער 11, 2016, "אז גרעסערע בודזשעט דעפיציטן וועלן, אויב עפעס, פארשטערקערן די עקאנאמיע קורצליך."

וואס איך האב נישט רעאליזירט דעמאלס איז געווען פשוט וויפיל גרעסער די דעפיציטן וועלן ווערן. זינט 2016, האט די טראמפ אדמיניסטראציע, אין פראקטיק, איינגעפירט די סארט פון ריזיגע פיסקעל סטימיולוס וואס שטיצער פון דזשאן מיינארד קעינס האבן געבעטן פאר ווען אנעמפלוימענט איז געווען הויעך - אבער רעפובליקאנער האבן עס געשטערט.

פארקערט פון וואס דאנאלד טראמפ און זיינע שטיצער טענה'ען, זעען מיר נישט א פרעצעדענטלאזע בום. די US עקאנאמיע איז געוואקסן 3.2 פראצענט איבער די לעצטע יאר, א וואוקס ראטע מיר האבן נישט געזען זינט... 2015. עמפלוימענט איז געוואקסן סטעדעלי זינט 2010, אן א טויש אין די טרענד נאך 2016. נאך אלס, די לאנגע שטרעקע פון וואוקס האט אראפגעשטופט די אנעמפלוימענט ראטע צו שטאפלען וואס מ'האט נישט געזען אין צענדליגער יארן. וויאזוי איז דאס געשען, און וואס דערציילט עס אונז?,

די שטארקייט פון די עקאנאמיע רעפלעקטירט נישט אן ארומדריי פון די US האנדלס דעפיציט, וואס איז פארבליבן הויעך. ס'טוט אויך נישט רעפלעקטירן א ריזיגע בום אין ביזנעס אינוועסטמענט, וואס שטיצער פון די 2017 שטייער שניט האבן צוגעזאגט, אבער ס'איז נישט געשען. וואס ס'דרייווט די עקאנאמיע יעצט איז, אנשטאט, דעפיציט ספענדינג".


היוצא לנו מזה, יא פאול קרוגמאן האט א שיטה, ס'איז געבויט אויף סייענס אין וואס ער גלייבט, ער איז שטארק מיט דעם, ער לייקנט עס נישט, און לויט ווי ער טענה'עט ארבעט עס.

און אויב ס'איז אינטרעסאנט וואס ער זאגט יעצט איבער די פיוטשער פון די עקאנאמיע. ער האלט נאך אלס אז ס'גייט עווענטועל קומען צו א רעסעסיע, איך ציטיר פונעם "פורטשען" פעברואר דעם עלעפטן היי יאר איבער זיין מיינונג:

די נאבעל פרייז געווינענדער עקאנאמיסט פאו קרוגמאן האט צוגעלייגט זיינע צוויי צענט צו די דעבאטע איבער צו א רעסעסיע קומט. יא, זאגט ער, ס'איז. לכאורה.

קרוגמאן האט געזאגט די אוידיענץ ביי די "וועלט רעגירונג סאמיט" אין דובאי זונטאג אז ער קויפט נישט די היכי תמצא, פארגעשלאגן דורך רוב עקאנאמיסטן, אז די וואוקס פארשטייטערונג וועט זיך נישט אריינדרייען אין א געהעריגע רעסעסיע.

"איך טראכט אז ס'איז דא גאנץ א גוטע שאנס אז מיר גייען האבן א רעסעסיע שפעט דאס יאר (אדער) קומענדיגע יאר" האט ער געזאגט לויט א CNBC באריכט.

קרוגמאן האט אנגעוויזן אויף פאקטארן ווי די אויסליידיגנדע טעק "באבל" און פרעזידענט דאנאלד טראמפ'ס "נישט זייער אפעקטיוע" שטייער שניט סטימיולוס, אויך האט ער עקסטער אנגעוויזן אויף די יורא זאנע פאר'ן שוין זיין "עכט נאנט צו רעסעסיע."

איטאליע איז שוין אין רעסעסיע, אין די צייט וואס דייטשלאנד קען מען זיך טענה'ען צו זיי זענען ביים שוועל. די אייראפעאישע קאמיסיע האט גענידערט אירע וואוקס פאראויסשאץ לעצטע וואך.

צפון אמעריקאנע סי. עף. או.'ס ערווארטן א רעסעסיע ביז 2020, אין די צייט וואס עקאנאמיסטן אויסגעפרעגט עטליכע חדשים צוריק האבן געזאגט אז די רעסעסיע וואלט אנגעקומען ביז 2021. א חודש צוריק, האט גאלדמאן סאקס געזאגט אז די מארקעטס לייגן די שאנסן פאר א רעסעסיע אין די קומענדיגע יאר ביי א גלייכע 50-50, טראץ וואס די באנק אליין טענה'עט אז די מארקעטס זענען נישט גערעכט, און די עכטע ריזיקע איז בלויז 15%.

ווער איז גערעכט? ווער ווייסט? ווי קרוגמאן נאטירט "אגב, מיין טרעק רעקארד פאר דעם איז שלעכט - ווי יעדעמ'ס איז. קיינער איז נישט גוט ביים צוטרעפן ווען ס'גייט זיך ארום דרייען."


סאו בקיצור... ער האלט נאך אלס אז ס'קומט לכאורה א רעסעסיע פונקט ווי ער האט געהאלטן פאר צוויי און א האלב יאר צוריק, דאס אז ס'גייט נישט געשען גלייך, און ווי ער האט פארגעזאגט וועלן הויכע דעפעציטן זיין וואס וועט עס אפהאלטן, זענען זאכן מיט וואס ער קען זיין גאנץ שטאלץ...)
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24393
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך מאי 08, 2019 11:07 am

אה, סאו איך פרעדיקט אז ס'גייט קומען א רעסעשן, כ' ווייס פשוט נישט ווען...

און דאס איז אן קיין בייעס... סארי, כאניש קיין נערוון צו זיין ביזי מיט אזעלעכע שטותים!

ווען א מענטש פרעדיקט אז אויב טראמפ געווינט גייט די עקאנעמי אריין אין רעסעשן האטער נישט גערעדט פון 4 יאר נאכן געווינס! זיין פרעדיקשן איז געווען בייעסד! און די פאקט אז ער האט הסברים מיינט נישט אז סיניש געווען בייעסד, נאר פשוט ער האט אויך אן איגא און ער קען נישט מודה זיין...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1028
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » מיטוואך מאי 08, 2019 12:05 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:אה, סאו איך פרעדיקט אז ס'גייט קומען א רעסעשן, כ' ווייס פשוט נישט ווען...

און דאס איז אן קיין בייעס... סארי, כאניש קיין נערוון צו זיין ביזי מיט אזעלעכע שטותים!

ווען א מענטש פרעדיקט אז אויב טראמפ געווינט גייט די עקאנעמי אריין אין רעסעשן האטער נישט גערעדט פון 4 יאר נאכן געווינס! זיין פרעדיקשן איז געווען בייעסד! און די פאקט אז ער האט הסברים מיינט נישט אז סיניש געווען בייעסד.


איך מיין זאלסט איבערליינען (אדער ליינען ס'ערשטע מאל מיט אן ערנסטקייט) וואס כ'האב געשריבן, ווייל איך נישט געשריבן אז ער האט נישט געהאט קיין בייעס. איך האב גראדע געשריבן אז ער האט יא געהאט.

און איך זע אז די פארזעסט מיין גאנצע פונקט - וואס כ'האב שוין געשריבן אין דריי תגובות צוריק - אז האבן א בייעס איז נישט קיין שלעכטע זאך. אדרבא, דער וואס נישט קיין בייעס וועט איין טאג זאגן אז די עקאנאמי גייט צוזאמפאלן ווייל מ'שניידט פראגראמען, א צווייטע טאג וועט ער זאגן אז ס'גייט צוזאמפאלן ווייל מ'העכערט פראגראמען, איין טאג וועט ער זאגן אז א פרא ביזנעס קאנדידאט איז גוט פאר די עקאנאמיע, און איין טאג וועט ער זאגן אז ער איז דירעקט שלעכט פאר די עקאנאמיע... און בעצם אזא מענטש וואלט איך אנגערופן גייסטיש אומסטאביל...

איי דו ווילסט הערן אלע צדדים? איז אדער קענסטו הערן פון איינעם וואס איז פשוט דא מסביר צו זיין אלע צדדים אן אויסצופירן מיט א מסכנה ווער ס'איז גערעכט (פארשטייט זיך אז יענער מיט זיין עכט אופריכטיג, ווייל אסאך מאל קען איינער זאגן "איך לייג נאר אראפ די צדדים, דו באשליס אליינס" אבער ער לייגט אראפ איין זייט אסאך בעסער ווייל ער וויל זיכער מאכן אז דיין באשלוס וועט זיין אז יענע זייט איז גערעכט...), אדער קענסטו הערן אלע צדדים פון באזונדערע מענטשן וואס זענען אויף יענע צדדים און אליינס באשליסן וואס ס'קוקט דיר אויס ריכטיג. דעט סימפל.

וויכטיג מאכער האט געשריבן:נאר פשוט ער האט אויך אן איגא און ער קען נישט מודה זיין...


טאקע פשוט, אויסער אז...

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:בלויז נעכטן האט ער געשריבן דערוועגן אט דאס:

איך האב געמאכט א שלעכטע עקאנאמישע קאָל ביים וואל נאכט 2016, פאָרזעענדיג א טראמפ רעסעסיע. אבער כ'האב שנעל איינגעזען אז פאליטישע שרעק האט געשפילט אויף מיין דזשאדזשמענט.

ער האט יא מודה געווען!
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Majestic-12 [Bot], גיזוגט, והיתם נקיים, חטאת הקהל, לאמיר פארשטיין, מאנסי געבוירענער, מיכל הירש, פישל, פעפערקארן, שאבעלע, שואלכענין און 111 געסט